מיין רחמנות אויף טראמפ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:00 pm

ס'האט זיך מיר נעכטן פאר א רגע אריינגעכאפט אזא קליין שפענדל רחמנות אויף דעם טראמפ און זיינע שטיצער..

קוק אן נעבאך; פארלוירן דעם פרעזידענסי, פארלוירן סענאט, פארלוירן טוויטער, פארלוירן פארלער, פארלוירן אלע קאורט קעיסעס, פארלוירן מיט די קאוויד ביל וויטאס, א שרעקליך בושה'דיגע אינסורעקשאן, אן אימפיעטשטמענט נומבער 2...

כ'מיין.. דער מענטש ליגט שוין צוקנאקט אויף דער ערד; זיינע שטיצער וואנדערן שוין ארום דעמאראליזירט; די פארטיי גענצליך צושפליטערט; די הויט איז שוין גענצליך אפגעשיילט; און מ'שינדט נאך ווייטער די רויע פלייש, מ'טרינקט נאך ווייטער דאס לעצט פארבליבענע טראפן בלוט, און מ'ציעט אים ווייטער ארויס צושטייטליך קישקע ביי קישקע, אדער ביי אדער.. האלאו, וויפיל די שיעור? לאטזעם שוין אפ!

דאן האביך מיר געגעבן א פריש אויף דעם זכרון...

זיך דערמאנט די טויזענטער טוויטס ווי ער האט דערנידערט און פארשעמט אויף א שרעקליך פערזענליכע ברוטאליטעט יעדן בר נש וואס האט זיך געוואגט מרמז זיין א קרום ווארט אויף אים.

זיך דערמאנט אין זיין פובליק סאדיסטיש לצנות'דיגע אימפערסינאציע פון א דיסעיבעלד נעבאכדיגער רעפארטער וואס האט זיך געוואגט אים פעקטשעקן אויף א 9/11 קאנספיראציע זיינער.

זיך דערמאנט אינעם טיפן ווייטאג אין וואס רוב לאנד האט זיך געפינען אין 2016 מיט זיין עלעקשאן, שפירנדיג פאראלאזירט אן קיין שום האפענונג, און שפירנדיג טיף בעוול'ט פונעם סיסטעם נאכן געווינען דעם פאפולערן וואוט מערהייט, און די ווייטאג דערויף מיט זיין אוועקמאכן זייערע שטימעס אלס אומלעגעטימע פאלשע שטימעס.

זיך דערמאנט זיין אויפהעצן א האלב לאנד מיטן דערנידערן דעם ערשטן שווארצן פרעזידענט מיטן געמיינער 'בירטער' קאנספיראציע על לא דבר, ועל לא עוול בכפו.

זיך דערמאנט זיין אויפהעצן א האלב פאלק מיטן באשמיצן זייער לעגאל ערוויילטער פרעזידענט מיט געמיינע "שפיאנאזש קריימס" בילבולים.

זיך דערמאנט זיין אפטיילן מיט רציחה טויזענטער קינדער פון זייערע מאמעס ביים גרעניץ, אן קיין שום געפיל פון רחמנות אדער סימפאטיע צו די מענטשליכע בריה.

זיך דערמאנט זיין פרואוו צו עלימינירן דער אמעריקאנער העלט קעיר סיסטעם "אבאמאקעיר" אלעס ווייל ס'טראגט דעם נאמען פון זיין פארגייער. נישט קימערנדיג זיך קיין כי הוא זה וויפיל מענטשן גייען ליידן די תוצאות.

זיך דערמאנט אין זיין עלימינירן די 'סעקיורעטי קלערענס' פון געוועזענע הויכראנגיקע אפישעלס פארן חטא פון ארויסרעדן קעגן אים.

זיך דערמאנט אין די ווילדע רופן זיינע פון "לאק היר אפ" אויף זיין פאליטישע קעגנער פארן חטא פון זיך וואגן לויפן קעגן אים.

זיך דערמאנט זיין צאפן דאס בלוט אירע מיטן ברענגען איר 'מאנס' באשולדיגער, וואס האט גארנישט מיט איר, און איר עפענטליך פארשעמען דערמיט בפני כל עם ועידה.

זיך דערמאנט אין זיין טראציגע נאמינאציעס פון די סופריעם קאורט ריכטער אן באטראכט נעמען קיין ברעקל אויף בייפארטיזענשיפ, נאכן וויסן קלאר דאס איז א געגנב'טע זיץ פון די באקריוונדע דעמאקראטן. ניטאמאל געשפירט פאר וויכטיג אנערקענען עטוואס זייער ווייטאג און זיך אראפזעצן פרובירן אויסהאמערן א פשרה, א מעגליך מעסיגע נאמיני. נאופס, נאדא.

זיך דערמאנט זיין פייערן מיט דערנידערונג יעדן קאבינעט מיטגליד, וואס איז נישט געגאנגען %100 אין שפאן, מיט א סאדיסטישע אויסגערעכנטקייט צו אינפליקטן ווי מער פארשעמונג מעגליך.

זיך דערמאנט אין זיין פרעשור אויף דרויסענדיגע גאווערמענטס צו עפענען דעמעדזשינג אויספארשונגען קעגן זיין פאליטישע קעגנער אזוי ארום אים פייניגן און צוגרונד לייגן זיין רעפיוטאציע, אלעס פארן חטא פון זיך וואגן לויפן קעגן אים.

זיך דערמאנט אינעם הארצלאזיגן מוסלומענער בען, ווי טויזענטער אומשולדיגע מוסלומענער האבן פון איין רגע אויפן צווייטן זיך דערזעהן געשטראנדעט אין לופטפעלדער איבער אמעריקא, פארן חטא פון זיין א צווייטע רעליגיע.

זיך דערמאנט אינעם דעפרעסטן מוד אין וואס מיליאנען מאכטלאזע אמעריקאנער זענען אויפגעשטאנען טעגליך מורא האבנדיג פארן נעקסטן מינוטיגע אויסברוך און אויפשפרינגענדיג מיט שרעק ביי יעדן טוויט זיינער.

זיך דערמאנט אין זיין פארשעמנדע ווילדע רעטאריק און קענסל קולטור שריט קעגן ספארטס שפילער וואס האבן זיך דערוואגט ניצן זייער פירסט אמענדמענט רייטס בנוגע אישו'ס וואס ווייטאגט זיי שטארק.

זיך דערמאנט אין זיין ווילדער חוזק מאכן פון זיין קעגנער זשאו ביידן פארן גיין מיט א מאסק, לאכענדיג נאכאנאנד דערפון. און אפלאכענדיג פונעם גאנצן קאראנעווירוס וואס האט געקאסט דאס לעבן פון הינדערטער טויזענטער אמעריקאנער ה"י.

זיך דערמאנט אין זיין שוידערליכע "פיין פיפל אויף ביידע זייטן", פארגלייכן די צד פון נאציס, ווייסע סופראמאסיסטן און מערדער צו די קאנטאר דעמאנסטרירער ביי וועמען זיי האבן געהארגעט א מיטגליד.

זיך דערמאנט אין זיין אויפהעצן זיינע 70 מיליאן שטיצער קעגן דעם לעגאל ערוויילטער פרעזידענט ביידן, מיטן ציל צו אים דעלאגאליטימעזירן ביי האלב לאנד, אלעס פארן אני ואפסי. דערנידערנדיג די 80 מיליאן וויילער אלס "אומלעגאל געפעלטשטע וויילער".

זיך דערמאנט אין זיין מיאוסע פארשעמונגען קעגן די רעפובליקאנע אפישאלס אין די אלע סטעיטס ווי ער האט פארלוירן, זיי באשולדיגענדיג אין "פארראט", איינשטעלנדיג זייער לעבן און דאס לעבן פון זייערע משפחות, פאר גארנישט און פאר נישט נעבאך.

זיך דערמאנט אין זיין אביוז אוו פאוער געשפרעך מיטן זשארזשיע וואלן איבערזיכטער, אים פרעשורנדיג מיט קרימינאלע קאנסעקווענצן אויב ער שטעלט זיך נישט זאפארט צו מיטן איבערדרייען דעם עלעקשאן לטובתו.

זיך דערמאנט אין זיין אויפהעצן און צוזאמשלעפן זיינע שטיצער קיין וואשינגטאן די. סי., זיי אנגעצינדן מיטן "מ'גיימיר מארשירן צום קאפיטעל און זיי גוט לאזן הערן" און דאן שיין צוגעשמייכלט אין אפראוול ווען זיינע טאפ געהילפן האבן גערופן צו ווייעלענס מיטן "לאמיר מאכן דעם טרייעל דורך מלחמה", און ווייטער געזיצן און געשמייכלט מיטהאלנדיג די נאכפאלגענדיגע טויטליכע קאפיטאל אינוואזיע. וכו' וכו' וכו' אאוו"וו.

און דאן האביך באשלאסן: נאופס!!! מ'גיימיר אויף דעם פארשוין נישט רחמנות האבן קיין כי הוא זה. ווער צוהאקט, צוזעצט, צוביסן און צו'מרה שחורה'ט פאר די פארבליבענע לעבנס יארן דיינע. זאל דאס זיין כאטש א קליין ביסעלע נחמה פאר די אלע טויזענטער און מיליאנען וועם דו האסט פארשעמט, דערנידערט, און געטשעפעט במשך די לעצטע 5 יאר.

ס'קומט זיך דיר ערליך %100.

און פאר זיינע שטיצער ווילעך זאגן: בארוהיגטס אייך, דאס איז דער סדר העולם, און דאס גייט שוין אן אין אמעריקא הינדערטער יארן; יעדע 4 אדער 8 יאר נעמט די צווייטע פארטיי איבער, און דאן פארקערט, וחוזר חלילה, ס'איז נישט עק וועלט! עטס וועטס עס דורכלעבן, גאראנטיערד.

נאר איין זאך גיבטס אבאכט, ווערטס נישט צעווילדעוועט פון א פארלוסט, און טוטס נישט קיינע נארישע שריט אלס רעזולטאט וואס קען אייך נאר קאסטן טייער.

די לעצטע פאר וואכן איז א פערפעקט עקזעמפל; נישט אנערקענען אן עלעקשאן, קלעימען נישט געשטויגענע פראוד, פרעשורן דאס איבערדרייען א לעגעטימע געווינער, דאס אלעס איז א רעסעפי פאר דיזעסטער!

קוקטס וואס וואלט געקענט זיין, קעגן וואס מען האט זיך אנגעברענגט בידים; עטץ העטס ווען געקענט ארויסקומען נאוועמבער 4 אנערקענען די עלעקשאן רעזולטס, ארבייטן אויף זשארזשיע, אנהאלטן דעם סענאט, און אזוי ווייטער געווינען דעם קאנגרעס אין 22' אא"וו דערמיט בלייבנדיג שיינע מכובדיגע יודן. האט עטץ אבער גענימען דעם קאנספיראציע ראוט, און דאס האט אייך געפירט אין באד אריין. אוט אוו פאוער גענצליך, צושאנד און צושפאט און אין א טיפע טיפע מרה שחורה ביי פילע פילע חסידים.

נעמטס ענק אין די הענט אריין, הייבטס אן ארבייטן אויף "פאליסיס" אנשטאטס אויף "פערסינאליטעטן", קיינער איז נישט אייער אפגאט/קעניג לעולמי עד, די וועלט רוקט זיך ווייטער און אלעס בלייבט לעבן. מיטן טוישן פאוקעס צו זאכליכע פראיאריטעטן וועט דאס גאנצע ענווייראמענט און דער גאנצער דיסקורס ווערן געטוישט הימל און ערד, נארמאל, ערוואקסן, און בעיקר פיל פיל רוהיגער.

בתקווה להבנה ולעתיד טוב. אייער פריינט: כאפצעם
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

התבודדות

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך התבודדות » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:03 pm

אריין אין היימישע קרעטשמע

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:04 pm

ועל כגון דא נאמר: נעבעך.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

מהיות טוב
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך מהיות טוב » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:05 pm

:cry: :cry: :cry: :cry:

אוועטאר
שפרינגען
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך שפרינגען » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:05 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

מאסיווע ארבעט כאפצעם!!!

פארצייטיש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך פארצייטיש » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:06 pm

@כאפצאם, געוואלדיג!
;l;p- ;l;p- ;l;p-

צביירושלים
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך צביירושלים » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:10 pm

ער האט נישט פארלורען.
מכל מלמדי השכלתי אין עבודת השם נישט אויפגעבן

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך IMBZ » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:12 pm

פארצייטיש האט געשריבן:@כאפצאם, געוואלדיג!
;l;p- ;l;p- ;l;p-

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך קארן » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:14 pm

אפטיילן קינדער פון זייערע עלטערן, דאס האט דער אבאמא איינגעפירט!!!

אוועטאר
אוראייניקל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5917
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:14 pm

האב איך געוואונדערט א רגע.. ווי קומט אזוינע רחמנות געפילן צו כאפצעם..

אבער נאכ'ן ליינען דעם המשך.. איז דער קעפל אזוי אמת ווי דער המשך...


ולעצם הענים האב איך בכלל נישט רחמנות אויף דעם שטאלצע גוי.. כ'האב רחמנות אויף אמעריקע!

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:16 pm

דו ביסט א מעסיוו שרייבער כאפצעם, איך בין עקסייטעד יעדע מאל איך זעה אז דו האסט געשריבען נאך א לאנגע תגובה/ארטיקל, על אף איך קען זאגען אז די איינציגסטע זאך וואס איך בין מסכים מיט דיר אין די תגובה איז די ספעלינג...

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:17 pm

!!!
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך זיסע פיש » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:18 pm

ביסט בעסער פון גיט :lol: ;l;p- ;l;p-
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.

אוועטאר
זייטיגע צוקוקער
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך זייטיגע צוקוקער » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:19 pm

אוראייניקל האט געשריבן:אבער נאכ'ן ליינען דעם המשך.. איז דער קעפל אזוי אמת ווי דער המשך...

;l;p-
-----
כאפצעם נאדיר
;l;p- ;l;p- ;l;p-
אפילו איך בין נישט איינשטומיג מיט יעדעס ווארט אבער גוט איז עס..
איך קוק צו פון די זייט
אז כ'האב וואס צוצולייגן ווארפיך אריין מיינע צוויי צענט

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:19 pm

נעווער עווער גיב אפ!

פון יעדן קען מען זיך לערנען.

אפילו מאיז טיף אין די אדמה "נעווער עווער גיב אפ!"
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך אידיש.טייפינג » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:24 pm

כאפצעם:
זייער פיין ארויסגעברענגט

פנימחדשות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך פנימחדשות » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:29 pm

כאפצעם האט געשריבן:זיך דערמאנט אינעם טיפן ווייטאג אין וואס רוב לאנד האט זיך געפינען אין 2016 מיט זיין עלעקשאן, שפירנדיג פאראלאזירט אן קיין שום האפענונג, און שפירנדיג טיף בעוול'ט פונעם סיסטעם נאכן געווינען דעם פאפולערן וואוט מערהייט, און די ווייטאג דערויף מיט זיין אוועקמאכן זייערע שטימעס אלס אומלעגעטימע פאלשע שטימעס.

זיך דערמאנט אינעם הארצלאזיגן מוסלומענער בען, ווי טויזענטער אומשולדיגע מוסלומענער האבן פון איין רגע אויפן צווייטן זיך דערזעהן געשטראנדעט אין לופטפעלדער איבער אמעריקא, פארן חטא פון זיין א צווייטע רעליגיע.

זיך דערמאנט אינעם דעפרעסטן מוד אין וואס מיליאנען מאכטלאזע אמעריקאנער זענען אויפגעשטאנען טעגליך מורא האבנדיג פארן נעקסטן מינוטיגע אויסברוך און אויפשפרינגענדיג מיט שרעק ביי יעדן טוויט זיינער.

אייער פריינט: כאפצעם

;l;p- פאר די גאנצע ארטיקל, און בעיקר פאר די ציטירטע שורות, וואס איז מסתמא ללמד על הכלל כולו יצא..

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13008
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:31 pm

ביזסט אן אייזערנער שרייבער כאפצעם!! (האסט עפעס געשריבן פאר'ן פארמעסט?)


אבער ווייסטעך...
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך בלינצע » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:32 pm

פון א שרייבערישע שטאנדפונקט: מאסיוו! @כאצפעם איז דע מען.

פאקטיש גערעדט: האלבע אמת און גאנצע שקרים.

פון א חבר'ס קוק ווינקל: דיין קאפ דארף זיך יעצט צו דרייען ווי א ראולעקאוסטער נאכן זיך דערמאנען אזויפיל זאכן....

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2491
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:36 pm

פאר יעדע "זיך דערמאנט" וואס דו ברענגסט, האב איך גראדע צוויי "זיך דערמאנט'ס" אויף זאכן וואס דו קענסט זיך סאם האו נישט דערמאנען.....
למשל דו ווייסט וואס איך האב געטראכט ביי 'זיך דערמאנט זיין אפטיילן מיט רציחה טויזענטער קינדער פון זייערע מאמעס'? טרעף צו...

און ווי נישט ווי, האט זיך ביי אסאך פעלער אויסגעפעלט אזא טראמפ אויפברויז, נאך יארן וואס עס האט געהערשט א וואן פארטיי לאנד. נאר וואס דען, על דאטפת אטפוך וסוף מטיפיך יטופון..

עניוועי, א שיינע ארבייט!

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:39 pm

חוץ וואס עס איז זייער גוט געשריבן, בין איך גראדע אויך מסכים אויף זייער אסאך נקודות, אבער דאס צונויפמיש פון זיינע ערגסטע שקאצערייען מיט נארישע מידיא געמאכטע סקאנדאלן ווייזט לענ''ד פארוואס אזעלכע מענטשן ווי כאפצעם האבן נישט קיין שאנס צו האבן השפעה אויף מענטשן אפי' אויב עס זענען דא עכטע סקאנדאלן.

חדשות
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:14 pm

נאר געלייענט דעם קעפל און... נתפעל געווארען פון די מדות טובות פון חברינו כאפצעם וואס נאך די אלע שטיק פון טראמפ האט ער נאך אלס רחמנות אויף עם. ממנו ילמדו

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:14 pm

א הערלישע הספד מר אויף מיסטער טראמפ, הגם איך אגרי נישט אויף עטליעסט האלב פון די מכלומרשטע עבירות אויב יא קענסטו טוישן די נעמען פון טראמפ צו אבאמא און זאגן די זעלביגע

אבער גוט אראפגענאגעלט, איטס טיים טו מאוו אן
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
א פוינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך א פוינט » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:16 pm

כאפצעם זייער שיין ארויסגעברענגט. כ'האב אויך געטראכט נעכטן - האבנדיג עטליכע ליידיגע מינוטן - צי מ'דארף שוינען טראמפ. אבער האסט זייער שיין ארויסגעברענגט "על דאטפת אטפוך, וסוף מטיפיך יטופון." די וועלט איז נישט קיין הפקר וועלט! אלעס קומט צוריק און מ'קען פאלן מאיגרא רמא לבירא עמיקתא!

אינטערסאנט אז האסט נישט ארויסגעברענגט זיין משוגעת פון צונעמען וואס ער פלעגט געבן מיט א ברייטקייט פאר אלע זיינע קעגנערס אדער פאר איינער וואס איז פלעין נישט געגאנגען מיט אים שפאן - וואס פלעגט מיר זייער שטארק באדערן אייביג, ביסט אין חדר אדער וואס?! אבער שוין לאמיר זעהן וויאזוי די נעקסטע וואך וועט אריבערגיין.
לעצט פאראכטן דורך א פוינט אום דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פאר אלע אייערע פּאומס - אידיש און לשון קודש - פארבינדט אייך אין אישי.
אדער אויף: ahpointe@gmail.com
צופרידענהייט גאראנטירט! בעז"ה.

באזעסען
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

Re: מיין רחמנות אויף טראמפ

תגובהדורך באזעסען » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:20 pm

פיינע נייעס!!!

דאס אראפרייסן דזשאן מקעין ועוד
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Clm, PetalBot און 12 געסט