אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

איך טראכט צו אנהייבן ברענגען אי''ה פאר די עולם אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות פון ארום די וועלט, בעיקר וועגן לענדער און אינטערסאנטע פלעצער.

הערות און הוספות וועלן אלץ נתקבל ווערן על הלב.

לאמיר אנהייבן, וועט מען זען וויאזוי עס וועט זיך אויסלאזן.
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

מיר ווארטן מיט שפאנונג...
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

סאן מארינאו 1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

מיט וועלן אנהייבן מיט א קליין פיצקל לענדל 'סאן מארינאו'.

דאס לענדל געפינט זיך אינמיטן איטאליע. יא, אינמיטן איטאליע, ארומגענומען פון אלע פיר זייטן מיט דאס לאנד איטאליע.
כמעט וואס עס זענען נישט פארהאן נאך אזעלכע לענדער אין די וועלט, אויסער לעסוטו וואס איז ארומגענומען דורך סאוט אפריקע פון אלע זייטן.

דאס לענדל איז פיצקל קליין, עס איז דאס פיפט קלענסטע לאנד אין די וועלט, און עס וואוינען דארט א נישטיגע דרייסיג טויזענט איינוואוינער.
דאס גאנצע לאנד געפינט זיך אויף די אפיניני בערג אין איטאליע, דעריבער איז די גאנצע לאנד זייער בערגיג.

דער לאנד שטאלצירט צו זיין דאס עלטסטע לאנד אין די וועלט וואס שטייט נאך היינט די זעלבע נאך אזויפיל יארן.
לויט זיי איז דאס לאנד געגרינדעט געווארן שוין אזוי פרי וואס דעם דריטן יאר הונדערט למספרם, דאס איז צוויי הונדערט נאכן חורבן בית המקדש.
געוויסע פארשער ווילן זאגן אז באמת איז עס ערשט געגרינדעט געווארן דעם ניינטן יאר הונדערט, איז עס נישט קלאר, אבער עס איז זיכער גאר א אלטע לאנד.
כמעט די גאנצע צייט איז דאס לאנד געווען זעלבסטשטענדיג, נאר געציילטע יארן דא און דארט איז עס געווארן איינגענומען, אבער עס האט שנעל צוריקבאקומען איר הערשאפט.
ווי אויך זענען די געזעצן נאך זייער אלטע און זיי פירן זיך נאך מיט אלטע טראדיציאנאלע געזעצן.

אפיציעל האט זיך דער לאנד אלע יארן פארופן אלץ א לאנד פון פרידן וואס זוכט נישט קיין מלחמות, א שטייגער ווי שווייץ (קוקט אויס אז זיי ווייסן אז זיי וועלן סייווי פארלירן...).
אבער היות זיי האבן עפעס זיך יא געוואלט באשיצן האבן זיי שוין אזוי פרי ווי טויזענט יאר צוריק אויפגעבויט א מעכטיגע פעסטונג אויפן שפיץ בארג טיטאנו.
דאס בארג טיטאנו איז דאס העכסטע שפיץ אינעם לאנד און ווערט אייגענטליך געזען פון איבעראל אינעם פיצל לאנד... דארט אויפן שפיץ פון וואו מען קען זען דאס גאנצע לאנד האבן זיי געבויט זייער ערשטע פעסטונג.
אין די קומענדיגע צוויי הונדערט יאר האבן זיי צוגעבויט נאך צוויי פעסטונגען צו באשיצן זייער לאנד פון פרעמדע אינוואדירער, און די אלע דריי שטייען נאך ביז היינט מיט גאנצן פראכט אין צענטער פון לאנד, און איז טאקע דאס שטאלץ און סימבאל פונעם לאנד, און פון די איינציגסטע טוריזעם ערטער אינעם פיצקל לענדל.
זיי האבן געבויט שוין יארן צוריק א גאר פארגעשריטענע טשעירליפט ארויף צום פעסטונג וואס איז א פאפולערע טוריזעם אטראקציע.
יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

סאן מארינאו 2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

זייענדיג אזוי נאנט צו איטאליע וואס באקומט כמעט די מערסטע טוריסטן איבער די וועלט יערליך, איז עס אויך גאר א פאפולערע טוריזעם ארט ווען אסאך איטאליענע טוריסטן פאפען אויך אריין אין די דערנעבנדיגע סאן מאורינאו, כאטש עס איז בכלל נישט אזוי גרינג אנצוקומען אהין.
אזש דער קליינער לענדל ווערט פשוט פארפלייצט פון טוריסטן וואס קומען זען דעם וואונדער פון דעם לאנד בתוך לאנד און אירע פעסטונגען.
א קנאפע צוויי מיליאן טוריסטן קומען אהין יערליך! דאס איז איבער זעכציג מאל אזויפיל וויפיל מענטשן עס וואוינען דארט...

דאס לאנד איז נישט אין די אי יו, אבער האט אפענע גרעניצן מיט איטאליע, און איר גאנצע עקאנאמיע איז איינס מיט איר איינציגסטע מאמע שכן איטאליע.
אבער מיט דעם אלעם פארמאגן זיי יא אייגענע אמבאסאדארן איבער די וועלט און זיי ארבעטן אסאך אז מען זאל זיי אנערקענען אלס א אייגענע לאנד וואס האט א מיינונג און שטייט אויף די אייגענע פיס, אנדערש ווי די וואטיקאן וואס איז ממש איינס מיט איטאליע.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

זייער אינטערעסאנט. וועליכע מינע געזעצן האבן זיי פון יארן צוריק?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

sheetrock האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט. וועליכע מינע געזעצן האבן זיי פון יארן צוריק?

ס'נישט אזוי ווייט מאדנע געזעצן, נאר מער די סארט וועג וויאזוי די געריכטן פירן זיך וואס איז נאך געבויט אויף די אלטע רוימישע מהלך.
אמאל האבן עס כמעט אלע אייראפעאישע לענדער עס אנגענומען און זיך געפירט דערמיט, אבער היינט איז נאר דארט און אין סאוט אפריקע האלט מען עס נאך.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

אינטערעסאנט. קיפ אפ
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

היות מען דארף נישט זיגלען קיין פאספארט דארט אריינצוקומען, איז אויב וויל מען דוקא יא באקומען א זיגל אויפן פאספארט, ווי מאנכע זענען מקפיד כדי עס זאל בלייבן לזכרון עולם אז מען איז דארט געווען און אלץ הוכחה אויף יענע וועלט אז מען האט דא באזוכט... איז דערפאר נאר דא איין עצה, אז מען זאל קויפן א סטעמפ אינעם ארטיגן פאסט אפיס פאר פינף יורא און דאן באקומט מען דעם זיגל פונעם לאנד און מען גייט ארויס א געהאלפענער.


למעשה איז דאס לאנד נישט געווען אנערקענט פאר די ערשטע פיר הונדערט יאר דורך קיינעם. אייגענטליך, נישט מער ווי א איינצעלנעם מאן האט עס ערקלערט אלץ זיין לאנד אנטלויפענדיג פון די רוימישע אימפעריע וואס האבן אים נאכגעיאגט אלץ קריסט.
און בעצם, נאר אזוי איז עס בכלל געווען א זעלבסטשטענדיגע לאנד אין יענע יארן אין די צייט ווען רוים האט געקעניגט אויף רוב וועלט, נישט וויסנדיג אפילו אז אינטער זייער נאז איז דא א זעלבסט ערקלערטע לאנד וואס מען דארף איינעמען דורך א זשילעט אדער נעגל שניידער...
ערשט אין יאר זיבן הונדערט און פופציג למס' איז געווארן באקאנט איבער דאס לאנד, אבער עס האט נאך גענומען אסאך צייט ביז מען האט אנגעהויבן עס צו אנערקענען.

דעריבער נעמען מערערע פארשער אן אז עס איז נישט געווען קיין לאנד אין יענע יארן, ווייל אויב אזוי, איז אויב איך אנערקען מיין הויז אלץ מיין לאנד און איך זאג קיינעם נישט אויס, איז עס דען א לאנד??? אויב יא, הייב איך שוין אן צו מאלן א פאן פאר מיין לאנד און נאך אביסל ערקלער איך קריג קעגן אמעריקע... אדער אפשר קעגן מיין שכן וואס ערקלערט שוין אויך זיין הויז אלץ זיין לאנד...
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

יחיאל חילמאן האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט. וועליכע מינע געזעצן האבן זיי פון יארן צוריק?

ס'נישט אזוי ווייט מאדנע געזעצן, נאר מער די סארט וועג וויאזוי די געריכטן פירן זיך וואס איז נאך געבויט אויף די אלטע רוימישע מהלך.
אמאל האבן עס כמעט אלע אייראפעאישע לענדער עס אנגענומען און זיך געפירט דערמיט, אבער היינט איז נאר דארט און אין סאוט אפריקע האלט מען עס נאך.


ס'זעהט מיר אויס גאר אינטערסאנט דער אנעקדאט, אפשר מער באריכות וואס איז די אמאליגע סארט און וואס האט זיך געטוישט, און פארוואס פונקמט די צוויי לענדער זענען געבליבן מיט די אלטע.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

און פאשטייט זיך וועלן מיר זיך דא באדאנקן פון הארצן טיעפן פאר ידידנו הנכבד יחיאל פאר די גאר שיינע צוזאמענשריבונגען, קיפיראפ!!
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:און פאשטייט זיך וועלן מיר זיך דא באדאנקן פון הארצן טיעפן פאר ידידנו הנכבד יחיאל פאר די גאר שיינע צוזאמענשריבונגען, קיפיראפ!!
יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

דאס לאנד'ס גאסן, ווי מען זעט די בערגיגע אויסשטעל
original_san_marino_street.jpg
original_san_marino_street.jpg (87.89 KiB) געזען 1239 מאל


איינע פון די דריי פעסטונגען
one-fortresses-Guaita-city-San-Marino (1).jpg
one-fortresses-Guaita-city-San-Marino (1).jpg (54.18 KiB) געזען 1239 מאל


א וועג ארויף צום פעסטונג
original_san_marino_castle.jpg
original_san_marino_castle.jpg (84.18 KiB) געזען 1239 מאל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

זייער אינטערעסאנט און שיין באשריבן
קיפיראפ
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

זייער שיין און קלאר באשריבן
לעצט פארראכטן דורך נארמאליזעם אום פרייטאג דעצעמבער 25, 2020 11:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: סאן מארינאו 1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

יחיאל חילמאן האט געשריבן:דאס לענדל געפינט זיך אינמיטן איטאליע. יא, אינמיטן איטאליע, ארומגענומען פון אלע פיר זייטן מיט דאס לאנד איטאליע.
כמעט וואס עס זענען נישט פארהאן נאך אזעלכע לענדער אין די וועלט, אויסער לעסוטו וואס איז ארומגענומען דורך סאוט אפריקע פון אלע זייטן.

וואס איז מיט דער וואטיקאן?
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לייק!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

Nice!
!!THANK YOU BANAA#
יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

ליכטענשטיין 1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

און יעצט לאמיר רעדן איבער נאך א פיצקל אומבאקאנטע לענדל אין אייראפע, דאס איז די לאנד 'ליכטענשטיין'.
דער לאנד געפינט זיך צווישן שווייץ און עסטרייך, און איז בעיקר אנגעבינדן אין שווייץ.
עס איז דאס פערט קלענסטע לאנד אין אייראפע, נאך מאנאקאו וואטיקאן און דעם אויבנדערמאנטער סאן מארינאו.

די היסטאריע פונעם לאנד האט זיך אנגעהויבן מיט אכט הונדערט יאר צוריק דורך א פריצישע פאמיליע מיטן נאמען ליכטענשטיין וואס האט געהאט א גרויסן שטח לאנד אין עסטרייך, און האט מיט די יארן צוביסלעך אפגעקויפט נאך און נאך שטח ארום.
אין יאר תקס''ב איז עס געווארן אנערקענט אלץ א זעלבסטשטענדיגע לאנד און עס אנגעהאלטן פאר כמעט אלע יארן.
ביי ביידע מלחמות האבן זיי - אזויווי שווייץ - זיך ערקלערט נייטראל און אזוי אנגעהאלטן דאס לאנד פריי און גאנץ.


די הויפט אייגנארטיגקייט פון דער פיצקל פארווארפן לאנד איז דאס אז דאס לאנד פארמאגט נאך ביז היינט א קעניג – פרינץ.
אבער כאטש אז אסאך לענדער אין אייראפע האבן אזאנס און וויבאקאנט איז פאקטיש איז עס נאר א סימבאלישע און זיי האבן כמעט נישט קיין שום כוחות און רעכטן צו אריינרעדן אין די געזעצן און פירערשאפט פונעם לאנד, איז עס אבער דא אנדערש וואס דער פרינץ האט יא פילע כוחות און א שטארקע פירערשאפט אין לאנד.

אייגענטליך האט דער קעניג נישט געהאט אזויפיל כוחות אין די לעצטע יארן, אבער אין יאר תשס''ג האט דער פרינץ ארויפגעברענגט ביים פאלק צו שטימען אז ער זאל באקומען גרעסערע רעכטן, און ער האט געסטראשעט אז אויב מען וועט אים עס נישט געבן וועט ער אויפזאגן דאס גאנצע פרינצשאפט און עס מאכן פאר א געהעריגע לאנד ווי אלע לענדער, וויבאלד עס איז אים נישט אינטערסאנט דאס פרינץ שפיל, דעם טיטל אנעם מיטל...
און דאס לאנד האט טאקע געשטימט מיט א גרויסע מערהייט ווי ער האט פארלאנגט, ווילענדיג אנהאלטן די שטאלץ און היסטארישקייט פונעם לאנד מיט זייער טראדיציאנאלע ליכטענשטיין קעניגרייך ביים שפיץ.
און דאס לאנד איז טאקע די איינציגסטע אייראפעאישע לאנד ווי די קעניג האט היינט אזעלכע רעכטן.
יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

ליכטענשטיין 2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

דאס לאנד פארמאגט בכלל נישט קיין מיליטער, און ווי אויך פארמאגט עס נישט מער ווי הונדערט פינף און צוואנציג פאליציי לייט! און די פראצענט פון פארברעכן איז דראסטיש נידריג... (אז עס איז נישטא קיין פאליציי איז דאך נישטא ווער עס זאל אויספירן פארברעכענ'ס... למעשה זענען אלע לענדער דארט ארום זייער פארזיכערט ווי שווייץ און עסטרייך).

ליכטענשטיין איז איינס פון די רייכסטע לענדער אין די וועלט און האט די קלענסטע ראטע ארבעטסלאזיגקייט איבער אייראפע.
עס פארמאגט גאר רייכע קאמפעניס און רוב מענטשן זענען הויכע פארדינער, אבער די איינציגסטע ביליאנער אין לאנד, דער הויכגעשעצטע מאנארך, פארמאגט האלב פון די לאנד'ס רייכטום...
עס איז נישט קיין טייל פון די 'אי יו', אבער האט יא א אפענע האנדל אפמאך מיט אלע אייראפעאישע לענדער.
זיי נוצן די שווייצארישע פראנק פאר זייער וואלוטע.

דאס גאנצע לאנד געפינט זיך אין די אלפן בערג און איז דעריבער זייער בערגיג. די נידריגסטע פונקט איז איבער פופצן הונדערט פיס, און די העכסטע איז אכט א האלב טויזענט פיס.
דאס לאנד פארמאגט ניטאמאל קיין אייגענע לופטפעלד! אנצוקומען אהין נוצט מען דאס שווייצארישע לופטפעלד נעבן ציריך וואס איז בכלל נישט אזוי נאנט.
און דאס מאכט זיי טאקע פאר איינס פון די פינף איינציגסטע לענדער אין די וועלט וואס פארמאגן נישט קיין אייגענע לופטפעלד די אנדערע פיר זענען אויך קליינע לענדער אין אייראפע: סאן מארינאו, מאנאקא, אנדארע און די וואטיקאן.
למעשה אבער פעלט עס נישט צופיל אויס וויבאלד עס קומען אהין גאר ווייניג טוריסטן - די צווייט ווייניגסטע פון איבער גאנץ אייראפע!

דאס גאנצע לאנד איז גרויס א אכטל פון לאס אנזשעלעס!
עס איז אזוי קליין אז מען קען דורכגיין דאס גאנצע לאנד אין איין טאג!
און טאקע מיט א יאר צוריק האט די ארטיגע רעגירונג גענדיגט בויען א געשמאקע טרעיל וואס שניידט דורך דאס לאנד פון דעקל צו דעקל מיט עטליכע היסטארישע ערטער אינדערמיט.

עס וואוינען דארט נישט מער ווי זיבן און דרייסיג טויזענט מענטשן.
אין די הויפט שטאט וואדוז וואוינען אביסל מער ווי פינף טויזענט מענטשן... אבער עס איז טאקע נישט די גרעסטע שטאט אין לאנד, וויבאלד אין שאן וואוינט א באפעלקערונג מיט פינף הונדערט מענטשן מער ווי וואדוז...
יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

די הערליכע גאסן אינעם ריינעם מסודר'דיגן לאנד

18486.jpg
18486.jpg (136.3 KiB) געזען 867 מאל
יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

הערליכע פאנאראמישע בערג און שטעטלעך

18481.jpg
18481.jpg (196.07 KiB) געזען 866 מאל
יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

דער באן וואס פירט ארום די טוריסטן אין שטאט

shutterstock_502831507-768x513.jpg.optimal.jpg
shutterstock_502831507-768x513.jpg.optimal.jpg (124.78 KiB) געזען 866 מאל
יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

און יישר כח פאר אלע וואס האבן מיר באדאנקט. עס העלפט פאר ווייטער.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: סאן מארינאו 1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אהרן הלוי האט געשריבן:
יחיאל חילמאן האט געשריבן:דאס לענדל געפינט זיך אינמיטן איטאליע. יא, אינמיטן איטאליע, ארומגענומען פון אלע פיר זייטן מיט דאס לאנד איטאליע.
כמעט וואס עס זענען נישט פארהאן נאך אזעלכע לענדער אין די וועלט, אויסער לעסוטו וואס איז ארומגענומען דורך סאוט אפריקע פון אלע זייטן.

וואס איז מיט דער וואטיקאן?

און מאנסי?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

טורקמעניסטאן 1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

אלע האבן שוין אוודאי געהערט וועגן דאס לאנד נארט קאריע, בפרט נאך א פרעזידענט טערמין פון פרעזידענט טראמפ וואס דער לאנד איז אסאך געווען אויפן טיש און די נאמען נארט קאריע איז אסאך געווען אין די נייעס, און דורכדעם האט מען גערעדט דערפון און יעדער האט געהערט האר אויפשטעלנדע געשיכטעס איבער זייער דיקטאטורשאפט און טעראר אויף זייערע בירגער.
און בפרט איבער די קאפריזן און צודריישאפטן פונעם פירער און טעראריסט 'קים יאנג אן', וואס ברענגט צומאל צום לאכן אבער מער צום וויינען, עכ''פ פאר זיינע בירגער זיכער...

אבער ווייניג ווייסן איבער א לאנד וואס שטייט אין געוויסע זאכן נישט צופיל בעסער פון נארט קאריע, א רעלאטיוו אומבאקאנטע לאנד אין אזיע, און דאס איז דאס לאנד 'טורקמעניסטאן'.
לאמיר אביסל זען וואס טוט זיך אין דעם איזולירטן לאנד, און וואספארא משוגעת'ן און אינטערדריקונג האבן זיי צו פארקויפן, און זען מיט וואס זענען זיי בעסער פון נארט קאריע און צו זיי שטייגן נישט איבער מיט עטליכע מעלות...

און צום ערשט לאמיר זען די טריקענע פאקטן איבער טורקמעניסטאן.

ווי זייער ''לעצטע נאמען 'סטאן' צייגט שוין געפינט זיך דער לאנד טאקע צווישן אוזשבעקיסטאן אפגאניסטאן קאזאקסטאן און איראן.
די שטח ווי עס געפינט זיך היינט טורקמעניסטאן פארמאגט א גאר רייכע היסטאריע פון טויזנטער יארן, און ביז היינט קען מען עס זען אין פארעם פון מערערע ארכיאלאגישע גראבונגען איבערן לאנד.
טורקמעניסטאן איז געווען פאר לאנגע יארן אינטער די סאוויעטישע פארבאנד, אבער אזויווי אלע לענדער האט עס באקומען זעלבסטשטענדיגקייט אין יאר תשנ''א.

עס וואוינען דארט בערך זעקס מיליאן מענטשן, רוב דערפון זענען מוסלעמענער.
עס איז א גאנץ גרויסע לאנד, און מיט אזוי ווייניג מענטשן איז עס פון די צען ליידיגסטע לענדער איבער די וועלט.
אבער טראץ איר גרויס איז רוב שטח פונעם לאנד אומנוצבאר, וויבאלד אכציג פראצענט לאנד איז א טייל פונעם ריזן קאראקום מדבר.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”