ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

;l;p- איינס!!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

אידישע מוח האט געשריבן:
נישט ווי יעדעם האט געשריבן:
אידישע מוח האט געשריבן:
נישט ווי יעדעם האט געשריבן:העמיר ווארטן מיט (אהן) געדולד פאר די המשך.....
כ'ציטער וואס ס'קומט נעקסט? קיבא ? יויש נעבעך...
דרך אגב די אויפשטאנד האט זיך טאקע ערשט אנגעהויבן טיף אינמיטן די דעפארטירונג ???

יא אין זוממער פון תש״ב האט זיך אנגעהויבן דעפארטירונג. אין דער אויפשטאנד איז געווען תש״ג פסח צייט

סא וואס איז געווען די שאלה בכלל אויב מ'מעג מאכן אן אויפשטאנד ? ס'האט דאך ממילא נישט אויסגעמאכט ?

די נאציס האבן ביים אויפשטאנד געהארגעט ארום 13,000 אידן רוב פארברענט לעבעדיגערהייט
פון די נאציס זענען אפשר 150 זעלנער געהארגעט געווארען

די יודן זענען דאך במילא געהארגעט געווארן :?: אזוי פארשטיי איך ?
מ49
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 04, 2017 12:31 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מ49 »

איך לייג דא ארויף א pdf file וואס איך האב געמאכט פון אלע קאפיטלען ביז אהער (נישט professinal).

https://drive.google.com/file/d/1gPz73m ... sp=sharing
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

דער איז עפעס א נישט נארמאלער גוטער שרייבער!!!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

מ49 האט געשריבן:איך לייג דא ארויף א pdf file וואס איך האב געמאכט פון אלע קאפיטלען ביז אהער (נישט professinal).

https://drive.google.com/file/d/1gPz73m ... sp=sharing

ש'כח
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

[q
אוועטאר
שרויפקאפ
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:08 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפקאפ »

וואלטיער האט געשריבן:[q

איך האף אז דעס איז נישט די מעשה פאר די וואך...

גראדע גאנץ דראמאטיש.. :wink:
Thank you anyway
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

היום יום שלישי!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

גם אני מצטרף לדברי ארחיקה הנ״ל,
היום יום שלישי.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

שלמה מולכו האט געשריבן:גם אני מצטרף לדברי ארחיקה הנ״ל,
היום יום שלישי.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

צוריק צו מישא,

ווען דער אלטער האט פארענדיגט צו דערציילן זיין ביטערע און שפאנענדע איבערלעבעניש, האט זיך מישא געטראפן אין א קאלטן שווייס, די צרות און מיטמאכענישן וועלכער דער רייניגער האט אים אזוי פילפארביג געשילדערט האבן בארירט זיין ווייעך הארץ ביז גאר. די צען האבן אים געקריצט מיט האס אויף די פארשאלטענע רשעים וואס האבן אזוי קאלטבליטיג געגאסן אידיש בלוט ווי וואסער, זיינע אויגן האבן געשפריצט פייער פון נקמה אזש אז קיין שום אפהאלט וועט אים אצינד נישט אפנייגן פון ברענגן צו גערעכטיגקייט אט די וואס האבן אזוי מיעס פארטיליגט זיינע אידישע ברודער...
מכאן ואילך נשמע מאת וואלטיער יר"ה השתא בעגלא בזמן קרוב כי מחכים אנחנו בכליון עינים לראות את המעשה אשר יעשון
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

אייגנארטיג האט געשריבן:צוריק צו מישא,

ווען דער אלטער האט פארענדיגט צו דערציילן זיין ביטערע און שפאנענדע איבערלעבעניש, האט זיך מישא געטראפן אין א קאלטן שווייס, די צרות און מיטמאכענישן וועלכער דער רייניגער האט אים אזוי פילפארביג געשילדערט האבן בארירט זיין ווייעך הארץ ביז גאר. די צען האבן אים געקריצט מיט האס אויף די פארשאלטענע רשעים וואס האבן אזוי קאלטבליטיג געגאסן אידיש בלוט ווי וואסער, זיינע אויגן האבן געשפריצט פייער פון נקמה אזש אז קיין שום אפהאלט וועט אים אצינד נישט אפנייגן פון ברענגן צו גערעכטיגקייט אט די וואס האבן אזוי מיעס פארטיליגט זיינע אידישע ברודער...
מכאן ואילך נשמע מאת וואלטיער יר"ה השתא בעגלא בזמן קרוב כי מחכים אנחנו בכליון עינים לראות את המעשה אשר יעשון

;l;p- ;l;p- דרך אגב די אלטער האט עס פארציילט פאר מישא ??
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

