פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

אחראי: יאנאש

א תורה'דיגע בעל הבית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:00 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א תורה'דיגע בעל הבית »

מיניטשער וועלט האט געשריבן:
קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:
כאפט א פחד.

יעדע שטיק צייט שרייבט דא איינער וועגן א באקאנטן וואס איז נעבעך געפאלן א ביטערע קרבן צו די מגיפה.

איך וויל באמת פארשטיין, איז די מצב טאקע אזוי געפערליך? גייסט מיר זאגן אז ס׳דרייען זיך בחורים מיט א פערפעקט חיצוניות׳דיגן אויסזעהן פון די היימישע ישיבות א שטייגער ווי קווינס, קרית יואל אדג וואס נעמען כסדר פון די סחורה? סגייט מיר פשוט נישט אריין אין קאפ.
יא ליידער איז דאס די מציאות , הגם נישט קיין אויסטערליש ריזיגע פראצענט אבער גענוג אויפצוהייבן א וויי געשריי
חוץ דער וויי געשריי וואס מען דארף אויפהייבן,
דארף מען מייסד זיין ריקאווערי גרופעס פאר די וואס זענען פארכאפט
ווייל ס'נישט דא קיין וועג ארויס איינמאל מען האט געקראסט די ליין און געווארן אדיקטעד דערצו.
איך בין שטאלץ צו זיין א תורה'דיגע בעל הבית!
שלמה חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2022 3:04 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה חיים »

זיכמעך האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:
אויוויי... עס וויינט זיך...

איך בין זיך מצרף צו דעם הימלשרייענדן קשיא; וואס קענען מיר טון???
איך בין גראדע גרייט צו טון אויב עס איז דא וואס.
נברא האט געשריבן:
חרבונא האט געשריבן:
וואס קענען מיר טון?
מפרסם זיין די נעמען פון דיזע געלטגייציגער רשע אין אלע צייטונגען - ושם רשעים ירקב

לכאורה מעג מען מסר'ן אויך ע"פ הלכה, אבער מען דארף פרעגן א דיין פארדעם

באבע מעשה, כ'וויין מיט דיר צוזאמען, שרעקליך
ביי דעם איז נישטא קיין "מעג". אויב איז מותר איז עס א "חיוב"

וואס נאך מען קען (אויב מען קען "מוז" מען עס) טון, איז רעדן צו די קינדער אז עס איז דא אזעלכע מענטשן וואס קענען אפילו גיין מיט די שמונה בגדים צווישן אונז.

און אזוי טו איך טאקע, איך רעד פון דעם ענין פון צייט צו צייט צו מיינע קינדער, זיי קוקן מיך אן ווי פון די לבנה, און איך זאג זיי "בעסער זאלט עס מיינען ענקער גאנצע לעבן אז איך רעד פון שטותים, ווי איידער עס זאל זיין אפילו די מינדעסטע שאנס אז איך ווייס ליידער וואס איך רעד."
אויב איינער האט א נאמען זאל ער אריינקומען אין אישי גיימער גיין צו די רב וואס זיין משפחה באלאנגט
און אויב עס העלפט נישט גיימער ארום גיין צו אפאר אנגעזענע רבנים מיט א כתב היתר אז מ'מעג פארשפרייטן די נעמען און אזוי פארשפרייטן מיטן כתב
פאר יעדע מענטש וואס געבט פידבעק איז דא אנדערע כאטש 10 וואס האלטן פונקט ווי עם נאר זאגן עס נישט
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

שלמה חיים האט געשריבן:
זיכמעך האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:
אויוויי... עס וויינט זיך...

איך בין זיך מצרף צו דעם הימלשרייענדן קשיא; וואס קענען מיר טון???
איך בין גראדע גרייט צו טון אויב עס איז דא וואס.
נברא האט געשריבן:
חרבונא האט געשריבן:
וואס קענען מיר טון?
מפרסם זיין די נעמען פון דיזע געלטגייציגער רשע אין אלע צייטונגען - ושם רשעים ירקב

לכאורה מעג מען מסר'ן אויך ע"פ הלכה, אבער מען דארף פרעגן א דיין פארדעם

באבע מעשה, כ'וויין מיט דיר צוזאמען, שרעקליך
ביי דעם איז נישטא קיין "מעג". אויב איז מותר איז עס א "חיוב"

וואס נאך מען קען (אויב מען קען "מוז" מען עס) טון, איז רעדן צו די קינדער אז עס איז דא אזעלכע מענטשן וואס קענען אפילו גיין מיט די שמונה בגדים צווישן אונז.

און אזוי טו איך טאקע, איך רעד פון דעם ענין פון צייט צו צייט צו מיינע קינדער, זיי קוקן מיך אן ווי פון די לבנה, און איך זאג זיי "בעסער זאלט עס מיינען ענקער גאנצע לעבן אז איך רעד פון שטותים, ווי איידער עס זאל זיין אפילו די מינדעסטע שאנס אז איך ווייס ליידער וואס איך רעד."
אויב איינער האט א נאמען זאל ער אריינקומען אין אישי גיימער גיין צו די רב וואס זיין משפחה באלאנגט
און אויב עס העלפט נישט גיימער ארום גיין צו אפאר אנגעזענע רבנים מיט א כתב היתר אז מ'מעג פארשפרייטן די נעמען און אזוי פארשפרייטן מיטן כתב
און דאן?
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3644
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

יעצט גענדיגט ליינען
איך בין שפראכלאז!!
שלמה חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2022 3:04 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה חיים »

גייען זיי שוין זיין אפגעפרעגט ביים עולם
פאר יעדע מענטש וואס געבט פידבעק איז דא אנדערע כאטש 10 וואס האלטן פונקט ווי עם נאר זאגן עס נישט
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

א באמבע ציפ געכאפט. אויפגעוועקט א ווייטאג.

מיין גאנצע גוף איז ערשיטערט געווארן ווען כ'האב געזעהן אן אנאנס אויף א היימישע פלאטפארמע פאר די זאכן, היי יאר ערב שבועות. כ'בין געווארן דאפלט אויפגעשוידערט ווען איינער נעבן מיר האט מיר אנגעקוקט מיט קעלבערנע אויגן "מ'קען מיינען, דו מאכסט אזא מצב".

יא, איך מאך א מצב!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

שלמה חיים האט געשריבן:
גייען זיי שוין זיין אפגעפרעגט ביים עולם
און האפענטליך וועלן זיי אויפהערן מאכן געלט אויף אידיש בלוט.

כח לחי! שלאף נאר נישט איין אינמיטן טון. בעז''ה
חינוך האט געזיגט!
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

יושב אהלים האט געשריבן:
ליין אין מיין חתימה א מעשה וואס האט פאסירט מיט "מיר אליינס" די פארגאנגענע יו''ט שבועות!!!
איך האב געליינט דיין עובדא. סרייסט ביים הארץ איך האב ממש לעצטענס געהאט א זייער ענדליכע איבערלעבעניש געטראפן א חבר, נארמאל עז איט געטס. שוין נישט געזעהן א שטיק צייט נאך פאר ווי וואס ווען אפערט ער מיר די סחורה אן קיין בושה. איך בין געווען אין שאק פאר א פאר טעג. רעד איך צי מיין ברודער זאגט ער מיר ביי די ערשטע פאר קינדער פאר א שידוך פלעגט ער פרעגן צי מקאכט סאפער, מנעמט קעיר פון די קינדער, סאיז א גיטע אטמאספער אינדערהיים. היינט זאגט ער נאך א כמעט דורכפאהל, מיז מען שמעקן דעי נושא ווייל סאיז דא אסאך צופראסקעטע הייזער פון איבערגעשטרענגטע טאטעס. השם ירחם. איך האף נאר סאיז א פיצי פראצענט וואס מאכט אסאך גערודער.
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

:!: :!: :!: :!: :!: :!: :!: :!: :!:
די שליסעל האט געשריבן:
ענדליך רעדט איינער פון די סכנה!!!
מורי ורבותי די צרה פון דראגס איז לא עלינו די ערגסע צרה פון די דור, ליידער ווערט עס מער און מער פארשפרייט צווישען אינגעלייט און בחורים, עס הרג'ט אויס נפשות ונשמות, עס איז אסאך ערגער ווי די אינטערנעט, ווייל פון א סמארטפאון ווי נישט ווי איז נאך דא א וועג צוריק, אבער פון דעם ליידער איז כמעט נישט מעגליך,
מורי ורבותי עס איז יא דא וואס צו טוען!!!
ווער עס קען זאל ארום לויפן צו די רבנים מען זאל ארויס געבען ריזיגע קול קורא'ס און אלע מוסדות און קהילות זאלן די עסקנים זיך אריין לייגן ראשם ורובם אויצוראטן די אנשיקעניש די מערסטע וואס שייך...
און די עיקר עס נישט פאר שווייגען!!!!
:!: :!: :!: :!: :!: :!:
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

