שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

WOW WOW!
הערליך שיין אראפגעמאלן.
איך ווארט אויף נאך.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:איך אלץ א מיטהאלטער פון די נסיעה ברענגסטו מיך ציריק צום געהויבענע זמן. גיי ווייטער

אוואו ביסטע אויף די בילדער??

און בכלל וואו ביסטע?....

איך וועל מיזען מאכען צייט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

דארפסמאן האט געשריבן:איך אלץ א מיטהאלטער פון די נסיעה ברענגסטו מיך ציריק צום געהויבענע זמן. גיי ווייטער

Hu ha!
קום אריין מיט א אפהאנדלונג פון דיין אייגענע פרעספעקטיוו.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

געליינט מיט ששפאנונג! זייער גיטע שפראך! און מיט הומער ;)
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

שפאנונג ווארט אויפ'ן העכסטן טרעפל פונעם לייטער, זיי ממשיך מיט דיין גאלדן שריפט.
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

געליינט מיט אן אטעם, געוואלדיג געוואלדיג.
די גזירה פון אפגעבן די קליינע רענצלעך, איז לעצטענס שרעקליך, כ'אלט זיי טוען עס נאר ווייל אידן האבן געווענדליך גרעסערע. אויפן פליגער אידא געהעריג פלאץ.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דארפסמאן האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:איך אלץ א מיטהאלטער פון די נסיעה ברענגסטו מיך ציריק צום געהויבענע זמן. גיי ווייטער

אוואו ביסטע אויף די בילדער??

און בכלל וואו ביסטע?....

איך וועל מיזען מאכען צייט

ברוך שובך אנאלטער גוטער פריינט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- לייק.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

דארפסמאן האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:איך אלץ א מיטהאלטער פון די נסיעה ברענגסטו מיך ציריק צום געהויבענע זמן. גיי ווייטער

אוואו ביסטע אויף די בילדער??

און בכלל וואו ביסטע?....

איך וועל מיזען מאכען צייט

Wow ערגעץ האלט מען שוין
ווער ס'ווייסט פון א ביליגע קאמפאני וואס מאכט אסאך צייט פאר ביליג זאל ביטע אריינקומען מיט פרטים
ס'מעג זיין אימפאטירט אויך מיינעך איא? נאר נישט פון טשיינע ...
כאפטס אריין שנעל ווילאנג מ'נעמט נאך אפפער'ס
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מיר האבען הנאה שרייב ווייטער ביטע.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

הייסע ווארע, א גאלדן שריפט און א שטיק געשמאק, ס’קוקט אויס ווי ס’גייט נאך קומען אסאך געגועים...

לאקינג פארווערד, קיפיראפ.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

הערליך שיין געשריבן

keep it coming
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גוט »

WOW קומסט אריין מיט א שטארקייט,
אונז ווארטן אויפן פארזענצונג,
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

שלמה שלמה, ווען קומט נאך?
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

ארחיקה נדד האט געשריבן:שלמה שלמה, ווען קומט נאך?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

מארבעט דערויף,

האפנטליך מארגן.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2612
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

שלמה מולכו האט געשריבן:מארבעט דערויף,

האפנטליך מארגן.


מיר ווארטען מיט שפאנוג
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זינט מיינע רענצלעך זענען געבליבן אויף א אנדערע באס און דא אין אנאטיווקע טוט זיך אן אנשטויסעניש פון פילע באסעס, מוז איך בלית ברירה זיך צוריק אנטוען
די זעלבע וועש נאכן מקוה, ווי אויך האב איך נישט מיט מיר מיין געבענטשטע תהילימ׳ל פון הרה״ק מטאהש זצ״ל וואס כ׳האב ספעציעל מיטגענומען פאר די נסיעה,
ארויסקומענדיג פון מנחה שטייט דארט אין די האללוועי א ליובאווטשע בחור׳ל און פארקויפט דארט פארשידענע קלייניקייטן, כ׳קויף א פעקל סגריות עם טעם,
ער בעט מיר כ׳זאל פארזוכן פון די אנאטיווקע וואדקע וואס ווערט פּראדוצירט דארט אויפן פלאץ, כ׳בין נישט קיין גרויסע וואדקע חסיד אבער גראדע די וואדקע
איז בכלל נישט שלעכט, כ׳קויף א באטל וואדקע פון אים האלטנדיג אז מיין חבר וועט הנאה האבן דערפון, מיין גאנצע ביל איז א טאטעל פון צוועלף דאלער, כ׳צאל
און כ׳גיי גלייך צום ציון הק׳ פון ר׳ מאטעלע טשערנאבלער.

די ווייטאג איז גרויס זעענדיג די גאנצע בית החיים ליידיג פון מציבות, באוואקסן מיט ווילדע גראז און איז א שטיק בלאטע, שפאצירנדיג צום אוהל הער מיר פון א סקווערע
חסיד די סיפור הדברים ווי אזוי מ׳האט למעשה מיט סיעתא דשמיא באוויזן צו אנטדעקן דעם פונקטליכן מקום הקבורה, די אוהל איז פיל מיט מתפללים און אונז בלייבן שטיין
ביים טיר, זינט איך פארמאג נישט קיין תהילים מיט מיר זאג איך עטליכע קאפיטלעך פון זכרון ארויס, כ׳קען זיך נישט געהריג מצמצם זיין מיט׳ן תהלים זאגן צוליב א נערוועזיקייט
איבער ווען די באסעס פארן ווייטער, זינט קיינער האט נישט מודיע געוועהן ווען מ׳פאהרט, זאג איך זיך אפ מיינע פאר קאפיטלעך און איך גיי ארויס זיכער מאכן אז כ׳בלייב נישט
סטאק דא.

108.PNG
108.PNG (592 KiB) געזען 1391 מאל


מיין חבר אבער, זייענדיג שטארק מקושר מיט צדיקי בית טשערנאבל ווייסט נישט פון קיין באסעס צו זאגן, ער איז אינגאנצן אריינגעטוען אינעם תהילים זאגן, ס׳ווערט שפעט
דער עולם הייבט אן גיין צו די באסעס, ענדליך קומט ער צו גיין אינגאנצן אויסגעוויינט מיט רויטע אויגן ס׳כאפט זיך מיר אריין אזא שטיקל קנאה וויאזוי ער קען זיך אויסוויינען
ס׳הארץ בעת איך טאנץ ארום פאר ענקזייעטי.

עפעס א איזרעילי פרובירט אונז איינצורעדן צו קויפן עפעס עסן אין זיין רעסטוראנט, איך יאג מיך אבער צום באס ניטאמאל הער איך וואס ער רעדט, מיין חבר באשליסט
דוקא יא אז ער איז זייער הונגעריג, באין ברירה נוץ איך אויס די צען מינוט וואס עס דויערט פאר די עסן לויפן פון די באס צום רעסטוראנט און צוריק, בעת מיין חבר
חזר׳ט איבער זיין סלאגאן איינמאל און נאכאמאל "כ׳זאג דיר צו אונז בלייבן נישט דא", למעשה איז אונזער באס צו מיין מזל געפארן די לעצטע, אזוי אז מיין חבר׳ס הבטחה
האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג.

זיצנדיג אויפן באס הייבט דער עולם אן זיך צו באקענען אביסל איינער מיטן צווייטן, מיין חבר עפענט אויף זיין טישל און הייבט אן פראווענען א סעודות שלמה בשעתו,
ער האט זיך שיעור דערשטיקט ווען כ׳האב אים געגעבן צו פארזוכען פון די אנאטיווקע וואדקע, ווייזט אויס אז כ׳פארשטיי טאקע נישט דערצו, אנשטאט עפענט ער אויף
א פלעשל קאלא, וכמעשהו בארשונה כך מעשהו בשני׳, די באס טאנצט און איך גיב מיך א רוק, און מיין חברס אויסגעבעטענע סעודהלע ווערט פארשוועמט אין א צונאמי
פון קאלא אינאיינעם מיט א חלק ניכר פון זיינע בגדים, נאך פאר ער קען זיך אויפרעגן בינעך איהם מסביר אז ר׳ שמעון האלט שנים שעשוהו פטורין, וכדאי ר׳ שמעון לסמוך
עליו בשעת הדחק, דא אפן באס הייסט זיכער א שעת הדחק.

די וועג איז ענדלאז, די אוקריינישע דרייווער האט מסתם א פאביע פון די נומער איין און דרייסיג, אנדערש קען איך נישט פארשטיין וויאזוי ער האט באוויזן דורכאויס די גאנצע
וועג אפילו איינמאל נישט צו פארן העכער דרייסיג קילאמעטאר א שעה, דער עולם איז לאנגווייליג, עמיצער כאפט די מייק אין די האנט אין זאגט אפאר ווארימע דיבורים און
דער עולם הייבט אן צו זינגען אינאיינעם בשבת אחים, ביז מען איז ענדליך אנגעקומען קיין בארדיטשוב.

ווארימע דיבורים פון אחד מן החבורה אויפן באס.

דא אין בארדיטשוב האט זיך עכט אנגעהויבן די נסיעה, ביז יעצט איז דער עולם געוועהן צוטיילט אין עטליכע גרופעס געוואנדן ווען מ׳איז ארויסגעפארן, דא האט זיך יעדער
צוזאמגעטראפן אינאיינעם, ס׳איז צוגעשטעלט א רייכע נאכטמאל דא, דער עולם דערקוויקט זיך די נשמה, אונז הייבן אן זוכן ווי מ׳קען זיך אראפזעצן ווען פלוצלינג שרייט
איינער דא איז דא פלאץ נעבן מיר, דער וואס האט אונז גערופן איז איינער מיטן נאמען באכנער אויפן ערשטן נאמען הייסט ער ר׳ שלמה, מאנכע רופן אים ענדערש אן דער
טאטע פון כלל ישראל.

114.jpg
114.jpg (616.16 KiB) געזען 1208 מאל




געענדיגט נאכטמאל גייט מען דאווענען מעריב, עמיצער ווייזט מיר אן אויף א חסידישע געשטעל אז ער איז דער באקאנטע ר׳ מאיר צוויבל שליט״א אב״ד קדושת יום טוב,
ס׳האט זיך געלוינט די גאנצע נסיעה נאר זיך צו באקענען באקענען מיט די דמות פון דעם דערהויבענעם איד, די אהבת ישראל וואס רינט פון אים די שמייכל צו יעדן איד אן
אויסנאם האט מיר שטארק געכאפט, מ׳שטעלט זיך דאווענען מעריב מיט רוישיגע געפילן, עפעס א קלייניקייט? מ׳גרייט זיך ארויפצוגיין צום ציון פונעם גרויסן סניגורן של ישראל
דער הייליגער בארדיטשובער, געענדיגט מעריב כאפ איך א שטיקל שמועס מיט ר׳ מאיר איבער די ענין פון קברי צדיקים, פון ר׳ מאיר גיסט זיך מאמרי חז״ל געמישט מיט מדרשים אינאיינעם מיט דברי אחרונים, צום סוף פרעג איך ר׳ מאיר וויאזוי מ׳גיבט זיך אן עצה מיט דעם וואס די רבי ז״ל שרייבט אין על הגאולה וועגן גיין צו קברים אז דאס איז נאר פאר
גרויסע לייט, אויף וואס ר׳ מאיר ענטפערט אז ס׳איז טאקע א פראבלעם אבער אויב האסטו געקענט פארן קיין ארץ ישראל קענסטו זיכער דא גיין... (כ׳ווייס נישט פון ווי
ער האט דאס געוואוסט, מסתם האט ער עס מרגיש געוועהן פון מיין מהות)


כ׳יאג מיך ארויף צום ציון הקדוש, די קעלט שניידט אין אלע ביינער באגלייט מיט א ציפעדיגע ווינט, אנקומעדיג אין אוהל הק׳ הערט מען שוין די ווארימע ניגונים, כ׳שטעל
זיך ביי א ווינקל אין כ׳זאג מיט תהילים מיטן עולם, נאך אפאר מינוט נעמט ר׳ מאיר דאס ווארט אין נאך עטליכע קורצע דיבורים רופט ער אויס ר׳ שלמה באכנער צו רעדן,
איי ר׳ שלמה׳ס דרשה מה נאמר ומה נדבר, ווי קען מען דאס באשרייבן, ר׳ שלמה רעדט און דער עולם בוכה׳ט אויפן קול, דער גאנצע אוהל איז א שטיק טרערן, ר׳ שלמה׳ס
ווערטער מיט אזויפיל הארץ צולאזט יעדן איינעם, אלעס קייכט, אלעס גיסט טרערן, כ׳וויל דא אראפברענגען א מעסעדזש וואס כ׳האב געשיקט פאר א גרופע חבירים דעם
אנדערן אינדערפרי.

ר׳ שלמה׳ס דרשה

"רבותי אונז זעמיר יעצט אין הייליגן שטעטל מעזיבוז סמוך ונראה צום הייליגן בעש״ט הק׳.

נעכטן זעמיר געוועהן צוזאמען מיט עטליכע הונדערט אידן ביים הייליגן קדושת לוי אין בארדיטשוב, ווי ר׳ שלמה באכנער האט אויפגעטרעטן, ס׳איז נישט מעגליך אראפצוגעבן וואסערע בכיות דארט איז געוועהן, ר׳ שלמה האט צווישן אנדערע דערמאנט איינע פון אונזערע חבירים די עולם האט גע׳בוכה׳ט הויעך אויפן קול בלי גוזמא.

די ווענט האבן מיטגעוויינט, כ׳האב נאך אזאנס נישט געזעהן, אלעס איז געוועהן א שטיק געוויין, יום החופה האב איך נישט אזוי געוויינט ווי נעכטן נאכט, ווער ס׳איז נישט דארט געוועהן וועט עס נישט פארשטיין.

נאכדעם האט מען געזונגען רבש״ע לאמיר מאכן א בייט ס׳האט געשפאלטן הימלען, נאכדעם תהילים מיט די שטיקל סליחות פזן כי אתה רב סליחות ובעל הרחמים.

פארשטייט זיך אונז האמיר אינזין געהאט אלע חבירים, מ׳זאל האבן געפועלט אלעס גוטס."


1111.png
1111.png (358.91 KiB) געזען 1208 מאל
לעצט פארראכטן דורך שלמה מולכו אום דאנערשטאג מארטש 25, 2021 3:06 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

בקרוב ממש וועל איך צולייגן נאך בילדער בעז״ה.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

ישר כח ר׳שלמה פארן באריכט! גאר געשמאק באשריבן.

נ.ב. נאכמער ווי איך גלייך דיין באריכט גלייך איך דיין חבר..
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

יישר כח ר' שלמה!

גאר רייך און שפאנענד! מ'האמיר זיך באלעקט מיט יעדן ווארט.

סיי פונעם עצם באריכט, ווי דו האסט אונז ממש מיטגעטראגן אויפן פליגער און ארויפגעפירט לעבעדיג אויפן נסיעה צוג, אזש כ'האב שיעור נישט אנגעהויבן באקומען רייזע פיבער בשעת'ן ליינען...
און נאך מער פון די sprinkles of humor אריינגעשפריצט צווישן אלע שורות...



(איבער די הזכרת נשמות וועלן מיר זיך שוין פארעכענען א צווייט מאל...)
---
ילד שלי
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 23, 2021 11:26 am

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ילד שלי »

הערליך דיין פעדער איז עפעס מוראדיג
מחר אני בא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 1:35 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחר אני בא »

שלמה מולכו האט געשריבן:"רבותי אונז זעמיר יעצט אין הייליגן שטעטל מעזיבוז סמוך ונראה צום הייליגן בעש״ט הק׳.

נעכטן זעמיר געוועהן צוזאמען מיט עטליכע הונדערט אידן ביים הייליגן קדושת לוי אין בארדיטשוב, ווי ר׳ שלמה באכנער האט אויפגעטרעטן, ס׳איז נישט מעגליך אראפצוגעבן וואסערע בכיות דארט איז געוועהן, ר׳ שלמה האט צווישן אנדערע דערמאנט איינע פון אונזערע חבירים די עולם האט גע׳בוכה׳ט הויעך אויפן קול בלי גוזמא.

די ווענט האבן מיטגעוויינט, כ׳האב נאך אזאנס נישט געזעהן, אלעס איז געוועהן א שטיק געוויין, יום החופה האב איך נישט אזוי געוויינט ווי נעכטן נאכט, ווער ס׳איז נישט דארט געוועהן וועט עס נישט פארשטיין.

נאכדעם האט מען געזונגען רבש״ע לאמיר מאכן א בייט ס׳האט געשפאלטן הימלען, נאכדעם תהילים מיט די שטיקל סליחות פזן כי אתה רב סליחות ובעל הרחמים.

פארשטייט זיך אונז האמיר אינזין געהאט אלע חבירים, מ׳זאל האבן געפועלט אלעס גוטס."

אוי טאטע!!!!! שלמה מולכו האט מיך גערופן אויפן וועג פון בארדיטשוב צו מעזבוז איבערגעבן אז מ'האט גערעדט פון מיר און די עולם האט גע'בוכה'ט, איי איי איי טאטע תפילת רבים לא תמאס! :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

צוגעלייגט בילדער אין קליפס,

ייש״כ אלע מגיבים.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

מחר אני בא האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:"רבותי אונז זעמיר יעצט אין הייליגן שטעטל מעזיבוז סמוך ונראה צום הייליגן בעש״ט הק׳.

נעכטן זעמיר געוועהן צוזאמען מיט עטליכע הונדערט אידן ביים הייליגן קדושת לוי אין בארדיטשוב, ווי ר׳ שלמה באכנער האט אויפגעטרעטן, ס׳איז נישט מעגליך אראפצוגעבן וואסערע בכיות דארט איז געוועהן, ר׳ שלמה האט צווישן אנדערע דערמאנט איינע פון אונזערע חבירים די עולם האט גע׳בוכה׳ט הויעך אויפן קול בלי גוזמא.

די ווענט האבן מיטגעוויינט, כ׳האב נאך אזאנס נישט געזעהן, אלעס איז געוועהן א שטיק געוויין, יום החופה האב איך נישט אזוי געוויינט ווי נעכטן נאכט, ווער ס׳איז נישט דארט געוועהן וועט עס נישט פארשטיין.

נאכדעם האט מען געזונגען רבש״ע לאמיר מאכן א בייט ס׳האט געשפאלטן הימלען, נאכדעם תהילים מיט די שטיקל סליחות פזן כי אתה רב סליחות ובעל הרחמים.

פארשטייט זיך אונז האמיר אינזין געהאט אלע חבירים, מ׳זאל האבן געפועלט אלעס גוטס."

אוי טאטע!!!!! שלמה מולכו האט מיך גערופן אויפן וועג פון בארדיטשוב צו מעזבוז איבערגעבן אז מ'האט גערעדט פון מיר און די עולם האט גע'בוכה'ט, איי איי איי טאטע תפילת רבים לא תמאס! :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/

די התעוררות פון בארדיטשוב האט זיך אריבערגעכאפט און זיך אנגעשטעקט דא אויפן וועלטעל, ווען בלי גוזמה צענדליגער אידן האבן פארלאזט טרערן און מיטגעוויינט מיט ידידינו @מחר’ס צער....

שערי דמעות לא ננעלו!! אנו מאמינים באמונה שלימה, אז בזכות פון די השתתפות פון אזויפיל אידן אין די צער פון א צווייטע איד, און די הויפענעס חיזוק, מיטגעפיל, קבלות טובות, און מעשים טובים וואס אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים האבן פון זיך אלס אוועקגעגעבן, איז ביי מיר ברור בלי שום ספק, אז חברינו און ידידינו היקר, בנש’’ק @מחר אני בא וועט בעז’’ה געהאלפן ווערן בקרוב ממש ובניקל מיט א זיס לעכטיג געזונטע שעפעלע וואס וועט אים ברענגען נחת לרוב פאר אים און זיין ב’’ב ביז די 120, ונאמר אמן!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”