טאג ביך פון הארדוועיר סטאר / סעריע טאג ביך שאץ מאץ

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

טאג ביך פון הארדוועיר סטאר / סעריע טאג ביך שאץ מאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

פאר די אלע פרישע ליינער בין איך מודיע, אז ארגינעל האב איך אנגעהויבן מיין שרייבעריי דא, אלץ טאג ביך שרייבער, באשריבן פארשידענע מענטשן אין זייער סדר היום, פאר וועמען עס אינטרעסירט קען צוריק מישן די אלטע בלעטער און געפינען נאך טאג ביכן, ווי צב"ש,

טאג ביך קליינע רבי'לע
טאג ביך מקוה איד,
טאג ביך גבאי ביהמ"ד,
טאג ביך זינגער,
טאג ביך מגי"ש,
טאג ביך שאץ מאץ,
ועוד ועוד....

דער נאמען טאג ביך איז אפשר נישט אזוי צוגעפאסט, ווייל דער הארדוועיר געשעפט איז נישט דווקא בייטאג - טאג ביך, עס קען זיך אמאל אריין ציען ביז אין די שפעטע נאכט שעות אויך, ממילא וואלט מען ווען אפשר געדארפט קעפל'ען, טאג און נאכט ביך פונעם הארוועיר געשעפט, אבער כיוון דאידחי אידחי.

א הארדוועיר געשעפט, איז בעסיק א כל בו, ווי מען טרעפט סיי וועלכע אייטעם וואס געפינט זיך אין א הויז, חוץ עסן און אפליינסעס, (אין מאנכע הארוועיר סטאר'ס קען מען געפינען אפליינסעס אויך), ווען איינער דארף א סקרוא, אדער א שרויף, א האָק, א צווענגל, א טעיפ מעדזער, א דשילעט וכדומה, איז דאך פשוט אז נאר אין א הארדוועיר קען מען דאס געפינען, די חידוש איז, אז עפעס אנדערשט אויך, צו דאס איז מייזן כאפער'ס, אדער ספרעי פעינט, און וואס נישט,

און ווייל א הארדוועיר פארמאגט טויזנטער אייטעמ'ס, (יא טויזנטער) מוז דער אייגנטומער אדער ארבעטער, שטארק האלטן קאפ אויף טויזנטער זאכן בלי שום גוזמא, אנדערשט ווי אין א גראסערי, וואס ווערט איינגעטיילט אין 5 קאטעגאריעס, בעקערי, גראסערי, פרוכט, נאש, פרידידשער – פריזער, וואס דעריבער איז אין פאקט, אז דער גראסערי שעלפס ווערן געטוישט יעדע וואך, חוץ די זייפן וואס ווער נישט אזוי אפט געטוישט, אבער אלע אנדערע זאכן ווערט זייער אפט געטוישט, פשוט פארדעם ווייל די קאסטומער'ס זעלבסט קויפן אט די אלע אייטעמ'ס יעדע וואך, און אז ס'גייט אראפ וועכנטליך גייט דאס ארויף וועכנטליך און די שעלפס טוישן זיך ווענכנטליך, מ'קען דאס זעהן אין די לעצטע וואך פון קאנטרי, און די לאקאלע קאנטרי גראסערי'ס וואס נעמען שוין נישט קיין פרישע ארדער'ס די לעצטע וואך פונעם זומער, און ממש אין איין וואך ווערן די שעלפס ליידיג, דאס איז דערפאר ווייל א גראסערי איז א וועכנטליכע טויש, דעריבער איז פיל גרינגער צו האלטן חשבון וואס מ'האט יא און וואס מ'האט נישט ווייל ס'איז א וועכנטליכע שעלף טוישינג, און צוגאב צו דעם וואס היינטיגע צייט שפאצירן זיך ארום די סעליעס לייט אליין'ס אין גראסערי, זיי שאצן אפ אויפן שעלף וואס און וויפיל דער גראסערי דארף, און צומאל פילן זיי אליינס אן די שעלפס.

