בלאט 1 פון 1

פון מיין טאג-בוך: "נערווענס-דעי"

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2008 7:29 pm
דורך שמערי בערי
איר וועט זיך געוויס הייבן די ברעמען מיט בייז-וואונדער, ס'ארא נייע אנשיקעניש איז דאס "נערווענס דעי"?.

איז לאמיר אייך עס מסביר זיין, טייערע פריינד מיינע, פון אנהייב.

און צום ערשט וועלן מיר, ווי אונזער שטייגער, עס אביסל מקרב זיין אל השכל בדרך משל, מיט די אזוי באקאנטע און באבערדלטע מעשה, פון דעם איד, נו, דעם מאשקע (נישט דוקא פון אונזער קרעטשמע), וואס איז געווען שולדיג דעם פריץ די שכירות פאר זיין ארענדע, און האט נעבעך נישט געהאט פון וואו צו באצאלן. און אין גרויס שרעק האט ער נישט געוואוסט וואס צו טאן, ביז איין טאג, ווען ער האט געהערט אז דער פריץ רישט זיך צו פארלאזן דעם שטעטל אויף א קורצע וויילע, האט ער אויסגעווארט אט דעם אזוי גליקליכן מאמענט, און ווי נאר דער פריץ האט ארויס געלאזט זיינע ערשטע טריטן, האט מאשקע געפאקט פעק, ויסעו....

אבער, א מעשה שטן האט זיך אים אונטערגערוקט, ווען דער פריץ האט זיך ווארשיינליך "פונקט" עפעס דערמאנט צוריק צו קומען, און ווי נאר ער קומט אן צוריק צום עק פונעם שטאט דערזעהט ער מאשקע מיטן גאנצן געזינדל אין וואגן, און מען פארט...

"וואס פארא געפארעכץ איז דאס"? פרעגט דער פריץ. "אה, מיר האבן היינט א יום טוב" פארענטפערט זיך מאשקע ווען זיינע צאן באכענען אריין איין אין די צווייטע. דער פריץ פוילט זיך נישט, נעמט ארויס זיין קאלענדער און קוקט אריין, און צוריק אויף מאשקע: "וואספארא חאגע איז דאס היינט?" פרעגט ער מיט אביסל א בייזליכע שטימע. "אה, פריץ לעבן, כ'האב דיר פארגעסן צו זאגן, היינט איז ביי אונז א יום טוב, ס'הייסט חג פלאלויטטתוינול", שוין, בארואיגט זיך דער פריץ אביסעלע, נעמט ארויס זיין בליי און שרייבט אריין דעם נאמען, "גוט מאשקע, אבער ווען דו קומסט צוריק, דאס גאנצע געלט!!!", א שמייס מיטן בייטש אויפן פערד, און דער פריץ איז שוין נישט דא.

דער פריצ'ל קומט אריין און שטאט, גייט אדורך דעם מארק, און די האר פון קאפ שטעלן זיך אים קאפויער. הלמאי? אידן ארבעטן אין זייער יאנטעוו?, גייטער צו צו שמערל'ען (נישט איך...) און געט אים א פרעג: וואס איז דאס א יום טוב ביי אייך היינט און איר ארבעט???, שמערל רייבט זיך די שטערן, טשעקט דעם פריצ'נס בלוט פרעשור צו ער איז נישט אנגעטרונקען, דער פריץ גייט אריין אין א כעס שרייענדיג: "וואס הייסט דו ווייסט נישט??. מאשקע האט מיר געזאגט דאס עס איז היינט א יאנטעף ביי אייך, וואסידאס געארבעטאכטץ"?, וועלכע יום טוב? פרעגט שמערל מיט נייגער, אה, דער פריץ נעמט ארויס זיין קאלענדער "חג פלייטאסייני!!", אה! צולאכט זיך שמערל גוטמוטיג, דער יום טוב איז נישט א יום טוב מיט א באשטימטע טאג, דער יום טוב געפאלט ביי אלעמען אן אנדערס מאל.... והפריץ נדחף לביתו שמח וטוב לב...

עד כאן המשל, לענינינו, איז דער נמשל "נערווענס דעי".

דאס קען מען נישט אזוי פשוט פארטייטשטן כפשוטו, דאס איז א לענגערע רעטאריק, ווען די נערוון צוציען זיך אויף די העכסטע סטרונעס, און דער טאג גייט פארביי ווען עפעס יעדער מיינט היינט מיר פערזענליך...

