קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך מיין שטעלונג » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 11:38 am


בס"ד

- - אפגעשריבן נעכטן א' סליחות - -

קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!


שטייען ניין אידן ערגעצוואו אויף די 40'סטע גאס אין בארא פארק און זוכן מנין. ס'איז אינמיטן ברענעדיגן קאראנא, די בתי מדרשים זענען פארשפארט, יעדער דאווענט אויף די גאס. אויך די פאר תושבים פון די ארומיגע הייזער דא האבן זיך צוזאמגענומען און ארגאנאזירט א "גאס-מנין", וואו מ'דאווענט אלע דריי תפילות טעגליך. דורכאויס די גאנצע תקופה איז ב"ה געווען מנין בהרחבה; עפעס וואס מאכט סייווי נישט צופיל אויס אין א צייט וואס קיינער קען דאך נישט ארויסגיין ערגעץ אנדערש פארזיכערנדיג אז אלע מתפללים קומען יעדן טאג באצייטנס.

היינט צופרי באקומט אבער דער ארגאניזירער/גבאי פונעם מנין א רוף פון איין שכן - א איד מיט דריי בחורים אינדערהיים. ער איז שוין אויפן וועג קיין מאנסי. זיין פעטער איז ליידער אויך געכאפט געווארן פון די ביטערע מגיפה און איז ליידער אוועק פון דער וועלט. "איך בין אויפן וועג קיין מאנסי צו די לוי' מיט מיינע בחורים, כ'האף אז דו וועסט שוין שאפן מנין פון דורכגייער".

דורכגייער?! ווי וואס ווען. ווי די געציילטע טעגליכע דורכגייער זאלן זיך עפעס אפשמועסן זעהט מען היינט נישט קיין נברא אינעם גאנצן ארום. קיינער באווייזט זיך נישט. שטייען זיי דארט די ניין אידן, אנגעטוהן מיט טלית ותפילין, און ווארטן אויף א צענטן. מ'ווארט און מ'ווארט, 10 מינוט, 20 מינוט, א האלבע שעה. מ'ווארט.

ענדליך. איינער פון די צוויי בחור'לעך וואס זענען געשטעלט געווארן אלס שומרים ביי די צוויי גאס ווינקלען קומט צו לויפן. ער רעדט ח"ו נישט אויס מיט די תפילין "נו, נו" ווייזט ער אויפן קאפל. נאך איידער דער גבאי קען דעשיפרירן זיין האנט-קאוד, זעהט מען שוין פונדערווייטנס עמיצן אנקומען דארט. אוי-וויי צו אלע צרות, א גוי?! דער וועט דאך אונז מסר'ן דעם גאנצן מנין.

אבער דער בחור שטייט ביי זיינעם. "יהודי" טענה'ט ער מיט אייפער. און די עלטערע מתפללים הייבן זיך אן צו טענה'ן צווישן זיך ווען אינצווישן קלארט זיך אויס דער בילד. דער גוי-אויסזעהנדער דורכגייער האט זיך פארגעשטעלט פאר דעם בחור'ל ווי א איד און געזאגט אז ער קען מצרף זיין נאר ער דארף א קאפל...

הייבט זיך אן. יא מצרף זיין נישט מצרף זיין. דער טענה'ט אז אזא איינעם קען מען נישט מצרף זיין. "מ'קען אים געבן א קאפל; אים אנהייבן מקרב זיין - אבער אונז האמיר נאך אלץ נישט קיין מנין אויפן היינטיגן שחרית". אן אנדערער טענה'ט "א איד בלייבט א איד". אזוי גייט עס הין און צוריק -- ווען אינצווישן שטייט שוין דער צענטער צום מנין אינעם צענטער פונעם מנין, און צום אומבאוואוסטזיין פון די אידיש-רעדנדע מתפללים כאפט ער אויף יעדעס ווארט פונעם טענה'ריי.

און צום שטוינונג פון ניין היימישע אידן עפנט דער אין-הוילן-קאפ אויף זיין מויל "איך בעט ענק, איך קוק טאקע אויס ווי א גוי, איך גיי נישט קיין קאפל און איך היט טאקע נישט קיין אידישקייט, אבער א איד בין איך. איך בין אויפגעוואקסן דא אין בארא פארק צווישן ענק, נאר שלעכטע חברים האבן מיך פארשלעפט וועגן דעם קוק איך היינט אויס אזוי. איך בעט ענק, איך וויל צוריקקומען, זייטס מיך מצרף צו ענקער מנין. איך וויל זיין א איד....".

---

אט די פאנטאזיע האט זיך מיר פארמירט אין מוח היינט צופרי ביי סליחות.

כביכול, דער רבונו של עולם דאווענט אויך אין א "גאס-מנין" שוין יארן. זייט מ'זעמיר פארטריבן געווארן אין גלות וואס "גלתה שכינה עמהם" שטייט כביכול דער אויבערשטער אויף די גאס און ווארט אויף מנין. ער ווארט, ער ווארט. ווען וועט איינער אנקומען?!

ענדליך דערזעהט ער א כלל ישראל, עפעס דערנענטערט זיך. זיי קומען פונדערווייטנס. זיי ווילן זיך צושטעלן צום מנין.

אבער קוים דערקענט אונז דער אויבערשטער. קוים א אידישע צורה האמיר ליידער. ווער זענט עטץ? קען מען ענק אפילו מצרף זיין?!

בעט זיך כלל ישראל צום אויבערשטן - אין היינטיגן סליחות, "עוד למנינך בקש אבודנו" לאז אונז אריין אין דיין מנין. זיי אונז מצרף צום מנין. אונז זעמיר טאקע ווייט פארקראכן, אונז זעה מיר נישט אויס ווי אונז ברויכמיר אויסזעהן, אבער מ'וויל מיר זיך צוריקקערן צו דיר. אונז וויל מיר זיין א חלק פונעם מנין.

זאל אונז דער אויבערשטער טאקע צוריק צוזאמענעמען אין איין גרויסן מנין און שרייען א קדיש "יתגדל ויתקדש שמי' רבא" וואס זאל אפהילכן מסוף העולם ועד סופו, ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך! אמן.

זעמל מעל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 2:08 pm

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך זעמל מעל » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 11:41 am

געוואלדיג!

באנאנא
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך באנאנא » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 11:43 am

wowowow!!!
סאליד שטיקל!

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7062
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:55 pm

באנאנא האט געשריבן:wowowow!!!
סאליד שטיקל!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:16 pm

זייער שיין!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:55 pm

זייער שטארק!
רעדסט צו\פון מיר?
פליז #פינג

בשבילי נברא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4060
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:58 pm

הערליכע געדאנק!
אונז דארפן נאר געבן איין דריי אויס אונזער דירעקציע אז מיר ווילן און גייען שוין זיין וואויל, און מיר ווערן צוריק דעם אייבערשטענס קינדער.
---

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 2:03 pm

;l;p-

הערליך הערליך, קורץ און שארף, א מורא'דיגע מוסר השכל אראפגעשריבן זאפטיג!!

שכויעח.
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!

מפתח 'נאר מיט שמחה'..

מיין אימעיל אדערס: bh3503220@gmail.com

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 2:33 pm

זייער שטארק!

"על דעת המקום...אנו מתירים להתפלל עם העבריינים"

יודיש בלעטל
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך יודיש בלעטל » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:03 am

מען פארציילט אויפן גר"א אז איינמאל האט מען געדארפט מנין האט מען אריינגערופן איינעם פון גאס יענער איז געווען באקאנט אלס א גרויסער בעל עבירה האט דער גאון געזאגט מען זאל אריין רופן נאך איינעם האט מען איהם געפרעגט מען זעט אז ביי די קטורת האט מען מצרף געווען די חלבנה (אעפ"י שריחה רע דאפי' רשעים...) האט דער גאון גענטפערט: פאר דעם טאקע דארף מען אחד עשר סממנים

אוועטאר
באטעמטקייטן
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך באטעמטקייטן » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:10 am

סטאנינג!
טעמו וראו. כי...

טאנץ טאנץ יודעלעך. זייט בשמחה ברודערלעך. כי כבר רצה אלקים את מעשיך.

פעשליך
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 06, 2020 10:42 am

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך פעשליך » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:19 am

זייער שטארק.! געכאפט א שטארקע תשוקה צי זיין אינעם מנין פונעם בוכ"ע.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15960
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:23 am

דבר בעתו מה טוב - יפה דברת "מיין שטעלונג"
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך איצל פיצל » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 8:20 am

הערליך! יישר כח!!

sky
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:42 pm

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך sky » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 9:33 am

;l;p-

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך בלעכענער פנים » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:21 pm

הערליך שיין!!
לכאורה, מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר??!!

אוועטאר
פעטער משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: קען מען אונז מצרף זיין צו מנין?!

תגובהדורך פעטער משה » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:53 pm

קורץ און שארף


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט