אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

דאקטוירים, מעדיצינען, שטאב, רפואות, באדינער, געווירצן... אלעס אלעס פרובירט מען צו ראטעווען זיין לעבן, אבער ליידער ווערט די מצב שווערער און שווערער.
די בתי מדרשים זענען געפאקט מיט אידן פון אלע יארגענג, גם יונק עם איש שיבה זיצן און הארעווען על התורה ועל העבודה לזכות רפואתו השלימה, אבער אן ערפאלג.
ער שפירט שוין אז זיינע טעג זענען געציילטע.
די רב האט זיך שוין לאנג נישט געטראפן מיטן חולה צוליב א פריערדיגע ויכוח, און ער האט נישט געהאלטן אז ס'איז לפי כבודו אריבערצוגיין, אבער מפני ביקור חולים האט ער געלייגט אלע חשבונות אין א זייט און אריבערגעקומען צום קראנקן אין שטוב.

ליגט אזוי דער חולה אויפן בעט, און האפט צו הערן עפעס א טרייסט ווארט פונעם נביא ישעי', אבער אנשטאט געט דער נביא איבער א שרעקעדיגע דבר ה': שרייב שוין צוואה, כי מת אתה בעולם הזה ולא תחי' לעולם הבא!
דערשראקענערהייט פרעגט חזקי-הו פון דעם נביא "וואס עפעס קומט זיך מיר אזא הארבע שטראף וואס די גרעסטע רשעים ווערן נישט נידון מיט דעם?"
ענטפערט די נביא "ווייל דו האסט נישט חתונה געהאט און נישט אויפגעשטעלט קיין דורות"
אבער חזקי-הו איז געווען אנגעגרייט מיט א גוטן תירוץ "דו ווייסט וואס איך האב געזעהן ברוח הקודש? אז ס'איז אנגעשריבן פאר מיר דורות וואס וועלן נישט זיין ערליך! פארדעם דארף איך חתונה האבן? מה לי ולצרה הזאת?"
אבער די נביא האט עס נישט געקויפט "בהדי כבשי דרחמנא למה לך, דו טו וואס דו האסט צו טוהן ס'איבריגע לאז שוין פארן אייבערשטן"

* * *
ס'איז מיר באשערט געווען אין די לעצטע פאר חדשים צו פארברענגען און שמועסן מיט א שיינע צאל בחורים אויף א פערזענעליכן אופן.
איך שטיי כהיום אין די מיטעלע צוואנציגער יארן, ווייניגער ווי צעהן יאר צוריק בין איך געווען אין די זעלבע מצב ווי זיי, אין ישיבה, מיט א סטעף אויפן קאפ, א דורכגאנג צווישן ילדות און שנות העמידה, ענליכע פראבלעמען און אידענטיקל סטראגלס.
אבער רבוש"ע!! די attitude איז הימל-שרייענד אנדערש!!
דיטעילס פעלן נישט אויס, אבער אין מיינע יארן האב איך מיך געמוטשעט זיך צוצושטעלן און דעי בחורים "געבן נישט קיין דעקל", איך האב מיך גערעגט אויף די סטעף און געשריגען "רשעים" און דעי בחורים רעגן זיך און זידלען מיט מיאוס'ע שחורים שפראך, איך האב בגניבה געקויפט א פליפ-פאון צו קענען קאלן קול מבשר אונטערן דאכענע און דעי בחורים זענען אפדעיעטעד מיט טעלעגראם גרופס מער ווי זייערע טאטעס.
און די ליסט גייט ווייטער און טיפער.
ווען ס'איז מיך שפעטער אויסגעקומען צו רעדן צו עפעס א חשובע מחנכת רבות בשנים האב איך איר דערציילט מיין ווייטאג און זיך אויסגעדרוקט אז איך האף אז ביי די מיידלעך איז די מצב בעסער, זאגט זי מיר "אזויווי ס'בחור'ט זיך אזוי מיידל'ט זיך", א טרויעריגע צחות...

איך בין ממש דעפרעסט געווארן... אם כן, למה זה אנכי? אפשר האט דער חזקי-הו געהאט עפעס א פוינט... וואס איז ווערד די גאנצע מעשה אויב דעיס זענען די ריזאלטס?
יא, איך ווייס און איך בין מסכים אז ס'זענען דא הונדערטע חשוב'ע בחורים און מיידלעך מיט נאר וואוילע השגות און זיי שטייען שטארק אין די נסיונות וואס זיי האבן. אבער מאטעמאטיש גערעדט איז צום ערווארטן אז איך וועל האבן דורות וואס זענען עוורידזש, און די עוורידזש האט זיך ליידער זייער זייער זייער געטוישט לינקס-צו.
ס'איז אין פלאן די מצב זאל בעסער ווערן?

באשעפער!! בהדי כבשי פרעג איך נישט קיין קשיות, אבער ביני ובינך וויל איך דיר בעטן, פליז טוה עפעס דערצו! פלייייייז!!
מ'זאגט נאך א נוסחא...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

גאר א שטארקע נקודה.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
א סקאפ טונא
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 8:24 pm
לאקאציע: ב.פ. באס

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א סקאפ טונא »

אםםם כמיין אז דיין טאטע האט נישט געהאט קיין איליגעל פאון אין ישיבה, סא וואס האקסטע?
When people show you who they are, Believe them
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הערליך אראפגעשריבן אזא האקעלע און נפשיותדיגער נקודה, יישר כח פארן אויפוויקלן אייערע געפילן בפומבי.

אלס א טאטע פון אפאר קינדער קומט דאך מיר אויך אפיר די דאזיגע ציטער אז מאטעמאטיש טויג נישט די מצב.

מיין טרייסט אין אזעלכע זמנים איז אז פאר נאר ’איין’ ערליך קינד, אפשר אפי’ פאר נאר ’איין’ ערליך אור אייניקל איז אלעס כדאי.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6213
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איר זאלסט וויסן אז דאס וואס באדערט אייך, באדערט פאר די אלע וואס פארדעקן זיך די אויגן און שרייען ״לאז געמאך, די סיסטעם איז ב״ה זייער פיין״.

די פחד פון באגעגענען די מציאות איז זייער פיינפול.

די אייציגסטע עצה איז קודם כל אמונה. וויסן מיט די גאנצע מוח און מיט די גאנצע הארץ, אז דער רבוש״ע אליין כביכול מאכט דאס. פשוטו כמשמעו. פונקט ווי די תירוץ דארט איז געווען בהדי כבשי, אזוי אויך דא. די אלע פראבלעמען אין יהדות, שלום בית, קדושה, גיטין, ועוד, האט סיבות וסיבות שונות און איז מיט א פונקטליכע השגחה פרטית, א שטיקעל פון א ריזיגע פאזל פון טויזענטע יארן.

יעצט, צו זאגן אז וועגן דעם דארף מען זיצן מיט פארלייגטע הענט אדער גאר אויפגעבן איז פריקת עול. השי״ת וויל מיר זאלן וואס מיר קענען צו בויען זיך און אונזערע דורות. איי וואס וועט זיין? דאוון און זיי בבטחון אין השי״ת אז אלעס וועט זיין גוט. וויאזוי? לאז עס פאר דעם אייבערשטען.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
מאנדל ברויט
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:36 pm

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדל ברויט »

טאקע שרעקעדיג, אבער די שאלה איז צי מען קען נאך עפעס טוהן.
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע: משה זוכמעך

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

נו וואס איז די תירוץ?!? די טוה דיינס, גיב זיי די בעסטע חינוך וואס שייך, ולשם הישועה.
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
בעקעש טשאבע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 29, 2022 2:48 pm

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעש טשאבע »

מאנדל ברויט האט געשריבן:
טאקע שרעקעדיג, אבער די שאלה איז צי מען קען נאך עפעס טוהן.
איך דענק נישט פונקטליך די רייד פונעם הייליגן חת''ס, אבער עפעס אזוי:

יש לנו אב זקן, והוא לא נשתנה והוא לא ישתנה
אזא אויסדריק אז קען מיר דען עפעס טון, איז אינעם אידישן וואקעבלירערי נישט אנגענומען....
ווי רבינו הקדוש מסאטמאר פלעגט זיך אלס אויסדריקן: מען ברויך ''טון'' נישט אויפטון...
בעקעש טשאבע איז א שטאט אין אונגארן
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

בניהו האט געשריבן:

די אייציגסטע עצה איז קודם כל אמונה. וויסן מיט די גאנצע מוח און מיט די גאנצע הארץ, אז דער רבוש״ע אליין כביכול מאכט דאס. פשוטו כמשמעו. פונקט ווי די תירוץ דארט איז געווען בהדי כבשי, אזוי אויך דא. די אלע פראבלעמען אין יהדות, שלום בית, קדושה, גיטין, ועוד, האט סיבות וסיבות שונות און איז מיט א פונקטליכע השגחה פרטית, א שטיקעל פון א ריזיגע פאזל פון טויזענטע יארן.

יעצט, צו זאגן אז וועגן דעם דארף מען זיצן מיט פארלייגטע הענט אדער גאר אויפגעבן איז פריקת עול. השי״ת וויל מיר זאלן וואס מיר קענען צו בויען זיך און אונזערע דורות. איי וואס וועט זיין? דאוון און זיי בבטחון אין השי״ת אז אלעס וועט זיין גוט. וויאזוי? לאז עס פאר דעם אייבערשטען.
דברים כדרבונות!!
(די ערשטע דריי שורות האב איך אראפגענומען ווייל איך דיסעגרי מיט דעם, אבל אכהמ''ל)

ולהוסיף, וואס איך האב אמאל געהערט פון א איד א גוט ווארט, ווען איך האב מיך אמאל צוקרעכצט 'איי שוואכע דורות..' (בנוסח הידוע בין אנ''ש...) געט ער מיר א פרעג 'דו מיינסט דער אייבישטער איז אויף וואקאציע??' פרעג איך אים 'וואס הייסט?' זאגט ער אזוי, פון דיינע ווערטער קוקט אויס, כאילו אז ביז היינט איז אלעס געפארן לויטן פלאן, און יעצט איז דא עפעס א לאך אין די סיסטעם אין די דורות זענען עפעס שוואך געווארן... ניין! דאס איז אלעס פונקטליך לויטן הקב''ה'ס 'מעסטער פלען' - אזוי צו זאגן, און אלעס גייט פונקט ווי עס באדארף צו זיין! דאס איז וואס יענער איד האט מיר געזאגט, ונהניתי מאוד.

יעצט דאס איז קלאר אז יעדער מענטש האט א בחירה וויאזוי זיין לעבן זאל אויסקוקן לטב ולמוטב, (אן אריינגיין אין ידיעה און בחירה שמועס), אבער ווי סקוקט אויס פון אסאך פלעצער אין ספה''ק, ויש לי סמוכין לזה בדברי מרן החת''ס, אז בחירה איז נאר אויף יעדען יחיד'ס פריוואטע לעבן, אבער אויפן כלליות הדור איז עס נאר ביד הקב''ה!.

אשע''כ מתפלל זיין און איינרייסן דארף מען! מתפלל זיין סיי אויף זיך און סיי אויף די קינדער אז מען זאל האבן די שכל הישר צו מאכן די ריכטיגע בחירה מוז מען!, אבער קלאגן אויפן דור, מיינעך איז נישט אויף אונז.. דאס איז נישט אונזער אויפגאבע.. און מיר קענען זיך סייווי נישט אקעגן שטעלן גא-ט ב''ה פלענער ח''ו.
און במשך אלע דורות זעהט מען ווי נסיונות זענען געקומען און געגאנגען, אפי' ווען ס'האט אויסגעקוקט ווי די נסיונות זענען 'העיר טא סטעי', א קליינע דוגמא איז די אלע גרופעס למיניהם וואס האבן געריסען שטיקער פון כלל ישראל צווישען די צוויי וועלט מלחמות, מיר האבן נישט די נסיונות פון צוואנציג יאר צוריק, וכש''כ פון הונדערט יאר צוריק, און די אידן פון הונדערט יאר צוריק האבן נישט געהאט די נסיונות פון צוויי הונדערט יאר צוריק.

אלעס גייט לויטן פארבארגענעם פלאן! און ווען דער בוכ''ע וועט ברענגען א סוף צום גלות וועט זיין דעת כמים לים מכסים, וועל מיר אלעס שוין פארשטיין!

ואסתגר בזה.
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

שטומפיג האט געשריבן:
מ'זאגט נאך א נוסחא...
גאר שיין און ווארעם אפגעשריבן א געוואלדיגע נקודה!!
ועי' מש''כ בהתגובה שקודם לזה
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

שיין געשריבן כה לחי!

די האסט מורה פון עוורידש?
איך בין בטוח אז א עוורידש בחור, מיידל, יוד אין יאהר תש״פ און תש״צ איז אזוי חשוב אין הימל ווי גדולים וטובים פון די פריערדיגע דורות.

ביים חורבן הבית, און אפילו הונדערטער יאהרן שפעטער, אז איינער וואלט געהערט אז אין יאהר ה׳ אלפים תשפ״ג וועט מען נאך זיין אין גלות, וואלט מען זיך געזעצט שבעה, שלושים, י״ב חודש על חורבן עם ישראל היל״ת. זיי וואלטן ר״ל אויסגעלאשן די לעקטער און פארמאכט דאס געשעפט.

אבער מיר זענען א ראי׳ אז רשב״י איז געוועהן גערעכט אז לא תשכח מפי זרעו.

באלד צוויי טויזנט יאהר נאכ׳ן חורבן הבית, און נאך פיהל פיהל לענגער פון ווען מיר האבן געהערט א נביאה פון קוב״ה, און קוק אונז אן. יא, מיט אלע אונזערע חסרונות. עס איז ממש א נס גלוי אז ״עוורידש״ יודן דאווענען יעדן טאג, זענען מענג דעם שבת, זיצן אין א סוכה א.א.וו. הגם מיר ווייסן נישט די טעמי המצוות, מיר קענען נישט די כוונות און מיר טיהען עס אפשר ווי ראבאטן, אבער מיר טוען עס. און מיר טיהען עס בשמחה.

און אנדערש ווי @יאנאש האט געזאגט, אז אלעס לוינט זיך פאר איין הייליגע נשמה. הקב״ה וויל ״אלע״ נשמות. ער האט געוואלט ישמעאל מיט עשיו איז דאך זיכער אז ער וויל אלע אונזערע א.ג. אבאוו עוורידש, עוורידש און בילאו עוורידש נשמות.

אנשטאט צו קוקן וויאזוי עס איז געוועהן, קוק ווי שיין מיר זענען נאך אלס.

נאך איין נקודה, (מיוסד אויף א דרשה וואס איך האב לעצטנס געהערט). מיר ווייסן אז יעדער מענטש האט א בחירה. די ידיעה וואס איך און די, און אפילו כביכול ווייסט, וואס יענעמס בחירה וועט זיין, נעמט דאס נישט אוועק די בחירה פון יענעם. מיר טארן נישט גורם זיין אוועק נעמען יענעמס בחירה דורך מיין ידיעה. חזקי׳ המלך האט געוואלט אוועק נעמען די בחירה פון זיינע קינדער מיטן זיי דן זיין פון פאראויס צוליב זיין ידיעה, און דאס איז נישט אויסגעהאלטן.

ווען ר׳ יוחנן בן זכאי איז נסתלק געווארן האט ער באפוילן צו אנגרייטן א כסא פאר חזקי׳ מלך יהודה. ווערט געברענגט, אז ר׳ יוחנן ב״ז איז געוועהן זיין אייניקל. ער האט אים געוואלט ווייזן וואס כלל ישראל וואלט פארלוירן ווען ער פיהרט ווען אויס זיין פלאן.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

שטומפיג האט געשריבן:
מ'זאגט נאך א נוסחא...
טשייילללזזז!!...

סכאפט א שרעק זעהענדיג די חילוק פון ווען איך בין געווען אין חדר - ישיבה ביז היינט, יעדער יאר צוויי ווערט די מצב דאפעלט ארג ווי בעפאר

און ביי די אינגעלייט איז נישט אנדערש, קוק אן א דרייסיג יעריגע פון די מחנה מגושמם, און א צוואנציג יעריגע, די צווייטער ווייסט נישט פון --- צו זאגן.
זאל דער אויבערשטער העלפן
און שוין! האט געשריבן:
[די ערשטע דריי שורות האב איך אראפגענומען ווייל איך דיסעגרי מיט דעם
וואס דען? האלסט א זיי ווייסן נישט? ווען וועלן זיי עפענען די אויגן?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע: אונטערן באנק

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

פייבל שרגא האט געשריבן:
שיין געשריבן כה לחי!

די האסט מורה פון עוורידש?
איך בין בטוח אז א עוורידש בחור, מיידל, יוד אין יאהר תש״פ און תש״צ איז אזוי חשוב אין הימל ווי גדולים וטובים פון די פריערדיגע דורות.

ביים חורבן הבית, און אפילו הונדערטער יאהרן שפעטער, אז איינער וואלט געהערט אז אין יאהר ה׳ אלפים תשפ״ג וועט מען נאך זיין אין גלות, וואלט מען זיך געזעצט שבעה, שלושים, י״ב חודש על חורבן עם ישראל היל״ת. זיי וואלטן ר״ל אויסגעלאשן די לעקטער און פארמאכט דאס געשעפט.

אבער מיר זענען א ראי׳ אז רשב״י איז געוועהן גערעכט אז לא תשכח מפי זרעו.

באלד צוויי טויזנט יאהר נאכ׳ן חורבן הבית, און נאך פיהל פיהל לענגער פון ווען מיר האבן געהערט א נביאה פון קוב״ה, און קוק אונז אן. יא, מיט אלע אונזערע חסרונות. עס איז ממש א נס גלוי אז ״עוורידש״ יודן דאווענען יעדן טאג, זענען מענג דעם שבת, זיצן אין א סוכה א.א.וו. הגם מיר ווייסן נישט די טעמי המצוות, מיר קענען נישט די כוונות און מיר טיהען עס אפשר ווי ראבאטן, אבער מיר טוען עס. און מיר טיהען עס בשמחה.

און אנדערש ווי @יאנאש האט געזאגט, אז אלעס לוינט זיך פאר איין הייליגע נשמה. הקב״ה וויל ״אלע״ נשמות. ער האט געוואלט ישמעאל מיט עשיו איז דאך זיכער אז ער וויל אלע אונזערע א.ג. אבאוו עוורידש, עוורידש און בילאו עוורידש נשמות.

אנשטאט צו קוקן וויאזוי עס איז געוועהן, קוק ווי שיין מיר זענען נאך אלס.

נאך איין נקודה, (מיוסד אויף א דרשה וואס איך האב לעצטנס געהערט). מיר ווייסן אז יעדער מענטש האט א בחירה. די ידיעה וואס איך און די, און אפילו כביכול ווייסט, וואס יענעמס בחירה וועט זיין, נעמט דאס נישט אוועק די בחירה פון יענעם. מיר טארן נישט גורם זיין אוועק נעמען יענעמס בחירה דורך מיין ידיעה. חזקי׳ המלך האט געוואלט אוועק נעמען די בחירה פון זיינע קינדער מיטן זיי דן זיין פון פאראויס צוליב זיין ידיעה, און דאס איז נישט אויסגעהאלטן.

ווען ר׳ יוחנן בן זכאי איז נסתלק געווארן האט ער באפוילן צו אנגרייטן א כסא פאר חזקי׳ מלך יהודה. ווערט געברענגט, אז ר׳ יוחנן ב״ז איז געוועהן זיין אייניקל. ער האט אים געוואלט ווייזן וואס כלל ישראל וואלט פארלוירן ווען ער פיהרט ווען אויס זיין פלאן.
;l;p- ;l;p- פייבל שרגא מתוק אמר!!!!
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

געוואלדיגע מעסעדזש! ריינע דעליווערי!
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

און אלע דורות האט מען פארלוירן ריזיגע חלקים פון כלל ישראל, פארוואס זאל היינט זיין אנדערש?

אנגעהויבן פון די עשרת השבטים שאינן עתידין לחזור, ביז די משכילים און אלע יארן אינצווישן, אוודאי דארף מען טון וואס מען קען, אבער ס'איז דא בירור אחר בירור.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6213
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

פרא-חסיד האט געשריבן:

העי העי, ביטע. פסל נישט אפ חלקים פון כלל ישראל. איטס ווערי דעינדזשערעס.

לא זו הדרך.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גאר גוט אראפגעלייגט דעם פוינט וואס דו האסט יא…
ש'כח שטומפי!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

בניהו האט געשריבן:
פרא-חסיד האט געשריבן:
און אלע דורות האט מען פארלוירן ריזיגע חלקים פון כלל ישראל, פארוואס זאל היינט זיין אנדערש?

אנגעהויבן פון די עשרת השבטים שאינן עתידין לחזור, ביז די משכילים און אלע יארן אינצווישן, אוודאי דארף מען טון וואס מען קען, אבער ס'איז דא בירור אחר בירור.
העי העי, ביטע. פסל נישט אפ חלקים פון כלל ישראל. איטס ווערי דעינדזשערעס.

לא זו הדרך.
איך האב נישט געפסל'ט קיינעם, אין פאקט איז אבער אלס אזוי געווען, ניין? היסטאריע חזר'ט זיך איבער, דאס איז נישט קיין נייע זאך. יעדע זאך אויף די וועלט איז רוב פסולת און מיעוטו אוכל עס בחאת ינון.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

טשילז אשכול...

שטומפיג ;l;p-
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6157
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

שטארק ווייטאגליך דאס, יא, די חילוק פון בלויז צען יאר צוריק ביז היינט איז עפעס נישט נארמאל.

אויף דערווייל בלייבט, דורן, תפילה און מלחמה.

דורן - אונזערע קינדער היינט עסן פיל מער יעדעס טראפעלע ליבשאפט, כ'מיין אז ס'איז סאך מער ווי אמאל.

תפילה - איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, איסנוצן יעדע געלעגנהייט בתפילה ותחנונים לאדון כל.

מלחמה - הער איט געטס עי ליטל ביט קאמפליקעיטעד, וויאזוי ווייס איך קליינע מענטשעלע וועלכע תכסיסי מלחמה צו נוצן קעגן די היינטיגע נסיונות, בלייבט איין עצה, מען ווענדט זיך צו דעת תורה, אייער דעת תורה, אייער רבי, אייער רב, און מען פאלגט נאך אלעס וואס ער זאגט, אפי' ווען דער נפש הבהמית וויל נישט אזוי שטארק מיטגיין, ס'איז צו עקסטריעם...

ולא עליך המלאכה לגמור.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6213
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

פרא-חסיד האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:
פרא-חסיד האט געשריבן:
און אלע דורות האט מען פארלוירן ריזיגע חלקים פון כלל ישראל, פארוואס זאל היינט זיין אנדערש?

אנגעהויבן פון די עשרת השבטים שאינן עתידין לחזור, ביז די משכילים און אלע יארן אינצווישן, אוודאי דארף מען טון וואס מען קען, אבער ס'איז דא בירור אחר בירור.
העי העי, ביטע. פסל נישט אפ חלקים פון כלל ישראל. איטס ווערי דעינדזשערעס.

לא זו הדרך.
איך האב נישט געפסל'ט קיינעם, אין פאקט איז אבער אלס אזוי געווען, ניין? היסטאריע חזר'ט זיך איבער, דאס איז נישט קיין נייע זאך. יעדע זאך אויף די וועלט איז רוב פסולת און מיעוטו אוכל עס בחאת ינון.
נישט ווען מ׳רעדט פון אידישע נשמות. לא ידח ממנו נידח.

דאס מ׳זעהט אויף גאר געציילטע פעלער וואס נישט, איז פון די האקלסטע נושאים וואס די גרעסטע האבן זיך נישט געוואגט צו פסק׳נען איבער דעם.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך ווייס נישט וואס צו שרייבן... סא דא האסטו.. ;l;p-
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

העי... אונז האמיר משכינו!...
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פרא-חסיד האט געשריבן:
איך האב נישט געפסל'ט קיינעם, אין פאקט איז אבער אלס אזוי געווען, ניין? היסטאריע חזר'ט זיך איבער, דאס איז נישט קיין נייע זאך. יעדע זאך אויף די וועלט איז רוב פסולת און מיעוטו אוכל עס בחאת ינון.
ניין, סאיז נישט אלעמאל אזוי געוועהן

געוועהן פארשידענע שווערע תקופות אין כלל ישראל, אבער נישט אז יעדע דור זענען א 25% אוועקגעפאלן, און זיכער איז קיינעם נישט בייגעפאלן צו זאגן אז עס איז נארמאל גאר און מען זאל עס צולאזן, אמער, א חלק פאלט דאך עניוועי אוועק
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: אפשר האט ער געהאט עפעס א פוינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

Rak Tov האט געשריבן:
פרא-חסיד האט געשריבן:
איך האב נישט געפסל'ט קיינעם, אין פאקט איז אבער אלס אזוי געווען, ניין? היסטאריע חזר'ט זיך איבער, דאס איז נישט קיין נייע זאך. יעדע זאך אויף די וועלט איז רוב פסולת און מיעוטו אוכל עס בחאת ינון.
ניין, סאיז נישט אלעמאל אזוי געוועהן

געוועהן פארשידענע שווערע תקופות אין כלל ישראל, אבער נישט אז יעדע דור זענען א 25% אוועקגעפאלן, און זיכער איז קיינעם נישט בייגעפאלן צו זאגן אז עס איז נארמאל גאר און מען זאל עס צולאזן, אמער, א חלק פאלט דאך עניוועי אוועק
צו זיין קלאר, איך האב נישט געזאגט אז מען זאל גארנישט טון, ווי אויך האב איך נישט געזאגט אז ס'איז געווען אין יעדן דור, סגעשעהט אייביג, בפרט אין די לעצטע צוויי הונדערט יאר.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”