שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פאר לאנגע וואכן און חדשים זוכט מען שוין נאכצוגיין ווער עס זענען די שעדליכע עלעמענטן וואס פארשפרייטן פעיק ניוז איבער וואקסינען. אפילו אין די היימישע געמיינדעס האט זיך ליידער אריינגעכאפט די מגיפה, וואס איז געגאנגען א שטאפל ווייטער און געפירט צו א סעריע ראבא-קאללס.

גוגל האט שוין פארמעקט טויזנטער סוירטש-מעגליכקייטן, אז גוגל באנוצער זאל נישט קענען אנקומען צו קיין אנטי-וואקסין פראפאגאנדע. טוויטער און אנדערע סאציאלע מידיע פלאטפארמעס האבן שוין פארשפארט הונדערטער אקאונטס וואס האבן פארשפרייט מיסאינפארמאציע איבער וואקסינען.

אבער טראץ די אלע מיטלען האט מען נאכנישט באוויזן אנצוקומען צום שפיץ פון די גרופע, די וואס געבן ארויס די מיסאינפארמאציע וואס ווערט פארשפרייט און די וואס מאכן זיכער צו פארשפרייטן די שעדליכע מאטריאל.

ווי די עף בי איי האט שוין עטליכע מאל חושד געווען, שטייען דערונטער עטליכע רעגירונגס באאמטע וואס ארבעטן ווי טאפלטע אגענטן. פון איין זייט דרייען זיי זיך אין די הויפט געזונטהייט פליגלען פון די רעגירונג, ווען פון צווייטן זייט טוען זיי זיך אן די שעדליכע מאסקעס פון אנטי-וואקסין טעאריקער און פארשפרייטן שעדליכע אינפארמאציע צו מיליאנען בירגער.

פעדעראלע אגענטן האבן שוין געזוכט און גענישטערט אין אלע רעגירונג געביידעס און גאווערמענט ביוראס, אבער האט נישט געפירט צו כאפן די סאמע שולדיגע. די פירער פון די אנטי-וועקס געמיינדע זענען גאר גוט באשיצט געווען, און עס איז כמעט נישט געווען קיין מעגליכקייט זיי צו כאפן.

דאס אלעס האט זיך אבער געטוישט לעצטע וואך דינסטאג, דריי מינוט און פיר חלקים נאך זעכצן, ווען מען איז געקומען אויף די שפירן דעם הויפט קאנספיראציע טעאריקער. ער איז דער וואס פארשפרייט די אלע שקרים וכזבים אויף וואקסינען, און עס איז צום האפן אז דער געראנגל וועט ענדליך קומען צו אן ענדע און ברענגען א סוף צו די קאשמארן פון מיליאנען אמעריקאנער.

די אגענטן האבן אנטדעקט אז דער הויפט קולט פירער איז נישט קיין אנאנימער מענטש אויף יו-טוב, נאר א שטארק פאפולערער פיגור וואס האט מיליאנען נאכפאלגער, און צווישן זיינע הייסטע חסידים איז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן וואס הייסט די בירגער פאלגן די אנווייזונגען פון דעם טאפלטן אגענט.

ווי עס שטעלט זיך ארויס, איז דער קאנספיראציע טעאריקער טאקע באקוועם אין וואשינגטאן, ער באזיצט א הויכראנקיגער רעגירונס שטעלע, און ער פארשפרייט זיינע טויטליכע ראדיקאלע רעקאמענדאציעס דורך רעגירונג פלאטפארמעס, וואס ווערן גאר רעקאמענדירט דורך די סי די סי און אפטמאל דורכ'ן ווייסן הויז.

דער טעאריקער אין א שיעור אויף הל' קאראנע
images (5).jpeg
images (5).jpeg (5.19 KiB) געזען 2280 מאל


דער שעדליכער טעאריקער האט געמאלדן אין א רעדע – וואס איז געלופטערט געווארן דורך ראדיא און טעלעוויזיע סטאנציעס נאציאנאל - אז אפילו אמעריקאנער וואס נעמען זיבעצן דאזעס פון די פפייזער וואקסין, זאלן נאכאלץ שלאפן מיט כאטש דריי מאסקעס, קיינמאל נישט ארויסגיין אין גאס, און בלייבן אין זייער הויז ביז צוויי יאר נאך זייער טויט.

דער פארשוין האלט אין איין שרייען אז ווער עס איז שוין וואקסינירט זאל זיך איינשפארן און אנטון זאקן אויפן פנים פונקט ווי איינער וואס איז נאכנישט וואקסינירט. די האר פונעם שוואנץ קענען זיך אויפשטעלן פון הערן אזעלכע דיבורים ארויסקומען פון זיין שמוציג מויל.

פאלגנד איז א ציטאט פון דעם שרעקליכער וואקסין לייקענער: "מענטשן מיינען אז אויב מען נעמט דעם וואקסין איז מען שוין אימונירט צו יעדן וויירוס וואס איז פארהאן, און מען גייט ארויס זיך טרעפן מיט פריינט און מען איז פרייליך כאילו מען איז שוין פארטיג מיט קאראנא.

"די וואקסין נעמט מען בלויז כדי צו זיין אויף די גערעכטע זייט פון היסטאריע, עס איז אבער נישט קיין היתר צו קענען אינדזשזיען לייף. מען דארף שטארק אכטונג געבן און זיך צוהערן צו וואס די אמת'ע עקספערטן זאגן." ער האט צוגעלייגט אפטימיסטיש אז ביז 700 יאר וועט מען שוין ווארשיינליך זען די ענדע פון דעם טאנעל.

ביים מסביר זיין פארוואס די וואקסין איז נישט ווירקזאם
images (3).jpeg
images (3).jpeg (8.44 KiB) געזען 2280 מאל


ווי איין סייענטיסט דרוקט זיך אויס קעגן דעם קולט פירער, "עס איז שרעקעדיג צו זען וויפיל מענטשן הערן זיך צו צו דעם שעדליכן עקסטרעמיסטישן אנטי-סייענס קאנספיראציע טעאריקער" זאגט דער עקספערט. "דאס לאנד פרובירט צו וואקסינירן וואס מער בירגער, און דער פארשוין הייבט אן פארשפרייטן זיינע דמיונות אז אויך וואקסינירטע קענען כאפן דעם וויירוס און דעריבער זאלן זיי בלייבן אין שטוב פאר אייביג, אינקלודינג יובל."

דער פארשוין ביים נעמען א קאוויד טעסט
images (2).jpeg
images (2).jpeg (6.48 KiB) געזען 2280 מאל


טוויטער וויל נישט פארשפארן זיין אקאונט, צוליב וואס עס זענען נישטא קיין פאקטישע באווייזן גענוי וויפיל מענטשן האבן זיך אפגעהאלטן פון נעמען דעם וואקסין צוליב אים, אבער דאס איז א שטארק באזארגנדע פאקט אז אזא שעדליכער טעאריקער קען נאך האבן א פרייע פלאטפארמע.

פרעזידענט ביידן האט נאכנישט רעאגירט צו די פראגע אויב ער וועט אים פארשיקן צוליב זיינע שעדליכע העצערייען קעגן וואקסינען, וויבאלד קייינער האט אים דאס נאכנישט געפרעגט.

מיר ערליכע אידן דארפן וויסן און געדענקן און שטענדיג חזר'ן זיך צו האלטן שטארק צו אונזער מסורה, און נישט נאכפאלגן די רעקאמענדאציעס פון אזעלכע געמיינע באדינטן וואס זוכן נאר אריינצוברענגען א קאלטקייט צו די טייערסטע וואס אונז פארמאגן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

כאכאכאכאכא
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אזוי זעט מען אויס נאכן גיין מיט דריי מאסקעס...
אטעטשמענטס
images (7).jpeg
images (7).jpeg (5.97 KiB) געזען 2253 מאל
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

נו? וואס איז זיין נאמען?
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

ואם ללצים הוא יליץ
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אסדר פיין
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

יוש! ;l;p- אסדר איז אין די דישעס! פיין פיין. ווער רעדט נאך םונעם בילד וואו דער ווערט געזען נעמען א טעסט ;l;p- ;l;p-
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

סאדי ביזסט סופער דופער!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אזוי זעט מען אויס נאכן גיין מיט דריי מאסקעס...

:lol:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אלע וויצן אין א זייט געלייגט, דאס איז די ווירקליכע אמת! אויב דו שרייסט חי וקים אז אפילו מיטן וואקסין זאל מען זיך ווייטער פארמאסקעווען און סאציאלע דערווייטערונג טוסטו אינטערהאקן די טעאריע אז די וואקסין איז ווירקזאם
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20739
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אוי יו אסדר

ווי שאפט מען דעי קאוויד טעסט?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

:grin: :grin:
פיין צאמגעלאכט!

א עקסטערע ;l;p- פאר די קאוויד טעסט
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אסדר!
:lol: :lol: :lol:
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

שוין נאך א וואקסין אשכול? אריין אין אקטועלע...
געשמאקע צייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 12:11 pm

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע צייטן »

Kollel האט געשריבן:יוש! ;l;p- אסדר איז אין די דישעס! פיין פיין. ווער רעדט נאך םונעם בילד וואו דער ווערט געזען נעמען א טעסט ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

:lol: :lol: :lol: :lol:
קוקט אויס א ריעל טשאדי ארטיקל...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

למעלה משבעים האט געשריבן:שוין נאך א וואקסין אשכול? אריין אין אקטועלע...

למעלה ;l;p- יאפ דע מנהל איז אויך אין כלים. אסדר נעם דע קרעדיט!

ארחיקה נדד האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol:
קוקט אויס א ריעל טשאדי ארטיקל...

נאכן ליינען האבעך באמת צוריקגעקוקט צי סאיז טשאדי
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ארחיקה נדד האט געשריבן: :lol: :lol: :lol: :lol:
קוקט אויס א ריעל טשאדי ארטיקל...

שוין א לאנגע צייט וואס כ'טריי צו גיין אין די וועגן פון מורי ורבי מטשאדע והגלילות שליט"א.

כ'האב נעכטן פרובירט אביסל דא, זעענדיג אז ס'גייט, איז היינט געקומען דעם ארטיקל....

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
דו הערסט??
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

אסדר! מאסיוו מאסיוו! שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטס
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

וואס איז די חילוק פון דאס און צוויבל?....
@אסדר גוט איז גוט ;l;p-
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פיינע סחורה, דעיס.
געפעלט מיר ווי ער נעמט די קאוויד טעסט מיט די גלעזער ביים נאז. איך ווינדער מיך יעצט אויף די יונגערמאן וואס האט געדרייט די גלעזער הענטל אין אויעאר,וואספארא טעסט האט ער דארט גענומען?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פיינע נייעס אסדר!
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

אסדר עי פלאס

שכח פארן מהנה זיין
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גוט איז גוט!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שעדליכער אנטי-וועקס פראפאגאנדיסט געכאפט רויטהאנטיג אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון דאס און צוויבל?....

קיין שום חילוק נישט, נאר קוק דארט (אויף די בילדער) וויפיל מאל יענס איז געזען געווארן. די אשכול איז אין איין שעה געזען געווארן מער מאל, ווי יענע תגובות אין 24 שעה.

יעצט עלעך שוין וויסן פאר נעקסט טיים...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”