צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך פופציגער » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 5:25 pm

צדיק'ל טייערער, וועמענס טאטע ביסטע? וועלכע כתה גייסטו שוין? כתה דאלעט?? ביסט שוין ריזיג!!! קום לאמיך דיר געבן א קניפ אין בעקעלע, דא האסטו א קענדי,

איר קענט דעם שפראך? דאס איז דער שפראך וואס מען הערט געווענליך פון קוטשמע און עס-עי-עס שוך טראגערס, נישט אזוי? עפעס אזא געשמאקע זיידע שפראך,

עפעס א זאפט צוגיסט זיך אין די זעכציג זיבעציג יעריגע ביינער ווען ער רופט דעם צען יעריג אינגל 'צדיק'ל', עפעס א סארט לשון חיבה איז דאס, מעגליך אז דאס מאכט דעם אינגעלע פילן בגדול'ט ביי זיך אז דער זיידע רופט אים צדיק'ל? ווייס איך נישט, אבער אזוי איז אנגענומען אין די עולם הזיידעס אז רופן א קינד 'צדיק'ל' איז עפעס א לייכטערע שפראך, זאל זיין.

לכאורה איז דאס געווען ווען עפעס א געשמאקער בחור האט אריינגעברענגט צווישן זיינע חברים אין ישיבה אויף סענז סטריט דעם געשמאקן לייכטן וועג פון רעדן צו א אינגערן פערזאן, און דער גאנצער עידזש האט עס אדאפטירט און זיי האלטן דעם 'וועמענס טאטע ביסטע' וויצל אויפן אויבנאן זייענדיג דערמיט מחיה דעם אינגן דור זיי זאלן אויך הנאה האבן, - בלויז א טעאריע השערה.

מאכט זיך אמאל א תמימותדיגער אינגעלע וואס ווייסט נאכנישט וואס דאס מיינט און ענטפערט מיט א צעגראדזשעטע צומישטע קול 'איך בין נאכנישט קיין טאטע...' - נישט געפערליך, אבער אין אלגעמיין ווייסט יעדע אינגעלע אז מען צולאכט זיך, מען ענטפערט, און צומאל באקומט מען א פארעלטערטע שטיקל זיסווארג אלס דאנק,

ויהי ערב ויהי בוקר, ויקם דור חדש, דער רעדל דרייט זיך און מען האלט שוין ווידער ביים ארויפברענגען די אלטע דזשאוקס אויפן אויבערפלאך, זעהט אויס אז די תש"ל יארן וויצן פון ישיבה זענען צוריק!

-איך שפאציר מיר אזוי צו צום תיקון טישל נאך א געשמאקן שחרית, עטליכע זאכן פאסירן יעצט אויפאמאל, מיין הענט פארט אריין אינעם ערמל, מיין טלית בייטל געפונט א פלאץ אויפן דערנעבנדיגן טיש, און מיט מיין ערשטע און לעצטע פינגער לייג איך צאם דעם גארטל עס שלעפנדיג פון פינגער צו פינגער מענאווירנדיג דעם שלעפעריי אז עס זאל זיך איינפלעכטן און זיך צאמלייגן, ווען איך הער פון אונטער מיר 'צדיק! איך קען בארגן דיין גארטל?'

הממ... דער קול הערט זיך נישט ווי איינער וואס איז פערציג יאר עלטער פון מיר... גיב א קוק וואס דא טוציך, א בחורל! א בין הזמנים ראצערל האט פארגעסן זיין גארטל – מסתם נעכטן ווען ער האט ארויפגעשלעפט דערמיט זיין שוואגערס סוכה ברעטער האט ער עס געלאזט ארומגעבינדן ארום דעם לעצטן ברעט, און ער זוכט א גארטל צו בארגן פאר שחרית, נו שוין, מען גייט צו צו דעם 'צדיקל' וואס האט שוין געענדיגט און מען בעהט אים, ניין? ופשוט הוא.

-געענדיגט לערנען דעם עמוד גמרא, לאמיר גיין זעהן צו עס שטעלט זיך יעצט א מנין מעריב, איך הייב מיך אויף פון מיין פלאץ, אבער ווי נאר איך הייב אן אוועקשפאצירן שרייט מיר איינער נאך 'צדיק! דעיס איז דיין פאון?'

שיין פון אים אז ער רופט מיר צוריק ווייזן אז כהאב בטעות געלאזט מיין סעלפאון אויפן טיש, אדאנק אייך הער זיבעצן יעריגער זיידעלע, יא דער פאון באלאנגט פאר מיר דער צדיקל, טענקס.

און אזוי באגעגן איך מיך כסדר מיט די סארט ראצערס, איינער וויל וויסן פון מיר 'צדיק, וויאזוי הייסט דיין עלטערע ברודער, דער פון מאנסי', א צווייטער וויל נאר איינמעלדן 'צדיק, דיין שיך בענדל איז אפן', א דריטער וויל גאר 'צדיק, אפשר געסטו מיר א היטש קיין בארא פארק?',

וואס טו מיר? זאל איך אים צוענדיגן דעם דזשאוק און פרעגן 'זאג נאר, וועמענס טאטע ביסטע?'...? זאל איך מוסיף זיין קארני על קארניתו??

קען אים איינער עט ליעסט זאגן אז ווען מען נוצט דעם דשאוק אויף עלטערע זאל ער זאגן ר' צדיקל??

מאדנע.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך בלא בלא בלא » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 5:26 pm

פופציגער אויסברוך!
העלא?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 5:35 pm

פופציגער איז היינט אויף אויפרייס! דיין שפראך איז ניסלעך.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך הויעך » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 5:36 pm

צדיקעל האסט מיר געמאכט לאכן
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 5:39 pm

אהא!.... זעעך שוין די סוד...
די הענט פארט אריין אינעם ערמל און ס'שאקלצעך ארויס אזוינע זאפטיגע ארטיקלען איינס נאכן אנדערן!!

יו זשאסט קיפיראפ!
דו באגעגן ווייטער אלע מאדנע פארשוינען, ווייל פאר אונז טוצעכעס זיכער לוינען!

---
מיט אן אמת'ן בליק, ס'טאקע איבער די גבולים. ווען איך בין געווען אין זייערע יארן, האב איך געהאט אזא יראת הכבוד ביים בעטן עפעס פון א עלטערע אינגערמאן (מה זה אינגערמאן?..). (אפשר האט דאס צוטון ווייל דער בחור'ל האט שוין אויך א סעלפאן, ממילא שפירט ער אויפן זעלבן לעוועל?...)
אזוי צו אזוי, ס'דאך מקרב די גאולה כידוע.
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

קאלט
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:48 pm

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך קאלט » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 5:39 pm

צדיק'ל איז נאך כמעשה, יענער האט מיר נעכטן נאכגעשריגן האלאו! עס איף איך בין עפעס א האלאו אדער וואס..

און א ;l;p- פאר דעם פופציגער.

קאלט
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:48 pm

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך קאלט » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 5:42 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:מיט אן אמת'ן בליק, ס'טאקע איבער די גבולים. ווען איך בין געווען אין זייערע יארן, האב איך געהאט אזא יראת הכבוד ביים בעטן עפעס פון א עלטערע אינגערמאן (מה זה אינגערמאן?..)

יא, אונז פלעג מיר איר'צן פאר א אינגערמאן, און ווער רעדט נאך פאר א 30-40 יעריגער איד. און די חברה שרייען האלאו?

אוועטאר
חכם באמת
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך חכם באמת » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 6:01 pm

ענדע צדיק וואס די ביסט !!!

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 6:02 pm

עוקבתא דמשיחא

אין בן דוד בא אלא בדור שכולו זכאי

ועמך כולם צדיק'ליך!!

נאדיר א ;l;p- צדיק!
על "טעם וריח" אין להתווכח

אוועטאר
דער יעניגער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך דער יעניגער » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 6:56 pm

דער הייליגיר רבי צו וועמען מעהאמער זעך געשווערצט איטליכער וואכן צוריק האטעך געזאגט אז יעדער איד אידעך א צדיקל!!!!!!!!!!!!
שמעקטערניש? נישוין...

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך שמו » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 6:57 pm

פופציגער, ביזט א צדיק פאר דיינע ארטיקלען (אפשר ווייסט יענער אז דו ביסט ר' פופציגער, און דעריבער רופט ער דיר צדיק)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

אוועטאר
באטעמטקייטן
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך באטעמטקייטן » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 7:03 pm

אוי ביסטו פיין...
(כ'בין דיפרענט כ'לייג נישט צו די ווארט צדיק.)
טעמו וראו. כי...

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 7:12 pm

האהאהא
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

טאוסטעד
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:08 am

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך טאוסטעד » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 7:46 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:פופציגער איז היינט אויף אויפרייס! דיין שפראך איז ניסלעך.

פאלקאוויטש123
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:38 am

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך פאלקאוויטש123 » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 7:54 pm

פיין געלאכט צדיקל, א זיסע שריפט!!!
קיעפ איט קאמינג.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5777
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:19 pm

ביסטאך זיס ווי צוקער צדיק'ל!
איידער דו שיקסט א תגובה, טראכט צו ס'איז דא ווייניגסטנס א 50% שאנס אז כאטש איינער וועט הנאה האבן דערפון.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7515
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:23 pm

צדיק'ל (העי, צו קאָרני.) פופצי, סופער דופער.
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2673
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:25 pm

סופער טוסדעי היינט מיט פופציגער
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
ציגאנער
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך ציגאנער » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:38 pm

גוט געשריבן...

האסט נאר פארגעסן צוצולייגן וויאזוי די מער געביגלטע חברה גייען:
"רבי, האסט צו קראכן א פופציגער?"....

ריעל עסטעיט
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 8:23 am

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך ריעל עסטעיט » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 1:47 pm

הערליך פופציגער

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: צדיק'ל! וועמענס טאטע ביסטע?...

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 2:17 pm

פופציגער האט אונז נישט אנטוישט! א רעכטע "פופציגער" ארטיקל!

דערמאנט מיך פון די מעשה פון איינע פון די פריערדיגע צדיקים וואס פלעגט רופן יעדן אידן מיטן טיטל "צדיק", האט אים אמאל א דארפס איד געזאגט, דער רבי איז דאך א צדיק, און איך בין דאך אויך א צדיק, אלזא, לאז מיר זיך משדך זיין! האט אים דער רבי געענטפערט, דו זאלסט דיך משדך זיין מיט דיינע ערליי צדיקים, און איך וועל מיך ווייטער משדך זיין מיט מיינע צדיקים...

זאל דער בחור זיך וויטער דרייען אין די ראנגען פון זיינע צדיקים, און לאזן מיך (פופציגער, כמעט..) זיידע פארברענגן מיט מיינע צדיקים'לעך...
---


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גאנץ יאר פרייליך, בוכהאלטער און 15 געסט