וואס האט איר זיך פארגענומען אויפן נייעם יאר?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2007 10:53 am

דו דאווענסט ביחידות ! ?

גיי איך שוין צום דיין דערמיט..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2007 11:00 am

איך דאוון צומאל ליידער ביחידות.. אויב דו גייסט שוין גיי צום רבי'ן נישט צום דאיען...

לעווי
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 5:11 pm

זייער א געשמאקע אשכל, לאמיר ווייטער ממשיך זיין , ס'שוין באלד די נייע יאר.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 6:33 pm

אזעלכע טייערע אידן, נאר לייענענדיג דעם אשכול, באקום איך שוין א הרהור תשובה
אבער אוי געוואלד, ווי הייב איך אן?

דער באוויסטער מגיד הר"ר יוסף חיים גרינוואלד שליט"א זאגט נאך א זיסן משל פון חפץ חיים, אויפן "חודש אלול" טעיפ, אז ווען איינער האט אנגעזעצט זיין קרעדיט נאכ'ן באשטעלן פיל מאל גרויסע ארדערס און נישט באצאלן צייטליך, איז די עצה, צו קויפן קליינע ארדערס, וואס עס איז גרינגער צו באצאלן אין צייט, און דערמיט וועט איר ריסטארן זיין קרעדיט... און קענען ווידער איינקויפן גרויסע ארדערס אויף בארג

דער נמשל איז, מיר באשטעלן ר"ה גרויסע ארדערס אויף בארג, מיר זאגן צו מיר וועלן שוין זיין גוט און ערליך.. אבער ליידער באאצלן מיר נישט, דעריבער איז די עצה, אצינד אין חודש אלול, צו מאכן קליינע ארדערס, זיך פארנעמן קליינע זאכן, יעדע מאל מען היט זיך די אויגן, די מויל, מען דאווענעט נאך א תפלה ערליך, מען האלט זיך איין פון אן עבירה'לע, די קליינע זאכן ריסטארן דעם קרעדיט, אז מיר זאל ווייטער קענען איינקויפן אויף בארג, און זיך אויסבעטן בע"ה א זיס גוט געבענטשט לעכטיג יאהר, אכיה"ר
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » זונטאג סעפטעמבער 28, 2008 3:06 am

פאר ס"ח האב איך מיר פארגענומען צו דאווענען אלע תפילות פון א סידור.
אי"ה נעקסטע יאר עליך שרייבן וואס איך האבזעך פארגענומען פאר ס"ט.


נ.ב.
איך האב נישט געוויסט אז די קרעטשמע איז אריבער א וועלט, הערשט יעצט (פריער) באמערקט.
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24888
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוקטובער 05, 2014 9:08 am

ווייס איך נישט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג אוקטובער 05, 2014 10:35 am

farshlufen האט געשריבן:ווייס איך נישט.


ס'הייסט איר ווייסט נישט?

יעדע איד נעמט זיך פאר, נישטא אזא זאך, נאר ס'איז צומאל דא אזויפיל אז מ'פארגעסט וואס מ'האט אלץ געהאט אין מחשבה אינעם הייליגן טאג.

פארדעם זאגט דוד המלך, אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש, מ'דארף ווילן איינס אויף אמאל און דייקא "אותה" אבקש, פון דעם דארף מען טראכטן און דאס דארף מען זוכן. איז מען דערנאך זוכה אז נישט נאר די איין זאך האט מען נאר שבתי בבית ה' כל ימי חי, נישטא עפעס בעסער פון דעם!

כך שמעתי הרבה פעמים ממו"ר הר"ר יצחק אלעזר שליט"א, א איד דארף זיך מקבל זיין און וועלן איינס אויפאמאל!

די בעסטע וועט זיין וועט די איינס וועט זיין ארבייטן אויף אמונה טהורה, איי איי איי, ווען מ'זאל האבן א שטארקע אמונה איז אלעס אין ארדענונג!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7638
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אוקטובער 05, 2014 10:29 pm

צו זאגען קר"ש אין ברה"מ און א סידור האב איך מיר שוין אינטערגענימען ס"ח. (90% סוקסעס)
אינזין האבען ביי קריאת שמע פירוש המילות (פעילד מיזרעבלי) ס"ט
ענדיגען חומ"ר יעדע וואך תש"ע (80% סוקסעספול)
דאווענען אין א סידור שמו"ע תשע"א (80% סוקסעס)
דאווענען מיט מנין אין אויפשטיין באצייטענס תשע"ב (ס'האט אזאנס געבאסט וואו) איך זיך הילף מיט די צוויי קבלות עד היום הזה.

