ויקח מן הבא בידו מנחה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

ויקח מן הבא בידו מנחה

תגובהדורך התאחדות » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:13 am

תפלה לעני כי יעטוף.... דאס באקאנטע מעלאדיע, די פסוק וואס ברענגט אפיר דעם אלול'דיגן אטמאספערע. ווען אט דער ניגון הערט זיך, געט דאס הארץ א צאפל, יעדער איד ווען ער הערט דעם בעל תפלה אנהויבן ערב ראש חודש אלול דאס קאפיטל תפלה לעני כי יעטוף, טשילס גייען דורך אלע גלידער, עס קלינגט שוין אפ דער: אשרי יושבי ביתך, עוד יהללוך סלה... דער קדיש דערנאך, און דער מן המצר קראתי פון פאר תקיעת שופר. דאס קרייען פונ'ן האן ערב יום כיפור, גרידזשלט אין די אויערן. דעם פתח לנו שער בעת נעילת שער פון נעילה, וועקט זיך אויף אין מוח. נו איז דאך מער ווי רעכט, זיך צו געבן א שטעל אפ, און טראכטן, וואס קענען מיר זיך לערנען פון אט דעם קליינעם יום כיפור.

פילע זאגן דאס ביי חצות, נאכן פאסטן א האלבע טאג, און נאכ'ן אויסזאגן דעם ספר תהלים. אנדערע זאגן דאס נאכמיטאג, נאכן זאגן כאטשיג עטליכע קאפיטלעך תהלים. מאנכע זאגן דאס יעדן ערב ראש חודש, ווען עס איז א באקאנטער זמן תשובה. אבער ערב ראש חודש אלול, זאגן שוין אלע אחרונים, אז אפילו די וואס זאגן נישט אגאנץ יאר, זאל עס ער"ח אלול יא זאגן, כדי זיך מעורר זיין לתשובה ולמעשים טובים.

אין איינע פון די קאפיטלעך זאגט דער פייטן: ישורון עמך ישיר בחסדך בטוב לקח, הטה אליו אזניך ושמע ועיניך פקח, וראה כי טוב מסתופף בשערי רחמיך. ויקח מן הבא בידו מנחה. אינ'ם אנדערן קאפיטל זאגט דער פייטן: ישראל עמך אשר בך מאמין, אם בשמאל דחיתו קרבהו בימין, בא לשחר פניך. ויקח מן הבא בידו מנחה.

אט די צוויי פזמונים האט מיך געגעבן א שטעל אפ, נישט ווייל עס ענדיגט זיך מיט'ן זעלביגן פסוק, נאר פערצופאל, איז דאס אויך געווען. ווען מ'זאלן מיר זיך אביסקעלע פארטיפן אין אט די צוויי פזמונים, וואלטן מיר געקענט דערהערן א וועג צו תשובה, אפילו אין אט דעם טונקעלן גלות, ווי מיר געפונען זיך. הגם כ'וועל נישט מחדש זיין קיין שום חידושים, כ'וועל בסך הכל זאגן ענינים וואס זענען ידועים לכל, פארט איז וויכטיג צו חזר'ן דאס אלטע, מיר זאלן זיך קענען געבן א הויב אונטער פונ'ם שווערן יאך וואס דער בעל דבר לייגט אונז פאר.

דאס ערשטע הויבט זיך אן מיט א תפלה צום רבוש"ע, דיין אידיש פאלק זינגט צו דיר, נעם זיי אן מיט דיין גוטסקייט, נייג צו דיין אויער און הער, און דיינע אויגן האלט אפן, און זעה אז 'גוטס' דרייעט זיך ביי די טויערן פון דיין רחמנות. דאס צווייטע זאגט זיך אזוי: דיין פאלק ישראל וואס גלייבט אין דיר, אויב האסטו איהם אוועקגעשטויסן מיט דיין לינקע האנט, דערנענטער איהם מיט דיין רעכטע האנט, ווארום, זיי זענען געקומען דיך באזוכן.

