מיין ברודער'ס אביוז!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בס"ד

איך וועל קיינמאל פארגעסן יענע טאג איך האב נאך קיינמאל אריינגעהויבן וואס איך האב דאן באקומען, די ציפ ציפט מיר נאך ביז היינט, אבער וואס זאל איך זאגען מיין טאטע איז געווען גערעכט, סאיז מיר ערליך געקמען, און די לעקציע איז ווערט געווען די פסק.

געווען איז עס ווען איך בין געווען אין כתה ה ו אין קאנטרי, איך בין נישט געגאנגען אין קעמפ, איך בין געגאנגען אין א לאקאלע דעי קעמפ, איך האב זייער הנאה געהאט ס'איז געווען א ערגענישע יונגערמאן אלס העד קאנסלער און ער האט אריינגעלייגט כוחות אז ס'זאל זיין א זומער צו געדענקן , און איך מוז זאגען אז ער האט מצליח, ס'איז געווען א פילע זומער אנגעפילט מיט אסאך פאן און תוכן, ווייניג דעי קעמפס שטעלן צו וואס ער האט אונז צוגעשטעלט.

די קלימאקס איז געווען די ברעק אוט, ס'איז געווען א געלונגענע ברעק אוט מיט אסאך דראמע, א יונגעל איז כלומרשט אראפגעפאלן מען האט געריפן הצלה און הצלה האט געריפן א העליקאפטער, און מען האט אריינגענומען אלע יונגעלעך אין לאנטש רום זאגען תהילים, מיר זענען אלע געווען דערשראקען צום טויט מיר האבען נישט געוויסט וואס וועט זיין, מיר האבען געציטערט פארן לעבן פון אונזער חבר, די בכיות וואס האט זיך אפגעטון איז נישט צו באשרייבן , למעשה איז פון די העלעקפטער ארויס גיפלויגן נאש מיט צעטעלעך אנאנסונדיג א מעזשיר טריפ , מיר האבען אפגעאטמעט מיט רואיגקייט, און אונזער אויפמערקזאמקייט איז געוואנדן געווארן צום קומדיגן מעיזשר טריפ, מיר זענען געווען צולאזט פאר עקסייטמענט , דאס איז געווען די קלימאקס פון די זומער , די טריפ איז געווען געפלאנט צו א מעכטיגע אומיזמענט פארק פאר א גאנצען טאג , מיר זענען ממש נישט געוועזן ביי זיך פון פרייד,
די העד קאנצלער האט אויס געריפן אז די טריפ איז געווידמעט פאר כיתה ה און ו , און כתה ד' קען נישט מיט קומען, דעיס איז געווען ווי נארמאל ווייל יעדע יאר איז אזוי אז נאר די עלטערע כיתות גייען מיט די טריפ, האבענדיג א ברודער אין כתה ד האב איך אביסיל רחמנות געהאט אויף אים אבער איך האב געוויסט אז דאס איז די ראל אין איך פלעג אויך נישט מיטגיין אין כתה ד', אונז זעמיר אהיים געקומען און איך האב מיט עקסטזאז זיך גענומען פארציילן פון די בפארשטייענדיגע טריפ מיינע אויגען האבען געגלאנצט , און איך בין געוווען איגאנצן אריינגעטון אין מיין שמחה, איך האב נישט באמערקט - אבער מיין מאמע האט יא - באמערקט אז מיין ברודערס אויגן ווערן מער און מער פארטרערט הערנדיג מיין עקסייטעט שטימע און מיינע פילפארביגע קאלירן מיט וואס איך האב אראפגעלייט די טריפ צו ווי מיר גייען.

איר מאמיש הארץ האט עס נישט גאקענט אראפ שלינגען, זי איז אויסגעגאנגען פאר רחמנות אויף איר קינד, למעשה האט מען אין די טאג פון די מעיזשער טריפ געדארפט צו ,אראפברענגן א פארעם פאר די יונגערע כיתות אלס ערזאץ, און פאר מיין יונגע ברודער וואס האט געליטן אויף א געוויסע אטעמען פראבלעם איז דו שטארקע גערוך פון בעלי חיים געווען זייער נישט געזונט נישט ממש שעדליך אבער אבער נישט ראטזאם (סאיז א מינדערוויכטעגער פראבלעם אבער א פראבלעם איז עס) און אלס פארגוטנג וואס ער גייט נישט קענען זיין ביי די פארם האט די העד קענסלער געגעבן א צופיעלע אויסנאם פאר מיין ברודער אז ער קען מיט גיין מיט מיר אויף די טריפ.

די גרויסע טאג איז אנגעקומען איך בין איפגעשטאנען פרי איך האב גענומען די ריזעגע בעג וואס מיין מאמע האט אנגעגרייט פאר מיר און מיין ברודער און מיר האבען זיך גענומען גיין צו די באסעס , מיין מאמע האט מיר נאכאמאל אנגעזאגט וועגן מיין קליינע ברודער און ווי א וואויל קטיד האב איך ווידער צוגעשאקלט.

איך שעם מיר צו זאגען אבער פון ווען איך בין ארויף אויפן באס איז מיין ברודער געווארן ביי מיר ממש ליפט, איך האב אים נישט אנגעקיקט און נישט געקיקט אויף זיין זייט, איך בין גלייך געווארן פארטון און א העפטיגע שמועס מיט מיינע חברים, און די מצב איז געווען זייער אויפגעלעבט איך האב נישט געהאט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט מיין ברודערל, נאכן פארן א שעה בערך האט מען געדאוונט אויף די באסעס, און ווען מען האט גענדיגט האט יעדער ארויסגענומען זיין בעג וואס ער האט מיט גענומען און זיך גענומען עסן פרישטיג, איך בין געזעסן אין די בעק פון די באס און מיט א גרופע חברים פארברענגט די פרישטיג פארגעסנדיג אז מיין ברודער דארף אויך עסן, האבענדיג א גרויסע אפטיט האב איך פארלענדעד כמעט אלס וואס מיין מאמע האט אנגערייט , ווען מיין ברודער איז דערנאך געקומען בעטן פאר פרישטיג האב איך אים געגעבן אזא נערווירנד בליק און אים געגעבן די האלבע סענדווישט וואס איז פארבליבן.

ענדליך איז מען אנגעקומען די עולם איז אראפגעלאפן פון די באס און זיך גענומען דערגיין די פלאץ, איך האב געהאט מיין חבורה און מיר זענען געגאנגען קיקן ווי איז דא גוטע ריידס , איך געגבן אזא זאג פאר מיין ברודער דו וועסטו דיך שוין מסדר זיין יא? און געלאפן מיט מיינע חברים , וואס זאל איך זאגען ס'איז געווען א טאג פון פאן, אזויפיל ריידס אזויפיל נייע זאכן, איך האב ממש געלעבט, איך האב אויסגעניצט יעדע מינוט, ווען איך בין הונגעריג געווארן האב איך ארויסגענומען פון בעג נאך א נאש און ווייטער געלאפן , ערגעץ אינמיטן טאג האב איך געזעהן מיין ברודער שטיין אויף ליין אויף עפעס רייד מיט טרויעריגע אויגן איך האב געפילט א ציפ און הארץ אבער איך בין וויייטער געלאפן, '' איך האב אים נישט געהייסן מיט קומען'',
נאך א פילע טאג איז מען ענדליך צוריק ארויף אויף די באסעס אויסגעמאטערטהייט אבער פיל מיט לעבן, די עולם איז געווען היבש מיד און צולאזט, אבער נאכן פארן א האלבע שעה האט די עולם מער און מער אנגעהויבן איינשלאפן, איך בין אויך אנטשלאפען געווארן מיט א פרייליכע שמייכעל אויפן פנים, איבער טראכטענדיג מיין פילע געשמאקע טאג וואס איך האב געהאט.

