בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ווי באקאנט איז די "עמעזאן" פירמע די גרעסטע אנליין ריטעיל נעץ, וואס פארקויפט מיליאנען פראדוקטן טעגליך פאר קאסטומערס ארום די וועלט. דאס איז די טייערסטע קאמפעני ארום די וועלט, און אצינד וועלן זיי גיין א טריט פאראויס און צושטעלן א נייעם עפפ וואס וועט צופרידנשטעלן מיליאנען אמעריקאנער.

אין די לעצטערע חדשים, ווען ראסיזם איז פון די הויפט טעמעס אין אמעריקע, האט עמעזאן זיך ארויסגעשטעלט אלס פירמע וואס שטיצט גערעכטיגקייט און יוסטיץ, און שטעלט זיך שארף קעגן סיי וועלכער סארט ראסיזם אדער געוואלטאטן.

ווען אימער עס קומט פאר פרידליכע פראטעסטן קעגן פאליציי ברוטאליטעט אויף מינאריטעטן, דרוקט עמעזאן אויס זייער מיטגעפיל צו די פראטעסטירער וואס שטעלן איין אלעס וואס זיי פארמאגן און געבן אוועק טעג און נעכט דורכצופירן פרידליכע פראטעסטן וואס באשטייט פון פרידליכע פייערן, גניבות און רויבערייען, אויסליידיגן געשעפטן, פאר'ן נאמען פון גערעכטיגקייט.

עמעזאן ביים אויסדרוקן מיטגעפיל פאר די BLM באוועגונג
1_gOFnCsJtpjAXDTQwJm8zNA.jpeg
1_gOFnCsJtpjAXDTQwJm8zNA.jpeg (108.98 KiB) געזען 2276 מאל



די פרידליכע פראטעסטן זענען פארבינדן מיט שווערע ריזיקעס, נישט אלץ איז מעגליך ארויסצוגיין פראטעסטירן, ווי צום ביישפיל ווען די וועטער איז נישט אזוי פרידליך ווי די פראטעסטירער. אמאל קען זיך אראפלאזן א שלאקס רעגן אדער איז צו הייס אינדרויסן, און די פראטעסטירער דארפן זיך מוסר נפש זיין אויסצודרוקן זייער ווייטאג פון 400 יאר צוריק טראץ די שווערע אומשטענדן.

אויך איז דא אסאך מינאריטעטן וואס האבן נישט די צייט און מעגליכקייט זיך ארויסצולאזן אין גאס פראטעסטירן. אסאך קענען זיך דאס נישט ערלויבן צוליב זייער מצב הבריאות, זייענדיג הונקעדיג אדער איבערוואגיג און קענען נישט אזוי שנעל אנטלויפן מיט זייערע גניבות איידער אנדערע פראטעסטירער וועלן עס אוועקכאפן פון זיי אויסצודרוקן זייער אויפברויז צו פאליציי ברוטאליטעט.

אנדערע פראטעסטירער וואוינען ווייט פון טארגעט געשעפטן אדער זענען זיי סתם פויל, און צוליב דעם ווערט זייער שטימע אונטערדרוקט און זיי האבן נישט וויאזוי ארויסצוגעבן זייער וויי-געשריי.

צוליב דעם האט עמעזאן זיך אריינגעלייגט צו פארשטיין זייער מצב, און זיי צושטעלן די נויטיגע מעגליכקייטן צו קענען פראטעסטירן אן דארפן איינשטעלן זייער געזונט צושטאנד, פוילקייט אדער זיך ארויסלאזן אויף די גאסן אין א שווערן וועטער.

זייער ארבעט איז נישט געווען אומזיסט, און עס איז זיי געלונגען אהערצושטעלן א נייע פלאטפארמע וואס זאל צופרידנשטעלן מיליאנען אונטערדרוקטע אין אמעריקע.

מער וועט מען זיך מער נישט דארפן אהיימשלעפן מיט פעק און זעק אנגעפולט מכל טוב מצרים, פון קליידער, זייגערס, שיך, און אנדערע נוצבארע פראדוקטן וואס הונגעריגע פראטעסטירער דארפן ליידער גנב'נען צו קענען שטילן זייער הונגער און דארשט צו רויבן.

אזוי אויך וועט מער נישט זיין קיין געפאר פון בארויבן געשעפטן וואס באלאנגען צו מינאריטעטן, און מען וועט פון יעצט און ווייטער האבן די אפציע פון רויבן בלויז פון ווייסע ריטעילער וואס זענען פון די רייכסטע אויפ'ן כדור העולם.

פון היינט און ווייטער וועט מען קענען רויבן און גנב'נען אן דארפן ארויסגיין אין גאס בכלל. מען קען זיצן אויפ'ן באקוועמען סאפע ביי זיך אין שטוב, און אויסדרוקן מיטגעפיל צו משפחת פלויד, רייט, גארנער, ברוין, און שווארץ, מיט א בלויזן קוועטש אויפ'ן טעלעפאן.

אויף דעם נייעם פארגעשריטענעם עפפ, וועט עמעזאן ערלויבן פראטעסטירער אויסצואוועלן פון אלע פראדוקטן וואס זייער הארץ באגגערט, און פאר'ן ארויסטשעקן וועלן זיי אויסוועלן צווישן די צוויי פאלגנדע אפציעס:

    • PROCEED TO CHECKOUT
    • LOOT IT


אויב דרוקט מען דעם צווייטן אפציע פון גנב'נען, ווען מען בלויז דארפן צושטעלן אן אידענטיפיקאציע קארטל (Photo ID) אויפצואווייזן אז מען איז בארעכטיגט צו רויבן בעיסד אויף די היסטאריע און אפשטאם פון דעם ספעציפישן 'פראטעסטירער. [ווי פארשטענליך איז דאס נישט קיין ראסיזם צו בעטן אידענטיפיקאציע קארטלעך, וויבאלד דאס איז נישט קיין שטים-לאקאציע, כידוע ליודעי חן.]

דערנאך וועט מען האבן די אפציע פון אריינלייגן דעם נאמען פון דעם קרבן פון פאליציי ברוטאליטעט, לע"נ וועמען מען וויל 'באקומען' דעם פראדוקט, אדער וועט מען קענען דרוקן דעם קנעפל פון "אלע דערשאסענע" און דאס וועט גיין אויפ'ן חשבון פון אלע קרבנות וואס זענען דערשאסן געווארן דורך די פאליציי אין די לעצטערע יארן.

א בליק אויפ'ן נייעם עפפ
article-8413-1.jpg
article-8413-1.jpg (105.25 KiB) געזען 2276 מאל


די פראדוקטן וועלן זיין צוגעשטעלט פאר יעדן מענטש און פאר יעדן עלטער, פון שפילצייג, קליידער, הויז געברויכן ביז טעכנאלאגישע כלים און לוקסוריעזע שוואוילטאג. די פראדוקטן וועלן געשיקט ווערן בו ביום, פונקט ווי פראדוקטן וואס ווערן געקויפט דורך ווייסע איינקויפער פון "עמעזאן פריים"

אצינד וועט זייער שטימע גוט געהערט ווערן און זיי וועלן שוין קענען ארבעטן פונדערהיים, און רויבן 24 שעה א טאג פון דעם ריטעיל ריז וואס באלאנגט צו ווייסע אייגנטימער פון דורי דורות.

דזשעף בעזאס, דער אייגנטומער פון עמעזאן האט אויסגעדרוקט זיין פרייד צום גרינדונג פון דעם נייעם עפפ: "פראטעסטירן איז א יומען רייט וואס מען מוז צושטעלן פאר יעדעם אן אויסנאם. זיי מוזן האבן קאנסטענט עקסעס צו קענען רויבן ווען אימער עפעס פאסירט"

דער אייגנטומער בעזאס ביים אויסדרוקן מיטגעפיל
images.jpeg
images.jpeg (8.39 KiB) געזען 2276 מאל


די נייע עפפ וועט געוויס דינען איר ציל אלס אויפוואכונג אין לאנד און וועט ברענגען פריצייטיגע רעזולטאטן פאר 'סאשעל איקוועלטי' און פאררעכטן יוסטיץ פראבלעמען וואס פלאגט דאס לאנד.

ויה"ר שלא ישמע עוד "שוד ושבר" בגבולינו...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ביים זעהן פונדרויסן דעם קעפל און די נאמען פון די שרייבער האב איך גלייך געוואוסט אז פון א נייע עמעזאן עפפ רעדט מען "נישט". איך האב עס געדארפט ליינען צו וויסן פון וואס יא
#אסדר_איז_מסודר!
:lol: :lol: :lol:
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

די לץ ....
יא בעזאס לאכטס א גוטס ער שרייט BLM און למעשה מאכט ער זיכער אז גנבענען גנבט מען ביי א צווייטן..

שוין לאמיר נישט מאריך זיין ווייל אייוועלט פארמאגט עטליכע BLM פענס
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ברעקינג: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איי אסדר אזאנע צימעס צו מאכען - דאס איז מעכטיג!!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וואס עפעס? האט געשריבן:די לץ ....
יא בעזאס לאכטס א גוטס ער שרייט BLM און למעשה מאכט ער זיכער אז גנבענען גנבט מען ביי א צווייטן..

דו האסט שנעל ארויסגענומען די נקודה הפנימית... ;l;p-
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

און אין איינוועגס וועט דאס אויך אויף טון אז מ'זאל נישט קענען שרייען אז מ'טראגט נישט קיין מאסקעס ביי די "פרידליכע" פראטעסטן...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

אסאדעלע סטייל.
יוש האמער צוזאמגעלאכט....

אויסגעשאסן האבעך ביי דעם שטיקל
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דערנאך וועט מען האבן די אפציע פון אריינלייגן דעם נאמען פון דעם קרבן פון פאליציי ברוטאליטעט, לע"נ וועמען מען וויל 'באקומען' דעם פראדוקט, אדער וועט מען קענען דרוקן דעם קנעפל פון "אלע דערשאסענע" און דאס וועט גיין אויפ'ן חשבון פון אלע קרבנות וואס זענען דערשאסן געווארן דורך די פאליציי אין די לעצטערע יארן.

קיפ איט אָפּ סאדי!
Ivelt_onion#
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @שוויציגע ביר און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אלטער האט געשריבן: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

און אין איינוועגס וועט דאס אויך אויף טון אז מ'זאל נישט קענען שרייען אז מ'טראגט נישט קיין מאסקעס ביי די "פרידליכע" פראטעסטן...

נישט געוואלט צולייגן איבער מאסקעס, ווייל פאקטיש דאס וואס מ'האט געזען אן אויפשטייג אין די שווארצע געגנטער איז עס זיכער נישט געווען צוליב די פראטעסטן ווייל ס'איז עסענשעל, נאר איז געווען א באווייז אז ס'הערשט ראסיזם אין לאנד און פארדעם האבן זיי אזויפיל קעיסעס...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

איך האב געמאכט אסדר לסעודתא היינט ביי פרישטאג, און בשעת מעשה געליינט @אסדר לסעודתא, ווייסעכנישט פארוואס מיין געשמאקע קאווע האטצעך פלוצים געטראפן אויפן סקרין - קיבארד און אויפן גאנצען ארום.....
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

שרייבעס אויף ענגליש
ס'עט זיין אויסטערליש פארשפרייט

און אפשר אפילו עפעס אויפטון
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

:lol: :lol: :lol:

גוט איז גוט!

כ'ווייס אבער נישט פארוואס, איך האב פרובירט אריינצולייגן מיין שכן'ס, א קאלירט-פערסאן'ס דרייווערס לייסענס, אלץ דער עמעזאן אקאונט אייגנטומער. פארשטייט זיך כ'האב געמאכט זיכער פארדעם אז די איי-די איז 100% גע'גנב'עט פון אים, ס'זאל זיין תורה לשמה בעת וואס מ'איז יעצט עוסק אין די סוגיא, אבער עמעזאן האט דאס נישט געוואלט אקצעפטירן, און מיר נישט געלאזט ארויסטשעקן מיט "Loot" אפציע.

כ'האב מורא דער שכן איז נישט קיין ריין קאלארד-מענטש במשך אלע דורות אין די גאנצע 400 יאר.
מסתמא האט ער ערגעץ אינצווישן ביי די 250 יאר געהאט א פגם אין יחוס, ווען זיין זיידע האט חתונה געהאט מיט א פרוי פון א עטוואס לעכטיגערע הויט-קאליר.
---
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

בשבילי נברא האט געשריבן::lol: :lol: :lol:

גוט איז גוט!

כ'ווייס אבער נישט פארוואס, איך האב פרובירט אריינצולייגן מיין שכן'ס, א קאלירט-פערסאן'ס דרייווערס לייסענס, אלץ דער עמעזאן אקאונט אייגנטומער. פארשטייט זיך כ'האב געמאכט זיכער פארדעם אז די איי-די איז 100% גע'גנב'עט פון אים, ס'זאל זיין תורה לשמה בעת וואס מ'איז יעצט עוסק אין די סוגיא, אבער עמעזאן האט דאס נישט געוואלט אקצעפטירן, און מיר נישט געלאזט ארויסטשעקן מיט "Loot" אפציע.

כ'האב מורא דער שכן איז נישט קיין ריין קאלארד-מענטש במשך אלע דורות אין די גאנצע 400 יאר.
מסתמא האט ער ערגעץ אינצווישן ביי די 250 יאר געהאט א פגם אין יחוס, ווען זיין זיידע האט חתונה געהאט מיט א פרוי פון א עטוואס לעכטיגערע הויט-קאליר.

:lol: :grin: :lol:
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

שרייבעס אויף ענגליש
ס'עט זיין אויסטערליש פארשפרייט

און אפשר אפילו עפעס אויפטון

איך האב עס געזעהן אויף ענגליש אויכעט. זיי נעמען עס פון דא?
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- אסדר פיין הנאה געהאט.
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פיין געלאכט!

;l;p-
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

א גוטס.

קען מען זיך דערקלערן אז כ'פיל אז כ' בין באמת אן באקריוודעטע ראסע געבוירן אין א ווייסע גוף, צו קענען געניסן פון די נייע אפציע?
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

בשבילי נברא האט געשריבן::lol: :lol: :lol:

גוט איז גוט!

כ'ווייס אבער נישט פארוואס, איך האב פרובירט אריינצולייגן מיין שכן'ס, א קאלירט-פערסאן'ס דרייווערס לייסענס, אלץ דער עמעזאן אקאונט אייגנטומער. פארשטייט זיך כ'האב געמאכט זיכער פארדעם אז די איי-די איז 100% גע'גנב'עט פון אים, ס'זאל זיין תורה לשמה בעת וואס מ'איז יעצט עוסק אין די סוגיא, אבער עמעזאן האט דאס נישט געוואלט אקצעפטירן, און מיר נישט געלאזט ארויסטשעקן מיט "Loot" אפציע.

כ'האב מורא דער שכן איז נישט קיין ריין קאלארד-מענטש במשך אלע דורות אין די גאנצע 400 יאר.
מסתמא האט ער ערגעץ אינצווישן ביי די 250 יאר געהאט א פגם אין יחוס, ווען זיין זיידע האט חתונה געהאט מיט א פרוי פון א עטוואס לעכטיגערע הויט-קאליר.

קען נישט זיין די סיבה, ווייל ביידען האט צוגעזאגט צו נעמען א וויצע פון קאליר.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:א גוטס.

קען מען זיך דערקלערן אז כ'פיל אז כ' בין באמת אן באקריוודעטע ראסע געבוירן אין א ווייסע גוף, צו קענען געניסן פון די נייע אפציע?

:lol: גוט גוט..
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

;l;p- ;l;p- @אסדר
:lol: :lol: :lol:
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ויעשו כן החרטומים ב'לאאט'יהם. האלא, האסט מיר א גוטע ב'לאט'אט? לאט'מיר עס אריין זיי מוחל
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

לץ דו... געהעריג אויסגעארבעט מיט אלע דעטאלן...
:lol: :lol: :lol:
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

;l;p- :lol: ;l;p-
9ע Fios! שטארק שטארק! ליצנות איז ען אנדערסטעיטמענט!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שטומפיג האט געשריבן:ביים זעהן פונדרויסן דעם קעפל און די נאמען פון די שרייבער האב איך גלייך געוואוסט אז פון א נייע עמעזאן עפפ רעדט מען "נישט"
#אסדר_איז_מסודר!
:lol: :lol: :lol:

rt
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בשורה טובה: נייע 'עמעזאן עפפ' וועט ברענגען רואיגקייט אין שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צולייגער האט געשריבן:ויעשו כן החרטומים ב'לאאט'יהם. האלא, האסט מיר א גוטע ב'לאט'אט? לאט'מיר עס אריין זיי מוחל

פיינע פשט אין פסוק! ;l;p-
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”