אנדערשט איז אבער דער הארדוועיר, וואס טוישט זיינע שעלפס אפשר איין מאל א האלבע יאר צו מער, לאמיר שוין זאגן אז ער איז א ביזי סטאר, וויפיל הענגער'ס פארקויפט ער א וואך?, און וויפיל נעגל וואסער סעט'ס פארקויפט ער א חודש?, וויפיל האמערס און סקרא דריווער'ס גייט א יאר, און וויפיל גרויסע טעפ פון 16 קווארט פארקויפט מען אין א סיזען, אבער ער מוז דאס האבן אין סטאר, ווייל אז נישט איז ער נישט קיין הארדוועיר, אויב אזוי איז כמעט נישט מעגליך צו האלטן חשבון, וואס מ'דארף יא און וואס מ'דארף נישט, פון ווי זאל ער געדענקען למשל אז פון די קאווע גלעזלעך איז שוין מער נישטא, ווען דאס לעצטע מאל וואס ער האט דאס באשטעלט איז געוועהן פאר 2 יאר צוריק, און דערפאר זעהט מען טאקע זייער אסאך מאל מ'זיכט אין א הארדוועיר סטאר א געוויסע זאך, און ווען מ'געפינט עס נישט, האט דער הארדוועיר אייגנטומער גלייך דער אנטווארט, אז מ'דארף באשטעלן נאך, ס'וועט זיין נעקסטע וואך, א זאך וואס מ'הערט נישט כמעט אין קיין אנדערע מין געשעפט.

דאס איז אלעס באופן כללי פון אזא אבזערוואציע פון אויבן אויף, אבער אז מ'גייט אריין טיפער אביסל, זעהט מען אז די קאסטומער סערוויס איז דא אין הארדוועיר פיל מער קאמפליצירט ווי אין אלע אנדערע סטאר'ס, ווייל מענטשן קומען אריין און בעטן פאר א היים פראדוקט וואס ער ניצט דאס שוין פאר יארן, און רופט עס אן מיט א געוויסן צו נאמען, פון וואנעט זאל דער געשעפט'ס מאן וויסן פון וואס ער רעדט, למשל א קאסטומער קומט אריין און פרעגט....

איר האט אפשר דעי זאך וואס מ'לייגט ארויף אויפן סינק? יא, די זאך וואס מ'לייגט אזוי ארויף...
פון וואס רעדט ער? וועלכע זאך?.....
איר מיינט אפשר א שמאטע וואס מ'ניצט פסח?
ניין, דעי זאך, נו?
איר מיינט אפשר א פילטער?, א איזי פילטער פאר די ווערעם
ניין, דעי זאך וואס מ'לייגט ארויף אויפן סינק
איר מיינט אפשר אזא פסח'יגע פלעסטיק סינק?
ניין, ביסטו א מבין, מ'לייגט עס אזוי אריין אין סינק אינעווייניג,
אה! איר מיינט א זייער וואס לאזט נישט אריין שמיץ אין די סינק,
ניין, דעס וואס מ'גיסט אריין אין די סינק
ענדליך ווייסער שוין אז "דער זאך" איז עפעס וואס מ'גיסט...
וועלכע זאך מיינט איר וואס מ'גיסט?
דעי זאך וואס מ'גיסט אריין און ס'שטאפט אויף דעם סינק (עי' במערכת ער איז א פלאמער...)

א נערוון שפיל, פאר א נארישע קעמיקל....

ווען איינער קומט אריין אין פרעגט דעם הארדוועיר ארבעטער, איר האט אפשר דעי שווארצע ספאנדשעס?, דער ארבטער קוקט אים אן ווי משוגע, שווארצע ספאנדשעס?, תם מה אומר מה זאת...., יענער איז מסביר מיט אלע הסברים אז ער מיינט אזא שווארצע ספאנדש וואס מ'קען רייבן טעפ, אה ער כאפט שוין, ער מיינט סטיל וואל...., נאר ביי יענעם אינדערהיים רופן דאס די קינדער שווארצע ספאנדשעס ומאז ועד עתה הייסט דאס ביי זיי אינדערהיים שווארצע ספאנדשעס...., גיי ווייס,

און אויב דער הארדוועיר ארבעטער האט נישט קיין געדולד צו אזעלכע מינערוויכטיגע זאכן, דאן הייסט ער א ארבעטער וואס געט ער נישט קיין סערוויס,

ביי א הארדוועיר סטאר הערט מען טאקע אלץ די אפשאצונג מער ווי אין אנדערע געשעפטן וועגן די סערוויס, ביי א גראסערי צו ביי א בעקעריי הערט מען קיינמאל נישט רעדן צו יענער געט סערוויס צו נישט, מ'רעדט אפשר צו מ'דארף שטיין לאנג אין די ליין צו נישט, אבער סערוויס, איז כמעט נישט שייך, א קלאדינג סטאר איז דאך פשוט דער מציאות פון א קלאדינג סטאר איז איינס מיט סערוויס, ווייל ער סערווירט און מעסט אן קליידונג אויף מענטשן, ממילא איז נישט שייך צו זאגן ער געט סערוויס ווייל קלאדיג איז טייטש סערוויס אין אנדערע ווערטער, אבער הארוועיר איז יא שייך די טעמע פון סערוויס, ווייל ווען א מענטש גייט אריין אין הארדוועיר סטאר ווייס ער נישט פונקטליך וואס ער דארף, אבער ער מוז דאך צושטאפן זיין מויזן לאך, ער מוז אויפהענגען א פיקטשער פרעים, דא מוז ער אנקומען צו עצות פונעם הארדוועיר אייגנטומער, לייג דעס און לאז עס אויסטריקענען וכו' וכו', דעי הוק איז גוט פאר קליינע פאר גרויסע פרעימ'ס וכו', ער מוז געבן עצות און אויפקומען מיט איידיעס המכונה סערוויס.

פאר פסח ווערט דער הארדוועיר סטאר פארוואנדלט אין א יאר מארק, ער איז אפן ארום די זייגער, מ'שטופט זיך אריין און ארויס אין הארדוועיר בערך ווי אין מקוה נאך תיקון ליל שבועות, פארוואס איז דאס אזוי?..., צו וואס ווערט אזא אנלויף, קומט'ס לאמיר אייך מסביר זיין.

ווייל דאס איז הכל מודים אז יעדער איד וואס רגליו עמדו על הר סיני, מוז קויפן יאר יערליך פאר פסח די פאלגענדע אייטעמס,

שמאטעס פאר די סינק,
הארטע קארד בארד,
סקאטש טעיפ,
פלעסטיק קאנטער טאפ'ס,
א נייע בעזעם און מאפ, ועוד,

און דאס ווערט געווענדליך געקויפט ממש הארט פאר פסח, יעצט לאמיר נעמען אזא שטאט ווי וויליאמסבורג, וויפיל הארדוועיר געשעפטן זענען דא אין די גאנצע שטאט, ווילהעם, אסא, טיב טוב, סעגעדין, און האז ענד האום, דאס איז 5 געשעפטן פאר א גאנצע שטאט ווי עס וואוינען אריבער 10 טויזענד משפחות, נו לאמיר מאכן א חשבון 10 טויזענט מענטשן גייען אריין אין 5 געשעפטן אין איין וואך, האיך יכנס כל הפשתן הזה?, דאס בערך 2 טויזענט מענטשן פער סטאר,

און דאס איז ממש די קלענסטע חשבון וואס מיר האבן געמאכט, ווייל מיר האבן אויסגערעכנט נאר 5 זאכן וואס יעדער "מוז" קויפן יאר יערליך, קומט אבער צו זאכן וואס נישט יעדער קויפט, אבער א גרויסע פראצענט קויפט דאס יא, למשל ליידיגע פלעסטיק באטלעך מיט דעקלעך פאר מאסט, דשוס, וכדומה, און סתם דערזעהט מען זיך אלץ אפאר טעג פאר פסח מיט זאכן וואס מ'דארף פונעם הארדוועיר, צ.ב.ש. א נייע שארפע מעסער, א שבת בלעך, א קעסל, א מיקסער, א געוויסע סייז טאפ וואס מ'האט שוין לאנג געפלאנט צו קויפן, ס'איז לא ימלט אז ס'זאל זיך מאכן איינער וואס דארף נישט גארנישט פונעם הארדוועיר פאר פסח אויסער די מינימום,

קומט מען ווייטער צוריק צום אלטן חשבון 10 טויזנט מענטשן גייען איינקויפן אין 5 סטאר'ס, דאס איז פראצעטואל 2 טויזענד מענטשן פאר איין סטאר אין ווייניגער ווי איין וואך, דאס איז ממש עק וועלט, מ'קען דאך באקומען א קאפ וויי בלויז צו זעהן 1000 מענטשן א טאג, האנדלען מיט זיי על אחת כמה וכמה, האנדלען מיט זיי אין אנגעצויגענע מאמענטן בן בנו של ק"ו, (לאמיר נאר א קוק טון אונטער זייער רעדשיסטער אפשר וועט מען דארט טרעפן די ליידיגע טיילענאל באטלעך.....)

