לאמיר פארמיידן דעם סטימיולעס קטרוג.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: לאמיר פארמיידן דעם סטימיולעס קטרוג.
און שכח זאלצי פאר דיינע דיבורים
-
- שר מאה
- תגובות: 189
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm
Re: לאמיר פארמיידן דעם סטימיולעס קטרוג.
באמת א ישר כוח פאר די התעררות'דיגע דיבורים, איך האב א קרוב דאהי וואס מוטשעט זיך גאר שטארק מיט געלט, און יא, ער האט באקומען סטימיולוס, און יא, ס'איז פארנוצט, ווייל די נושים, פון אלע סארטן, האבן שוין לאנג געלייגט די האנט דערויף, איך האף אי"ה זיך צו געבן מתגבר זיין אויפ'ן יצר הרע און אים געבן אויף פסח. דעם פריערדיגן מגיב וואס האט אזוי נישט אידישלעך געשריבן, כ'וויל עס אפילו נישט ציטירן, וועל איך דן זיין לכף זכות אז ער האט געשריבן די ווערטער אלס אן עבירה לשמה, כדי דא צו מאכן א לעבעדיגע דעבאטע אים אפצואווענדן
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: לאמיר פארמיידן דעם סטימיולעס קטרוג.
די ארץ ישראל'דיגע קאסעס וואס פראפעגאנדירן אז דארט איז "נישט" דא קיין סטימיולעס, געט א אומדירעקטע מיינדסעט אז דא זענען נישט דא קיין נצרכים.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Re: לאמיר פארמיידן דעם סטימיולעס קטרוג.
שטומפיג האט געשריבן:די ארץ ישראל'דיגע קאסעס וואס פראפעגאנדירן אז דארט איז "נישט" דא קיין סטימיולעס, געט א אומדירעקטע מיינדסעט אז דא זענען נישט דא קיין נצרכים.
איך וויל נישט פארדרייען די אשכול אבער וואס איז טאקע די סיבה אז סהייסט אז דארט איז דא מער נצרכים? איז פשוט דא מער אידען דארט? איז עס ווייל ביי אונזערע קרייזען נעמט מען נישט קיין געלטער האט זיך עס שוין אזוי אויסגעשטעלט?
איז ווייל די עצם מדינה האט זיך נאך געגרינדעט מיט ריזיגע שנאר אפאראטען ווי קרן קימת אין עיפאק? סא סאיז מכת המדינה?
איז די לייפ סטייל טייערער? שווערער?
איז עס די טעקס אין מדינה איז סאך טייערער נוסח סאשעליסט?
ווייל איך קען א שיינע פאר מענטשען פון ירושלים דייקא אין זענען הערליכע בעלי פרנסה (אין נאך מער)
Re: לאמיר פארמיידן דעם סטימיולעס קטרוג.
ווער קען אפלאודן א מוראדיגע שמועס אין די נושא דורך הרה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א אב"ד ישמח משה קרית יואל. פאריגע וואך ביי של"ס כהאב געזעהן אין ביהמ"ד געדריקט די דרשה ונורא הוא.
איין נקודה ברענגט ער ארויס. פאריאר בתוקף קאראנא האט זיך די שטן געפרייד מען גייט מער נישט קענען צאמשטעלן קמחא דפסחא צדקה ווייל דער עולם איז נישט אין שוהל שווער צו טרעפן דעם ציבור.
צדקה תציל ממות
למעשה האבן זיך די ארגענעזאציעס אן עצה געגעבן מען האט געמאכט טעלעפאון קאמפיינס און געענדיגט גענוי ווי יעדע יאר מיט א שמוץ אריבער...
איז די שטן אויפגעקומען מיט א נייע פאטענט.. מען גייט טיילן סתם-עלעס און מען וועט אויפהערן געבען צדקה.... מען טאר זיך נישט לאזן כו'

לעצט פארראכטן דורך טעם וריח אום מאנטאג מארטש 22, 2021 11:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
על "טעם וריח" אין להתווכח
-
- אנשי שלומינו
- תגובות: 9
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2012 2:38 pm
Re: לאמיר פארמיידן דעם סטימיולעס קטרוג.
טעם וריח האט געשריבן:ווער קען אפלאודן א מוראדיגע שמועס אין די נושא דורך הרה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א אב"ד ישמח משה קרית יואל. פאריגע וואך ביי של"ס כהאב געזעהן אין ביהמ"ד געדריקט די דרשה ונורא הוא.
דא האסטו די שמועס אויף דראפבאקס
- בוחר בשירי זמרה
- שר האלפיים
- תגובות: 2627
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm
Re: לאמיר פארמיידן דעם סטימיולעס קטרוג.
אגוטן הרב זאלץ וואסער כ'וויל דיר נאר מעלדן אז כ'האב דיין מאמר געפארווערדט צו פילע ידידים, 12 מענטשן האבן [דערווייל] ריפלייד אז זיי וועלן מוסיף זיין אויף זייער געווענטליכע קמחא דפסחא
9 פון זיי האבן געשריבן אז זייער הוספה וועט זיין אן אלפ'ל
שכרך הרבה מאוד
9 פון זיי האבן געשריבן אז זייער הוספה וועט זיין אן אלפ'ל
שכרך הרבה מאוד
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
Re: לאמיר פארמיידן דעם סטימיולעס קטרוג.
פאלעסיידס האט געשריבן:שטומפיג האט געשריבן:די ארץ ישראל'דיגע קאסעס וואס פראפעגאנדירן אז דארט איז "נישט" דא קיין סטימיולעס, געט א אומדירעקטע מיינדסעט אז דא זענען נישט דא קיין נצרכים.
איך וויל נישט פארדרייען די אשכול אבער וואס איז טאקע די סיבה אז סהייסט אז דארט איז דא מער נצרכים? איז פשוט דא מער אידען דארט? איז עס ווייל ביי אונזערע קרייזען נעמט מען נישט קיין געלטער האט זיך עס שוין אזוי אויסגעשטעלט?
איז ווייל די עצם מדינה האט זיך נאך געגרינדעט מיט ריזיגע שנאר אפאראטען ווי קרן קימת אין עיפאק? סא סאיז מכת המדינה?
איז די לייפ סטייל טייערער? שווערער?
איז עס די טעקס אין מדינה איז סאך טייערער נוסח סאשעליסט?
ווייל איך קען א שיינע פאר מענטשען פון ירושלים דייקא אין זענען הערליכע בעלי פרנסה (אין נאך מער)
א גרויסער עולם זענען יושבי אהל זיצן אין לערנען תורה משא"כ דא אין אמעריקע איז איינגעפירט צו גיין ארבעטן נאך די חתונה
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 550
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
- לאקאציע: אין דארף
Re: לאמיר פארמיידן דעם סטימיולעס קטרוג.
איינער זאגט מיר היינט, אז פאריאר פאר פסח איז געווען די נסיון אויף תורה עבודה, היי יאר איז די נסיון אויף גמילות חסדים
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: לאמיר פארמיידן דעם סטימיולעס קטרוג.
ס'איז די ערשטע מאל וואס איך האב געגעבן 100 דאלער פאר איין יחיד אויף קמחא דפסחא, כדי צו פארמיידן דעם קטרוג פון כלל ישראל.
ממני ילמדו וכן יעשו!
ממני ילמדו וכן יעשו!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8351
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: לאמיר פארמיידן דעם סטימיולעס קטרוג.
פאלעסיידס האט געשריבן:שטומפיג האט געשריבן:די ארץ ישראל'דיגע קאסעס וואס פראפעגאנדירן אז דארט איז "נישט" דא קיין סטימיולעס, געט א אומדירעקטע מיינדסעט אז דא זענען נישט דא קיין נצרכים.
איך וויל נישט פארדרייען די אשכול אבער וואס איז טאקע די סיבה אז סהייסט אז דארט איז דא מער נצרכים? איז פשוט דא מער אידען דארט? איז עס ווייל ביי אונזערע קרייזען נעמט מען נישט קיין געלטער האט זיך עס שוין אזוי אויסגעשטעלט?
איז ווייל די עצם מדינה האט זיך נאך געגרינדעט מיט ריזיגע שנאר אפאראטען ווי קרן קימת אין עיפאק? סא סאיז מכת המדינה?
איז די לייפ סטייל טייערער? שווערער?
איז עס די טעקס אין מדינה איז סאך טייערער נוסח סאשעליסט?
ווייל איך קען א שיינע פאר מענטשען פון ירושלים דייקא אין זענען הערליכע בעלי פרנסה (אין נאך מער)
איך בין נישט ממש בקי בענינים אלו, אבער דאס ווייס איך יא אז די טעקס אויף ביזנעסער איז עפעס משוגע הויעך, איך געדענק שוין נישט די נומערן פונקטליך, אדרבה די וואס ווייסן זאלן אריינקומען.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 310
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:06 am
- לאקאציע: בין גברא לגברא
Re: לאמיר פארמיידן דעם סטימיולעס קטרוג.
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:yoel2124441100 האט געשריבן:זײער שײן געשריבן
אבער װיאזױ עס אנצוקוקען גײט זיך שטארק װענדן אױב מ׳גײט זעהן די יודן אין די זילבער געשעפטן אדער קױפן טײערע קלײדער
דו רעדסט פון די נותנים, איא?
א. באלבאטישער
Re: לאמיר פארמיידן דעם סטימיולעס קטרוג.
איך מוז זאגן, אז איך אליינס בין געגאנגען נאך געלט דעם ערב פסח פאר א נצרך, און ב"ה דער עולם האט זיך זייער שיין אנגערופן, שענער ווי אלע יארן.
קען זיין אז אזעלכע וואס זענען געווענליך "מער בעלבתיש" האבן איצט נישט געקענט געבן קיין ברייטע נתינות, אבער בדרך כלל האב איך באקומען גאר שיינע נתינות, גייענדיג פון מענטש צו מענטש אין ביהמ"ד. קיינער האט נישט געפרעגט די שאלה, יענער נצרך האט דאך אוודאי סטימיולעס וכו'.
מי כעמך ישראל!

זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.