א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

איך האב געליינט די ווערטער פון ר' אביגדור און איך מוז זאגן אז עס איז מיר א גרויסע חידוש, אזוי שארף?? אבער גיב א קוק, ער האט געהאט די דעת תורה און נישט איך, סא...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

עירוב תבשילין האט געשריבן:

יישר כח!
פיין געשריבן, פיל מיט תוכן!

גוט איז גוט!!!

איך ווינטשט דיך פיל הצלחה, מיט נאך אסאך שיינע און לאנגע ארטיקלען, חאצקי, דער בעל עגלה. . %f#@
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:איך האב געליינט די ווערטער פון ר' אביגדור און איך מוז זאגן אז עס איז מיר א גרויסע חידוש, אזוי שארף?? אבער גיב א קוק, ער האט געהאט די דעת תורה און נישט איך, סא...

יעפ, טאקע זייער שארף
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

אינספערירנד !
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

מיניטשער וועלט האט געשריבן:אינספערירנד !

ש'כח, עס איז מיר א ספעציעלע כבוד אז דיין ערשטן תגובה מיט דיין נייע (אנדערע) ניק איז געשריבן געווארן אין אונזער ווינקל
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

מסתמא האט געשריבן:מורא'דיג מורא'דיג

א ריזיגן ייש"כ פארן נעמען די מי און עס אזוי שיין באשרייבן
----
לאור בקשתך, סאיז איז הערליך גוט געשריבן, נאו קאמענטס, איין זאך נאר, זייטס ממשיך
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30714
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גאר א שטארקע מוסר און שפאנענד אראפגעלייגט ;l;p-

השמיעיני את קולך כי קולך ע(י)ר(ו)ב ומראיך נאוה!

אז דו בעטסט פאר קריטיק... צופיל פאראגראפן פאנגן זיך אן מיט 'ר' משה', עס צו מאכן מער פליסיג איז בעסער צו ארומדרייען אביסל אז רוב פון די פאראגראפן זאלן זיך אנהויבן אנדערש. למשל אנשטאט 'ר' משה האט אלעמאל געוויסט אז לא זו הדרך' קען עס זיך אנהויבן 'אבער אלע יארן האט ער געוואוסט אין הארץ אז...", און אנשטאט 'ר' משה איז געגאנגען אין די לאקאלע פובליק שולע' לייג 'אלץ קינד איז ער געגאנגען..." וכו'.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קנאפער ידען האט געשריבן:גאר א שטארקע מוסר און שפאנענד אראפגעלייגט ;l;p-

השמיעיני את קולך כי קולך ע(י)ר(ו)ב ומראיך נאוה!

אז דו בעטסט פאר קריטיק... צופיל פאראגראפן פאנגן זיך אן מיט 'ר' משה', עס צו מאכן מער פליסיג איז בעסער צו ארומדרייען אביסל אז רוב פון די פאראגראפן זאלן זיך אנהויבן אנדערש. למשל אנשטאט 'ר' משה האט אלעמאל געוויסט אז לא זו הדרך' קען עס זיך אנהויבן 'אבער אלע יארן האט ער געוואוסט אין הארץ אז...", און אנשטאט 'ר' משה איז געגאנגען אין די לאקאלע פובליק שולע' לייג 'אלץ קינד איז ער געגאנגען..." וכו'.

און דו מיינסט נאך אז ער וויל עכט הערן קריטיק!?.....

כהאב גארנישט באמערקט די מעשה האט מיר געהאלטן געשפאנט ביזן ענדע
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30714
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:און דו מיינסט נאך אז ער וויל עכט הערן קריטיק!?.....

:wink:

אבער אויף אן אמת, קאנסטראקטיווע קריטיק בויעט אויף א מענטש. עס איז נישט שלעכט וואס ער האט געטון, אבער אז עס איז דא בעסערע וועג עס צו טון וועט עס זיין אפילו מער פליסיג.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

א געוואלדיגע מעשה!

יישר כח עירוב, אזוינע עובדות גיבן שטארקע חיזוק!

האסט א גאלדענעם פעדער, ניץ עס געזונטערהייט!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:ס' הייסט ווי לאנג זי האט נאך עפעס מיט אידישקייט מעג מען/ דארף מען האבן שייכות, אפילו די עפעס איז כמעט גארנישט, אבער איין מאל זי ווערט א קריסט שוין נישט, פארוואס? מען האט מורא געהאט אז זי גייט אים איבער רעדן צו קריסטונטום?

ס'איז א גרויסע חילוק.. א משומד האט אנדערע הלכות ע"פ הלכה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

אוראייניקל האט געשריבן:

די שאלה איז אז זי האט דאך נישט זיך בפועל געשמדט נאר חתונה געהאט
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30714
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דער הימלישע איד האט געשריבן:די שאלה איז אז זי האט דאך נישט זיך בפועל געשמדט נאר חתונה געהאט

שווער צו וויסן בלויז פון דער איין שמועס. אין פאקט עירוב האט געשריבן "און לעבט ווי א קריסט."
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

סארא קאשע מען קען אלץ אפקאכן פון א קורצע איבערבייס, ווי כאילו עירוב איז שולדיג פאר יענעמס באשלוסן......

_

@עירוב אויב זוכסטו אן איידיע פון וואס צו שרייבן, כ'האב דיר גע'עצה'ט עפעס אין איינע פון די שפראך אשכולות, פארגעסן וואו
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

קנאפער ידען האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:די שאלה איז אז זי האט דאך נישט זיך בפועל געשמדט נאר חתונה געהאט

שווער צו וויסן בלויז פון דער איין שמועס. אין פאקט עירוב האט געשריבן "און לעבט ווי א קריסט."

כוויל נישט מאכן א גאנצע שמועס פין א שטות אבער לעבן ווי א קריסט מיינט נאכאלץ נישט א משומדת
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

דער הימלישע איד האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:די שאלה איז אז זי האט דאך נישט זיך בפועל געשמדט נאר חתונה געהאט

שווער צו וויסן בלויז פון דער איין שמועס. אין פאקט עירוב האט געשריבן "און לעבט ווי א קריסט."

כוויל נישט מאכן א גאנצע שמועס פין א שטות אבער לעבן ווי א קריסט מיינט נאכאלץ נישט א משומדת

דא שרייבט עירוב
עירוב תבשילין האט געשריבן: פארוואס שארף? ער האט אפגעהאקט מיט איר ווייל זי איז היינט אפיציעל א קריסט און האט גענצליך אפגעהאקט מיט אידישקייט

אפיציעל א קריסט, הייסט לכאורה זיך געטויפט.. הגם ס'איז נישט קיין ראשון מדייק צו זיין..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

איך זעה די עולם איז אזוי מדייק דא. אז איר ווילט דווקא קען איך גיין קיין מיר'ע ישיבה און אים איבערפרעגן, אבער פארוואס פעלט עס אויס? איך האב פארשטאנען פון אים אז זיין מאמע לעבט מיט א גוי און פירט זיך אויף ווי א קריסט. וואס מיינט פירט זיך אויף?, צו זי האט זיך געשמד'ט און געגאסן שמייליגע וואסער (איך קען נישט פונקט די פראצעדור)?, ווייס איך נישט.

איך בין נישט אריינגעקראכן אין זיין קושקעס. און אפי' אם תמצי לומר אז זי איז נישט קיין משומדת, די פאקט אז זי וואוינט מיט א גוי איז שוין גענוג א סיבה אז ער זאל אפהאקן מיט איר אזוי ווי איך האב געברענגט פון ר' אביגדור מיללער ז"ל אויבן, און אפי' אם תמצי לומר אז ס'איז נישט ריכטיג און דו פארשטייסט נישט פארוואס, האט ער שוין גענוג סיבה אפצוהאקן מיט איר ווייל ער האט זיך שואל עצה געווען מיט זיין חשוב'ע רב און ער דארף טוהן וויאזוי זיין רב האט אים געהייסן.

מ'זאל קיינמאל נישט דארפן וויסן פון אזעלכע זאכן. אמן!

----
א ריזן דאנק פאר די גוטע ווערטער און קאמפלימענטן, יא, איך בין א מענטש פון פלייש און ביין און ווען איך ארבעט האב איך הנאה אז מ'קאמענטירט. סיי גוטע פידבעק און סיי קריטיק, ס'געט מיר בלויז די מוט אנצוגיין ווייטער, און געט מיר אין איינוועגס די געלעגענהייט וויאזוי איך קען מיך פארבעסערן.