תשע"ג: זאגען הפטורה יעדע וואך 99% סוקסעספול ב"ה.
תשע"ד: מעביר סדרה זיין יעדע וואך. פון פרשות שמות אין ווייטער 100% סוקסעס ב"ה.
תשע"ה: 1 מינוט התבוננות יעדע נאכט פאר מען גייט שלאפען. איך וויל אויסרעכענען 10 גיטע זאכען וואס דער באשעפער האט מיט מיר געטוהן יענע טאג. דאנקען אין בעטן אויף די נעקסטע טאג.

זהו משלי.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוקטובער 05, 2014 11:38 pm

מטעמים
אלעס איז חשוב בזה ובבא, אבל תשע"ה כנגד כולם!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15855
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוקטובער 05, 2014 11:53 pm

ועשה לאביך "מטעמים" כאשר אהב!
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 1:58 am

מטעמים האט געשריבן:תשע"ה: 1 מינוט התבוננות יעדע נאכט פאר מען גייט שלאפען. איך וויל אויסרעכענען 10 גיטע זאכען וואס דער באשעפער האט מיט מיר געטוהן יענע טאג. דאנקען אין בעטן אויף די נעקסטע טאג.

זהו משלי.


אה! מי יגלה עפר מעיניך ר' אביגדור מיללער,
Think and thank
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובהדורך אורייתא » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 8:15 am

מטעמים די לעצטע איז עולה על כלום הלווי זאלן מיר זוכה זיי צו טוען דעיס.
אורייתא וישראל חד הוא

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 9:33 am

מטעמים, אין ברסלב ווערט די הנהגה אנגערופן התבודדות, אויף וואס רבי נחמן זצ"ל האט געזאגט : הוא מעלה עליונה וגדולה מן הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 3:23 pm

מטעמים האט געשריבן:........
תשע"ה: 1 מינוט התבוננות יעדע נאכט פאר מען גייט שלאפען. איך וויל אויסרעכענען 10 גיטע זאכען וואס דער באשעפער האט מיט מיר געטוהן יענע טאג. דאנקען אין בעטן אויף די נעקסטע טאג.

זהו משלי.

זייער שיין אלע זאכען, און ווי די טייערע חבירם שרייבן איז די היייעריגע נאך די שטערקסטע. דער אויבערשטער זאל געבן אז עס זאל זיין מיט הצלחה.

כ'טראכט נאר אז 10 זאכען איז זייער אסאך. נישט אזעס איז נישטא קיין 10, ווייל עס איז דא בלי גוזמא טויזענטער טובות וואס א מענטש האט יעדע סקונדע, אבער צו טראכטן מיט א סדר, מיינעך זאלסט אנהייבן מיט - לאמיר זאגן - דריי, און אז עס גייט גרינג, און עס ווערט שוין א געוואוינהייט, גייסטו ארויף נאך איינס און נאך איינס ביז 10. והשנית, אין א נאכט וואס עס גייט נישט די ריכטיגע צאל, בלייב צופרידן מיט ווייניגער, אפי' מיט איינס, ווייל אויב וועט עס דיר זיין צו א שטארקע עול, נבל תיבול.

מיט הצלחה און שעצונג,
לכתחילה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 7:53 pm

די אלע וואס האבן זיך פארגענומען דורך צו לערנען חומש רש"י יעדע וואך, האפנטליך האלטן עס נאך אן, טאמער נישט, גיט נישט אויף! הייבט אן נאכאמאל!
איך האב אנגעהויבן פאר א פאר יאר צוריק פרשת בראשית, און איך בין דורכגעפאלן ביי איינע פון די ערשטע סדרות, אין איך האב זיך גענומען מיט א פרישקייט די נעקסטע וואך, און עס האלט שוין אן א פאר יאר ב"ה

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דינסטאג אוקטובער 07, 2014 11:22 am

צו טרייען צו זאגן ברכות מיט כוונה פארן עסן און ביים דאווענען.

אינזין האבן ד', אלק', ווי מ'דארף.

(איך האף אנציהאלטן אפילו מיט כסדרדיגע ירדות.)

אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

תגובהדורך ספיידער » דינסטאג אוקטובער 07, 2014 12:28 pm

איך האב מיך פארגענומען זיך מתבונן צו זיין יעדן טאג אפאר מינוט פאר איך טוה סיי וועלכע מצוה אז די אייבערשטער פריידט זיך מיט מיר און מיט מיינע מעשים טובים כאטשיק איך זעה ליידער אויס ווי איך זעה אויס
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע

אוועטאר
סעלפאן
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: וואס האט איר זיך פארגענומען אויפן נייעם יאר?

תגובהדורך סעלפאן » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 4:13 pm

יעצט שטייענדיג נאך א שטורעמישע יאר וואלט געווען אינטערסאנט צו זעהן וואס דער עולם איז זיך מקבל צום נייעם יאר

איך האב מיך שוין עפעס מקבל געווען אבער איך שעם זיך עס ארויסצושרייבן
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: וואס האט איר זיך פארגענומען אויפן נייעם יאר?

תגובהדורך יש בו » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 4:38 pm

וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 17 געסט