אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

[align=center]תש"פ[/align]

אט די דריי אותיות ברענגען ארויף קאשמארן אויפן גענאק, נישט קיין חילוק צו וועלכע חסידות מ'אנגעהערט - אנטי עסקנים אדער רעפאבליקאנער - האבן די דריי ווערטער גאר א טיפער באדייט.

יעדער האט זיך מיטגענומען זיינע פערזענליכע זכרונות פון אט די יאר, און מ'האט זיך שוין געפרייט אז מ'טרעפט זיך מיט א טריט ארויס דערפון, און דער גאנגבארער ווערטל האט יעדער אוודאי געהערט צענדליגע מאל אין די טעג ארום ראש השנה, אז תשפ"א איז ר"ת א'ויס ת' ש' פ'...

די יאר וועט בלייבן פאר די שרייבער פון די קומענדיגע דורות אלס מקור פון פרנסה, ווי זיי וועלן אינטערוויוען אלטע אידן "וואס זענען אייערע זכרונות פון תש"פ?".

ארויסגייענדיג פון תש"פ האבן מיר אלע באקומען א אפענע רמז פון הימל אז טראמפ גייט געוואונען! אמער? די נייע יאר תשפ"א האט א לוח וואס אזאנס גלייכן האט מען שוין לאנג נישט געהאט, און מ'וועט דארפן ווארטן זייער לאנג עס צו קענען באקומען, דאס איז לכאורה צו פארדאנקן פאר די חשוב'ע מוסדות'ער וואס פארטיילן די לוח יאר יערליך, און זיי האבן זיך גערעכנט מיטן עולם און צוגעשטעלט א דיפערענט לוח.

דאס איז געווען פאר אנשי שלא מיינו כמים עיף על נפש קר, און דער עולם האט געזעהן דערין א ווינק אז מ'שלאגט נישט פון הימל מיט ביידע(ן'ס) גלעזער, עס קומט א גוטע יאר.

מ'האט געכאפט א בליק אויף חנוכה. צוויי ערב שבת חנוכה'ס? דאס מיינט אז מוצאי שמחת תורה דארף מען שוין אפיר נעמען די פאסיקעס און ארויף רוקן דעם נערוועז לעוול צו הייגה…

ווידעראום עשרה בתיבתה קומט אויס אויף א פרייטאג, דאס מיינט מאכן קידוש פאר שלום עליכם…

עס וועט זיין גאנץ אינטערעסאנט מיטצוהאלטן דאס יאר וויאזוי עס זעהט אויס ווען שבת שירה געפאלט אום שבת, און נאך שבת פר' בשלח.

ר' ישעי'לעס יארצייט וועט געפאלן אום ג' אייר.

כ"א אדר וועט זיין די גרויסע ליזענסקע יארצייט.

נחשון בן עמינדב'ס טאטע האט געהייס… אופס… סארי…

ווער רעדט נאך פון פורים המשולש, און שבת ערב פסח. דאס איז שוין ממש נעקסט לעוול…

ל"ג בעומר אויף א פרייטאג? עמער זעהן וויאזוי עס וועט זיך אויסארבעטן.

די אינטערעסאנטע חלק איז אז א' שמות וועט היי יאר יא געפאלן אום זונטאג פר' שמות, און לויט די וועטער עקספערטן זעהט זיך פאר אז ו' חוקת וועט געפאלן אין סאמען ברען פונעם זומער אויף א פרייטאג.

די גאר געניטע חברה ווייסן אויסצורעכענען אז היי יאר וועט בכלל נישט זיין קיין עירוב תבשילין צו באקומען.

איך למשל וועל זיך שפארן אסאך געלט די יאר. ווייל איך קויף קיינמאל נישט קיין יקנה"ז נאר איך שטעל צוזאמען צוויי ליכט צו מאכן דעם בורא מאורי האש… (דערמאנט מיר פון די פרוי פונעם קבצן איז אהיימגעקומען אנע אטעם, און מיט א שמחה מבשר געווען איר מאן אז זי האט אים געשפארט $0.75 ווייל זי האט געוואלט פארן אויפן טראלי (ווער געדענקט נאך?) און זי איז אנגעקומען צוויי סעקונדעס צו שפעט, און זי איז עס נאכגעלאפן א גאנצע וועג ביז זי איז אנגעקומען אהיים, שרייט איר די מאן/קבצן, די ספענדער וואס דו ביסט! דו וואלסט געדארפט נאכלויפן א טעקסי און שפארן $5)

און אזוי טרייסט זיך דער עולם, אז נאך אזא יאר ווי תש"פ, האבן מיר עפעס א טרייסט, אז תשפ"א איז א אינטערעסאנטע יאר, און עס ווייסט זיכער אויף גרויסע הויכע רמזים.

כלפי מה דברים היוצאים מן הבאר ההוא יאשקע פאנדראק.

נעכטן קומט מיין בחור'ל אהיים, און מיט א זויער געזיכט צו ווארפט ער אלע קארטן!

נישט מער ס'נישט ווערצבערגער…

ער איז מיר מבשר דעם הילכיגן בשורה, אז….


[align=center]היי יאר גייט נישט זיין כ"א כסלו!
[/align]
איר הערט גוט?

און תשפ"א גייט נישט זיין כ"א כסלו!!

און שאק כאפ איך ארויס דעם קאלאנדער, און איך פאנג אן רעכענען, און עס ווערט מיר פליישיג פאר די אויגן…

אויב איז וואר וואס מיין בחור'ל דערציילט, מיינט דאס ווארשטלעך אז די ערשטע טאג חנוכה וועט זיין דאנערשטאג, און עס וועט בכלל נישט זיין קיין צוויי ערב שבת חנוכה'ס… אויב אזוי, פארוואס האב איך געטיילט פעטש פריער???

אבער עס שטעלט זיך בכלל נישט אפ ביי דעם.

חברה! עס פאנגט אן ווערן קאמפליצירט, האלטסט קוטשמע!

אויסער דעם וואס פורים וועט זיין דאנערשטאג, און ערב פסח פרייטאג (וועדי דיסעפוינטינג, על השוטה הזה התפללתי?), קען גאר זיין לויט מאנכע, אז א' שמות וועט פאלן שבת פר' ויחי!!!!

און נאכמער, שבת פרה וועט זיין פרייטאג כי תשא….

אויב אזוי, מה הועילו תקנה בחכמתם?

אבער חברה, עס שטעלט זיך בכלל נישט אפ דא!

אויב קומט אויס אז מיין חשבון איז אמת, דאן פארשטיי מיר שוין זייער גוט וואס עס גייט פאר מיט'ן טורנהיים עפאכע…

ער האט פשוט נישט געקוקט אינעם ריכטיגן טאג!!

לויטן יעצטיגן לוח קומט אויס אז אלעס איז מיט איין טאג געריקט, און טראמפ האט טאקע מתחילה נישט געדארפט געוואונען (הרב טורנהיים! איך האב אייך צוגעשטעלט דא א בכבוד'יגע לייטער, כאפ דעם געלעגנהייט און קריך אראפ, אבער שטייטעלעך, אויב מ'לויפט צו שנעל קען מען אראפ פאלן, און זיך שטארק צוקלאפן…) והכל על מקומו יבוא ויגיע מעשי למעשי אבות סימן טוב ומזלו חזה ושוק.

פיין און וואויל, אבער וואס האט די גאנצע סומאטוכע מיט אויסגעגאסענע טשאלענט?
לעצט פארראכטן דורך טשאלענט אום דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

האסט נאר אויסגעלאזט צוויי מאל ר"ה שחל בשבת.. ר"ה לשנים און ר"ה לחסידות...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפרוירן »

Very Nice
הג"ה: עס גייט נישט זיין צוויי ערב שבת חנוכה'ס, עס גייט זיין צוויי מאל ערב שבת חנוכה
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

פארפרוירן האט געשריבן:Very Nice
הג"ה: עס גייט נישט זיין צוויי ערב שבת חנוכה'ס, עס גייט זיין צוויי מאל ערב שבת חנוכה

דאס האט אויך מיט כ"א כסלו?
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5642
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

זייער פשוט וואו די אויסגעגאסענע טשאלענט קומט אריין, אז ס'נישטא קיין כ"א כסלו גייט שבת שוין זיין פסח און נישט ערב ווי געמיינט סא מ'גייט דארפן אויסגיסן די גאנצע חמצ'דיגע טשאלענט.
#פאטעיטע_טשאלענט_אלערט
לינק?
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
:lol: :lol: :lol:
פיינע ווארע, דו.
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

הוי טשאלי טשאלי! יאוי איז דאס פיין!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
ולשוננו רנה
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 12:13 pm

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולשוננו רנה »

:lol: נישט שלעכט א טעלער טשאלענט אין א דינסטאג אינדערפרי.
אז ימלא. שחוק פינו. טרירארא ראם. ולשוניייייינו רנה.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

נעוואדע האט זיך די טשולנט אויסגעגאסן, ס'האט זיך דערזעהן אנע שבת!!

אבער נאכאמייזעל ער האצעך אהערגעגאסן, האמיר זיך כאטש באלעקט מיט די געגאסענע...
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

אה מחיה פיינע טשולענט געווען
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

;l;p-

הייליג!


טשאלענט האט געשריבן:עס וועט זיין גאנץ אינטערעסאנט מיטצוהאלטן דאס יאר וויאזוי עס זעהט אויס ווען שבת שירה געפאלט אום שבת, און נאך שבת פר' בשלח.

כא'מיך צולאכט...

טשאלענט האט געשריבן:והכל על מקומו יבוא ויגיע מעשי למעשי אבות סימן טוב ומזלו חזה ושוק.

:grin: לכבוד פורים שחל להיות בשבת...
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

פיינע טשאלענט
ייש"כ פארן עס אויסגיסן דא
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1670
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

נאך א שווארטצע פרייטאג
קומט א ברוינע דינסטאג

וועך איז דער גוטע נייעס
מיין לופי'לע........
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

;l;p- :grin: :smile: 8.) :lol: ועוד
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

:lol: :lol: :lol: פיין!...

--
העשטעג_וואו_איז_די_לייק_קנעפל???
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1670
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

@טשאלענט

ביידיוועי, די יאר היות ס'עט נישט זיין קיין י"ט כסליו און קיין כ"א כסליו מעמדים,
האבן זיך סאטמאר און חב"ד צוזאמגענומען אין צוזאמען גייט מען מאכן א אייווענט,

אלס פשרה גייט עס זיין כ' כסליו

אברהם פריעד העומד מצ"ד חב"ד
שמואלי אונגאר העומד מצד סאטמאר
(די איבריגע גייען פשוט מיטהאלטן די מעמד)
מיין לופי'לע........
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

אלופי אדום האט געשריבן:@טשאלענט

ביידיוועי, די יאר היות ס'עט נישט זיין קיין י"ט כסליו און קיין כ"א כסליו מעמדים,
האבן זיך סאטמאר און חב"ד צוזאמגענומען אין צוזאמען גייט מען מאכן א אייווענט,

אלס פשרה גייט עס זיין כ' כסליו

אברהם פריעד העומד מצ"ד חב"ד
שמואלי אונגאר העומד מצד סאטמאר
(די איבריגע גייען פשוט מיטהאלטן די מעמד)

דו מאכסט עס סאך מער קאמפלעקעיטעט...

אויב עס וועט פעלן צוויי טעג פון די לוח, איך וויל אפילו נישט טראכטן...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

טשאלענט האט געשריבן:
אויב עס וועט פעלן צוויי טעג פון די לוח, איך וויל אפילו נישט טראכטן...

גארנישט אזוי שלעכט, אז מ'וועט באקומען די מאצעשבת'דיגע טשולנט, ליל שישי...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: אויסגעגאסענע טשאלענט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

טשאלענט, דאס איז א פיינעם ארטיקל, איך האב אסאך געלאכט.

הלוואי זאל מען טשולענט יעדע שבת זיין אזוי פיין ווי דער טשולענט ארטיקל.

איך דארף רעדן מיט דיין משפחה צו זען עס זאל זיך אויסגיסן נאך אפאר טשולענט'ס דארט ביי דיך אינדערהיים.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”