---
קנאפער זאגט גוט. איך וועל נעקסטעס מאל פרובירן גיין אין דעם וועג
---

@נו גוט, יא איך האב יא געמיינט ערנסטע קריטיק, ווי געשריבן פריער.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א גוט מארגן דינסטאג וישב

די געפארפולסטע בוים אין די וועלט

Manchineel.jpg
Manchineel.jpg (56.71 KiB) געזען 538 מאל

היינט לאמיר זיך באקענען מיט א בוים וועלכע איז נישט אזוי פריינטליך צו די מענטשהייט און ווערט געשאצט צו זיין די געפארפולעסטע בוים אין די וועלט פארמאגענדיג א טויטפולע סובסטאנץ.

די רעדע איז פון די מענטשיניעל (Manchineel) בוים. די בוים זעהט אויס גאר ענליך צו אן עפל בוים, און איר נאמען מענטשיניעל שטאמט טאקע פון די שפאנישע ווארט manzanilla וועלכע באדייט א קליינע עפל, אבער אין פאקט איז עס גאר געפארפול.

די אויסזעהן פון די בוים זעהט טאקע אויס גאר פריינטליך, עס וואקסט אויף דעם שיינע געל-גרינע בלומען און גלאנצענדע גרינע בלעטער, די בוים גרייכט א הייעך פון ארום ניין און פערציג פיס (פופצן מעטער), און געט ארויס קליינע רינדיגע פרוכט, אבער תוכו אינו כברו, די בוים ערהאלט א געוויסע זאפט (sap) וואס איז גאר גיפטיג (toxic).

יעדע חלק פון די בוים איז גיפטיג, סיי די בלעטער און סיי די פרוכט. די ווייסע זאפט וואס געפינט זיך אין די בוים איז שעדליך פאר די מענטש. די טאקסישע זאפט איז אזוי שעדליך אז אפי' אויב איר וועט שטיין אונטער די בוים ווען עס רעגנט, וועט די הויט אייערע ווערן אינגאנצן געשוואלן פיל מיט בליסטערס. אזוי אויך קען די דאזיגע זאפט שעדיגן די פעינט פון אייערע אויטא.

פארשער זענען ביי די מיינונג אז טאמער פאברענט מען די בוים וועט די רויעך פון די פייער זיין די זעלבע שעדליך, און קען שעדיגן די אויגן אויב די רויעך גרייכט עס.

אבער פון די אנדערע זייט דארף באטאנט ווערן, אז ס'איז נישט פאראהן קיין סאך באשטעטיגטע פעלער פון פאטאליטעטן פון איינער וואס האט געגעסן פון די עפל וואס וואקסט אויף דעם בוים כאטש עס איז אזוי אנגענומען.

די מענטשעניעל בוים וואקסט אין דרום צפון - אמעריקאנער שטאטן, און אין צפון דרום - אמעריקאנער לענדער (מעקסיקא, פלארידא, די באהאמעס, וכו'). זיי וואקסן בעיקר ביי די ים ברעגעס, און אין רוב פלעצער וועט שטיין א ווארענונג שילד וואס ווארנט די מענטשהייט פון צורירן צום בוים אדער שטיין אין די געגענט.

עס וועט זיין אינטערעסאנט אנצומערקן אז אין געוויסע קעריביען מעבל פאבריקן טוט מען יא נוצן די האלץ פאר מעבל, נאכן עס לאזן אויסטרוקענען אונטער די זון פאר א לאנגע צייט וואס וועפט אויס די זאפט. (זכה נעשית לו סם החיים..).

א ווארענונג שילד נישט צו צירורן צום בוים

image.jpg
image.jpg (280.49 KiB) געזען 538 מאל

why-manchineel-might-be-earths-most-dangerous-tree-4868796-final-722228aa816540db929346d5d74c6b70.png
why-manchineel-might-be-earths-most-dangerous-tree-4868796-final-722228aa816540db929346d5d74c6b70.png (708.13 KiB) געזען 538 מאל

א גוטן טאג!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

גאר אינטערעסאנט!

קיינמאל געהערט דערפון
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער אינטערסאנט...
א פיינע פרישטיג געוועהן

אוי! אופס עס איז דאך גיפטיג....

בכל אופן יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

א פיינע פרישטיג געוועהן יישר כח
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30714
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אינטערסאנט!

(קוק די פלאי הבורא, אז דאס וואקסט נישט ביי אונז אין ניו יארק... וואס מיינסטו אונזערע קינדער וואלטן געטון ווען מען זעט א "נישט צורירן" שילד?...)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

קנאפער ;l;p-
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

זייער אינטערסאנט!

מערקט דעם ווארט "גיפטיג" אויף דעם שילד.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”