סמא"ג

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

זייער שיין רעבי שטומפיג
קיפ איט אפ
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

שטומפיג האט געשריבן:סמאג #5

איך זיץ מיר אויפן מקוה באנק, איך קניפ העפטיג דעם בארדע, פלוצלינג "פסססט", ווער ציצקעט דא?
איך לאז אויס די בארד, איך דריי מיך ארום, אבער זעהט נישט אויס ווי איינער האט מיך גערופן.
צוריק צו די עבודה. נאך אפאר סעקונדעס, ווידער "פסססט".
אקעי איך גיי נישט דורכגיין יעצט די גאנצע שפיל, אבער די אונטערשטע שורה ווייסט איר אודאי, יעדע האלבע מינוט מוז איך איבערייסן מיין ארבעט לכבוד נאך א בחור\אינגערמאן וואס באנוצט זיך מיט דעאודערענט.
האב איך באשלאסן, גענוג איז גענוג! איך מוף מיר קיין סאוט קארעא!

ס'איז מיר אינטערעסאנט געווען צו הערן אז ס'זענען פארהאן אויף די וועלט פלעצער וואו די שווייס אונטערן ארעם איז נישט גורם אזא אומאגענעמע ריח.
פארשער האבן אידענטעפיצירט א gene גערופן מיטן קאוד ABCC11, מענטשן ביי וועם די gene איז שטערקער וועלן האבן מער פון די צעלן וואס זענען גורם די שמעק.
מער ווי 95 פראצענט פון די באפעלקערונג אין אנדערע קאנטינענטן איבער די וועלט וועלן האבן די שטערקערע ווערסיע פון די gene, אזוי אז ציצקערייען אין מקוה וועלן דארט פארקומען כסדר. אין די מערב טייל פון אזיע (אריינגערעכנט די אראבישע לענדער, מדינת ישראל און ארום) איז די גענע ביי ארום 40 פראצענט פון די מענטשן היפש שוואכער, אבער פיל שטערקער איז עס אין די מזרח-אזיאנע לענדער (ווי כינע, יאפאן, טייוואן נאך לענדער מיט די קליינע אויגן) ווי די פראצענט איז סך העכער, און אין די קארעאס איז די שווערע גערוך כמעט נישט בנמצא.

אקעי, צווישן אלע זאכן וואס דער קליינע ראקעט מאן טוט כדי צו פארבעסערען זיין אימעדזש דארף ער נישט אריינלייגן "שפריצן דעאדערענט"

שוין... ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן... געמיזט ארינלייגן א מקוה ארטיקל אינעם אשכול... נעניוועי. שטימפי בוסט סופער!
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

הודו להשם האט געשריבן:אינהאלטסרייכע אשכול.
אבער טויש ביטע דאס קעפל. דער עולם ווייסט נישט וואס סמאג מיינט.
--

שטומפיג האט געשריבן:סאיז מיר אינטערעסאנט געווען אז אין פאקט וועט די gh אין ענגליש דינען אלס א סאבסיטוט פאר די כ\ח, טראכט למשל פון night וועלכער איז נאכט, light וועלכער איז ליכט, eight וועלכער איז אכט און right וועלכער איז רעכט (ביידע מיינונגען).
אפילו אזעלכע ווערטער וועלכע זענען אביסל טיפער ווי די אויבערדערמאנטע, א שטייגער ווי fight וועלכער איז געפעכט, weight וועלכער איז געוויכט, straight וועלכער איז פון די זעלבע שורש פון שטריך און sight וועלכער האט זיכער א שייכות מיטן רבינס לעכטיגע "געזיכט" און אודאי מיט די שליסלעך וואס מ'האט "געזוכט" אין די בעקיארד.
די כלל קומט לכאורה ענדערש פון דויטש ווי פון אידיש ווייל דארט זענען די משלים שטערקער און בעסער, אבער איך ווייס נישט.

הויך - high
נאכבאר - neighbor
לאכן - laughing
געטראכט - thought
פראכט - Freight

נאך קײנמאל נישט געהערט די װארט ׳נאכבאר׳, און כ׳כאפ טאקע יעצט אז כאניש קײן אידישע װארט פאר שכן, אינטערעסאנט, נאר איך האב דאס נישט געװאוסט?

און נאך אן הערה, ׳לאכן׳ איז די אײנציגסטע פון די אלע װערטער װאס די gh איז נישט סײלענט, און מ׳זאגט עס גאר מיט א ׳פ׳, װאסי פשט?

והעיקר, א גרױסן ײש״כ הרב שטומפיג, זײער אן אינטערעסאנטע אשכול דאס, כ׳בין גראדע אין היבש א שטומפיגע מצב יעצט, און האסט מיך מהנה געװען, א זכות צום יום הדין

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:

און בד״װ, מ׳זאגט עס נאָכבאר אדער נאַכבאר?
סתם
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם »

שטומפיג האט געשריבן:סמא"ג #3

די פאלק וואס וואוינט אין Ronks, PA און פירן די לעבן לויט די שטרענגע פארשריפטן פון איינע פון די מהלכים אין די קריסטליכע גלויבן, זענען באוואוסט אלס "די עימיש (אדער אמיש) פיפל".
אגב, ס'איז פארהאן א גרויסע באפעלקערונג פון די Amish אין Ohio און אין נאך עטליכע סטעיטס, אבער פענסילוועניע איז פאר אונז אידן די באקאנטסטע.
זענט איר שוין אמאל געווען אין Amish town? איך יא! און אין מיינע אויגן איז עס נישט מורא'דיג אינטערעסאנט. זיי לאזן שוין נישט אריין אין די הייזער, די מענטשן וואס טראגן דיך אויף די טור וועלן על פי רוב זיך געהעריג באנוצן מיט פארגעשריטענע טעכנעלאגיע, און חוץ פון פלוידערייען איבער קריסטליכקייט און די ספעציפישע שטראם פון די רעליגיע האב איך נישט קיין סך געהערט.
אבער איין זאך וואס ס'איז מיר אינטערעסאנט געווען צו הערן איז, אז ביי די Amish עקזעסטירט נישט אזא זאך ווי זיך גט'ן! אויב די שלום בית הינקעט אביסל אונטער קען מען גיין צו ספעציעלע מערידזש קאונסלערס וואס זענען צוגעשטעלט מטעם די קירכע אדער אנדערע סארט העלפ.
אויב ברעכט איינער די געבאט און געט יא די 12 שורות ווערט ער ארויסגעווארפן פון די קהילה לעולמי עד!
ענליך און להבדיל צו די דרך התורה איז דער מאן באטראכט אלס דער וואס געט די גט, אזוי אז די מאן איז דער וואס וועט ווערן ארויסגעווארפן און די פרוי מעג דארט בלייבן. זארגט אייך נישט, זי וועט קיין האניג נישט לעקן דא, זי קען שוין קיינמאל נישט חתונה האבן מער! איר דין בלייבט ווי אן אשת איש כל ימי חייה!
אלזא, ווען איר באטראכט וואו אייערע אפציעס זענען ארויסצומופן פון ניו יארק און איר קאנסידערט אמיש טאון זאלט איר וויסן אין וואס איר לאזט זיך אריין.

די איסור איז ביי אלע קאטוילישע. קעניג עדווארד פון ענגלאנד האט געדארפט אבדיקעטן די טראן, פארן חתונה האבן מיט א גרושה.
הענרי די פיפטע האט געזיכט א היתר פון אידישע רבנים צו קענען מבטל זיין די קידושין פון זיין ווייב, ווייל ער האט זיך נישט געקענט גט'ן
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
הודו להשם האט געשריבן:אינהאלטסרייכע אשכול.
אבער טויש ביטע דאס קעפל. דער עולם ווייסט נישט וואס סמאג מיינט.
--

שטומפיג האט געשריבן:סאיז מיר אינטערעסאנט געווען אז אין פאקט וועט די gh אין ענגליש דינען אלס א סאבסיטוט פאר די כ\ח, טראכט למשל פון night וועלכער איז נאכט, light וועלכער איז ליכט, eight וועלכער איז אכט און right וועלכער איז רעכט (ביידע מיינונגען).
אפילו אזעלכע ווערטער וועלכע זענען אביסל טיפער ווי די אויבערדערמאנטע, א שטייגער ווי fight וועלכער איז געפעכט, weight וועלכער איז געוויכט, straight וועלכער איז פון די זעלבע שורש פון שטריך און sight וועלכער האט זיכער א שייכות מיטן רבינס לעכטיגע "געזיכט" און אודאי מיט די שליסלעך וואס מ'האט "געזוכט" אין די בעקיארד.
די כלל קומט לכאורה ענדערש פון דויטש ווי פון אידיש ווייל דארט זענען די משלים שטערקער און בעסער, אבער איך ווייס נישט.

הויך - high
נאכבאר - neighbor
לאכן - laughing
געטראכט - thought
פראכט - Freight

נאך קײנמאל נישט געהערט די װארט ׳נאכבאר׳, און כ׳כאפ טאקע יעצט אז כאניש קײן אידישע װארט פאר שכן, אינטערעסאנט, נאר איך האב דאס נישט געװאוסט?

און נאך אן הערה, ׳לאכן׳ איז די אײנציגסטע פון די אלע װערטער װאס די gh איז נישט סײלענט, און מ׳זאגט עס גאר מיט א ׳פ׳, װאסי פשט?

והעיקר, א גרױסן ײש״כ הרב שטומפיג, זײער אן אינטערעסאנטע אשכול דאס, כ׳בין גראדע אין היבש א שטומפיגע מצב יעצט, און האסט מיך מהנה געװען, א זכות צום יום הדין

און בד״װ, מ׳זאגט עס נאָכבאר אדער נאַכבאר?

1- לאכן איז נישט די איינציגסטער, היסן (אדער היסטן?) זאגט מען אויף ענגליש cough מיט א פ קלאנג (און איך האב א פילינג אז ערגעץ בשורשו טרעפט זיך עס מיט "קייכן" פאר געלעכטער), אויך די ענגלישע enough איז מיט די פ קלאנג. און דער עולם איז מכובד צו ברענגען נאך משלים. אבער פשט פון דעם ווייס איך נישט.
2- שכח פאר די שיינע ווערטער.
3- ווי ווייט איך ווייס זאגט מען "נאכבאר" די ערשטע מיט א פתח און די צווייטע מיט קמץ
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

שטומפיג האט געשריבן:

רײט, ס׳דא נאך, כ׳האב גערעדט פון די אלע װאס מ׳האט דא אױסגערעכנט.

און כ׳קען נאך אלץ נישט פארדײען דעי נאכבאר, כ׳האב נאך אין מײן לעבן נישט געהערט אײנעם נוצן אזא װארט

יעפ, זעהט זיך אויס אז מיר האבן נישט געליינט די זעלבע בוקס אלס קינד
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

סמא"ג #6

אקעי, הערבסט איז שוין דא, די סעקאנד וועיוו איז שוין לויט טייל אויך אנגעקומען, מ'שלעפט שוין ארויס די שאליקלעך און אויף די וועכנטליכע גראסערי ליסט שטייט שוין מער נישט "אייסעס און אייסקרים".

די פראדוקציע פון די "פראוזען טריטס" פאלט זיכער מיט יעדע פארבייגייענדע וואך, אבער לאמיר כאפן א בליק אויף די ציפערן פון וויפיל ס'ווערט פראדוצירט.

ארום 1.5 ביליאן גאלאנען פון אייזקריעם ווערן פראדוצירט יעדעס יאר אין די פאראייניגטע שטאטן.
צו האבן א שטיקל השגה וויפיל דאס איז, לאמיר מאכן א שטיקל חשבון.

איין גאללאן פון געוונענליכע אייסקריעם וועגט 5 פונט, לאמיר עס דאפלען מיט 1.5 ביליאן = 7.5 ביליאן פונט.
גאר א גרויסע עלעפאנט וועט וועגן 12,000 פונט (6 טאן).
יעצט פרובירט אייך פארצושטעלן די וואג פון א סטאדע פון 6 מיליאן און 250 טויזנט ריזיגע עלעפאנטן.
דאס איז די וואג פון די אייזקריעם וואס ווערט פראדוצירט אין אמעריקא אין בלויז איין יאר!!!
אייגנטליך קענט איר זיך דאס אפילו נישט פארשטעלן, ווייל עס איז געשאצט אז עס זענען דא צווישן 400,000 און 450,000 עלעפאנטן אויף די גאנצע וועלט! דאס מיינט אז די וואג פון אלע עלעפאנטען אויפן כדור העולם אינאיינעם, גייען אריין עטליכע מאל אין די וואג פון די אייזקריעם וואס ווערט פראדוצירט בלויז איין יאר און בלויז אין אמעריקע!!!

אבער מיט דעם אלעם פארדינט זיך נישט אמעריקא דעם טיטל פון די גרעסטע אייזקריעם לאנד. אין ניו זילאנד עסט דער עולם מער אייזקריעם ווי דא, און זי איז די לאנד וואו די מערסטע אייזקריעם פער מענטש ווערט געגעסן. אמעריקע שלאגט זיך מיט אויסטראליע ווער ס'פארנעמט די צווייטע פלאץ און ווער ס'באקומט די דריטע (ס'האלט זיך אין איין טוישן צווישן די צוויי).

אקעי, די שמועס האט זיך אביסל פארצויגן, די הקדמה צו די סמא"ג איז געווארן די סמ"ג אליין, סאו די זאך וואס האט היינט געדארפט זיין די סמא"ג וועט ווערן אפגעלייגט אויף א צווייט מאל אי"ה.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שטומפיג האט געשריבן:אבער מיט דעם אלעם פארדינט זיך נישט אמעריקא דעם טיטל פון די גרעסטע אייזקריעם לאנד. אין ניו זילאנד עסט דער עולם מער אייזקריעם ווי דא, און זי איז די לאנד וואו די מערסטע אייזקריעם פער מענטש ווערט געגעסן. אמעריקע שלאגט זיך מיט אויסטראליע ווער ס'פארנעמט די צווייטע פלאץ און ווער ס'באקומט די דריטע (ס'האלט זיך אין איין טוישן צווישן די צוויי).

סמאא"ג!
[size=]ס'איז מיר אויך אינטערעסאנט געווען[/size]

ס'מאכט פילן א געוואלדיגע אחריות מרבה צו זיין צו עסן פון די געפרוירנ'ס! זכה הכריע את עצמו ואת כל אמעריקא...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

סמא"ג #7 - וויאזוי פרירט מען אייזקריעם?

ווי יעדער שטעלט זיך אליין פאר, בפרט נאכן ליינען איבער די ריזיגע קוואנטומען פון אייזקריעם וואס ווערן פראדוצירט, נוצן נישט די קאמפאניס די פריזערס וואס איך און דו האבן אינדערהיים, צו פרירן די סחורה נאכן פראדוצירט ווערן. ניטאמאל די ספעשל גרויסע וואס איז געפאקט מיט אייזיגע קאנטעינערס זופ און רונדיגע חלות וועט זיין גענוג.
איז אזוי, אויף סטארעדזש האבן מיר נישט אזא פראבלעם, די קאמפאניס קענען אויפהאלטן גענוג מאסיוו גרויסע פריזערס פאר די קורצע צייט וואס ס'ליגט אין פראדוקשן פלענט ביז ווען די דיסטריביושן טראקס קומען עס אפנעמען, אבער וויאזוי געט מען זיך אן עצה מיטן ערשטן מאל פריזען? נאכן צאמגיסן די מילך, וואנילא פלעיוואר, כעמיקאלן, צוריבענע קוקי קראמס וכו' וכו' דארף מען דאס אלס פרירען אז ס'זאל זיין ראוי לאכילת כלב.
יעדער פארשטייט אז אריינשטעלן די גאנצע געמויזשעכטס אין א פריזער און ווארטן אפאר שעה ווילאנג ס'ווערט געפרוירן איז נישט קיין מהלך, די ספעיס וואס דאס פארנעמט איז ריזיג, און אויפצוהאלטן סופער-שטארקע פריזערס וואס קענען עס פרירן אין א קורצערע צייט וועלן ארויפשרויפן די עלעקטריסיטי קאסטן עד שמי רום וכוכביהם.
וואס טוט מען?

דאס איז די סיבה פארוואס די קאמפאניס גיסן אריין געז אין די אייזקריעם!
א מינוט... איידער איר מאכט א שבועה מער נישט צו עסן קיין אייזקריעם כל ימי חייכם ווייל ס'האט געז, אדער איר באשליסט מיך נישט צו גלייבן און איר מאכט לכבוד דעם א שבועה נישט אריינצוקומען מער אין דעם אשכול כל ימי חייכם, ליינטס ווייטער.
Liquid Nitrogen איז א סארט גאז מיט גאר אן אינטערעסאנטע אייגנשאפט, ס'איז פררררריייייייזינג קאלט..... איך ווייס נישט פונקטליך ווי קאלט, אבער זייער זייער זייער קאלט, עטליכע הונדערט פאראנהייטס אונטער זערא!
איך וועל נישט דורכגיין מסביר צו זיין פונקטליך וואס Nitrogen איז און וויאזוי ס'ווערט פון דעם א פליסיגקייט ווייל ס'וועט דויערן צו לאנג, אפשר א צווייט מאל, אבער אויף יעצט וועסטו מיך מוזן גלייבן אז ס'איז דא א גאז וואס הייסט Nitrogen און ווען ס'איז קאנצעטרירט איז עס עקסטרעם קאלט.

אלזא, ווען די אינגרידיענטס פון א געשמאקע אייזקריעם ליגן גרייט אינעם שיסל, דארף מיסטער שטראוס אדער מיסטער קליין נישט טוהן מער ווי אריינמישן די ריכטיגע דאזע פון די סובסטאנץ אינעם מיקס, עס גוט אויסמישן, און..... ס'איז ראוי לברכה!
אבער, איין מינוט! געז איז ראוי לברכה? איך מיין, ראוי לאכילה? וויאזוי קען מען אריינלייגן אזאנס אין די מאכל?
זיי נישט באזארגט, ווי געשריבן אויבן וועיפארייזד די געז, אזוי ארום אז נאך אפאר מינוט איז שוין נישט דא קיין זכר פון די גאנצע מעשה אין דיין אייזקריעם-פאפ. אויסער דעם איז די ליקוויד לכשעצמו נישט שעדליך, אויסער ווען מ'נוצט עס נישט ריכטיג, אבער היינט רעדן מיר בעיקר פון די אייזקריעם סאו לאמיר בלייבן דא פאר יעצט.
לעצט פארראכטן דורך שטומפיג אום מאנטאג אקטאבער 12, 2020 8:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

שטומפיג האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
הודו להשם האט געשריבן:אינהאלטסרייכע אשכול.
אבער טויש ביטע דאס קעפל. דער עולם ווייסט נישט וואס סמאג מיינט.
--

שטומפיג האט געשריבן:סאיז מיר אינטערעסאנט געווען אז אין פאקט וועט די gh אין ענגליש דינען אלס א סאבסיטוט פאר די כ\ח, טראכט למשל פון night וועלכער איז נאכט, light וועלכער איז ליכט, eight וועלכער איז אכט און right וועלכער איז רעכט (ביידע מיינונגען).
אפילו אזעלכע ווערטער וועלכע זענען אביסל טיפער ווי די אויבערדערמאנטע, א שטייגער ווי fight וועלכער איז געפעכט, weight וועלכער איז געוויכט, straight וועלכער איז פון די זעלבע שורש פון שטריך און sight וועלכער האט זיכער א שייכות מיטן רבינס לעכטיגע "געזיכט" און אודאי מיט די שליסלעך וואס מ'האט "געזוכט" אין די בעקיארד.
די כלל קומט לכאורה ענדערש פון דויטש ווי פון אידיש ווייל דארט זענען די משלים שטערקער און בעסער, אבער איך ווייס נישט.

הויך - high
נאכבאר - neighbor
לאכן - laughing
געטראכט - thought
פראכט - Freight

נאך קײנמאל נישט געהערט די װארט ׳נאכבאר׳, און כ׳כאפ טאקע יעצט אז כאניש קײן אידישע װארט פאר שכן, אינטערעסאנט, נאר איך האב דאס נישט געװאוסט?

און נאך אן הערה, ׳לאכן׳ איז די אײנציגסטע פון די אלע װערטער װאס די gh איז נישט סײלענט, און מ׳זאגט עס גאר מיט א ׳פ׳, װאסי פשט?

והעיקר, א גרױסן ײש״כ הרב שטומפיג, זײער אן אינטערעסאנטע אשכול דאס, כ׳בין גראדע אין היבש א שטומפיגע מצב יעצט, און האסט מיך מהנה געװען, א זכות צום יום הדין

און בד״װ, מ׳זאגט עס נאָכבאר אדער נאַכבאר?

1- לאכן איז נישט די איינציגסטער, היסן (אדער היסטן?) זאגט מען אויף ענגליש cough מיט א פ קלאנג (און איך האב א פילינג אז ערגעץ בשורשו טרעפט זיך עס מיט "קייכן" פאר געלעכטער), אויך די ענגלישע enough איז מיט די פ קלאנג. און דער עולם איז מכובד צו ברענגען נאך משלים. אבער פשט פון דעם ווייס איך נישט.
2- שכח פאר די שיינע ווערטער.
3- ווי ווייט איך ווייס זאגט מען "נאכבאר" די ערשטע מיט א פתח און די צווייטע מיט קמץ

נאכבאר איז א ריין דייטשע ווארט,
מען זאגט עס מיט צווי פתח'ס,
האסט עס מעגליך געליינט אין אן אלטען אידיש/דויטשע ביכל,
אין אונזער ריין אידישע ליטעראטור האב איך מיך נאך קיינמאל נישט באגעגענט מיט דעם.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

סמא"ג #8 - וועגן אותיות און פסוקים

די סמא"גס זענען געווענליך בכלל נישט פארבינדן איינע מיטן צווייטן, אבער אין די היינטיגע סמא"ג וועלן אפילו די פאראגראפן זיין גאר לויז פארבינדן.
לאמיר היינט כאפן א בליק אויף אפאר פאקטן פון אותיות און פסוקים וואס איז מיר אינטערעסאנט געווען, ענליך צום שמחת תורה פארהער פונעם גר"א אלס אינגל.

* ס'איז ברייט באקאנט ביי אלע קינדער אז די פסוק (ויקרא כה ח) "וספרת לך שבע שבתות שנים שבע שנים שבע פעמים" האט פינף ווערטער אין א רייע וואס הייבן זיך אן מיט א שי"ן. ענליך איז באוואוסט ביי אלע אז (שמות טו ט) "אמר אויב ארדוף אשיג אחלק שלל" האט פינף אלףס איינע נאכן צווייטן, אבער איר האט מעגליך פארפאסט אז ביים דאווענען (עזרת) זאגט מען "ומשפטיך וצדקתך עד אפסי ארץ אמת אשרי איש שישמע למצותיך".

* מ'זאגט אז אין די תורה שטייט קיינמאל נישט צוזאמען די אותיות ג' און ט' נישט צו דערמאנען פון א "גט" וואס איז א דבר רע און מחלוקת. אין פאקט זענען דא נאך א ליסטע פון אותיות וואס שטייען נישט איינע נעבן צווייטן אין די תורה.

* די אות "ע" איז די איינציגסטע וואס שטייט נישט צוויי מאל צוזאמען אין איין ווארט אין די תורה (אזויווי א' אין "ומקללך אאר" אדער ב' ביי "באדם ובבהמה" וכדומה). אין תהלים אבער איז עס יא דא ביי "לבשו כרים וכו' יתרועעו אף ישירו" - איך זאג דאס מעצמי און ס'קען זיין אז איך בין מיך טועה.

* די ווארט מיט די גרעסטע גימטריא אין די תורה איז (במדבר טז יג) "תשתרר" 1500!
פארוואס האסטו אייביג געמיינט אז ס'איז ארתחשסתא, הע?
אקעי, איך וועל דיר נאכגעבן, פארהאן אין נ"ך (למשל עזרא ו יד) וואו ס'איז אויסגעשריבן "ארתחששתא", אזוי איז עס גימטריא 1610!
ווייטער די ווארט מיט די קלענסטע גימטריא איז אודאי "אב", הגם ס'איז נישט די קלענסטע ווארט, ווייל די קלענסטע ווארט האט מען נארוואס געליינט (דברים לב ו) "ה לה' תגמלו זאת".

* ווער ווייסט נישט אז א האלבע ברודער פון קאפיטל י"ח אין תהלים וואוינט ערגעצוואו אין שמואל? מ'זאגט דאך עס אין די הפטורה!
אבער ווער ווייסט יא אז קאפיטל י"ד איז כמעט א צווילינג פון קאפיטל נ"ג?

אקעי, גענוג שורות אנגעפילט אויף היינט, אונז העמיר נאך רעדן וועגן דעם א צווייט מאל אי"ה.
איין מינוט נאך, האסט באמערקט אז די סמא"גס האבן אנגעהויבן באקומען א קעפל?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אנבעליוועבל... הרב שטומפיג איך בין שפראכלאז
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

שטומפיג! דו ביסט גוט, און דו שרייבסט גוט

שטומפיג האט געשריבן:איין מינוט נאך, האסט באמערקט אז די סמא"גס האבן אנגעהויבן באקומען א קעפל?

ניין..
---
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צום ערשטן מאל געזען דעם אשכול. איך האב איר דורכגעליינט. שטומפיג, דו ביזסט צוקער! פרעג מיר נישט יעצט וויפיל פונט, איך האב נישט גענוג עלעפאנטן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שטומפיג האט געשריבן:סמא"ג #8 - וועגן אותיות און פסוקים

* מ'זאגט אז אין די תורה שטייט קיינמאל נישט צוזאמען די אותיות ג' און ט' נישט צו דערמאנען פון א "גט" וואס איז א דבר רע און מחלוקת. אין פאקט זענען דא נאך א ליסטע פון אותיות וואס שטייען נישט איינע נעבן צווייטן אין די תורה.

אזוי זאגט מען נאך בשם הגר"א,
הגר"ח קנייבסקי שליט"א טענה'ט אז מסתמא זאגט מען עס נישט איבער במדויק, דער גר"א האט געזאגט די "ערשטע" צוויי אותיות וואס טרעפן זיך נישט...

------
יישר כח גדול שטימפי, די סמאגיס זענען צים באלעקן זיך..!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
קנדה
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 12, 2017 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנדה »

אז מען רעדט שוין פון ווערטער ווער ווייסט טורס איז די לענגסטע ווארט אין די תורה? לאמיר זעהן 9 אותיות קען מען נאך טרעפען בשפע "למשפחתיהם" אבער 10 אותיות וועט איר שוין נישט טרעפען
אבער אין נביאים יא ווייל אין יהושע שטייט "למשפחתיהם" מיט א ויו "למשפחותיהם" מלאה ויו נו אז מען רעדט שוין פון נביאים קען מען שוין טרעפען א ווארט מיט 11 אותיות נו ווי ? אין מגילת אסתר ט ג והאחשדרפנים"' דאס איז 11 אותיות
לאמיר אבער נאך איינמאל זיך איבער טראכטן אויב אונז קענען מיר טרעפען א ווארט אין די תורה וואס איז לענגער פון ניין?
יאפ יגעתי ומצאתי תאמין שמות ז כח " ובמשארותיך" 10 אותיות דאס איז די לענגסטע ווארט אין די תורה.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פיינע נייעס דאס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

קנדה האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון ווערטער ווער ווייסט טורס איז די לענגסטע ווארט אין די תורה? לאמיר זעהן 9 אותיות קען מען נאך טרעפען בשפע "למשפחתיהם" אבער 10 אותיות וועט איר שוין נישט טרעפען
אבער אין נביאים יא ווייל אין יהושע שטייט "למשפחתיהם" מיט א ויו "למשפחותיהם" מלאה ויו נו אז מען רעדט שוין פון נביאים קען מען שוין טרעפען א ווארט מיט 11 אותיות נו ווי ? אין מגילת אסתר ט ג והאחשדרפנים"' דאס איז 11 אותיות
לאמיר אבער נאך איינמאל זיך איבער טראכטן אויב אונז קענען מיר טרעפען א ווארט אין די תורה וואס איז לענגער פון ניין?
יאפ יגעתי ומצאתי תאמין שמות ז כח " ובמשארותיך" 10 אותיות דאס איז די לענגסטע ווארט אין די תורה.

געוואלדיג! אזא שיינע ידיעה. שכח פארן שרייבן.
אגב, איך האב געהאט אין פלאן צו שרייבן וועלכע ס'איז די לענגסטע "פסוק" אין תנ"ך. איך געדענק אז ס'איז אין מגילת אסתר און אז ס'האט 43 ווערטער, איך האב אבער נישט געהאט קיין צייט איבערצוקוקן, אפשר קענט איר דאס אויך צוברענגען?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

איך וויל זאגן א שכח פאר אלע וואס לאזן דא איבער דאנקען און קאמפלימענטן, ס'שטופט מיך צו גיין ווייטער.
ווי זינגט נאר מיכאל, א קרעכץ ברענגט א קרעכץ און א דאנק ברענגט א סמא"ג!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

אזא אשכול האב איך געקענט פארזעהן?

שכח רב שטימפי!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

intellectual האט געשריבן:נאכבאר איז א ריין דייטשע ווארט,
מען זאגט עס מיט צווי פתח'ס,
האסט עס מעגליך געליינט אין אן אלטען אידיש/דויטשע ביכל,
אין אונזער ריין אידישע ליטעראטור האב איך מיך נאך קיינמאל נישט באגעגענט מיט דעם.

איך געדענק עס פון א מחניים ביכל
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געוואלדיגער אשכול דאס. יישר כח מר. סמא"ג
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שטומפיג האט געשריבן:סמא"ג #8 - וועגן אותיות און פסוקים

;l;p-

* ווער ווייסט נישט אז א האלבע ברודער פון קאפיטל י"ח אין תהלים וואוינט ערגעצוואו אין שמואל? מ'זאגט דאך עס אין די הפטורה!

אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו מס' סופרים (פרק ח' הלכה א') ווי ס'ווערט אויסגערעכנט אלע חילוקים צווישן די צוויי שירות.

אלו הן חלופי שירות תלים בשירות שמואל, וידבר ומפלטי לי אלי צורי משגבי ומנוסי ומאויבי כי אפפוני משברי נזילי סבבוני אקרא וישמע ויתגע' מוסדות השמים וירא וישת סוכות חשרת בערו גחלי ירעם מן השמים חצים ויהום אפיקי מים ויגלו בגערת אפו משנאי משען ויוצא אותי כצדקתי אסור ממנה ואהיה לי ואשתמרה כצדקתי כבורי כגבור תתבר תתפל ואת עיניך על רמים תשפיל ואלקי באלקי מי אל בעדי מעוזי ויתר ונחת וענותך תחתני ארדפ' ואשמידם ואכלם ואמחצם יקומון ויפלו ותזרני תחתני משנאי ואצמיתם ישעו אל ה' כעפר ארץ אריקם ארקעם ותפלטנו עמי תשימני ותכחשו לי לשמע ויחגרו ממסגרותיהם צור מוריד תחתני מוציאי מקמי חמסים ה' ראשון אזמר מגדול:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”