אבזערוואציעס און געדאנקען מיט @איין תגובה טעגליך.

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ווען גיי נאך געלט טראכט איך אויך אזוי ווי דיר,

אבער אינטערעסאנט איז אז ווען איך האלט אינמיטן דאווענען און איינער קומט צו מיר נאך געלט, טראכט איך פונקט דאס פארקערטע...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:ווען גיי נאך געלט טראכט איך אויך אזוי ווי דיר,

אבער אינטערעסאנט איז אז ווען איך האלט אינמיטן דאווענען און איינער קומט צו מיר נאך געלט, טראכט איך פונקט דאס פארקערטע...


זייער פשוט ביידע מאל ביסטו א נוגע

דארף מען קוקן וואס די אמת איז נאכן נעמען וואכן וויקעישן אין א פלאץ ווי סאיז נישטא קיין צדקה גייערס דעמלטס קען מען אפשר זעהן די אמת
:smile:
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

א טראפ וואסער ליגט ראויג און באשיידן און מיין גלעזעל נישט טראכטנדיג אז מיין גאנצע מחשבה ליגט יעצט אין אים,

איי די טראפ וואסער וויפל מעלות האסטו, מיט וויפל גוטע כוחת האט דיר די באשעפר באשאנקען,

א דורשטיגער מענטש וועט אים נישט העלפן די וועלטס געלט, די בעסטע מענטשען, נאר דו קענסט אים ארויס נעמען פון זיין נויט און שטילן זיין דורשט,

טויזענטער יארן, מליאנען מענטשען, האבן געאקערט, געזייט, געפלאנצען, און מיט דעם אלעם וואלט דאס אלעס גארנישט געהאלפן ווען נישט דו קומסט און דו געבסט אריין די געווינטשנע נאסקייט אינעם קערל, און דו האסט זיי נישט אנטוישט,

איי די טראפ וואסער
וואס טוט מען ווען עס ברענט א פייער מענטשען זענען פארלוירן, מאכטלויז, אבער דו ביסט שטערקער פונעם פייער, וויפל מענטשען זענען שוין געראטוועט געווארן דורך דעם,

דו זיצט ראויג און טשעפסט נישט קיינעם,
א טראפ וואסער א שטיק נאטור.

אוי די טראפ וואסער

וואס געשעהט אבער ווען דו פאלסט אריין אינעם רוישיגען ים, עס נעמט נישט לאנג און דו ביסט אויסגעמישט מיטן גאנצע שטראם, דיין ראויגקייט איז פארשווינדען, דיינע גוטע כוחת ווערן פארלוירן, דו שטעלסט זיך צו צו די רוישגע כוואליעס און דו ווילסט אלעס איינעמען און פארשוועמן,

וויפל מענטשען האבן שוין פארלוירן זייער האב און גוטס אדער גאר זייער לעבן דורך דיר,

און דאס אלעס פונעם זעלבען ראויגען טראפ וואסער, דו ווערסט אינגאנצען איבערגעדרייט ביים זיך אויסמישן מיטן גרויסן אוישען.

איך קוק ווייטער אריין אינעם גלעזעל און איך זעה מיך דארט און שפיגל און איך טראכט איך בין דאך ממש די זעלבע,

א מענטש אויף די וועלט א שטיק נאטור און אייגעארטיג, ווי פעסט און גוט קען איך זיין אוועקגעשטעלט מיט פיל גוטע מעלות ווען איך בין און א גוטע סביבה, ווי ערליך, ווי תורה'דיג,

אבער איך קען דאס אלעס פארלירן ווען איך שטעל מיך אריין און א שוואכרע סביבה, און פונקט ווי די טראפ וואסער קען איך זיך נישט קעגן שטעלן די רוישגע כוואליעס און איך ווער איבערגעדרייט אלץ א חלק פון זיי.

און ווען מיר פאלן ח"ו יא אריין אינעם רוישגען ים האט ער אונז אידן געגעבן די כח צו זיין אזוי ווי אויל וואס האלט זיך העכערן וואסער און לאזט זיך נישט ווערן אויסגעמישט מיטן גאנצע שטראם

ברוך אתה ה' אלקינו שהכל ברא לכבודו.
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

WOW זייער שיין.

גוט געזאגט ;l;p-
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

כ'האב זייער הנאה פון דיזן אשכול
כ'גלייך דיין רייכן פעדער..

שכח
גיי אן..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-
כמים וגו' כן לב האדם!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

דער איז גיט
אז מ’איז גיט איז מען גיט
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

איך זיץ און טראכט וואס זאל איך שרייבן, כ'מיין ס'ממש נישטא קיין זאך און די וועלט וואס ס'איז נאכנישט באשריבן געווארן, (איר האט עפעס אדרבה שיקט אריין אין אישי...)


אינאמת אריין האט זיך דא געדארפט ענדיגן די היינטיגע תגובה, אבער למעשה האב מיך ממש נישט געקענט ארויס זעהן פון בענקעל און ס'איז מיר איינגעפאלן אז אט דאס העט זיין די נושא היינט,

איר ווייסט פארוואס איך קען מיך נישט אויפשטעלן? לאמיר זאגן גראב גערעדט, "איך בין גראב" מיינע נאנטע זאגן מיר לעצטענס אז איך זאל טוישן מיין ניק פון @איין תגובה, צו "איין ברויט טעגליך" אזוי וועל איך אפשר געדענקען ביים זיך זעצען צום טיש ווי איך שטיי אויף די וועלט,

עכ"פ סאיז באמת זייער א "ברייטע" נושא צו באשרייבן, מען קען רעדן א וועלט, למשל איך פערזעליך האב שוין פארלוירן די לעצטע פינף יאר אליינס מער פונט וויפל איך וועג היינט צוטאגס!! א שאד נאר אז נאך יעדע מאל וואס כ'האב עפעס פארלוירן האב איך צוריק גענומען די גאנצע מיט אפאר פונט אריבער, בכל אופן סאיז א "שווערע" זאך,

וויפל פראבלעמן דאס ברענגט מיט איז שוין אפגערעדט, דאס חשבנען יעדע מאל מדארף ארויף גיין א רייע סטעפס...
צומאכן א שיך בענדעל איז עפעס וואס מדארף ממש אריין לייגן אינעם סדר היום! (זארג דיך נישט איך האב סטעפין שיך)
שבת נאכמיטאג דארף מען כסדר גיין מיט א אפנע טיש בעקטשיע,
די קנעפלעך שמייכלן :) אה כאטש זיי פרייען זיך...
און דעיס איז נאך פאר מ'רעדט פון די כוואליעס וואסער וואס גיסן זיך ביים זיך נאר אראפבייגן, שוין אפגערעדט וואס און א הייסע טאג קען מען ממש נישט אטעמען,
בקיצור די גאנצע לעבן איז שווערער !!

נו וויל איך דאך נישט זיין אזוי ברייט ביינערדיג, האבן מיר באשלאסן אז מיר וועלן גיין אויף דייעט, דער באשלוס איז געמאכט געווארן דאנערשטאג פאר סאפיר, אבער מ'הייבט דיך נישט אן א תענית פיניווע נאכמיטאג, סאו דעיס אויך נישט !!
העלן מיר ווארטן אויף מארגן, אבער איך כאפ מיך אז מארגען איז פרייטאג, אויך נישט קיין מסודר'דיגע טאג, איז געבליבן זונטאג צופרי אן קיין פשרות!
וואס זאל איך אייך זאגן טייערע אידן דעי שבת איז געווען "לעילא מכל ברכתא" איין סייז בינעך זעכער ארויף, ס'הייסט איך דארף דיך איינפאסטען...
דעי טיפע שלאף שבת נאכמיטאג זייענדיג זאט פאר כאטש 2 דייעט חדשים (אזוי האב איך געמיינט) ההואאףף!!!!
מלוה מלכה האט קוים עפעס אריינגעפיט, און זעמיר גרייט אויף זונטאג,

די זונטאג איז געקומען, איך האב געפילט אזא התחדשות ווי א בחור אין ישיבה, מהאט געטרינקען א טייך וואסער, פארשוויצטערהייט בין איך גאנגען די שטיגן אנשטאט די עלוועיטער,
מ'האמיר מקיים געווען די הערשל מייזעלס דייעט למהדרין מן המחמירם, לאו קארב איז מיר געזיצען און קאפ... די טאג איז אריבער מיט סוקסעס, אויפן סקעיל בין איך נישט געגאנגען ווייל סמאכט עניוועי נישט אויס, פארוואס זיך סתם מצער זיין, איך גיי דאך אראפ יעצט נישט ארויף,

מאנטאג איז אויך געווען א שטארקע סוקסעס, כאטש די עקסערסייז און די וואסער איז געווען פוחת והולך, נא די בית שמאי איז עפעס געווען א קטלא קניא?
דינסטאג איז געווען שווערע נסיונת א תיקון און בית מדרש נעקסט לעוויל, לעילו נשמת כ'האב נישט קיין השגה וועם, (איך האב מורא לע"נ מיין דייעטע) נאר א טראפקלע האט מיין איינגעצויגנע מאגן געוויינט... און איך האב מיט געוויינט,

און איך האב מיר אראפ געזעצט! נאכן זיצן דארט א לענגרע צייט ווען ס'איז "לא פסיק פימיה מלעסן" האט זיך מיין חרטה געפילן צושפילט, איך בין אריין געלאפן אינעם נאנטען בית כסא מיטן פינגער אינעם מויל כמעט צולעכרנדיג די וישט און געטרייט צו ברעכן, אפשר קען מען נאך עפעס ראטווען, עכ"פ סאיז נישט געווען באשערט, במשך די טאג האב איך נאך פראבירט צו וואטשען, אבער אויף מיטוואך צופרי איז די דייעט געווען תם ונשלם לכל הדיעות

און דאנערשטאג נאכמיטאג ערגעץ בערך פינווע האב איך באשלאסן אז גענוג איז גענוג נעקסטע וואך גיימיר צו תניא דייעט!!

יעצט קענט איר איבער ליינען די השתלשלות פונעם נייעם דייעט ביים ארויף גיין אפאר שורת צוריק ס'איז בערך די סעים סיטשועישען...

און דאס שפילט זיך אפ ביי מיר כמעט יעדע וואך!

שוין דאס איז מיין מעשה אבער מ'דארף דאך האבן א מיינונג אויך, סאו העל איך זאגן, הערטס אויס,

איך וויל בעטן בשם כל "גדולי ישראל" ביטע פארשטייט אונז, ווען איר זעהט אז מיר עסן געשמאק קרומט נישט מיט די אויגן, און רופט אייך נישט אן געשמאקערהייט ווען גייסטו אויף דייעט?
העי... האסטוך שוין אין דיין לעבן צוריק געהאלטן פון עסן איין זאך? האסט בכלל אן אנונג וואס ס'מיינט?
און אפילו אויב יא ווער האט דיך געבעטן? איך און מיינע אחים לגדולה האבן עס נישט אליינס גענומען, און מיר האבן ברוך השם שפיגלעך אינדערהיים!! סאו לאז מנוחה, די אלע רעטאריק ארבעטן נישט, נישט פאר ערוואקסנע, און זיכער נישט פאר קינדער וואס מ'דארף ספציעל וואטשען, זיי קענען זיין זייער צובראכן ביי זיך און איין קלאפ איז געפירלעך, (אפי עלטערן דארפן אויך ארבעטן מיט א בינה יתירה אן פרעשוערען!)

וואס מיין טרייסט איז אבער אז איך האב כאטש אסאך אחים לצרה וואס איך זעה כסדר, וצרות רבים חצי נחמה, און איך טראכט שטעל דיך פאר אז גראבקייט וואלט געווען עפעס א בהאלטנע זאך וואס וואלט געווען מיין טרייסט?
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
אוועטאר
מפוזר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 2:17 pm
לאקאציע: צווישן קאסוב און קיטוב

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפוזר »

Wow wow wow
גא"מ צו די נקודה שבו
כ'בין דא צוריק!!!!!
ווערציך געגלייבט....
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

עפעס א מין שילוב פון א לאכעדיגע טרויער. דיין פעדער איז גאלד!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

קנאפער ידען האט געשריבן:עפעס א מין שילוב פון א לאכעדיגע טרויער. דיין פעדער איז גאלד!

גא"מ
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יוש. כ'וויין מיט מיט דיין מאגן..

עפעס א מין באצוקערטן פעדער..

יעדע תגובה איז ווערט א עקסטערע ארטיקל.

גיי אן..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

א גוטע וואך אידן!

איך האב שבת געהאט א קידוש, ויקרא שמה בישראל אסתר, איך זאג ענק אז די נאמען איז פונקט אין פלאץ,

וואס ביסטו אזוי עקסיידעט? ס'איז די ערשטע קידוש וואס דו האסט? כ'מיין ווען האסטוך מגייר געווען, א לעצטיגע זאך?
אה ניין איך בין נישט עקסיידעט, איך בין פלעין אויפגערעגט!!! און הערט פארוואס, מיין חבר נאך פון די ישיבה יארן האט געהאט א מיידל, מזל טוב... איך קען נישט זאגן אז איך בין עפעס גאר נאנט צו אים, סאיז מער א "וואסמאכסטו ב"ה קשר"
שוין איך דאווען שחרית מיט אים אין בית מדרש כ'האב אים געגעבן מזל טוב, אבער דא איז געקומען די איבעראשונג, משה איך וואלט מיך זייער געפריידט אויב דו וואלסט געקומען צום קידוש ס'איז אין בית מדרש פלוני, סוואלט מיר געווען א פערזענליכע הנאה וכו. וכו.
איך טראכט צו מיר אוטש... ס'איז די אנדרע עק שטאט שוין כ'העל מוזן גיין.

שבת איז געווען קאלט (דעיס ווייסט עטס אליין) אבער איך בין געגאנגען, א גאנצע קאלטע וועג האב איך מיר געשלעפט, מיין טרייסט איז געווען ווי גייעך? מחיה זיין א פרייליכע איד, און פארשטייט זיך אויך א געשמאקע קידוש, (שבת גייט מען דאך נישט אויף דייעט *עיין לעיל) הקיצור די טשולאנט האט שוין געשמעקט ביי מיר און נאז, די שניי האט מיר געמאכט דערמאנען די ווייסע הערינג, און אזוי מיט א רויטע נאז שלעפ איך מיר אריין אין בית מדרש,

אבער דאס גאל (נישט אויסמישן מיט גאלע...) איז מיר ארויפגעקומען טרעפנדיג הערליכע באונטס, סאדע און גרעיפ דזשוס אויפן טיש, יא סאיז אויך געווען ברוינפען שכח... כהאב אים געגעבן מזל טוב מיט די שטערקסטע שמייכל וואס איז געווען שייך אויפן מאמענט, נא וויאזוי הייסט דיין טאכטערל?
אסתר זאגט ער מיר!
אה טראכט איך א פאסיגע נאמען אפשר ""עסט ער"" ביי אזא קידוש אבער איך נישט !!!

און אזוי מיטן אראפגעלאזטען רויטען נאז האב איך אהיים שפאצירט הונגעריגערהייט,

יעצט איך האב נישט קיין טענות אויף אים אז ער מאכט עס אזוי, אפשר האט ער נישט קיין געלט אדער איז דא תקנות, אבער פארוואס רופסטו מיר פון די אנדרע עק שטאט און אזא קעלט, אויב רעדט מען כאטש פון א קרוב פארשטיי איך, מיט משפחה עסט מען מען קוגל, און אז נישט קוגל העט מען עסן וואס איז יא דא, איך מוז קומען, אבער סתם א ווייטע חבר?

איך שטעל מיך פאר אז נישט יעדער איז איינשטימיג מיט מיר אויף דעם, אבער איך האלט ווייטער אז אויב ווילסטו רופן די גאנצע שטאט מאך עס אין א קליין בית מדרש ווי ס'קומט נאך אויס ביליגער ווי א גרויסע בית מדרש אפי מיטן צושטעלן שיין, און זיכער נישט צופיל טייערער, און איך פארלאנג אויך נישט עפעס מוראדיג אבער עפעס...
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
זיס ווי צוקער דאס געשרייבאכץ!!

די פשוטע געפילן וואס גיסן זיך ארויס ווי שוים פון אן אויפגעקלאפטען ביר באטל מאכט מיר פילן מיטלייד אויפן טשאלענט/אויווערנייט/קישקע/גאלע וואס האט אויסגעהויכט אין פאנטאזיע!!

אבער איך האב הנאה אז דו האסטעך נישט געלאזט מאכן ביליג מיטן עסן די קעיק אז ער זאל נאך האבן די 'זעהסט דרעולם האטצעך מחיה געווען נאר מיט די קעיק' געפיל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

דיין קריעטיוועטי און געשמאקע פעדער איז גאר מוסיף והולך..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אוטש, איי פיל יור פעין.

איך האב מיך דערשראקן עטליכע תגובות צוריק אז דו לויפסט אויס פון וואס צו שרייבן, אך, אבערוואז עס ווערט נאר בעסער.
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

יאנאש האט געשריבן:אוטש, איי פיל יור פעין.

איך האב מיך דערשראקן עטליכע תגובות צוריק אז דו לויפסט אויס פון וואס צו שרייבן, אך, אבערוואז עס ווערט נאר בעסער.

דארפסט נישט מורה האבן דער "איין תגובה" איז מלא חידישים
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

ייש"כ
גאר געשמאק צו ליינען דא
זוכט איר דוי?
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: א נעגטיווע שפאציר מיט @איין תגובה טעגליך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

בסייעתא דשמיא האלטן מיר ביים פופציגער!! מזל טוב... ב"ה א גרויס חלק דערפון אין דיזן אשכול, (איך האלט שוין לאנג אז מדארף רעכנען די ניק ראנג לויט די ווערטער נישט לויט די תגובת שוין וואסאחילוק) בקיצור וויל איך מיר באדאנקען פאר אלע שכוח'ס, סמייליס, און חיזוק אנצוגיין, עס שטופט טאקע אנצוגיין,

לאמיר מאכן א שטיקל ברעיק און אויס שמועסן א נקודה,
איז אזוי א חבר שיקט מיר אריין אין אישי וזה לשונו בערך,
א גוטן ... איך ליין דיין אשכול און אט הער וואסערע רושם דו געבסט, @איין תגובה א דיקע אינגערמאן אלץ הונגעריג און גרייט פאר די אכילה, ווען דו קומסט אין בית מדרש וועסטו חלילה נישט נעמען א דבר יום ביומו, נאר קוקן אזוי זייטיג, ווייל אפשר פארפאס איך עפעס, אין מקוה און אין קאווע שטובל גייט קולת וברקים מיט אלע דיינע שיטות, בעסקטלי דו ביסט א שטיק נעגטיוועטי דער טאר נישט טוהן אזוי, דער איז נישט גערעכט מיט דעם, בקיצור הייב אן רופן דיין אשכול א נעגטיווע שפאציר! עכ"ל

איר האלט אויך אזוי הא?

וויל איך ענטפערן אויף דעם דא ברבים ברוך השם איך נעם נישט די אלע זאכן צו אן עקסטרעים, סאיז נאר אביסל אויף צו שמועסן, כאטש איך האלט אלעס וואס איך זאג!,

צווייטענס נעגטיוועטי איז א זיסע זאך, איך קען פערזענליך מענטשען וואס לעבן ממש אויף דעם, אוודאי האבן נישט מענטשען ליב ווען איינער שטייט זיי העכערן קאפ און קריטעקירט אלעס און אלעמען, און פונקט פארקערט מענטשען דערליידן נישט אזא איינעם און וועלן זיך צוביסלך אפשאקלען אבער ב"ה "אין אני כן" איך לעב בשמחה ובצהלה, איך האב טאקע מיינונגען אבער מ'לערנט זיך צו לעבן נערמאל און נישט אלעס דארף נערוועז מאכן, נאר וואס, איך האלט אז אויף צו שרייבן אויף אזא אופן איז נישט שלעכט און מענטשען ענדזשויען עס, און ווען משפירט ווי מפלאצט קען מען ארויסלויפן...

אויב בין איך מיך טועה אדרבה כאפט א בליק אויף מיין אונטערשריפט און לאזט אייך הערן.
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

.
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

דער איז גיט מלא חידושים א יעדן טאג מיט א פרישקייט wow
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

וואס מיינט פארלירן א נאנטע חבר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

עס איז פינף אזייגער פארטאגס,

א קאלטע ווינט שמייסט אין פנים, די לעצטע שטיקער אייז פון די פארגאנגנע שניי זעהט זיך אן ביי די זייטן פון וועג, די גאס איז ליידיג מען זעהט נישט קיין נברא, נאר איך דריי מיך ארום אהין און צוריק, די שטילקייט דערשרעקט מיר נישט, עס העלפט מיר נאר ארויס, מיין גאנצע הארץ און מח איז פארזינקען און איין געדאנק וואס לאזט מיר נישט איינשלאפן און דאס איז מיין נאנטע חבר חיים !!

נאך פון חדר האט מען אלץ געוויסט "שמעון און חיים זענען אייביג צוזאמען" א טיפע קשר האט אונז פארבינדן נאך פון יונגווייז אן, יעדער האט געקענט אנווייזן דא הערשט אן אהבה שאינה תליוה בדבר! אן אמתע בונד וואס צוטיילט זיך נישט!

ווען איך האב געהאט אויפן הארץ סיי וואס האב איך געוויסט ווי די אדרעס איז מיין נאנטע חבר חיים ! ער וועט מיר זיכער העלפן, אויב וועט ער נישט קענען אליין וועט ער נישט רוהן ווילאנג ער וועט מיר צושטעלן די ריכטיגע הילף פון סיי ווי, חיים איז איינגעקריצט טיף טיף אין מיין הארץ, און איך ביי אים און הארץ,

אפילו אויב עס גייט דורך א לאנגע צייט וואס די נאטורליכע לעבן צוטיילט אונז וועט עס אויף קיין פאל נישט אפטיילן די אהבה צווישן אונז, אדרבה די בענקשאפט און ליבשאפט ווערט נאר שטערקער.

אט דאס אלעס איז געקומען צו א האסטיגען אפשטעל נעכטן אינדערפרי.

אריינקומנדיג אין שוהל צופרי זעה איך פונדערווייטנס חיים שמעוסן מיט אפאר פון אונזרע חברים, ווען ער האט מיר באמערקט האט א רויטקייט איבער גענומען זיין פנים קאליר, און אין א אויגן בליק איז ער פארשווינדען געווארן,
ס'איז געווען פאר מיר א גרויסע חידוש דורך אויס פופצען יאר פון פריינטשאפט האט אזאנס נישט פאסירט, אבער איך האב עס אוועק געשטיפט און די זייט פון מיין מחשבה, אבער דאן איז צוגעקומען צו מיר איינע פון מיינע חברים ער רופט מיר צו א זייט און פרעגט מיר איידלערהייט: שמעון האט עפעס פאסירט צווישן דיר און חיים ?
ניין זאג איך אים עכ"פ נישט וואס איך ווייס, - ווען חיים'ס רויטקייט שווימט מיר ארויף און מחשבה -
איך ווייס דיר נישט ווי אזוי צו זאגן... אבער עפעס א דיבוק איז אריין און אים און פון נעכטען הערט מען נישט פון אים עפעס אנדערש נאר ווי ער באקלאגט זיך אויף אלע יארן וואס ער איז גוט געווען מיט דיר, ער שטייט אגאנצען טאג און בארעדט דיך ווי דו וואלסט געווען זיין גרעסטע שונא...

א נעפל האט מיר ארום גענומען, איך האב מיר געדארפט אנלאנען אויף די וואנט אז איך זאל נישט אומפאלן, ס'קען נישט זיין אזא זאך האט מיר מיין מח געזאגט, וואס איז יעצט געשעהן ?
איך האב מיר געשטעלט ביים טיר פון ביהמ"ד ווארטענדיג אז חיים זאל ארויס קומען, אזוי בין איך געשטאנען פאר א האלבע שעה ביז ער איז ענדליך דורך געגאנגען,
חיים חיים... וואס גייט פאר ?
אבער ער וואקט אריבער און ניטאמאל א בלינק געבט ער צו מיין זייט,
די מציאות האט געפאטשט און פנים יא יענער איז גערעכט, אבער פארוואס ?
ווער האט מיר בארעדט? ווער האט מיר שווארץ געמאכט אין זיינע אויגן, און פארוואס טוט ער עס ? ער ווייסט דאך אז איך האב אים קיינמאל נישט קיין שלעכטס געטוהן,

ס'איז אדורך אפאר שעה אין טאג, איך האב נישט געהאט קיין מנוחה, זיין אפגעטיילט פון חיים איז ביי מיר ווי שטיקל פון מיר זאל פעלן, איך האב באשלאסן איך וועל אים קאלן, אויפן טעלפאון וועט זיין גרינגער זיך אויסצושמעוסן, אבער ווי ערשטוינט בין איך געווארן ווען שוין ביים צווייטען קלונג האט ער אראפגעלייגט,

די נאכט איז געקומען, און איך האב געוויסט אז איך וועל נישט שלאפן דעי נאכט אויב וועל איך נישט האבן גערעדט צו אים, איך האב נאכאמאל פראבירט אים צו רופן אבער פון זיין זייט איז געקומען די זעלבע רעאקציע, איך בין אריין און בעט כאטש איך האב געוויסט אז איך וועל נישט קענען איינשלאפן איך האב מיך געדרייט אהין און צוריק,

ביז דרייע ביינאכט ווען איך האב באשלאסן אז גענוג איז גענוג, איך האב מיר אנגעטוהן און ארויסגעגאנגען צום קאלטן גאס ווען מיינע מחשבות פארמעסטן זיך מיט די שטארקייט פונעם ווינט, נאך 2 שעה זיך דרייען אינעם ליידיגן גאס אן א ציל האב איך באשלאסן אז איך קען נישט מער, כ'האב ארויס גענומען דעם טעלפאון און געדיילט חיים'ס נומבער פארשטייט זיך ס'האט מיר געפירט צום וואויסמעיל אבער כהאב געוויסט אז איך דארף טוהן מיינס,

חיים האב איך אנגעהויבן, ווען א קול געשטיקט פון טרערן קומט ארויס פון מיר, דו ווייסט אונזער נאנטקייט שוין איבער פופצען יאר... ווער נאך ווי דיר ווייסט ווי נאנט דו ביסט צו מיין הארץ, אונז האמיר אלע יארן געלעבט צוזאמען, און ישיבה זענען מיר אלץ געזיצען צוזאמען, געלערנט אינאיינעם, געשמועסט געלאכט און וואס נישט, חיים ווען אין די לעצטע פופצען יאר האבן מיר זיך געקריגט ? איז אפילו געווען איינמאל וואס מיר האבן זיך נישט פארשטאנען ? מיר האבן זיך געפריידט איינער ביים צווייטענס שמחה געוויינט אויף א צווייטענס צער מיט אן אמתע הארץ, חיים ווי איז די אלע יארן פארשווינדען ?
איך ווייס נישט וואס איך האב געטהן אבער לאמיר זיך דורך שמעוסן איך בין דיר גרייט אלעס צו פארגעבן מיין אהבה צו דיר איז שטערקער ווי די קליינעקייטן... אבער קום נאר צוריק עפן כאטש די טיר פאר מיר...
מיינע טרערן האבן זיך געגאסן פון די אויגן אז די שטייפע טעלפאון האט כמעט מיט געוויינט,

ניין צו פארלירן א נאנטע חבר איז זייער נישט גרינג!!

_______________________________________


אתה בחרתנו מכל העמים, אהבת אותנו, דער בורא כל עולמים האט אונז אידן ליב מיט אן אהבה וואס איז נישט מעגליך צו באשרייבן, די ליבשאפט גייט שוין פון אברהם אבינו ווי די באשעפר האט געזאגט כי אהבתיו, מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה,

טויזענטער יארן גייט שוין אן די אהבה ווי קודשה בריך הוא וישראל חד הוא, און קיין שום אומה ומלכות אויף דער וועלט האט עס נישט געקענט אפטיילן,

קומט אבער א צייט ווי מיר דערווייטערן זיך פונעם באשעפר זאגט די גמרא אז כביכול די שכינה הקדושה הקדושה וויינט !! ער וויינט אויף די מלכות שמים, ער וויינט אויף אונז אויב מיר לערנען נישט זיין תורה, און ער בעהט ביי אונז, קינדער איך בין ענק גרייט מוחל צו זיין אויף אלעס, די אהבה איז שטארק, אבער קומט'ס נענטער צו מיר, לאמיר פון פריש אנקניפן די אהבה שטריקן, ואהבת את ה אלקיך בכל לבבך ובכל נפשיך,

צו קענען מיר לאזן כביכול די שכינה הקדושה וויינען ???
לעצט פארראכטן דורך איין תגובה טעגליך אום מאנטאג יאנואר 10, 2022 11:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
burich mechel
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:10 pm

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך burich mechel »

גאר שטארק אבער געבליבען נייגעריג פאר די ענדע פון די מעשה
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

איך וויין...

נישט פון די משל.. נאר פון די נמשל

איר זענט מייסטערהאפטיג
זוכט איר דוי?
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

burich mechel האט געשריבן:גאר שטארק אבער געבליבען נייגעריג פאר די ענדע פון די מעשה


די ענדע פון די מעשה ווענד זיך אין יעדעם פערזענליך...
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”