דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך בארואיגט-אייך » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 9:53 am

וועלן זיך אזוי ליינען ארטיקלעך א טאג נאכן עלעקשן, דראמא טראמפ פארלירט?

סע איז דא פול מיט אשכולות מיט די איידיע פון פרעדיקטן ווער עס וועט ארויס קוועטשן א געווינס אין די עלעקשנ'ס.

רוב אייוועלט ליינער זענען טראמפ'ס חסידים אין האלטן אז ער וועט געווינען, וואס וועט אבער פאסירן אויב וועט ער פארלירן?

וועלן זיך זאכן טוישן, אינטערעסאנט צו זען אין הערן דערוועגן.

סע איז דא וואס שרייבן פאר א בירגער קריג אנדערע זאגן אז די סטאקס מארקעט וועט כאפן א געזונט פראסק אנדערע טראכטן פון די געדאנק צו עס וועט פאסן פארן פרעזידענט איבער צו געבן די אופיס, וואס וועט ער טאן נאכדעם?

וועלעכע ריכטונג וועט דאס לאנד פארן?

וואס איז זיכער, מע' ברויך שטארק מתפלל זיין ביי די תפילה פון נתנה תוקף....

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 9:55 am

דיין אוועטער וועט זיין א טאפ אייטעם
אין אמעריקע, איז עדות, פאררעכנט ווי הונדערט פראצענטיגע פרוף, מ'טוט כסדר אריינווארפן מענטשן אין טורמע, ריאונירן זייערע לעבנס, און זיי אומברענגען, געבויט אויף אזא באווייז. ווען די מידיע זאגט אז ס'איז נישט דא באווייז, ווייסן זיי אויך אז ס'איז ליגנד.

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך איינס » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 10:12 am

מאף איך קיין מאנסי...

אין די היסטעריע פון אונזער וועלט איז עס נאכקיינמאל אונטער געגאנגען אין אזעלכע מצבים.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 10:25 am

צ/ק
ביידן דרימעלט אויף 1600 פענסלעוועניע עוו. אין וואשינגטאן עיר הבירה.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 10:30 am

ביידן ווייס איך נישט, אבער טראמפ וועט אויסניצן זיינע עלטערע יארן צי אויסניצן צי די מעקס די מאמנטום פון א געוועזענע פרעזידענט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

ווארעמע מעלאנע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך ווארעמע מעלאנע » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 10:49 am

די פאליטישע אשכולות וועלן נידערן אויפן אקטיווע אשכולות זייטל, און די פאליטישע קעגנער וועלן אנטוישטערהייט אפפיצן אין די טינקלקייט פון נאכט.
רוהיגקייט וועט הערשן, און די נאכאנאנדע איבערדרייעניש אין לאנד וועלן קומען צו א האסטיגן אפשטעל.

פאר 3 פרידליכע יארן.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1967
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך שיעלע בהמה » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 11:01 am

אויב אין די נאכט פון די עלעקשאנס געווינט טראמפ און דאן קומען די מעיל-אין וואוטס און טוישן די אויסגאנג.. זאל דער אויבערשטער אפהיטן!

ער וועט זיצן אין סופרים קארט פאר 4 יאר.. און דאן וועט ער ווארשיינליך געווינען.. און די דעמאקראטן וועלן דיסקרעדיטן די סופרים קארט אלץ טראמפ נאמיני פאפעטס (וואס דארפסטו מער פון דעם, וויפיל רעספעקט האבן זיי דען צו די גאנצע קאנסטיטוציע?..), דער אויבערשטער זאל אפהיטן!
----
אידיש בלוט האט נאר א (לפנים'דיגע) ווערד ווען די מורא של מלכות איז קאנקרעט שטארק

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 11:03 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:אויב אין די נאכט פון די עלעקשאנס געווינט טראמפ און דאן קומען די מעיל-אין וואוטס און טוישן די אויסגאנג.. זאל דער אויבערשטער אפהיטן!

ער וועט זיצן אין סופרים קארט פאר 4 יאר.. און דאן וועט ער ווארשיינליך געווינען.. און די דעמאקראטן וועלן דיסקרעדיטן די סופרים קארט אלץ טראמפ נאמיני פאפעטס (וואס דארפסטו מער פון דעם, וויפיל רעספעקט האבן זיי דען צו די גאנצע קאנסטיטוציע?..), דער אויבערשטער זאל אפהיטן!
----
אידיש בלוט האט נאר א (לפנים'דיגע) ווערד ווען די מורא של מלכות איז קאנקרעט שטארק




1- זיי האבן עס שוין געטון ביי בוש

2- ראבערט וועט ווארשיינליך גיין קעגן טראמפ
אין אמעריקע, איז עדות, פאררעכנט ווי הונדערט פראצענטיגע פרוף, מ'טוט כסדר אריינווארפן מענטשן אין טורמע, ריאונירן זייערע לעבנס, און זיי אומברענגען, געבויט אויף אזא באווייז. ווען די מידיע זאגט אז ס'איז נישט דא באווייז, ווייסן זיי אויך אז ס'איז ליגנד.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1967
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך שיעלע בהמה » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 11:09 am

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:אויב אין די נאכט פון די עלעקשאנס געווינט טראמפ און דאן קומען די מעיל-אין וואוטס און טוישן די אויסגאנג.. זאל דער אויבערשטער אפהיטן!

ער וועט זיצן אין סופרים קארט פאר 4 יאר.. און דאן וועט ער ווארשיינליך געווינען.. און די דעמאקראטן וועלן דיסקרעדיטן די סופרים קארט אלץ טראמפ נאמיני פאפעטס (וואס דארפסטו מער פון דעם, וויפיל רעספעקט האבן זיי דען צו די גאנצע קאנסטיטוציע?..), דער אויבערשטער זאל אפהיטן!
----
אידיש בלוט האט נאר א (לפנים'דיגע) ווערד ווען די מורא של מלכות איז קאנקרעט שטארק




1- זיי האבן עס שוין געטון ביי בוש

2- ראבערט וועט ווארשיינליך גיין קעגן טראמפ

בנוגעה נקודה איינס, טראמפ איז נישט בוש און די יעצטיגע דערמאקראטן זענען נישט יענע..

בנוגעה נקודה צוויי,
ערשטנס, מן יימר
צווייטנס, אפשר אפשר ביז דעמאלטס וועט ער נאך עספיען צו אריינריקן נאך איינעם
דריטנס, אקעי ביסט גערעכט.. שמעקט דיך א בירגער קריג פון די פיק-אפ-טראק גאן אונערס?

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין שוך

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך בעסער אזוי » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 11:24 am

איך האלט אמת'דיג אז מען דארף מתפלל זיין אז נישט קיין חילוק ווער ס'געווינט זאל עס זיין מיט א קלארע אויבערהאנט, און מען זאל שוין וויסן מיט א קלארקייט שפעטסטנס מיטוואך אינדערפרי ווער ס'האט געווינען

ווייל אויב נישט..
בעסער ווי הונדערט פריינט, איז איין פריינט וואס וועט שטיין מיט דיר קעגן הונדערט פיינט

קרעדיט: מעלות

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין שוך

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך בעסער אזוי » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 11:26 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:ביידן ווייס איך נישט, אבער טראמפ וועט אויסניצן זיינע עלטערע יארן צי אויסניצן צי די מעקס די מאמנטום פון א געוועזענע פרעזידענט.

ער גייט זיכער קאמאנטירן טאג און נאכט אויף אלעם וואס ביידען טוט
בעסער ווי הונדערט פריינט, איז איין פריינט וואס וועט שטיין מיט דיר קעגן הונדערט פיינט

קרעדיט: מעלות

sky
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:42 pm

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך sky » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 11:29 am

Im Going out from america, I Move to florida...


פוילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך פוילער » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 11:34 am

טראמפ העט ווערן פארעכנט אלץ דער לוזער פונעם יאר הונדערט.

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך בארואיגט-אייך » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 11:37 am

בעסער אזוי האט געשריבן:איך האלט אמת'דיג אז מען דארף מתפלל זיין אז נישט קיין חילוק ווער ס'געווינט זאל עס זיין מיט א קלארע אויבערהאנט, און מען זאל שוין וויסן מיט א קלארקייט שפעטסטנס מיטוואך אינדערפרי ווער ס'האט געווינען

ווייל אויב נישט..


דאס איז וואס סע איז אינטערעסאנט צו וויסן

וויאזוי גייען דאס הייסע טראמפיסטן מיט די לאנגע געווער אונעמען?

ווי וועט עס אוסקלאפן פאר גלות אידן,.

די אלע זאכן מאכט טראכטן אז מיר ברויכן זיך גרייטן צו א שטורעמישע תקופה, וואס וועט דרייען די קאפ נישט לאזן רואיגקייט פאר קיין מינוט, ממה נפשך:

1- אויב די נאכט פון עלעקשנ'ס קומט טראמפ ארויס די געווינער, אפאר וואכן, חדשים שפעטער קומט ארויס אז ביידען איז געווינער, #ביג טראבל.

2- אויב די נאכט קומט ביידען ארויס מיט א שמאלע זיג, גייט מען שרייען אז סע איז געפעלטש, ריקאנט, #קאפ וויי.

3- קיינער ווייסט נישט די ראזולטאטן ביז א גוטע לענגליכע צייט שפעטער, #כאאס.

4- מע שרייט נישט אז סע איז געפעלטש, ביידען געווינט קלאר לעיני השמש, וויאזוי גייט דאס אוסקלאפן אופן פרעזידענט, שטיצער, מידיע, אייוועלט, #דראמא.

5- מע גרייט זיך צום איינשווערונג, ביידען אופן סטעידש, וואס וועט זיין טראמפ'ס טוויט, #פאני.

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 11:59 am

מען וועט גאנץ שנעל זעהן די ערשטע פרוי פרעזידענט פון די דיס-יונייטעד סטעיס אף אמעריטשקא.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.


שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 12:10 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:סע איז דא וואס שרייבן פאר א בירגער קריג אנדערע זאגן אז די סטאקס מארקעט וועט כאפן א געזונט פראסק אנדערע טראכטן פון די געדאנק צו עס וועט פאסן פארן פרעזידענט איבער צו געבן די אופיס, וואס וועט ער טאן נאכדעם?

מען האט דאס פארגעזאגט פאר אבאמא'ס געווינס אויכעט אז עס גייען זיין ראיאטן אין די גאסן. דערווייל איז האט דאס קיינמאל נישט פאסירט.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 2:47 pm

shimon7323 האט געשריבן:מען וועט גאנץ שנעל זעהן די ערשטע פרוי פרעזידענט פון די דיס-יונייטעד סטעיס אף אמעריטשקא.

די קראנקע פרוי פון די וועלדער אין טשאפאקווא איז מיסטעריעז נאך ביים לעבן
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 2:54 pm

לכאורה האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:מען וועט גאנץ שנעל זעהן די ערשטע פרוי פרעזידענט פון די דיס-יונייטעד סטעיס אף אמעריטשקא.

די קראנקע פרוי פון די וועלדער אין טשאפאקווא איז מיסטעריעז נאך ביים לעבן


נעוואדא אזוי די רויטע זענען נישט קיין רוצחים מען טרינקט ניט אמאל איר בליט. מה דאך ווען זי זיצט נישט און די ווייסע הויז טרינקען די בלויע די בליט פון די רויטע, כש"כ ווען זי זיצט ווען און די ווייסע הויז אוי וואלט זיך נאך היינט געגאסען דאפלעט אזוי פיל סקאנדאלן
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.


שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 5:05 pm

אדער האב איך שלעכט פארשטאנען דיין פריערדיגע תגובה, אדער האסטו שלעכט פארשטאנען מיין ענטפער
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 5:15 pm

פוילער האט געשריבן:טראמפ העט ווערן פארעכנט אלץ דער לוזער פונעם יאר הונדערט.

נישט בײ מיר.

ער איז שוין א ביליאנער פון אלס יונגערמאן, ער האט געהאט תאות עולם הזה א גאנץ לעבן, און ווען ער האט זיך למעשה אריינגעלאזט אין פאליטיק נאך יארן שפעקולירן, האט ער גראד געווינען די גרעסטע פאזיציע, וואס אזויפיל פאליטיקאנטן לעכצן פאר דעם, און הארעווען יארן עס צו גרייכן.

ער איז נישט קיין לוזער פלעין אויב ער פארלירט ריעלעקשן.

בוש 41 האט אויך פארלוירן, ער איז נישט קיין לוזער, דזשעראלד פארד האט אויך פארלוירן, ער איז נישט קיין לוזער. און זיי האבן געהארעוועט יארן עס צו גרייכן.

חוץ מזה וואס ער בלייבט מיטן גרויסן טוויטער אקאונט, און לכאורה דער גרעסטער כח ביי די רעפאבליקאנער פארטיי, מיט צענדליגער מיליאנען פארברענטע שטיצער.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

פוילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך פוילער » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 5:20 pm

איך הער דיין אפיניען,

אבער טראמפ איז נישט קיין פארגלייך צו בוש אז טראמפ זאל פארלירן וועט עס זיין א גרעסערע פראסק פאר אים און די ריפאבליקאנער פארטיי ווי ביי בוש

ערעב איד
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך ערעב איד » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 6:31 pm

צ/ק
טראמפ וועט טוויטען "איך האב אים געלאזט געוואונען".

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך חנוך » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 6:37 pm

וועט עפענען א נייע פארטיי, "גרעיט עגעין פארטיי".
וועט אוועק שטעלן אן אייגענע מידיא.
וועט רודפן און טראלן ביידן יעדע מינוט אין טאג.
וועט זיך ווייטער אופפירן ווי א פרעזידענט מיט ריזיגע אופטריטן.
וועט אריינברענגן, אינראסירן און שטיצן זיינע קאנדידאטן איבערן לאנד.

מאנטאג
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 9:45 pm

Re: דראמא טראמפ פארלירט - וואס איז יעצט?

תגובהדורך מאנטאג » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 6:39 pm

ס'וועט פלעין ווערן רואיג אין לאנד.
און טאקע פארדעם ווילן אסאך אידעלעך עס זאל נישט פאסירן, אידן האבן ליב עקשאן און נייעס, לעבהאפט און פרישקייט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, א גאנץ יאר פרייליך, א גוטן, היימישע וויין און 23 געסט