איך עפן אויף מיינע אויגען פון די אפשטעל וואס די באס האט געמאכט, אין איך זעה אז מיר זענען שוין אין קאנטרי, איך בין אראפ פון באס מיט מיין ברודער און זיך געוואנדען אהיים. מיינע עלטערן האבען אונז אפגעווארט מיט א ריזעגע שמייכל און געפרעגט אויפגעלייגט נו וויאזוי איז געווען? איך האב געפענט מיין מויל צו אנהויבן אראפלייגן ווי געשמאק ס'איז געווען, און פלוצלונג נישט ערווארטעט האט מיין ברודער אויסגעפלאצט און א געוויין... מיין טאטע האט אים געפרעגט וואס גייט פאר??? און מיט זיין קינדעשע אפנקייט האט ער זיך גענומען אפרעדן אז איך האב אים נישט געגעבן קיין עסן, און אז ער האט נאך כמעט גארנישט געגעסען היינט, און ער איז כמעט נישט געווען אויף קיין רייד'ס און אז איך האב אים נישט אנגעקיקט די גאנצע טריפ......

מיין טאטע איז געווען געפלעפט, און האט מיר אריינגענומען און א צימער און מיר געגעבן א פסק וואס איך האב נאך אזאנס קיינמאל געכאפט, ''איך האב דיר געטראסט מיט דיין ברודער, איך האב מיטגעשיקט עסן פאר ביידע, צו האסטו נישט געקענט טון די מונימים און אים באטייליגן אין דיין הנאה, ווי האבסו געקענט הנאה האבען ווען דיין ברידער איז געשטאנען אין די זייט פארטרויערט, ווי איז דיין יודעשע הארץ, צו איז ער דען נישט קיין מענטש, ווי האסטו געפעלטש אין די טראסט וואס איך האבדיר געגעבן.

***********

פון הימל א פקדון מיר האבען באקומען און נישט ווי אין די משל איז די גאנצע סיבה פון אונזער אראפקום געווען נאר די פקדון , און מיר זענען פארנומען מיט די גוף, מיר פארגעסן אז מט האבען די פקדון וואס מי דארפן פיטערן און קער נעמען פון, מיר זעהן כמעט נישט אז עס עקזעסטירט און מיר זענען נאר פארנומען מיטן גוף,
קומען ווייט די צייט ווען די טאטע גייט פרעגן פארוואס האסטו געפעלשט אין די מתנה וואס איך האב דיר געגעבן און די פקדון וואס ליגט ביי דיר? צו ביסטו א אכזר? צו האט די נשמה נישט געדארפט עסן?, אוי לאותו בושת פנים! וואס גייען מיר ענטפערן? וואס גייען מיר זאגען?
די נשמה וועט זיין בגלי און מען גייט זעהן אלע אביוז וואס מיר זאנען באגאנגען מיט איר, פארוואס זאלען מיר זיך דאן שעמען לאמיר היינט זיך צוריק קערן.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אייזן!!!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

זייער שיין!
זקן מלא רחמים.
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

טרערעלך פון מיינע אויגען
מיין הארץ געבויגן
מען דארף טוען כהוגן
אז עס זאל טוען טויגן

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

מעכטיג!
יישר כח פאר די התעוררות.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6406
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זייער שיין!
לאמיר טראכטן א מינוט. אמת דיין טאטע איז געווען 100% גערעכט, אבער דו מיינסט ער האט דיר נישט פארשטאנען? ער ווייסט נישט אז דו האסט חברים און האסט ליב ריידס איבער אלעם און קעהר נעמען םון דיין ברודער איז נישט דיין פירסט פריאריטעט? נישט אז ס'איז גערעכט---אבער עס איז זייער גרינג צו מלמד זכות זיין!!
דער אייבערשטער האט אונז באשאפן, כי הוא ידע יצרנו, אמת כי אתה הוא יוצרם ואתה יודע יצרם כי הם בשר ודם. ער ווייסט אז מיר זוכען נישט צו פארנאכלעסיגן אונזער פליכט נאר מען ווערט ליידער פארשפילט פון חברים און ריידס. מי מעכב שאור שבעיסה ושעבוד גליות.
רבש"ע זכור כי עפר אנחנו. מיר ווילן זיין גוט און קער נעמען פון דיין טייערע פקדון. מיר זענען זיך מקבל בעסער אכטונג צו געבן מהיום והלאה! אבער ביטע זיי אונז דן לכף זכות.... פנה נא אל התלאות ואל לחטאות..........
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:זייער שיין!

דעיס זאג פאר הקב"ה!!!
שוין באמערקט דו האסט ליב מלמד זכות צו זיין אויף יודן, אבער סקומט נישט אריין אין די אשכול, לענ"ד
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6406
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אקעי סארי :roll:
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איך האב שוין אנגעהויבן רחמנות האבן אויף דיין ברודער, ביז איך האב געכאפט דעם פראסק

אוי וויי וואס וועט זיין מיט מיין נשמה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:אקעי סארי :roll:

איך האב נישט געמיינט אזוי שארף, באט יו געט די פוינט....
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

געוואלדיג
50 בערן
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 5:41 pm

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 50 בערן »

אוי טאטע זיסער די משל האט דאך פאסירט מיט מיר

אוי אוי אוי ס'ציפט
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

זייער שיין
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

זייער פיין, ביי מיר האט עס אויך פאסירט עפעס ענליך.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

Wow! אין מלים...! נישט נארמאל דאס אייזן! איך ג'יי באנאנעס פאר די ארטיקל, שוין יארן נישט געליינט אזאנץ.

פארן ליינען דיין נמשל איז מיר ארויף געקומען ווי די רבש"ע שיקט אויפן וועלט אלע סארט מענטשן און נישט יעדער האט צו שפייזן זיינע קינדער אין ווען א משולח קומט נאך זיין דאלער האט דיא די רבש"ע געגעבן זאלסט געבען פאר דיין ברידער.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

50 בערן האט געשריבן:אוי טאטע זיסער די משל האט דאך פאסירט מיט מיר

אוי אוי אוי ס'ציפט

די ביסט ניין און יא'ס ברודער?! דיין ברידער איז פיינע נייעס!!! געב עם איבער
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

הערליך הערליך.

דו ביסטמ א אומאויפהערליכע קוואל
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

זייער שיין
עס האט מיך זייער איבער גענומען
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

יואש איז דאס גוט!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זייער שיין און שטארק
הה״ד הנשמה לך והגוף פעלך, און די נשמה זאגט: חוסה על עמלך.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

זייער שטארק!!!

שכח פאר די התעוררות
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

כהאב מיטגעוויינט מיט דיין יונגערע ברודער, הלוואי זאל איך אזוי קענען וויינען ווען מוועט זאגן אדם יסודו מעפר וסופו לעפר
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

ניין און יא האט געשריבן:בס"ד

איך שעם מיר צו זאגען אבער פון ווען איך בין ארויף אויפן באס איז מיין ברודער געווארן ביי מיר ממש ליפט, איך האב אים נישט אנגעקיקט און נישט געקיקט אויף זיין זייט, איך בין גלייך געווארן פארטון און א העפטיגע שמועס מיט מיינע חברים, און די מצב איז געווען זייער אויפגעלעבט איך האב נישט געהאט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט מיין ברודערל, נאכן פארן א שעה בערך האט מען געדאוונט אויף די באסעס, און ווען מען האט גענדיגט האט יעדער ארויסגענומען זיין בעג וואס ער האט מיט גענומען און זיך גענומען עסן פרישטיג, איך בין געזעסן אין די בעק פון די באס און מיט א גרופע חברים פארברענגט די פרישטיג פארגעסנדיג אז מיין ברודער דארף אויך עסן, האבענדיג א גרויסע אפטיט האב איך פארלענדעד כמעט אלס וואס מיין מאמע האט אנגערייט , ווען מיין ברודער איז דערנאך געקומען בעטן פאר פרישטיג האב איך אים געגעבן אזא נערווירנד בליק און אים געגעבן די האלבע סענדווישט וואס איז פארבליבן.

די משל איז עפעס מורא'דיג דומה לנמשל , אזוי ווי א מענשט קומט אראפ און פארגעסט זיין תפקיד פאר סיבות ער ווערט אריין געטוהן ראשו ורובו און אנדערע ענינים

און אפי' ער דערמאנט זיך עס פון מאל צומאל איז עס מיט א נערוועזקייט..

זייער זייער גוט
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Wow!!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
זייטיגע צוקוקער
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm

Re: מיין ברודער'ס אביוז!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייטיגע צוקוקער »

די קוואל עפענט זיך און ס'הייבט אן גיסן תוכן,
מוראדיג שטארק!
קיפ איט אפ
איך קוק צו פון די זייט
אז כ'האב וואס צוצולייגן ווארפיך אריין מיינע צוויי צענט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”