רבותי!! א איד איז הונגעריג...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

רבותי!! א איד איז הונגעריג...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

'א מיש אריבער ס'בלעטל'; וויי געוואלד - דאס זאגט זיך טאקע שנעל-שרייענד מיט איין אטעם, אבער גיבזשע א קוק, ווי האלטן מיר דא איצט. מען האט שוין גערוקט די בענק אויבן אין הימל א צייט צוריק, הארט נאכן אָפפאסטן א שבעה עשר בתמוז, אין אצינד האט מען שוין גענוצט די בענק אויכעט, אין שטעלט אייך פאר, עס איז שוין אפילו "געווען" ראש השנה. פשש...

מען האט אפגעשריבן פאר יעדן וואס עס גייט אים זיין באשערט ס'קומענדיגער יאר. זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן אז עדער זאל האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס. אין מען פאסט שוין איצט אודך נאכן רוקן די בענק.

***
ווי-ניש-ווי איז פארהאן אסאך אידישע קינדער וואס האבן שוין געתשליך'ט, אום יו"ט. אין ווער נישט וועט נאך גיין תשליך'ן. איז אבער זייער אינטערעסאנט אנצוצייגן, אז מיר האבן נאָכאַלעם א סימן וויאזוי אנצוצוייגן אויף ווער עס האט נאכנישט גע'תשליך'ט.

צום גדלי' - קומען מיר היינט אריין צו סליחות, האבן מיר זיך אנגעהאַנקעט מיט א אידל וואס איז געווען שטארק הונגעריג, פארוואס זאל מען נישט רחמנות האבן אויף אים? יא - יא. נאך אלעם פאסטן מיר אלע... אין ווער איז דען נישט הונגעריג ווען מען פאסט.

קומען מיר אריין צו סליחות טיפער אינעם מנין אריין, האט זיך שטארק אנגעהויבן שפורן די הונגער פונעם בעל תפלה, ער איז געווען עפעס נישט פלעין הונגעריג, ער האט געהונגערט נאך מיין צייט. שטעלט אייך פאר, ער האט איינהאנקעט זיין שטייפער געשטעל צום ברוינעם האָלצערנעם קעסטל/עמוד, אים פיבערהאפטיג געשלונגען מינט'ן נאך מינוט'ן פון מיין טייערער צייט.

עס קען אפילו נישט זיין אז ער איז געווען אין די גוסטע פון רייבן זיין הערליכער שטומע פאר די הייליגע טעג, ווייל אויב עפעס האט מען שין דאס געוויזן פארן ציבור וואס ער קען. סך-הכל קען נאר זיין אז ער איז א פאָלנער צייט-נאָגער.

בעל תפלה זיסער; וויפיל טעג א יאר ווארטסטו אויף דעם סליחות געבעט? מיר שיינט שטארק אז דאסמאל טראכסטו אזוי: אז דו ביסט יא גערעכט. ס'הייסט אז דאס יאר ביסטו פשוט גערעכט מצד איין סיבה, דו מעגסט נאָגן מיין צייט, ווייל עס איז שוין דורך מער ווי 12 חדישם זינט דו האסט פארגאנגענס יאר זיך געוואַקעלט ווי א שעפעלע ביים עמוד אויף סליחות, הא?

בעל תפלה זיסער; פאַרשפרעך מיר דיין געפיל, וויאזוי איר וואלט געשפורט געבינדערנערהייט ביי א מנין מיט א 'הונגעריגער בעל תפלה'. הערסטע מיר? דו נערוון נאָגער, בין איך דען דא צו גיסן קטרוג - הייס אינמיטן בין כסר לעשור? כלל לא! דו ביסט פשוט נישט אנוועזנד וואס דו האסט אנגעמיירעט היינט אינדערפרי א גאנצע ציבור אידן, ס'צייט געווען איינער זאל דיר מרמז זיין, אבעעעער... מן השמים האט מען געפירט אז עס זאל זיך יאמאכן עפעס אין מען זאל יא טרעפן א 'סניגור' אויף דיינע מעשים.

וואס איז געשעהן? איך האב - אין יעדער האט שטייצעך אויך פארשטאנען פארוואס דו האסט דיר א שאָקל געטאן ביים פזמון - ווייל ביי "הורית" איז די נוסח געווען נישט לויט וויפיל ווערטער איר האט געוואלט אריינשטופען לויט דיין נוסח. כך הווה - מען האט איינגעצויגן די צייט, אין אריינגעגאָסן מער ווערטער בנשימה אחת. בבחינת, אז איך האב מיר גערייכעלט פאר געלעכטער אין הארצן, קוק נאר; דער איד איז שוין גארנישט הונגעריג פאר מיין צייט, והאָ ראי' דא שלעפט ער צוזאם אלעס בנשימה אחת... מ'זאגט... ער זאגט, מיר זאגן.

אויב אזוי איז די מעשה, דאַן קום אהער אין האנדל דיר איין דיין ערליכער שווער-גרויסער. 'מחול לך... מחול לך... מחול לך...'
איר פארדינט זיך ערליך דעם סניגור אויף יום הקדוש. איך האב פלעין געהאט א שלעכטער האָנדזש אויף אייער צוגיין צום עמוד, סארי.

יעצט קענט איר גיין צושלייפן אייער שטומע צום נעקסטען בעל תפלה, אין איבערצייגט אייך אז איר יכול'ט יא. אין יא! איר האט געוויזן אויף א טריקי וועג אז איר מיינט נישט איבער צורייסן מיינע נערוון.

***

אהה... איין מינוט. אריינקומענדיג אין ס'מעדעש צו שחרית'ן, והנה; עפעס גייט דא פאר, ... וואאאס?... אונזער הונגעריגער אידל וואס האט פריעט באוויזן אז ער איז שוין גארנישט הונגעריג, קוקט מיר דא אודך אויס צו זיין עפעס זייער פארנומען, עפעס א געזעמל אידן האבן זיך ארום געהאַבן ביים עמוד'ל - עפעס א אומשולדיגן בייינאַזמאַנעם-פראדוקט (בחור בלע"ז) איז נעבעך געשטאנען דארט אראפ געביגעלט ביי זיין פלאץ, אין פיבערהאפטיג אויסגעווארט ווי די פאר אידעלעך זאלן פארענדיגן זייער אפמאך מיטן הלכה'דיגן חלק וואס מען טוט אויב איינער פארגעסט צו זאגן 'עננו...'

ווי קאָמיש עס זאגט זיך, איז אבער די פאקט געווען אז אונזער בעל-תפלה געשטאנען דארט מיט די גרעסטע מאָס פרישקייט, אין זיך אריינגעבויגן צוהערן אויב מען לאזט נישט קיין איינע פון די זאכן וואס מען האט אלס געברויכט זאגן היינט ביי דאווענען, שטעלט אייך פאר; זכרנו לחיים, מי כמול, הקל הק', עננו, המלך המשפט, ביי ויהי בנסוע א גאנצע...

שטייט ער דארט, אין ער איז 'הונגעריג פאר א טעות'. אאאאָ... דאס איז שוין ארויס פון קאנטראל, איר זאלט מיר זייער אנטשולדיגן פאר דעם האב איך שוין נישט קיין 'סניגור' פאר אייך, איך האב איין ווארט פאר אייך. "איר זענט הונגעריג פאר עקשאָן", אלזא שטעלט איר זיך ביים קליינעם נשמה דארט, אין לייגט לחץ אויפן בחור'ל דארט.

הא! ווי איז מענשטליכקייט? וואס איז דאס הונגער'ן פאר א טעות? נו אוודאי אז מען הונגערט פאר יענעמ'ס צייט, איז דער פועל יוצא אז מען הונגערט פאר טעותים...

יעצט קענט איר גיין צו תשליך, אין מיינע אויגן איז דאס אייער איינציגסטער 'סניגור'....
בסייעתא דשמיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסייעתא דשמיא »

אלטער, פון דיין ארטיקל זעט מען אז ביזט טאקע הונגעריג...

וואס פארא קולות עס איז געווען אין מיין בית המדרש ביי עננו, אז אלטערס ארטיקל, איז ביי מיר געווען א קליפ פון מיין שחרית.
זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערנע בעכער »

הונגעריג אהער הונגעריג אהין.

אלטער איך בין מעכטיג הינגעריג פאר א שטיקל בראוני קעיק, אבער אויב וועסטו היינט שרייבן נאך א 5-6 ארטיקלן, וועסטו מיך האלטן געשפאנט פאר נאך פינף שעה, עלעך נישט פילן קיין תענית.