וואלטיער האט געשריבן:[q

וואס מיינט דעי סימבל

ניין סתם.. אז כ'שטיי שוין דא אין דע ליין האבעך געפרעגט
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואלטיער?
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 29-30)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

קאפיטל 29


ליוטענאנט אלישייב איז דאס מאל נישט געווארן אפגעשטעלט דורך די קראנקן-שוועסטער. ער האט האט זיך גלייך געוואנדן צום פאסנדע צימער, און אנגעקלאפט אין טיר. ער האט געהאפט אז ער האט נישט ערוועקט דעם אלטן, אבער יענער איז געווען וואך און אויפגעזעצט אין זיין בעט, און א צופרידענע שמייכל האט גערוהט צווישן די ליפן קנייטשן פון זיין אלטן פנים.

"שלום עליכם, ליוטענאנט. איך זעה אז דו האסט מיטגעבראכט א קליינעם לחיים."

אלישייב האט געהאלטן אין איין האנט א באטל סליוואוויצע, און אין די אנדערע א ווייסע טאשטיכל, און דערין, צוויי גלעזלעך. ער האט אויפגעוויקלט די גלעזלעך, אראפגעלייגט אויף א טישל, און זיי ביידן אנגעגאסן.

"זדאראוויא. צו אייער געזונט," האט דער ליוטענאנט געוואונטשן.

"נא זדאראוויע, לחיים," האט דער אלטער געענטפערט, און גענאסן פון דעם געטראנק.

אלישייב האט זיך אנידערגעזעצט אויף א דערנעבנדיגע בענקל און זיך באקוועם געמאכט. ער האט געדולדיג געווארט אז לעוו זאל אנהויבן דעם שמועס.

"דו ביזט צוריקגעקומען," האט איתמר לעוו אנגעהויבן, "איך בין באמת דאנקבאר פאר דעם. דאס מיינט אז דו האט געטראפן דאס וואס איך האב דיר איבערגעלאזט צווישן די געזעץ ביכער."

"איך האב עס געטראפן," האט אלישייב געזאגט.

"און וואס זאגטסו דערצו?"

"איך האב עס איבערגעקוקט. אויב איז עס א פעלטשונג, איז עס א העכטס גענויען פעלטשונג."

"דעריבער?" האט דער אלטער געדרוקט.

"דעריבער, איז עס גלייכער אז דאס זענען וויקליך אייערע קען-קארטעס פון די קריגס-צייט, און נישט א שפעטערע פעלטשונג. אויך האב איך עס אטענטיצירט ביי א מבין, וועלכער האט גרויס אינטערעסע אין היסטארישע ארטיקלען, און די פאפירן האבן אים באיינדרוקט אלץ ארגינעל."

"וועלכע מבין?" האט איתמר געפרעגט מיט נייגער.

"א קוואליפיצירטע פערזאן" האט אלישייב געזאגט קורץ, נישט וועלנדיג ארויסגעבן די נאמען פון ווארמעס, אין מעגליכקייט פון א דורכפאל.

"נו, גוט, גוט," האט איתמר לעוו געזאגט אין פארשטענדעניש, און אויסגעשטרעקט זיין גלעזל פאר א צווייטע אנפול.

"זיגמונג לעזניעווסקי?" האט אלישייב זיך אינטערעסירט אויפן אליאס וואס איז געווען געדרוקט אויף איינע פון די קען-קארטעס וואס לעוו האט אים איבערגעלאזט.

"יא. דאס איז געווען מיין נאמען אויף די פוילישע אידענטיפיקאציע קארטע. אידן האבן געקריגן געלע קארטאן קען-קארטעס, און פוילישע בירגער גרויע."

"וויאזוי האט איר באקומען א פוילישע קען-קארטע?" האט אלישייב געפרעגט, וויסנדיג אז דער אלטער קען קוים ווארטן אז ער זאל אים דאס פרעגן.

"דאס האב איך באקומען פון די פוילישע אונטערגרונד, די ארמייע קריאווע. נאך די ווארשעווער געטא אויפשטאנד אין 43', און איר גענצליכע פארניכטונג, זענען נאר פארבליבן עטליכע איבערלעבער פון צווישן מיינע חברים. א גרויסע טייל זענען פארברענט געווארן אין זייערע בונקערס, ווען די דייטשן האבן גענוצט פלאמען-ווארפער און צונד-שטאף אראפצוברענען די פארבליבענע בנינים אינעם געטא. אנדערע האבן זיך אויפגעגעבן און זענען געווארן אפגעפירט אויף טרעבלינקע. איך בין פארבליבן ווייל איך בין געווען באקאנט מיט עטליכע באהעלטעניש ערטער אין די אפלויף ראהרן, נאך פון די צייט וואס מיין ברודער קיבא…"

איתמר איז געווארן שטיל פאר עטליכע סעקונדן, טיף אריינגעאטעמט, און דערנאך פארגעזעצט.

"...מיין ברודער קיבא, ער פלעגט שמוגלען עסן. צוליב דעם האב איך געוואוסט וואו די אפפלוס ראהרן זענען געגאנגען, און דאס געקענט נוצן אלץ א וועג ארויס פונעם געטא. פון די קעמפער וועלכע האבן איבערגעלעבט האבן זיך רוב צוגעשטעלט צו די פוילישע אונטערגרונד. זיי, די ארמייע קריאווע, האבן מיך צוגעשטעלט די פוילישע קען-קארטע, און דעריבער איז עס נישט קיין פעלטשונג. די פוילישע אונטערגרונג האבן געהאט א מיטגליד אינעווייניג אין די ביוראקראטיע, און ער האט אונז פארשאפט געציילטע גרויע קארטלעך. עס איז טאקע געקומען טייער, אבער אין יענע צייט האבן זיך די פאלאקן געגרייט אויף אן אייגענעם אויפשטאנד קעגן די נאציס, און זיי האבן געזוכט ערפארענע קעמפער. די נאמען זיגמונג לעזניעווסקי איז געווען אן ענדליכער ענדערונג צו מיין נאמען, און אזוי איז עס געווען לייכט צו געדענקן. עס איז אייביג גוט צו בלייבן ווי נענטער צום אמת, ווען מען שפילט א קאמפליצירטן און סכנותדיגן ליגנט, אזויווי איך האב געטוען אין ווארשע דורכן מלחמה. דא אין די ד.ד.ר., נאך די קריג, האב איך זיך אנגעגעבן אלץ זיגיסמונד לעהבמאן, אויך גרינג צו געדענקן."

"פארוואס זענט איר געקומען קיין דויטשלאנד נאכן קריג, אויב מעג איך פרעגן, און נישט עמיגרירט קיין אמעריקע אדער ארץ ישראל?" האט אלישייב געוואלט פארשטיין.

"ווייל איך האב נאך געהאט אומפארענדיגטע אויפגאבן דא," האט דער אלטער געענטפערט.

"אייער נקמה?" האט אלישייב געפרעגט.

"מיין נקמה," האט לעוו צוגעשטימט.

ווען אלישייב האט געווארט אז דער אלטער זאל אריינגיין אין מער פרטים, און יענער האט געוואלט אנהייבן זיין געשיכטע, איז אבער א קראנקן-שוועסטער אריינגעקומען אינעם צימער צו פרעגן אויף דעם פאציענט'ס וואוילזיין, און אים דערמאנען אז אויף דאס מארגן וועט ער ווערן אהיימגעלאזט. די דאקטוירים האבן שוין פעסטגעשטעלט אז זיין גוף איז טאקע דורכגעטריבן מיט א פרעסנדע קעסער,און זיי האבן מער גארנישט געקענט טוען פאר אים אויסער אים געבן שמערצן מעדיצין. ווען זי האט געזעהן די סליוואוויצע האט זי שטרענגעהייט געשאקלט מיטן קאפ, אבער עס נישט קאנפיסקירט אלץ א גענאדע צו דעם אלטן. ווען איתמר האט געבעטן נאך דערפון האט מישא אים צוגעגאסן, און ווען די קראנקן-שוועסטער איז ארויס פונעם צימער האט ער דערציילט פאר אלישייב'ן זיין היסטאריע.

"אנפאנג, בין איך געווען א שרייבער. ס'איז נישט געווען קיין סאך צו שרייבן. נאר פראפאגאנדע און העצעריי. אבער די אונטערגרונד האט געהאלטן אז דאס איז וויכטיג, און אז דאס וועט העלפן אונזערע ראנקן און מאראל, דעריבער האב איך דאס געטוען. די מערסטע האב איך ליב געהאט צו האקן אויף די יודנראט. טייל פון די יודנראט און זייערע אידישע פאליציאנטן זענען געווען אזוי ווייט אפגערוקט, פסיכאלאגיש, פון די אנדערע איינוואוינער אין געטא, אז מיר האבן געהאלטן אז זיי דינען בכלל נישט די געטא אינטערעסן. צום ביישפיל, מיר האבן געהאלטן אז דער פארזיצער פון די יודנראט, טשערניאקאוו, איז צו אסימילירט, און ער האט נישט פארגעשטעלט אדער רעפלעקטירט די מיינונגען פון די געמיינדע אידן. ער האט אויפגענומען צו וויכטיגע פאזיציעס אנדערע פונקט ווי אים. זיין קאמאנדאנט פון די אידישע פאליציי איז געווען איינער א יאזעף זשערינסקי, א זעלבסט האסנדע איד, א קאראפטירטער מאן, און נידעריגער פאררעטער. אן אטענטאט פארזוך אין זומער פון 1942, דורך א מיטגליד פון די אידישע קאמפס ארגאניזאציע, איז דורכגעפאלן. שפעטער, בעת די ערשטע טעג פון די געטא אויפשטאנד האבן מיר אים ענדליך געקענט אפרוקן, אבער נישט געזארגט, עס איז אויפגעשטאנען א צווייטער אין זיין פלאץ, נישט פיל בעסער פון אים. דו הערסט צו וואס איך זאג, סאלדאט?"

