טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

זאג נאר רב לעבן. ביז וויפיל אזייגער פלאנט מען מיך אויפצוהאלטן?

איך האב מארגן א פולן טאג ב"ה
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

הענדימען האט געשריבן:זאג נאר רב לעבן. ביז וויפיל אזייגער פלאנט מען מיך אויפצוהאלטן?

איך האב מארגן א פולן טאג ב"ה

מצוה לשמוע דברי חכמים, דער רב האט געהייסן סטעי טונד פאלגט מען.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דממה דקה האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:זאג נאר רב לעבן. ביז וויפיל אזייגער פלאנט מען מיך אויפצוהאלטן?

איך האב מארגן א פולן טאג ב"ה

מצוה לשמוע דברי חכמים, דער רב האט געהייסן סטעי טונד פאלגט מען.

יאיא. אבער דא עקא אז איך קעניש אפארדירן דאס לאנגע געווארטעניש
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

המשך פונעם טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים - ווינטער תשפ"א

לאמיר צוטרעטן צו דער טאג פון די נסיעה, דער עולם רעדט זיך דאך אפ אז איך רעד און רעד און קום נישט צו צום דבר...

דער טאג פון די נסיעה איז געווען אויף א מיטוואך. יענעם טאג בין איך אויפגעשטאנען מיט 'ספרינגס' אונטער די פיס, א קלייניגקייט? היינט, טאקע היינט איז דער גרויסער לאנג ערווארטעטער טאג פון די גרויסארטיגע ערשטמאליגע אייוועלט נסיעה, וואס איז ביי מיר פערזענליך אן ערשטע נסיעה פון אזא סארט זיך משתטח צו זיין אויף קברי צדיקים.

איך האב שוין מסתמא אויסגעשמועסט אינעם פארגאנגענהייט, אויב נישט אין אט דעם טאגבוך, אז צו פליגערס בין איך נישט קיין פנים חדשות, פארקערט, איך בין אין מיין לעבן געפלויגן אפטער ווי א גרויסער רוב פון מיין יארגאנג, ווארום אלס קינד פלעגט דער טאטע נעמען די גאנצע פאמיליע אויף א רייזע מיט'ן פליגער צו אן אנדערע אמעריקאנער שטאט יעדן יאר אום סליחות צייט, ווען ער פלעגט פארדאווענען פאר'ן עמוד אין אן ארטיגן שול די מוספין (און נעילה) פון די הייליגע טעג. מיר פלעגן וויילן דארטן פון בעפאר ראש השנה ביז נאך יום הקדוש, און אין די עשרת ימי תשובה פלעגן מיר פראווענען מעין 'חול המועד'... דער טאטע פלעגט זאגן אז אום חול המועד גלייכט ער צו זיצן אין די סוכה/שטוב און נישט פארן אויף אויספלוגן, בפרט אז די אלע פארוויילונג ערטער זענען דאן איבערגעפולט מיט גאר אסאך פאמיליעס וואס לופטערן זיך אויס, אבער אין די וואקאציע טעג צווישן ר"ה און יוה"ק נעמט ער אונז גערן צו פארשידענע טיר גארטנס אדער מוזעאומס, וואס די זכרונות פון יענע זיסע צייטן טוען זיך נישט אפ פון מיר און מיינע געשוואוסטער. (איך אליינס פלעג אויך גיין אין לאקאלן אומהיימישן חדר אין דיזע טעג, פון וואס איך האב הויפענעס זכרונות און אנעקדאטן, ואין כאן המקום להאריך בזה).

אויסערדעם האט מיך דער טאטע גענומען אלס צען יעריג קינד קיין אנטווערפען (כ'האב ממש נעכטן איבערגעקוקט דעם קינדערישן פאספארט מיינעם, און באמערקט יענעם זיגל, יאנואר פון יארע ניינציג למס' איז דאס געווען) וואו איך האב נאך פארכאפט צו זיין ביים צדיק רבי יאנקעלע זצ"ל אין די 'געזונטע' יארן (איך האב געשמאקע זכרונות פון יענע ערשטע נסיעה איבער'ן אטלאנטיק, און דער טיש ווי אויך די קוויטל פראווענען פון פשעווארסקער רבי'ן זצ"ל... לאכט נישט, אבער שוין אלס צען יעריג קינד האב איך דארט אין ביהמ"ד פשעווארסק גענומען א שטיקל הארטע פאפיר פון א שאכטל נאז פאפיר און מיט א פעדער אויפגעפירקלט דערויף ראשי פרקים פון מיינע מיטלעבענישן ביים רבי'ן... איינמאל א טאגבוך שרייבער אייביג א טאגבוך שרייבער). אויך דריי יאר דערויף, שוין נאך מיין בר מצוה, האט מיך דער טאטע גענומען אויף א צווייטע נסיעה צום פשעווארסקער רבי'ן זצ"ל, דאסמאל שוין אין די שוואכע יארן, ווען דער רבי האט שוין נישט געפירט קיין טישן און קוים געפראוועט דעם ציבור. די גבאים פלעגן דארפן שרייען "ר' יאנקל וואונטשט אן" און דאס גלייכן, און נישט אלעמאל פלעגט ער רעאגירן. געדענק איך טאקע גוט ווי אויף אונזער נסיעה'לע איז מיטגעקומען א יונגערמאן וואס האט געהאלטן א שיינע פאר יאר נאך די חתונה, אבער צו זיין שלעכט מזל האט זיך דער רבי פאר'עקשנ'ט און נישט געוואלט צוזאגן קיין קינד (איך האב דאס מיטגעהאלטן פונדרויסן, זיך אונטערהערנדיג דעם געשפרעך ווי א טיפישער נייגעריגער דרייצן יעריגער בחור'ל). ליידער איז שוין היינט פארלאפן נאך 28 יאר זינט דאן, און דער איד איז נאך אלץ קינדערלאז רח"ל.

הכלל, היינט פאר איך אויך מפעם לפעם אויף אויסלענדישע רייזעס, אנומעלט בין איך געווען מיט מיינע עלטערן און א שוועסטער און א טאכטער אויף א פאמיליע שמחה אין לאנדאן מיט פינף יאר צוריק. ביי יענע רייזע האב איך מיך אריבערגעכאפט דעם טשאנעל מיט א ווען סערוויס אינאיינעם מיט'ן פאטער, און מיר האבן גענעכטיגט אין הכנסת אורחים העכער דער פשעווארסקער שול, נאכ'ן זיך אדורכרעדן מיט'ן פשעווארסקער רבי'ן שליט"א בנוגע א שידוך פאר מיין שוועסטער (זי איז טאקע קורצליך דערויף א כלה געווארן. היינט שוין א מאמע פון עטליכע קינדער בליעה"ר). אויך בעפארדעם בין איך שוין געווען אין אנטווערפען - דאסמאל מיט מיין ב"ב - ביי די חתונה פון איינע פון די קינדער פונעם רבי'ן שליט"א. איך האב פון די לעצטע צוויי נסיעות אפגעשריבן שיינע טאגביכער אויפ'ן פריוואטן פארנעם.

אבער קיין מזרח אייראפע, אדער ווי מען רופט דאס 'דער אלטער היים', בין איך קיינמאל בעפאר געפארן, און איך בין געווען פול מיט ערווארטונג און לעכצונג דערצו. איך האב אנגעהויבן דעם טאג מיט דעם געווענליכן רוטין, נעמליך ברכת התורה און קריאת שמע, א קאווע מיט א יום תהילים און שיר השירים, דאן האט מען זיך געשטעלט צו שחרית מיט גרויס דערהויבנקייט, קלערנדיג אז די קומענדיגע פאר שחריתים וועלן זיין מער ארעי'דיג און אונטערוועגנס און עס לוינט אריינצוכאפן דעם געהעריגן קביעות'דיגן שחרית און עס גוט אויסנוצן. נאך שחרית האב איך מיך געזעגנט פונעם לאקאלן רב, וועלכער פאראינטערעסירט זיך שטענדיג אין יעדן איינצלהייט פון יעדן מתפלל, און האט שוין כמובן געהערט פון מיר די פונקטליכע פלענער א צייט בעפאר. דער רב האט מיר שיין אנגעוואונטשן לרגל די נסיעה, און צוגעלייגט אז כאטש זיינע אור עלטערן שטאמען פון מעזיבוז, איז ער נאך קיינמאל נישט דארטן געווען, פונקט ווי אויף קיין איינע פון די מקומות הקדושים... א חידוש היינטיגע טעג.

