~~ גילוי אלערט ~~

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

~~ גילוי אלערט ~~

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יוני 30, 2008 11:13 pm

הקדמה: די פאלגענדע טעמע איז זייער האקעל און סענסיטיוו, עס איז גארנישט לאכעדיג אדער גוטמוטיג, דאס מיינט אז איר קענט אראפנעמען די צוויי ערשטע פינגער פון די ח' און כ' קנעפלעך, און רישט אייך נישט אויף אן אויספלאץ אדער צוויי אינמיטן דעם ווייטאגליכן נושא וואס איז שוין לאנג אקטועל און מוז ארויסגעברענגט ווערן איינמאל פאר אלעמאל און פארדאמט ווערן מיט די שארפסטע טערמינען.

1. מיר אלע דא אין "היימישע קרעטשמע" זענען אידישע קינדער וואס זיצן און פארברענגן געמיטליך בשבת אחים גם יחד, מען שרייבט און מען ליינט, איינער מער און איינער ווייניגער, די צד השוה וואס פארבינדט אונז אלע איז די רצון הנאה צו האבן פון א גוט ווארט און פארמאגן א באקוועמע פלאץ וואו זיך אויסצוטשוכן פונעם טאג טעגליכן הו-הא.

2. פארהאנען אזעלכע וואס עס קימערט זיי נישט אז דער צווייטער ווערט געוואויר ווער זיי זענען באמת, און וועלכער אינגערמאן באהאלט זיך אונטער דעם אדער יענעם ניק, דאס קען קומען מחמת חסרון ידיעה - זיי כאפן נישט אז דאס קען זיי עפעס שאדן טאן אינעם צוקונפט וכדומה, אדער איז דאס צוליב זייער ווייטער בליק און אפענע אויגן וואס זעען שוין יעצט אז "היימישע קרעטשמע" וועט קיינמאל נישט שאפן קיין פראבלעמען פאר אירע מיטגלידער, און אין די נישט לאנגע צוקונפט וועלן מענטשן זיך גאר גרויסן אז זיי האבן פארברענגט זייער צייט אין אזא געשמאקע ערליכע נארמאלע געזעמל.

3. פון די אנדערע זייט זענען פארהאנען מאנכע אידן וואס זייער אידענטיטעט איז ביי זיי דאס גרעסטע געהיימניס, דאס קען זיין צוליב א פאזיציע וואס זיי פארמאגן און קענען נישט צולאזן אז מען זאל זיי אפירהאלטן אויף עפעס וואס זיי האבן דא געשריבן, אדער קען דאס זיין פשוט צוליב דעם וואס זיי ווילן לעבן א רואיגער לעבן און קענען שרייבן ככל העולה על רוחם אן דארפן ציטערן אז דער אדער יענער וועט זעהן אז איך האב דאס אדער יענץ געשריבן.

4. אונזערע אויערן האבן אויפגעכאפט שמועות אז עס דרייען זיך ארום אזעלכע וואס פרובירן מיט פארשידענע אופנים צו דערגיין ווער די שרייבער דא אין קרעטשמע זענען, צוליב וואספארא סיבה דאס זאל נאר נישט זיין, אפטמאל סתם נייגער. די וועג וויאזוי יענע פרובירן ארויסצודערווישן אן אידענטיטעט קען צוגיין אויף כל-ערליי אינטערסאנטע וועגן. צומאל וועט ער זיך ארויפכאפן אויף א ווארט וואס דו האסט געשריבן, און דיר נעמען פארדרייען א קאפ אין "הודעה אישית" אויב דו ביסט נישט פערצופאל דער אדער יענער, און ער וועט פארציען א שמועס מיט דיר ביז עס וועט אים געלונגן צו דערשנאפן עפעס וואס קען פירן צו דיין אנטשלייערונג.