איז דאך פשוט שווער, קומען זיך דא אן זינדיגע מענטשן, און וואס בעטן זיי? האב רחמנות אויף מיר, כ'קען דיר גארנישט געבן רבוש"ע, קוק מיך אן ווי אזוי איך בין, קוק אויף דיין רחמנות, דענענטער מיך. איי פארוואס? ווייל כ'בין געקומען צו דיר. האט איר שוין געהערט אזא געוואטקייט? ווער ביסטו בכלל? קום, זאג צו, כ'וועל שוין זיין וואויל, כ'וועל שוין נישט זינדיגן, וואס איז דאס גערעדעכץ, וראה כי טוב מסתופף בשערי רחמיך?
(פארשטייט זיך אז די קשיא איז נישט אזא שווערע, אבער פארט כדי לשבר את האוזן, האב איך עס אביסל מער אויסגעברייטערט, און בעיקר כדי צו צוקומען צום ענפער.)

נאר וואס דען? מיר אידישע קינדער ווייסן, אלמלא הקדוש ברוך הוא עזרו, לא היה יכול לו. מיר ווייסן און מיר גלויבן, אז מיר קענען נישט אליינס, ווי מען זאגט טאקען אין די יום כיפור קטן, וראה כי אזלת יד, ופני מרום שחו. (אזוי דאכצאך מיר איז דאס לשון) מיר קענען נישט, מיר טויגן נישט, מיר האבן נישט די כוחות. מיר האבן א כלל, אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, דער אויבערשטער פארלאנגט פון א מענטש וואס ער קען 'יא', און נישט וואס ער קען 'נישט'. דער עיקר חסרון איז, בעסער געזאגט, דאס עיקר וויאזוי דער בעל דבר האט א שליטה אויף אונז, איז נאר ווייל ער פארדרייט די יוצרות. ער פרובירט צו מאכן פילן דעם מענטש אז ער דארף טוהן זאכן וואס ער קען נישט, און פון די אנדערע זייט, מאכט ער איהם פילן, אז דאס וואס ער קען יא, איז נישט וויכטיג. ווען דאס וואלט געווען געשטעלט אויפן פלאץ, וואלטן אסאך אידן געווען פיל נענטער צו גאט ברוך הוא.

א מענטש ווען ער קען זאגן פינף קאפיטלעך תהלים, טראכט ער: עה, כ'דארף דאך אויסזאגן גאנץ תהלים. ווען ער קען ווען אויסזאגן גאנץ, טראכט ער: נו, מ'דארף דאך זאגן דריי מאל אין א ציה, אנישט וואס האט מען דערפון. א מענטש ווען ער קען פאסטן א האלבע טאג, טראכט ער: מ'דארף דאך פאסטן א גאנצן טאג. ווען ער קען פאסטן עטליכע שעה, טראכט ער: מ'דארף דאך פאסטן מינימום א האלבע טאג. אזוי כאפט דער בעל דבר אוועק פונ'ם מענטש, אזויפיל גוטס, אזויפיל ווערדפולע אוצרות. דאס גרעסטע ווייטאג איז נאך, אז אלעס איז מיט א מעטה פון יראת שמים, ער וויל פשוט טוהן טויזנט מאל מער.

וואלט א מענטש געוואוסט איין זאך, כאפ וואס דו קענסט יא, און טראכט נישט אזויפיל איבער וויפיל דו קענסט נישט, וואלט דאך א איד אסאך מער אריינגעכאפט. ער וואלט אסאך מער געקענט תשובה טוהן, פשוט ער וואלט נישט געהאט קיין צייט אזויפיל צו זינדיגן.

דעם געדאנק איז מיר אויפגעשווימען ווען מ'האט געזאגט אט די צוויי פזמונים: ישורון עמך ישיר בחסדך בטוב לקח, דאס ביסל וואס דער איד טוט, ווייל דו לאזט איהם צו, נעם אן מיט דיין גוטסקייט, הער זיך צו צו זיין געבעט, אפילו עס איז אזוי שטומפיג, אזוי אומבאלומפערט. אבער עפן דיינע אויגן, און זעה וואס האט איהם געשטופט צו עפענען זיין מויל, וראה כי טוב מסתופף בשערי רחמיך, דאס ביסל אמונה אין דיין גוטסקייט, דאס דרייט זיך אין דעם מענטש, דאס איז וואס האט איהם געשטופט זיך צו ווענדן צו דיר.

דאס זעלבע איז מיט'ן נעקסטן פזמון, ישראל עמך אשר בך מאמין, דיין אידיש פאלק, וואס נאר ווייל זיי גלייבן אין דיר, איז ווען בשמאל דחיתו, קרבהו בימין, ווען זיי שפירן א ווייטקייט, ווען זיי זעען אז זיי קענען נישט טוהן קיין סאך, גלויבן זיי אבער אינ'ם קרבהו בימין, גלויבן זיי אז עס איז זייער חשוב דאס ביסל וואס זיי טוען יא. און צוליב דעם באו לשחר פניך, וועגן דעם זענען זיי געקומען צו דיר.

אויף ביידע פון די שרייעט מען אויס הויעך: ויקח מן הבא בידו מנחה, מ'כאפט אריין וואס עס קומט אונטער די האנט, מ'זוכט נישט קיין גרויסע עבודות, נאר כל מה שבא ליד, אפאר קאפיטלעך תהלים, אפאר משנה'ס, אביסל כוונה ביים דאווענען.

אויף דעם וועג קען מען בעזה"ש אסאך אריינכאפן, בפרט אין די הייליגע טעג, ווען די קאפ ווערט ווי פארשוועמט אין די גרויסע הכנות, און אין די שווערע עבודת הפרנסה, אבער קלייניקייטן דא און דארט, קען מען דאך פארט אריינכאפן. זאל דער פון אויבן פון גלות אונז אויסלייזן במהרה דידן, אמן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 12:07 pm

מורא'דיגע דיבורים וואס שטאמען קענטיג פון א פילבאר הארץ. תפלה לעני כי יעטוף, אפילו ער איז אן עני, ער פארקויפט גארנישט און בודאי קויפט ער גארנישט, אמער ער האט דאך נישט קיין געלט, ער איז ליידיג, ריקם ריקם, ולרש אין כל, אבער אז ער הילט זיך איין און גיסט אויס דאס הארץ פארן בורא כל, דאס איז דאס גרעסטע עשירות וואס א מענטש קען פארמאגן. אמער, ער איז דער זוהן פונעם קעניג און האט א דירעקטע שפראך - פנים אל פנים, פה אל פה - מיט כביכול אליינס.

דער געדאנק פון פרוטה פרוטה מצטרפת לחשבון גדול וואס אונזער חשוב'ער "התאחדות" ברענגט אזוי שיין ארויס לגבי עניני עבודה, וואלט איך גענומען און געפירט אויך לגבי תורה. מיר אלע ווייסן אז וויפיל מיר זאלן נאר זיין פארנומען מיט מחיה וכלכלה, האבן מיר נאך גענוג און איבערגענוג צייט פארבליבן פאר עסק התורה. איך האף און גלייב אז איטליכער פון אונז איז קובע שיעורים לתורה, אבער אז עס קומט חודש אלול דארף מען זיך מאכן א חשבון הנפש "אפשר איז כדאי אראפצוציפן נאך צייט פארן הייליגן באשעפער און זיין זיסע תורה, אפשר איז כדאי מוסיף צו זיין נאך מינוטן און שעות צום ביז יעצטיגן לערן צייט". עס וועט קיינעם גארנישט פאסירן אויב ער וועט זיך נעמען קובע זיין א שיעור מוסר, א שיעור אין חסידישע ספרים וואס וועקן אויף דעם מענטש, א שיעור אין הלכה פסוקה, טאג טעגליכע הלכות וואס מענטשן ווייסן ניטאמאל אז דאס שטייט אין שולחן ערוך, א שיעור אין גמרא רש"י.

לאמיר זיך אונטערנעמען צו טאן חסד מיט אנדערע אידן. ארויסהעלפן יענעם מיט געלט אדער א גוטע עצה, באזוכן אידן אין תפיסות אדער שפיטעלער, מען האט נישט קיין אנונג וויפיל מען קען זיך קונה זיין מיטן אוועקגעבן עטליכע שעה א וואך אדער חודש מחיה צו זיין נפשות מישראל, פאר זיך אליינס איז דאס א געוואלדיגע סיפוק, אויסערדעם וואס די שכר דערויף איז אומשאצבאר.

לאמיר האפן אז בקרוב וועלן מיר שוין הערן דעם קול רעש גדול פונעם גרויסן שופר דורכן מלך המשיח אליין.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23380
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 8:19 am

א ישר כח פארן דיין פאר די דברי כבושין, עס האט אונז אביסל דערוועקט פון אונזער גאנץ יעריגער שלאף.

קרעמער, דו האסט צייט צו פארקויפן?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 9:03 pm

התאדות זיי דיך מודה
דו האסט דאס אראפ גענומען פון א קול קורא פון התאחדות? (פון יארן צוריק)

איך מיין אז אזויווי דערוילעם האט זיך גענומען צו מגידות און דרשות התעוררות, וואלט אפשר געוועהן פאסיג צו מאכן א נייע קאלום

"דרשות התעוררות"

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 11:19 pm

שאץ'ל, כ'גלייב נישט אז אזא פארום וועט האבן אזא אפרופונג. וויפיל מענטשן גייען צו דרשות התעוררות?

דא נעמט מען געווענליכע קעפלעך וואס מען ווייסט דער עולם וועט עפענען, און מען באגיסט זיי ביים אריינקומען מיט א טאפ הייס וואסער אזש ס'בריהט.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 12:09 pm

הרב הדייען התאחדות שליט"א

מיר האפן אז די דברים שיצא מלב המלך וועט אריין טיף אינעם לב עבדו ווי עס ברויך צו זיין.

יישר כח, עס איז א טייערע בחינה אז מען זאל זיך נישט לאזן פארפירן פונעם יצר אז היות איך וועל נישט קענען טון ווי אלע שיטות זאליך נישטאמאל אנהייבן.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 7:21 pm

כבוד הדיין שליט"א
איך האב נישט געהאט קיין צייט אויפאיינמאל ליינען די חשוב'ע דברי חיזוק והתעווררות, האב איך אראפגעציפט צייט זעיר שם זעיר שם, ביז איך האב יעצט גומר געווען בכי טוב,
גיט אריין אין די ביינער די דברים היוצאים בן הלב, און איך בין מקבל שוין טוהן צידערזאך, 'ציפען צייט' מער לערנען דאווענען חסד וכו' און ווי אויך דער חשוב'ער מייסד האט ציגעלייגט
איך לויף שוין ארויס פון דא
כל טוב
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 12:34 am

יישר כח דיין שליט"א
עס איז געווען גאר אין פלאץ, און אין צייט.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » זונטאג סעפטעמבער 21, 2008 5:14 pm

ווי זאגט דער דיין זז"ג? קוק נישט וואס נישט, קוק וואס יא, יעצט האב איך באמערקט וואס איך האב פארפאסט.
אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל.
אבער אזוינע ווערטער אויפן פאפיר, אינטערעסאנט אז עס איז נאך דא, עס ברענט, איך בין שוין אינמיטן, יא מען האט שוין געזאגט אשרי, און קדיש,
און אפילו מחי ומסי, שוין געווען אויפן בית עלמין, ווער עס האט דאס נטכנישט געליינט קען נאך פאררעכטן.

קרעמער, ווען גיימער און שפיטאל באזוכן אפאר חולי ישראל?

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » זונטאג סעפטעמבער 21, 2008 5:20 pm

איך האב עס אריבערגעקאפיעט אויף ווארד, דורכגעליינט און מורא'דיג הנאה געהאט

יעצט אז די אשכול איז ארויפגעברענגט געווארען איז דאך נישט מער ווי רעכט צו בא'שכוח'נען וואו עס דארף צו זיין פארן (פאר'ן?) תענוג רוחני.

אזלא, א הערצליכען יישר כח התאחדות.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » זונטאג אוגוסט 28, 2011 11:51 am

נוגע פאר מארגן

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג אוגוסט 28, 2011 12:05 pm

עס איז דאך אזוי עמאשענעיל.... ש'כח טייערער דאיען שליט"א
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 3:36 pm

יאשר כוחכם פאר'ן ארויפברענגן, זאלן אידן הנאה האבן.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 3:45 pm

דבר בעתו מה טוב.

שקויעך התאחדות, זייער ווארעם און אויפריכטיג.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 3:19 pm

נאך א יאר פאריבער.

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 4:34 pm

דעת זקנים האט געשריבן:א דאנק פארן אחראי הרב סאכדעס פארן אינזין האבן די פרישע דורות מיטן ארויפברענגן עפעס ערענסטע שטאף פון בעיסמענט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:08 pm

און דאס אויך

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 3:41 pm

און ווידער.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 3:20 pm

התאחדות האט געשריבן:יאשר כוחכם פאר'ן ארויפברענגן, זאלן אידן הנאה האבן.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 9:50 am

סאכדעס האט געשריבן:
התאחדות האט געשריבן:יאשר כוחכם פאר'ן ארויפברענגן, זאלן אידן הנאה האבן.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 6:43 pm

סאכדעס האט געשריבן:נאך א יאר פאריבער.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גרינגער, סטאוו יא פיטא, שמו און 29 געסט