סדר היום פון קליינעם רב - רבי'לע / סעריע פון טאג בוך -שאץמאץ

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

סדר היום פון קליינעם רב - רבי'לע / סעריע פון טאג בוך -שאץמאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

פארווארט
מיר ווילן קלאר מאכן אינעם פאלגענדן ארטיקל ווילן מיר נישט קיינעם באליידיגן אדער מיינען איינעם פערזענדליך, אדרבה די קליינע רבנים- רבי’לעך-בנשק'לעך זענען טייער און חשוב ביי יעדן איינעם, אבער א פערזענדליכע מיינונג האבן מיר יא איבער די וואס האלטן אז זיי האבן א צוואה פון זייערע אבות הק' אז צו ארבעטן פאר פרנסה איז ביהרוג ואל יעבור,

אדרבה וואויל זענען די בנשק'לעך, שיינע אידן, רבנים, וכו' וואס טוען עפעס פאר פרנסה בדרך כבוד ווי כשרות, הרבצת התורה, מגי' זיין ספרים, לערנען פריוואט ועוד, וואס דאן אויב די פרנסה איז נישט מספיק גענוג, איז נישט פארהאן קיין גרעסערע מצוה ווי צו העלפן אט די אידן מיט זייערע זכות אבות, אבער!!!! די וואס ווילן דאס נישט אייזעהן, און האלטן אז דער ציבור זאל זיך אנשטרנגען... זאלן ביטע ליינען זייער אייגענעם סדר היום און זעהן וואסארא פנים זיי טראגן.... אולי ואולי....

סתם צו הרג'נען דעם טאג?
ווענט זיך ווינטער צו זומער....
וואס הייסט? פשוט, ווינטער איז נישט קיין פראבלעם, מ'גייט דאווענען צופרו 9'נע 10'נע 11'ע, מ'קומט אהיים מ'עסט פת שחרית ביז 1'ע - 2'ע, און מ'לאנדט זיך אן אביסל, דרך אגב א רבי עסט נישט און שלאפט נישט און רעגט זיך נישט און פארט נישט אויף וויקעישאן, נאר דאס האט אזא אנדער מין נאמען וואס געט א אנדער קאליר דער רבי איז טועם דער רבי לאנט זיך אן און דער רבי איז שטארק מקפיד אויף יענעם און דער רבי לאזט זיך ארויס אויף מנוחת הנפש...

בקיצור מ'שטייט אויף 4'ע, מ'עסט פרישע אפגעוואשענע טרויבן, מ'קוקט איבער די פאסט, מ'ערלעדיגט 2-3 זאכן, און מ'מוז גיין צו מנחה מעריב, ווערט דאך שוין 6'ע 7'נע וואס נאך אביסל קען מען שוין לויפן אויף שמחות,
דאס איז ווינטער, אבער זומער דארט איז די פראבלעם גרויס ווייל מ'שטייט אויף פונעם שינת צהרים 4'ע - 5'ע און יעצט? וואס? הא? ביז מנחה אידאך דא א גוטע 4 שעה געוואלד וואס טוט מען דא?... תיקו

2 חדשים פאר די יערליכע מלוה מלכה מאכט מען שוין די נויטיגע הכנות, ווי דער מעלינג, גאסט רעדנער, די בילקעס, פיש, קוגל, דער לעילו נשמת וכו' וכו', וואס דאס אליין קאווערט אביסל אנצופילן דעם סדר היום,
אונזער רבי’לע האט אויך א ברייטע ידוע און כל העולם כולו און עולם החרדי, והא ראי' ווייל שטייינדיג ביי כתר קלאדינג זאגט ער פארן מעסטער זיינעם וואס מעסט אם אן א נייע בעקיטשע, אז ער זאל אים געבן פון די בלויע גאלדענע מוסטער אזאנס ווי דער חלמוני רבי פון אשדוד טראגט, פון וואנעט ווייסער? אלא מאי ער האט דאס געזעהן אין..... כל העולם

צופרו ביי שחרית טרעפט ער אפאר באקאנטע, פראבירט מאכן עטוואס געשעפטן, נישט חלילה אז ער איז א ביזנעס מאן, החושד בכשרים לוקה בגופו, נאר מ'דארף דאך טון עפעס פאר פרנסה, שארט מען זיך צו, צו די געלט האבער'ס, און מ'זאגט נאך א גוט ווארט אויף די סדרה מעניני דיומא פון זיידן זיכרוינעבראכע, כדי דער קאנעקשאן מיטן עושר זאל ווערן שטערקער, אזוי אז ביים מלוה מלכה זאל אריין רעגענען עפעס,

ביים אהיים גיין פון שחרית, זעהט מען בחוש אונזער רבי’לע האט מזל, ווייל ס'האט ממש יעצט אנגעהויבן צו רעגן'ען און נאר ער האט א שורעם ביי די האנט אבער א ברייטס!
די געמוטליכע טריט צוגיסט א רואיגקייט אויף אלע דורכגייער, שאקלנדיג מיט קאפ א גוטן (מארגן אדער טאג) אזוי זייטיג האלב שיף מיט א ענוות חן,
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

דער מענוי אויף פרישטאג, איז פארשינדארטיג מאנכע האבן ליב בלויז אביסל פארהארטעוועטע ברויט בלע"ז טאסט, מאנכע האבן דוקא ליב א שלימה א ראל בלע"ז, כדי צו קענען שניידן מיט א מעסער כהלכת בציעת הפת, אויפן ברויט לייגט מען געווענדליך פיטער אבער מנהג אבותינו צו עסן ביי יעדע סעודה פיש, קען מען יוצא זיי מיט טונא אדער לאקס אדער אפי' ווייט פיש, דאנארשטאג פרייטאג און זונטאג עסט מען ממאכלי שבת - ביינער פיש,

פארן שינת צהרים נעמט מען די לעצטערע מעשה ביכלעך הנקרא ספרים כמו שיח זקנים, זקנים אתבונן, אבות אבותינו, ממעשיות צדיקים, א ווינדער זיי האבן אזא ברייטע ידוע אין סיפורי צדיקים?,
נאכן שינת צהרים מאכט מען די פיאות שיין, פשוט אלס זה קלי ואנוהו, אבער כקפידת דעם זיידע זיכרוינעבראכע וואס פלעגט צו האלטן די פיאות דווקא איבער די גלעזער ס'זאל זיין אילעה גבר עפ"י קבלה,

נאך מנחה מעריב (ווינטער) רופן מען אן א באקאנטע אדער א חתונה געהאטע זון, און מ'שמיסט אפ דעם סדר הלילה וועלכע שמחות מ'דארף גיין ער זאל קומען באגלייטן, מ'שמיסט אפ אויף 9:30 ביי ויואל משה, רבי’לע קומט אריין צו די חתונה פון זיין מנחה מעריב מתפלל יענקל גרינצווייג, פון אונטער אים זיין זון אדער א אלטן בחור אדער גאר א בחור פון חוש אבי נישט אליין, מ'קומט אריין און זאחל דער באגלייטער נעמט אראפ דעם רעדשעוואלקע און האלט דאס אויפן ארעם, אינטרעסאנט אינדערהיים קען דער רעדשוולאקע הענגען געהעריג אויף א הענגער אבער דא מוז ער ליגן אויפן ארעם פונעם באגלייטער,
מ'זעצט זיך אויבן אן מ'באגריסט די אנוועזנדע מיט א הענט שאקלעריי און א שמייכל בשעת משעה מורמלט מען זיך עפעס אונטער, מ'הערט דאך סייווי נישט מיט די הויכע מוזיק, מ'איז אביסל טועם פון די ביינער פיש, מ'טרינקט לחיים, מ'כאפט א שטיקל שמיסל מיטן שכן אויבן אן אויך א בנש"ק מיט א אויסגעגעמקטע בארד,
נו? וויזוי גיי עס לעצטנס מיט די ישיבה? באכהאשעם וואס ס'שייך צו זאגן,
באמת זענען זיי די אויבן אן שמיסער'ס נישט פון איין חדר, אבער אז מ'דארף דאך עפעס רעדן טרעפט מען שוין א וועג הממצוע בין שניהם, אונזער רבי’לע פרעגט דעם שכן, זאג'טס נאר? איר פאר נישט אזוי אביסל אויף מנוחת הנפש? דער אנדערע ענפערט יא! איך פלאן נאך חמשה עשר צו פארן אויף טאראנטא נאך געלט, פון דארט וועל איך אפשר פארן קיין ענגלאנד דארט איז דא עפעס אזא מקום נישט ווייט פון וואסער (לייען ביטש) גאנץ א באקוועם מקום, מייין רעבעצן זאגן אז דארט איז ס'בעסטע, וכו' וכו' וכו', אזוי איז מען ממתיק סוד בארוכות כידוע לי"ח,

דאס טאנצן האלט שוין אינדערמיט, ער שיקט דעם זון דער באגלייטער זאל זאגן פארן זינגער זאל אנהייבן ובכן צדיקים, ווייל דער זיידע זיכרוינעבראכע פלעגט דאס דווקא צו זינגען ביים טאנצן, אבער דער זינגער ליידער וויל נישט זינגען ובכן צדיקים,
רבי’לע זאגט מילא דער זינגער? זיין טאטע איז נאך געוועהן אן עזות פנים פאר אונז, און כ'על דיר נאך זאגן בסוד ס'האט זיך אים נעבאך נישט גוט אויסגעלאזט, קום אים אן דער זינגער דארט, אויך מיר א נחת, זינגט מיר אזוי דא ביי חתונות נעבאך,
זוי וויזוי מ'הייבט זיך אויף מ'גייט צו צום רינג טאנצן מיטן חתן, מ'טאנצט מיטן חתן מיט די מחותנים, מ'ענדיגט, אבער דער מחותן פארשטייט נישט אויפן ווינק אז העיקר חסד מן הספר ער געט נישט ס'געלט אין האנט אריין...,
מ'זעצט זיך נאכאמאל אראפ אפשר יעצט וועט דער מחותן ברענגען די פאר דאלאר, אבער ווייזט אויס דער מחותן מערקט נישט, וואס טוט מען? רבי’לע סודות'ס זיך מיטן באגלייטער, מ'באשטומט אה יעצט איז גוט ער שטייט ליידיג דארט דער מחותן, לאמיר צו גיין זאגן א גוטע נאכט יעצט וועט ער זיכער געבן,
אומר ושותה מ'גייט צו געשפאנט מ'זאגט א גוטע נאכט מ'פארענפערט זיך כ'וואלט געבליבן נאך לענגער אבער הע הע נכככככ ס'איז דאך באכהעשעם קעניינעהארע פיל מיט שמחות היינט נאכט מ'האמיר נאך ווי צו גיין היינט, דער גוטמוטיגע מחותן ענפערט יא! אבי נאר אויף שמחות, א גוטע נאכט.... און...? גארנישט, ביסט א מבין דער מחותן פארשטייט נישט אויפן ווינק?
רבי’לע מיטן באגלייטער הייבן אן גיין צו די טיר שטאטערהייט ווי א פארסטראקטער איד ל"ע, אולי וועט דער מחותן נאך לויפן מיטן מתנת יד, רבי’לע פרעגט עטליכע מאל באגלייטער נא? דער מחותן קומט? אבער ב'לא מיט א אלף, ענדליך ביים ערשטן פיס איבערן שוועל קומט דער מחותן צו לויפן אזוי אום-עטיש אוי כ'האט אינגאנצן פארגעסן לייגט אריין די האנט אין טאש (אוי ס'איז בזיונות יעדער זעהט..) לייגט אריין אפאר 20'ערס מורמעלט עפעס מיט א האנט שאקלעריי און ויסוע מ'איז אינדרויסן... ווי זאגט דער פסוק? היכי דמי יסורים?....

שטייענדיג אין גאס פרעגט רבי’לע צום באגלייטער, זאג נאר די האסט דעם דבר יום ביומו? יא, ער נעמט ארויס דעם צוקנייטשטע דבר יום ביומו, ווי נאך קען מען גיין היינט? אה איך זעה ס'איז דא א חתונה אין קאנקארד, גרינפעלד מיט בערקאוויטש, ווער איז גרינפעלד? פרעגט דער רבי’לע, שטייט דא משה יצחק גרינפעלד ענפערט באגלייטער, אה! משה יצחק! כ'קען דאך אים פון ישיבה גיימיר אהין,

דא איז אבער די בילד גאר פארקערט, שוין ביים טיר פון זאל ווער רבי’לע אנטפאנגען דורך'ן מחותן מיט א ברייטן ברוך הבא, אה! אזא זכי' זיך אזוי אנגעשטרענגט צו קומען ממש לכבוד מיר? רבי'לע שמייכלט צוריק מיט א ענוות חן, גוטע פריינד קומען אומגערופן, באגלייטער גייט צום זינגער בעט ובכן צדיקים, און פאוואשע נישט? מ'זינגט ובכן צדיקים, רבי'לע טאנצט מיט התלהבות, אויגן ארויף קאפ שיף טאנצט בלויז אויף פארנט און דער חתן זאל בעקן א אגנצע צייט כמנהג אבותיו הק', באקומט גלייך דעם מתנת יד אן קיין רמזים, ממש א מחי', און מ'גייט אהיים זיך צולייגן צום מארגענדיגן סדר היום...

דאס איז... איין טאג, וואס טוט זיך מארגן?

ווי האט געזאגט דער קאצקער רבי? נאך אזא טאג ווילסטו ס'זאל נאך זיין נאך א טאג?....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שאץ, די ווערסטמער דא בעסער פון מינוט צו מינוט.

כ'ווילדערנאר זאגן, ס'אינטערעסירטמעך נישט וואס דער קאצקער זאגט, און כ'וויל קלאר הערן פון נאך א טאג.

יעצט העלעך גיין טועם זיין, אין זיך אנלאנען, ווייל באלד פארטמען שוין אויף מנוחת הנפש.

אויסגעצייכנט!!! וויכי.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
ככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככ (די חי"ת קנעפל צוברעכט זיך שוין)
כככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככ
כככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככ
כככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככ
כככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככ
ככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככ
ככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככ
ככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככ
כככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככ

אקעי גענוג געווען, בארואיג דיך, קום צום ווארט/תנאים ,
יותר -סאך מער- ממה שקרתי לפניכם, האט עס אויסגעפלאצט.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ברוך! האסט דיך זייער גוט אויסגעדריקט חחחחחחח ככככככככ
ווייל די שיינע אידן האבן זייער ליב דעם אות, נאך יעדער פאר ווערטער געבן זיי א צו מיט די נאז נחח נחחח
שטייטי א שיין ווארט נחחח, ס'קומט שוין ל"ג בעומר נחחח, וכו' וכו'
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

זייר שיין שאץ, דו שרייבסט מוראדיג, גיי ווייטער אן, א גרויסן שכוח.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

WOW WE
דאס איז א הערליכע ארבעט און פאכמאנישט צולייגט
קיפ איט אפ כארטיקלך ירבו בקרעשטמע
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך בין נאך אלץ אונטערן רושם פון WOW

דער שאץ-מאץ שטעלט זיך ארויס ווערט צו זיין אלע געלטער!!!

אזוי הערליך צו באשרייבן מיין סדר היום...

(ווען דער נאר וואלט נישט געווען מיינס, וואלט איך מיטגעלאכט)
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

וויאזוי האט נאר דער קאצקע-צוקער געזאגט? מיט אזא שרייבער, דארפסטו נאך האבן נאך שרייבערס?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אויסגעצייכנט! סופער סופער סופער! אזוי שיין, ווי וואנט מאר! ברענג נאל אפאר אזאנע, (אבער מאך אלעס אין איין לאנגע הודעה), גוט, געוואלדיג!!!!!!!!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שאצ'ל, ביוריפעל, כ'האב נישט אראפ גענומען ס'שמייכל מתחלה ועד סוף, האסט מיך אינמיטן ספירה, אזוי אריין גענומען אין א זאל, און כאמעך ממש געדארפט צושטאפן די אויערן, נישט נכשל צו ווערן מיט מיוזיק אין ספירה.

דו ביסט ריזיג.

א גרויסן שכוח, געב נישט אויף.
יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמח »

שכוח "שאצמאצ" די "שאצ"ט אפ גוט אזאך און די לייגסט און אלע אריין און יענעם'ס שיך.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יצמח האט געשריבן:שכוח "שאצמאצ" די "שאצ"ט אפ גוט אזאך און די לייגסט און אלע אריין און יענעם'ס שיך.
מאן יימר ס'איז יענעמס שיך,


קרעמער, איך בין נאך מסופק צו איך זאל רחמנות האבן אויף דיר, אויב דאס איז נעבעך דיין סדר החיים,

כ'האב שוין לאנג געהאט א חשד אז די געהערסט צו יענע קאלט, נאך ווען די האסט געשריגןן אין מקוה אז די בענדלעך פון די האלבע הויזן האבן זיך ציריסן, (דרך אגב אויף וועלכע זייט איז די הויזן צו האלבט? שתי או ערב?),

ווי זאגט קרעמער פון יעדע תגובה לייגט מען צו א שטריך אויפן שרייבערס פרופייל,
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שאץ;

דיין צווייטער איז בעלעס פונעם ערשטערן!!!

אוי האב איך געשמייכלט פון רבי מיטן באגלייטער כראנאליזם..........
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זיידעניו;

פון דיין לעצטע תגובה לייג איך צו א שטריך אויף שאץמאץ'ס פרופייל
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קרעמער האט געשריבן:זיידעניו;

פון דיין לעצטע תגובה לייג איך צו א שטריך אויף שאץמאץ'ס פרופייל


ווי זאגט קרעמער פון יעדע תגובה לייגט מען צו א שטריך אויפן "שרייבער'ס" פרופייל,
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דו ביסט א גאון אין שנעל טוישן ניקס (ודי לטשעפע)
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

יעצט הערש געליינט.

איך בין געלעגען אויף די פלאר פאר געלעכטער, אבער ליידער איז עס נישט קיין דזשאוק! עס איז איין שטיק אמת!

איך האב אלעמאל רחמנות געהאט אויף די רבישע קינדער, זיי מוזען דאך משוגע ווערן פאר ליידיג גיין.

שאץ מאץ א שכח פאר די געשמאקע ארבייט!
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

רבינו שאץ , מיר ווארטן שוין א יאר צייט אויפן המשך ...........
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

האהא.... דעס א גוטס.. שאץ'ל, די ביסט דאך געוואלדיג!! אזוי מין גוט צולייגט, וואס סטוט זיך דארטן בביתו נאווה קודש..... נישט פלעין... מארגן עלען הענגן ריזיגע גרויסע פאסטערס אין די גאסן "מודעה, ואזהרה!! וכו'..... ע"כ אותו כת ש"ץ מ"ץ הידועה לשמצה! אסור לאף אחד לשמוע אותו!! וכו'.... (קרעמער, כעל נישט מיינען ס'קומט פון דיר.....)
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

שאץ מאץ האט געשריבן:2 חדשים פאר די יערליכע מלוה מלכה מאכט מען שוין די נויטיגע הכנות, ווי דער מעלינג, גאסט רעדנער, די בילקעס, פיש, קוגל, דער לעילו נשמת וכו' וכו', וואס דאס אליין קאווערט אביסל אנצופילן דעם סדר היום,

אונעם ספר אביר הרועים שרייבט ער אז דער רבי האט געזאגט, די רבנים זענען זעקס חדשים פארנומען מיט צוגרייטען די רשימות צושיקען איינלאדענונגען פאר די מלוה מלכה, און די אנדערע זעקס זענען זיי פארנומען, צו איבער גייען די רשימות, זעהן ווער עס איז נישט געקומען צו די מלוה מלכה.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

ייש"כ פארן ארויפשלעפן.

פאר די פאר געציילטע תמימים וואס ווייסן נישט וויל איך זאגן אז דא שטייט נישט קיין איין ווארט גוזמא! ביודעי ובמכירי קאמינא...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

נאך נישט געזען דאס. גאר פרייליכע נייעס דער עסיי...
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

מילכיגער האט געשריבן:ייש"כ פארן ארויפשלעפן.

פאר די פאר געציילטע תמימים וואס ווייסן נישט וויל איך זאגן אז דא שטייט נישט קיין איין ווארט גוזמא! ביודעי ובמכירי קאמינא...

קיינער מיינט נישט.

[און דלאניע איז אנדריש פארשטייט זעך]
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

מושב לצים כאן?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”