נננאאאאאאאאא!!!!. פאד-סטעמפס??

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

נננאאאאאאאאא!!!!. פאד-סטעמפס??

תגובהדורך א קליינע וועלט! » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 1:35 am

געווען איז עס אינעם פארייכערטן יארע 2001 ווען די וועלט איז געווען איינגעוויקלט אין א פחדים'דיגע צומישעניש און כסדר'דיגע טימל, ווען די עף.בי.איי. עיגענסי אף אמעריקע האט געמאלדן אז ווער עס וועט זיי העלפן טרעפן עווידענט"ס ווי דעם פארוואלקנטע מערדער און מענטשן פרעסער וואס האט אראפגעברענגט די געביידעס געפינט זוך, וועלן זיי אים באלוינען מיט ספאנטאסטישע גאלד, "א באלוינונג פון א מיליאן דאלאר! (אין יענע טעג..). די וועלט האט גערידערט און געשיפלט מיט מיליען און איין רעדער (מין הסטם פון דארט קומט די אויסדריק 'א פינעפטע רוד צום וואגן'), א קליינעקייט?? טרעפען דעם גנב און מאכן דאס געלט!! איינס צוויי.. (נישט אזוי?, ווען ס'קומט צו געלט פארזעהט מען א וועלט מיט שטערונגען..)

. . אין די צייט וואס בין לאדין איז זוך געזיצן אין זיין בונקער'ל אל מי מנוחות אן קיין איבריגע שטערונגען . . . . .

א חסידישן אידל ווי אלע אידעלעך וואס האט דאן געוואוינט אין הארץ פון ווילי אדער איסט סייד, (איך געדענק שוין נישט) וואס האט גראדע פארמאגט א שיינעם דיימאנט פרנסה מיט א ריזן געשעפטל האט ווי אלע (אידן) האבן געלאכט פונעם רעאלעטעיט און אנגעגאנגן מיטן סדר היום כאילו לא, ער האט פארשטאנען אז קיין גנבים וועט ער סייווי נישט טרעפן איז זאל זיין ווי אזוי ס'איז, און אז מ'לאכט.. איז גוט. געלעבט און געלאכט ביז......

איין טאג איז אים אריין עפעס אזא מין דזאוק אין קאפ, אויף קיין שים איד געוואונטשן, אז עפשר דאך.. ער האט שוין דאן פארמאגט די באמבאסטישע און סעפיסטעקירטע מעשינערי וואס רופט זוך היינט אינגעצייטן "סעקיורעטי קעמרע", עס איז דאן נאכנישט געווען קיין אנטוועלטליכע פראדאקט און אוואדע האט עס אפגעקאסט מיליאנען פאר די וואס האבן עס אפגעקויפט אינטערן טיש פון די מעכטיגע סיקיורעטי קאמפעניס וואס האבן עס דאן געהאלטן אינמיטן אויסארבייטן און ענדיגן צו ווערן א וועלטליכע פראדוקט וואס וועט ווארשיינליך ווערן א חלק פונעם מענטשליכן לעבן (משום סיבות שונות איז עס פארשלעפט געווארן מיט לעגאלע געריכטן און שטאטישע אינטערעסן און אזוי פארשלעפט דעם פראדאקט ביז אין די שפעטערע יארן) אבער קאמפעניס ווי דיימאנט געשעפטן און אנדערע האקעלע ביזנעסער האבן עס שוין דאן באקומען אינטערן טיש, און דאן איז פאר אינזער אידל בייגעפאלן אין א שוואכע מיניט אז ער וועט יא איבער קיקן די סעקיורעטי קעמרעס פון די גאס אין אפלויף פון די לעצטע צוויי טעג און.. אפשר...... "וועט ער ווערן א מיליאנער.............."

" א ו ן י א א פ 'ס ! ! ! . . . . . . . . . . . . . . . . . . "

פון צווישן די פיקסלס פונעם שווארץ און ווייסן ריקעדיגן גלאז פונעם סקרין האט זוך אנגעזעהן דאס שאטן פון עפעס א ברייטן און ריזיג הויעכן פארשוין וואס האט געשאסן מיסטריעזע איינזאמקייט און פארדעכטיגט זיגנאלן, פון אינטער זיין שווארצן שלייער האבן צוויי ריזיגע רינגען האסטיג ארימגעבליקט אינעם גאנצן אומגעגנט און מיט א פליצלינגדיגע אימפעט און אומזעהבארע שנעלקייט אפ געריטן פון שעטעך, ווי א אדלער אין וואסער אריין!!.... פארשווינדן!!! __ __ __ __ _און פארלוירן. .

בום!!!.. שרעקעדיג!!. (זעהט אויס אז דער שד האט באשלאסן אז עס איז ליבערשט זוך צו באהאלטן אינעם מויל פונעם לייב ווי קיינער אין וויסטן חלומ'ט נישט ווי איידער צו וואונען אין מדבר ווי די אמעריקאנע קרעפטן וועלן שנעל דערגרייכן אן קיין איבריגע שטערונגען.. ווי זאגט די וועלט? די גנב'ס טאש איז די בעסטע פייער קאסע..)

בלאס, צומישט, דערשראקן, און אטעם פארסאפעט.אבער מאטעוואזירט! און מיט אימפעט ווי מיט פליגלען איז ער געפלויגן צום נענטסטן פאליציי סטאנציע, זיין מעלדונג האט זיי געקאסט א שמייכל מיט געהויבענע ברעמען אבער ווען זיי זענען געקומען צו זוך האבן זיי געכאפט אז עס איז גארנישט קיין וויץ, זיי האבן איינגעמאלדן זייער דערעקטער און ווען ער האט זיי צוריקגעברענגט די מעלדונג פונעם א עף. בי. איי. דערעקטער אז ער איז שוין אויפן וועג און אז ער גייט דארט זיין אין געציילטע מיניטן האט עס זיי איינגעשפאנט אין געציילטע מיניטן פון ווארטן און אנגעצויגנקייט, וואס איז עטוואס געווארן יארן פון מיניט צו מיניט..

די דערעקטער האט אריין געוואקט מיט א גראדע ריקן און יאגעדיג אויסגערועפן "נו. געב אהער די ווידעא"

און. . "אום מעגליך!" ...די סימנים פון בין לאדין האבן, ווי אומגלויבליך ס'איז, פינקטליך געשטימט מיטן פערזוין פון אינטערן שווארצן שלייער. . .

די גאנצע יאגעניש און די גאנצע פלינקע און מאטיוואזירטע מיניטן האבן זוך ביסלעך איבערגעדרייט צו מאסיווע אנגעצויגענע מיניטן.. די דערעקטער איז געזיצן אן אויסגעשטרעקטער... "פו פון וווי האסטו עס..." האט ער געפרעגט אינגאנצן דערשראקן נישט קענענ'דיג זוך צו זיך קומען פון די האר אויפשטעלנדע אינפערמאציע וואס ער ווערט נאר יעצט געוואויר, און פאר זיין אויגן!, א ריזן פארנעפעלטע שטיקל פונעם פאזל האט געפעלט ביז יעצט און ווערט צוביסליך, ווייניגער בלוריע, מער אויסגעפארעמט, און פיט שוין כמעט אריין אינעם אומגלויבליכן פאזל!.

ער האט צוביסלעך ארויף געריקט דעם גלעזער אויפן שפיץ נאז און זוך אנגעריפן מיט עטוואס לעבעדיגע צייכענעס אויף זיין שמייכל'דיגע ליפן, "אקעי. מיר וועלן עס מארגן אינוועסטעגעטן און די!.. קענען מיר דיך שוין מארגן אריין ווייערן די . מ. .יל. .דאלער..? "אין באנק אריין??" . . . . . . . .

מיט א בליק אויפן היט און מיט א דריי מיט די חסיד'ישע געקראזלטע פיאות נישט צו פארגעסן חס ושלום פון ווי ער שטאמט האט ער זוך אנגערופן מיט א חסידישן שמייכל, און מיט אזא מינע מיט די הענט ווי גלייך.. "נע!! איל מאך ענק עס גערן פאר פינעף און צוואנציג טויזנט, אויב ענק קענען מיר פארשאפן סעקשן עיט אן דארפן מאופן קיין בלומינגבערג...

(מיט וואסערע מינע האלטסטו האט אים די דערעקטער דאן אנגעקיקט?.. מיט די זעלבע פארווינדערטע בליקן מיט וואס די באשעפער קוקט אונז אן ווען מיר בעטן אים ברויט צו עסן ווען ער קען אונז אויסשטעלן א סטימיעלעס טשעק פון ביליאנען??!... יוש!.. בישות . . .)
א קליינע וועלט!... (אין מיר..)
כדי צו ארויסגעבן דיינע כשרונות דארפסטו נישט איבערדרייען וועלטן.. 'ווייל די וועלט איז אין דיר!'
געדענק!: 'אם אין אני לי מי לי' און 'בשבילי נברא העולם!' . . .

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: נננאאאאאאאאא!!!!. פאד-סטעמפס??

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 7:36 am

פיינע אימעזשינעשאן דו האסט...

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2579
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: נננאאאאאאאאא!!!!. פאד-סטעמפס??

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 12:07 pm

געלאכט א גוטס.
האסט א זיסע שפראך און א גוטע געדאנק.
רעדסט צו\פון מיר?
פליז #פינג

אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: נננאאאאאאאאא!!!!. פאד-סטעמפס??

תגובהדורך א קליינע וועלט! » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 3:15 pm

ווער ס'קען איז מכבוד צו מאכן א פי.די.עף.
שכח פון פאראויס,
א קליינע וועלט!... (אין מיר..)
כדי צו ארויסגעבן דיינע כשרונות דארפסטו נישט איבערדרייען וועלטן.. 'ווייל די וועלט איז אין דיר!'
געדענק!: 'אם אין אני לי מי לי' און 'בשבילי נברא העולם!' . . .

אוועטאר
תהילים זאגער
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:39 pm

Re: נננאאאאאאאאא!!!!. פאד-סטעמפס??

תגובהדורך תהילים זאגער » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 3:26 pm

א קליינע וועלט! האט געשריבן:ווער ס'קען איז מכבוד צו מאכן א פי.די.עף.
שכח פון פאראויס,
צוגעלייגטע
נננאאאאאאאאא.pdf
(123.02 KiB) דאונלאודעד 22 מאל

ערעב איד
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm

Re: נננאאאאאאאאא!!!!. פאד-סטעמפס??

תגובהדורך ערעב איד » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:42 am

זייער שיין מיט א שטארקע פאנטשליין.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 22093
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: נננאאאאאאאאא!!!!. פאד-סטעמפס??

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:53 am

ביוטעפול.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: נננאאאאאאאאא!!!!. פאד-סטעמפס??

תגובהדורך קרייסלער » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 7:10 am

זייער שיין אז אפילו סאכדעס האט אפגעשטויבט זיין ניק׳ל

א שאד אזא פליסיגע פעדער מיט שטומפיגע ספעלינג, נא דעיס איז פאר עין הרע

—————
די נקודה ווערט שוין ארומגערעדט אין די ספרי מוסר אזא מענטש זאל בעטן אז דער אייבערשטער זאלן אים געבן וואס סאיז אים באשערט, א מענטש קען וויינען יעדן טאג ביים דאווענען פאר א ביליאן אבער סאיז אים באשערט נאר א מיליאן בהדי דכבשי רחמנא למה לי? און בעט אויך נישט מיט א קוצבה

קוק ביי אלע נוסחאות התפילה בעט אים אז דיר אייבערשטער זאל משפיע זיין אז סזאל זיין אבער מגיט אים נישט קיין עצות וויפיל, וויאזוי, ווען וכו׳
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: נננאאאאאאאאא!!!!. פאד-סטעמפס??

תגובהדורך א קליינע וועלט! » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 11:25 am

ס'גוט! אויב הערשי וויינבערגער האט געבראכן די סטארס אפילו ער האט א שטימפיגע לשון האט ער מיר געוויזן די וועג צו נעמען די גאטס און ווערן א שרייבער מיט א שטימפיגע ספעלינג! שכח הערשי! איך האב זייער הנאה פון דיר!
א קליינע וועלט!... (אין מיר..)
כדי צו ארויסגעבן דיינע כשרונות דארפסטו נישט איבערדרייען וועלטן.. 'ווייל די וועלט איז אין דיר!'
געדענק!: 'אם אין אני לי מי לי' און 'בשבילי נברא העולם!' . . .


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot, PetalBot און 16 געסט