ערב שבת חנוכה דיסארדער...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יא, דא האבעך שוין געהאט געהאט געשריבן א תגובה, כ'ווייסט נישט וואו ס'איז אומגעקומען. פארשטייט זיך אנצוהויבן טראכטן וואס כאגעשריבן האטעך נישט קיין טעם, ווייל אין בו אלא חידושו (וועא"מ)

שאצי, דו האסט ארויסגעברענגט מיינע אלע מחשבות וואס איך האב געקלערט איבער דאס גאנצע הו-הא וואס האט זיך אפגעשפילט פאר מיינע אויגן, און פאר די אויגן פון רוב כלל ישראל. קיינער כאפט זיך אבער נישט, אז איהם זעען עטליכע הונדערט אנדערע אידן, ודי ואכמ"ל וועא"מ.

איך האב נאר נישט געקלערט אז מ'קען עס געבן עפעס א דיסארדער נאמען, איך האב עס גראדע אויך צוגעשטעלט צום ערב פסח עפאכע, מיט ערב שבת חנוכה, אבער צו ערב יום כיפור איעס מיר נישט בייגעפאלן. קומסטו מיטן חידוש, אז עס איז היינו סכך, אלעס האט דעם זעלבן שורש, עס קומט פונ'ם זעלבן עפעקט. אוקיי, זאגסט דאך אלעמאל גוט, דיין שפראך לויפט פאראויס פוןנ'ם ליינער, אזש עס צוגיסט זיך אזא רואיגקייט ביים לייענען. יישר כוח פאר אלע דיינע ארטיקלן, פילע דערפון פרינט איך ארויס, און כ'קום קיינמאל נישט אן עס צו געפונען נאכאמאל, פארשטייט זיך ווייל עס פעלט שוין דאס מאראנץ וועא"מ... אבער זאסט וויסן זיין, אז כאבעך הנאה פון איטיליכען באזונדער..
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

אזוי ווי איך בין יעצט אנגעקומען צו ליינען און הנאה פון דעם ארטיקל, וועל איך יעצט אפגעבן דעם שכוח.

שאץ, א גרויסן יישר כח.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

רבותי דער וועט ליידט אויף ערב שבת חנוכה דיסארדער האט נישט קיין צייט צו ליינען היינט ערב שבת דעם ארטיקל, אבער איך ברענג עס ארויף לתועלת הענין
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

נו שאצל עפעס א רפואה האט מען שוין געטראפן פאר דעם
איך האב פארוועם עס צו געבן די יודעי דבר ווייסן אז צומאל קען זיך דאס גרעניצן מיט סכנת נפשות
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

רבותי נישט פארגעסן צו זינגען דעם "שבת חנוכה ניגון" אכלו משמנים, עס איז געדריקט אין סידור יעב"ץ.
אויב האט איר נישט א ניגון דערויף קען מען דאס מקיים זיין מיט פשוטו כמשמעו אכלו משמנים וכו'.
אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריץ »

וועלכע נאטורליך ביסטו?
די נייע צי די אלטע?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

יעצט בעט מען דעם עולם איבערצוגעבן וויאזוי עס איז דורך היי יאר.
אני הקטן האב עפעס נישט געפילט דעם דיסארדער, איך מיין אז ווי א יאר שפעטער גייט די פרעשור אראפ, הגם ביי מיין שווער זאל זיין געזונט גייט עס ארויף יעדעס יאר, וואס האלט דער עולם ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

הערשט יעצט געלעזט, זייער זיס און אמת'דיג ר' שאצ'ל!

מיין אידענע מאכט שטענדיג חוזק פון מיר אז זיי צינדן יעדן ערב שבת און מאכן נישט קיין עסק דערפון, די מענער צינדן איינמאל א יאר ער"ש און זיי ווערן אינגאנצן צודרייט...
מיין גראסערי האט שוין די מאנטאג ארויסגעהאנגן גרויסע טאוולען אז די קומענדע 2 ער"ש חנוכה שפארט מען מיט א האלבע שעה פריער!! האסט נישט קיין השגה וואסערע כא'אס צושטאנד עס גייט זיין דארט מארגן.. מענטשן גייען שוין שטיין פון פרי פארטאגס צו מאכן זייערע ער"ש חנוכה (דיס)אדרער'ס...

נ.ב. פאר די רעקארד, מיין מנורה איז שוין גרייט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

האט איינער א אהנונג ווא דא גייט פאר? איך ליין דעם ארטיקל דעם ערשטן מאל?!! הו נאוז? איך האב נאכנישט מגיב געווען? אנריעל!!!

שאץ, דער ארטיקל האט מיך געקאסט א שמייכל, ווארום, איך האבעס געליינט יעצט 9:00 נאכן צוגרייטן די מנורה, אמעער, סי'דעך ערב שבת חנוכה...

שאץ א_וואו אייביג, גוט איז דאס ווארט!

קאפויער שכח פארן ארויפשלעפן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

צום זאך האט געשריבן:הערשט יעצט געלעזט, זייער זיס און אמת'דיג ר' שאצ'ל!

מיין אידענע מאכט שטענדיג חוזק פון מיר אז זיי צינדן יעדן ערב שבת און מאכן נישט קיין עסק דערפון, די מענער צינדן איינמאל א יאר ער"ש און זיי ווערן אינגאנצן צודרייט...
מיין גראסערי האט שוין די מאנטאג ארויסגעהאנגן גרויסע טאוולען אז די קומענדע 2 ער"ש חנוכה שפארט מען מיט א האלבע שעה פריער!! האסט נישט קיין השגה וואסערע כא'אס צושטאנד עס גייט זיין דארט מארגן.. מענטשן גייען שוין שטיין פון פרי פארטאגס צו מאכן זייערע ער"ש חנוכה (דיס)אדרער'ס...

נ.ב. פאר די רעקארד, מיין מנורה איז שוין גרייט.



איך האב געהערט די ווארט אויף 2 מאל א יאר וואס די מענער גייען משוגע.. איינמאל ערב שבת חנוכה וועגן די דערמאנטע דיסארדער, ס'צווייטע איז ערב פסח ווען די מענער מאכן א וועלטס איבערקערעניש אויף די 6 דינע מצות וואס דארף צו הייסן אז זיי באקן.. בשעת ווען די פרויען באקן יעדן ער"ש מערערע פרישע גראבע בארכעס בשתיקה..

מיין עקספיריענס היינט ער"ש חנוכה ווי עס האלט יעצט.. אויפגעשטאנען מיט א שעה פריער ווי מיין שטייגער, אנגעגרייט די מנורה (נאך פארן דאווענען שטייטצעך..), געלאזט צושטעלן פלאנקן פלייש פאר די האנט נאכטיגע סעודה.. אפדעיטס טו פאלא..
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

lebediger berel האט געשריבן:יעצט בעט מען דעם עולם איבערצוגעבן וויאזוי עס איז דורך היי יאר.
אני הקטן האב עפעס נישט געפילט דעם דיסארדער, איך מיין אז ווי א יאר שפעטער גייט די פרעשור אראפ, הגם ביי מיין שווער זאל זיין געזונט גייט עס ארויף יעדעס יאר, וואס האלט דער עולם ?


דאס האט אני הקטן געשריבן פאראיאר אזא צייט.
ועכשיו ביותר
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מייין היי יעריגע סדר היום פון ערב שבת חנוכה קענט איר געפינען דא,
http://www.ivelt.com/forum/index ... ic#p300403
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

שכוח פאר'ן ארטיקל!

(אגב, ביי אונז איז די מנהג ערב שבת חנוכה, קודם צו דאווענען מנחה (מ'דאווענט פרי), און הערשט נאכדעם צינדט מען נר חנוכה און נר של שבת.)
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

אזוי פירט מען זיך אין באבוב דאכטצעך.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

צאנז' ראפשיץ, טשערנאביל, פמ"ג
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

א שטודיע פון א רעספעטפולער זשורנאל האט באוויזן אז די וואך - די צווייטע ער"ש חנוכה ווען מ'גייט צינדן 7 מאל אזויפיל לעכט ווי פאריגע וואך, און ס'איז אויכעט ר"ח - ליידן אבער סך א קלענערע צאל מענטשן אויף די .E.R.S.H.C.H-דיסארדער!
און די אנגעגעבענע סיבה איז צוליב וואס מ'איז שוין מער צוגעוואוינט צו דעם סקעדזשול, ס'איז שוין נישט אזוי ארויס פונעם טאג טעגליכן סדר היום.

ווען מ'האט אויסגעפרעגט 10 מענטשן - וועלכע זענען געשטאנען אין א רייע מיט וועגעלעך ביי א סופערמארקעט-קעשיר - צו זיי זענען ספעציעל אנגעצויגן אינעם יעצטיגן ער"ש? האבן 7 און א האלב פון זיי גענטפערט אז זיי קענען דאס הענדלן, בעת ווען די איבריגע 2 און א האלב האבן נישט געהאלטן ביים אנטייל נעמען אין די אנקעטע צוליב אומאנגעבליכע סיבות.
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

צום זאך;
ווי שוין געשמועסט איז דאס ריכטיג סטאטיסטיקס..

א טאג בוך (אויך מיר א טאג.. ס'פיצי..) פון דעם דרייפאכיגן אנגעצויגענעם פרייטאג וועט מערצעשם נאכפאלגן מוצאי שבת חנוכה המשולש (פאר די וואס מאכן נאך מוצאי שבת חנוכה פאדי'ס קענען זיך סומך זיין אויף די אידן וואס מאכן מוצאי שבת שושן פורים א משתה היין טיש..)
אזויפיל קענעך ענק זאגן עס איז א שעה מיט פיפצען מינוט פארן זמן איך גיי הערשט יעצט בענטשן פון די צווייטע סעודה (בעליוו איט אר נאט איך האב א אלוקינו צום בענטשן..)
סייסט אז די ראש חודש סעודה האבעך געמאכט גלייך נאכן דאווענען, און היצטערט פארענדיג איך די סעודת חנוכה..
די מנורה האבעך שוין אויך אנגעגערייט יעצט לויפעך אין מקוה.. יואש! ס'שפעט..

העמיר רעדן נאך שבת..
ט'שאבעס, טענכוידעש, פרייליכאנוקע
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

פ.ס. נאכאמזל ס'דא אזא אפציע ווי 'שנעלע תגובה' אז נישט זעה איך נישט ווי כ'וואלט געקענט אריינרוקן א תגובה'לע היינט..
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
האי גברא
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2010 8:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האי גברא »

די חברה וואס ליידן אויף די אויבענדערמאנטע דיסארדער זאלן זיך שוין גרייטן
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

bailout האט געשריבן:נו שאצל עפעס א רפואה האט מען שוין געטראפן פאר דעם
איך האב פארוועם עס צו געבן די יודעי דבר ווייסן אז צומאל קען זיך דאס גרעניצן מיט סכנת נפשות

איך מיין אז די בעסטע רפואה פאר די מענטשן איז זיי צו געבן צו ליינען דעם שאץ ארטיקל, וואו ער צולייגט דאס מיט קאלירטע פארבן, אז באמת איז נישטא פארוואס זיך צו יאגן, און דערנאך וואס די מענטשן זענען פאריאגט עטליכע שעה האבן זיי נאך פיל צייט צו גיין ליידיג, און אויך דאס אנווייזן אז יעדעס מאל וואס עפעס גייט ארויס פון געווענליכקייט גייען די מענטשן ארויס פון גלייכגעוויכט.
די קלארע פאקטן וועלכע שטעלן קלאר אז די מענטשן וואס ליידן דערויף פירן זיך אויף ווי קליינע קינדער וואס קענען נישט נעמען קיין טשעינדזש דאס אליין, די שטיקל פיס אוו מיינד, איז די גרעסטע רפואה פאר די סארט מענטשן.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

ישר כוח ר' שאץ מאץ פארן אזוי הערליך צולייגן דעם באקאנטן פראבלעם

ווען מ'ליינט די ע"ש חנוכה טאג בוך פון ארעסטאנט זעהט מען עס אויך מיט א קלארקייט
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

ערב שבת חנוכה תשע"ב לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שאץ מאץ האט געשריבן:רבותי דער וועט ליידט אויף ערב שבת חנוכה דיסארדער האט נישט קיין צייט צו ליינען היינט ערב שבת דעם ארטיקל, אבער איך ברענג עס ארויף לתועלת הענין
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

וואלט איך געליינט דעם ארטיקל בעפאר שב"ק, וואלט איך איינגעלאדנט אלע ליידענדע קיין מעלבורן, וואו זמן הדלקה"נ איז געווען 8:25 (פון די שפעטסטע אינעם יאר), און דער פלג (להמג"א) 8:08. איי זענען מיר געווען רואיג!

אבער ווי ר' שץ איז כדרכו מסביר בטוב טעם, וואלט דאס זיי סייווי נישט געהאלפן.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אוהב חכמה האט געשריבן:וואלט איך געליינט דעם ארטיקל בעפאר שב"ק, וואלט איך איינגעלאדנט אלע ליידענדע קיין מעלבורן, וואו זמן הדלקה"נ איז געווען 8:25 (פון די שפעטסטע אינעם יאר), און דער פלג (להמג"א) 8:08. איי זענען מיר געווען רואיג!

אבער ווי ר' שץ איז כדרכו מסביר בטוב טעם, וואלט דאס זיי סייווי נישט געהאלפן.

הזאת גילוי שמעלת כבודו שוכן בעיר מעלבאורן?
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

נישט געקענט צינדען די מנורה די יאר נאכן פלג ווייל פלג איז געווען 4:31 אין שקיעה 4:32 אין די נשים דארפען נאכדעם נאך צינדען שבת נרות,
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”