5. אנדערע גייען צו דערצו אויף זייער אן איינפאכן פארנעם. איך האב אמאל באקומען א בילד פון איינעם אין אימעיל, יענער האט הפנים געקלערט אז איך וועל תיכף ריפלייען מיט א מראה קודש פון מיר במדה כנגד מדה. צו אזא איינעם האב איך א מעסעדזש: מעגליך אז דו ביסט נאאיוו, אדער גייט דיר טאקע נישט אן אז דיין פרצוף איז נכסי הפקר, אבער איך דריי זיך שוין קאנטיג אויף די נעט אביסל לענגער ווי דיר, און איך ווייס אז עס איז א סכנה ארויסצושיקן א בילד אפילו צו א נאנטן חבר!

6. ערגער פון דעם אלעם איז אבער די ערשיינונג פון א קופקע יונגעלייט אין א קאווע שטובל פון א בית המדרש, וואס רעדן הויך אין פובליק איבער די שרייבערלעך פון קרעטשמע, און טוישן אויס אינפארמאציע איבער אונזערע לעבנס. צום ביישפיל: יונה ווייסט ווער "אלבערט" איז, אבער איז מקנא זיין חבר זלמן וואס ווייסט ווער "אברהמל" איז, מאכט ער אזא געשעפט מיט זלמן'ן, איך פובליציר דיר אלבערט'ס געהיימניס און דו וועסט מיר צוריקשענקן אברהמ'לס לעבנס-געשיכטע.

7. וואס האט דא פאסירט? 2 אומשולדיגע אידעלעך וואס האבן איינגענעם פארברענגט אין קרעטשמע, האבן יעצט פארלוירן זייער ביסל פריוואטקייט צוליב דעם וואס זיי האבן אמאל געכאפט א שמועס מיט א קאלעגע קרעטשמעריסט און אים אנפארטרויעט זייער ווירקליכן נאמען, בשעת זיי האבן נישט געהאט קיין שום חשד אז יענער - וואס האט זיך אנגעגעבן אלס גוטער חבר און געטרויבארער פערזאן - וועט נאך איין שיינעם טאג דאס אויספלוישן פאר כל הקהל הקודש אין פאליש פון גרויסן בית המדרש.

8. צו דראמאטיזירן די הארבקייט פון גילוי אריות שבחבורה: מיר האבן שוין געהאט דא אמאל א ניק, איינער פון די סאמע חשוב'סטע און וויכטיגסטע שרייבער, וואס האט זיך ארויסגעצויגן פון דאנעט צוליב איין איינציגע סיבה, און דאס איז געווען ווייל א יחיד האט אים אנגעשראקן אין אימעיל/גוגעל-טאלק אז ער וועט זיך אריינלייגן און געוואויר ווערן זיין אמת'ע אידענטיטעט! דער שרייבער האט זיך דערשראקן פונעם סטראשע, נאכדעם וואס יענער האט אים אנגעהויבן אויספויקן ראשי תיבות פון ניקס וואס ער איז שוין געוואויר געווארן במישרין אדער בעקיפין.

9. דאס איז אבער נאך א גארנישט אקעגן די שווערערע קאנסקעווענצן וואס קענען ארויסקומען פון אזא גילוי. ווער וויל טראגן אויף זיין פלייצע אן אפגערעדטע שידוך ח"ו, ווען מען וועט געוואויר ווערן אז דער מחותן פלעגט גאר שרייבן נארישקייטן (לשיטתם) אין די יונגע יארן אויפן נעט? ווער קען נעמען אויף זיין אחריות די בושה וואס א יונגערמאן ליידט זיך אן ווען זיין נאמען ווערט אויסגעפאמפט אינעם שוהל וואו ער דאווענט מיט א רואיגקייט "זעהסט יענעם דארט ביים ווינקל, ער איז שמש-בצהרים, דער לץ פון קרעטשמע"?

10. מיין בלוט זידט און די האר פון קאפ שטעלן זיך מיר אויף טראכטנדיג איבער די גלייכגילטיגקייט און אוממענטשליכע געפילן וואס אזא פלוידער-זאק פארמאגט אין זיך, דער נעמט דאך יענעם'ס לעבן, זיינע אויסגעהארעוועטע בינטל יארן, און ווארפט זיי אויפן דראנג כלאחר יד, און אלעס פאר אביסעלע אינטערהאלטונג און שוואנצעריי. ער וויל אויסקוקן גרויס אין די אויגן פון זיינע חברים וכדומה.

11. פון היינט און ווייטער, זאל יעדער מיטגליד מאכן א חשבון הנפש מיט זיך אליינס. די וואס ווילן בלייבן אנאנים, זאלן זיך היטן ווי די שווארצאפל פון אויג פון אזעלכע אידענטיטעט רויבער. און די וואס ווילן זיך יא באקענען מיט איינעם-צוויי פון די קאלעגעס, זאלן גאר שטארק אכט געבן אויב יענער איז טראסטבאר און וועט קיינמאל נישט ארויסגעבן זיין געהיימניס אפילו פאר גאר א גוטן - כלומר'שטן - חבר פאר וועמען ער וויל געפעלן.

12. עס זאל קלאר זיין פאר יעדן איינעם אז איך רעד נישט דא דירעקט צו א יחיד, נאר צו איטליכן מיטגליד וואס פארמאגט אביסל שכל אין קאפ און מענטשליכקייט אין הארץ. היט אפ די כבוד פון אייער חבר מער ווי אייער כבוד, און יענעמס סוד מער ווי אייער סוד. דאס וועט האפנטליך זיין א רעצעפט פאר פרידן און רואיגקייט אין קרעטשמע און אינעם טאג-טעגליכן "ביז צו די קרעטשמע".
לעצט פאראכטן דורך קרעמער אום זונטאג יולי 20, 2008 12:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג יוני 30, 2008 11:55 pm

יאשר כוחך ידידי מוה"ר קרעמער שליט"א, דיינע ווערטער, זענען די ווערטער פון אלע מיטגלידער תושבי קרעטשמאתינו.

באמת איז נישט דא קיין סאך וואס מוסיף צו זיין, אבער איך האב געקלערט צוצולייגן איין פונקט. דער עולם דא כאפט זיך נישט, אין די גאנצע ווירטואלישע וועלט, איז גילוי פון די גאר הארבסטע זאכן. און איך האב גוטע אינפארמאציע, קען מען גאר רופן אין קאורט דעם יעניגן וואס איז מגלה פנים בווירטואלע, שלא על פי חוק.
וואס איך מיין ארויסצוברענגן דערמיט איז: מיר ווילן נישט דא גודר זיין א געוויסע גדר, אשר לא שערום אבותינו. א זאך וואס די גאנצע ווירטואלישע וועלט ווייסט נישט פון אזא משוגעת. ניין, און נאכאמאל ניין, גילוי איז אין אלע פארומים אין די וועלט גאר גאר אן הארבע זאך, און נישט נאר דא צוליב שידוכים טאר מען דאס נישט טוהן. נאר אפילו אין די גוי'אישע וועלט, וואס דער פראבלעם איז נישט פארהאן. איז דאס אויך א געפערליכע עוולה.

עניוועי, יהי רצון אז יעדער זאל דאס פארשטיין און אננעמען מיט'ן ריכטיגן שכל, און עס זאל קיין עגמת נפש נישט ארויסקומען פון אן אופארזיכטיגן שריט.

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » דינסטאג יולי 01, 2008 12:56 am

מיר האבן זייער הנאה געהט פון דיזע ארטיקל, און ס'מערסטע ס'מיר געפאלן ווער ס'וועקט אויף דעם עולם, דער גרונדער פון דעם אשכול

קאניאק ברענגט דארט ארויס א גוטע פוינט, און באמת איז רוב עולם אזוי און רוב עולם וועט אפי' מודה זיין

אין קאניאק'ס קליינטשיקע שורה האט ער מיר דריי מאל באשריבן אינסייד אויט, און אזוי איז יעדער

שכו' קרעמער פאר'ן נעמען די מיה פון צוזאמענשטעלן און אראפשרייבן "יושר, דברי אמת"

שוין כמה פעמים געהערט די מעשה פון הייליגן מגיד אז ער איז מן השמים באשטראפט געווארן אז ער האט געמוזט נתגלה ווערן ווייל ער איז אמאל געפארן צווישן די ערשטע און צווייטע טעג יו"ט, האבן מיר אזוי אלעמאל אריינגעקלערט "וואס איז דען אזוי דער גרויסער עונש?" (שפעטערדיג'ע צדיקים האבן געזאגט אין זייער דור אז היינטיגע צדיקים וואלטן דייקא געפארן כדי נתגלה צו ווערן) א שיינע רבי, זילבערנע שטעקן מיט גבאים און קוויטל געלט איז פונקט וואס מיר פעלט יעצט אויס

אריינקומענדיג, - אריינסיינענדיג אין קרעטשמע - זעמער שוין איינמאל געוואר געווארן ואס דאס מיינט (להבדיל) גילו..........

עניוועי, א גרוס פון א נאנטן פון אן אנדער שטאט אינמיטין זומער וועט נישט שאטן, א גוטן אווענט און א גרויסן דאנק צום צווייטן מאל פאר די געלונגענע ארבעט

להתודע ולהגלות, די תגובה איז געשריבן געווארן אנע האלטן די פינגער אויף די J און F

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג יולי 01, 2008 10:40 am

קרעמער,

האסט זייער גוט ארויסגעברעגט די גאנצע ענין, א גרויסן שכוח.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג יולי 01, 2008 11:19 am

רב קרעמער
איך וואלט דיר גע'עצה'ט אז זאלסט מאכען דעם אשכול דבוק אז עס זאל בלייבען כסדר אויווען און מזרח.
דער פאוינט וואס די האסט ארויסגעברענגט איז זייער א וויכטיגער!


אין איך וויל נאר מחזק זיין דיינע ווערטער.

רבותי, איך האב ליידער פלענטי געזעהן וואס דער ענין קען גורם זיין
הזהרו, און נאכאמאל הזהרו און נאכאמאל הזהרו.
איך קען נישט גענוג מאל זאגען הזהרו
the SCY is the limit

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג יולי 01, 2008 11:48 am

קרעמער; יש"כ פאר'ן טון דעם דזשאב. איך האב נישט געהאט די קלארע און שארפע ווערטער וויאזוי עס ארויסצוברענגן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יולי 01, 2008 2:01 pm

אני הקטן שטעל זיך אויך צו, צו די אויפריכטיגע ווערטער פונעם מייסד הקרעטשמע, און מיט א תפלה צום באשעפער, אז דער עולם דא וועטעס אננעמען ערענסט, און זיך נישט ארום שפילן מיט אידיש בלוט.

קרעמער, יישר כחכם.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג יולי 01, 2008 2:05 pm

גם אני מצטרף על כל הנ"ל

יאנאש
ממנהלי היימישע קרעטשמע

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג יולי 01, 2008 3:06 pm

איך אויך, מעומק הלב.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג יולי 01, 2008 3:48 pm

מאשקע האט געשריבן:איך אויך, מעומק הלב.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג יולי 01, 2008 4:11 pm

יישר כח הער מנהל פארן מאכן 'אלערט'.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג יולי 01, 2008 4:33 pm

וואס אן אמת געשמועסט האב איך שוין עטוואס פון די ענינים מרמז געווען אין מיין ואלין מילעריא אשכול. ואיידי דאתי לידי, אז קרעמער האט שוין אויפגעברענגט דעם פראבלעם, וועל איך נאר אריינווארפן איין קלייניקייט, און טאקע בלויז א קלייניקייט.

וויסן זאל מען, אז דער 'גוגל טאלק' איז א ממית אין די זאכן. פינטל. די אלע וואס רעדן אויף גוגל טאלק און ווילן בלייבן אנאנים, זאלן וויסן אז דאס איז זעלבסט מארד. ודי בזה. (איך רעד פון עקספיריענס...).

אוועטאר
איש חסיד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 31, 2008 8:39 pm
לאקאציע: פון צייט צו צייט אין קרעטשמע

תגובהדורך איש חסיד » דינסטאג יולי 01, 2008 4:56 pm

פעפער זיי מסביר פארוואס ביטע

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יולי 01, 2008 5:09 pm

זארעך: עס איז אמת אז דורך טאלק קען מען זיך גרינגער באקענען 'אויב' מען וויל, אבער עס איז נישט קיין וועג אויסצוגעפינען ווער איינער איז,

איך האב שוין אידן אין מיין טאלק פאר גאר א לאנגע צייט אין איך ווייס נישט ווער זיי זענען (איך רעדט אויך פון עקספיריענס...)

פארשטייט זיך אז מיט אפאר אידן האב איך מיך באקענט דורך טאלק, אבער עס איז צוגעגאנגן ברצון נישט באונס וכדו'.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג יולי 01, 2008 5:13 pm

וואס זאל איך שרייבען, גם אני מצטרף? דאס שרייבט דאך יעדער. האב איך נישט וואס מוסיף צו זיין.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » דינסטאג יולי 01, 2008 5:17 pm

צום אלעם ערשט שכוח קרעמער, עס איז בבחינת לחזק ולהתחזק, יעצט אז קיינער וועט מיך שוין נישט אזוי נאכקוקן, נאך די אויפריכטיגע רייד,
קען איך אויך זאגן אז מיר איז- ביז דעם ארטיקל- אויך געווען אפאר מאל אינטערעסאנט, צו וויסן ווער איז דער און דער גוטע שרייבער, וכדומה,
אבער מאי דהוה הוה, מכאן ואילך חושבנא.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג יולי 01, 2008 5:21 pm

מחמת סיבות מסיבות שונות ומשונות, בין איך נישט אין דער גוסטע צו טייפן לאנגע דרשות איבער די נושאים והמסתעף, אבער אז ס'דא וואס פארשטייען נישט וועל איך אין קורצן מסביר זיין.

רעדנדיג אויף גוגל באקומט מען א שטערקערן נאנטשאפט ווי סתם פון א שמועס אין קרעטשמע. די שמועסן און ווערטער אויסטוישן פארן אהין און צוריק שנעלער ווי געראכטן. עס פארט א ווארט פאר א ווארט, מ'לייגט אריין ווייניגער מחשבה פאר מ'קלאפט ארויס א ווארט פונעם קי בארד, און פון אזויפיל רעדן און רעדן איז לא ימלט אז דער קאלעגער שמועסער זאל נישט אויפכאפן אדער נאשן און זיך דערשנאפן מיט עטוואס אינפארמאציע.

ווי געזאגט, בין איך נישט דערביי מאריך צו זיין אין די ענינים און איך האף אז מיין פוינט איז גענוג קלאר, און אויב נישט איז אויך גוט.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יולי 01, 2008 5:26 pm

וואס זאלעך דיר זאגן האסט א שטארקע פוינט

אבער איך האב אריין געווארפן מיין תגובה ווייל איך האב נישט געוואלט דער עולם זאל זיך אפשאקלן פון טאלעק, - מיט וועם וועל איך שמעוסן און א ליידיגע מינוט? פון וועם העליך פרעגן א ברענדיגע הילפ פראגע?? פארדעם וויליך אביסל בארויגן דעם עולם אז מיט דעם וואס מען נוצט גאגעל רינט נאך נישט ארויס דער סאשעל צום פאבליק...

נו וואדי דארף מען זיין זייער פארזיכטיג ספעציעל ווען מען נוצט טאלק אזוי ווי זארעך זאגט...

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דינסטאג יולי 01, 2008 5:39 pm

קרעמער - א מאחדעל פליעס.

פארן ארויספלעכטן די אמת צווישן בייזע שורות, קומט זיך דיר א זעץ אין רוקן!

אבער וויאזוי גייט דאס טאקע צו?...

אנהייבן הייבט זיך עס אן ווען מען איז 'משוגע לפי תומו'.

זיצן צוויי חבירים 'זעקל' מיט 'שטכי', זיי לערנען בחברותא, מען שמועסט ביינאכט סדר. מען רעדט א געשמאחקער שמועס, סאטדענלי נעמט זיך 'זעקל' רעדן ווי סאטדע גיסט זיך אויס ביי איינעם אויפן גמרא, ער פארפאאאאאאטרט פונעם שמועס. אין דערנאך זאגט 'זעקל': אההה ווייסט וואס איך האב געמיינט ווען איך האב גערעדט פון די אויסגעגאסענע סאטדע?

איך האב געמיינט יענעם דארט. בלאטאאאם! וואאאס? פרעגט 'שטכי' איבער, א געטשאכענער פון 'זעקל'ס ווערטער.

זעסט יענעם מיטן איינגעקוועטשטן באטלי הוט? [פוינט 'זעקל' אויף יענעם] ששש... בייג דיך אהער, זעסט אים? זיין רעקל איז היפש אויסגעוואקסן. יא יא - איך זעה זאגט דער חבר 'שטכי' -ער איז אומגעדולדיג. נו וואס איז מיט יענעמ'ס אויסגעוואקסענע רעקל?

ניין איך מיין נישט די רעקל, זאגט 'זעקל'.

או מיי גאחש! דו קענסט רעדן - אין זאגן וואס דו ווילסט. ווייל דו ציסט מיר סתם אטן יעצט...

דא נעמט 'זעקל' צאחם זיינע צוויי ברוינע אויגן אין שארפט אויס זיין שטימע אין ער זאגט מיט א שמייכל, חחחחטככם! ווייסט נישט וואס איך האב געמיינט? יענעעער דארט ששש... שרייבט אין קרעטשמע - תוך כדי דיבור. קענסט זיין ניק?

זעקל'ס פוס שפרונגען פאר שמחה מען גייט איצט מגלה זיין פאר איינעם א ניק, הוי עטאטס זיין גוט, איך ווייס - און איך גיי זאגן! נו-אוואדאי ווערט 'שטכי' ווילד.

האללללאו - דו מוזט מיר זאגן וואאס זיין ניק איז וויינט 'שטכי' פלללליז.
נאופ איך קען נישט, זאגט 'זעקל'. ביז אהער...

העעעי פארוואס נאר ביז אהער האסטו גערעדט ווי א גאטלאחש? פרעגט 'שטכי' צו 'זעקל' מיט א גערעגטער שטימע, דא ווערט שוין ווילדער די שמועס.

'זעקל' איז פאר א רגע געווארן ווייעך, ער זאגט צו 'שטכי': פללליז ער האט מיר געזאגט אז איך זאל עס האלטן פאר א סוד. - איך קען אים נישט פארראטן.
זאגט 'שטכי': ששששוטה פון מצרים! איך קען אויך האלטן א סוד, זאג נאר וואס דו ווילסט, אין איך האלט עס ביי מיר פאטר גוד.

וכלך היה 'זעקל'... אחת ואחת... איין ניק נאטכעס אנדערע איז געווארן אויסגעגאסן אויפן גמרא... אנשטאט די סאטדע. - דא פרעגט 'שטכי' פון 'זעקל' - אויב אזוי פארוואס האסטע געמוזט רעדן פריער פון אוסגעגאסענע סאטדע? זאגט 'זעקל': אאאאאוי די גולם פון יאחפאחן [א טשעפע אויף צוריק פאר 'שטכי' וואס ער האט פריער געזאגט: שוטה פון מצרים]. איך האב נישט געוואלט רעדן ווייטער פון אים, ער וואלט ווען תיכף געכאפט. האב איך געמוזט רעדן פון אויסגעגאטסענע סאאאאטדע, כאפסט?....

