וואס האט איר זיך פארגענומען אויפן נייעם יאר?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

וואס האט איר זיך פארגענומען אויפן נייעם יאר?

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 12:25 am

אויב עפעס..

אין מיינע געשפרעכן די לעצטע פאר טעג מיט חשוב'ע חברים (מיטגלידער פון די קרעטשמע, ווי אויך חברים פון ישיבה/שוהל/גאס וכדומה) האב איך געהערט פארשידנארטיגע קבלות וואס דער עולם האט זיך אונטערגענומען לכבוד דעם נייעם יאר אין וועלכן מיר האבן נארוואס אריינגעטרעטן.

אי"ה מארגן האף איך ארויפצושטעלן דא א ליסטע פון אלע זאכן וואס מיינע חברים האבן מיר איבערגעגעבן, און איך האף אז איר וועט מיט אונז מיטטיילן טייל פון אייערע קבלות אדער הנהגות טובות. עס איז צום האפן אז טייערע חברים וועלן זיך אנרופן, און ווען אנדערע וועלן נתעורר ווערן דורך זיי און פרובירן נאכטאן, אדער מקבל זיין אנדערע הנהגות טובות, וועט דאס גערעכנט ווערן צו אייער זכות.

shtilerheit
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 31, 2006 4:52 pm

תגובהדורך shtilerheit » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 1:16 am

מיין חבר האט זיך פארגענומען ער גייט נישט נוצען די אינטערנעט ביז נאך יום כיפור נאר פאר ביזנעס.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 10:12 am

אט האט איר א טיילווייזע ליסטע פון זאכן וואס איך האב געהערט פון דעם און יענעם, וואס זיי האבן זיך מקבל געווען צום פרישן יאר (טייל האבן זיך פארגענומען נאר איינס פון די פאלגענדע הנהגות, אנדערע האבן אנגענומען מערערע זאכן אויפאיינמאל, איך האב אבער צוטיילט יעדע הנהגה באזונדער):

1) דאווענען, בענטשן און קריאת שמע ליינען פון א סידור.

2) מיטדאווענען מיטן עולם אין בית המדרש פון מה טובו ביז נאך עלינו.

3) צו ליינען קריאת שמע פאר סוף זמן קר"ש, דאווענען פאר סוף זמן תפילה.

4) קובע זיין עתים לתורה, האבן א שיעור צופרי און/אדער ביינאכט.

5) לערנען יעדן טאג גמרא/הלכה/מוסר.

6) מעביר סדרה זיין יעדע וואך.

7) אדורכלערנען חומש ורש"י יעדע וואך.

8] אכט געבן אויף שמירת הלשון.

9) נזהר זיין בשמירת עינים (אריינגערעכענט: ארויפלייגן א פילטער אויפן אינטערנעט).

10) טאן מער צדקה וחסד (ווערן א רעגלמעסיגער וואלונטיר פאר "חסד"/"גמ"ח הצלה"/"ביקור חולים" וכדומה).

-----------

אגב, די וואס זענען שולדיג סדרות וואס זיי האבן נאכנישט מעביר סדרה געווען, קענען משלים זיין ביז שמחת תורה.

----------

אינטערסאנט: איך האב פרובירט לייגן אזא האלבע רינגל ביים אכטער) איז געווארן דערפון א שמייכל, האב איך געמוזט ליינען דעם האלבן שאכטל]

ניק
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2006 3:00 am

תגובהדורך ניק » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 11:57 am

איך האב מיך פאגענומען צו אריין קומען כאטשיג איינמאל א וואך אין קרעטשמע און צושרייבן ווי איך קען

אוועטאר
קהל'ס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 11:38 am
לאקאציע: זיצענדיג אויפן טרעפ

תגובהדורך קהל'ס נאר » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 12:25 pm

קרעמער האט געשריבן:
אינטערסאנט: איך האב פרובירט לייגן אזא האלבע רינגל ביים אכטער) איז געווארן דערפון א שמייכל, האב איך געמוזט ליינען דעם האלבן שאכטל]


מיר האבן שוין היינט קלוגע קאמפיוטערס...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 3:22 pm

איך האב גראדע געטראכט זיך פארצונעמען נישט אריין צו קומען אינעם קרעטשמע ביז נאך יום כיפור, איך האב מיך אבער נישט געקענט איינהאלטן, און במילא משך פונעם יאר, מאכט זיך אלץ אז דער בת קול היוצא מהר חורב ארבעט ביי מיר, כידוע, שטרענג איך מיך נישט אן עפעס פארצונעמען פונקט אין די טעג, קען זיין אז ס'איז נישט שיין פון מיר, אבער דאס איז דער מציאות.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 2:02 pm

עממ עממ צו זיין אן ערליכער איד.

ניק
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2006 3:00 am

תגובהדורך ניק » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 6:11 pm

ניק האט געשריבן:איך האב מיך פאגענומען צו אריין קומען כאטשיג איינמאל א וואך אין קרעטשמע און צושרייבן ווי איך קען

ביזדערווייל האלט עס נאך אן

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 6:22 pm

דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מאנטאג אוקטובער 16, 2006 6:11 pm

צו לערנען גאנץ חומש רש"י יעדע וואך.

אנגעהויבן פון בראשית.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אוקטובער 16, 2006 10:59 pm

זאל איך מיך פארנעמען דיך צו פארהערן? ( ס'איז נאר אגב )

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דינסטאג אוקטובער 17, 2006 10:32 am

פארוואס נישט, זיכער בין איך מסכים.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 17, 2006 12:09 pm

איך האב נעכטן געהערט פון צוויי אינגעלייט וואס האבן זיך פארגענומען אנצוהייבן לערנען מחבר רמ"א און משנה ברורה אויפן סדר, מיטן לוח השיעורים וואס איז פארשפרייט געווארן אין די בתי מדרשים במשך יו"ט סוכות.

היינט האב איך געהערט פון א אינגערמאן וואס האט זיך פארגענומען צו לערנען דעם שיעור אין "חק" א יעדן טאג.

איך קלער אז דערפאר קומען אן די שמועות צו מיינע אויערן, כדי איך זאל דאס איבערגעבן פארן ציבור, דער עולם זאל זיך אפלערנען פון די אלע חשוב'ע אינגעלייט.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2007 12:31 pm

איך וועל יעצט שרייבן וואס איך האב מיך פאריאר פארגענומען. איך האב עס נישט געוולאט שרייבן פאריאר, ווייל איך האב געטראכט אז אפשר וועט זיך עס נישט אויסארבעטן, אבער אזויווי עס האט זיך ב"ה אויסגעארבעט, קען איך עס שוין שרייבן.

ווען איך פלעג מיך יאגן אינדערפרי, פלעג איך איבערלאזן דאס לייגן ר"ת'ס תפילין אויף נאכמיטאג, און אסאך מאל האט זיך געמאכט אז איך האב אינגאנצען פארגעסן דערפון, האב איך מיך פארגענומען צו לייגן תפילין דרבינו תם תיכף נאכן אויסטון די רש"י תפילין.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2007 12:41 pm

איך האב מיך פארגענומען לעצטע יאר אדורך צולערנען גאנץ חומש רש"י יעדע וואך.

הודו לה', מיט דער באשעפער'ס הילף, האט מען עס טאקע אויסגעפירט, און כ'האב גענדיגט גאנץ חומש רש"י יעדע איינציגע וואך מיט מיין חברותא.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2007 12:51 pm

איך האב מיך פארגענומען פאר א יאר צו לערנען דף היומי (אנדערע נעמען זיך פאר אלץ א דבר טוב נישט צו לערנען דף היומי) עס איז נישט אנגעקומען גרינג אסאך מאל אהיים קומענדיג שפעט ביינאכט האב איך מיך געזעצט צום שאטענשטיין. אבער איך האב מיך געפילט ווי א איד און ווי א מעטש אז איך האב געלערנט יעדע טאג א בלאט גמרא.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2007 6:08 pm

א אידעלע;

מאך נישט קייניינעהארע, דער שטן קען זיך ח"ו פארלייגן אויף וזאת הברכה.