צווישן שחרית און מנחה האט מען עוסק געווען אין הלכות צידה לדרך... איינפאקנדיג אלע עסנווארג און אנדערע חפצים אין די צוויי רענצלעך וואס מען האט אנגעגרייט פאר דעם צוועק. איין רענצל א מיטלגארטיגע סייז וואס וועט גיין אונטער'ן פליגער, און דאס אנדערע א קלענערע סייז וואס מען האט געהאפט ארויפצופירן אלס 'קערי אן' אויפ'ן פליגער. גראדע דער קלענערער רענצל איז געווען א נייער און זעלטן באנוצטער, מיר האבן עס געטראפן אויפ'ן בוידעם, ירושה פון מיין טאכטער און איידעם וואס סטארעדזשן זייערע חפצים ביי אונז... אויב איך געדענק גוט, האבן מיר דאס געקויפט פאר דאס פארפאלק אין די שטאפיר, נאר צו הערן אז מצד החתן האט מען זיי שוין אויסגעשטאט מיט א גאנצע שטאב רענצלעך און אונזער רענצל איז גענצליך איבעריג. אלזא, האבן מיר דאס יעצט צוריקגענומען צו אונזער באנוץ. איך האב אפילו אפגעמאסטן דעם רענצל צו זען אויב עס איז אויסגעהאלטן לויט די שטאטוטן פון די לופטליניע - וואס מען קען זען אויף זייער וועבזייטל, און אויסערליך האט עס פיין געשטימט... ביז עס איז געקומען למעשה און עס האט נישט אריינגעפאסט אין זייער סדום בעטל אייזערנע פרעים וואס זיי נוצן אלס באזע צו ערלויבן אדער פארבאטן רענצלעך פון ארויפגיין אויפ'ן פליגער - ווי מיר וועלן נאך צוקומען אי"ה.

כאטש עס וואלט געווען צייט צו דאווענען מנחה אין לופטהאפן, און עס זענען ווירקליך פארגעקומען דארט כאטש א דריי מניני מנחה איינס נאך די אנדערע, האט דער יעקער אין מיר באשטימט אז איך מוז כאפן דעם ערשטן מנין מנחה - מנחה גדולה - וואס שטעלט זיך אין מיין שכינות אום 1:00 אין די ווינטער טעג. אויך דער רב דאוונט דארט טעגליך (בעפאר ער לאזט זיך ארויס קיין ברוקלין צו זיין פאסטן וואס ער האלט שוין אן דרייסיג יאר!), און נאך מנחה - וואו איך האב געזאגט תפלת הדרך ביי שומע תפלה - האט ער מיר פערזענליך ארויסבאגלייט פון שול מורמלנדיג די פסוקים פון "ברכת כהנים" אלס סגולה.

דאס נערוועזיטעט האט מיך געטריבן צום הכנות שטיבל מערערע מאל יענעם טאג, אויך האט עס מיך געשטערט פון עסן געהעריג, און אלעס אינאיינעם האט מיר געהאלפן זיך האלטן אויפ'ן זיץ פלאץ במשך דעם לאנגן נסיעה און נישט ברויכן נוצן דעם שמאלן ב' על ב' צימערל פונעם פליגער - ווי רוב אנדערע מיטפליער. אינעם לופטפעלד האב איך מיך יא אריינגעשארט אפילו מער ווי איין מאל צום פריוואטן שטיבל, און זאגאר אפגעגעבן דארט מיין עלעקטראנישע שטומע אויב דאס פלאץ ווערט געהאלטן ריין און אפעטיטלעך... ביי איינע פון מיינע באזוכן דארט, האב איך באמערקט אז דער רייניגער באהאלט זיך קענטיג פון זיין אויבערהאר און שפילט זיך געמיטליך מיט זיין קלוגע טעלעפאן... ער האט זאגאר אויפגעטרייסלט ביים באמערקן א מענטש אריינקומען אין זיין באהעלטעניש ארט...

לאמיר אבער נישט כאפן די פיש פאר די נעץ, מיר זענען נאכנישט ארויסגעפארן פון מאנסי...

(היות איך בין פארנומען געווארן אינמיטן שרייבן מיט אנדערע זאכן, איז ארויסגעקומען א קלענערע פארזעצונג ווי געפלאנט. אי"ה מארגן-איבערמארגן וועט מען ממשיך זיין ברצות השם)
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

אין איך ליין עס אינעם זעלבן סארט צימער ווי די האסט אפגעגעבן דיין שטימע
יישר כח
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3810
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

קראתי ונהניתי
געשטימט פאר ראשעק הול
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ווי זאגט יענער, אז מען לעבט דערלעבט מען.
געוואלדיג איניש די ווארט.
---
און קורצן; זייער שיין אויסגעשמועסט אלע נסיעות מיט א פליגער (פון אלץ קינד) [אין די שטאטן ימים נוראים, חוה"מ עשי"ת, אומבאהיימישטע חדר, 90' פארכאפט ר' יענקל(ע), טאגבוך, 28 יאר שפעטער און דער איז נאכאלץ קינדערלאז ה"י, אנומעלט לעיטלי אין לאנדאן, אריבער דעים טשענאל צו ר' לייבוש (שידוך, ב"ה שוין דא קינדער דארט)..] הכלל, ערשטן מאהל צום אלטן היים..

יום הנסיעה
, יום ד' תמידין כסדרן, נאך שחרית געזעגענט פונעם לאקעל רב (אגב, זייער א נייגעריגער, שטאמט פון מעזעביש<קיינמאל דארט געווען> דאווענט מנחה אום 1סע, האלט שוין 30 יאר א Jאב אין שטאט) ארויסבאגלייט דעם יעקער מיט ברכת כהנים.

קערי אן (ירושה פונעם שטאפיר..[מאמר המוסגר, זעהט אויס אז ס'איז די מנהל'ס ערשטע איידעם..סאיז אפאציעל איינגעפירט אז צד החתן קויפט רענצלעך.] ) סדום בעטל, נערוועזיקייט געטריבן ,(עלעקטראנישע שטימע אין לופטפעלד) אבער ב"ה פארשפארט צו ניצן ב' על ב' אויפן פליגער.

ואסיים מעין הפתיחה, "עס איז מארגן אין אמעריקא" ווארט מיר פארן המשך.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אלס ווערטל קען מען זאגען אז דאס הייסט געשריבען שם משמעון.

אזוי ווי מיר פארען דא מיט קיין אייראפע ווערט מקויים דעם ביזען קרעטשמע דארף מען דאך אויך א טרינק.

מיר ווארטען דער פלאמבער זאל פאררעכטען דעם סינק עס זאל פליסען געהעריג און נישט קומען אזוי דריפ דריפ :lol:
האב שכל און גיב א שמייכעל!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

מטעמים האט געשריבן:מיר ווארטען דער פלאמבער זאל פאררעכטען דעם סינק עס זאל פליסען געהעריג און נישט קומען אזוי דריפ דריפ :lol:

ציטור הענדימאן אפשר קאן ער ארויסהעלפן דא
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

געוואלדיג שבעגעוואלדיג, עס קוקט מיר אויס אז ביי די נעקסטע נסיעה אי"ה וועט דיין טאגבוך האלטן ביי בארדיטשוב...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

Kollel האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:מיר ווארטען דער פלאמבער זאל פאררעכטען דעם סינק עס זאל פליסען געהעריג און נישט קומען אזוי דריפ דריפ :lol:

ציטור הענדימאן אפשר קאן ער ארויסהעלפן דא

נע, הענדימען האט שוין נישט געקענט אויסווארטן. עיין לעיל.
הענדימען האט געשריבן:זאג נאר רב לעבן. ביז וויפיל אזייגער פלאנט מען מיך אויפצוהאלטן?

איך האב מארגן א פולן טאג ב"ה
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

סאכדעס האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:מיר ווארטען דער פלאמבער זאל פאררעכטען דעם סינק עס זאל פליסען געהעריג און נישט קומען אזוי דריפ דריפ :lol:

ציטור הענדימאן אפשר קאן ער ארויסהעלפן דא

נע, הענדימען האט שוין נישט געקענט אויסווארטן. עיין לעיל.
הענדימען האט געשריבן:זאג נאר רב לעבן. ביז וויפיל אזייגער פלאנט מען מיך אויפצוהאלטן?

איך האב מארגן א פולן טאג ב"ה

פיין האבעך אויסגעווארט

באקאנט די מאמר וואס דממה דקה ברענגט דא פריער אינעם אשכול. דער רבי ברענגט עס אויך אראפ אויף אפאר פלעצער. מצוה לשמוע דברי חכמים
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיין שיין חזק ואמוץ זיי ממשיך צו מהנה זיין די גאנצע חבריא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

מומחה יוחס האט געשריבן:שיין שיין חזק ואמוץ זיי ממשיך צו מהנה זיין די גאנצע חבריא
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ביוטיפול לכאורה, הנאה געהאט פון יעדע ווארט.

מ׳גיבט ארויס די אנטווערפענע טאג ביכער?
אלטס אנטווערפענע אפשטאמיגע וואלטעס מיר געוועהן אינטרעסאנט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אמאל געווען געפלאנט (ע"פ בקשת 50%) ארויסצוגעבן דעם תשע"ו'דיגע טאגבוך, כמבואר כאן ועדיין לא נושענו...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן:...

(היות איך בין פארנומען געווארן אינמיטן שרייבן מיט אנדערע זאכן, איז ארויסגעקומען א קלענערע פארזעצונג ווי געפלאנט. אי"ה מארגן-איבערמארגן וועט מען ממשיך זיין ברצות השם)

שוין איבערמארגן.
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יעצט אנגעקומען צום לעצטן טייל יישר כח לכאורה און לך בכחך זה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:...

(היות איך בין פארנומען געווארן אינמיטן שרייבן מיט אנדערע זאכן, איז ארויסגעקומען א קלענערע פארזעצונג ווי געפלאנט. אי"ה מארגן-איבערמארגן וועט מען ממשיך זיין ברצות השם)

שוין איבערמארגן.

ביסט גערעכט - אווי תמיד

אפשר טאקע, ווי נאר איך פארטיג דעם יעצטיגן דזשאב
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

יעצט אפגעליינט די לעצטע פאר בלעטער..

דיינע טאגבוכער זענען ממש געוואלדיג!! אזא מין זיסע טעם..
יעדע דעטאל אזוי פונקטליך.
אזוי אריזשענעל.
קענסט געהעריג זשארזשן פופצן מאות פון די ליינערס פאר א נסיעה קיין אייראפע..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

המשך בס"ד

אין די וואך - בערך - בעפאר די נסיעה, איז די עקסטאז צווישן די איינגעשריבענע מיטרייזנדע געווען ערגעץ צווישן די וואלקענעס און די הימל. דער ספעציעל געגרינדעטער 'גוגעל הענגאוט' האט געפיבערט מיט פראגעס איבער די בעפארשטייענדע נסיעה, ענטפערס און לינקס פון די אלץ ווייסער, ניגוני הכנה פון סטאוו יא פיטא, און סתם פוטערפליגן וואס דער עולם האט ארויסגעשטעלט פון גרויס איבערגענומענקייט.

עס האט דערגרייכט צו א שטיפע אז סטאוו יא פיטא האט באשלאסן צו דערקלערן גילוי פאר די צייט, און מ'האט באשטימט א צייט פאר א ווידיאו קאנפערענץ דורך גוגעל 'מיעט' (באגעגן/טרעף). עס איז באשטימט געווארן אויף א געוויסע ניין אזייגער ביינאכט, וואס כאטש געווענליך לערן איך דעמאלטס מיט מיין טעלעפאנישע חברותא, האט ער פונקט אפגעזאגט אויף יענעם אוונט (א זעלטענע זאך גראדע - הגם פונקט היינט האט עס אויך פאסירט... כ'האף צוליב גוטע אורזאכן), אזוי ארום בין איך געווען פריי און מער ווי וויליג צו אנטיילנעמען אין דעם גילוי קאנפערענץ מיט נאך עטליכע פון די גרופע וואס האבן באוויליגט מיטצוהאלטן.

די ערשטע אזא באגעגעניש איז געווען רירנד אבער שטיל... דער עולם האט זיך הויפטזעכליך איינגעקוקט איינער אינעם אנדערן'ס צורה, פרובירט צו רעגיסטרירן די צורת הפרצוף און כאפן וויאזוי דער פנים קלעבט צו דעם ניק נאמען דערפון... סטאוו יא פיטא, דער אינציטיאר פונעם קאנפערענץ, איז געזיצן ווי א מלך אויף זיין שטול, איינגעזינקען אינעם ברוינעם קאוטש אין זיין רייכע דירה, זייענדיג אנגעטון מיט א קאסקעט וואס ער האט עווענטועל גענוצט ביי די רייזע. ער האט הפנים גענוצט דעם היטל צו זיך אריינברענגען אין דעם מצב פון 'נסיעה'. מיט גרויס ערנסטקייט האט ער אנגעהויבן אויסלערנען דעם עולם פארשידענע אלטע ניגונים, אבער דער קליינער עולם אויף די קאנפערענץ איז עפעס נישט אויסן געווען צו מיטברימען, אדער האבן זיי ניטאמאל געקענט אין ניגונים. די ערשטע שמועס האט געדויערט א קיילעכיגע שטונדע, אבער רוב צייט איז אדורך מיט טוישן הינטערגרונט בילדער צו פארטושן די מוחות... צב"ש אנשטאט מיין ספרים שאנק, האב איך געשטעלט א בילד פון וואלקענעס, צו סימבאליזירן אז איך פלי שוין אין די לופטן אין בעפארברייטונג צו די געהויבענע נסיעה... אנדערע האבן דייקא געשטעלט אן הינטערגרונט פון פערדלעך... מסתמא אנצודייטן אויף די פערד און וועגענער וואס מיר האפן צו באגעגענען אין אוקריינע בקרב הימים.

נאכדעם וואס דער ערשטער אזא מיטינג האט זיך ארויסגעשטעלט גאר ערפאלגרייך, ווען געוויסע פון די גרופע האבן זיך צום ערשטן מאל באגעגנט און באקענט פנים אל פנים מיט זייערע קאלעגעס, האט מען דאס איבערגעטון נאך אמאל, און אפשר א דריטע מאל אויך, ביז דער עולם איז געוואקסן אין צאל און געווארן היימישער. אינצווישן האט סטאוו יא פיטא שווער געארבעט אויף א ניגונים קאלעקציע וואס ער האט געשטעלט אויף דרייוו (אדער דראפבאקס), וואס דער עולם האט אראפגעלאדנט און אויסגעהערט מיט'ן ציל זיך אויסצולערנען די אור אלטע ניגונים וואס מען גייט זינגען אונטערוועגנס. כמובן, אז אויסהערן מאדנע ניגונים איין אדער אפילו צען מאל, מאכט נאכנישט אז מען זאל דאס קענען נאכזינגען, און דערפאר איז במשך די גאנצע נסיעה כמעט בלויז געווען א סאלא זינגער, ווען צו יעדע צווייטע אדער דריטע ניגון האט ער צובאקומען א שטיקל כאר פון נאך איינער-צוויי וואס האט דעם ניגון שוין געקענט פון די יונגע יארן.

נאך א טעמע וואס איז אויסגעשמועסט געווארן אין די הענגאוט גרופע, ווי נאר מען האט זיך דערנענטערט צום יום הנסיעה, איז געווען וואו און ווען מען דארף מאכן דעם קאוויד טעסט. אן אריינגיין אין דעטאלן, קענען מיר מעלדן מיט פרייד אז די טעסטס האבן קיינעם וויי געטון און ניטאמאל בארירט די שפיץ נאניע, ואידך פירושא זיל גמור. אויפ'ן וועג צוריק איז שוין אבער געווען גאר אן אנדערע פרשה... ווי מיר וועלן אי"ה אויסשמועסן ווען מיר וועלן האלטן דארטן ביים באשרייבונג.

המשך יבא אי"ה
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

סאכדעס האט געשריבן:געוואלדיג שבעגעוואלדיג, עס קוקט מיר אויס אז ביי די נעקסטע נסיעה אי"ה וועט דיין טאגבוך האלטן ביי בארדיטשוב...

נע..מגייטעך צוריקציוועגס.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

ווען איך בין געפארן אפאר וואכן ציריק קיין אוקראינה איז געווען פארקערט... דא האט מען געדארפט מאכן געהיריגע טעסטס און דארט איז געווען צו באקומען א נעגאטיוו פאר א פאר דאלער.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
א פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פוינט »

Kollel האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:געוואלדיג שבעגעוואלדיג, עס קוקט מיר אויס אז ביי די נעקסטע נסיעה אי"ה וועט דיין טאגבוך האלטן ביי בארדיטשוב...

נע..מגייטעך צוריקציוועגס.

;l;p-
זעהט אויס ווי די פליגער האט געמאכט א יו-טורן...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

כוירע, מיר לעהזן מיט שפאנונג יעדעס ווארט. גיי אן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”