איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 840
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm
איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
דעם אשכול איז דעזעגנירט אויף אזאלכע וואס ווילן ארבעטן אויף זיך און נישט מיטהאלטן קיין נייעס ביז נאך די וואלן,
און וועלן דא קענען ליפטערן זייערע מיינונגען און זיך שטארקן איינער דעם צווייטן, פון אזאלכע וואס ווילן באווייזן דעם קונץ און גארנישט מיטהאלטן ווען די וועלט דרייט זיך איבער,
איך האב געהערט אז עס איז דא א געוויסע הייל און ווי געוויסע גוים באהאלטן זיך אויף ביז נאך די וואלן פון אזאלכע וואס ווילן גארנישט מיטהאלטן און פארדעם צוועק האב איך געעפנט דעם אשכול פאר א הייל פאר אזאלכע וואס ווילן דאס באווייזן,
דא זאלן די אלע וואס האלטן גארנישט מיט, זאלן זיי דא ארויפקומען און זיך שטארקן און מחזק זיין,

לעצט פארראכטן דורך האמת הצפון אום מאנטאג אקטאבער 19, 2020 3:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קעיעמביעיזשען
- יעקב פריינד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6189
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
האמת הצפון האט געשריבן:דעם אשכול איז דעזעגנירט אויף אזאלכע וואס ווילן ארבעטן אויף זיך און נישט מיטהאלטן קיין נייעס ביז נאך די וואלן,
ביז דערווייל זעט אויס ווי נאר איינער וועט זיך איינהאלטן
- פערדס מיניסטער
- שר האלף
- תגובות: 1527
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
- לאקאציע: איך ווייס נישט
- יעך'בין שוין גרויס
- שר האלפיים
- תגובות: 2169
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
האט מיר איינע גוט געזאגט לעצטענס:
ממה נפשך ווער עס געווינט איז עס גוט פאר די עקאנעמי
אויב טראמפ געווינט וועט די עקאנעמי ווייטער גיין גוט און אויב ביידן געווינט גיימיר צוריק גיין ארבעטן...

אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8296
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
צ/ק
אז מען טראכט אריין באמת אז לב מלכים ושרים ביד ה', וואס איז מיר א נפק"מ ווער עס געווינט?

לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
-
- שר האלף
- תגובות: 1857
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
זיכער איז מעגליך
איך קען צענדליגער אידן וואס האלטן נישט מיט קיין כי הוא זה פון די וואלן נייעס.

איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 981
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע: אין ביבילאטעק
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
באקסער בוים האט געשריבן:זיכער איז מעגליך
איך קען צענדליגער אידן וואס האלטן נישט מיט קיין כי הוא זה פון די וואלן נייעס.
איך פערזענליך האב נאך נישט קיין צעהן קינדער אבער צווישן די פון מיינע קרובים און ידידים קען איך פילייכט אויך פילע וועלכע האלטן ב"ה גארנישט מיט.
קאמענטארן זענען איבריג
- א צווייטער
- שר האלף
- תגובות: 1000
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
- פופציגער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9899
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

אונגארישע הייזער האט געשריבן:צ/ק
אז מען טראכט אריין באמת אז לב מלכים ושרים ביד ה', וואס איז מיר א נפק"מ ווער עס געווינט?
זאגט זיך גרינג...
#ליידער
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
- פופציגער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9899
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
זעענדיג ווי עטליכע באקאנטע מיינע ליגן ראשם ורובם ושלחנם אין די וואלן און דאס לאזט זיי נישט קיין מנוחה, האב איך פעסטגעשטעלט אויף מיינע ביינער אז ס'מעגליך זיך איינצוהאלטן, און איך קען זאגן ב"ה ביי די יעצטיגע וואלן אז איך ווייסל כאורה ווייניגער איבער די וואלן ווי דער עוורידזש כתה ח' אינגל!
אשרינו שזכינו!!
איך קען נישט קיין פאולס און קיין סטאטיסטיקס, איך ווייס נישט קיין סקאנדאלן, קוים וואס איך קען נעמען ארום דעם קאמפיין (חוץ די צוויי הויפט קאנדידאטן)
אשרינו שזכינו!!
איך קען נישט קיין פאולס און קיין סטאטיסטיקס, איך ווייס נישט קיין סקאנדאלן, קוים וואס איך קען נעמען ארום דעם קאמפיין (חוץ די צוויי הויפט קאנדידאטן)
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
- א צווייטער
- שר האלף
- תגובות: 1000
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
פופציגער האט געשריבן:זעענדיג ווי עטליכע באקאנטע מיינע ליגן ראשם ורובם ושלחנם אין די וואלן און דאס לאזט זיי נישט קיין מנוחה, האב איך פעסטגעשטעלט אויף מיינע ביינער אז ס'מעגליך זיך איינצוהאלטן, און איך קען זאגן ב"ה ביי די יעצטיגע וואלן אז איך ווייסל כאורה ווייניגער איבער די וואלן ווי דער עוורידזש כתה ח' אינגל!
אשרינו שזכינו!!
איך קען נישט קיין פאולס און קיין סטאטיסטיקס, איך ווייס נישט קיין סקאנדאלן, קוים וואס איך קען נעמען ארום דעם קאמפיין (חוץ די צוויי הויפט קאנדידאטן)
א מאסק פאר דיין פופציגער האסטו אנגעטון...זאג מיר נישט קענסט נישט קיין סקאנדאלן...
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
- פופציגער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9899
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
א צווייטער האט געשריבן:פופציגער האט געשריבן:זעענדיג ווי עטליכע באקאנטע מיינע ליגן ראשם ורובם ושלחנם אין די וואלן און דאס לאזט זיי נישט קיין מנוחה, האב איך פעסטגעשטעלט אויף מיינע ביינער אז ס'מעגליך זיך איינצוהאלטן, און איך קען זאגן ב"ה ביי די יעצטיגע וואלן אז איך ווייסל כאורה ווייניגער איבער די וואלן ווי דער עוורידזש כתה ח' אינגל!
אשרינו שזכינו!!
איך קען נישט קיין פאולס און קיין סטאטיסטיקס, איך ווייס נישט קיין סקאנדאלן, קוים וואס איך קען נעמען ארום דעם קאמפיין (חוץ די צוויי הויפט קאנדידאטן)
א מאסק פאר דיין פופציגער האסטו אנגעטון...זאג מיר נישט קענסט נישט קיין סקאנדאלן...
שלימזלדיג האב איך עס אנגעטון בין תנור לכריים, צווישן די צוויי כוואליעס ווען ס'ניטאמאל געווען פארוואס...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
באקסער בוים האט געשריבן:זיכער איז מעגליך
איך קען צענדליגער אידן וואס האלטן נישט מיט קיין כי הוא זה פון די וואלן נייעס.
אוודאי איז דא. מען הייבט יעצט אן דעם נייעם זמן, נייע מסכתות, נייע סימנים און שולחן ערוך. די שאלה איז איינער וואס קומען דא קוקן נייעס, און די פרעזידענט נייעס וויל ער נישט מיטהאלטן, וויאזוי קען ער זיך מחזק זיין.
בעצם איך האב א הכרת הטוב פילינג פאר טראמפ, אבער אז ביידען וועט געווינען איז אויך גוט.
גיי ווייס וואס איז באמת גוט.
אפאר חדשים צוריק איז קאומאו געווען א גאנצער מציל ומושיע וואס האט גערופן רבנים האלטן דרשות אין אלבאני, יעצט האט ער אויסגעדרייט דעם רוקן און פירט א נארישע שמוציגע מערכה קעגן אונז, צו קענען ווייזן פאר די מידיע אז ער איז שטארק.
איך פערזענליך וועל נישט וואוטן פאר טראמפ, ווייל ער איז צו א גרויסער ציוניסט.
Re:
גליטשעדיג האט געשריבן:באקסער בוים האט געשריבן:זיכער איז מעגליך
איך קען צענדליגער אידן וואס האלטן נישט מיט קיין כי הוא זה פון די וואלן נייעס.
אוודאי איז דא. מען הייבט יעצט אן דעם נייעם זמן, נייע מסכתות, נייע סימנים און שולחן ערוך. די שאלה איז איינער וואס קומען דא קוקן נייעס, און די פרעזידענט נייעס וויל ער נישט מיטהאלטן, וויאזוי קען ער זיך מחזק זיין.