הארי פלארי האט געשריבן:
יויש... ווערטער זענען שוין פארנוצט,

וועגן קווינס מאנראו ליפ ידיעתי איז דא מער בחורים מיט סמארטפאונס ווי דאס בקיצור.... ממש אפשר איינס פון א עידש אדער צוויי, ווערט נישט גערעכנט בגדר ישיבה פראבלעם,
בנוגע מאנראו ווייסעך נישט אבער געווענטליך איז עס ביי אזעלכע זאכן גאנץ ענליכע סטאנדארטן, (פליז נישט פארטעגלאשן...)
הלואו… איך ווייס פון גאנצע גרופעס…
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

נישט מישן וויד מיט דראגס. כ׳ווייס נישט וויפיל פראצענט זענען צוגעבינדן צו די הויכע סחורה, אבער וויד איז היינט א גאר פארשפרייטע זאך ביי חסידישע בחורים, און אין די גלילות געגנטער ווי פאמאנע, עירמאנט, טאמס ריווער, וכו׳ איז דאס מערדערליך איינגעריסן ביי היימישע אינגעלייט.

די וואך האט מיר א איד דערציילט מיט טרערן, אז זיין אייניקל האט אים אנגערופן אום שבת און געוויינט אין א מעסעדזש אז דער טאטע און מאמע זיינער ליגן אויף דער ערד באוואוסטלאז ה״י נאכן זיך איבערעסן פון א ׳הויכער׳ טשאלנט.

און איך ווייס ליידער יא גאר פונדערנאנט, קען זיין כ׳וועל נאך אנטפלעקן וויאזוי, איבער הונדערטע אינגעלייט און בחורים וואס זענען אויף די סחורה, און איך ווייס אויך פון אנגעזעענע מענטשן וועלכע זיצן אין ריהעב׳ס איבער די וועלט, און פרובירן פטור צו ווערן פון זייער שעדליכע אדיקציע צו קרעק, קאוקעין, העראווין, און וואס נישט.

דער וועלט פון א דראג אדיקט איז פינסטער. ער פארלירט זיין זעלבסט און ער ווערט פארוואנדלט אין א שאטן וואס לויפט נאך דעם פעקעלע שטויב וואס זעט צו אים אויס ווי גאלדענע ברעקלעך, זיינע אלע שלעכטע חושים טוען זיך ערוועקן דאס צו קענען עררייכן, און צוביסלעך ווערט עס וויכטיגער ווי זיין לעבן. און ווען עפעס איז וויכטיגער ווי דאס לעבן, איז דאס לעבן אין געפאר.

ווען עמיצער איז צוגעבינדן צו דראגס, איז שוין נישטא גארנישט. און דערפאר ענדיגט זיך עס אין רוב פעלער מיט טויט. נישט זעלבסטמארד, נאר טויט פון פארנאכלעסיגונג. אז דער דראגי שטעכט און שטעכט ביז ער ווערט אויס ה״י. רוב פון זיי גייען נעבעך דורך טויט עטליכע מאל ביז ווען זיי קומען צו זייער אייביגע רוה.

ליידער אין רוב פעלער, ווען דער אומגליק פאסירט, זעצן זיך די נאנטע פאמיליע צוזאם פאר שבעה, מען מאכט א קליינע באגרעבעניש צערעמאניע און מען מאכט זיכער אז קיינער זאל נישט געדענקען.

אבער דער דראג פארקויפער דרייט זיך ווייטער אין גאס! דאס בית החיים איז פול מיט זיינע קרבנות, די רעהאביליטאציע צענטערן זענען אנגעפאקט מיט גופים בלי נשמות וואס ער האט פארדארבן, און ער דרייט זיך ארום און מאכט א לעבן - פון יענעמס טויט!

די עצה איז נישט צו פארשפרייטן ווער עס זענען די פארקויפער, ווייל זיי וועלן ווייטער האבן קליענטן. דער וועג איז אז די אישי ציבור זאלן ארויסקריכן פון די באקוועמע לעכער, און אנהייבן שרייען געוואלד, אז די בחורים און אינגעלייט זאלן זיך וויסן צו אויסהיטן!
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

טישטוך האט געשריבן:

טישטוך גערעכט, אבער מען דארף טון ביידע, ר' יצחק מאיר מארגנשטערן וויינט שוין אויף דראגס יארן, יעדע תורה רעדט ער פון די טמא'נע גראזן, און אזוי דארפן אלע גדולים שרייען, אבער חוץ המעשה דארף מען אויך אויסמיידן די פארקויפער און אויב וועט מען הענגען צעטלען מיט זייערע נעמען אין אלע בתי מדרשים וועט זיך עס שטארק פארמינערן.
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

אוי טאטע, @באבע מעשה האסט מיך פיין צושאקלט.

אלץ איינער וואס קען ליידער פון דערנאנט (גאר נאנט) אזא קעיס, אזא בריוו וואס האלט זיך ליידער אינמיטן שרייבן, א ’מיתה אין פראגרעס’, פארשטיי איך אזוי גוט וואס דו שרייבסט, די מציאות פון א חי מיט אויגן פון א מת, די פאר זויבערע מינוטן וואס ער שרייט און וויינט עד כאן, איך וויל נישט אבער איך קען נישט סטאפן, פארוואס געדענק איך נישט אז נעכטן האט מיין ניס רחל’ע חתונה געהאט? ווי קען זיין אז סאיז מוצאי שבת ווען נעבן מיין בעט איז דא א טעלער ליל שישי טשאלנט? און די עלטערן שטייען נעבעך אין א זייט מאכטלאז ווערטערלאז זיי ווייסן נישט וואס צו טוהן, זיי ווייסן גאנץ גוט אז אין א פאר שעה גייט ער נאכאמאל זיין ”פריי’ד” אבער וואס קענען זיי טוהן???

טאטע לייז אונז שוין אויס.
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

חרבונא האט געשריבן:
טישטוך גערעכט, אבער מען דארף טון ביידע, ר' יצחק מאיר מארגנשטערן וויינט שוין אויף דראגס יארן, יעדע תורה רעדט ער פון די טמא'נע גראזן, און אזוי דארפן אלע גדולים שרייען, אבער חוץ המעשה דארף מען אויך אויסמיידן די פארקויפער און אויב וועט מען הענגען צעטלען מיט זייערע נעמען אין אלע בתי מדרשים וועט זיך עס שטארק פארמינערן.
ר' איטשע מאיר מאכט יעדע שבת א מי שברך פאר דיוואס דערווייטערען זיך פון דראגס.
עס איז א הימל געשריי!!!
מען דארף א כינוס כלל ישראל אויפצושאקלען דעם עולם
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

איך מיין אז דרשות איבער די טמא'נע גראזן איז נישט געניג צו העלפן די פראבלעם.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע: ווי די טראבעל געשעט

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבע מעשה »

א תורה'דיגע בעל הבית האט געשריבן:
באבע מעשה האט געשריבן:
לכבוד מיין טייערע ברידער.

אויף אינזער היסטערישע אנפראגע וויאזוי דאס האט געקענט יעצט פאסירען איז די ענטפער געווען שודערליך און קלאר. נאכן וויילען אינעם סענטער פאר א שיינעם תקופה איז דיין צארטע גוף שוין נישט געווען געוואינט צו נעמען אזוינע גרויסע דאזעס ווי בעפאר, אבער דא איז ווידער אריינגעקומען אינעם בילד דער נחש הקדמוני מיטן חסידישן פרצוף וואס פילענדיג אז ער פארלירט אזא פעטן העכטל ווי דיר און זיינע קעשענע'ס וועלן אביסעל דינער ווערן, האט ער דיר ארויסגענימען פאר א נאכטמאל און דיר דערביי געשאנקען א 'מתנה' וואס איז ליידער געווען דיין איין וועג טיקעט צום עולם שכולו טוב.

ברידער טייערע, די ביסט שוין אויפן עולם האמת. דאס אז די האסט פארמאגט א בחירה און זיך געדארפט שטארקען, איז אוודאי אמת.

אבער איז דיין 'סופלייער גענצליך ריין פון שולד?

אוודאי און אוודאי נישט!

און צו קען איך דאס פארשווייגען?

ניין. ניין. און נאכאמאל ניין!

קול דמי אחינו צעקים אלי מן האדמה.
נישט געליינט אלע תגובות דא,
אבער לאמיר זאגן מיינע צוויי סענט.

מיט וויפיל איך האב געליינט און געהערט איבער אדיקשאן, ביסטו טאטאל נישט גערעכט.
דיין ברודער האט "נישט" געהאט מער קיין בחירה, און ער איז "גענצליך" ריין פון אלעם.
ליידער נאכדעם וואס ער איז אריינגע'נער'ט געווארן דערין, האט ער "טאטאל" פארלוירן זיין בחירה אויף "אייביג".
(אז דו ווילסט קען איך דיך עס מער עקלערן פריוואט).

נאך א זאך וואס איך סתם אזוי נישט פארשטאנען דער מושג פון "אים ארויסנעמען פאר סאפער" פון די ריהעב,
לויט וויפיל איך ווייס איז דאס נישט לעגאל, און א ריהעב קען ווערן געסאט פאר אזא זאך מיט שווערע מיליאנען.

יעצט איבער דעם נחש מיטן חסידישן לבוש,
ס'איז אמת אז מיר זענען אידן און מען טאר נישט מסר'ן
אבער מיט האבן א תורה און א דעת תורה, און עס ליגט א חיוב גמור דאס דורכצורעדן מיט ערענסטע דעת תורה איבער וואס צו טון מיט דעם רוצח.

און די תורה ווערט א רוצח נישט געשוינט און פארשטילט, די תורה הייסט אים הרג'נען,
ווער ווייסט נאך וויפיל אידישע קינדער דער רוצח קען אוועקלייגן היל"ת.
א דאנק פאר דיינע הערות.

כ'האב ח''ו נישט געמיינט צו מקטרג זיין אויף מיין ברידער חלילה, אבער די בחירה פון וואס כ'האב גערעדט איז געווען אויב יא אדער נישט צו נעמען די 'ערשטע שטיקעל' דערפון...

און איבער די ריהעב. ס'דא אסאך קאטאגריע'ס און לעוועל'ס ווי שטארק די ווילסט די ריהעב זאל דיר קאנטראלירען. -עכ"פ אין די ריהעב ווי מיין ברודער איז געווען- די משפחה האט באשלוסען אז ס'איז יא כדאי אז מ'זאל לאזען 'עפעס' באזיכער, כדי די משפה זאל איהם קענען וויזיטען און איהם ווייזען אז מ'שטייט אינטער איהם און מ'שטיצט איהם, און דער מערדער איז געגאנגען און עס אויסגעניצט לטובתו.

ס'איז עכט נישט די פלאץ דא צו מאריך זיין איבער טעכנישע דעטאלן, און לאמיר ביטע נישט פארקריכען פון די הויפט נקודה פונעם אשכול.
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

@באבע מעשה, איינער האט זיך דא אנגעטראגן צו פארשפרייט די נאמען פונעם פאברעכער

פליז ברענג אהער נעמען און אלעס ארום

ולמצוה אדירה יחשב!!!!!!!!!!

@באבע מעשה פליז פליז פליז, עס איז נישט דא קיין 'מען' וואס דארף טון אונז זעמיר די 'מען' און דו האסט א נאמען וואס האט געהארגעט דיין ברודער, אהער מיטן נאמען! ככה יעשה לאיש וואס פארדראגט בייזוויליגער - געלטגייציגער הייט

פליז נא! דער ציבור ווארט אויפן נאמען
מיט שעצע און דאנק
@חרבונא
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע: ווי די טראבעל געשעט

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבע מעשה »

חרבונא האט געשריבן:
טישטוך גערעכט, אבער מען דארף טון ביידע, ר' יצחק מאיר מארגנשטערן וויינט שוין אויף דראגס יארן, יעדע תורה רעדט ער פון די טמא'נע גראזן, און אזוי דארפן אלע גדולים שרייען, אבער חוץ המעשה דארף מען אויך אויסמיידן די פארקויפער און אויב וועט מען הענגען צעטלען מיט זייערע נעמען אין אלע בתי מדרשים וועט זיך עס שטארק פארמינערן.
דורך געטראכטער האט געשריבן:
ר' איטשע מאיר מאכט יעדע שבת א מי שברך פאר דיוואס דערווייטערען זיך פון דראגס.
עס איז א הימל געשריי!!!
מען דארף א כינוס כלל ישראל אויפצושאקלען דעם עולם
אז מ'דערמאנט ר' איטשע מאיר שליט''א:

ר' איטשע מאיר איז אמאל געווען באזוכען ביי איינע פון די גרויסע רבנים אין ירושלים -כ'וועל נישט דעמאנען דער נאמען צוליב כבודו- און ער האט איהם געבעטען אז ער זאל אנהייבן רעדן צו זיינע חסידים איבער די ביטערע עפדעמיע פון 'צמחים' און 'סממנים' ווי ער ריפט עס, האט איהם דער רבי גענטפערט אז ס'פעלט נישט אויס ווייל.. 'ביי מיינע חסידים איז נישט דא אזאנס...' ר' איטשע מאיר האט גארנישט רעאגירט. ווען ער איז ארויס האט ר' איטשע מאיר זיך אויסגעדריקט פאר זיין מקורב 'ווען כ'וואלט ווען געקענט, וואלטעך דערלאנגט פאר דעם רבי'ן א פראסק (!) כדי ער זאל זיך אויפוועקן פון זיין שלאף און זען וואס ס'גייט פאר ביי זיינע מענטשען!' 'נאר נעכטען זענען געווען ביי מיר אפאר פון זיינע מענטשען וואס ליידען שרעקליך אויף דעם!'

(געהערט פון דעם מקורב אליינס)

דאס ווייזט אינז דעם פראבלעם אז די רבנים ואישי ציבור לעבן נאך ביזדערוויל אין דינייע'ל איבער די גאנצע נושא. מ'קוקט עס אהן ווי עפעס א פראבלעם וואס ס'נאר דא צווישן גוים אדער די קצה המחנה, און ביזדערווייל שניידט עס קרבנות ל''ע 'יעדען טאג' פון אינזער סמעטענע און חשוב'סטע, בשעת די היימישע דראג דילער'ס שטיצען עס אינטער און פיטער'ן דעם שטראם...

וועקטס אייך אויף!
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

רבותי, האלטס דעם אשכול אויפן ערשטן בלאט פון אייוועלט!!!! יעדן איינציגן טאג זאל מען ארויפברענגען דעם אשכול!! קודם זאלן זיך די פשוטי עם כאטשיג זיך אויפוועקן און ארויסקומען פון דינייעל, זאל מען רעדן פון דעם אין די מקוואות און ביי פאליש שמועסן!!! מ'דארף רעדן און שרייען וועגן דעם.
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

אויב איינער קען ביטע צאמברענגן לינקס פון אלע אשכולות וואס זענען שוין געשריבן געווארן אויף די נושא, וואלט עס געוועהן א שטארקע זאך, מ'זאל זיך אליינס אויפוועקן צום מציאות אז דא איז נישט קיין איינמאליגע געשעהניש פון עפעס א @באבע מעשה, נאר דאס איז א ברייטפארשפרייטע מגיפה ל"ע.

באשעפער העלף שוין.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:
אויב איינער קען ביטע צאמברענגן לינקס פון אלע אשכולות וואס זענען שוין געשריבן געווארן אויף די נושא, וואלט עס געוועהן א שטארקע זאך, מ'זאל זיך אליינס אויפוועקן צום מציאות אז דא איז נישט קיין איינמאליגע געשעהניש פון עפעס א @באבע מעשה, נאר דאס איז א ברייטפארשפרייטע מגיפה ל"ע.

באשעפער העלף שוין.
viewtopic.php?p=3196318#p3196318

viewtopic.php?p=3685854#p3685854

viewtopic.php?p=1598984#p1598984
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

טישטוך האט געשריבן:
די עצה איז נישט צו פארשפרייטן ווער עס זענען די פארקויפער, ווייל זיי וועלן ווייטער האבן קליענטן. דער וועג איז אז די אישי ציבור זאלן ארויסקריכן פון די באקוועמע לעכער, און אנהייבן שרייען געוואלד, אז די בחורים און אינגעלייט זאלן זיך וויסן צו אויסהיטן!
מיין עצה איז אז מען זאל געבן דרשות און שרייבן ארטיקלען מסביר צו זיין אויף א דעטאלירן און גראפישן אופן וויאזוי פארשידענע געווירצן שאטן פארן געזונט און מאכן חרוב דאס לעבן און ווי אזוי ס'שלעפט אריין מער און מער און ווי שווער עס איז זיך אפצוגעוואוינען, א שטייגער ווי מען פלעגט רעדן און שרייבן פאר 30 יאר צוריק איבער רייכערן.
מען קען דאס טון אן "שרייען געוואלד" און אן אריינגיין בכלל אין די נושא ווי ווייט פארשפרייט עס איז אין אונזער מחנה.

די דאונסייד פון פארפירן ווי פארשפרייט עס איז איז אז עס שאפט א רושם ביי די יוגנט אז "יעדער טוט עס" און דאס טוט עס נארמאליזירן און רייצט נאך מער אן דערצו.

נאך א זאך וואס מיר אלע קענען טון איז נישט צו נוצן קיין קילע שפראך ווען מען רעדט איבער דראגס ("האסט געהערט? דארט איז געווען פון די 'ריכטיגע' סחורה", "יא די קטורת"), איינס פון די סוקסעפולע טולס וואס מען האט גענוצט אין די אלגעמיינע וועלט קעגן רייכערן איז געווען אז מען האט אוועקגענומען די קילקייט איבער רייכערן און מען האט געמאכט א קאמפיין אז עס איז די נארישסטע זאך צו רייכערן און ווער עס רייכערט איז א פשוט'ער שוטה.
אוזבעקיסטאן
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2022 8:58 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוזבעקיסטאן »

עס איז מיר אמאל אויסגעקומען צו וויילען אין א ווייטע פארשטיפטע געגענט אין איינע פין די סטעיטס האב איך באזיכט די חב"ד רב דארט.
בתוך הדברים האט ער מיר דערציילט אז עס געפינט זיך ממש דארט אין געגענט א גרויסע סענטער פאר די נושא. אין עס זענען דא דארט ליידער היימישע אידען פון וויליאמסבורג מאנראו אין אפי' פון סקווירא. אויף מיין אנפראגע אויב איך קען אהינגיין מיט אים זיי צי באזיכען אין מחזק זיין .האט ער מיר גענטפערט אז עס איז ליידער דא דארט אזעלעכע היימישע אידען פון דיין ביהמ"ד אז עס וועט זיין א שרעקליכע בושה פאר זיי אז איינער וועט בכלל געוואר ווערען אז זיי זענען דארט....
אוועטאר
זיכמעך
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 4:25 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכמעך »

טישטוך האט געשריבן:
נישט מישן וויד מיט דראגס. כ׳ווייס נישט וויפיל פראצענט זענען צוגעבינדן צו די הויכע סחורה, אבער וויד איז היינט א גאר פארשפרייטע זאך ביי חסידישע בחורים, און אין די גלילות געגנטער ווי פאמאנע, עירמאנט, טאמס ריווער, וכו׳ איז דאס מערדערליך איינגעריסן ביי היימישע אינגעלייט.
מען קען טאקע נישט מישן אבער די מציאות אז זייער אסאך פון אחב"י קומען אן צו די הארבע סחורה דורך וויד (דאס האט מיר באשטעטיגט א גרויסע דילער אין צפת), און ווער עס וויל א לעבעדיגע דוגמה קען גיין קיין בארא פארק טרעפן דעם פארשוין וואס גנב'עט סקוטערס און שטעכט זיך אינמיטן גאס, דער איז געווען א העכסט נארמאלע בחור פון א גאר חשוב'ע פאמיליע ביז א גוטע חבר האט אים מזכה געווען...
איך זוך די ווערטער מסביר צו זיין פארוואס איך זיכמעך.
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

זיכמעך האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
נישט מישן וויד מיט דראגס. כ׳ווייס נישט וויפיל פראצענט זענען צוגעבינדן צו די הויכע סחורה, אבער וויד איז היינט א גאר פארשפרייטע זאך ביי חסידישע בחורים, און אין די גלילות געגנטער ווי פאמאנע, עירמאנט, טאמס ריווער, וכו׳ איז דאס מערדערליך איינגעריסן ביי היימישע אינגעלייט.
מען קען טאקע נישט מישן אבער די מציאות אז זייער אסאך פון אחב"י קומען אן צו די הארבע סחורה דורך וויד (דאס האט מיר באשטעטיגט א גרויסע דילער אין צפת), און ווער עס וויל א לעבעדיגע דוגמה קען גיין קיין בארא פארק טרעפן דעם פארשוין וואס גנב'עט סקוטערס און שטעכט זיך אינמיטן גאס, דער איז געווען א העכסט נארמאלע בחור פון א גאר חשוב'ע פאמיליע ביז א גוטע חבר האט אים מזכה געווען...
עקזעקטלי, וויד איז די סטארטינג פוינט. נאכן פאלן אין ליבשאפט מיט וויד איז שוין די נעקסטע סטעפ נישט אזוי ווייט
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”