אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך פופציגער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 2:56 pm

דער מנהג פון כפרות שלאגן;

יאר איין יאר אויס איז דאס איינע פון די שווערסטע זאכן דורכאויס די הייליגע טעג, און ווי מען פלעגט ביי אונז זאגן אין אזא צייט - עכטע 'כפרת עוונות',

איך לאך פון מיר אליינס ווען איך דערמאן זיך ווי אנדערש מיר פלעגן צוגיין דערצו אין די קינדערישע יארן, ווען דער געווינער פונעם יאר איז געווען דער אינגל וואס האט באקומען דעם פרעסטידזשפולער שטעלע און ארבעטן צום גדליה אגאנצן טאג ביי די כפרות טראק, ווען אלע מאמעס מיט מיידלעך קוקן זיך צו מיט אפענע מיילער ווי דער גרויסער אינגל האט בכלל נישט מורא פון די כפרות און קען עס האלטן אן קיין הענטשוך,

אין די וואכן נאך די כפרות איז געווען א גאנצער פארמעסט אין חדר, ווי די הויפט שפילער – די קינדער וואס האבן געארבעט ביי די כפרות – האבן זיך פארמאסטן איינער מיט צווייטן ארויסשטעלנדיג די גבורות וואס מען האט אלס באוויזן, דער האט געהאלטן דריי פרות אויפאמאל, א צווייטער האט גוט דערשראקן עפעס א מאמע און זי איז אוועקגעלאפן, א דריטער איז נאכגעלאפן און געכאפט א כפרה אינמיטן די ראוד, און אזוי לייגט יעדער ארויס די העראאישע געשיכטעס וואס זענען זיך פארלאפן ביי די כפרות,

מיין מאמע האט מיר ב"ה קיינמאל נישט געלאזט ארבעטן ביי די כפרות – נישט אז איך האב איר אפילו געפרעגט, נאר אלס איר קינד האב איך געוואוסט אז מיין מאמע גלייכט נישט די סארט ארבעט, אבער דער פארמעסט איז געלאפן אויך אויף א קלענערן פארנעם אין יעדן משפחה,

דער גרויסער כתה ו' אינגל האט שוין פון ערב ראש השנה אנגעהויבן אנדרייען א קאשע אז ער גייט האלטן און אנפירן ביי די כפרות, א ספעציעלע סטראטעגיע איז אויסגעשטעלט געווארן צו דערשרעקן דעם קליינעם שוועסטערל און איר איינרעדן באבקעס ווי שרעקעדיג די כפרות זענען און אז דאס יאר דארף מען לייגן דעם כפרה'לע 'אויפן קאפ' וכדו', ביז דער מאמע האט אויסגעזאגט פאר די קליינווארג אז ס'ליגנט ואן אזוי געמאכט סדר מיט די פאניק וואס האט געהערשט,

אזוי פלעגט זיך שפינען א הכנה דרבה צום כפרות שלאגן,

פארשטייציך אז איך חדר זענען מיר געווען פארנומען – די לוזערס וואס האבן נישט געהאט דעם כבוד צו ארבעטן ביי די כפרות – זיך דורכשמועסן צווישן זיך די אלע אקציעס, יעדער האט ארויפגעברענגט אויפן טיש זיינע געלונגענע רעיונות, און מיט שפאנונג האט מען ארויגעקוקט אויף דעם טאג ווען מען גייט שוין גיין כפרות שלאגן און ווייזן וואס דאס הייסט גבורה!

אט איז דער טאג אנגעקומען, שוין פון צופרי רעדט מען איבער די גליקן וואס קומען באלד, און צום באשטומטן צייט מאכן זיך אלע קינדער גרייט, טאטי גייט טראגן צו די כפרות! יעעעי!!!! מען גייט זעהן עכטע כפרה'לעך!!!!

אלע קינדער זענען עקסיידעט ביז איבערן קאפ – גיי ווייס פארוואס, נאר איין זאך איז מערקבאר פאר ווער עס קוקט גאר גוט, נעמליך דער גיבור, דער אינגל וואס רעדט שוין צוויי וואכן ווי שטארק ער ווארט אויף די כפרות טאג, דרייט זיך ארום עפעס נישט רואיג,

זאגן זאגט ער אז ער איז נערוועז וועגן עפעס א חזרה אויף משניות פון זיין מתמידים וואס בלא בלא בלא, אבער אויב ליינט מען צווישן די שורות זעהט מען אז דער גיבור וואלקט אביסל... ער וואלט ווען גערן געקענט באשטיין זיין מאמע זאל אים פאנישן אז ער קען נישט מיטקומען צו די כפרות... שטילערהייט געבט ער א שמיר אריין אין טאש א פאר הענטשוך – וואס מען וועט שוין זעהן דארט עפעס א תירץ פארוואס ער דארף עס האבן,

מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג, אלע קלייינע קינדער שרייען מיט פרייד אז אט גייט מען שוין זעהן ווי געלונגען אונזער גרויסע ברודער איז ווי ער האט ארויס דעם פארטל איבער די כפרות, אבער עפעס איז דער גרויסער ברודער פארטראכט,

ענדליך קומט מען אן, מען שפרונגט ארויס פון קאר, די כפרה'דיגער גערוך שמייסט אריין אין פנים צוזאמען מיט די עקלדיגע פיצי פעדערן וואס פליען ארום אין די לופט, און מיט עקסטאז שפאנט מען צו צום גרויסן געמויזעכטס פון קוויטשעדיגע כפרות און קוויטשעדיגע קינדער,

יעצט קומט דער שרעקעדיגער מאמענט פון באווייזן גבורה, מען נעמט ארויס די הענטשוך – אה ניין, נישט ווייל איך עקל מיך, נאר ווייל אםם... עםםם... איך... אםםם... כ'גיי באלד צו מיין פרענד העלפן מאכן עפעס א שיינע זאך פאר זיין סוכה און ער עקלט זיך... פיין, ארויסגעדרייט.

קומט צולויפן דער אינגל וואס ארבעט דא ביי די כפרות און ברענגט צוויי שטיק אויפאמאל, - אויוויי, אםםם... כ'מיין ס'נישט אויסגעהאלטן צוויי אויפאמאל... עכט קען איך, נאר... אקעי, פיין, נעם נאר איינס, דא האסטו איך יאג מיך,

און דאן געשעהט עס, מיט אלע צען פינגערס נעמט דער גיבור איבער דעם וואקלדיגן טשיקן – איך קען עכט מיט איין הענט אבער.... איך מיין... לויט ווי ס'קוקט אויס איז דעי כפרה א ספעשיל שווערע און ווילדע, איך קען דעי זאכן,

פיין נאר מיט איין הענט, אבער פארוואס שפריינגט דער הינדעלע ארום?? פארוואס נעמט אזוי לאנג דאס צו נעמען אונטער קאנטראל?? עפעס הייבן זיך שוין אן אנצוזעהן חששות אין די אויגעלעך פון די אינגע געשוויסטער אז אפשר גאר איז אונזער גרויסער ברודער גארנישט אזוי טויגליך אין דעם פאך... – אה, דער אינגל וואס האט מיר עס איבערגעגעבן פארשטייט נישט וויאזוי מען האלט א כפרה, ער האט עס איבערגעגעבן פארקערט!!!

בקיצור א מעשה, שטעלציך ארויס אז דער גרויסער גיבור טויג באמת 'אויף כפרות', און מען רופט צו דעם קליינעם טראטשאק וואס שלעפט און ברענג כפרות אז ער זאל קעיר נעמען און 'א כפרה' אויף די גאנצע גבורה,

און אזוי גייט עס יאר איין יאר אויס אלס קינד,

אצינד, זייענדיג שוין מיט א שיינע פאר יאר עלטער, האט זיך אלעס געטוישט, פון מינוט נומער איינס ווייס איך קלאר אז מיין פאך איז נישט האלטן כפרות! אצינד איז די שאלה וויאזוי ס'וועט געלונגען,

שוין פון צום גדלי' ווען מען שמעקט און מען זעהט די כפרה צענטערן, שטיט פאר די אויגן דעם צומישטן ערב יום כיפור פארטאגס, ווען מען שטייט אויף גאר פריה, נאך קוים איינגעזאפט אביסעלע שלאף אין די ביינער, מען כאפט א מקוה, און אזוי מיט די פרישע פאות אדער גאר פארן גיין אין מקוה גייט מען ארויס אויפן גאס, געווענליך הערשט אויפן גאס אזא טשילי קעלט, און מען גייט כפרות שלאגן,

מען קומט אן, איך רעד שוין פון קרית יואל ווי דער מצב איז פארהעלטנסמעסיג גוט, עטליכע מאל בין איך געווען אין אנדערע פלעצער וואס איך וויל ניטאמאל אנהייבן אויסשמועסן, דער הוהא וואס אנטפלעקט זיך פאר די אויגן זעהט אויס ווי אין מקוה ערב שבת צוויי שעה צום זמן, עס קען זיך דאכטן אז דו ביסט די איינציגסטער וואס איז בטבע מיד אינמיטן די נאכט, די גוים שרייען, די הינער קרייען, צדקה גייערס קלאפן און רופן, מען שלאגט, מען שעכט, און מיר אלע פונעם פריש אנגעקומענעם טראנספארט גייען צו מיטן פארמאכטן גארטל אפנעמען דעם טייערן הינדעלע,

דער גוי וואס דערלאנגט דעם כפרה'לע איז בכלל נישט אין די גיסטע מיך צו סערווירן מיט מיינע אלע משוגעתן, און נאך איידערן ענדיגן אויפציען דעם קליינעם סייז פארקנייטשטן הענטשוך, שפיר איך שוין דעם ווארימען מתנת יד און פאר וואס ווען וואו בין איך אין א קאמפף מיטן הינדעלע אים צו שטעלן אין פלאץ מען זאל קענען אנהייבן דעם פראגראם,

מען שלעפט מען דרייט, דער פליגל ווארפט זיך, דער טשיקן טאנצט, מען כאפט איין פליגל און דער צווייטער רייסט זיך ארויס, אזוי פארעט מען זיך דערמיט ביז ענדליך דערזעהט מען זיך האלטן דעם כפרה ווי עס ברויך צו זיין, און האלטנדיג דעם חברה'מאן אפגערוקט מיט א כשרע סאשעל דיסטענסינג פונעם רעקל כדי נישט צו ווערן אנגעשטעקט, גייט מען זאגן בני אדם,

דער טשיקעלע שטייט רואיג און פארקלאצט ווי א האן אין בני אדם, מיט א דרייסטקיייט נעמט מען זיך דרייען זה חלופתי אזוי זייטיג מיט א אינגעבויגענעם קאפ – פשוט צוליב גרעוויטי סיבות, און פארטיג, מען גייט צום שוחט,

מען שטייט אין די רייע, יעדע מינוט שפירט מען א קיצל פונעם שכנ'ס כפרה וואס ער אלט אויך אוועקגערוקט פון זיך (לייען: אריינגערוקט אין מיר) און מיט אנגסט ווארט מען זיך צו זעהן נעקסט אין די ליין און אפטראגן פון דא,

פיין, אנגעקומען צום שוחט, וועךךך.... נישט פאר מיינע געדערים צו זעהן א בית בשחיטה, אבער וואס טוט מען נישט פאר כפרת עוונות,

בקיצור, מען שטופט זיך דורך צווישן די ליינס מיט מענטשן, מען באגרוסט אלע וואוילע כפרה'לעך פונדערנאנט, און מען לויט אין ביהמ"ד אריין, ווען דער נאכפאלגענדער גאנצער טאג איז מען פארנומען שמעקן די הענט אויב דער גרוך איז געבליבן קלעבן,

אלזא, זיך זעענדיג שטיין נאכאמאל פאר דעם הייליגן מנהג פון כפרות, און געדענקענדיג פון אלע יארן וויאזוי דאס ארבעט, אפעליר איך צו אייך מיינע חברים, ווער עס קען מיר ארויסהעלפן און מיר אריינגעבן א דאזע פון דעם גרויסער געפיל וואס די קינדערליך האבן ווען זיי האלטן א כפרה, מעגליך וועט אלעס זיין גרינגער אזוי,

אדער, האב איך א צווייטער געדאנק וואס קען זיין אינטערסאנט, מיין חבר וואס האט אלס אינגל געארבעט אויף די כפרה טראק, זאל מוחל זיין מיר קומען יעצט אויך העלפן, - עההה.... יעצט נעבעך געבט ער זיך קוים א עצה מיט זיין אייגענע...

אלענפאלס, א גמר חתימה טובה אייך אלע, בעטס אויס אלעס גוטס, און מיר זאלן זוכה זיין צו כפרת עוונות און ווערן אפגעשריבן צו א זיס לעכטיג יאר!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
לעקישבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך לעקישבער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:02 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
עמעיזינג!

אוועטאר
פעטער משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך פעטער משה » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:09 pm

גאר גוט

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך בלא בלא בלא » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:36 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
העלא?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:45 pm

:lol: :lol: :lol:
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:48 pm

פיפציגער טוה פאר דיין כפרה אויך א מאסקע אן אוי עט ער איינזיצן!!

פיינע נייעס דער פיפצי
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי

קאנטרי מאוד מאודס..


קויפסט אויף עמעזאן? - קויף דורך דא - זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך Iphone » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:34 pm

פרישע נייעס

אוועטאר
אלופי אדום
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך אלופי אדום » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:46 pm

מיין הענט שמעקט נאך פון צופרי???
'!e
מיין לופי'לע........

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך פופציגער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 6:05 pm

אלופי אדום האט געשריבן:מיין הענט שמעקט נאך פון צופרי???
'!e

דו ביסט דער אינגל אויף די כפרה טראק?....
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 6:37 pm

;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p-

אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך אייוועלט שרייבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 12:54 am

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער

אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך נתן בן ופסי » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 1:14 am

פופציגער האט געשריבן:
דער טשיקעלע שטייט רואיג און פארקלאצט ווי א האן אין בני אדם, מיט א דרייסטקיייט נעמט מען זיך דרייען זה חלופתי אזוי זייטיג מיט א אינגעבויגענעם קאפ – פשוט צוליב גרעוויטי סיבות, און פארטיג, מען גייט צום שוחט,


יעדע שורה איז אייזען!! דאס די מערסטע
האלא!!! וועגן דעם האסטו דיך אנגעטוהן א מאסק אןיפן פיפציגער???
על כל נשימה ונשימה תהלל יה! אויף יעדן אטעם זאג איך מודים אנחנו לך (החפץ חיים לתלמידו)

אמבולאנס
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 9:33 am

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך אמבולאנס » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 11:41 am

ווען דו באקומסט אן עצה פון איינעם ביטע לייג עס ארויס פאר די פאבליק ווייל איך און לכאורה נאך אסך אינגעלייט וועלן שטארק בענעפיטירן דערפון

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 3:08 pm

מאסיוו!
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15783
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:49 pm

היינט דארף מען שוין נישט קראצן דאנק ווערטער פון אונטער דער ערד, מען גיבט א דערקלער "פופציגער!" און יעדער כאפט אז דאס איז נאך אן ארטיקל אין די סעריע פון העכסט געראטענע און געשמאקע ווארע וואס שארן זיך אויס פון אונטער דעם שטילטשיגן פופציגער.
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

Haklal
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 11:21 pm

געוואלדיג גיט
געליינט אין איין אטעם אין פיין געשמייכלט
יישר כח

פיינע פיצצא
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 12:00 pm

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך פיינע פיצצא » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 11:32 pm

: :lol: :lol:

פיינע פיצצא
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 12:00 pm

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך פיינע פיצצא » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 11:33 pm

זייער גוט..
אבער מען קען שלאגן מיט געלט.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך אוראייניקל » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 5:52 am

פיינע פיצצא האט געשריבן:זייער גוט..
אבער מען קען שלאגן מיט געלט.

וואס קען מען טוען? דרייען א הונדערטער אויף א פופציגער?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 6:53 am

דאס איז איינס און א גוטס! חחחח

אוועטאר
באטעמטקייטן
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך באטעמטקייטן » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 8:56 am

און די בית השחיטה אין ק''י האט מען די יאר געמאכט אז זיי געבן אזאלכע קליינע בעסקיטס און דעם לייגסטו דעם כפרה ברויכסט אים אפילו נישט אנכאפן מיט די הענט. ס'ממש א מחי
טעמו וראו. כי...

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך איינס » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 9:25 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך קונדיטון » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 10:04 am

:lol: ;l;p-

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך בלעכענער פנים » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 12:15 pm

פיינע נייעס!!

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: אין קאמפף מיט מיין כפרה הינדל

תגובהדורך פופציגער » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 1:08 pm

הוהא! יישר כח פאר אלע קאמפלימענטן דא!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Toyota און 8 געסט