איך דריי מיך דא כמעט טעגליך און איך האלט נישט מיט די נייעס, ס'אינטערעסירט מיר נישט קיין כי הוא זה
איך זאג נישט, יעצט נאך די גאנצע סומאטכע מיטן וויירוס האף איך אז טראמפ וועט געווינען אזוי וועלן די אלע צרה לייט כאפן א שנעלקע, ביי אבאמא האט מיר וויי געטון אז א שחור האט געהויבן דעם קאפ (איך בין א ראסיסט?), ביים ערשטן געווינס פון טראמפ האב איך הנאה געהאט אז א פרוי איז נישט געווארן פרעזידענט, אבער חוץ מזה גייט מיר נישט צופיל אן די גאנצע מעשה, גלייב מיר אז איך ווייס נישט און איך האב קיינמאל נישט געוואוסט וועלכע פרעזידענט איז אז רעפאבליקען און וועלכער א דעמאקראט
מ'פרעגט דעם נאמען א טאג נאך די וואלן פשוט צו וויסן וועם אינזין צו האבן ביי שלא עשני גוי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8296
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
פופציגער האט געשריבן:זעענדיג ווי עטליכע באקאנטע מיינע ליגן ראשם ורובם ושלחנם אין די וואלן און דאס לאזט זיי נישט קיין מנוחה, האב איך פעסטגעשטעלט אויף מיינע ביינער אז ס'מעגליך זיך איינצוהאלטן, און איך קען זאגן ב"ה ביי די יעצטיגע וואלן אז איך ווייסל כאורה ווייניגער איבער די וואלן ווי דער עוורידזש כתה ח' אינגל!
אשרינו שזכינו!!
איך קען נישט קיין פאולס און קיין סטאטיסטיקס, איך ווייס נישט קיין סקאנדאלן, קוים וואס איך קען נעמען ארום דעם קאמפיין (חוץ די צוויי הויפט קאנדידאטן)
אשריך!
איך געדענק נאך ווי נאך די פאריגע וואלן בין איך אריינגעקומען אין ביהמ"ד צופרי, און איך זעה דער עולם שטורעמט, פרעג איך איינעם וואס גייט פאר? קוקט ער מיר אן ווי פון די לבנה 'דו ווייסט נאכנישט ווער עס האט געוואונען?!'
פארשטייט זיך אז איך האב צוריק אנגעקוקט 'ווי פון די לבנה'...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5498
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
קיקט אויס אז ס'איז מעגליך...
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
איך פלעג אמאל ליגן ראשי ורובי אין פאליטיק אבער איך האב מיך צוביסלעך אפגעריסן דערפון, איך ליין נישט קיין שום נייעס נאר אויף אייוועלט און נישט כמעט קיין פאליטיק. איך האלט אז די רופובליקאנער האבן בעסערע פאליסיס אבער סגייט מיך שוין נישט פערזענליך אן ווער סגעווינט. דער אייבירשטער האט אונז געוויזען די יאר אז קיינער איז נישט און טשארזש נאר ער, סא לאמיר וואוטן פאר אים און פערטיג. איך פלאן נישט צו זען די דעבאטעס און ביי די עלעקשן גיי איך לערנען ענדרעש
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 840
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
פופציגער האט געשריבן:זעענדיג ווי עטליכע באקאנטע מיינע ליגן ראשם ורובם ושלחנם אין די וואלן און דאס לאזט זיי נישט קיין מנוחה, האב איך פעסטגעשטעלט אויף מיינע ביינער אז ס'מעגליך זיך איינצוהאלטן, און איך קען זאגן ב"ה ביי די יעצטיגע וואלן אז איך ווייסל כאורה ווייניגער איבער די וואלן ווי דער עוורידזש כתה ח' אינגל!
אשרינו שזכינו!!
איך קען נישט קיין פאולס און קיין סטאטיסטיקס, איך ווייס נישט קיין סקאנדאלן, קוים וואס איך קען נעמען ארום דעם קאמפיין (חוץ די צוויי הויפט קאנדידאטן)
פאר אזאלכע מענטשן ווי אייך האב איך געעפנט דעם אשכול קומט ארויף זייט אייך מחזק!
קעיעמביעיזשען
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
א שיינע אשכול! באלאנגט אבער אין פארברענג.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 455
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
האמת הצפון האט געשריבן:פופציגער האט געשריבן:זעענדיג ווי עטליכע באקאנטע מיינע ליגן ראשם ורובם ושלחנם אין די וואלן און דאס לאזט זיי נישט קיין מנוחה, האב איך פעסטגעשטעלט אויף מיינע ביינער אז ס'מעגליך זיך איינצוהאלטן, און איך קען זאגן ב"ה ביי די יעצטיגע וואלן אז איך ווייסל כאורה ווייניגער איבער די וואלן ווי דער עוורידזש כתה ח' אינגל!
אשרינו שזכינו!!
איך קען נישט קיין פאולס און קיין סטאטיסטיקס, איך ווייס נישט קיין סקאנדאלן, קוים וואס איך קען נעמען ארום דעם קאמפיין (חוץ די צוויי הויפט קאנדידאטן)
פאר אזאלכע מענטשן ווי אייך האב איך געעפנט דעם אשכול קומט ארויף זייט אייך מחזק!
גא"מ
ביי די דעבאטע האבן מיר געפיהלט ווי עס ווערט צו פערסאנאל - און דערפאר זיך דיסקאנעקטעד בעזהשי"ת ביז דינסטיג נאכט 8 אזייגער.
עס איז נישט מעגליך נישט צו הערן א ווארט דא און דארט, אבער איך פרעג נישט קיין קשיות און זוך נישט קיין ווארט און עפען נישט קיין אשכול\לינק פון די גאנצע נושא.
עס איז זיס און רואיג און צייט צו לערנען און ארבעטן
פון די אנדערע זייט, מיין חבר'ס געפיהלן האלטן שוין אזוי ווייט אז ער האט גע'בעט אויף $25,000 אויב טראמפ מאכט עס נישט!
"איך בין גרייט צו פארלירן און שערן די צער פון טראמפ אויב ער פארלירט"
- פופציגער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9899
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
[/quote][/quote]חיים אלכסנדר האט געשריבן:
פון די אנדערע זייט, מיין חבר'ס געפיהלן האלטן שוין אזוי ווייט אז ער האט גע'בעט אויף $25,000 אויב טראמפ מאכט עס נישט!
"איך בין גרייט צו פארלירן און שערן די צער פון טראמפ אויב ער פארלירט"
שיק דעם חבר צו מיר!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8296
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
חיים אלכסנדר האט געשריבן:
פון די אנדערע זייט, מיין חבר'ס געפיהלן האלטן שוין אזוי ווייט אז ער האט גע'בעט אויף $25,000 אויב טראמפ מאכט עס נישט!
"איך בין גרייט צו פארלירן און שערן די צער פון טראמפ אויב ער פארלירט"
שיגענער...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
- פופציגער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9899
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
סתם א קרישקעלע,
כווייס נאך יעצט נישט ווער עס איז אויסגעקומען בעסער ביים דעבאטע.
(מען ווייסט בכלל?? שוין געווען מער ווי איין דעבאטע?? טערעסירט מיך נישט!)
כווייס נאך יעצט נישט ווער עס איז אויסגעקומען בעסער ביים דעבאטע.
(מען ווייסט בכלל?? שוין געווען מער ווי איין דעבאטע?? טערעסירט מיך נישט!)
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 971
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
[/quote]פופציגער האט געשריבן:חיים אלכסנדר האט געשריבן:
פון די אנדערע זייט, מיין חבר'ס געפיהלן האלטן שוין אזוי ווייט אז ער האט גע'בעט אויף $25,000 אויב טראמפ מאכט עס נישט!
"איך בין גרייט צו פארלירן און שערן די צער פון טראמפ אויב ער פארלירט"
שיק דעם חבר צו מיר!!![/quote]
גא״מ
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: איז מעגליך זיך איינצוהאלטן און נישט מיטהאלטן די וואלן נייעס?
חיים אלכסנדר האט געשריבן:
פון די אנדערע זייט, מיין חבר'ס געפיהלן האלטן שוין אזוי ווייט אז ער האט גע'בעט אויף $25,000 אויב טראמפ מאכט עס נישט!
"איך בין גרייט צו פארלירן און שערן די צער פון טראמפ אויב ער פארלירט"
דאונט בעליוו איט!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש