חתונה זינגער האט אויך א סדר היום? / סעריע טאג בוך פון שאץמאץ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

חתונה זינגער האט אויך א סדר היום? / סעריע טאג בוך פון שאץמאץ

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך מאי 28, 2008 4:01 pm

זינגער פון א חתונה האט אויך א סדר היום?...

טאקע? כ'האב אלץ געמיינט אז די גרינגסטע ארבעט צווישן אידן איז זינגען, כ'פארשטיי מדארף קענען, מ'דארף האבן א שטומע, אבער סדר היום?..... ווי קומט איינס צום צווייטן....

יא, דער זינגער ביי חתונה האט אויך וואס צו טון, ער קומט טאקע אן צו די חתונה אנפאנג סעודה, מיטן טעשל אינדערהאנט אינהאלט די כלי מכשירים, מיט פיינע פרישע אויסגעביגלטע בעקעלעך, נעמט די מייק אינדערהאנט און זינגט, מיינט איר אז דאס איז בלויז, זינגען אין א מייק טראלאלא לייליי?, ניין, עס איז דא אונטער דעם גאנץ אנדערע זאכן, וואס נישט אלע ווייסן.

ר' מיכאל שניצלער פלעגט זאגן א ווערטל, ווען מ'פלעגט אים פרעגן א פרייז, וויפיל ס'קאסט א חתונה, און ער פלעגט ענפערן 1000 דאללאר, (בימים ההם), דער רופער פרעגט, וואס? טויזענט דאללאר?, אזויפיל?, פלעגט ער ענפערן, וואס זאל דיר טון, 950 קאסט עס מיר....., אמת, ס'איז א ווערטל, אבער ס'ליגט דא א גרויסע אמת אויך.

ראשית דבר, א שטומע זאל זיך האלטן פריש, דארף מען זיין אויסגערוהט, ס'איז נישט מיין אייגענע חידוש, אזוי שטייט בפי' אין רמ"א הל' יו"כ סי' תרי"ט, (גלייבט'ס מיר נישט, קוק'טס עס אליין נאך), אז א בעל תפלה וואס דאוונט יו"כ פארן עמוד, זאל נישט אויפזיין יו"כ ביינאכט, ווייל אז מ'איז מיד, ארבעט נישט די שטומע, און מ'ווערט הייזעריק, (וויטער רעדט ער פון דאווענען).

איז אפשר לאמיר שאפן א דשאב פאר אונזער זינגער במשך אגאנצן טאג, און ביינאכט זאל ער האבן א סייד דשאב – זינגען, עולם רבותי! ס'ארבעט נישט, א שטומע גייט נישט, און פארט נישט, און גליטש נישט, נאר אויסגערוהטערהייט, בלייב מיר אלע ביי די החלטה, אז דער זינגער קען נישט ארבעטן א פול טיים דשאב בייטאג, און אויך אויפזיין ביינאכט און זינגען ביז 1-12 אזייגער, און נאר דאס זינגען אליין, קען זיין די איינציגע פרנסה, (חוץ געווינען די לאטערי).

יעצט לאמיר צוגיין צום עצם ארבעט און סדר היום פונעם זינגער, א זינגער דארף קענען אלע ניגונים, אויב ער קען נישט דעם.... דיגי דיגי דיגי בירי בירי באם באם באם משיח, וואס איז 15 מינוט צוריק ארויס געקומען, פון א זינגער, לאמיר געבן א נאמען, שמאי קהתי פון רחובות, איז ער נישט גענוג אפטודעיט, די בחורים רעדן שוין מארגן ביי פרישטאג - לאנטש, אז דער זינגער פון נעכטן הונקעט עפעס אונטער, ער פלעגט אמאל זיין בעסער, וואס הייסט דאס ער קען נישט דעם נייעם דיגי דיגי דיגי.

מוז ער גיין קויפן יעדע נייע טעיפ, צו ער איז גוט צו נישט, אולי איז דא דארט א ניגון, וואס די בחורים פון "חוס ורחם ישיבה" האבן ליב, און נעכטן נאכט האט מען ביי איינעם פון די חבירים'ס חתונה, געזינגען דעם פיר עקיגן ניגון 15 מינוט און איין צו...,
און.... אפשר נישט יעדער ווייסט, אז טעיפ'ס קאסטן געלט, און צייט איז אויך געלט, צו הערן אלע ניגונים נעמט צייט, בפרט צו כאפן אפי' דעם קוועטש פונעם זינגער אויפן טעיפ, וואס פארט אזוי אף טאון, ווייל דוקא דארטן איז דער קלימאק'ס און דער שפיץ פונעם ניגון, ווי די יונגווארג פון 16 ביז 20 ווערן הייפער, און סטעמפלען דיך אפ אלץ דער גוטע זינגער,
און א סטעמפל אלץ גוטע זינגער, מיינט.... ביזנעס און געלט.

יעצט אז מ'קען שוין די ניגונים, וואס וואקסן ארויס ווי ווילדע שוועמל נאך א רעגן, חדשים לבקרים אזויווי האר אויפן ספירה בארד, דארף מען די אלע ניגונים (אויב מ'קען דאס אנרופן ניגונים) איבער חזר'ן, לויטן טאקט פון די מוזיק, ווייל אויב דער זינגער איז איין פיפטל סעקונדע שטאטער ווי די ביט פון די מוזיק, געשעהט א צעמישעניש, די שפיציגע שיך'ן קענען נישט געהעריג לאנדן אויפן פלאר,
חזר'ן ניגונים נעמט....צייט, און נאכאמאל צייט איז..... געלט.

מ'קען שוין ב"ה אלע ניגונים, דארף מען דאס קאמבענירן צוזאמען מיט א שטומע, יעדע זינגער האט רבי, א רבי וואס לערנט אים די שטומע, מאנכע רופן דאס רבי, און מאנכע רופן דאס טיטשער, איך שיהי' גייט מען בקביעות, זיך שארפן די שטומע,
צו וואס? ווייל אויך דיין שבת קודש מעסער, וואס שנייד בערך 10 צו 20 סלייסעס חלה א וואך, דארפסטו שארפן יעדע פאר וואכן, ק"ו א שטומע וואס ארבעט יעדע נאכט, מער ווי 15 סלייסעס חלה, דארף מען זיכער שארפן, און האלטן שיין און שארף און קלינגעדיג, אן קיין פגומה,
אז מ'נעמט שוין דעם שבת קודש מעסער פאר א ראי', האמיר א בעסערע ראי', א חלף, דער שוחט ניצט דעם חלף א שעה, נאך א שעה אדער אפי' ווייניגער, געט דער שוחט נאכאמאל א שארף איבער דאס מעסער מיט זיין שארפער, כדי ס'זאל זיין גלאט אן קיין פגימה, א פגימה מיינט א קראץ, "א שטומע טאר אויך נישט האבן קיין קראץ"...., און לערנען די שטומע, קאסט...... צייט און..... געלט.

איצטער איז שוין דער זינגער א פארטיגער זינגער, ער קען שוין אלע ניגונים, ער שארפט זיך שוין די שטומע, ער האט שוין געמאכט חזרה לויט די טאקט, און יעצט.... דארף ער נאר האבן באשעטעלונגען, מ'דארף אים נאר רופן אויף חתונות,

דער טעלעפאן קלינגט ברררררררר,
העלא! איר זענט דער זינגער מר. שפיצער?,
ז: יא,
איר האט געזינגען פאריגע וואך ביי (נו? וויאזוי הייסטער) גרינבערג?,
ז: יא,
אה! כ'העל אייך זאגן דעם אמת, איך האב אייך נישט אזוי ליב געהאט דארט, אבער מיין חתן זאגט איך זאל אייך נעמען, שוין זאל זיין אזוי, וויפיל נעמט איר?,
ז: פרייז איז אזויפיל און אזויפיל,
ביליגער גייט נישט?
ז: בדרך כלל נישט, דאס איז די פרייז וואס אלע זינגער'ס נעמען היינט,
גוט, שרייבט מעך אויף אויף יאנאווער 13,
ז: גוט, שיקט אריין א דיפאזיט, און אלעס איז ערלעדיגט,
צו וואס עפעס א דיפאזיט?, איר געט צוריק דיפאזיט'ס אויך.......

יעצט פאר וואס ווען ווי, קומט זיך נישט פארן זינגען א באנוס, נאר פארדעם פאון קאל אליין, כ'האב אייך נישט ליב.... געט מיר ביליגער...., פשוט צו האנדלען מיט מענטשן איז שווער, און וויפיל מאל רופט איין מחותן אים, און דער אנדערע מחותן באשטעלט א צווייטן זינגער, ערגעץ אינדערמיט ווערט מען אויסגעשפילט, און אמאל ווערט יענער ברוגז, אז דער זינגער וויל נישט צוריק געבן דעם דיפאזיט, און אזוי ווייטער במסכת האנדלען מיט מענטשן, אבער! גארנישט קומט נישט צו צום עצם חתונה אליין.

עטליכע וואכן פאר די חתונה, רופט אן דער מחותן, (שוין א מוחל געווארענער - זיך מוחל געוועהן די עבירות) מיט א בקשה ואזהרה, ובכן אז כ'האב אייך פשוט געוואלט זאגן אפן און קלאר, בשום אופן נישט זינגען די היינטיגע ניגונים, דעי גוי'שע ניגונים, איך ברויך דאס נישט ביי מיין חתונה, ס'נעמט אוועק דעם אידישן טעם.....,
ער איז אפשר גערעכט, אבער פליז, טייערע מחותן, נעם ארויס דעם טעיפ פון דיין אייגענע חתונה, וואס האט מען געזינגען דארט, אלע אראבישע פרענקישע ניגונים, וואס האט דעמאטץ געהייסן גוי'יש, נאר וואס?, דעמאטץ ביסטו געוועהן יונג, איז יענע ניגונים געוועהן נארמאל, היינט איז דיין חתן יונג, איז די היינטיגע ניגונים נארמאל, (איך געב נישט קיין גרין לייט צו זינגען אלע גוי'ישע ניגונים, איך זאג נאר אז מ'ווייסט ווער ס'מיינט עס ערנסט און ווער נישט),

א טאג דערויף, רופט אן דער חתן, און ווארנט אן דעם זינגער, אז די וועסט נישט זינגען די אלע ניגונים, (ער שיקט אים אריין א ליסטע) ווארן איך דיר, כ'האב אפאר חבירים וואס ווארטן אויף דעי חתונה, זיי גייען דיך טעסטן צו די ביסט גוט, אויב יא, נעמען זיי דיר אויף זייער חתונה, און אויב נישט..... איז נישט, ס'איז נישטא קיין רעדע פון א אויסוואל, מ'פאלגט שיינערהייט די בחורים, וואס זיי האבן ליב דאס געט מען, כאטש דער טאטע שרייט איך באצאל, טאטע לעבן! די באצאלסט נאר היינט, די בחורים באצאלן מארגן און איבער מארגן, גענוג קלאר?.

די חתונה רוקט זיך אן, דער זינגער האט זיך צוגעלייגט אפאר שעה, ווי געזאגט ארבעט די שטומע נאר אויסגערוהטערהייט, ער נעמט דעם מייק זיינעם, וואס דרך אגב דער געשעפט'ס מאן האט עס אים נישט געגעבן אומזיסט, הייבט אן אפאר שטאטע ניגונים, ווי נאר ער הייבט אן, דרייען זיך אויס עטליכע רוקנס, זעהן ווער ס'איז דער זינגער דא היינט נאכט, עס איז וויכטיג קלאר צו מאכן, אז כאטש די ספיקער'ס אין זאל זענען הויך, און די חוש השמיעה ארבעט נישט אזוי גוט ביי א חתונה, ווערט אבער "נישט" די חוש הריאה אפגעשוואכט, ווען די טוסט עפעס, זעהט מען דאס געהעריג, כאטש מ'הערט דיך נישט רעדן, כלפי מה דברים אמורים, דער זינגער הייבט אן, זעהט ער ווי איין קאזן פרעגט דעם צווייטן קאזן אין אויער, ווייזנדיג מיטן פינגער צום זינגער, מיט א פראגע צייכן, כלומר ווער איז דאס? און יענער ענפערט אים צוריק אין אויער דעם נאמען, און דער ערשטער מאכט מיט די הענט אזוי מיט אזא ביטול, אה דער... ווי איינער זאגט ס'איז שוואכע מעשיות היינט, להוי ידוע, אז דער זינגער זעהט דאס....., און ס'ברענגט אים נישט צו קיין אפעטיט....

די שווערסטע חלק פון א זינגער, וואלט איך געזאגט, זענען די דיעות, און די דעה זאגער'ס ביים זינגען, אדרבה קוקט'ס אויפן זינגער בשעת א חתונה, און מערקט'ס וויפיל מאל מ'קומט אים זאגן דיעות און הערה'ס, הגם ס'איז דא דיעות וואס איז נארמאל, אז דער עלטער זיידע טאנצט אויף וראה בנים, פארוואשע נישט, און אז דער מחותן האט דווקא ליב וכל קרני רשעים, אויך נישט עק וועלט, אז דער רבי קומט אריין דארף מען זינגען קול רנה, נו ס'איז דאך כבוד התורה, און דערצו אז דער שליח איז א נארמאלע אינגערמאן, בשליחות פונעם מחותן אליין (דער מחותן וואס צאלט) איז אויך נאך פארהעלטנמעסיג,
די מעשה גייט אבער אויף די געהירן, ווען סתם מענטשן, גבאים פון רבי'ס, קרובים, מידע פעטער'ס, לעבעדיגע בחורים, האקן אריין מיט באפעלן, מ'שפייט אריין אינעם אויער פונעם זינגער, זינגט שוין יודו לד', דער ראש ישיבה קען נישט טאנצן אן דעם, כ'רעד שוין נישט אז ווען דער ר"י טאנצט נעמט מען אים ארום מיט אזא חביבות, פון איין עק זאל ביזן צווייטן, און אויפן וועג איז מען מכבד דעם זינגער מיט די עלטערע אידן, מיט אפאר זעצעס, האסט יא אזוי ליב דיין ר"י, פ"וו ביסטו געוועהן היינט אן עזות פנים אין ישיבה? פלוצלינג דא ביי די חתונה האט מען אים אזוי ליב....

בנוסף צו דעם איז דער זינגער דער מאנקי אינדערמידל, איין מחותן וויל יא אביסל, לאמיר עס אנרופן היינטיגע ניגונים, אבער מיט א שיעור, אבער ביים 2'טע מחותן, זענען די נייע ניגונים ביהרוג ואל יעבור, א ניגון וואס מ'האט געמאכט נאך תשכ"ח, ווען דער רבי איז נישט געזונט געוועהן טויג נישט, דער זינגער זינגט אבער יא א נייע ניגון, לויטן באפעל פונעם מחותן וואס צאלט, ווערט דער אנדערע מחותן גערעגט, און שרייט אויפן זינגער, ס'איז מיין חתונה דא, כ'לאז נישט זינגען דעי ניגונים, טייערע מחותן! גיי רעד צו דיין באליבטע מחותן, שריי אויף אים, דער זינגער טוט וואס מ'באשטעלט, נאך מער טייערע מחותן, נעכטן נאכט האט דיין ווייב די היינטיגע מחותנ'סטע גערופן דעם זינגער, ער זאל דייקא זינגען בן בג בג, מיט נאך אזאנע ניגונים, וואס שרייסטו אויפן זינגער, שריי אינדערהיים פון אונטערן טיש ארויס, נישט דא...., און ווען מ'רעדט פון שרייען ביי א חתונה, מיינט דאס גא רא הויעך סקעיל, ווייל מ'שרייט דאך איבער די מוזיק.

גלייכצייטיג, א מעסעדש פאר אלע שיינע אידן, ס'געשעהט גארנישט ווען מ'טאנצט אויף א אנדערע ניגון, ווי דער זיידע זיכרוינעבראכע פלעגט צו טאנצן, אונז האמיר שוין בייגעוואוינט ליידער בנשק'לעך, וואס האבן ליידער יא משנה געוועהן, און געטאנצן אויף אנדערע ניגונים, און זיי האבן יא מוציא שנתו געוועהן בעוה"ר, אכטונג גבאים פון רבי'לעך, איר זענט שוין דא גאנצע 5 מינוט ביי די חתונה נישט מער, איר ווייסט אפשר נישט אז במשך די לעצטע שעה האט מען שוין געזינגען 8 מאל די זעקסטע הקפה ניגון, וואסארא פנים האט דער טעיפ, ווען מ'הערט דאס איבער, און יעדע 4 מינוט זינגט מען דעם זעקסטע הקפה ניגון, ס'קוקט אויס ווי א פזמון, נאך יעדע 6 נינגונים קומט די זעקסטע, (מ'זעקסטע ועד זעקסטע לא קם כ'זעקסטע), ווערט'ס נישט באליידיגט פליז, און פארווארפט'ס נישט דעם זינגער פון אלע וועלטן, פארן נישט זינגען די זעקסטע הקפה ניגון, ער איז נישט קיין שונא, ער איז נישט קיין מתנגד.

מידע פעטערס! יעדער ווייס אז ענק זענען זייער מיד, מ'זעהט דאס אויף אייערע אויגן, אבער טרייב נישט דעם זינגער, טרייב דיין ברודער – שוואגער, און טרייבן מיינט נישט דווקא מיטן זאגן "ענדיג שוין", טרייבן קען מיינען קריטיקירן אויף יעדע שריט, און מאכן נערוועזע פאקסן פאר די אויגן פונעם זינגער, ווייל ווען איר אליין מאכט חתונה וואלט איר נישט געטון אנדערטש ווי דער יעצטיגע מחותן, ממילא ס'איז א שאד זיך צו עסן דאס געזונט.

אויסגערוטע פעטער'ס – געשוויסטער – חברים! דער זינגער זעהט אז איר זענט זייער לעבעדיג און פרייליך, איר זענט באמת בשמחה אז דער חתן האט חתונה, דער זינגער איז אפשר אויך פרייליך, פארוואס נישט נאך א איד האט חתונה, אבער פארדעם מוז ער נאכנישט אליין טאנצן, מיטן מייק אינאיינעם אינעם רינג, ער קען זיין פרייליך אויף זיין פלאץ אויך, איר מוזט אים נישט אריין שלעפן מיט כוח,
און אפי' דו האסט זייער ליב דעם נייעם ברוך שאמר ניגון, מיינט נאכנישט אז ער מ'מוז עס יעצט שוין זינגען, און אפילו דער זינגער נעמט אן דיין פארשלאג פון זינגען חסדי ד', ווייל מ'גייט יעצט פיקסן א חבר, וואס איז אקארשט ארויס פון סענטרל בוקינג, נישט אלץ קען מען אריין פלעכטן דווקא דעי ניגון וואס דו ווילסט, יעדע ניגון האט א קאטעגאריע ווי ער באלאנגט, מעדשאר מיינער, 4 ביטס 5 ביטס, F פלעט G לאו...., (כ'רעד סתם קאודס כ'ווייס אליינס נישט וואס), ס'קען נישט אלץ אריין קומען דער ניגון, וואס מ'שרייט אריין אינעם אויער פונעם זינגער,
און אפי' דער זינגער דערהערט יא דאס, מוז ער דאס איבער געבן פארן שפילער, און ס'קען נעמען א מינוט ביז דער שפילער כאפט פון וואס מ'רעדט, ווייל דאס איז דאך א ניגון ארויס פון די קאטעגאריע, ביטע ווערט נישט גערעגט אז ס'נעמט א מינוט, ביז מ'פאלגט דיין פארשלאג,

ווי אויך אז דער מחותן וואס צאלט, זאגט אז אין 10 מינוט זאל זיין לשנה הבא, זאלן די גערויט'לטע בעקעלעך (בחורים – חתנים) פארשטיין, אז עפעס א ווארט האט דער מחותן דא היינט נאכט, די גייסט טאקע אהיים גיין גלייך נאכן טאנצן, אבער דער מחותן מיט די אנדערע בלייבן דא ביז.... 3'עה, און אמאל ביז 4'עה, ממילא מוז ער נישט פאלגן דעם בחור, בפרט אז מ'טאנצט שוין צוויי א האלב שעה,

לשנה הבא בירושלים..... לשנה הבא בירושלים..... בירווווושאאאאאאאללללללללללייייייייייייייייייייייייייים.......

אוי! די אויערן רייסן, די האלבע זאל קראצט זיך די אויערן, שיגענער דער שפילער, אזוי הויעך צו מאכן מוזיק, צודרייטער דער.... ס'ווערט דאך ערגער פון טאג צו טאג, דער זינגער ברענגט זיך אן גאנצע מאשינען פשוט צו לעכערן די אויערן, איר ווייסט אפשר וואס דא איז געוועהן פריער?, די בחורים האבן געזאגט אז מ'קען נישט טאנצן, ווייל די מוזיק באכעט נישט גענוג, האט דער שפילער נישט געהאט קיין ברירה און ארויף גערוקט די סאנד, (מער וועגן א שפילער ביים סדר היום פונעם שפילער)
דעריבער האב נישט קיין טענות צו קיינעם....., גיי אין ישיבה ברענג זיי א דאקטער....

און צוריק צום קעפל,
א זינגער האט אויך א סדר היום?.....

ענפערט איר אליין................

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך מאי 28, 2008 4:10 pm

יו וואס טוסטו דא מיט מיר, קוים גע'ענדיגט א הספד און שוין געסטו מיר פרישע ווארע, איך פרינט עס, און איך גיי סע ליינען, און ווייס פון עקספיריענס אז איך גיי הנאה האבן, סאו קודם א שכוח אין אדווענס.

יוי איז עס לאנג ווי א חתונה זינגער'ס סדר היום.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך מאי 28, 2008 4:40 pm

איך קען שוין זאגן א שכוח פון נאכן ליינען, דו מאכסט מיר פראבלעמען, אבער ס'באדערט מיר נישט, מאך מיר נאך אזעלעכע פראבלעמען. דו שרייבטס צו גוט פאר סתם א שכוח, און צו די געציקערטע שכוח'ס פארשטיי איך נישט אזוי גוט, וועס מיזן זיין צופרידן מיט א געהעריגע שכוח.

יישר כח.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מאי 28, 2008 4:44 pm

צו א זינגער האט אויך א סדר היום וועל איך דיר שוין ענטפערען א צווייט מאל. פאר יעצט האב איך געוואלט זאגן גאר א צווייטע זאך.

רבותי אידן! וויסן זאלט איר, דער ניק שאץ מאץ האט אויך א סדר היום! יא! ער האט א אויסגערעכנטער סדר היום מיט וואס ער פילט אן זיין צייט, מיין צייט און אייער צייט.

איך גיי ניטאמאל פראבירן צו גיין אין קאמפעטישן מיט אום און אראפלייגן די גאנצע סדר היום זיינער, איך קען דאס נישט אפילו איך וויל. אבער וויסן זאלט איר אז דער שאץ מאצל זיצט איבער טאג איינגעבויגן איבערן קאמפיוטער און זיין סדר היום איז מער ווייניגער שרייבן ארטיקלן און מהנה זיין אנדערע אידן דערמיט.

דער ארטיקל איז ביזדערווייל זיין געלונגענסטע ארטיקל דא אין קרעטשמע און איך גלייב אז די אלע זינגער'ס גייען זיך ארידרייען דערמיט אין טאש ביז א צוויי דריי טאג.

ראביי, גייט אן מיט אייער געלונגענע ארבייט, אידן לעכצן דערנאך. כה לחי!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך מאי 28, 2008 5:06 pm

יו איז דער שאצל גוט, אן אויסערגעווענליכער ארבעט אראפגעלייגט אטא דא אויפן ארט, איך מוז מיך באדאנקן זאפארט.

יישר כח שאץ דער פון אויבן און פון אלע זייטן זאל דיר שענקן ברכות לרוב, זאלסט קענען אנגיין מיטן עבודת הקדוש פארעווער.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך מאי 28, 2008 9:05 pm

שאץ, איך האב באמת נישט געגלייבט אז מ'קען אנפילן אזויפיל ווערטער, אין א טאג בוך פון א זינגער, דו ביסט ריזיג, כ'האב באמת הנאה געהאט, א גרויסן ריזיגן יישר כח.

כ'וואלט געקענט באשטיין דו זאלסט באשרייבן דאס וואס צייטליך וויל נישט.

שאצ'נס טאג בוך, יישר כח אין עדווענס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מאי 29, 2008 12:07 am

שאצקאמער, וואס דיר פאלט נישט ביי... דו צענעמסט אן ענין אויף פיץ שפיצלעך און דו מאכסט מטעמים דערפון.

און דיינע זיסע מליצות זענען א סוגיא פאר זיך. מ'זעהט אז דו ביזט א געלערנטער.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מאי 29, 2008 11:57 am

כ'פרינט

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » דאנארשטאג מאי 29, 2008 12:18 pm

מיין אויער קלינגט, איר ווייסט וואס איך מיין? אזוי ווי עס פילט די גאנצע וועג אהיים פון א חתונה, וואס איז דאס? עס איז דאך ספירה?
ער האט מיך אריינגעטראגן און זאל, איך האב געענטפערט פאר מיין שוואגער ווער די נייע זינגער איז.

יא ער קען, יא ער קען!!!!!!!!!!!!

שכוח

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג מאי 29, 2008 12:30 pm

ערשט יעצט אנגעקומען צו לעזן

דיס איז עי מעסטער פיעס

שאצל דו גייסט אויף די גוטע טרעק

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג מאי 29, 2008 2:35 pm

צייטליך האט געשריבן:צו א זינגער האט אויך א סדר היום וועל איך דיר שוין ענטפערען א צווייט מאל. פאר יעצט האב איך געוואלט זאגן גאר א צווייטע זאך.

רבותי אידן! וויסן זאלט איר, דער ניק שאץ מאץ האט אויך א סדר היום! יא! ער האט א אויסגערעכנטער סדר היום מיט וואס ער פילט אן זיין צייט, מיין צייט און אייער צייט.



אט אזוי! די האסט עס גוט ארויס, דאס איז "שאץ מאץ" מיט זיין סדר היום,
זיין סדר היום איז, צו באטראכטן יעדנ'ס סדר היום...
ועוד חזון....

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מאי 29, 2008 3:21 pm

ביי יעדע קאטעגאריע מענטש וואס דו באשרייבסט, בין איך פעסט איבערצייגט אז דאס איז דיין פראפעסיע. איין טאג ביסטו מיר געווען אין געדאנק א ווישעווע רבי'לע מיט קעצי גלעזער און א האלב פאר'חומל'טן כאלעטל, דעם אנדערן טאג ביסטו מיר אקעגנגעשפרינגן אין פאנטאזיע ווי א געלערנטער בעל תפילה א זקן ורגיל וזקנו ארוך ומגודל יורד על פי מדותיו, ווידער דעם דריטן טאג ביסטו מיר א זינגער געווארן, מיט א שטאפן היט און קורץ רעקל וואס טוט אן א שטריימל ביי יעדע פערטע חתונה ווייל עס איז פונקט אויסגעפאלן צו זיין זיין רביעי ברביעי אפגערוקט איינס.

אומגלויבליך די כוחות פון איין שרייבערל!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מאי 29, 2008 4:23 pm

כ'וועל מאכן א 'גאמאנימיצארעף' סטייל שכוח, ווייל כ'בין שוין זייער שפעיט, און יעדער האצעך שוין באדאנקט!

אבער דו שרייבסט וועגן דעם מחותן א מוחל געווארענער, וואס האצעך לעצטענס מוחל געווען די עבירות, האסטעמעך דערמאנט א מעשה נורה וקדוש שמו, איינער (כ'זאג נישט ווער,) איז אמאל געקומען דאווענען שחרית, ס'שוין געווען אביסעלע נאך 12:00, קומט צו לויפן א 'מוחל געווארענער' יוד, ער הייבט אן שרייען, "האלאו די באנדיט! אזוי שפעיט דאווענטמען?".

וואס טוט א 'מאנטשיק'? ער עפנצעך דאס פיסקל, און הייבט אן, "האלאו די בעל תשובה! האסטמעך נישט מיטגענומען ווען דו האסט געזינדיגט, נעמעך נישט מיט ווען דו טוסט תשובה!".

די רעסט אוו איט איז היסטערי.

שאצי, נאכאמאל, א ריזיגע שכוח, מיר ווארטן אויף נאך, און אויב ביי דיין נעקסטע ארטיקל וועלעך זיין פון די ערשטע שכוח ווארפערס וועלעך מער מעריך זיין. וויכי.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג מאי 29, 2008 5:42 pm

זאג נאר, דו ביסט א זינגער? אויש איז דאס גוט צולייגט!
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג מאי 29, 2008 9:14 pm

וויכי, דיין ווערטל איז ריזיג.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג יוני 02, 2008 3:38 pm

שאציל, איך הב עס היינט ערשט געענדיגט ליינען, איינס אין די וועלט! (איי איך האב דאס געזאגט אויף דיין לעצטע ארטיקעל? אבער דאס מאל מיין איך עס ערענסט!) יישר כח פארן מהנה זיין מיט אזא געשמאקע ארטיקעל.

ביי דע וועי, איך האב אן עצה אז דו זאלסט באשרייבען שבת'דיגע און יום טוב'דיגע זמירות (אויף די זטייל וואס דו האסט באשריבען די שאץ).
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מאנטאג יוני 02, 2008 8:01 pm

שאץ א גרינעם
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג יוני 03, 2008 2:01 pm

שוין אפגעפרינט, שוין דורכגעליינט, נו, וואס ווייטער? אה יא געבן גאזעלין פאר שאצי.

שאצי, האסט מיך מחי' געווען מיט אלע דיינע אויסדרוקן, מיט אלע דיינע בליצן, מיט אלע דיינע געדאנקן.

טענק יו.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג אוקטובער 22, 2010 12:57 pm

דורך געשמאקער אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 2:55 pm

שאצי ! די ווילסט מיר זאגען אז די האסט דאס געשריבען פאר איבער צוויי יאר צירוק און איך האב דאס ערשט איצטערט געזען?


וואאאי וואאאי איז דאס אן ארטיקעל, מעכטיג

די שאלה איז צי איך האב עס געמעיגט יעצט ליינען אין די דריי וואכען

Help stop the desecration of Jewish graves in Israel"http://www.FromNYtoDC.com
געשמאקער
שר חמישים ומאתים
הודעות: 330
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג אוקטובער 22, 2010 2:42 pm

שכח געשמאקער פארן ארויף ברענגן, און אוואדי יישר כח פארן שרייבער זעלבסט כ'האב נאכניש געהאט געליינט די אונטערסאנטע ארטיקל. איין זאך האביך יא געוואלט צולייגן די שרייבסט ביים סוף וועגן די הויכע מוזיק מיך באדערט עס אויך זייער שטארק מען קען נישט רעדן די אויער זעצט, כ'האב קיינמאל נישט פארשאנען די שפילער'ס ער האט זיך גרויסע שטאפער'ס און מיינע אויערן לאט ער צוזעצט ווערן, ביז איינמאל האביך געהערט ביי אזא חתונה ווי די בחורים שמועסן אז די ספיקער'ס טויגן נישט............ מע'קעניש אזוי טאנצן!

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג נובעמבער 13, 2016 10:24 pm

מאשקע האט געשריבן:שאצקאמער, וואס דיר פאלט נישט ביי... דו צענעמסט אן ענין אויף פיץ שפיצלעך און דו מאכסט מטעמים דערפון.

און דיינע זיסע מליצות זענען א סוגיא פאר זיך. מ'זעהט אז דו ביזט א געלערנטער.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 1:05 am

שכוח פארן אויפברענגען, דער שאצל ווי מער מען ברענגט אויף פון אים אלס מער זע איך וואס מיר דערלייגן יעדען טאג

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 10:44 am

איך האב פארשטאנען דו גאנצע ארטיקל חוץ
שאץ מאץ האט געשריבן:מוז ער גיין קויפן יעדע נייע טעיפ,

וואסערע סארט טעיפ? סקאטש טעיפ, מעסקינג... אבער וואס האט דאס מיט נייע ניגונים?

דער אמת איז אז דער שאץ'ל איז דעמאלט נאך געווען א יונגאטש, יאך בין נייגעריג וואס דער היינטיגע ר' שאץ האט צו זאגן.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 5:41 pm

וואס איך זאג היינט?....

איך וואלט היינט איבער געמאכט דעם ארטיקל פון אויבן אראפ,
קודם סדר היום פון א "זינגער" דאס ווארט זינגער וואלט אראפ.....
זיי זענען שרייער'ס....., ווער זינגט דען?, רוב עולם שרייט, מ'בילט, מ'מאכט משוגע דעם המון עם....
אוי וואלט איך אנדערשט געשריבן היינטיגע טעג.....
איך קוק ווי אין 6 - 7 יאר האט זיך אזויפיל זאכן געטוישט.....

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 5:56 pm

שכח ר׳ שאץ. פיינע נייעס
א פשוטע איד.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: סיז מסודר, פיק ניק און 8 געסט