דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג אוקטובער 25, 2020 9:50 pm

כוועל אנהייבן מיט א אומבאמערקטע לעצטיגע נייעס און כוועל געבן דערויף מיין קורצע צוויי צענט

סאיז דא א סארט העלט-אינשורענס וועלכע ווערט קאטעגאריזירט מיטן נאמען MLTC דאס איז געמאכט פאר מענטשן מיט קאנדישאנס וועלכע באלאנגען בעצם אין נורסינג האומס, די אינשורענס קאווערט זייערע מעדיקל עקספענסעס ווי האום קעיר/מעדיקל עקוויפמענט/טראנספארטאציע/פיזיקל טעראפי וכו'
בכדי צו וויסן וויפיל שעות און וועלכע עקוויפמענט צו געבן שיקט מען אראפ יעדע 6 חדשים א לייסענסד נורס צו אפשאצן די מצב, דאס הייסט א UAS assessment
יעדע אינשורענס קאמפעני האלט אויף א שטאב פון הונדערטער נורסעס וועלכע טוען די ארבעט פון אראפגיין צו די פאציענטן און זעהן אויב זיי דארפן טאקע דאס וואס זיי בעטן.. סאיז פשוט אז זיי דארפן לייגן זייערע געפילן אין א זייט און אפשאצן די מצב כמו שהו..
סאיז אלץ דא אן אפציע צו אפיעלן די באשלוס פון די נורס אויב פילט מען בעוולט

די סיסטעם גייט שוין אזוי אן פאר יארן און ס'ארבעט פיין, פשוט, יעדע MLTC אינשורענס קאמפעני האט קאמפעטישן במילה האבן זיי מורא פון פארלירן די קאסטומערס ווייל זיי קענען אייביג טוישן צו די קאמפעטישן במילה ווילן זיי אפראוון דאס וואס מבעהט אבער מצד שני וויל קיינער נישט ארויסגיין פון ביזנעס..

דאס איז אלעס געווען ביז די גאווערנמענט בולדאזער איז געקומען צו פארן..
פון די חודש למספרם נאוועמבער קען קיין שום אינשורענס קאמפעני שוין נישט אראפשיקן קיין נורסעס צו קיין פאציענטן..
די גאווערנמענט האט געעפנט א נייע ריזיגע דעפארטמענט מיטן נאמען Maximus וואס זיי גייען פארפיגן אויף די נורסעס און פון היינט אין ווייטער וועלן די אלע נורסעס ווערן עמפלאויד דירעקט צו די סטעיט..

אלע אינשורנס קאמפעניס וועלן פייערן די נורסעס רעכטס און לינקס און די גאווערנמענט ברוב רחמיו וחסדיו וועט אויסשטרעקן די איילבירט צווייג זיי צו ארייננעמען..

ביז דא זענען די טריקענע פאקטן

-----

יעצט, ווער סקען צאמשטעלן איינס מיט איינס וועט פארשטיין אז די גאווערנמעט האט נישט קיין שום אינטערעסע צו שפארן געלט, פשוט, סאיז א קדירה דבי שותפי אויף וועלכע קיינער נעמט נישט די אחריות, קיינער אין די גאווערנמענט וועט נישט שאדן האבן אויב רוב אינשורנס קאמפעניס וועלן ארויסגיין פון ביזנעס

אין אנדערע ווערטער די דאזיגע אינשורנס פאנד וועט ווערן א שטח הפקר וועלכע מקען אביוזן און רוב קאמפעניס וועלן מוזן ע"פ דרך הטבע ארויסגיין פון ביזנעס

יעצט וואס פארדינט די גאווערנמעט? כווייס נישט.. סאיז א שיף אן א רודער.. די עיקר ווי מער מאכט אוועקנעמען פון די פריוואטע קאמפעניס אריבער צו די גאווערנמענט...

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:03 pm

די גאווערמענט גייט אראפשיקן זייערע אייגענע נורסעס אפצושאצן פאר די אינשורענס קאמפאניס אויב און וויפיל און וואס צו געבן?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:10 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:די גאווערמענט גייט אראפשיקן זייערע אייגענע נורסעס אפצושאצן פאר די אינשורענס קאמפאניס אויב און וויפיל און וואס צו געבן?

יא
די אינשורנס קאמפעניס האבן נישט קיין שום ווארט מער זיי וועלן בלויז באצאלן די רבי געלט

(איך רעדט ספעציפיש פון MLTC)

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:24 pm

די גאווערמענט פארדינט דערפון דאס וואס זיי פארדינען פון מעדיקעיר פאר אלל, כלומר'שט צו העלפן ארימע. ווי אויך - ווי דו זאגסט - קאנטראל אויף ביזנעסער.

#ליבעראלע גוטסקייט
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:26 pm

דאס וואס דו שרייבסט אז אלע אינשורענס קאמפעניס וועלן פייערען זייערע נורסעס,
זענען זיי געצווינגען דאס צו טוהן?

אפשר קענען זיי האבן זייער אייגענע טערמינען מיט זייער אייגענע נורסעס וואס מ'וועט דארפן אויך נאכקומען אויסער די שטאטישע,

אזא זאך וועט טאקע שאטן פאר די קאמפעני אויף די מינוט ווייל מענטשן וועלן ענדערש גיין צו אנדערע מער פרייערע קאמפעניס, אבער לויט ווי דו לייגסט עס אראפ וועלן דאך די אנדערע קאמפעניס ממילא ארויסגיין פון ביזנעס סאאנער אר לעיטער, קומט דאך אויס אז אין די לאנג ראן וועלן זיי יא פארבלייבן,

חוץ אויב די נייע געזעץ לויטעט אז די אינשורענס קאמפעניס טארן נישט האבן זייער אייגענע אפשאצונגען,

ביטע ווער עס קען אריין קומען מיט די מציאת הדברים
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:28 pm

ער שרייבט דאך:
שיעלע בהמה האט געשריבן:פון די חודש למספרם נאוועמבער קען קיין שום אינשורענס קאמפעני שוין נישט אראפשיקן קיין נורסעס צו קיין פאציענטן..
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:37 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:די גאווערמענט פארדינט דערפון דאס וואס זיי פארדינען פון מעדיקעיר פאר אלל, כלומר'שט צו העלפן ארימע. ווי אויך - ווי דו זאגסט - קאנטראל אויף ביזנעסער.

#ליבעראלע גוטסקייט

בכלל,
מער גאווערנמענט עמפלויאיס = מער דעמאקראט וואוטס

סוועט לכאורה פארשטערקערן די נורסעס יוניאן ווייל די גאווערנמעט וועט עס שטארק סופארטן און נאכדעם וועט אטאמאטיש זיין מער געלט+וואוטס פאר די דעמאקראט פארטיי

---------

וועט קומען איינער און זיך ווינדערן, פארוואס זענען שפיטעלער פארמאכט? פארוואס האט א פאציענט די זעלבע (אומ)רעכטן ווי א תינוק שלא נולד?

די ענטפער איז ליידער גאנץ פשוט, מהאט איינגעטוישט די ציווילע המון עם מיט סטאדעס יוניאנס.. פאליס וואס באקריוודען.. נורסעס וועלכע פארנאכלעסיגן.. טיטשערס וועלכע ברענגען אינטער דיין פרייהייט צו אויפציען דורות און אפשליסן די חינוך בשעת קאראונע

פארוואס? ווייל אזוי קומט אויס גרינגער פאר אונזערע פאליטיקאנטן, ענדערש דיעלן מיט אפאר יוניאן קאמפאניס ווי איידער ארומגיין זיך אראפלאזן צום פשוטן פערדישן וויילער
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום מאנטאג אוקטובער 26, 2020 10:08 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3348
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

תגובהדורך בענקעל » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:39 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:די סיסטעם גייט שוין אזוי אן פאר יארן און ס'ארבעט פיין, פשוט, יעדע MLTC אינשורענס קאמפעני האט קאמפעטישן במילה האבן זיי מורא פון פארלירן די קאסטומערס ווייל זיי קענען אייביג טוישן צו די קאמפעטישן במילה ווילן זיי אפראוון דאס וואס מבעהט אבער מצד שני וויל קיינער נישט ארויסגיין פון ביזנעס..


ווי איך פארשטיי עס, דא ליגט די הונט באגראבן און דאס ווילן זיי אפשטעלן.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re:

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:39 pm

יש בו האט געשריבן:דאס וואס דו שרייבסט אז אלע אינשורענס קאמפעניס וועלן פייערען זייערע נורסעס,
זענען זיי געצווינגען דאס צו טוהן?

אפשר קענען זיי האבן זייער אייגענע טערמינען מיט זייער אייגענע נורסעס וואס מ'וועט דארפן אויך נאכקומען אויסער די שטאטישע,

אזא זאך וועט טאקע שאטן פאר די קאמפעני אויף די מינוט ווייל מענטשן וועלן ענדערש גיין צו אנדערע מער פרייערע קאמפעניס, אבער לויט ווי דו לייגסט עס אראפ וועלן דאך די אנדערע קאמפעניס ממילא ארויסגיין פון ביזנעס סאאנער אר לעיטער, קומט דאך אויס אז אין די לאנג ראן וועלן זיי יא פארבלייבן,

חוץ אויב די נייע געזעץ לויטעט אז די אינשורענס קאמפעניס טארן נישט האבן זייער אייגענע אפשאצונגען,

ביטע ווער עס קען אריין קומען מיט די מציאת הדברים

די מציאות הדברים איז, אז סאיז מער נישטא אזא זאך אז די אינשורנס קאמפעני קען אראפשיקן נורסעס, אלעס קען נאר גיין דורך די סטעיט באשטימטע דעפארטמענט
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:46 pm

בענקעל האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:די סיסטעם גייט שוין אזוי אן פאר יארן און ס'ארבעט פיין, פשוט, יעדע MLTC אינשורענס קאמפעני האט קאמפעטישן במילה האבן זיי מורא פון פארלירן די קאסטומערס ווייל זיי קענען אייביג טוישן צו די קאמפעטישן במילה ווילן זיי אפראוון דאס וואס מבעהט אבער מצד שני וויל קיינער נישט ארויסגיין פון ביזנעס..


ווי איך פארשטיי עס, דא ליגט די הונט באגראבן און דאס ווילן זיי אפשטעלן.

אדרבה.. די נורסעס וועלכע ארבעטן דירעקט פאר די גאווערנמענט גייט גאנץ קנאפ אן צו אפראוון פאציענטן וועלכע קוואלעפייען נישט.. סוועט זיי אויף קיין פאל נישט בעקפייערן
די סטעיט וועט נישט שאדן האבן אויב איינער ווערט אפראווד אומזינסט, די קאמפאניס וועלן שאדן האבן

ס'ארבעט אזוי
די סטעיט שטעלט צו א באשטימטע סכום פאר יעדע קאמפעני לויט די סכום פאציענטן און פון דא און ווייטער קען די קאמפעני אדער בלייבן מיט געלט אין טאש.. אדער ארויסגיין פון ביזנעס...

אויב די סטעיט וועט הייסן יעדעם צו ווערן אפראווד וועלן זיי נישט ווערן דירעקט אפעקטירט, נאר די אלע קאמפאניס וועלכע חלומען צו פארדינען עפעס פון צושטעלן די אינשורענס

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:53 pm

שיעלע קום אריים קלאר, דו רעדסט פון די פעדעראלע גאווערמענט אדער פון די קאומא-ליבעראלע- ניו יארק סטעיט?
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:56 pm

קרייסלער האט געשריבן:שיעלע קום אריים קלאר, דו רעדסט פון די פעדעראלע גאווערמענט אדער פון די קאומא-ליבעראלע- ניו יארק סטעיט?

איך רעד פון ניו יארק סטעיט

בכלל איז אינשורנס א סטעיט זאך, כווייס אפילו נישט אויב סאיז דא אזא מין זאך ווי פעדעראלע אינשורנס

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

בעיל רעפארם

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:35 am

בעיל רעפארם איז א נושא וועלכע פארדינט בעצם צו ווערן דיסקוסירט פאר זיך אליינס.

די מאס הפקרות און אנארכיע וואס דאס זייט אן איז פשוט אומבאשרייבליך, רוב רובם צידרייטע מעשיות זענען שוין ניטאמאל אויף די נייעס.. סאיז פשוט מער נישט קיין חידוש אז מהאמיר דא אין אונזער אייגענע בעקיארד די קאנצעפט פון "קעטש ענד רעליס"..
דאס אז די געזעץ איז געווארן א חוזק איז איין זאך, אבער דאס אז מלאזט ארויס שעדליכע פארשוינען אין די גאסן איז געהעריג זעלבסמארד..
ווער ווייסט פון וואו די וועיק-אפ קאלל וועט קומען און וואס דאס וועט קאסטן..
אבער ווי גייט דאס שפריכווארט, צוריק גייט א קאזע

די היפאקריטווע שרייט פאר זיך אליינס, פאר מיר פערזענליך איז פשוט אומגלויבליך צו זעהן וויאזוי עדאלטס פארטיידיגן דאס געזעץ אן קיין טראפ הגיון נאר פשוט ווייל די געזעץ גייט אויף עפעס א וועג אויסרייסן די אינעקוואליטי.. אין מיינע אויגן איז די ערשטע סטעפ פאר איקוואליטי און גלייכבארעכטיגונג אז אלע ראסעס זאלן אויפוואקסן די זעלבע ציווילזירט..

זעה די אשכול
viewtopic.php?p=2073159#p2073159

אוועטאר
פנימחדשות
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

תגובהדורך פנימחדשות » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:06 pm

זייער שטארק @שיעלע!

פון מיינע פעיווארוט "פאליטישע שיטות און טעאריעס" ניק'ס.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט