בודזשעטינג: קען א מלמד אין ניו יארק סיטי זיין א שיינע און א הויעכע פארדינער?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

בודזשעטינג: קען א מלמד אין ניו יארק סיטי זיין א שיינע און א הויעכע פארדינער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

בס״ד, איך האב נישט קיין צייט און כח צי שרייבען באריכות סא גלייך צי די פוינט.

אריינפור:
חס ושלום צי טראכטען נישט צי געבן א טיפ פאר א מלמד וועגן ליינען וואס איך שרייב דא. נאך מער די גרעסער די טיפ וואס מען געבט פאר א מלמד די בעסער. פון מיין אייגענע עקספיריענס: ס׳העלפט די מלמד זאל געבן עקסטערע קעיר און הילף פאר אייערע קינד. נאך א זאך אפי׳ וואס איך שרייב דא האב איך נישט איינונג וויפעל מלמדים האבן אלעס וואס איך שרייב דא, און קען אפי׳ זיין אז ביי אסאך מוסדות קען מען אפי׳ דאס וואס איך שרייב נישט אויס אויס ארבייטן, ממילא קען אפי׳ זיין אז פאר רוב מלמדים איז נישט ריכטיג וואס איך שרייב דא. און ממילא איז אייערע טיפ גאר וויכטיג פאר צי העלפן דעם מלמד און קען אפי׳ זיין אז איר וועט העלפן אז די מלמד זאל בלייבן אויף זיין פאסטן טוהן די הייליגע ארבייט א דאנק אייך/אייערע טיפ. אלעס וואס איך שרייב איז פלעין צי געבן א בודזשעטינג וועג פון טראכטען און איך ניץ די מלמד אלטס א משל בעלמא זייענדיג אזא סארט ארבייט וואס מענשטן טוהן פאר יארן לאנג און איז אזא סארט ארבייט ביי אונז היימישע חסידישע מוסדות ווי באקומען א געהאלט העכערונג איז כמעט אדער בכלל נישט שייך.

שוין געווען דא די לעצטע פאר יאר זייט איך ליין דא אסאך אשכולות איבער דעם אז א מלמד פארדינט ווייניג און מען וואלט איהם אסאך שענער געדארפט צאלן (ביי די מסקנה גיי איך סיי וויי אזוי בלייבן, ווייל א מלמד וואלט געדארפט פארדינען כאטש 200 אלפים א יאר, ווי מען זעהט אז די גיום פארשטייען אזוי און צאלן די נאמבערס פאר די פאבליק סקאל טיטשערס אזאלכע נאמבערס, מיט א הערליכע ריטייערמענט פלאן. און אגב ווער ס׳ווייזט נאר אביסעל ווייסט אז א מלמד איז באמת א שווערע און גאר איבערגעבענע דזשאב ואין להאריך כעת, און מען וואלט זיי צוליב די חשבנות זעכער אסאך שענער געדארפט באצאלן בכל אופן.) לויט די ארבייט וואס ער טוט און אנדערע האבן געברענגט אז ביי די לייטווישע צאלט מען יא שיין פאר א מלמד דערנאך איז געווען דא אמאל א אשכול מיט די שאלה וואס וואלט געווען ווען מען צאלט ווען יא שיין פאר א מלמד.

וויל איך דא קלאר שטעלן פון מיין ריסערטש, אז כאטש וואס ס׳קען זיין אז אין רוב פעלער (איך האב נישט קיין אנונג וויפעל פערצענט, צו רוב צי וויפעל יא אדער נישט.) איז א מלמד נישט קיין הויעכע פארדינער, קען אבער א מלמד דיירעקט יא זיין א הויעכע middle income פארדינער, און איך קען פערזענליך אזא איינער, ואסביר.

דיסקליימער: וואס איך שרייב דא קומט נאכן רעדן צו א מלמד פאריגע וואך פלאס מיין אייגענע נאלעדזש.

א מלמד האט מיך פאריגע וואך דערציילט אז ווען מען איז אויף welfare קען מען האבן מיט א קינדער געבענטשטע משפחה ארום 60-70 אלפים ווערט אין פראגרעמס. די אכטער, פאד סטעמפס, א עקסטערע רענט טשעק, חודש׳לעך, וואטשערס פאר אלע קינדער, און ס׳דא נאך אפאר פראגרעמס וואס מען קען באקומען וואס איך וויל נישט דא אריין גיין. אכ״פ מיט זיין אויכעט לאמיר זאגן א האלבע טאג א טיטשער נאכן זיין מלמד, און אז די אינקאם שטומט פאר צי גיין אויף welfare קען מען ענדיגען די יאר לפי החשבון מיט ארום 120 אלפים רעכענענדיג אלעס אינקלאדעד, ווי די נישט צאלן שכר לימוד, ווייל ער האט וואטשערס, נישט צאלן רענט ווייל ער האט די אכטער און נאך א רענט טשעק אויכעט, און די אנדערע פאר זאכן. און אפגערעדט אויכעט א באנגעלא מיט עסן אין די זימער בחינם, און נאך אויך ביי אסאך מוסדות אויך בחינם ישובה פאר די מלמד׳ס בחורים.

לאמיר שוין מאכן א דיסקליימער אז פאר צי קריגען די אכטער דארף מען זיין גרייט צימאל צי שוויצן אפאר יאר און זיין גרייט למשל צי מויפן פאר א יאר צי א ווייטע געגנט אין אפסטעיט למשל, און שטייציך א קליינע פערצענט מענשטן קומען נישט אן צי עס באקומען, אבער מנסיוני פון מיט האלטן מיט אסאך יונגעלייט זענען רוב וואס זענען געווען גרייט צי שוויצען עס נאך צי גיין האבן עס ביים סויף באקומען.

לאמיר צי לייגן נאך צוויי נקידות.

איינס. א מלמד על פי רוב ווייסט ווי אזוי צי ניצען געלט אסאך בעסער ווי אן ארבייטער און בודזשעט אסאך בעסער (איך זעה אפאר סיבות דערצי, אבער כ׳האב נישט יעצט די צייט עס צי מסביר זיין, אפשר א צווייטע מאל) און קען דעראיבער אסאך מער אוועק לייגן און מען זעהט טאקע ווי מלמדים קויפן אלע הייזער בעת וואס אסאך ארבייטער אפי׳ ווען זיי ווילן, קומען זיי נישט אן צי קויפען הייזער.

צווייטענס. שוין דערמאנט אפאר מאל וואס די באקאנטע בודזשעטינג ארג. מסילה האט פעסט געשטעלט מיט עטליכע רבנים אז מלמדים און בני תורה דארפן זיך נישט זארגן (סעיווען מעגן זיי) פאר די עתיד ווייל מען זעהט בחוש ווי די באשעפער העלפט און פארזארגט זיי. איך מיין אז דאס איז אויך א סיבה פארוואס זיי בודזשעטען בעסער, ווייל ווו געמיזט פון עטליכע רבנים הגאונים, ווייל זיי האבן א מורא׳דיגע סייתא דשמיא. איך רעד שוין אפי׳ נישט פון די קאסע׳ס וואס די מוסדות האבן דיירעקט צי העלפן מלמדים חתונה מאכן און געבן זיי דעמאלטס א הערליכע סכום פון ביז 10 אלפים פער חתונה. ואשרי להם ואשרי חלקם פון די עשורים וואס זענען מזכה די מלמדים וזכות גדול תליא בידם.

וואס וויל איך דא פארדינען? קודם כל אויס לערנען ווי אזוי מען טראכט פון א בודשעטינג פוינט אף וועיא. וואס למשל א מלמד זאל נאכגיין אויב ער פוהלט ווי ער וויל פארלאזן די מלמדות, נישט פארדינען׳דיג געניג צי שפייזען זיין משפחה.

צווייטענס. איך מיין לויט ווי אונז שמיעס מער איז די חסידישע מלמד אסאך מער גליקליכער ווי די ליטווישע, ווייל ווען זיי געבן זייער מלמד אפי׳ 100 אלפים א יאר בלייבט ער מיט אסאך ווייניגער ווי די חסידישע מלמד בלייבט מיט, פארגעס נישט אז די חסידישע מלמד צאלט נישט קיין טעקס מיטן באקמען פארסענידזש און דאכצאך אז די ליטיווישע קריגען נישט קיין פארסינעדזש. אבער אפי׳ אויב די ליטווישע קריגען יא בלייבט די חסידישע מלמד נאכאלטס מיט מער אינקאם. דאס אלעס ווי געזאגט שרייב איך לויט א שמיעס מיט א מלמד די אנדערע וואך פלאס מיין אייגענע נאלידזש, פארשטייציך ס׳קען זיין איך מאך א טעות מיט עפעס, און אדרבה לאמיר הערן. בכל אופן ווי געשמיעסט זעהט מען בחוש וואספארע מורא׳דיגע סייתא דשמיא מלמדים האבן, ואשרי להם ואשרי חלקם בזה ובבא.
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מאנטאג אקטאבער 26, 2020 6:17 pm, פארראכטן געווארן 8 מאל.
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

טרענסלעיטאר געזוכט
געשריבן דורך: נעכטן
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

זייער שיין.
איך מיין אויך אז א מלמד הייבט אן שיין מיט די וועידזש.
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

נאך א געוועלדיגע מעלה וואס א מלמד האט וואס איך ווייס נישט צו זיין פארשטייען די טיפקייט דערפון איז אז זיי קומען אן גרייט רוחנית'דיג צי יעדע יוםטוב אנגעפולט מיט מעשיות, טעמים אויף מנהגים אין אזוי וויטער, זיי לערנען דעיס דאך אויס פאר די קינדער, מה שאין כן ארבעטער פאלען אריין צום יאנטעף אן אפגעמיטשטער, אין כאפט יא עפעס א חאסידישע ספר פאר מעריב שלאפט מען איין
אבער,,
זיין א מלמד איז נאכאלץ עפעס וואס מען דארף קענען באווייזען, און זיי פארדינען ערליך א שיינע טיפ דא אין דארט.

אגב אז די שרייבסט וועגען די ליטווישע, זיי קריגען נישט א פערטעל סכום אין טיפ'ס וואס די חאסידישע באקומען.
נאך האב איך אמאל געהערט אז ליטווישע מיגידי שיעורים (נישט מלמדים) הייבען אן ארבעטען גענצליך בחינם, אין נאך א יאר צוויי אז מען איז גאר גוט צאלט מען , און אין די בעסערע ישבות, דארף מען גאר באַצאָלען צי באקומען א פאסטען - דיסקלעימער נישט געהערט פון א מגיד שיעור ליינס
נאך איינער

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

סאיז דא איין מיסקאלקעלישן וואס מענטשן מאכן אייביג ווען מרעדט פין מלמדים'ס פארדינסטן, די אלע בענעפיטן וואס די מוסדות געט קאנווערט נישט אלע יארן וואס מארבעט, לדוגמא שכר לימוד, אפילו זימער, א מענטש וואס מאכט אזא געהאלט ווי א מלמד פארט נישט אין קאנטרי ווען מהאט נישט קיין קליינע קינדער, סא קיין 12 טויזנט דאלאר א יאר פארדינסט איז עס נישט, עסן מיט יוטיליטיס יא, די זעלבע זאך מיט פראגראמס ווען מהאט שוין נישט קיין קינדער אין שטוב איז עס סאך ווייניגער געלט, ווען מעוורידשט עס לויט די יארן איז עס פיל ווייניגער ווי סקיקט אויס, משא"כ א רעגולער ארבייטער, וועט מאכן בדרך כלל די זעלבע געלט אפגעזען די מצב אין שטוב,

אלע מלמדים קויפן הייזער איז דימיונת, אין פאקט, זיין א מלמד מיינט לעבן אן אויסגערעכנטן שפארזאם לעבן, אין/אדער די ווייב זאל דארפן ארבעטן, לפענ"ד איז די שווערסטע חלק אלס מלמד, נישט האבן קיין שים פיוטשער, אבער פין די אנדערע זייט איז דא די געפיל איז מהעלפט אויפשטעלן יודישע דורת,
פרץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרץ »

אינטערסאנט אז די מוסדות מוטשען זיך צו טרעפן געלונגענע מלמדים, און פארוואס אזוי ווייניג האבן וועלפעיר (-וואס איז ז' מדורי גיהנם סתם אזוי)
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אינטערעסאנט אז איינער וואס פארקויפט 'בודזשעטינג' איז עמטליך פאר וועלפעיר. געווענליך איז עס פארקערט.
צווייטענס. שוין דערמאנט אפאר מאל וואס די באקאנטע בודזשעטינג ארג. מסילה האט פעסט געשטעלט מיט עטליכע רבנים אז מלמדים און בני תורה דארפן זיך נישט זארגן (סעיווען מעגן זיי) פאר די עתיד ווייל מען זעהט בחוש ווי די באשעפער העלפט און פארזארגט זיי.

אויב מ'גייט שוין אזוי ווייט, קען מען דאס זאגן אויף יעדעם אויך, ווייל סוף כל סוף האט יעדער סיעתא דשמיא.

נאך א נקודה, מלומדות איז נישט קיין דזשאב צו מאכן געלט, נאר פאר איינער וואס זוכט באמת צו העלפן קינדער שטייגן און פאר איינער וואס האט די געפיל דערצו. אלע מלמדים וואס טוען עס פאר פרנסה ווייל מ'צאלט נישט שלעכט, בלייבן נישט קיין מלמד פאר צו לאנג, זיי פארלירן דאס געדולד צו שנעל, ואכמ"ל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

נאך איינער האט געשריבן:סאיז דא איין מיסקאלקעלישן וואס מענטשן מאכן אייביג ווען מרעדט פין מלמדים'ס פארדינסטן, די אלע בענעפיטן וואס די מוסדות געט קאנווערט נישט אלע יארן וואס מארבעט, לדוגמא שכר לימוד, אפילו זימער, א מענטש וואס מאכט אזא געהאלט ווי א מלמד פארט נישט אין קאנטרי ווען מהאט נישט קיין קליינע קינדער, סא קיין 12 טויזנט דאלאר א יאר פארדינסט איז עס נישט, עסן מיט יוטיליטיס יא, די זעלבע זאך מיט פראגראמס ווען מהאט שוין נישט קיין קינדער אין שטוב איז עס סאך ווייניגער געלט, ווען מעוורידשט עס לויט די יארן איז עס פיל ווייניגער ווי סקיקט אויס, משא"כ א רעגולער ארבייטער, וועט מאכן בדרך כלל די זעלבע געלט אפגעזען די מצב אין שטוב,

אלע מלמדים קויפן הייזער איז דימיונת, אין פאקט, זיין א מלמד מיינט לעבן אן אויסגערעכנטן שפארזאם לעבן, אין/אדער די ווייב זאל דארפן ארבעטן, לפענ"ד איז די שווערסטע חלק אלס מלמד, נישט האבן קיין שים פיוטשער, אבער פין די אנדערע זייט איז דא די געפיל איז מהעלפט אויפשטעלן יודישע דורת,

איך ווייס נישט וואס איר רעדט, זיי קענען ווערן א פארהערער
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22695
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

מזל טוב צום שר האלפיים..
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

וואס הייסט א עקסטערע רענט טשעק
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

א מלמד האט מיר לעצטענס אויך מסביר געווען בערך דאס
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:בס״ד, איך האב נישט קיין צייט און כח צי שרייבען באריכות סא גלייך צי די פוינט.

וויל איך דא קלאר שטעלן פון מיין ריסערטש, אז אין רוב פעלער איז זיין א מלמד דיירעקט א הויעכע middle income פארדינער ואסביר.

דיסקליימער: וואס איך שרייב דא קומט נאכן רעדן צו א מלמד פאריגע וואך פלאס מיין אייגענע נאלעדזש.

געשריבן אין א אנדערע אשכול ענליך
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:צום קעפל:
דער עווריזדש מלמד מאכט הונדערט טויזענט דאלער געהעריג ווייסע אינקאם אייניג מיט דער וואס ארבעט ביי B&H מיט די זעלבע אינקאם
מיינוס 15 אלפים טעקס (פער יאר) וואס גייט אראפ פון זיין טשעק
מיינוס 18 אלפים חלק שמונה (1500 א חודש)
מיינוס 18 אלפים שכר לימוד (1500 א חודש) היפש ביליג גערעדט
מיינוס 12 אלפים פ.ס (1000 א חודש)
בלייבט ער מיט $37000
צוטיילט אויף 52 איז עס $711 א וואך

די אלע אויבן דערמאנטע צאלט דער ארבעטער (ער קען נישט האבן די פראגראמען) און דער מלמד נישט. בדרך כלל
מיט וואס פונקטליך זענען די צוויי אנדערש?

נישט אריין גערעכענט טיפס פון חנוכה, פורים און ראש חודש וואס דער ארבעטער באקומט נישט בדרך כלל
נישט אריין גערעכענט קעמפ (באנגעלוי/עסן) וואס דער מלמד באקומט א 10 אלפים וועליו בחינם וואס דער ארבעטער צאלט דערפאר אויב ער גייט
נישט אריין גערעכענט דיסקאונטס פאר יו"ט פאר פלייש וכדומה וואס דער מלמד באקומט
נישט אריין גערעכענט סייד זשאבס וואס מלמדים לייגן צו (למשל: לאנטש רום רבי / מתמידים)
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ס'זאגצעך אזוי גרינג

א מלמד קען נארמאלערהייט נישט מופן קיין ווייסעכוואו פאר'ן אכטער. מאך איבער די חשבונות
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

עס איז זייער גרינג צו מאכען יענעמ'ס חשבונות, עס שטימט געווענטליך פונקטליך, לאמיר זעהן ווער א מלמד און צו דער חשבון וועט נאך אלטץ שטימען.

**

ולענין טיפס, עס איז שוין היינט בכלל נישט ווי אמאל דער יונגער דור געט אסאך ווייניגער טיפס פאר מלמדים, בנש"ק וכדומה.

מיר האט דערציילט א בנש"ק, אז יארען צוריק פון גיין אויף שמחות, חנוכה ופורים האט ער געקענט רעכענען קרוב צו א 20 אלפים א יאר, דער עלטערע דור פלעגט יעדער געבען, היינט צו טאגס א פערטעל דערפון, מען קען גייען צו עטליכע שמחות א נאכט און מען קומט אהיים מיט גארנישט.

און אזוי אויכעט איז ביי די מלמדים, דער נייער דור געט נישט ווי דער אלטער פלעגט, וויפיל יידען געבען היינט לדוגמא ראש חדש געלט [אמאל איז מן הסתם אויכעט נישט געווען א סאך]

*

דיסקאונט פאר יו"ט, נישט יעדער מוסד האט א פלייש געשעפט, מצה בעקעריי, א.ד.ג פון ווי צו געבען דיסקאונטס

*

אויכעט די הנחה אז יעדער מלמד האט סייד דזשאבס איך אויכעט פאלטש.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אוהב ספרים האט געשריבן:עס איז זייער גרינג צו מאכען יענעמ'ס חשבונות, עס שטימט געווענטליך פונקטליך, לאמיר זעהן ווער א מלמד און צו דער חשבון וועט נאך אלטץ שטימען.

סתם אלץ א הערה.. פארוואס דארף איך געבן טיפס פאר בנש"ק'לעך?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

שיעלע בהמה האט געשריבן:

דארפסט נישט גארנישט. אבער אזוי איז געווען דער מנהג אמאל, האסט גערופען א בנש"ק צו דיין שמחה, דיין רב פון ביהמ"ד, דיין רבי'ן א קינד וכדומה, האט מען איהם אריינגעריקט א צוואנציגער, א פופציגער, דער עושר א הונדערטער וכו'.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

איך גלייב אז ווער עס רופט, רוקט אויך אריין
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

Programming האט געשריבן:איך גלייב אז ווער עס רופט, רוקט אויך אריין

הוא אשר דברתי, אז עס איז שוין נישט ווי אמאל היינט.

א חנוכה - לכבוד חנוכה געלט
א פורים - לכבוד משלוח מנות

עס ווערט ווייניגער און ווייניגער
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

Programming האט געשריבן:איך גלייב אז ווער עס רופט, רוקט אויך אריין

אט אזוי!

לכאורה רעדט מען דא פון אזעלכע וואס קומען אומגערופן...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:

ממש לא יאומן, איך זאג דיר נאך בשם א בנש"ק אז מען רעדט פון מען רופט אויף א שמחה, און דער און יענער זוכט מפלפל זיין וכו'.

אוהב ספרים האט געשריבן:

אקעי, קען זיין עס מאכט זיך א אויסנאם דא דארט, אבער רוב מענטשן ווען זיי רופן צו א שמחה געבן זיי אריין אין האנט שליח מצוה געלט.

כ'קען נישט גלייבן אז מ'איז ממש אזוי אוממענטשליך.

איך קען נאר איבערגעבען וואס מען האט מיר גאזאגט. יענער האט נישט געהאט א אינטרעס צו מגזם זיין.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אוהב ספרים האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:עס איז זייער גרינג צו מאכען יענעמ'ס חשבונות, עס שטימט געווענטליך פונקטליך, לאמיר זעהן ווער א מלמד און צו דער חשבון וועט נאך אלטץ שטימען.

**

ולענין טיפס, עס איז שוין היינט בכלל נישט ווי אמאל דער יונגער דור געט אסאך ווייניגער טיפס פאר מלמדים, בנש"ק וכדומה.

מיר האט דערציילט א בנש"ק, אז יארען צוריק פון גיין אויף שמחות, חנוכה ופורים האט ער געקענט רעכענען קרוב צו א 20 אלפים א יאר, דער עלטערע דור פלעגט יעדער געבען, היינט צו טאגס א פערטעל דערפון, מען קען גייען צו עטליכע שמחות א נאכט און מען קומט אהיים מיט גארנישט.

און אזוי אויכעט איז ביי די מלמדים, דער נייער דור געט נישט ווי דער אלטער פלעגט, וויפיל יידען געבען היינט לדוגמא ראש חדש געלט [אמאל איז מן הסתם אויכעט נישט געווען א סאך]

*

דיסקאונט פאר יו"ט, נישט יעדער מוסד האט א פלייש געשעפט, מצה בעקעריי, א.ד.ג פון ווי צו געבען דיסקאונטס

*

אויכעט די הנחה אז יעדער מלמד האט סייד דזשאבס איך אויכעט פאלטש.

סתם אלץ א הערה.. פארוואס דארף איך געבן טיפס פאר בנש"ק'לעך?

דארפסט נישט גארנישט. אבער אזוי איז געווען דער מנהג אמאל, האסט גערופען א בנש"ק צו דיין שמחה, דיין רב פון ביהמ"ד, דיין רבי'ן א קינד וכדומה, האט מען איהם אריינגעריקט א צוואנציגער, א פופציגער, דער עושר א הונדערטער וכו'.

פאר מיין רב געב איך כסדר כפי הישג ידי, דאס איז פון די סאמע בעיסיקס, ווער דען זאל אים אויסהאלטן? וואו איז די ברעקל הכרת הטוב?

אבער אויב רעדסטו פון א אומאויפגענומענע רב א זון/איידעם פונעם רעבין וועלכע האט אויך בלויז געירשנט זיין טאטן וועלכע איז אויכעט געווען א בלויזע יורש... וכו' וכו' אזא זאך האט נישט קיין ווערד (עקארדינג צו מיין מסורה)

ווער רעדט נאך פון א אומגערופענע ריבסענע בעקיטשע וועלכע קומט קאלעקטן געלט פון די זבולון ארבעטערס וועלכע גייען בלויז ארבעטן כדי אים צו קענען אויסהאלטן

איך טייל נישט קיין געלט, ובפרט אז איך האב נישט, און אפילו כזאל ווען יא האבן האב איך א גאנצע ליסטע פון אנדערע צוועקן צו געבן אזויווי סשטייט אין שו"ע אז די אייגענע משפחה קומט קודם וכו' וכו'
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

נעכטן האט געשריבן:טרענסלעיטאר געזוכט

:lol: ;l;p-
אוועטאר
איך_וויל_יא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 08, 2013 2:59 pm

Re: בודזשעטינג: א מלמד אין ניו יארק סיטי = א שיינע און א הויעכע פארדינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_וויל_יא »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:בס״ד, איך האב נישט קיין צייט און כח צי שרייבען באריכות סא גלייך צי די פוינט.

שוין געווען דא די לעצטע פאר יאר זייט איך ליין דא אסאך אשכולות איבער דעם אז א מלמד פארדינט ווייניג און מען וואלט איהם אסאך שענער געדארפט צאלן (ביי די מסקנה גיי איך סיי וויי בלייבן, ווייל א מלמד וואלט געדארפט פארדינען כאטש 200 אלפים א יאר, ווי מען זעהט אז די גיום פארשטייען אזוי און צאלן די נאמבערס פאר די פאבליק סקאל טיטשערס אזאלכע נאמבערס, מיט א הערליכע ריטייערמענט פלאן. און אגב ווער ס׳ווייזט נאר אביסעל ווייסט אז א מלמד איז באמת א שווערע און גאר איבערגעבענע דזשאב ואין להאריך כעת., און מען וואלט זיי צוליב די חשבנות זעכער אסאך שענער געדארפט באצאלן בכל אופן.) לויט די ארבייט וואס ער טוט און אנדערע האבן געברענגט אז ביי די לייטווישע צאלט מען יא שיין פאר א מלמד דערנאך איז געווען דא אמאל א אשכול מיט די שאלה וואס וואלט געווען ווען מען צאלט ווען יא שיין פאר א מלמד.

וויל איך דא קלאר שטעלן פון מיין ריסערטש, אז אין רוב פעלער איז זיין א מלמד דיירעקט א הויעכע middle income פארדינער ואסביר.

דיסקליימער: וואס איך שרייב דא קומט נאכן רעדן צו א מלמד פאריגע וואך פלאס מיין אייגענע נאלעדזש.

א מלמד האט מיך פאריגע וואך דערציילט אז ווען מען איז אויף welfare קען מען האבן מיט א קינדער געבענטשטע משפחה ארום 60-70 אלפים ווערט אין פראגרעמס. די אכטער, פאד סטעמפס, א עקסטערע רענט טשעק, חודש׳לעך, וואטשערס פאר אלע קינדער, און ס׳דא נאך אפאר פראגרעמס וואס מען קען באקומען וואס איך וויל נישט דא אריין גיין. אכ״פ מיט זיין אויכעט לאמיר זאגן א האלבע טאג א טיטשער נאכן זיין מלמד, און אז די אינקאם שטומט פאר צי גיין אויף welfare קען מען ענדיגען די יאר לפי החשבון מיט ארום 120 אלפים רעכענענדיג אלעס אינקלאדעד, ווי די נישט צאלן שכר לימוד, ווייל ער האט וואטשערס, נישט צאלן רענט ווייל ער האט די אכטער און נאך א רענט טשעק אויכעט, און די אנדערע פאר זאכן. און אפגערעדט אויכעט א באנגעלא מיט עסן אין די זימער בחינם, און נאך אויך ביי אסאך מוסדות אויך בחינם ישובה פאר די מלמד׳ס בחורים.

לאמיר שוין מאכן א דיסקליימער אז פאר צי קריגען די אכטער דארף מען זיין גרייט צימאל צי שוויצן אפאר יאר און זיין גרייט למשל צי מויפן פאר א יאר צי א ווייטע געגנט אין אפסטעיט למשל, און שטייציך א קליינע פערצענט מענשטן קומען נישט אן צי עס באקומען, אבער מנסיוני פון מיט האלטן מיט אסאך יונגעלייט זענען רוב וואס זענען געווען גרייט צי שוויצען עס נאך צי גיין האבן עס ביים סויף באקומען.

לאמיר צי לייגן נאך צוויי נקידות.

איינס. א מלמד על פי רוב ווייסט ווי אזוי צי ניצען געלט אסאך בעסער ווי אן ארבייטער און בודזשעט אסאך בעסער (איך זעה אפאר סיבות דערצי, אבער כ׳האב נישט יעצט די צייט עס צי מסביר זיין, אפשר א צווייטע מאל) און קען דעראיבער אסאך מער אוועק לייגן און מען זעהט טאקע ווי מלמדים קויפן אלע הייזער בעת וואס אסאך ארבייטער אפי׳ ווען זיי ווילן, קומען זיי נישט אן צי קויפען הייזער.

צווייטענס. שוין דערמאנט אפאר מאל וואס די באקאנטע בודזשעטינג ארג. מסילה האט פעסט געשטעלט מיט עטליכע רבנים אז מלמדים און בני תורה דארפן זיך נישט זארגן (סעיווען מעגן זיי) פאר די עתיד ווייל מען זעהט בחוש ווי די באשעפער העלפט און פארזארגט זיי. איך מיין אז דאס איז אויך א סיבה פארוואס זיי בודזשעטען בעסער, ווייל ווו געמיזט פון עטליכע רבנים הגאונים, ווייל זיי האבן א מורא׳דיגע סייתא דשמיא. איך רעד שוין אפי׳ נישט פון די קאסע׳ס וואס די מוסדות האבן דיירעקט צי העלפן מלמדים חתונה מאכן און געבן זיי דעמאלטס א הערליכע סכום פון ביז 10 אלפים פער חתונה. ואשרי להם ואשרי חלקם פון די עשורים וואס זענען מזכה די מלמדים וזכות גדול תליא בידם.

וואס וויל איך דא פארדינען? קודם כל אויס לערנען ווי אזוי מען טראכט פון א בודשעטינג פוינט אף וועיא. וואס למשל א מלמד זאל נאכגיין אויב ער פוהלט ווי ער וויל פארלאזן די מלמדות, נישט פארדינען׳דיג געניג צי שפייזען זיין משפחה.

צווייטענס. איך מיין לויט ווי אונז שמיעס מער איז די חסידישע מלמד אסאך מער גליקליכער ווי די ליטווישע, ווייל ווען זיי געבן זייער מלמד אפי׳ 100 אלפים א יאר בלייבט ער מיט אסאך ווייניגער ווי די חסידישע מלמד בלייבט מיט, פארגעס נישט אז די חסידישע מלמד צאלט נישט קיין טעקס מיטן באקמען פארסענידזש און דאכצאך אז די ליטיווישע קריגען נישט קיין פארסינעדזש. אבער אפי׳ אויב די ליטווישע קריגען יא בלייבט די חסידישע מלמד נאכאלטס מיט מער אינקאם. דאס אלעס ווי געזאגט שרייב איך לויט א שמיעס מיט א מלמד די אנדערע וואך פלאס מיין אייגענע נאלידזש, פארשטייציך ס׳קען זיין איך מאך א טעות מיט עפעס, און אדרבה לאמיר הערן. בכל אופן ווי געשמיעסט זעהט מען בחוש וואספארע מורא׳דיגע סייתא דשמיא מלמדים האבן, ואשרי להם ואשרי חלקם בזה ובבא.

וואו געוואלדיג

איך האב יעצט געוויזן דעם מעסידש פאר א מלמד מיין חברותא און ער איז ממש ארויסגעשפרינגען פון די הויט!!

זיינע הערות:
1)וויפיל מלמדים האבן וואוטשערס???
2) וויפיל מלמדים האבן דעם אכטער?? דו רעדסט אפשר פון מלמדים מיט גרויע בערד וואס זענען נאך געשלאפן הוימלעס אין פאפע בית מדרש
3) יעדע מלמד ווערט געדרוקט צו ארבייטן די מערסטע אויפן גראדן מהלך, וואס פון דעם ווערט פארשניטן 1) אכטער 2) פוד סטעמפס 3) וויפיל טעקס ווערט פארשניטן פונעם ארעמען 650-750 טשעקל?
4) א מלמד פון כתה ה' און ארויף ווען און וויאזוי קען ער האבן סייד דשאבס?
5) א מלמד ארבייט 7-8 יאר פאר די זעלבע געהאלט נישט קיין חילוק צו ער האט 8-10 קינדער צו ער מאכט חתונה ועוד ועוד....
6) ווויפיל געבן נאך היינט צוטאג א טיפ פאר א מלמד חוץ דעם פופציגער חנוכה און פורים??

דער פאקט אז מען זעהט עדווערטייזט יעדן טאג אז מען זוכט מלמדים ווייזט קלאר אז עס לכאורה די בעסטע פרנסה......

אפשר זאל די עולם טאקע ווערן מלמדים אז מען מאכט אזויפיל געלד!??????
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”