נערווענס דעי איז אויך א טאג וואס קומט אויס ביי אלעמען אן אנדערס מאל, א חאגע וואס קען געפאלן עטליכע מאל א יאר און אפילו גאר עטליכע מאל א וואך!, און זיין נאמען דער שרעקוועדיגער ווארט: "נערווענס דעי", דהיינו, אין דעם טאג גייט מיר אלעס אויף די נערוון, מרישא לסיפא!.

אבער דער יום טוב האט א שטיקל שייכות מיט אידישקייט אויך, דען זי איז א יו"ט וואס "יום הולך אחר הלילה", ווייל געווענליך געשעהט עס נאר נאך א געוויסע אויסערארדענטליכע נאכט וואס איז אדורך אויף מיר און אויף די אלע וואס ליידן אינאיינעם מיט מיר אויף דעם חאגע (אוי איז מיר חאגע אזא טאג!), וואס וויסנשאפטלער וואלטן עס שוין פונלאנג געדארפט אנרופן מיט איינע פון די גלאנציגע נעמען ווי עם. פי. פייוו. אדער עם. או. קעי. (MOK ר"ת מ'שוגע א'ויפן ק'אפ). איקעדוימע.

ווי האט זיך א חבר אמאל צו מיר אויסגערעדט: דו ווייסט, מיינע קינדער זענען נביאים!, אלעמאל ווען איך שלאף נישט ביינאכט זענען זיי די נעקסטע טאג שלעכט, פון וואו ווייסן זיי???

אזוי, אז ס'איז שוין א אידישע יו"ט אויך, דארף מען עס דאך פייערן מיט אלע פיטשעווקעס בדחילו ורחימו, (א שטייגער ווי מיר אלע געדענקען מאשקע מיט זיין עטליכע טאגיקע אנזעץ, פון וואס דער גאנצער קרעטשמע האט זיך באלעקט...), זענען מיר מקפיד דאס אויסצופירן בכל פרטי' ודקדוקי' און נישט אויסלאזן קיין שום פרט פון אזא הויכן טאג.

אבער אזוי אזא טאג איז דאך לאנג ווי דער גלות יאר, כידוע ליודעי חריין, קען מען נישט באשרייבן דעם גאנצן טאג אזוי על רעגעלער אחת, נאר געוויסע נקודות וואס ברויכן ארויס קומען על הנייר.

דאס לעצטער מאל וואס עס איז אויף מיר געפאלן דער יום טוב, האט זיך גראדע טאקע שוין אנגעהויבן פון דער נאכט אריין, ווען מיין צאן האט באקומען שמערצליכע ווייטאגן, און איך דארף אייך דאך נישט זאגן וואס דאס מיינט און וויאזוי דאס ווירקט אויפן שלאפן, אכלל, געדרייט פון רעכטס, צו לינקס, צו רעכטס, צו לינקס, צו לינקס, (כ'בין שוין צומישט...) אויסגעהערט גאנץ קול מבשר, קול נחום, און אלע קולי קולות אשר מפיהם אנו חיים ומתים, אלטע און נייע, דער עדוויל וואס איך האב גענומען האט בלויז געמאכט מאגן שמערצן, אבער נישט געדאגה'ט! דאס איז דאך א ישועה אין אזא לאנגע נאכט! געזיצן הכנות, אויסגעליינט אלע שבעה מדורי צייטונגען למגדול ועד קטן, שוין, ס'איז 5 אזייגער, כ'האב שוין מער נישט וואס צו זוכן אין בעט, צו וואס? סתם צו פארפאסן קרישמע?, שוין, קראצט מען זיך ארויס פון בעט, אריין אין אפיס אביסל ליינען נייעס, וויצלעך וואס טיצעך אין קרעטשמע, געענדיגט, ס'איז טאג, מ'גייט דאווענען.

נו, אבער נאכאלעם בין איך דאך היינט געקומען שפעט אין שול, און איך יאג מיר צו דר'ארבעט, איך לויף אריין אין מקוה מיט זריזות, אבער "פונקט" איז דארטן געשטאנען א משולח פון ערגעץ וואו נעבן פישפעקלאדיין, וועלכער איז בטבע געווען גאר א נערוועזער, און בפרט היינט אין נערווענס דעי (זעהט אויס אז ביי אים אויך היינט, אדער האט ער געקעטשט...) און איך, זייענדיג אין א פלינקן געיעג האב אים איידל א רוק געטאן זיך אדורך צו שטופן דעם אויף-צו-להכעיס- שמאלן קארידאר, און יוישששששש וואסערע קולות דארטן איז פארגעגאנגען, ווען דער איד רעדט ווערטער וואס איך און מיין טאטע און זיידע און באבע האבן קיינמאל געהערט, און שעלט מנה אחת אפים אויף זיין נישט גוטן מזל וואס ער'ט מיר באטראפן (דאס זעלבע ווי איך...), ענדליך קומט ער אויך אן צו די מקוה טיר, און דערזעהענדיג אז דאס איז די מקוה (און נישט א מנין וואו ער קען יעצט שנארן צוויי ניקלעך) איז זיין כעס נאך פיל מער ארויף אויף גראד נומער 105.

איך מאך מיר נישט צו טוהן, זעץ מיר אריין אין מקוה, צופעליג איז די וואסער געווען לוילעך, עככך.... אבער, אקעי, א הייסע שויער, גע'טובל'ט און ארויס.

אבער פונקט היינט האט עפעס א בחור'ל עטליכע וואכן נאך בר מצוה זיך צוגעשטעלט צום ברעטל, און מיט זיין זיס קוויטשעדיג קעל'כל מיר שיעור די נשמה ארויס גענומען, שוין, איך מוז זיין אין ארבעט, יעמור עלי בה, ביי אין כאלקינו כאפט מען אראפ דעם טלית, צאמגלייגט די תפלין, א לחיים? פארגעס! שוין שפעט!, געגאנגען אין ארבעט אריין, אויך מיין מזל.

אבער געב נאר א קוק, עפעס היינט האט זיך דער גאנצער עולם גענומען איבער מיינע ביינער!, די גאנצע גאס רייצט זיך עפעס היינט מיט מיין קאר... און הער נאר א חוצפה! אלע באס דרייווערס פארן היינט אזזזזזוווויייי נאנט צו מיר, וואס רייצן זיי זיך מיט מיר?? ניטאמאל קען איך זיי!!

איך פרוביר מיר צו פארהאלטן רואיג, כאטש איך האב נישט קיין פאסאדשירן אין קאר וועמען צו דערשרעקן, און דא שטיי איך יעצט ביי א טראפיק לייט, קוק! ס'איז דא דארטן א טשעקפוינט!, די הויזן ציטערן מיר! מיין בערזל האב איך נעכטן פארגעסן ביי מיין שוויגער, און מיינע לייסענס איז דארט! שוין, עס ווערט ב"ה גרין, נאך א מזל, מען טשעקט דאך נאר ביי רויט, און דא פאר מיר פארט עפעס א פר... און ציטערט ווי א פיש, ממילא קומט זי אן נאכן געל ווערן, און געט א היסטערישן קוויטש מיט די ברעיקס כמנהגם, אקעי, ב"ה דער ימח-טשעקפויניק איז יעצט נישט אויף דער זייט, גרין, געפארן!.

אבער זי פארט (=קריכט) נאך אין פארנט פון מיר (=אויף מיר, כלומר אויף מיינע נערווען), און ענדליך, פאר א גאס וואס איך דארף מיר איינדרייען זעה איך אז זי מאכט נישט קיין בלינקערס, עהעהעהעהנדליך אביסבעלע מנוחה, אבער ווי גארנישט! להכעיס א דריי רעכטס אין פארנט פון מיין נאז! אן די בלינקערס! חצופה....

צוויי גאסן שפעטער האבן מיר באגעגנט א פאליס אויף די אנדערע זייט גאס, און "אויטאמאטיש" איז די ספיד פון די קאר אין פארנט פון מיר אראפ צו אונטער פופצן, ווען מיינע נערווען לאזן זיך ארויס אין א פייערליכע קאדאטשקע, שוין, כמעט ביי מיין דעסטינאציע געט זי א ראול אריין אין די זייט, איך מאך ברוך שפטרני, שיעור מיט שם ומלכות.

דאס איז נערווענס דעי = די נערוון שפילן אויף די העכסטע טענער, און יעדער איינער מיינט מיר!...



יעצט לויף איך נאר פרעגן א פראגע פונעם דאיען, וויאזוי וואונטשט מען אין אזא טאג?

"העפי נערווענס דעי?", מען זאל זיין העפי? ווערן העפי? אז ס'זאל אדורך גיין בשלום?


דאס דערמאנט מיר גראדע א מעשה, אז מען האט געפרעגט א ליטווישן איד'ל פארוואס מען ליינט אין די פורים עטליכע פסוקים פון די מגילה מיט א איכה ניגון?

וואס הייסט? ענטפערט ער, פורים איז דאך א מצוה צו זיין בשמחה!

נו אויב אזוי פארוואס ליינט מען נישט די גאנצע מגילה מיטן איכה ניגון?

אה! דאס וועט שוין זיין הוללות....



לויט דעם קען מען ריכטיג וואונטשן "העפי נערווענס דעי", די נערוון און דער אנזעץ זאלן אזוי גוט גיין ביז צום פינטל פונעם אנזעץ!!!!

א פרייליכן תמיד!

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2008 8:42 pm
דורך יאנאש
שמערי, מיין טאג קען שוין היינט נישט אנגערופן ווערן מיטן אזוי באקאנטן נאמען 'נערווענס דעי' ווייל דו האסט מיר שוין געמאכט העפי פאר היינט.

יישר כח.

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2008 8:47 pm
דורך איך_הער
שמערי, האסטו אליינס איבער געקוקט ס'ארטיקל זיבן מאל? איך קענעס פלעין נישט גלייבן, אז זיבן חברה זאלן עס שוין האבן געקיקט און נישט מגיב געווען.

שמערי, הערליך, כ'האב גע'שמייכל'ט, וואסיז וואס רעגסטעדעך אזוי? ס'באדערטעך אז כ'לאך פון דיין נערווענס דעי? איינער מידעך לאכן, סידעך אן ענין צו לאכן פון יענעם'ס צרות, עפעס געדענקעך אז מ'קומט אפ דערמיט אסאך.

עניוועי, א גרויסן שכוח, פארן אפשרייבן דיינע שוועריגקייטן, אבער לויט ווי אזוי כ'נעם ארויס פון דיינע ווערטער, וואלסטו ווען געקענט באשרייבן א גוטן טאג אויך, נו, צו וואס ווארטן אויף א שלעכטן טאג, ווען מ'קען דאס זעלבע טוהן מיט א גוטן טאג? הא?

גיי אן.

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2008 10:32 pm
דורך שוועמל
איי איי איי זאפטיג, שמאלציג, בכלל ניש נערוועדיג..

אזא ארטיקל? פאסט גאר פאר די אמת'ע מאשקע!

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2008 10:38 pm
דורך קרעמער
הערליך שמערליך (מלשון שמערצליך, נאר אן די צדיק, ווייל ביי א צדיק איז נישטא קיין שמערצן, ער איז אלעס מקבל באהבה ודו"ק) שמערי בערי. דיין ארטיקל און אירע מליצות דערמאנט מיר באיזה אופן פון זיידעניו, נעם עס אן אלס א קאמפלימענט ביטע.

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 12:10 am
דורך מאשקע
העי בערצי, העפפי שמערי'ס דעי. קען מען האלטן דריי טעג דעם נערוונס דעי משום ספיקא דיונה?

דיינע מליצות היינט האבן מיך ממש ארויסגענומען פון די כלים מקוה. אזאנס און אזעלכס, ממש צום באפלעקן! יעדעס ווארט איז גרינ-גאלד (נישט פארמישן מיט גאלדעס-גרין). יעדעס שורה איז מוזיק מיט וואש ונויפעסט תופים. יעדעס מליצה איז ממש געוואלדיג.

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 9:44 am
דורך וואס
אייזן שמערי, ממש פון גאלדענע נערוון געגאסן, שוין לאנג נישט געלייענט אזא גוטס.

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 10:13 am
דורך איזאק
אינטערעסאנט, דער נאמען שמערי-בערי האט זיך מיר אלץ אראפגעשטעלט פאר א פערזאן וואס שמייכעלט תמיד, אלץ לוסטיג און לעבעדיג.
דא ווער איך גאר געוואר אז ער קען זיין נערוועז אויך, וואו, דיין ארטיקל איז סמעטענע (וואס ? נאך דא אזא באגריף ?...) סחורה, כאמיך באלעקט דערמיט.

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 1:59 pm
דורך ברוך
א שאד, א שאד, יא א שאד, עס איז שווער, זייער שווער, זיך אליינס אויסצופראקן, יא, קיינעם שמעקט עס נישט,
פארוואס פאר א שווארצע קאפל זאל יענער, ווער??? נו וואסאחילוק, וויסן וואס עס טוט זיך ביי דיר?

אן אראפצוגעבן וויזוי מיין טאג האט אויסגעקוקט אינעם נעכטיגן יום המעונן, איך ווייס נאכנישט אויב מען קען עס אנרופן טאג, זייער נערווענס דעי,
אדער ווי אנדערע רופן עס בלשון חיבה, אנגעזעצט, דעפרעסט וכל שם דחניכא ליה, פשוט ווייל איך קען עס פשוט נישט אראפלייגן,

אבער א שאד א שאד, ווען איך לעז ווען נעכטן דעם ארטיקל , גלייב איך אז עס וואלט זיך ספאנטאן געטוישט. אבער יעצט קען מען עס ארויספרינטן (יאנאש, ביסט מסכים?)
און עס אריינלייגן אינעם גלא"ף קאמפארטמענט, און אויב איין טאג וועט עס פאסירן, עס זאל נישט, אבער מען קען דאך נישט וויסן, און מען שטייט אויף צופרי און דער יצר, איך זאג נישט וועלכע,
וועט מיר געבן א ברים אריין, היינט איז מען אנגעזעצט, וועל איך מיך נישט זוימען, נאר מיט א שממיכל ארויסלויפן צום סמארט קאר/יוקאן און מיטן רעמאוט עס אויפשפארן,
עפענען דעם גלאף קאמפארטמענט, אוועק ריקן די זוהן גלעזער, לייגן און א זייט די אינשארענס רעגוסטרעישן, אויפזוכן דעם צעטל, און אים געבן א שריי,
קוק וואס עס קען נאך ארויס קומען, אזא זיסע ארטיקל, סא לאמיך אפ אבער שוין........

אקעי....יעצט איז שוין בעסער. שכוח........

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 2:51 pm
דורך וויכטיג מאכער
אה! יעצט ווייסעך שוין, ס'הייבצעך נישט אן, דער פגר וואס האט געדארפט דיין קאר, איז גאר קיין פגר נישט געווען, ס'פשוט געוועין נערוועס דעי,

שמערי, דיינע מליצות, זיך צו באלעקן,

אבער כ'מוז עגריען מיט איכער,

איך_הער האט געשריבן:אבער לויט ווי אזוי כ'נעם ארויס פון דיינע ווערטער, וואלסטו ווען געקענט באשרייבן א גוטן טאג אויך, נו, צו וואס ווארטן אויף א שלעכטן טאג, ווען מ'קען דאס זעלבע טוהן מיט א גוטן טאג? הא?


דער עולם וואונטשצעך אז זאלסט האבן נאך אזא טאג, נו פרעגעך דיר, לוינצעכעס?

עניוועי, איך עגרי אויך מיט די לעצטע ווערטער פון איכער, "גיי אן",

וויכי.

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 3:31 pm
דורך 3x0
טענק יו ווערי מאטש מר. שמערי. דיינע ארטיקלן זענען זייער שיין, שכוח פארן אונז מהנה זיין פון צייט צו צייט.

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 3:43 pm
דורך קעכער
שכוח בערי, כ'האב זייער הנאה געהאט פונעם ביישרייבונג, ווי אויך די מעשה מיט די מאשקע, זייער שיין באשריבען.

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 4:28 pm
דורך וויכטיג מאכער
עי! פלעין פארגעסן,

שמערי, "העפי נערווענס דעי",

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 4:37 pm
דורך שאץ מאץ
אייגנטליך האט וויכטיג מאכער נישט געשריבן אזא מין טאג בוך ווי אלעס גייט מיטן קאפ אראפ? ער האט אינגאנצן נישט אויס געזעהן נערוונדיג אפשר גאר נאך מען גוט מוטיג

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 4:33 pm
דורך למעלה משבעים
איז היינט "נערווענס-דעי"?
איי איי געווען אמאל א שמערי כליפ כליפ......

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 5:45 pm
דורך שמערי בערי
איינער האט מיר אויפגעוועקט פון שלאף מיט'ן שיקן א לינק פרעגנדיג מיר צו ס'איז נערווענס דעי. ייש"כ ששיברת.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 5:47 pm
דורך זארג נישט
קוקט טאקע אויס אז ס'איז

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 4:35 am
דורך געשמאקער
העפי נערווענס דעי

יו פלאצען די מילצען פון זעכע מליצות

פיין געלאכט :lol:
 
שמערי! ס'צייט נאכאמאל זיך אויפציוועקען פין דיין טיפע כאונימאגעל שלאף
=k?%0

Re: פון מיין טאג-בוך: "נערווענס-דעי"

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2020 4:14 pm
דורך עכט נאריש
שמערי די ביסט דאך שוין זיכער דארט אויבן, די ביסט דאך פון די עלטערע אידן וואס זענען יא געגנגען און....
שוין זאל די ארטיקל זיין לע"נ און מיר זאלן שוין זוכה זיין צי מצאי יו"ט אינגיכן
העפי נערווענס דעי