טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מטעמים האט געשריבן:געוואלדזשענע!!! נעקסט טיים שיק אריבער א בלינצע.

#נישט יעדער פארשטייט צו דעם.

דו רעדסט פון די בלינצעס וואס איך האב געגעסן אין לופטפעלד? ווייל דא אין שפיטאל האט חסד געשיקט בלויז איין איינציגע, וחייך קודמין

מומחה יוחס האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:גיימיר דאווענען מנחה ביים כותל, איינער ווייסט וואו מזרח איז דא?

און יישר כח "חסד דשיכון סקווירא" פאר די פיינע מילכיגע בלינצע לכבוד ר"ח, און די פיינע פליישיגע נאכטמאל וואס וועט מעגליך נאכפאלגן (ווענדט זיך ווען מען באפרייט מיך פון דאנעט...)

וואס איז מיט אייך
פילט איהר גוט?

יא ב"ה
איך העלף ארויס א צווייטן איד ב"ה
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובה דורך מומחה יוחס »

לכאורה האט געשריבן:

ב"ה
זייער שיין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!

אסדר לסעודתא האט געשריבן:

הערליך שיין!!

נאך יעדע קאפיטאל דאנק איך דעם בוכ"ע אז איך בין נישט מיטגעקומען.

אז מ'רעדט שוין, און דו האסט שוין א מאסקע, אן עצה טובה פאר די ברילן. צו ארויף די מאסקע גאר הויעך, ביז די אויבערשטע שפיץ נאז, אזוי וועט די גאנצע לופט פון די נאז גיין אויף אראפ נישט ארויף. און די גלעזער גייט זיך מער נישט פארהויכן בעז"ה.

פארוואס דאנקסטו אז דו ביסט נישט מיטגעקומען?

כ'פרוביר יעצט דיין עצה מיט די מאסקע, אבער עס גייט אריין אין די אויגן... מסתמא האבן מיר אן אנדערע פרצוף הפנים אויסשטעל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נישט אין די אויגן, אבער די העכסטע וואס דו קענסט אז ס'זאל נישט פארהויכן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

לכאורה האט געשריבן:פארוואס דאנקסטו אז דו ביסט נישט מיטגעקומען?

ווייל יעדע ציגארעטל וואלט געווארן דאקומענטירט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

לכאורה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:געוואלדזשענע!!! נעקסט טיים שיק אריבער א בלינצע.

#נישט יעדער פארשטייט צו דעם.

דו רעדסט פון די בלינצעס וואס איך האב געגעסן אין לופטפעלד? ווייל דא אין שפיטאל האט חסד געשיקט בלויז איין איינציגע, וחייך קודמין

יענעמס בלינצע טוה איך אייך פארגינען בכל עת מצוא, מען רעדט פון די היייימישע.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

מומחה יוחס האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:גיימיר דאווענען מנחה ביים כותל, איינער ווייסט וואו מזרח איז דא?

און יישר כח "חסד דשיכון סקווירא" פאר די פיינע מילכיגע בלינצע לכבוד ר"ח, און די פיינע פליישיגע נאכטמאל וואס וועט מעגליך נאכפאלגן (ווענדט זיך ווען מען באפרייט מיך פון דאנעט...)

וואס איז מיט אייך
פילט איהר גוט?

יא ב"ה
איך העלף ארויס א צווייטן איד ב"ה

ב"ה
זייער שיין

געסט אוועק נאך א ניר? וויפיל שטיק האסטו נאך?
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
א פרישע מקורב
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 2:31 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פרישע מקורב »

לכאורה האט געשריבן:המשך בס"ד

(אויב מיין זכרון דינט מיר שוין נישט, צוליב די לענגערע צייט אפשניט זינט די נסיעה, בעט איך אז דער באטרעפנדער זאל זיך פארשטענדיגן מיט מיר אין אישי און אויסקלארן דעם ענין, כ'געדענק אז עס איז געווען א פלא און ער האט עס איבערדערציילט פאר'ן ציבור מיט עקסטאז ווי קליין די וועלט איז און ווי גרויס די השגחה פרטית איז).

מ'האמיר גע'שעיר'ט דעם אובער
איך פרעג נאר... איך בין בסך הכל א פרישע מקורב...
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ייש"כ לכאורה! מחי' גדולה.

