אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 4:34 pm

אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

צווישן די אומצאליגע קאמענטארן אין די אלגעמיינע סאציאלע מידיע איבער די סאטמאר'ע חתונה, האט מערערע מאל ארויסגעשטארט די געהויבענע ברעמען און אומגלויבליכקייט איבער אזא ציפער משתתפים בלע"ה, באגלייט מיט אזוינע פראזן ווי "צען טויזנט מענטשן?! קוים וואס איך קען הונדערט מענטשן!" וכדומה.

דאס האט געברענגט צו אריינטראכטן, אבזערווירן, קומען צום אנערקענונג און זען די מציאות, אז די אידישע לעבן, און מ'קען זאגן אז נאכמער די חסיד'ישע לעבן, איז די געשמאקסטע 'סאשעל לייף'!


לאמיר רעדן גראדע ציפערן:

אין חדר האבן מיר געלערנט מיט בערך 25 קינדער אין א כתה.
מיר קענען לכה"פ 50 קינדער פון די אנדערע כתות, עלטער און יונגער.
ס"ה = 75 מענטשן.

אין ישיבה האבן מיר זיך באקענט מיט צווישן 50-250 נייע מענטשן. לאמיר אננעמען 100.
ס"ה האלטן מיר שוין ביי = 175

אונזער נאנטע משפחה, עלטערן, זיידעס/באבעס, געשוויסטער פון 2 צדדים, נעפיוס/ניסעס, איז א חשבון פון לכה"פ 40 מענטשן בלע"ה.
ס"ה = 215

קאזינס פון 4 צדדים, איז א חשבון פון לכה"פ אכציג מענטשן בלע"ה.
ס"ה = 295

אין בית המדרש קענען מיר לכה"פ 50 מענטשן, און ביי מנחה/מעריב אין א צווייטע שול קען מען נאך 50
ס"ה = 395

מענטשן פון די זעלבע קהלה, בערך 50
ס"ה = 445

לכה"פ בערך 20 שכנים
ס"ה = 465

מענטשן וועם מ'קען 'סתם אזוי', צב"ש מ'גריסט זיך לשנה טובה אויב מ'טרעפט זיך ליל ראש השנה, לכה"פ 50
ס"ה = 515

כולל/ארבעט באקענט מען זיך מיט לכה"פ 20 נייע מענטשן
ס"ה = 535 בליעה"ר

און די נאמבערס זענען גאר אונטערגעשאצט און נידריג, + איינער וואס דאוונט שבת אין א באזונדערע ביהמ"ד ווי אינדערוואכן און באקענט זיך מיט נאך מענטשן; אפגערעדט אויב יעדע תפלה איז ערגעץ אנדערש; געלערנט אין גרעסערע חדרים און ישיבות; קומט אויס אין די ארבעט זיך צו באקענען מיט צענדליגער צו הונדערטער מענטשן; האט א גרעסערע משפחה; גרעסערע קהלה וואו מ'קען זיך על כל פנים אויף צו שאקל-גריסן; וכהנה וכהנה רבות בלי עין הרע...

און די אלע מענטשן קענען מיר נישט בלויז 'אנאנים' פון א וועבזייטל (וואס פארדעם קען עקסטער צוקומען די צענדליגע חשוב'ע חברים דא אויפן וועלטל...), נאר מיט די אלע מענטשן טרעפן מיר זיך פנים אל פנים, און מיר האבן א געמיינזאמע שפראך צו שמועסן געשמאק און פארברענגן היימיש.

אויף די אנפראגע צו עטליכע שוועסטער-קינדער בעפאר א חגא וואס זיי גייען טון אין די עטליכע ליידיגע טעג? האבן רוב געענטפערט 'זיצן אינדערהיים און קוקן טי.ווי.', ממש געציילטע האבן געהאט א גרופע מיט וועם זיי גייען שפילן באל אדער ארויסגיין עסן וכדומה, און אפילו די איז עס מיט די זעלבע קליינע סירקל נאכאמאל און נאכאמאל.

וויפיל מאל זיצן מיר געשמאק נאכן דאווענען שבת אינדערפרי ביי א קידוש און פארברענגן געשמאק, ניטאמאל כאפנדיג וואסערע 'סאשעל לייף' מיר האבן יעצט?

וויפיל מאל גריסט מען אויפן וועג אהיים פון ביהמ"ד? אין אנדערע ווערטער, וויפיל 'באקאנטע' האסטו אלס באגעגנט אין דעם קורצן וועג?

אפגערעדט פון די באוואוסטע משל ווען מ'קומט אן אין עירפארט צו אין א פרעמדע מדינה און מ'פארשטייט זיך מיטן איד פון אנדערן עק וועלט.


לאמיר אלע זינגען צוזאמען:
אוי ווי גוט צו זיין א איד!!
לעצט פאראכטן דורך זאג א גוטס אום מיטוואך אוקטובער 28, 2020 4:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7527
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 4:41 pm

זייער שיין ארויסגעברענגט די שיינקייט פון כלל ישראל.

איין קשיא: ווען דו קעסט א ניק, און דערנאך שטעלסטו צוזאם אז דו קענסט אים פון בית המדרש גייט אראפ די נאמבער?
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 4:44 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:זייער שיין ארויסגעברענגט די שיינקייט פון כלל ישראל.

איין קשיא: ווען דו קעסט א ניק, און דערנאך שטעלסטו צוזאם אז דו קענסט אים פון בית המדרש גייט אראפ די נאמבער?

ווי צוגעענדיגט, די ציפערן זענען מלכתחלה אן מער צו די נידריגע זייט, אז מ'ברויך נישט אראפציפן אויב קומט אונטער אזא סינעריא
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 4:48 pm

זייער שיין און א אמת'ע נקודה!
דאס איז א חלק פון די סיבה פארוואס מיר האבן א הארד-טיים צו פאלאוען די סאושעל דיסטענסינג רעגולעישנס און פארוואס פאר די גוים און אינסטאנצן איז אומעגליך געווען עס צו פארשטיין.
רעדסט צו\פון מיר?
פליז #פינג

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך להודיע » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 4:56 pm

זייער ריכטיג.

אין ארץ ישראל איז שוין עטליכע מאל ארויסגעקומען מחקרים אז די חרדים זענען די מערסטע מאושרים, די גליקליכסטע, מערסט אפטעמיסטיש און צופרידנסטע געזעלשאפט אין לאנד. איינס פון די סיבות איז טאקע דאס "חיים קהילתיים".

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 4:57 pm

א גוי האט מיר אמאל געפרעגט וויפיל געשוויסטער(סיבלינגס בלע"ז) איך האב, נאכן הערן מיין אנטווארט פרעגט ער מיך מיט נייגער: ביסט אין גוטע טערמינען מיט זיי אלע???

כהאב געעפענט א פאר אויגן ווי צו פרעגן פארוואס נישט, זאגט ער מיר אז פון זיינע פינעף געשוויסטער (שוין היבש אסאך) איז ער צעקריגט מיט האלב פון זיי
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 5:07 pm

זאגסט א גוטס

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 5:27 pm

פיין פיין
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

קעדילעק
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך קעדילעק » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 5:34 pm

שיינער געדאנק..

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 6:44 pm

קרייסלער האט געשריבן:א גוי האט מיר אמאל געפרעגט וויפיל געשוויסטער(סיבלינגס בלע"ז) איך האב, נאכן הערן מיין אנטווארט פרעגט ער מיך מיט נייגער: ביסט אין גוטע טערמינען מיט זיי אלע???

כהאב געעפענט א פאר אויגן ווי צו פרעגן פארוואס נישט, זאגט ער מיר אז פון זיינע פינעף געשוויסטער (שוין היבש אסאך) איז ער צעקריגט מיט האלב פון זיי

מיט איינע איז ער נאר צוקריגט א האלבע.
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך יש בו » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 6:48 pm

ער אליין איז די פיפטער, דאס מיינט אז ער איז צוקריגט מיט צוויי
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 7:04 pm

הערליכע געדאנק!
---

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 7:54 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
13642.gif
13642.gif (64.06 KiB) געזעהן 855 מאל

Programming
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך Programming » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 9:18 pm

די שכנים דאווענען געווענליך אינעם זעלבן ביהמ"ד

טראכט נאר אביסל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:35 pm

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך טראכט נאר אביסל » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:18 pm

Programming האט געשריבן:די שכנים דאווענען געווענליך אינעם זעלבן ביהמ"ד

דאס איז נאר אין די אפסטעיט שטעטלעך...
וואס פרעגסטו? טראכט נאר אביסל!

אוועטאר
KEWL
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: פארמעקט
פארבינד זיך:

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך KEWL » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:23 pm

זייער ריכטיגע דיבורים.

אשרינו אשרינו
שוין אט אט חנוכה!!
לאמיר זיך צוגרייטן מיט הייליגע אויגן, צו קענען ניצן די אויגן צו קוקן אויף די הייליגע ליכטעלעך!

sky
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:42 pm

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך sky » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 12:15 am

WOW ;l;p-

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אבזערוואציע: צען טויזנט מענטשן ביי א חתונה?!

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 3:08 pm

טראכט נאר אביסל האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:די שכנים דאווענען געווענליך אינעם זעלבן ביהמ"ד

דאס איז נאר אין די אפסטעיט שטעטלעך...

פון די אנדערע זייט, די אפסטעיט שטעטלעך קען זיך די גאנצע שטאט איינער דעם צווייטן.
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט