צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 9:40 pm

אם אין דעת הבדלה מנין. אמאל כדי ארויסצוברענגען א נקודה נעמט אן עקסטרעמע משל וואו דער קאנצעפט איז קלאר און מען עפלייעט עס צום נמשל ארויסצוברענגען אז באופן דק איז עס אויך שייך דארט און אז עס איז גוט צו האלטן פאר די אויגן די נקודה.

ווער עס דיסעגריעט מיט דעם פוינט, ווי קען עגרי טו דיסעגרי, אבער וואס איז די פוינט פון אטאקירן?


יעצט, שריי מיר נישט צוריק מיט דעם כישוף ווארט "אנטי", ווייל אויב יא, האסטו געוואונען די דעבאטע.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 9:41 pm

@איינס דו קומסט אריין זייער קלאר און שארף. @כאניש זייער קלאר ארויסגעברענגט

זאכן הייבן זיך אן אויסציקלארן, סאו פאר וואס איך נעם ארויס פון דעם אשכול:
- די אנטי באוועגונג לייד אויף פאביעס אז די מענטשהייט זוכט זיי צי דיקטירן און דאס בארירט זיי אין קאפ מיט פאלשע קאמפלעקסעס וואס הייבן זיך נישט אן. היינו טעמא דעסקנים והיינו טעמא דגאווערמענט
- נאך א איינגעווארצעלטע טעות מיט וואס זיי לעבן איז וויבאלד די רוב איז זיכער זיך טועה מיז זיין אינגאנצן דאס פארקערטע / דאס נעמט אריין אין זיך א הנחה נוספת אז א מיעוט איז בהכרח גערעכט ווייל ארויסציגיין קעגן דעם שטרום מיז דאך קומען פון א שיטה און א שיטה מיז קומען פון קאפ איז בהכרח אז זייער מהלך האט א הסבר. אבער אז די הסבר איז קרים פאלט זיי נישט ביי ווי @איינס האט שיין צינומען,
ס'איז שטארק זעהבאר דא ווי אזוי זיי זענען אינגאנצן דיקטירט ביי זייערע קריאזע געדאנקען...

אינטערסאנט @יש בו, איך בין גראדע געווען א פרישע אימיגראנט דא אויפן וועלטל אין יענעם שעת חירום, איך האב אף על פי כן געשריבן א גאר שארפן אשכול קעגן דעם גאווערנאר (וואס האט דעמאלטס אולי אויסגעקוקט איבערגעטריבן...), ס'וועט געוויס זיין אינטערסאנט פאר די ליינער דא צי אנאלעזירן די דיפערענצן פון אינזערע אשכולות. מיינע פונקטן וואס טייטלן צים גאווערנאר זענען אסאך שארפער ווי דיע דא, דאך איז מיר נישט בייגעפאלן צי קאנספירירן אינעם דיקטאטורישן ריכטונג. דו ווייסט פארוואס? ווייל מיין געדאנקען גאנג איז פריי פון פאביעס און אומעקזיסטירענדע שרעק, מיינע בייפעלער זענען נישט קיין תוצאה פון געטריבענע אנטי אגענדעס. איך קען האלטן (און איך האלט) אז דער גאווערנאר איז דער ערגסטער צוויי פנים'דיגער פארשוין אין אינזער סענטארי, דאך קען איך באשליסן אז די געזינטע וועג צי האנדלן איז דורך זיך צישטעלן צי איהם און צי זיינע ארדערס. איך בין נישט דיקטירט ביי אן אינערליכע קול וואס הייסט מיר גיין פארקערט, אפילו איך האלט אנדערש.

האט עטס דעם אשכול (אלנפאלס ווער האט גע'חלום'ט אז דאס וועט ווירקליך פאסירן, 30 וואכן... און ס'קוקט אויס ווי מ'גייט ח"ו נאך אפילו אריבערגיין די 30...)
viewtopic.php?p=2201282#p2201282
איידער איר גיבט א שפאן / אין מרה שחורה אריין / געבט אייך א דערמאן / אז פינקט ווי אן עראפלאן / וואס פארט קיין קאזאחסטאן / איז קיין ניק נישט פארהאן / וואס טראגט א טורבאן

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:18 pm

באמת, עס איז נישט אזוי שווער צו צווישן מענטשן איבער די חילוקים צווישן קאמוניסטישע מדינות און דעמאקראטישע מדינות, אמאל פלעגן זיין שטארקע פראפאגאנדע מאשינען סיי פון נאצי דייטשלאנד און סיי פון די סאוויעטן פארבאנד וואס האבן כסדר געהאמערט מיט אזעלכע פוינטס, און אסאך מענטשן האבן זיי געגלייבט, פרעזידענט רעיגען האט געזאגט אויף דעם א גוט ווארט, קוק אויף וועלכע זייט די מאשין געווער ביים בערלינער וואנט איז אויסגעדרייט, קיינער זוכט נישט צו אנטלויפן פון מערב דייטשלאנד קיין מזרח, מען לויפט נאר אויף די פארקערטע וועג.
פארדינט $40!!!
באקומט $40 ווען איר עפנט א Rakuten אקאונט, און איר קויפט איין פאר $40 אין צענדליגער אנליין סטארס.

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:24 pm

נשמת השכל האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל, איין זאך נאר:

עס איז נישט קיין עבירה צו זיין תמימות'דיג און טראסטן און גלייבן אלעס וואס מען פארקויפט דיר, אבער איין זאך בעט איך דיר: דערקלער נישט אז דו ביסט גאר דער חכם - און דער חשדן ומבין דבר מתוך דבר ער איז גאר דער שוטה..

אז דו ווילסט זיין תמימות'דיג כל הכבוד, אבער ביטע פארוואנדל נישט דיין תמימות אלס א געוואלדיגע חכמה, און יענעמ'ס הבנה אלס טיפשות.

דאס איז אונזער וועלטל, אויב גלויבט מען אלעס און יעדן דאן איז מען דער חכם, און אויב גלויבט מען נישט אלעס און יעדן נאר מען פרובירט זיך אביסל [נאר אביסל..] זיך צו דערגרינטעווען צו פארשטיין וואס עס ליגן אונטער זאכן - דאן איז מען דער נער.

כי דור תהפוכות המה! וסר מרע משתולל!

די קליינקעפיקעייט פון מיינען אז נאר ווער סקומט צום זעלבן מסקנא וואס דו ביסט צוגעקומען האט חוקר געווען, און ווער סהאלט אנדערש איז בלי ספק אז ער האט קיינמאל געטראכט, די מין מהלך המחשבה קומט פון נישט טראכטן.

דו האסט זיך דערקלערט אז דו ביסט דער טראכטער, בעוד די אנדערע זענען תמימות'דיגע וואס מיינען אז זיי טראכטן.
נו גיי פרעג דיר אפ. איך פאר מיר ווייס איך אז איך טראכט און דאך האלט איך נישט ווי דיר.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:30 pm

יש בו האט געשריבן:איך בין נישט געווען מדיוק מיט די דאטום,
איך האב געמיינט צו זאגן אין די ערשטע כוואליע, איך האב יעצט נאכגעקוקט אין מיין פייל עקספלארער די דאטום וואס די פייל איז געווארן קריעטעד

tempsnip.png

פארגעס נישט צוריק צו טוישן די נאמען פונעם פייל צום ארגינעלען נאמען... :lol:

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:32 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:@איינס דו קומסט אריין שארף.

אכן.
נארמאל טריי איך נישט צו אטאקירן ווען איינער לאזט זיך הערן זיין דעה, איך פארשטיי אז יענער מעג שרייבן זיין בויכוויי פונקט ווי איך מעג מיינס.
אבער לעצטנס איז עפעס אנגעקומען א מין געשמאק צו שרייבן גאר מאדנע ביז עקסטרעם פאריקטע דעות, און נאך מסבירן איין מאל און נאכאמאל אז דאס קומט פון מוראדיגע ברייטקייט און פארשטאנד, בעוד וואס בדרך כלל קומט דאס פון די פאקערטע.
אבער צומאל ווען א זייטיגער ליינער קוקט צו זעהט ער מוראדיגע כלים יש בהם הכל בכל מלאים בהשכל ודעה, אבער ווען משטעלט זיי אפ אנטפלעקט זיך די ווארהייט וואס ליגט באהאלטן אונטער דעם. א מין פארביסנקייט וואס שלעפט דעם שכל צו פאקרומטע נארישע פאנטאזיעס און רעיונות אז סכאפט א שרעק צו וואו א מענטשליכע מח קען פאקריכן.
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

בפשיטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך בפשיטות » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:35 pm

איינס האט געשריבן:.

;l;p- פאר אייער חתימה...

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך יש בו » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:37 pm

:lol:
בפשיטות האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:.

;l;p- פאר אייער חתימה...
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך יש בו » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:41 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:איך בין נישט געווען מדיוק מיט די דאטום,
איך האב געמיינט צו זאגן אין די ערשטע כוואליע, איך האב יעצט נאכגעקוקט אין מיין פייל עקספלארער די דאטום וואס די פייל איז געווארן קריעטעד

tempsnip.png

פארגעס נישט צוריק צו טוישן די נאמען פונעם פייל צום ארגינעלען נאמען... :lol:

דער ארטיקל איז געשריבן געווארן 4 טאג נאך דעם תגובה,
אלץ א דירעקטע רעזאלטאט
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:44 pm

פון יוני 15 ביז אקטאבער 19 איז אפאר מינוט?...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך יש בו » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:45 pm

איך האב געווארט אז די גאס זאל זיך בארואיגן, ווען איך לייג עס ארויס דעמאלטס וואלטן ווייניגער מענטשן פארשטאנען,

משא"כ יעצט
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:47 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:איך בין נישט געווען מדיוק מיט די דאטום,
איך האב געמיינט צו זאגן אין די ערשטע כוואליע, איך האב יעצט נאכגעקוקט אין מיין פייל עקספלארער די דאטום וואס די פייל איז געווארן קריעטעד

tempsnip.png

פארגעס נישט צוריק צו טוישן די נאמען פונעם פייל צום ארגינעלען נאמען... :lol:


ווען ער וואלט געטוישט די נאמען וואלט ארויפגעקומען אז עס איז געווארן מאדיפייד אקטאבער 20.
פארדינט $40!!!
באקומט $40 ווען איר עפנט א Rakuten אקאונט, און איר קויפט איין פאר $40 אין צענדליגער אנליין סטארס.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:47 pm

יש בו האט געשריבן:איך האב געווארט אז די גאס זאל זיך בארואיגן, ווען איך לייג עס ארויס דעמאלטס וואלטן ווייניגער מענטשן פארשטאנען,

משא"כ יעצט

...פארשטייען עס די זעלבע גרופע וואס וואלטן עס דאן פארשטאנען.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:51 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:איך בין נישט געווען מדיוק מיט די דאטום,
איך האב געמיינט צו זאגן אין די ערשטע כוואליע, איך האב יעצט נאכגעקוקט אין מיין פייל עקספלארער די דאטום וואס די פייל איז געווארן קריעטעד

tempsnip.png

פארגעס נישט צוריק צו טוישן די נאמען פונעם פייל צום ארגינעלען נאמען... :lol:


ווען ער וואלט געטוישט די נאמען וואלט ארויפגעקומען אז עס איז געווארן מאדיפייד אקטאבער 20.

נישט ריכטיג. קענסט טוישן די פייל נאמען אין די פראפערטיס און ס'טוישט נישט די דאטום.

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2099
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:59 pm

איינס האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל, איין זאך נאר:

עס איז נישט קיין עבירה צו זיין תמימות'דיג און טראסטן און גלייבן אלעס וואס מען פארקויפט דיר, אבער איין זאך בעט איך דיר: דערקלער נישט אז דו ביסט גאר דער חכם - און דער חשדן ומבין דבר מתוך דבר ער איז גאר דער שוטה..

אז דו ווילסט זיין תמימות'דיג כל הכבוד, אבער ביטע פארוואנדל נישט דיין תמימות אלס א געוואלדיגע חכמה, און יענעמ'ס הבנה אלס טיפשות.

דאס איז אונזער וועלטל, אויב גלויבט מען אלעס און יעדן דאן איז מען דער חכם, און אויב גלויבט מען נישט אלעס און יעדן נאר מען פרובירט זיך אביסל [נאר אביסל..] זיך צו דערגרינטעווען צו פארשטיין וואס עס ליגן אונטער זאכן - דאן איז מען דער נער.

כי דור תהפוכות המה! וסר מרע משתולל!

די קליינקעפיקעייט פון מיינען אז נאר ווער סקומט צום זעלבן מסקנא וואס דו ביסט צוגעקומען האט חוקר געווען, און ווער סהאלט אנדערש איז בלי ספק אז ער האט קיינמאל געטראכט, די מין מהלך המחשבה קומט פון נישט טראכטן.

דו האסט זיך דערקלערט אז דו ביסט דער טראכטער, בעוד די אנדערע זענען תמימות'דיגע וואס מיינען אז זיי טראכטן.
נו גיי פרעג דיר אפ. איך פאר מיר ווייס איך אז איך טראכט און דאך האלט איך נישט ווי דיר.

ניין! איך האב דאס נישט דערקלערט.
איך האב נישט גערעדט צו די וואס טראכטן טאקע יא [אולי..], איך האב גערעדט צו דיזן סארט געדאנקענגאנג וואס זאגט; אז טראכטן און חושד זיין זאכן - דאס איז טיפשות און משוגעת, און גלייבן אלעס וואס מען פארקויפט אין די ברייטע גאס דאס איז חכמה. פון דעם האב איך גערעדט.

אויב ביסטו טאקע פון די חברה טראכטער'ס - דאן מיין איך אז דו פארשטייסט וואס איך מיין.

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2099
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 12:01 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:איך האב געווארט אז די גאס זאל זיך בארואיגן, ווען איך לייג עס ארויס דעמאלטס וואלטן ווייניגער מענטשן פארשטאנען,

משא"כ יעצט

...פארשטייען עס די זעלבע גרופע וואס וואלטן עס דאן פארשטאנען.

...פארשטייען עס נישט די זעלבע גרופע וועלעכע וואלטן עס דאן אויך נישט פארשטאנען.

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך יש בו » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 12:04 am

איך וויל געבן א דוגמה, א ניק ווי @מטעמים וואלט עס נישט פארשטאנען בשעת די גאס איז נאך געווען אין א בהלה (לדעתי), אבער יעצט יא,
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 12:10 am

נשמת השכל האט געשריבן:
דו האסט זיך דערקלערט אז דו ביסט דער טראכטער, בעוד די אנדערע זענען תמימות'דיגע וואס מיינען אז זיי טראכטן.
נו גיי פרעג דיר אפ. איך פאר מיר ווייס איך אז איך טראכט און דאך האלט איך נישט ווי דיר.

ניין! איך האב דאס נישט דערקלערט.
איך האב נישט גערעדט צו די וואס טראכטן טאקע יא [אולי..], איך האב גערעדט צו דיזן סארט געדאנקענגאנג וואס זאגט; אז טראכטן און חושד זיין זאכן - דאס איז טיפשות און משוגעת, און גלייבן אלעס וואס מען פארקויפט אין די ברייטע גאס דאס איז חכמה. פון דעם האב איך גערעדט.

אויב ביסטו טאקע פון די חברה טראכטער'ס - דאן מיין איך אז דו פארשטייסט וואס איך מיין.

האסט זיך נישט דערקלערט, אבער איין שורה נאכדעם האסטו זיך נישט געקענט איינהאלטן און אריינגעלייגט די אולי...
כי דור תהפוכות המה.
לערן זיך אויס א כלל, ווען דו ווערסט געוואר אז אויף גוגל קען מען סערטשן זאכן, זיי נישט קיין בהמה צו טראכטן אז דו ביסט דער ערשטער וואס האט דאס אויסגעפיגורט. אלעס איז יתכן, אפילו יתכן אז דער מעיער איז א דיקטאטור און אונז זענען אלע באאינפלוסט, אלע שפעקולאציעס איז גוט צו זיך אביסל אינטערהאלטן אדער צו נעמען החלטות מיט ישוב הדעת. ווען מפאקריכט און מקומט אויף מיט אלע מאדנע טעאריעס, באגלייט מיט געפונסן וואס מהאט פריש אנדעקט (קיינער האט זיי נאכנישט געטראפן ביז היינט, נאר ער מיט גוגל ווייסן פון דעם ) און דערנאך נעמען די טעאריע און נעמען צו א 100 פראצענטיגע מסקנא, פון די חברה האב איך גערעדט, אויב גלייבסטו נישט רוב זאכן וואס נארמאל מענטשן גלייבן, דאן מיין איך אז דו פארשטייסט וואס איך מיין
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2099
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 12:13 am

איינס האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
דו האסט זיך דערקלערט אז דו ביסט דער טראכטער, בעוד די אנדערע זענען תמימות'דיגע וואס מיינען אז זיי טראכטן.
נו גיי פרעג דיר אפ. איך פאר מיר ווייס איך אז איך טראכט און דאך האלט איך נישט ווי דיר.

ניין! איך האב דאס נישט דערקלערט.
איך האב נישט גערעדט צו די וואס טראכטן טאקע יא [אולי..], איך האב גערעדט צו דיזן סארט געדאנקענגאנג וואס זאגט; אז טראכטן און חושד זיין זאכן - דאס איז טיפשות און משוגעת, און גלייבן אלעס וואס מען פארקויפט אין די ברייטע גאס דאס איז חכמה. פון דעם האב איך גערעדט.

אויב ביסטו טאקע פון די חברה טראכטער'ס - דאן מיין איך אז דו פארשטייסט וואס איך מיין.


לערן זיך אויס א כלל

ישר כוח.


עושה שלום במרומיו...

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 12:14 am

די כלל האב איך געטראפן דורך א סירטש אויף גוגל.

בד''ו נשמת איז א ניק וואס בשעת בהלה האט ער נישט פארשטאנען אבער שפעטער נאכן איבערטראכטן פארשטייט ער שוין.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2099
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 12:18 am

איינס האט געשריבן:די כלל האב איך געטראפן דורך א סירטש אויף גוגל.

בד''ו נשמת איז א ניק וואס בשעת בהלה האט ער נישט פארשטאנען אבער שפעטער נאכן איבערטראכטן פארשטייט ער שוין.

אז דו ווילסט גיין פערזענליך דאן ביסטו שוין יעצט דער קלארער געווינער.

גוטע נאכט.

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 12:19 am

חס ושלום, פארוואס פערזענליך, אונז שמועסן נאר איבער די טיפקייט פון דורכטראכטן א זאך.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

נפשי חמדה
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך נפשי חמדה » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 12:20 am

איינס האט געשריבן:חס ושלום, פארוואס פערזענליך, אונז שמועסן נאר איבער די טיפקייט פון דורכטראכטן א זאך.

זאגט נאר! אן פליקן גייט עס נישט ביי אייך??
אז די רבי'ס ווערן פאלעטישאנ'ס דאן ווערן די פאלעטישאנ'ס רבי'ס... (הרה"ק מסאטמאר = קרעדיט: מאמענט בשם די מעלות)

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 12:23 am

ווען מקען ווען צוריק דרייען דעם זייגערל צו צייטן וואס שמועסן זענען געגאנגען געשמירט און נישט יעדן מאל מרעדט איבער דאקטורים מעדעצין עסקנים וכל הקרוב לזה ווערט די אשכול פארפלייצט מיט מאדנע פאקרימטע הבלים וואלט איך נישט געדארפט אזוי פליקן.
ומאי שנא האי אשכול דקא גרים?
דא האט מען דאס גאר גוט ארויס געברענגט, די מהלך איז זייער גראב ארויסגעקומען
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 12:33 am

איי לאוו דיס אשכול

נאך א מזל מיר שטייען יעצט אין די נישט מעקן עפאכע, אין אנדערע צייטן וואלט נעבעך דער געשמאקער אשכול נישט געהאט קיין קיום

איינס, יישר כח פאר די אינטערטעינמענט
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט