קאנפידענשאל.

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

איינער וואלט געקענט איבערלייגן די בריוו אויף א image-mpg פארמעט??
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

בניהו האט געשריבן:היינט אויסגעפונען מידועה ברורה אז די בריוו איז אויסגעזויגן פון פינגער.

די אינטערנעט איז טאקע שלעכט און די דור דארף טאקע רחמים. אבער צו פארקויפן ליגנט כדי צו פירן א מערכה איז WRONG. אזא מהלך א-ר-ב-ע-ט נ-י-ש-ט.

איי העוו נאו איידיע וואס דו האסט היינט אויסגעפינען, אויב לעבלסטו דעם בריוו אלץ אויסגעזויגן פון פינגער ווייסטו נישט וואס טוט זיך אין די ישיבות.

אנטשולדיגט
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

איך האב אריינגעוואנדערט דא פון א צווייטע אשכול.
איינער וואס טענה'ט אז די מצב איז א טראפ בעסער ווי ער לייגט דאס אראפ (נישט משנה צו ער איז א בחור, אינגערמאן, עסקן אדער מנהל), זאל ביטע אריינקומען מיט די דאטום ווען ער איז ארויס פון ישיבה.
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

ערשט יעצט באגעגנט דעם אשכול..
דער בחור האט נישט מיט קיין האר איבערגעטריבען..
דער מצב איז פיל ארגער..
חאפטס נאר א שמועס מיט עמיצען וואס איז אין דער חינוך ליין און ער "ווייסט" די זאכן וואס אנדערע ווילען נישט וויסען!
פארשפארט
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 06, 2021 1:45 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשפארט »

גארנישט איבער געטריבען זייער גוט ארויסגעברענגט, און מען דארף נישט טוען אין חינוך צו וויסען אז די זאכען זענען אמת, יעדער וואס האט געלערנעט אין א ישיבה און די לעצטע שטיק צייט ווייסט ווי גערעכט דער בחור איז, (נאר מיט אנדערע רבי'ס, און א אנדערע ישיבה)
מען קען זיך נאר טרעפן טאמער מען זוכט זיך
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17363
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איך האב עס שוין געוואלט שרייבן בשעת מעשה, אבער לא אסתייע מילתא...
איז אזוי
דעם חנוכה בין איך געפארן אויף די מאנסי טרעילס באס, און נעבן מיר איז געזעצן א בחור'ל, מיט א VN 220 LG סעלפאון, און אן קיין שום בישה געשיקט און באקומען וואטסעפפ, געקיקט יוטיוב ווידיא'ס, און נאך עפס וואס איך האב ברוך השם נישט דערקענט...
שומו שמים....!!!!
צו די בריוו איז יא אמת צו נישט אמת ווייס איך נישט, אבער די מעשה איז זיכער אמת!!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

ששש...
לאמיר פארציילען א סוד..
דער מצב ביי טאטעס דארף אויך אסאך רחמי שמים...
עס איז אמת אז עס איז דא א גרויסער אויפוואכונג לטובה.... אבער עס איז ביטער. זאל דער בורא רחמנות האבן!

אינגעלייט דרייען זיך ארום בגוף בלי נשמה.. עצמות יבישות!!
אוועטאר
בית שמאי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:42 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית שמאי »

א נייניקל האט געשריבן:איינער וואלט געקענט איבערלייגן די בריוו אויף א image-mpg פארמעט??

נאדיר
"אייוועלט איז זייער א פיינע פלעטפאורם, ס'איז אויסגעהאלטן, ס'איז כשר." (וועלוועל פעלדמאן)
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

יוסי בן דוד האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1-Ag_s9 ... p=drivesdk

א שרעק! שמייסט אריין ביזן לעצטן ריפ!
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
[email protected]
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

בית שמאי האט געשריבן:
א נייניקל האט געשריבן:איינער וואלט געקענט איבערלייגן די בריוו אויף א image-mpg פארמעט??

נאדיר

א גרויסן ש'כח
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3599
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

יקשן האט געשריבן:ערשט יעצט באגעגנט דעם אשכול..
דער בחור האט נישט מיט קיין האר איבערגעטריבען..
דער מצב איז פיל ארגער..
חאפטס נאר א שמועס מיט עמיצען וואס איז אין דער חינוך ליין און ער "ווייסט" די זאכן וואס אנדערע ווילען נישט וויסען!

ביודעי ובמכירי קאמינא ווען איך האב לעצטענס געהאנדעלט מיט צוויי בחורים, איינער פון גאר גאר א פרומע און תוכן'דיגע שטוב, וואס זייער מצב איז ליידער נישט ווייניגער ווי דעס וואס יענער (בחור ?) שרייבט אין די בריוו
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

להחיות האט געשריבן:
יקשן האט געשריבן:ערשט יעצט באגעגנט דעם אשכול..
דער בחור האט נישט מיט קיין האר איבערגעטריבען..
דער מצב איז פיל ארגער..
חאפטס נאר א שמועס מיט עמיצען וואס איז אין דער חינוך ליין און ער "ווייסט" די זאכן וואס אנדערע ווילען נישט וויסען!

ביודעי ובמכירי קאמינא ווען איך האב לעצטענס געהאנדעלט מיט צוויי בחורים, איינער פון גאר גאר א פרומע און תוכן'דיגע שטוב, וואס זייער מצב איז ליידער נישט ווייניגער ווי דעס וואס יענער (בחור ?) שרייבט אין די בריוו

על זה דוה כל בית ישראל
אוועטאר
שם בן נח
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 23, 2021 5:56 pm
לאקאציע: אויף די הרי אררט

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם בן נח »

קלארע PDF פון קאנפידענשל
https://drive.google.com/file/d/1KaoTgC ... sp=sharing
ה' יראה. אברהם קרא אותו יראה. שם קרא לו שלם. ומלכי צדק מלך שלם (בראשית יד יח). לפיכך נקראת ירושלים על שם שני הצדיקים האלה. (מדרש לקח טוב)

ווילסט מיר מענשענען? לייג אן אנדערע נאמאן און טויש זיין ID צו 19796. און טויש די נאמען צו מיין'ס.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יישר כח.
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

ברעקינג! ברעקינג!
נעכטן שמועסענדיג מיט א חבר בנוגע די מצב היינט און די ישיבות זאגט ער מיך בתוך הדברים האסט אמאל געזען די "קאנפידענשאל" בריוו אויף אייוועלט?
זאג איך אים יא
זאגט ער "איך" האב דאס געשריבן
און יעדעס ווארט איז אמת ויציב
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
אוועטאר
ביני לבין עצמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 6:30 am
לאקאציע: סטאק צווישן מיין מח און מיין הארץ

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביני לבין עצמי »

אברהם אבינו האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 27, 2021 2:25 am
נאך א וויילע האט זיך געמאכט א צורך צו נאך קוקען עפעס פון דארט האב איך באגעגענט Wikipedia
וואס האט געשטילט מיין נייגער אין ווילען צו וויסען אלעס
למעשה פון דארט איז שוין געווען א קאצן שפרינג צו מאוויס וואס כ'האב דאנלאדעד ( די לייבערי איז א פובליק פלאץ אין יעדער קען זען דיין סקרין)
איך האב די SD אריינגעלייגט אין א פשוטע קאמערע
צוביסלאך איז מיין מוח אנגעפאנגען צו פליען
מיין חשובע אשת חייל האט נישט געקענט פארשטיין וואס האט מיט איר חשובע מאן פאסירט

המשך יבוא
בא יבוא...
אם אין אני לי מי לי וכשאני @ביני לבין עצמי מה אני
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

hoipt1 האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 12:25 pm
ברעקינג! ברעקינג!
נעכטן שמועסענדיג מיט א חבר בנוגע די מצב היינט און די ישיבות זאגט ער מיך בתוך הדברים האסט אמאל געזען די "קאנפידענשאל" בריוו אויף אייוועלט?
זאג איך אים יא
זאגט ער "איך" האב דאס געשריבן
און יעדעס ווארט איז אמת ויציב
מ'האמיר עס אויך באשטעטיגט דאן מיט די מענטשן ארום.
אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

יוסי בן דוד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 11:37 pm
א גוטן טייערע חבירים, איך האב אסאך געטראכט צו איך זאל דאס ארויפלייגען אדער נישט, פון איין זייט איז דאס באמת א פריוואטע זאך פון א פריוואטע ישיבה, אבער פון די אנדערע זייט איז נאך קיינמאל נישט געווארן אזוי גוט ארויסגעברענגט די נושא ווי אין אט די בריוו,
ווי ענק זעהן האט די צווייטע זייט איבערגעוואויגן און איך האב עס יא ארויפגעלייגט צוליב די וויכטיגקייט פון די נושא. ליינט'ס עס דורך און ווערט געוואר האר-אויפשטעלנדע פאקטן.

נ.ב. נאכן שמועסן מיט עטליכע בחורים די לעצטע שטיק צייט קען איך באשטעטיגען אז יעדע ווארט איז אמת.
https://drive.google.com/file/d/1-Ag_s9 ... p=drivesdk
מען דארף עקסעס...
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
יוסי בן דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 11:57 am

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי בן דוד »

אינבי האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 8:38 pm
יוסי בן דוד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 11:37 pm
א גוטן טייערע חבירים, איך האב אסאך געטראכט צו איך זאל דאס ארויפלייגען אדער נישט, פון איין זייט איז דאס באמת א פריוואטע זאך פון א פריוואטע ישיבה, אבער פון די אנדערע זייט איז נאך קיינמאל נישט געווארן אזוי גוט ארויסגעברענגט די נושא ווי אין אט די בריוו,
ווי ענק זעהן האט די צווייטע זייט איבערגעוואויגן און איך האב עס יא ארויפגעלייגט צוליב די וויכטיגקייט פון די נושא. ליינט'ס עס דורך און ווערט געוואר האר-אויפשטעלנדע פאקטן.

נ.ב. נאכן שמועסן מיט עטליכע בחורים די לעצטע שטיק צייט קען איך באשטעטיגען אז יעדע ווארט איז אמת.
https://drive.google.com/file/d/1-Ag_s9 ... p=drivesdk
מען דארף עקסעס...
viewtopic.php?p=3242703#p3242703
אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

יוסי בן דוד האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 8:44 pm

thx
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

יעצט גענדיגט ליינען איך לערן מיט בחורים אין ישיבות כ'זאג ענק קיינער ווייסט נישט ווי אמת דאס איז חוץ פון די בחורים אליין...
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
פרעזידענט ביידען

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט ביידען »

הקדמה, ווען ס’איז ארויסגעקומען דעם דאזיגן ארטיקל האב איך געלערנט דאן אין ישיבה גדולה, איינע פון די גאר גרויסע, און דעי בריוו האט אויפגעשטורעמט - ווי פארשטענדליך - יעדע בחור בר דעת, און ס’געווארן פארשידענע חילוקי דעות, ווי א יעדע קופקע פון מער ווי 1 בחור...

בתוך הדברים, אונז (כמעט די גאנצע קופקע) בחור’ישע קעפ -דאן- האבן פארשטאנען ברוב חכמתינו אז אין א געוויסער זין איז עס א שטיקל בלאף צו שרייבן א זאך וואס וועט גארנישט אויפטוען, אזויפיל האמיר יא פארשטאנען אז יש דברים בגו, נאר וואס פארדינט מען פון באוויינען ווען מ’האט נישט קיין סעלושען?

כ’פארשטיי אז עווערני”ס איז א וויכטיגע וועג פאר אויפוועקונג, אבער מ’רעדט דאך פון א פראבלעם וואס בלי שום טענה ומענה איז ”נישט” דא קיין שום דרך הטבע’דיגער מהלך צו אויספייטן דעם פראבלעם, נאר בתפלה וכו’, סאוי וואס איז די גאנצע פרסום, פשוט שרייען געוואלד? פוי? איך פרעג, איך פארשטיי עס עכט נישט.

אז ס’איז שווער צו שרייבן דא, קענסטו קומען אין אישי
אוועטאר
Mr. President
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 12, 2023 8:58 am

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mr. President »

פרעזידענט ביידען האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 3:49 am
הקדמה, ווען ס’איז ארויסגעקומען דעם דאזיגן ארטיקל האב איך געלערנט דאן אין ישיבה גדולה, איינע פון די גאר גרויסע, און דעי בריוו האט אויפגעשטורעמט - ווי פארשטענדליך - יעדע בחור בר דעת, און ס’געווארן פארשידענע חילוקי דעות, ווי א יעדע קופקע פון מער ווי 1 בחור...

בתוך הדברים, אונז (כמעט די גאנצע קופקע) בחור’ישע קעפ -דאן- האבן פארשטאנען ברוב חכמתינו אז אין א געוויסער זין איז עס א שטיקל בלאף צו שרייבן א זאך וואס וועט גארנישט אויפטוען, אזויפיל האמיר יא פארשטאנען אז יש דברים בגו, נאר וואס פארדינט מען פון באוויינען ווען מ’האט נישט קיין סעלושען?

כ’פארשטיי אז עווערני”ס איז א וויכטיגע וועג פאר אויפוועקונג, אבער מ’רעדט דאך פון א פראבלעם וואס בלי שום טענה ומענה איז ”נישט” דא קיין שום דרך הטבע’דיגער מהלך צו אויספייטן דעם פראבלעם, נאר בתפלה וכו’, סאוי וואס איז די גאנצע פרסום, פשוט שרייען געוואלד? פוי? איך פרעג, איך פארשטיי עס עכט נישט.

אז ס’איז שווער צו שרייבן דא, קענסטו קומען אין אישי
עווערנעס איז זייער א וויכטיגע זאך. פון דעם אליינס קען די ישיבה קומען.
אבער אםי’ סתם אזוי ווען א הויז ברענט למשל, און ס’דא אינסייד מענטשן וואס שלאפן, אפי’ די הויז פלאקערט אויף א וועג אז מ’קען זיי מער נישט ארויס נעמען וועט מען נאך אלץ שרייען זייערע נעמען צו זיי אויפוועקן, ווייל איינמאל ער איז אויף העט ער אפשר טרעפן זיין וועג ארויס, ער וועט זיך שלאגן פאר זיין לעבן ’איך ווייס נישט וואס’ אבער ער איז כאטש אויף מיט א טשענס צו עס מאכן. קיינער וועט נישט טראכטן אז ער וועט ממילא פארברענט ווערן וואס פעלט אויס אים אויף צו וועקן, ווייל יעדער פארשטייט אז אויב שלאפט ער איז נישט דא קיין שאנסן.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7924
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

אינבי האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 2:16 am
יעצט גענדיגט ליינען איך לערן מיט בחורים אין ישיבות כ'זאג ענק קיינער ווייסט נישט ווי אמת דאס איז חוץ פון די בחורים אליין...
נא... וועגן דעם איז נישט דא קיין פאסיגערע פלאץ עס צו ארויף ברענגן ווי דא...

אבער די אמת איז אז א גרויסע עולם דא האט זיך נאך געפינען צווישן די ישיבה ווענט אין די לעצטע פיר פינעף יאר, און ’בעסע’ איז עס נישט געווארן זינט דאן. ממילא איז עס זיכער נישט אינטערגעשאצט...
אוועטאר
KSTAY
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 10:34 am
לאקאציע: London
פארבינד זיך:

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KSTAY »

א נייניקל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:33 pm
איינער וואלט געקענט איבערלייגן די בריוו אויף א image-mpg פארמעט??
+Ä-¦+Ä+ë+Ä+í+Ä+¦+Ä+û+Ä+¦+Ä+¦+Ä+í+Ä+++Ä-«+Ä+¦+Ä-ú_page-0001.jpg
+Ä-¦+Ä+ë+Ä+í+Ä+¦+Ä+û+Ä+¦+Ä+¦+Ä+í+Ä+++Ä-«+Ä+¦+Ä-ú_page-0001.jpg (196.47 KiB) געזען 69 מאל
+Ä-¦+Ä+ë+Ä+í+Ä+¦+Ä+û+Ä+¦+Ä+¦+Ä+í+Ä+++Ä-«+Ä+¦+Ä-ú_page-0002.jpg
+Ä-¦+Ä+ë+Ä+í+Ä+¦+Ä+û+Ä+¦+Ä+¦+Ä+í+Ä+++Ä-«+Ä+¦+Ä-ú_page-0002.jpg (244.15 KiB) געזען 69 מאל
+Ä-¦+Ä+ë+Ä+í+Ä+¦+Ä+û+Ä+¦+Ä+¦+Ä+í+Ä+++Ä-«+Ä+¦+Ä-ú_page-0003.jpg
+Ä-¦+Ä+ë+Ä+í+Ä+¦+Ä+û+Ä+¦+Ä+¦+Ä+í+Ä+++Ä-«+Ä+¦+Ä-ú_page-0003.jpg (224.64 KiB) געזען 69 מאל
קומט איר קיין לאנדאן באשטעלט יעצט אייר דירה אויף Kstay

בילד
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”