וועלן דאך מאנכע זאגן אז איך פיר מיך ווי א חסיד און איך צייל יענעס טאש, ניין, איך רעד לגריעותא נישט לטבותא, יעדער פארשטייט אז ווי אין יעדע ביזנעס איז דא א סיזען, אבער איך רעד אבער אז די סיזען זעלבסט איז פארוקט ביז צו קאפ וויי...

דאס איז פסח, וואס טוט זיך סוכות?,

די הארוועיער סטאר'ס זענען שוין קלוג געווארן במשך די יארן, מ'לייגט שוין ארויס לכתחילה די לאנגע שרויפן וואס מ'ניצט פאר די רעגולער סוכות, מיט וואשעט'ס און נאטס וכל המסתעף, מוז אבער דער סטאר זיין אויסגעשטאט מיט טול'ס וכל הדומה, ווייל סוכות איז דער סיזען ווען די בין הזמנים בחורים הייבן אן ליב צו באקומען טול'ס, א דרילער, א דשיק סאו, און סתם צווענגלעך און האמער'ס, דא דארף שוין דער אייגנטומער זיין א מבין אין טול'ס, מסביר צו זיין פארן קליינעם שתי שערות'ניק וועלכע דשיק סאו ס'לוינט זיך פאר סתם שניידן און וועלעכ'ס לוינט צו מאכן א לעקטריק סיין אדער א קרוין.

דערנאך קומט צו, נוי סוכה, קליינע באלב'ס, פלערעסנט, שטריקן, סטעיפלער'ס, טישן, בענק, בעטן, דאס פארנעמט אזויפיל פלאץ אז מ'קען נישט אפי' אדורך גיין לעבן דעם הארוועיר אפי' ווען מ'וויל נישט אריין גיין,

איצט לאמיר צוריק גיין צום אלטן חשבון, יעדער איינוואוינער אין די שטאט "מוז" עפעס קויפן פון הארדוועיר פאר סוכות, הייבט זיך אן א חשבון 10 טויזענט מענטשן אין 5 סטארס אין איין וואך = קאפ וויי.

יעצט זאל זיך דער פרישע יונגערמאן אדער בין הזמנים בחור אפשטעלן א מינוט, פאר ער גייט אריין אין הארדוועיר סטאר אין א בין הזמנים'דיגן דינסטאג אויפדערנאכט, נאכדעם וואס ער האט שוין געכאפט א שינת צהרים, און געגעסן סאפער, געדאווענט מנחה מעריב, און באשלאסן אז היינט נאכט איז א גוטע צייט צו בויען די סוכה, יעצט דארף ער נאר אריין גיין אין הארדעיר קויפן אפאר זאכן, פארשטייט זיך אז דער אייגנטומער דארף האבן געדולד אויסצוהערן זיין נייעם פאטענט וואס ער האסט אויסגע'חלום'ט צוזאמען צו שטעלן זיין שלאק, שוין נאכדעם וואס ער האט מסביר געוועהן האסטיג מיט די הענט און די פיס וויאזוי ס'גייט זיך הייבן און לאנדן זיין פעסטן שלאק, דארף ער נאר אזא געדרייטע סקרא און א על מיט נאך אזא 2 רעדלעך, און אויך א עצה און א הדרכה וויאזוי מ'קען דאס טאקע מוציא זיין מכח אל הפועל....

דער איינגטומער דארף האבן געדולד, דיר אויסהערן, דיר סערווירן, דיר מייעץ זיין, און דיך נישט אראפ לאזן א פראסק פארן גיין אויף די נערווען 9 אזייגער ביינאכט ווען ער האט שוין היינט געזעהן 1000 מענטשן...., און די פלא איז, אז ער האט יא געדולד...., ער הערט אויס, ער סערווירט, ער איז מייעץ, און לאזט נישט אראפ קיין פראסק...., פאר א אייטעם וואס קאסט 2 דאללאר, און דער קונה בעט אויך ביים קויפן אז אויב ס'ארבעט זיך נישט אויס וויל ער עס קענען צוריק ברענגען,

איך וואלט געשריבן נאך, נאר איך יאג מיך צום הארדוועיר קויפן אייניגע צוגעהערן פאר מיין סוכה....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

א טאג-בוך וואס מ'שרייבט ביינאכט. א היכי תצמח? נישט געפערליך, פון מאץ שאץ שטייט אלעס אויס.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעכטיג שבמעכטיג. ער פירט מיר צוריק מיט א קנאפע האלב יאר און אט שטיי איך טאקע אין הויז-ן'-היים וואס ווירבלט ווי א וואש-מאשין מיט מענטשן, פרויען, און קינדער... פיצלעך קינדער שלאפן אין די זייט, מאדערנע ישיבה בחורים שטייען גרייט ארויסצוהעלפן יעדן איינעם מיט וואס ער דארף - פארשטייט זיך אז יעדע שאלה ווערט סייווי אנגעפרעגט נאכדעם ביי "יואלי" פון די רעדזשיסטער אדער מר. סעגעדין זעלבסט, אבער די בחור'לעך העלפן כאטש אפקלעבן די סטיקערס פון די מצה טאשן פאר מען טובל'ט זיי אין די מקוה וואס פארמאגט מער לעפלעך ווי וואסער.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

העי מיסטער, איך זיך אזא מעכטיגע זאך, אזוי ס'גייט מיט אזא טשוואק אויף ארויף, ווייסט וואס איך מיין, יא, אזא זאך וואס מ'לייגט אריין אין א תגובה ווען מ'וויל איינעם באדאנקן..

שאץ! מעכטיג. יעצט קום איך שוין אויף דיינע טריט ווער דו ביסט, דו ביסט א חזן וואס שפילט רבי וואס שערט די האר און פארקויפט לייטער'ס..
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

יגר, עס וועט דיר נישט אזוי שנעל גיין, נאך פינעף שורות און דו עס נאך אלץ נישט ארויסהאבן, אבער דער ש"ץ, וואס איז דאס טאקע?
איך הייב שוין אן צו קלערן אז דאס איז פון די וועד החינוך, איבעראל ווייסט ער פונקליך וואס טוט זיך איבעראל, אפילו ביים בעל תפלה ביים עמוד.

שוין! יעצט האסטו מיך אפגעהארגעט, ביז יעצט האביך א יעדע קאנטראקטינג דשאב געוויסט אז איך קען פרעגן מיסטער אסא, ער האט מיר אזוי שיין געענטפערט, יעצט וועל איך מיך שוין פילן ווי א נעראים צו פרעגן.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

הער אויס. איך האב ביז היינט געקלערט אז די ביסט א קהל איינגעשטעלטער און אויפדערנאכט גייסטו נאך געלט ביי חתונות. דאס איז מיסתמא די סיבה פארוואס די קענסט דיך אויס מיט די מקוה איד, שמש, בעלי תפלות אא"וו. און פון דייין זייטיגע ארבייט פון גייען נאך געלט ביי חתונות קענסטו שוין אויך די חתונה דזשאבס אויך.

כ'האב זיך זעהט אויס שטארק גענארט, ווייל ווי עס קוקט יעצט אויס ביסטו אן ארבייטער אין איינע פון די פינף הארדוועיר געשעפטן אין וויליאמסבורג און פראבירסט צו שיקן א מעסעדזש פאר די איינקויפער דיך נישט אראפצודרייען דאס קעפעלע דיינער.

דאס איז א שטארקע טעות! יעדער מענטש וועט יעצט ווילן קומען רעדן מיט שאץ מאץ, דער עולם וועט דיך אנפאנגען דרייען א קאפ - אין הארדוועיר סטאר - מיט פארשידענארטיגע קשיות.

שטעל דיך פאר א כולל אינגערמאן קומט אריין און שטעלט זיך אפ נעבן דיר, ער גוט א קוק, יא, דאס קוקט אויס צו זיין דער שאץ, ער גיט דיר א פרעג,"זאג נאר,די האסט א לאנגע פלאס-ביט פאר א דרילער?" שאץ טראכט נישט קיין צוויי און זאגט גלייך "יא, דארט אין יענער אייל אויף די לינקע זייט גאנץ אונטן" דער אינגערמאן זעצט פאר און פרעגט ווייטער" אהא, גוט, זאג נאר, די ברכו נוסח פון ראש השנה ביינאכט מיט וואס איז עס אנדערש ווי סתם א יו"ט?"...

איך פראביר זיך צו פיקטשערען ווי שאץ מיטן בלויען העמעד שטייט דארט אויפן לייטער און שלעפט אראפ א גאנצער ראל דיקע פלאסטיק פאר איבערצוציען בענקלעך, דערביי זינגענדיג פאר א קאסטומער א גוטער ניגון פאר ממקומך..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמח »

דער שאץ איז אנבעליוועבל, אזוי גוט אראפצולייגן יעדן דיטעיל, איך קען שוין קוים ווארטען וואס עס קומט נעקסט.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

אך און וויי פאר אלע ארבעטער פון הארדוועיר סטארס דעם סיזען, יעדע אינגערמאן וואס גייט דעסיידן אויף איינעם אז ער איז שאץ, גייט ער אים אנפאנגן פרעגן איבער טאג-בוך סעריע, און טאמער א אינגערמאן וואס ארבעט און הארדוועיר סטאר רעגט זיך אויף איינעם, געט ער דאך נישט קיין סערוויס (כדברי שאץ.......)
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

כ'האבעס געליינט און שטארק הנאה געהאט, כאמעך געפילט פונקט ווי אין הארדווער סטאר, כ'זאג אבער נישט אויף וועכע זייט.

יישר כח גדול ונורא.
a one

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a one »

a one אראפגעלייגט די מצב!!!!!!!!
אבער וואס איז וועגן צווייטן זייט מטבע, ווען א אומשולדיג קאסטומער קומט אריין צי א :evil: אייגנטימער וואס קען שוין נישט אנקוקן קיין איין מער קאסטומער וואס זאל ער דעמאלס טון???
ווען אייגענטומערס וואלטן געוויסט ווי סך קאסטומער סערוויס מאכט אויס.........
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שאצי, ריזיג איז נישט דאס ווארט, ביי דיינס אנארטיקל שפיר איך זיך ווי דו נעמסט מיר אויף א טור אויפן ארט, זוי גוט איז סע אראפגלייגט, יישר כח.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

נו, וואו ליגט שוין די נאגל? הערסט נישט כ'פרעג דיר שוין צען מאל? דאס הייסט קאסטומער סערוויס???

אוי.... ניין.... כ'בין אפילו נישט אין הארדוועיר סטאר, נאר דער שמאץ האט מיר אריינגדאכטן כאילו איך שטיי יעצט ביים מיסטער הארדוועיר און בעט אים א נאגל... יויש ביסטו זיס, כ'בין מיר מחי' מיט יעדעס ארטיקל עקסטער דיינע, עה! ס'עפעס? מיט יעדעס ווארט עקסטער דיינע!

רבי שאץ, קיפ אפ די גוד ווארק, און האלט אונז ווייטער געשפאנט מיט דיינע אייזערנע רעיונות.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יישר כוח שאץל פאר דיין שיינע טאג בוך פונעם הארדווער סטאר.

איין זאך,
אויב איז עס טאקע אנדערש פון א גראסערי, נו אפשר באשרייבסטו א טאג בוך פון א גראסערי אויכעט?
איך מיין, ס'יז דאך אנדערש, ניין?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

אזויווי פון אלע דיינע ארטיקלן, האב איך פון די ארטיקל אויך זייער הנאה געהאט. יישר כח.
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

שכוח הרב שאץ, הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נישט אומזיסט רופסטו דיך מיט'ן נאמען שלעפער...
An article a day keeps the babies away
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך קום ווי מיט א שירעם נאך א רעגן שטורעם, אבער דאך האב איך היינט הנאה געהאט און א שכח מוז מען זאגן. יהי רצון שירבו כמו ארטיקל זה בקרעטשמע.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

איך האב געוואלט עפענען אזא סטאר ערגעץ וואו. און נאך אזא ארטיקל בשום אין אופן
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

פיין הנאה געהאט (נאך בשעתו)

עס ארויפגעברענגט לכבוד עניני דיומא
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”