אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך פופציגער » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 1:09 pm

לכאורה האט געשריבן:היינט דארף מען שוין נישט קראצן דאנק ווערטער פון אונטער דער ערד, מען גיבט א דערקלער "פופציגער!" און יעדער כאפט אז דאס איז נאך אן ארטיקל אין די סעריע פון העכסט געראטענע און געשמאקע ווארע וואס שארן זיך אויס פון אונטער דעם שטילטשיגן פופציגער.

שטילטשיגער...
אקעי, זאל נאר מיין מגי"ש זעהן אז געוויסע האלטן מיר יא פאר א שטילטשיגער....

עניוועי, יישר כח!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

פיינע פיצצא
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 12:00 pm

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך פיינע פיצצא » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 2:47 am

יא איך האב עס געזען און געניצט פיינע נייעס געווען

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך פופציגער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 12:40 pm

יא, האמיר געכאפט א כפרה קערבל, און מיט גרויס צומישעניש מורא האבענדיג אז דער טשיקעלע וועט אפשר דאך טרעפן א וועג ארויס, האמיר געדרייט דעם האן און אריבערגעליפערט די עבירות אויף זיין קאפ ארויף,

דער פראבלעם איז אבער געווען מיט דעם מעטשאר אינגערמאן וואס אין א געווענליכער יאר קען ער נישט נעמען קיין הענטשוך ווייל ער אידאך נישט קיין בעבי, נו גייט מעך אן א בוידעם,
אבער דאס יאר איז ער געגאנגען א שטאפל ווייטער, ער האט גענומען דעם כפרה'לע אין די בלויזע הענט, און שטייענדיג אין די ליין צום שוחט, האט ער עס כמנהג שנה בשנה געהאלטן אפגערוקט פון זיך עד שידו מגעת,

כ'מיין, אנטושולדיגט מיר, אבער דער אינגערמאן איז א ערנסטער חח--וויל נישט זאגן וואס,
אלע יארן ביז היינט האב איך נישט געהאט אויף וואס זיך צו רעגן, וואס גייט מיר אן יא הענטשוך נישט הענטשוך? אבער ווען מען שטעלט צו קערבלעך, און איך נעם עס ערליכערהייט און אזוי ארום קען איך האלטן מיין כפרה הארט נעבן מיין נייעם אויסגעפוצטן וואלענעם רעקל אן שמוציג מאכן מיינע דריי שכנים, מוז איך שטייענדיג אין די ליין ווערן פארכאזערט פון זיינע עבירות??? איז דאס מענטשליך????
רעבע לעבן, איך בין נישט אזוי מעטשאר, איך עקל מיך יא (פונקט ווי דיר, ששש... כ'פארצייל נישט קיינעם) און אויב ווילסטו שטיין אין בעק פון מיר אין די ליין, ביטע נעם א קערבל, אדער האלט דיין תרנגול מיט די גאנצע מערכה ביי דיר!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 12:47 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

זייער גוט געשריבן.

(הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען. סארי.)
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
פריטלעך
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך פריטלעך » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 3:20 pm

פופצי,
וואס העט זיין מיט אונז חודש חשון- רחושי מרחשין...? נאך אזא רייכע סעריע פון תשרי-מילצן-רייסנדע ארטיקלען ווארטן מיר אויף נאך ווארע.

עפען צוריק די ארבעל אין שאר ארויס...

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2998
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 4:23 pm

פריטלעך האט געשריבן:פופצי,
וואס העט זיין מיט אונז חודש חשון- רחושי מרחשין...? נאך אזא רייכע סעריע פון תשרי-מילצן-רייסנדע ארטיקלען ווארטן מיר אויף נאך ווארע.

עפען צוריק די ארבעל אין שאר ארויס...

גיב עס איין מינוט אויפן זייגער. און דיין בקשה איז ערפילט.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך פופציגער » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 4:24 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:פופצי,
וואס העט זיין מיט אונז חודש חשון- רחושי מרחשין...? נאך אזא רייכע סעריע פון תשרי-מילצן-רייסנדע ארטיקלען ווארטן מיר אויף נאך ווארע.

עפען צוריק די ארבעל אין שאר ארויס...

גיב עס איין מינוט אויפן זייגער. און דיין בקשה איז ערפילט.

לצים וואס איר זענט...

viewtopic.php?f=3&t=44901
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
פריטלעך
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך פריטלעך » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 5:02 pm

פופציגער האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:פופצי,
וואס העט זיין מיט אונז חודש חשון- רחושי מרחשין...? נאך אזא רייכע סעריע פון תשרי-מילצן-רייסנדע ארטיקלען ווארטן מיר אויף נאך ווארע.

עפען צוריק די ארבעל אין שאר ארויס...

גיב עס איין מינוט אויפן זייגער. און דיין בקשה איז ערפילט.

לצים וואס איר זענט...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=44901

Wow!
א לעבעדיגע מוסר השכל.

אלעס איז גרייט און ווארט פשוט אויף דעם איד'ס בקשה.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט