סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך פליגל » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 4:04 pm

די סענדוויטש ביזנעס איז אן אינטרעסאנטע סארט ביזנעס, עס האט אין זיך עטליכענע אספעקטן וואס האט גראדע אנגעהויבן מיט אזא צוגלייך צו תורה טעיפס.

ווער געדענקט דען נישט "גמ"ח יוסף שלמה" וואו מען האט געדינגן טעיפס פאר 1 טולער און צוריקבאקומען 90 צענט ביים עס אפגיבן? מ'האט געברויכט גיין צום אפיס אין א בעסימענט אויף הופער סט, וואו ר' מיכל קלאר פלעגט באדינען דעם ציבור וואס האבן געזוכט די "תורה טעיפס" א שטייגער ווי די שיעורים אויף ש"ס, אדער ר' שמעי' גרינבוים חומש רש"י, און נאך געציילטע זאכן.

פון דארט איז עס געגאנגען א שטאפל ווייטער צו קרן שמואל ישעי' וואס ר' איתמר מייזליש זז"ג האט מייסד געווען, אנגעהויבן מיט'ן פארשפרייטן טעיפס אין די סאטמאר'ע בתי מדרשים, א שטייגער ווי לאקאלע שיעורים, דרשות פון רבותינו לבית סאטמאר וכדו'. ער פלעגט דאס אראפשטעלן אין די בתי מדרשים אויף די לעצטע באנק מיט א פושקע צוגעקייטעלט צום באנק. שפעטער האט מען אפילו דעזיגנירט א שטיבל אונטן אין ראדני פאר דעם צוועק.

פון דארט איז עס געגאנגען צו ובלכתך בדרך, און קרן שמואל ישעי' האט זיך געטראפן מיט א נייעם אייגענטומער, און ובלכתך בדרך אויך, און גמח יוסף שלמה מסתמא אויך.

כהיום זענען שיעור תורה טעיפס א מאסיווע ביזנעס וואס פארקויפט אפילו מאשינדלעך מיט צוגעהערן...

די סענדוויטשעס... איי ווער געדענקט וויזוי די סעדוויטשעס האבן זיך אנגעהויבן... אנגעהויבן האט עס ר' משה אלטמאן ז"ל.. איין ערב פסח צייט האט ער דאס אנגעהויבן, דעליווערט אין די גראסערייען און גערעכענט נישט מער ווי א טולער.. ס'יז געפארן א באן.. ווייס'ך נישט די גאנצע השתלשלות אבער דאס'ז אמאל זיכער אז ס'יז געווארן אזא מאסיווע ביזנעס ווואס שטעלט אין שאטן די דיימאנד דיסטריקט...

פון פארקויפן פרעמדע סענדוויטשעס איז געווארן אז איעדע געשעפטל מאכט זיך ס'אייגענס, און פון דארט ביז'ן האבן אגאנצע סעקשאן אין גראסערי מיט אן מעקסיקאנער דעזיגנירט פאר די סענוויטשעס. גאנצעטע געשעפטן האבן געטוישט זייער אויסשטעל אינעווייניג אז עס זאל שטימען מיט די נייע סענוויטש סיסטעם, אסאך סארטן ראולס מיט אסאך סארטן סאלאטן.. קיינער גייט נישט ארויס הונגעריג. אנגעהויבן פון 2.25 פאר א פוטער ברויט סענוויטש און געענדיגט (ס'ענדיגט זיך נישט עכט קיינמאל) ביי 9.95 פאר א עגפלענד מיט גארליק פוטער אויף א באגעט אנגעשמירט מיט סחוק און טאמעיטאס.

פלעגט זיין דערשטייגער א פלאכע ראטע פאר א סענוויטש אדער לויט די וואג, געוואנדן אין ווייס'ךנישט פונקטליך וואס, אבער איינמאל מ'האט געבעטן פונעם אמיגא א סענדוויטש האט מען נישט גפרעגט קיין קושיות.. פאט באדער? יעס! טאוסט? יעס! טאמעיטאס? יעס! וואט עלס? פרייד אניען! שפעטער האט מען געצאהלט 6.95 פאר א טונא סענדוויטש און מ'האט געמיינט אז מ'פלאצט..

קום'ך היינט אריין אין א סטאר, כ'נעם א בייגל און כ'שטעל זיך אין די ליין בעטן א סענדוויטש. פיינעלי פרעגט מיר די אמיגא אויב כ'אב שוין געטשוזד מיין מעניא? זאג'כ'ם יא, כ'ברויך א טונא סעדוויטש...

ניין! ביי די מאשין!
ביי וואו?
דארט!

די דארט קוקט אויס ווי א קיאסק, מ'ברויך זיך איינשרייבן.. מ'ברויך קלויבן פון א ליסטע פון זאכן וואס מען וויל... ארלעידיגט:
טעיק אוט (דיין-אין נאט אוועילעבל, סאררי)
>סענדוויטש
>בייגל
$0.35

>טונא
>>פלעין טונא
$4.25

>טאמעיטא
$0.50
>פרייד אניען
$0.75

טאטעל:
$6.60

עדד טא קארט? עדיט יור ארדער?
עדיט
רעמאוו
<פרייד אניען
טאטעל:
$5.85

עדד טא קארט.
נעים (פלי)
לעסט נעים (גל)
אימעיל, אפשינעל (גיי פלאץ)
פאון (איך גיב נישט, באלד באקומ'ך א ראבא קאלל)

קאנגראדזשילעישן! דיין ארדער איז באשטעלט, היצט זייט מוחל באצאהלט, אייער ארדער נומער איז "בי-34". נאכ'ן באצאהלן קומט צוריק אהער און מיר וועלן אייך העפליך באדינען.

דארט האב'ך געכאפט מיין בייגל און עס צוריקגעלייגט אין שעלף (לאור המצב האב'כ'ס געהאט אנגעכאפט מיט א פאפיר) און כ'אב אפגע'גופעל'ט פון געשעפט.

איך וויל א סענדוויטש ווייל כ'ברויך עפעס עסן, מאך מיר נישט דעם איבל פון מאכן זיכער אז כ'ווייס אז פאר איעדע קלייניגקייט גיי'ך ברויכן באצאלן נאך פופציג צענט.. אפילו דאס'ז די פרייז עניוועיס, זיי אבער נישט קיין זויערפיקל און מאך עס מיר אריין אין די נאניע נאך איידער כ'אב אפילו געקליבן וואס כ'וויל..

און, יא. מאך מיר דעם סענוויטש און לעט מי געט אוט אוו היער... מאך ניר נישט שטיין דריי מאל אין די ליין ווייל דו האסט א "פענסי" סטאר...











אה, און היצט גייציך'ס אנהויבן:

ר' משה איז יא געווען דער ערשטער סענדוויטשער אדער נישט...

ס'יז באמת נישט אויסגעהאלטן די מזונות סענדוויטשעס..

די תורה טעיפ צענטערן מעגן יא/נישט פארקויפן שיעורים געלערענט ביי אידן וואס לערנען דף היומי..
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך קיטשי » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 4:16 pm

:lol: :lol: :lol:
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 4:22 pm

;l;p- :i" :grin: :lol: :oops: ;a-1; ;1@ -:c:h -y- ;k/ '!e o-h?e -c:o --s -d;r =k?%0 ={'} ;/, <:>P{
יוי ביסטו פיינע נייעס
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך שאהן הענניטי » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 4:32 pm

לאל. I know the feeling

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך פלטיאל » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 4:36 pm

דער צושטעל פון תורה טעיפס און סענדוויטשעס קען זיך דאכטן ווי א בזיון התורה... און אגב, מען דארף זיך געהעריג וואשן ביים עסן א סענדוויטש...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 4:54 pm

דער צוזאמשטעל פון די תורה טעיפס מיט די סענדוויטשעס דערמאנט מיך פון די פת שחרית שטיבל אין קרית יואל, וואו מ'קען זיך אראפזעצן עסן א סענדוויטש און הערן א תורה סידי אין די זעלבע צייט

אבער דער דא מיט די פליגל זאפט, איי, ס'צעגיסט זיך אין אלע ביינער... לייג נאר צו אביסל סחוג און ס'פארקויפט זיך פאר [פרייז ארויסגענומען, שלא לייקר את השער ולא לבייש את מי שאין לו אלו ההשגות]
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 5:11 pm

די צושטעל פון פליגל און פלטיאל (שלום עליכם) איז די תוצאה פון א טונע סענדוויטש!

אגב אין גרויסן אין קרית יואל קען מען עסן א סענדוויטש און הערן א תורה טעיפ!!

----

כוארה האקט ------


עעע ער איז געווען פאר מיר, טעות לעולם חוסר
על "טעם וריח" אין להתווכח

אוועטאר
קהילת יקנה''ז
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
לאקאציע: צווישן די ארכיוון.

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך קהילת יקנה''ז » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 5:29 pm

הענדימען האט געשריבן:יוי ביסטו פיינע נייעס

={'}
כאפט אפ! שרייבט אראפ! למען ידעו!
באוויינט נישט שפעטער!
שיקט אריין אלטע בילדער פון מאנרא צו :
OldpicturesMonroe@gmail.com


א גרויסער מח רעדט פון געדאנקען, א דורכשניטליכער רעדט פון זאכן, א קליינליכער רעדט פון מענטשן.

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך באקסער בוים » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 6:47 pm

אוי ביסטו גוט הרב פלי-גל
;l;p- ;l;p-
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:22 am

נעם דיר אפאר פון דיין אוועטאר
;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:53 am

8.)

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7060
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך מי יודע » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:59 am

פיינע נייעס דער פליגל
איך וואלט נאר געוואלט וויסן אין וועלכע געשעפט ער האט געטראפן דעם בייגל פאר 35 סענט
לעסט טיים איי טשעק הייבט זיך די פרייז פאר א ראל אן ביי א דאלער, און פון דארט איז איין שיעור למעלה, און נאך מעלה איז (מיטן ניגון) פון די אלע סענוויטש סטעישאנס, אז נאכן באקומען דעם סענוויטש מיט א לעבל פון 7.50 צאלסטו צו א עקסטערע דאלער מיט טשעינזש טעקס ביים רעדזישעסטער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:05 am

;l;p- :lol:
I won the Election

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך הענדימען » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:22 am

מי יודע האט געשריבן:אז נאכן באקומען דעם סענוויטש מיט א לעבל פון 7.50 צאלסטו צו א עקסטערע דאלער מיט טשעינזש טעקס ביים רעדזישעסטער

אין אידיש הייסטעס צוגיסן זאלץ אויף די וואונדען
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך געלעגער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:27 am

דאס איז א זיסע ארטיקל. א גוטס!

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך צדיק בן צדיק » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:31 am

איך כאפ נישט פונקטליך די דמיון פון כורך סענדווידזשעס צו תורה טעיפס, מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

אמת לאמיתו איז, אז די גאנצע עסען ביזנעס היינטיגע צייטן איז ווי אין א נייע וועלט, ווי קען מען עס פארגלייכן צו אמאל, ספעציעל די טייק אוט דיפארטמענט.

אמאל איז מען געגאנגען אין די מארק זיך איינהאנדלען אן עוף, קודם האט מען באבאכטעט די שוחט ווי ער שחט, נאכדעם האט מען זיך ארויפגעצויגן די ארבעל, און אריינגעלייגט אן עבודה ביז דאס עסען איז געווען גרייט ארויפגעלייגט צו ווערן אויפן טעלער גרייט צום עסען.

היינטיגע צייטן (״קוואוט-אנקוואוט״...) לאזט מען דעם בעל החנות עוסק זיין אין דעם שטיקל בשר מתחילתו עד סופו ממש, נישט נאר דאס כשר׳ן נאר אפילו דאס בראטען, מישן, שניידען, אזש ביז׳ן דאס ארייוויקלען פאר אייך אינעם פון פאראויס געקליבענע ברויטלעך...

להבדיל בין בשר לחלב, איז אויכעט דא היינט א גרויסע ענין צו באבאכטען בשעת׳ן אייך אנגרייטען ס׳סענדעוויטס...

נאכן ווארטן אין די שורה פאר א קנאפע 20 מינוט, פאנגט זיך געווענטליך אהן די פראצעדור מיט וואס סארע ברויט איהר ווילט היינט, נאכדעם וואס זאל מען באשמירן למעלה ולמעטה אא״וו, אין די שאלות ותשובות ווערן געטאן דווקא סטעפ ביי סטעפ אזש דער סערווער (און די ווארטענדיגע קונים) זאלן טאקע גוט נערוועז ווערן...

מ׳וואלט געברויכט פרעגן א שאלת חכם צו ס׳צוצוקיקן דורך דעם גלאז איז אויך כשר מלכתחילה אדער איז גאר נאר א בדיעבד...

אני הקטן בין איינמאל געשטאנען אין אזא ליניע, הער איך ווי איינער וואס איז געווען פויל איבערצוזאגן ס׳חבר׳ס באשטעלונג אינסטרוקציעס, געט ער א זאג, היינט גיב מיר א ״קאפי-פעיסט״... :grin:

נא פאר אזעלכע קאוסטעם-מעיד מאכלים צוזאמען מיט די הכנה וואס קומט מיט, איז נישט מער ווי רעכט צו באצאלען פארדעם רבי געלט!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24888
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך farshlufen » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:33 am

הערליך, זאפטיג!

האסט מיר הונגעריג געמאכט, ס'נאך דא 1-1/2 שעה ביזן עסן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך אייוועלט שרייבער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:35 am

הערליך
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך בלא בלא בלא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:41 am

farshlufen האט געשריבן:הערליך, זאפטיג!

האסט מיר הונגעריג געמאכט, ס'נאך דא 1-1/2 שעה ביזן עסן.
העלא?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:43 am

עפעס איז עפעס צי זאפטיג דא היינט, זאג האסט געדרוקט בטעות צוויי מאל 'טאמעיטאס'?

פיינע נייעס!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:01 pm

א גוט יאר מר פלי גל.
מיר האבן הנאה געהאט פון אייער טונע סענדוויטש.

זאב שלייערמאן
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2018 9:55 pm

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך זאב שלייערמאן » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 1:30 pm

ווינגל. אהער מיט נאך עטליכע צירקע-טווענטי-טווענטי-סענדיווטעשס-עפאכע.
;l;p-

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2448
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 2:09 pm

זיסע נייעס.
(נישט געוואוסט אז דו טויגסט) ווי וואנט מאור....
...האט זיך די רבי ארומגעדרייט צו ר' יוסל און זיך אנגערופן מיט א שמייכל
"נישט פון מיר לאכן זיי, פון דיר לאכט מען, ווייל דו גייסט אן א מאסק"
(פיקטיווע געשיכטע, באזירט אויף אמת'ע פאקטן)

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4281
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:24 pm

ברויך מען מאכן אזאנס אויף אייוועלט,
פאר א פשוטע סמיילי דרוקט דא
פאר א פליגל אוועטער דרוקט דא
פאר א זיסע הערה'לע דרוקט דא
פאר א נארישע דרוקט די עקס קנעפל ביי די עק פון די סקרין.

פליגל איינס און א גוטס!!
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

Re: סענדוויטשעס, צירקע 2020 עפאכע.

תגובהדורך שמשון הגיבור » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:35 pm

ממש א שאד. זאל ווען פליגל יא נעמען דעם סענדוויטש, און דערביי א מילך-שאקל און זיך טרעפן טרינקן פונעם פאפירענע שטרוי.. וואלט דער ארטיקל געהאט נאך 6 טויזענט קערעקטער׳ס.

בערך ווי ווען דער טעיפ האט געהאט א ראנג סטיקער..
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גוט שבת, מלכיאל חיים, ראש המערכה, שמחהלע קאפשטיק און 11 געסט