בעסער אזוי האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:בעסער אזוי האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:איך וואלט זייער געוואלט לאכן דערפון אבער די ערענסקייט פון די טעמע וועגט איבער.
איז דאס אמת? האט פאוטשי דאס טאקע געזאגט?
רבש"ע ווי שטיי מיר דא? אלעס דרייט זיך ארום די האפענונג אז איינמאל ס'רוב פונעם באפעלקערונג איז וואקסינירט גייט מען צוריק צו נארמאל (כ' מיין די משוגע וואס איז געווען בפארן מגיפה...). וויאזוי קער ער דאס זאגן?
קען עימיצר דאס ערקלערן אויף א הומאר-לאזע וועג? קען איינער פארשטיין געבן אן אנדערע פערספעקטיוו דערויף?
איך זוך נישט דא זיך אנצונעמען פאר דעם אידיאט, אבער אז דו פרעגסט וואס זיין טענה איז, וועל איך דיר זאגן. ער טענה'ט אז ס'איז נישט זיכער אז די וואקסין העלפט אז דו זאלסט נישט "כאפן" דעם וויירוס, ס'העלפט אז אויב באקומסטו דעם וויירוס זאלסטו נישט פילן קיין סימפטאמס, אבער דו קענסט עס נאך אלץ כאפן און איבערגעבן פאר א צווייטן, לויט דעם קומט אויס אז ווילאנג ס'איז נאך דא א גרויסע עולם וואס איז נישט וואקסינירט קען מען נאכנישט אויסטון די מאסקעס ווייל דו קענסט עס נאך איבערגעבן פאר א צווייטן, ער זאגט אז זיי פירן נאך דורך שטודיעס צו זען צו ס'פרעווענט פון עס באקומען בכלל
פאוואליע, איין מינוט, לאמיך כאפן וואס דו זאגסט.
די זאגסט אז די וואקסינס העלפט בכלל נישט פאר די וויירוס, סהעלפט נאר מ'זאל נישט שפירן די סימפטאמען. איז נישט די סימפטאמען א טובה פאר די בריאה אז מ'זאל וויסן זיך אויסצוטשעקן? אויב מ'האט די וויירוס אויב מ'איז אינפעקטעט און מ'שפירט גארנישט, ווען זאל מען זיך אויסטשעקן? הערשט ווען ס'האט שוין אטאקירט די לונגען?
ביטע קלארט אייך אויס, איך בין באמת צומישט.
די סימפטאמען וואס מ'פילט קומט פון דעם וואס די וויירוס אטאקירט די לונגען אויף א שטארקע פארנעם און די לונגען ווייסט עס נישט וויאזוי צו הענדלען, אבער איינמאל דו האסט שוין גענומען די וואקסין וועט שוין די לונגען וויסן וויאזוי מ'ספראוועט זיך מיט די וויירוס און אים ארויספירן פונעם קערפער שטיל און באשיידן אן קיין איבעריגע גערודער
אקעי, איך הער. סאו די וואקסינס מאכט אז דער וואס האט זיך געשטאכן איז בס"ד מער פארזיכערט ווי דער וואס האט דאס נישט גענומען. איצט האפט מען אז יעדער וועט דאס נעמען אדער רוב כדי צו צוריק עפענען דאס לאנד.
נישט שלעכט.
פאוטשי און זיין קליקע ווארט און האפט אז רוב ציבור זאל זיך וואקסינירן. די איינציגעסטע וועג עס צוצויאגן איז דורך אנהאלטן די צוימוינגען ביז מ'קומט אן צום געוואונטשענעם ציל.
לאזן יעדעם געשטאכענעם זיין פריי איז נישט אויספיר-באר פאר כמה סיבות, ממילא זאגט ער איצט וואס ער זאגט.
נישט אנדערש ווי ווען ער האט געזאגט אז מ'דארף גיין מיט מאסקס בשעת ס'איז געווען ווייניג און ער האט נישט געהאלטן ס'איז פאר די טובה פאר'ן לאנד צו כאפן מאסקעס אנשטאט די דאקטארס און שפיטאל איינגעשטעלטע.
זעלבע זאך דא, אויב ס'מאכט סענס אז ער זאגט וואס ער זאגט כדי אנצוקומען צום ציל, וואס מאכט מען זיך משוגע וואסערע ווערטער אדער פראצעס ער האט גענוצט דערצו?
סיידן אז די ביזט מחולק מיט אים אויף דאס גאנצער עסק און דו פרייסט אז דא קען מען מאכן סענזאציע. אויב דו פארלאזט אויף אים באופן כללי דאן איז די נייעס דא קיין נייעס.
ווער ס'האט זיך פארלאזט אויף אונזער העלטה קעיר סיסטעם ביז איצט, זאל זיך נישט טוישן צוליב די סענזאציאנאלע געשעהניש.
דאס נעמט נישט אוועק קיין כי הוא זעה פון די פותח'ס אויסערגעווענליכע שריפט טאלאנט.