סלעעעעפל פייוו! זאגט 'זעקל' פאר 'שטכי'. [פארגעסענדיג אז זיי האבן זיך דזשאטסט געריבן מיט שטעך ווערטער].

*

האללאו - איר ווילט האלטן א סוד?! האלטס עס! דאס איז מיין טעקניק וואס איך ווייס.

טענקיו קרעמער!

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » דינסטאג יולי 01, 2008 5:43 pm

אויף טאלק, מיינט מען אז מען שרייבט צו איינעם ווען למעשה שרייבט זיך עס פאר א צווייטן.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג יולי 01, 2008 5:44 pm

קרעמער, אזא גוטס איז שוין לאנג נישט ארויסגערינען פון דיינע ארבלעך, איך באצי מיך נישט צום עצם נושא, וואו אלעס איז אמת ויציב, איך רעד פונעם ארטיקל זעלבסט, די שריפט דערפון, די עסקפרעשען, אויסלייג, קונסט ממש.

איך וועל איבערזאגן דעם באקאנט ווערטל, מאמר העולם.

אויב האסטו דיך נישט געקענט איינהאלטן, און אויסגעזאגט דיין סוד פאר יענעם, פארוואס האסטו טענות אז יענער האט עס געזאגט ווייטער, ער האט דאך סך הכל נאר געטון וואס דו זעלבסט האסט אקארשט [עיין בשפראך פורום ותמצא] געטאן.

פארשטייט זיך הכל לפי הענין והזמן והאדם והמקום, אבער ס'איז א שטארקע דערהער און קען אויפטון פאר די וואקלדיגע פערזאנען, אלזא האב איך עס אריינגעשליידערט, אטאדא אין דיזע העכסט-וויכטיגע געהענגעל, אז יהי' ס'זאל זיין.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 01, 2008 6:29 pm

איך וויל נעמען דעם שמועס צום נעקסטן לעוועל,

אמאל איז דא געווען א שטיקל מאוומענט פון רעדן איבער ניקס, דאס הייסט אפגעבן א מזל טוב פאר א ניק אדער פארציילען איבער א באגעגעניש פון צוויי ניקס (יא ניקס קענען זיך באגעגענען), אמאל האט מען ארויסגעברענגט וויפיל ניקס מקען אלס, אזש ביז ניקס-צאמקנופטען וואס איז דערנאך געווארן געלופטערט אין די קרעטשמע.

יעדעס מאל באזונדער, האט עס מיר געקרענקט קלערנדיג אז איין טאג וועל איך מוזן אריינגיין אין די ניק-סאסייעטי באונס או ברצון, וכך הווה, נישט לאנג דערנאך האט מען מיך אנגעהויבן קאנפראנטירען באישית ווירטואלי ובאישית ווירקליכאלי (גיי ווייס פון וואו זיי האבן געוואוסט) לאמר אזוי צו זאגן, לכו נא ונווכחה לאמיר זיך טרעפן, לאמיר ווערן ידידים פון היינט און ווייטער, א זאך וואס האט מיר פון אנפאנג געבאדערט עד דכדוכה של נפש, כהאב אוודאי שלום געמאכט מיט'ן מצב ווי איידער צו פארלירען מיין 'היים-אוועק-פון-היים' די באליבטע קרעטשמע, אבער איך האב מיר געמאכט פארשידענע גדרים.

1) איך גיי קיינעם נישט פרעגן אדער טאן סיי וואס געוואור צו ווערן די אידענטיטעט פון סיי וועלכע שרייבער.
2) איך גיי נישט מפרסם זיין דא אדער מגיב זיין איבער עני פערזענליכע קאנפראנטירונגען מיט חברי קרטשמתינו.
3) והוא העיקר, איך וועל אכט געבן צו שרייבן נאר זאכן מיט וואס איך וועל זיך נישט ברויכן שעמען אינעם עתיד.....

קרעמער,
א שאד אז די דערמאנונג איז נישט ערשינען פריער און עפטער, ליידער רבים חללים הפילה, איך האב געליטן א פערזענליכע קלאפ פון וואס איך האב נאך אלס נישט רעקאווערד פון איינס אזא אינצידענט פון גילוי אריות.

צום שלוס וועל איך שרייבן מיין ווערטל וואס איך האב אויפגעברענגט פאר די מנהלים, די שלש עבירות החמורות בהקרעטשמע; עבודה זרה (ארבעטן דא פאר אנדערע אינטערעס; פריוואטע געשעפטן, אוועקשלעפן נישקס וכדו), שפיכת דמים (עס דארף א הסבר?) וגילוי אריות עולה על גביהן.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג יולי 01, 2008 8:51 pm

א גרויסען ישר כח הרב קרעמער פארן אזוי גיט ארויס ברענגען וואס לייגט אסאך מענטשן שוין לאנג אויפן צינג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג יולי 01, 2008 9:17 pm

קרעמער, א גרויסן יישר כח פאר'ן אויפברענגן די אשכול. כ'וויל נאר מוסיף זיין איין קלייניגקייט, נישט נאר איין שרייבער האבן מיר פארלוירן צוליב גילוי, איך ווייס פון עטליכע.

מיין מיינונג איז ווי בני היכלא, און דער איינציגסטע וועג צו פריווענטן אזא גליטש אינעם עתיד איז נאר דורך זיך אליין איינהאלטן, און נישט מגלה זיין פאר קיינעם די אייגענע אינדענטיטעיט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 02, 2008 12:40 am

ווייס יא ווייס נישט (באלד 'עט מען זאגן איך הייס ווייס..), טראכט אהער טראכט אהין, לאטץ ענק אפ פון די אלע שטויות. דער עיקר איז מ'זאלמיר ווייטער קרעטשמעריזירן מיט א פרייליכן געמיט.
לאץ נישט דעם אשכול אריינבלאזן אומעט און אומרואיגקייט אהער.

לשעבר האבן מאנכע באוויזן צו דערגיין מיין אידענטיטעט גאנץ בעקיפין (קודם מיין שוואגערס שווער, דערנאך די ר"ת פון מיין ישיבה, דערנאך מיין שוואגערס שוואגער... דערנאך מיין טעלעפאן נומער..), און דערנאך איז עס איבערגעגעבן געווארן פאר אנדערע מיטן אויסרייד וויבאלד זיי זענען פון די מנהלים.. מעגן זיי וויסן. פלוצלונג בין איך שוין געווארן א קוזין מיט דעם, א נעפיו פון יענעם, א אייניקל פונעם זיידן און א איידעם פון עטליכע שוויגערס.. ויהי היום האב איך באשלאסן: זאל יעדער וויסן וואס זיי ווילן וויסן, מיך גייט עס נישט אן, איך זעה נישט קיין עוולה דא מיט וואס זיך צו שעמען.

כאב מיך שוין אידענטיפיצירט פאר אסך פון דא ברצון און איך וועל מיך ווייטער אידענטיפיצירן אויב זעה איך איין די נויטיגקייט דערפון. אבער איך שלעפ נישט פון יענעם ארויס עפעס וואס ער וויל נישט זאגן, עס גייט מיך באמת נישט אן, ווילאנג ער שרייבט א גוטס מען קען לאכן איז גוט.

... אוי !! כל הנשמה תהלל י-----ה הללויייי------הה. ......

... נא נא נא נא נאם, נא נא נא נא נאם, נאנאנאנאננא נאראם.........

אוי,,,, הללו קל בקדשו ..... לעבעדיג !!11111


מיין מיינונג: דער אשכול זאל 'נישט' זיין דביק, עט-ליעסט נישט אין 'היימישע קרעטשמע', ענדערש אין 'עזרה פורום'. עס דראמאטיזירט די מצב און דערשרעקט פרישע אז עפעס אויסטערליש קומט דא פאר.
אנשטאט, זאל מען שיקן אן אלערט צו די וואס זענען די טראבלמעיקערס אז זיי זאלן איינרוען וד"ל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 20 געסט