אנטשולדיג מיר נאר אויף מיין אומוויסנהייט. וואס איז דאס אזוינס 'פאסטא סאלאט'?

(און דאס איז איין פון די בענעפיטן פון מנהלות, אז מ'קען פארריכטן אן צופאטשקענען די פאזעל, איין נוצבארע פיטשער)
שמחה מתוך שמחה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 4:58 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה מתוך שמחה »

פיין כוירע קען מען שוין היינט גיין שלאפן אין א גוטע גיסטע אפילו סרעגנט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מחשב האט געשריבן:ייש"כ לכאורה! מחי' גדולה.

אנטשולדיג מיר נאר אויף מיין אומוויסנהייט. וואס איז דאס אזוינס 'פאסטא סאלאט'?

(און דאס איז איין פון די בענעפיטן פון מנהלות, אז מ'קען פארריכטן אן צופאטשקענען די פאזעל, איין נוצבארע פיטשער)

PASTA SALAD, מאך א זוכעניש דערנאך
עס איז געקאכטע לאקשן מיט רויע פאפריקע אויסגעמישט מיט מאיאנעיז און אביסל מאסטערד וכו'
אטעטשמענטס
download.jpg
download.jpg (14.26 KiB) געזען 454 מאל
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לכאורה האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:דעלישעס וואו ארחיקה שרייבט און הערליך וואו אוראיינקל שרייבט, דארף מען נאר וויסן איבער די עווערגרין וואס איז איבערגעבליבן אין קאר.

האט מען נאכנישט גערעדט דערוועגן אין די פריערדיגע קאפיטלען? כמעט זיכער אז יא
אויב נישט, שרייבט מיר דא, און איך וועל עס פארצייכענען אי"ה

האסטעס געשריבן דאכצעך אין די (אומזיסטע) אדווערטייזמענט פאר אלעקסי.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כוירי, זייער הנאה געהאט פון דיין באשרייבונג היינט.יישר כוח.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

נו מיר ווארטן אויף א המשך נאך אלס אונטער דער מאסק...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

רעים האט געשריבן:ביי אינז פלעגט מען געבען פאר איינען די רענצעל וואס מ'נעמט ארויף אויפ'ן פליגער און ווייזען ביי טשעק אין אן אנדערע קליינע בעק (ווי די טלית און תפילין) און נאך דעם אראפ גענומען די סטיקער פון דעם און ארויף געלייגט אויפ'ן רענצעל.(געווענטליך נאך טשעק אין קוק שוין קיינער נישט אויפ'ן סייז און וואג פון די רענצל נאך דערצו אויב ס'האט די אפציעלע סטיקער פון די טשעק אין)

@רעים איך בין נישט קיין המספיק קינד אבער איך כאפ נישט ווי אזוי סארבעט. ווי שטייט דער אנדערער אין ווי אזוי באמערקן זיי נישט ווען די טוישט סטיקערס ?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

maybeeynot האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:ביי אינז פלעגט מען געבען פאר איינען די רענצעל וואס מ'נעמט ארויף אויפ'ן פליגער און ווייזען ביי טשעק אין אן אנדערע קליינע בעק (ווי די טלית און תפילין) און נאך דעם אראפ גענומען די סטיקער פון דעם און ארויף געלייגט אויפ'ן רענצעל.(געווענטליך נאך טשעק אין קוק שוין קיינער נישט אויפ'ן סייז און וואג פון די רענצל נאך דערצו אויב ס'האט די אפציעלע סטיקער פון די טשעק אין)

@רעים איך בין נישט קיין המספיק קינד אבער איך כאפ נישט ווי אזוי סארבעט. ווי שטייט דער אנדערער אין ווי אזוי באמערקן זיי נישט ווען די טוישט סטיקערס ?

מ'קען שטיין די אנדערע עק טערמינאל. זיי זענען נישט וואו דו גייסט און קומסט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

שכח לכאורה! כ'זעה אז מהאלט שוין ב"ה אט אט ביים אויפשטייגן.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:ביי אינז פלעגט מען געבען פאר איינען די רענצעל וואס מ'נעמט ארויף אויפ'ן פליגער און ווייזען ביי טשעק אין אן אנדערע קליינע בעק (ווי די טלית און תפילין) און נאך דעם אראפ גענומען די סטיקער פון דעם און ארויף געלייגט אויפ'ן רענצעל.(געווענטליך נאך טשעק אין קוק שוין קיינער נישט אויפ'ן סייז און וואג פון די רענצל נאך דערצו אויב ס'האט די אפציעלע סטיקער פון די טשעק אין)

@רעים איך בין נישט קיין המספיק קינד אבער איך כאפ נישט ווי אזוי סארבעט. ווי שטייט דער אנדערער אין ווי אזוי באמערקן זיי נישט ווען די טוישט סטיקערס ?

מ'קען שטיין די אנדערע עק טערמינאל. זיי זענען נישט וואו דו גייסט און קומסט.

נע דא האטעס נישט געהאלפן, זיי האבן געהאט א מיסיע דערינען, ס'צווייטע מאל אין מיין היסטאריע כ'זאל נישט קענען ארויפטראגן / ארויפשמוגלען דעס רענצעלע.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

לכאורה האט געשריבן:המשך בס"ד

השגחה עליונה האט אזוי צוגעפירט אז טייפנדיג די שורות זיץ איך מיט א מאסקע אויפ'ן פנים, פירט עס מיך צוריק צו די געהויבענע נסיעה מיט קנאפע צוויי און א האלב מאנאטן צוריק, ווען מיר זענען געזיצן שעות ארוכות אויף פליגערס זייענדיג אנגעפעלצט מיט א מאסקע אויפ'ן פרצוף דורכאויס די גאנצע צייט. איז זייענדיג אונטער'ן איינפלוס - מיט די פארהויכטע ברילן... רבש"ע, וויאזוי דרייען זיך די ערלים מיט מאסקעס שוין א יאר צייט?... - וועט מען אויסלאזן שטיקער פון די הכנות לנסיעה, און זיך נעמען צום נסיעה גופא.

אונזער נסיעה איז באשטאנען פון אידן פון רוב היימישע געגנטער, און אויף די הענגאוט גרופע האט מען אפגעשמועסט מי ומי ההולכים, ס'טייטש ווער עס פארט מיט וועמען'ס קאר, ווייל עס איז דאך א שאד אז מען זאל באצאלן פארקינג און גאזאלין פאר איבעריגע קארס. איין גאר אינטערעסאנטע אנעקדאט איז געווען, ווען איינער פון אונזער גרופע וואס ארבעט אין נוארק ניו דזשערזי, האט זיך אפגעזעגנט פון די ארבעט אינמיטן טאג מיט'ן חשבון צו כאפן אן 'אובער' צום לופטפעלד. ארויסקומענדיג פון פאבריק זעט ער ווי נאך א היימישער יונגערמאן שטייט אזוי פארסאפעט ווי איינער רישט זיך צו פארן אויף א רייזע... שטעלט זיך ארויס אז יענער פארט אט יעצט צום זעלבן לופטפעלד! כ'מיין זיי האבן למעשה גע'שעיר'ט 'אובער', אדער האט יענער געפירט אונזער מיטרייזנדער מיט זיין אויטא. (אויב מיין זכרון דינט מיר שוין נישט, צוליב די לענגערע צייט אפשניט זינט די נסיעה, בעט איך אז דער באטרעפנדער זאל זיך פארשטענדיגן מיט מיר אין אישי און אויסקלארן דעם ענין, כ'געדענק אז עס איז געווען א פלא און ער האט עס איבערדערציילט פאר'ן ציבור מיט עקסטאז ווי קליין די וועלט איז און ווי גרויס די השגחה פרטית איז).

פון מיין געגנט זענען געפארן עטליכע קארס, אבער ידידינו הראש הקהל ר' שמערי בערי האט דער ערשטער אויסגעדרוקט גרייטקייט צו זיין דער שאופער. לכתחילה האט געהייסן אז ער וועט אויך פירן אונזער'ס א געמיינזאמער חבר, וועלכער איז דאן געפארן קיין קערעסטיר מיט א גרויסע נסיעה, אבער למעשה האט זיך יענער געטראפן אן אנדערע וועג אדער געפארן אליינס, בין איך געפארן מיט שמערי, און אויך רינדעכיגער וועמען מען האט אפגענומען ביי זיין שטוב.

עס איז געווען אפגעשמועסט אז שמערי קומט מיך אפנעמען ארום דריי אזייגער, למעשה האט זיך עס עטוואס פארשפעטיגט. צו די באשטימטע צייט בין איך שוין געשטאנען מיט די צוויי רענצלעך אויפ'ן גאס, און דער קושעלע אויפ'ן גענאק כאילו דער קאר רעכנט עקסטערע פאר'ן דאס האלטן אויפ'ן זיץ... (מיין ברודער האט מיר דאס אויסגעלערנט, אז כדי די קושעלע זאל נישט גערעכנט ווערן ווי נאך א פעקעלע, און אויך נישט פארלוירן גיין אונטערוועגנס, ווי עס האט נעבעך פאסירט מיט איינער פון אונזערע מיטפארער, איז די בעסטע פלאץ דאס צו האלטן - טאקע דארט וואו עס באלאנגט... אויפ'ן האלז). דער שיינער ראש הקהל'ישער קאר איז אנגעקומען (ווער געדענקט נאך ווען שמערי האט געדרייווט אן אלטע דזשעלאפי?... דאן האב איך אויך געהאט אמאל דעם פאדערשטן זיץ ביי אים, אבער יעצט איז עס געווען פיין באקוועם), מיין בחור וואס איז פונקט אהיימגעקומען פון ישיבה זיך צו געזעגענען - האט געהאלפן אריינשטעלן די רענצלעך אין אויטא, און איך זעלבסט האב מיך פלאצירט אויף מיין מקום קבוע פון פארנט (נאך בקשת רשות, שטייצעך), ויסעו!

מ'איז צוגעפארן צו די שטוב פון רינדעכיגער, וועלכער פלעגט אמאל וואוינען ממש ארום די בלאק פון מיר, און ביי קאראנע פלעגן מיר זיך צומאל טרעפן אינעם זעלבן מנין (איך האב נאך דאן נישט געוואוסט זיין ניק... און אויך נישט די ניק פון מיין נאך נענטערער שכן, מיט וועמען איך פלעג דאן פארברענגען אזויפיל און איבערשמועסן אסאך תגובות, אבער נישט גע'חלומ'ט אז ער שרייבט דאהי, און אז ביי די פארברענג וועלן מיר זיך באגעגענען - א פאקט וואס האט מיך כמעט געמאכט זיך אויסציען אויף דער ערד, אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט!), אבער יעצט וואוינט ער שוין אין אנדערן עק שטאט, וואו ער האפט אז פון אזויפיל אריינקומען אין שטאט אריין וועט זיין ניקנאמען בלייבן בלויז א ניקנאמען, און די רינדעכיגקייט זיינע וועט ווערן אויסגעגראדעט...

אויב איך מאך נישט קיין טעות, און מען קען אננעמען אזוי לכתחילה אלס דיפאולט, איז רינדעכיגער געשטאנען פארנט פון זיין היים און מעלה עשן געווען... קיין רענצלעך האט ער נישט מיטגענומען, אפילו די שבת'דיגע מלבושים האט ער שוין אנגעטון ווי איידער דאס איינפאקן, נו, א לייכטער רייזנדער (אזוי לייכט, אז אט פליט ער שוין ווידער אין די לופטן, דאסמאל קיין קערעסטיר - זאל ער טאקע אויס'פועל'ן אלעס גוטס!)

מען פארט קיין נוארק, ווען אונטערוועגנס שמועסט מען אביסל איבער די ערהאבענע נסיעה וואס גייט זיך אט אט אנהייבן, וואו מערערע אנאנימע אידעלעך גייען זיך אויפאיינמאל באקענען און זאגאר ווערן צימער-חברים פאר עטליכע מעת לעת. אנקומענדיג צו די עי. בי. סי. פארקינג לאט, האבן מיר די ערשטע זאך ארויסגענומען די מאסקעס און אנגעטון. ר' רינדעכיג האט זיך דערזען אן א מאסקע, און איך האב אים געשאנקן איינס פון די דריי וואס איך האב מיר איינגעהאנדלט אנליין (ער האט מיר פונקט דעם שבת באצאלט דערפאר... באצאלנדיג טבין ותקילין פאר מיינ'ס אן עלי'...), און עס איז געווען אפגעשמועסט אז אויב איך וועל געברויכן די מאסקע פאר די אנדערע אידן וואס האבן דאס ביי מיר באשטעלט, וועט ער דאס גערן איבערגעבן פאר א צווייטן, און ביים לופטפעלד וועט ער שוין אפקויפן א מאסקע פון איינער פון אונזערע חברים וואס האט איינגעקויפט עטליכע שטיק אין א גראסעריי אין וויליאמסבורג 'עס זאל זיין'...

מיר האבן ארויסגענומען אונזערע פעק און זעק פון שמערי'ס אויטא (פארזעענדיג דעם עווערגרין שאכטל פון 'אלעקסיי'... איך האב דאך נישט געדארפט חלומ'ן אז דאס ברויך מיטקומען מיט אונז...), און דאס אריבערגעפירט צו א גרויסע טראנספארט אויטא וואס וועט אונז צופירן צום לופטפעלד. כמובן האט רינדעכיגער צווישן איין אויטא און די צווייטע ווידעראמאל געכאפט א ציגארעטל... גיי פארשטיי די רויכערער. (ביי די נסיעה האב איך איינגעזען אז איך לעב ממש אן אנדערע סארט לעבן ווי רוב וועלט... איך בין נישט קיין אלקאהאלישער טרינקער, נישט קיין רויכערער, און ניטאמאל קיין שוויץ אפזיצער... א זאך וואס במשך די נסיעה האט זיך ארויסגעשטעלט אז רוב עולם 'גייט' פאר איינע פון די זאכן אדער פאר אלע דריי [אינאיינעם?]).

עטליכע מינוט דערויף איז אנגעקומען נאך א פריוואטע קאר, א פאמיליע פון גוים, צום זעלבן פארקינג פירמע, האבן מיר זיך מער צונויפגערוקט צו די פאדערשטע זיצן פונעם קאראוואן, לאזנדיג די הונטערשטע חלקים פאר די נכריים. עס האט נישט געדויערט לאנג, און מען האט זיך גענומען פארן דעם קורצן שטרעקע צום לופטפעלד.

אנקומענדיג צום טערמינאל, האב איך גענומען מיינע צוויי רענצלעך און זיך גענומען אריינגיין אינעם געביידע (זאל איך שרייבן אז רינדעכיגער האט גענומען נאך א ציגאר? עס איז מסתמא אזוי געווען דער פאקט, אבער פונקט ווי איך שרייב נישט יעדע פון מיינע שלינגעס און אטעמעס, דארף איך נישט באריכטן יעדע פון זיינע רייכערן ברעיקס...). דער ווארטזאל איז ליידיג, פוסט ווי אינמיטן קאוויד. מיר שפרייזן דורך די לאנגע קארידארן, און שטעלן זיך אראפ פארנט פון די "לופטהאנזא" טישלעך צו איינטשעקן די באגאזש. די אלטע יאכנע דארט באגריסט העפליך, אבער ביים זען מיין קלענערן רענצל וואס איך האב געקלערט צו מיטנעמען אויפ'ן פליגער, האט זי מיר שיינערהייט איינגעמאלדן אז דאס גייט נישט פאסירן. זי האט צוגעוויזן צו אזא סדום-בעטל-אייזן אין די זייט, וואס אויב דער רענצל פאסט נישט דארט אריין, איז נישט דא וואס צו מאכן. נו שוין... מיין גאנצע נאכטמאל, אלע מיינע ספרים, מיין טלית ותפילין, אלעס ליגט אין דעם רענצל... וואס טו איך דא?

איך בין באמת געווארן מבוהל (און ווען מען האט אן א מאסקע און די ברילן זענען פארהויכט, שטייגט די בהלה שטאפל פי כמה, כידוע), און זיך אראפגעשטעלט מסדר זיין די רענצלעך... קלערנדיג צוערשט אז אויב איך וועל עטוואס מאגערער מאכן דעם קלענערן רענצל, וועט עס מעגליך יא אריינגיין אין דעם סדום-בעטל. כ'האב אריבערגעלייגט עטליכע זאכן אינעם גרויסן רענצל, און אנדערע זאכן אין א פלאסטישע זעקל וואס איך האב געהאט צו דער האנט, אבער ניין... דער רענצל קען נישט ארויפגיין אויפ'ן פליגער. די באאמטע האט מיט גרויס העפליכקייט געמאלדן אז די לופטליניע וועט מיר נישט רעכענען קיין געלט פאר'ן איינטשעקן מער ווי איין רענצל אונטער'ן פליגער, און אויך דער קלענערער רענצל דארף ווערן אפגעוואויגן און געשיקט מיט די פעקלעך טרעגער צום לאסט אויטא וואס פירט עס צום פליגער.

צו מזל האב איך געהאט שמערי בערי צו די האנט (סיי ביים ארויספארן, און סיי ביים צוריקקומען - ווען מיר ביידע זענען געווען אינאיינעם געשטראנדעט אין קיעווער לופטפעלד, כאשר יתבאר לפנינו אי"ה), און זיין שכל הישר האט מיר געהאלפן האלטן דעם באלאנס, און מיר דערמאנט אז די טלית ותפילין מוז איך האבן צו די האנט, זינט מיר וועלן אי"ה דאווענען אין פראנקפורט (כ'ווייס נישט פארוואס, אבער מיר האט זיך געדאכט - אלס ערשטמאליגער פליער מיט אן אפשטעל אינדערמיט - אז ביים אפשטעל סטאנציע באקומט מען די פעקלעך, און מען געבט עס פון פריש אריין ביים אויפשטייגן אויפ'ן קאנעקטינג פלייט... אבער שמערי האט מיר קלארגעשטעלט אז דאס איז נישט דער מציאות, און אויב איך וויל מארגן דאווענען מיט די אייגענע טלית און תפילין - זאל איך דאס שנעל ארויסנעמען פון רענצל. אויך האב איך מיטגענומען די פיינע נאכטמאל וואס די אידענע האט מיר איינגעפאקט אויפ'ן וועג (כ'מיין מיר האבן שוין געשמועסט דערוועגן, אז מיטוואך-מילכיג קען מען נישט איגנארירן, און כאטש מ'האט אויפ'ן פליגער געגעבן א פיינע פליישיגע מאלצייט, האב איך בעפארצוגט די היימישע פיש און פאסטא סאלאט פון שטוב). אין אן אנדערן זעקל האב איך געהאלטן א פעקל בלינצעס וואס איך האב מיטגענומען פון שטוב מיט'ן חשבון צו עסן אין לופטפעלד, און נאכ'ן צייגן אלע דאקומענטן און פאפירן, האט מען אונז פריי געלאזט צו גיין צו די סעקיוריטי אונטערזוכונגען.

המשך יבא אי"ה - אפשר נאך היינט... ווענדט זיך ווילאנג איך זיץ דא מיט'ן מאסקע

פאררויכערט אן עקסטערע (בכלל שייך אן עקסטערע?) ציגאר איצטערט אין קערעסטיר לכבוד דעם ארטיקל...
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

רעים האט געשריבן:ביי אינז פלעגט מען געבען פאר איינען די רענצעל וואס מ'נעמט ארויף אויפ'ן פליגער און ווייזען ביי טשעק אין אן אנדערע קליינע בעק (ווי די טלית און תפילין) און נאך דעם אראפ גענומען די סטיקער פון דעם און ארויף געלייגט אויפ'ן רענצעל.(געווענטליך נאך טשעק אין קוק שוין קיינער נישט אויפ'ן סייז און וואג פון די רענצל נאך דערצו אויב ס'האט די אפציעלע סטיקער פון די טשעק אין)

געטוהן אזוי, אבער נישט פייגעבאלן צו לייגן די סטיקער.
וגם ביי רוב לופט-ליניעס האבן זיי די סדום׳ער בעטל ממש פארן ארויפגיין אויפן פליגער, און דעמאלטס קענען זיי צונעמען דעם קליינעם באגאזש, אבער מען פארדינט אז מען באקומט עס צוריק ביים סטאפ.

כבוד הרב לכאורה איך זעה ווען איר זענט אויף א מיסיע - ביים העלפן אידן - זענט איר עפעס אין די דישעס אז די לחלוחית רינט אריבער, און איר מהתם איז מצודתו פרוסה מהנה צו זיין אידן בכל מקומות מושבותיהם.

זיך באלעקט די פינגער, און איך שפיר מיט אייער פארהויכנישן אויף די ברילל״ש, פון מיין עקספיריענס פארלירט מען ממש אקסעדזשין אין מח אז מען קען קוים מאכן געהעריגע באשליסן....

אגב דעם חדב״ן וועלכע האט שוין צוגעשטעלט פאר די נסיעה די האריגע שאל (וועם איך האב נאר געזעהן דעם סוף ווינטער מיט דעם שאל, האב איך שוין מקנא געווען, און בל״נ אויפן קומענדיגן ווינטער גיימער לאזן וויסן אין שטוב אז ס׳קען זיין א פאסיגע מתנה...) וגם האט ער שוין צוגעשעלט די דורכגעפאלענע רענצל, (באלד גייען מיר געווארן ווערן וואס נאך ער האט אלץ צוגעשטעלט צו די שווער׳ס זאפאסן) ליינט אויך דעם שווער׳ס חידושים...?
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

רינדעכיג האט געשריבן:

כוירע,

כ׳מיין ס׳וואלט פאסיג געוועהן צו מאכן אן עקסטערע באשרייבונג אויף רינדעכיג(ער?)
זאל כלל ישראל הנאה האבן.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בערל קראקאווער האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:ביי אינז פלעגט מען געבען פאר איינען די רענצעל וואס מ'נעמט ארויף אויפ'ן פליגער און ווייזען ביי טשעק אין אן אנדערע קליינע בעק (ווי די טלית און תפילין) און נאך דעם אראפ גענומען די סטיקער פון דעם און ארויף געלייגט אויפ'ן רענצעל.(געווענטליך נאך טשעק אין קוק שוין קיינער נישט אויפ'ן סייז און וואג פון די רענצל נאך דערצו אויב ס'האט די אפציעלע סטיקער פון די טשעק אין)

געטוהן אזוי, אבער נישט פייגעבאלן צו לייגן די סטיקער.
וגם ביי רוב לופט-ליניעס האבן זיי די סדום׳ער בעטל ממש פארן ארויפגיין אויפן פליגער, און דעמאלטס קענען זיי צונעמען דעם קליינעם באגאזש, אבער מען פארדינט אז מען באקומט עס צוריק ביים סטאפ.

כבוד הרב לכאורה איך זעה ווען איר זענט אויף א מיסיע - ביים העלפן אידן - זענט איר עפעס אין די דישעס אז די לחלוחית רינט אריבער, און איר מהתם איז מצודתו פרוסה מהנה צו זיין אידן בכל מקומות מושבותיהם.

זיך באלעקט די פינגער, און איך שפיר מיט אייער פארהויכנישן אויף די ברילל״ש, פון מיין עקספיריענס פארלירט מען ממש אקסעדזשין אין מח אז מען קען קוים מאכן געהעריגע באשליסן....

אגב דעם חדב״ן וועלכע האט שוין צוגעשטעלט פאר די נסיעה די האריגע שאל (וועם איך האב נאר געזעהן דעם סוף ווינטער מיט דעם שאל, האב איך שוין מקנא געווען, און בל״נ אויפן קומענדיגן ווינטער גיימער לאזן וויסן אין שטוב אז ס׳קען זיין א פאסיגע מתנה...) וגם האט ער שוין צוגעשעלט די דורכגעפאלענע רענצל, (באלד גייען מיר געווארן ווערן וואס נאך ער האט אלץ צוגעשטעלט צו די שווער׳ס זאפאסן) ליינט אויך דעם שווער׳ס חידושים...?

דער חדב"ן איז ב"ה עלה לגדולה לעצטנס, אנהייבנדיג א נייע קאריערע בס"ד, ווייס איך נישט וויפיל צייט עס איז אים געבליבן צו ליינען מיינע שטותים
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שלמה מולכו האט געשריבן:כוירע,

כ׳מיין ס׳וואלט פאסיג געוועהן צו מאכן אן עקסטערע באשרייבונג אויף רינדעכיג(ער?)
זאל כלל ישראל הנאה האבן.

איך נעם מיך נישט אונטער אזעלכע ריזיקאלישע מיסיעס
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

לכאורה האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:כוירע,

כ׳מיין ס׳וואלט פאסיג געוועהן צו מאכן אן עקסטערע באשרייבונג אויף רינדעכיג(ער?)
זאל כלל ישראל הנאה האבן.

איך נעם מיך נישט אונטער אזעלכע ריזיקאלישע מיסיעס

איי עגרי,

וואסע פשט פון אים רופן רינדעכיגער?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”