--
טריאו;

א יאר צייט האסטו זיך איינגעהאלטן פון שרייבן דיין קבלה? WOW דאס הייסט ריכטיג סבלנות.

--

דא קען מען אויך שרייבן וואס מען האט זיך היי יאר פארגענומען.

---
אנדי-פעטיט;

זאג מיר וואס עס מיינט א דף א טאג.

איך האב ב"ה אויך געלערנט אזוי דעם פארלאפענעם יאר (אן אייגענעם טעגליכן דף), און טייל מאל האב איך זיך נישט געלייגט בעפאר 2 אזייגער (צב"ש נאך א חתונה, א יו"ט סעודה), אבער עס האט זיך געלוינט! ברוך השם, וכן יעזור השי"ת להלאה.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2007 6:06 pm

אזוי ווי אסאך מענטשן רעדן וועגן חומש רש"י יעדע וואך וויל איך פארשלאגען אז אפשר זאל מען מאכן א בחינה בכתב אויף חומש רש"י יעדע וואך אין דער עולם וועט ענטפערן אזוי וועט ווערן א שמיס בדברי תורה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2007 5:01 pm

כ'האב מיך פארגענומען א געוויסע גדר בעניני כשרות המאכלים. דער אייבירשטער זאל העלפן איך זאל עס קענען מקיים זיין.

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2007 10:30 am

פאראיאר האביך מיר אונטערגענומען אז ווען כ'גיי אריין אין א שול וועל איך אויסלעשן מיין סעלפאן, ב"ה איך האב עס געהאלטן.

נעקסטע יאר וועל איך שרייבן בל"נ וואס כ'האב מיר אונטערגענומען דאס יאר (ס"ח)
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2007 12:57 pm

3x0 האט געשריבן:איך וועל יעצט שרייבן וואס איך האב מיך פאריאר פארגענומען. איך האב עס נישט געוולאט שרייבן פאריאר, ווייל איך האב געטראכט אז אפשר וועט זיך עס נישט אויסארבעטן, אבער אזויווי עס האט זיך ב"ה אויסגעארבעט, קען איך עס שוין שרייבן.

ווען איך פלעג מיך יאגן אינדערפרי, פלעג איך איבערלאזן דאס לייגן ר"ת'ס תפילין אויף נאכמיטאג, און אסאך מאל האט זיך געמאכט אז איך האב אינגאנצען פארגעסן דערפון, האב איך מיך פארגענומען צו לייגן תפילין דרבינו תם תיכף נאכן אויסטון די רש"י תפילין.


טריאו, צוליב דיר וועל איך מערטשעם שרייבן נעקסט יאר וואס כאב מיר פארגענומען..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2007 12:28 pm

בס"ד

איך האב פארגענומען צו ליינען קריאת שמע בזמנו.

השי"ת זאל העלפן איך זאל עס קענען מקיים זיין יעדן טאג.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2007 2:52 pm

איך האב זיך פארגענומען אז גאט זאל מיך מאנווערן נישט קיין מענטשן..

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2007 8:48 pm

הייסט עס אז ביז היצט האבן דיך מענטשן מאנעוורעט?

למשל ווער?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2007 10:49 am

אהה לאמיר דיר מסביר זיין, ביז היינט ווען איך האב געדאווענט ביחידות האביך אנדערש געדאווענט ווי ווען איך דאוון אין שוהל, און אזוי אויך אין ענדליכע סיטואציעס, כ'רעדט נישט פון קיין ספעציפישע מענטש.
קומט אויס..... אז מענטשן זענען די וואס מאכן מיר אן התעוררות לתפילה וכדו'. האב איך זיך מקבל געווען אז נישט מענטשן, נאר ה' אלוקינו מלך.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, בנימין סאנדערס און 11 געסט