דיעל ?
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

אלטער מאכסט מיר זאט.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אלטער באכער, דיינארטיקל האט מיר געמאכט שפייעכס גיסן, כ'האב אנגעגרייט טישוס זיך צו כארכלען פאר געלעכטער פון דיין געבלומטע הערינג, אבער ס'ארטיקל האט בלויז זאט געמאכט, נישט הונגעריג.

און יעצט שרייב נאך אנארטיקל, אין מיינע אויגן איז דאס אייער איינציגסטער 'סניגור'....
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך וויל נאך אלץ וויסן וויאזוי אלטער בחור'ל קען באמערקן אויף איינעם אויב ער איז שוין געווען צו'תשליך'ט אדער נישט.

עננו איז גראדע געווען א גרויסע עסק אויך ביי מיין מנין שחרית, אבער דער קלוגער אידל נעבן ברעטל האט זיך אריענטירט און געהייסן דעם בעל תפילה דאס משלים זיין ביי שמע קולינו. אזוי אויך האט דער שחרית גענומען א קיילעכיגע שטונדע.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

העי, האסט פארגעסן אז אין קטיגור נאסע צעלייגער?... א מינוט ביזטו מקטרג און א מינוט דערנאך ביזטו מסנגר? (א קאזין מיט יאהו מסנ'גר?... פארשלאפן, וויאזוי זאגט מען עס טאקע?)


באכי, דו ביזט אזא אויסגעפיקלטער (מיט אדער אן א פינטל, וויאזוי דו ווילסט) ראה"ק אז ס'לאזט זיך גארנישט שרייבן. ווען דו פארלייגסט דיך אויף א מענטש זאל אים גאט באהיטן...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

בחור בחור שא נא ידיך בקיבארדיך, לכך נבחרת, דער עולם טענה'ט אז א רחמנות איז אויף דעם וועם דו פארלייגסטעך, און איך טענה, אז א רחמנות איז אויף אונז, ווען דו פארלייגסטעך נישט אויף קיינעם.

קיפ אן, מ'מעג האבן א פאר פרייליכע מינוט אין אט די אנגעצויגענע טעג.

יישר כחכם.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: רבותי!! א איד איז הונגעריג...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אלטער, יישר כח.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

אלטער, גוט גוט גוט !
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

עס איז צרות, עס קוקט אויס ווי היינט האט ער געהאט א געהעריגע בעל תפלה.

אה יא, שכוח.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

יעצט געליינט, יעצט הנאה געהאט. שכוח אלטער.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

געליינט שבת נאכמיטאג....
איי א שאד, א זאטע פארשטייט נישט דעם הונגעריגן.....
כ'האב באמת געוואלט מיטשפירן דיין דריטן טאג תענית (צום גדלי' פאסט מען שוין דעםדריטן טאג נאך צוויי טעג ר"ה)
נאר נאך א טשאלענט גייט עס נישט אזוי...,
אבער דאך, גוט איז גוט, סיי ווען
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

אלטעבחורל האט געשריבן:ווי קאָמיש עס זאגט זיך, איז אבער די פאקט געווען אז אונזער בעל-תפלה געשטאנען דארט מיט די גרעסטע מאָס פרישקייט, אין זיך אריינגעבויגן צוהערן אויב מען לאזט נישט קיין איינע פון די זאכן וואס מען האט אלס געברויכט זאגן היינט ביי דאווענען, שטעלט אייך פאר; זכרנו לחיים, מי כמול, הקל הק', עננו, המלך המשפט, ביי ויהי בנסוע א גאנצע...


אלטער האסט מיך נישט סורפרייזד עס איז געקומען פון דיר נאכאיינס,

אבער וויי געוואלד א טעות האסטו דאך אויך געמאכט, אמער, געב א קוק די ציטיר, הקל הק'? נעה!!! המעילעך, ווי מען ברויך צו זאגען.
אלטער קיפ אז גאואינג, יו אר עי גוד ספארט.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

אבי'מקלעבט! דו ביסט דא?...

העי וואָדו זאגסט נישט, ספאָרט אהער - ספארט אהין, געב א קוועטש אין דריי די מאשין, אין נעם דיך גיסן גאזאלין, ווי דו פלעגסט מיט אונז יוזשעלי טוען,
דיינע קעדאטשקע אוועטאר איז ביינונז אויסערגעוונליך וויכטיג, עעערסטע? ברענג נאך.

****
טענקס יעדן פארן געבן ס'זייעריגע קאמפלימענטאָ, שטארק האנה געהאט. אין נאכאמאל פון יעדן עקסטער, ס'צייט ערלויבט נישט שרייבן פאר יעדן וואס עס קומט זיך נ'אמתן, מיר זענען טריד אויספלאַסטערן א שלאק.

****

שאץ; פאר דיר האב איך א ספעציעלן סוד, דו ביסט גאר גוט מיט דיינע שינדערליגע ארטיקלען, א סוד?! נעעע, נאר ברויכעס זאגן - איא? אבער דאס ברויך איך נישט זאגן, רייט? נארוואָדען, פון ליינען דיינע געפרינטאַכטץ, קענען מיר ניטאמאל אין א א יאר שאַבעסנאָכמיטאָגס, הערסטע? קודם א באקס טאָנערס האטסו מיר שוין אויסגענאשט אזוי שמיר-ניש-דיר-יא, אין ליינען? איטליכע האבן מיר שוין אפילו צאאַמגעסטעפעלט אין גאטראגן פארן מיין שכן בייןם דאווענען ביים ליינען בין דזשאַבּר-ל'דזשאַבּרא. אבער א דזשאַבּ האסטו געמאכט.

יעצט נעם דיין שטיקל, אין גיי טייל אויס קאפיעס אין מיין נאמען. איי צו וואס זאג איך דיר דאס? פשוט ווייל עס איז ביי מיר בין כסה לעשור.

איך וועל נאכקומען

****
מאָשקע;

הערסט? איך זיץ נעכטן אין שול נאכן דאווענען כ'ענדיג צו פארנט פון א גאנצע וואך שחרית, הער איך איין ביינעזמאנעם ראָצערל, פרעגט ס'צווייטער אזוי.

ראָצער א': האַלללאו (נוסח יענטאאש - איי כליפ ווי איז ער..) וואס מאכסטו פאר סוכות?
ראָצער ב': עעם... איך מאך א וואָטער פאָל... הערסטו? מיין ברודער האט מיר געגעבן די שטאָף, ווייל ער ארבעט מיט פאום...
ראָצער א': פסס... טאַקע, דיין איידיע?...
ראָצער ב': יא, אאָם, עס קומט נאך פון מיין גרויסע...

מאשקע, איך האב אפגעגאָפעלט, זאג מיר נאר וואס עס איז געבליבן מיט די חברה דארט, איך האב אזוי געשפאלטן פאר געלעכטער, "וואאאאאס מאכסטו פאר סוכות?...."

ראצער'ל! דו וויייסט אז דו סטאקסט איז ביטער ווי א זית? גיי זעץ דיך לערנען מס' יומא, הל' יו"ט, נעם א טשיקען אין דריי פאר דיין מאַמען/שוועסטער/ניס, וואס מאכסטו אומבאקוועם אידישע קינדער אין שול?...

האטס מיר א זיסן ווינטער.... שוין איז ווינטער? יעעפ, מען דארף שוין געבן סטים.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

יאפ! היינט בינעך דא געווען אביסעל,
און פאר דיין ענפער איז ווער א גאנצע נייע אשכול,
אבער דער טאג איז שוין צוריק געפאלען, און קיין צייט אידאך אויך נישט דא.
אלזא מיט סתם אזא תגובה'לה דא דארט קענס אויך מאכען,
האב א גרינגען טאניס, עמער שפרעכען. מיט דאנקע.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אלטער, הערליך! מיט א צדי"ק און עני פלעיס פון די ווארט. דו ביסט גאר גוט.
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

איך בין הונגעריג
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך אויך
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

מיינסט אז איך נישט?
א איד פון דערהיים, מלא חן...
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

נו, נעם דיך עסען....קיינער זעהט נישט....כ'על נישט אויסזאגען...
the SCY is the limit
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אה! ב"ה שוין איבערגעביסען. כ'על אייך נישט אויסזאגען אין וועלכע ביהמ"ד איך האב אויסגעפאסט, אויס מורא אז א גרויסע עולם וועט זיך אנרוקען דארט קומענדיגן תענית און הנהלת קהלתינו וועט נישט קענען צושטעלן אזוינע גיטע זאכען פארן גרויסן ציבור.............
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

פאר נישט אויסזאגען איז דא א 'סודות' אשכול
the SCY is the limit
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אוואו?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

the SCY is the limit
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”