"יעדעס ווארט," האט אלישייב געענפערט. ער האט געוואוסט אז דער אלטער האט געפאדערט פון אים עפעס וואס קען האבן ריזיגע קאנסעקווענצן. דעריבער האט ער געוואלט הערן פון אים זיין היסטאריע. ער האט געוואלט אז יענער זאל אים איבערצייגן אז ער טוט די ריכטיגע זאך מיט דעם אונטערנעמונג. דער אלטער האט געלאזט זיין הארץ און שפראך זיך עפענען און פליסן אין א שטראם פון ווייטאג, הומאר, און בענקעניש, און זיי זענען ביידע ווי פארשוועמט געווארן אין די זכרונות פון א פריערדיגע, טראגישע צייט. אלישייב האט ערנסטערהייט אויסגעהערט יעדעס ווארט, ביז צום ביטערן אויספיר.

"איך בין נישט געווען דער איינציגסטער פון צווישן די איבערלעבער וואס איז פארבליבן אין די פינסטערע אומוויסנקייט איבער די שוקזאל פון זיין משפחה. פאר עטליכע וואכן בין איך ארומגעלאפן פון שמוגל-לאך צו שמוגל-לאך, צווישן די ראהרן און אפפלוס עפענונגען, אין די קעלערן און אויף די דעכער, און געשוקט פארצווייפלטע סיגנאלן צווישן די אידישע און פוילישע אונטערגרונד, אבער דאס קינד האב איך נישט געפונען. און דאס האט מיר לעצטנס אנגעהויבן נודזשען. כאטש עס איז געווען שווער אויפצוגעבן אויף מיינע עלטערן, איז דאך שווערער געווען צו אקצעפטירן אז קיבא איז פארלוירן געגאנגען. אפשר דאך איז קיבא געבליבן ביים לעבן? און איך, מיט מיין ברען פון נקמה און האס, האב גארנישט געטוען אים צו געפונען. אנשטאט בין איך דא געבליבן, און געליפערט טויט און טעראר אין די קארידארן פון די שטאזי, אבער וואס האט דאס מיך איבערגעלאזט? די לאך אין הארץ איז נישט געווארן פול. ווי קען עס דען?"

אלישייב האט געשאקלט מיט קאפ. ער האט געפילט פאר דעם אלטן.

"דו פארשטייסט מיך, סאלדאט? יעצט, אז עס איז מיר נישט פארבליבן קיין צייט אויף די וועלט, בין איך געצווינגען זיך צו בעטן ביי דיר, העלף מיך נאך פאר מיין קערפער גייט אויס אונטער די מחלה. אויב איז יא געלונגען פאר קיבא'ן זיך ארויסצוראטעווען, זאל ער, און זיינע קינדער, האבן וואו צו זוכן פאר מיר. זאל איך ליגן אונטער אן אנאנימער גרויע שטיין, אין א דויטשע בית קברות, צווישן מיינע פיינט, פארגעסן אויף אייביג? איך בעהט נאר אז איך זאל ליגן צווישן מיינע ברידער, אין ארץ ישראל. אלץ איתמר לעוו, נישט לעזניעווסקי אדער לעהבמאן. ביזטו גרייט מיך צו העלפן?"

אלישייב האט צוגעשאקלט. "איך בין גרייט."

"דו האסט א פלאן?"

"איך האב א פלאן. אבער איך וועל דארפן עטליכע זאכן פון אייך. איינס, אזויווי זיי וועלן אייך ארויסלאזן פונעם שפיטאל אויף דאס מארגן, וועלן מיר מוזן טרעפן א וועג פארצוזעצן אונזער קאמוניקאציע. איך שלאג פאר ווייטער צו נוצן די געזעץ ביכער אין מיין ביורא וואס איר האט גענוצט איבערצולאזן די אלטע דאקומענטן."

איתמר לעוו איז איינגעגאגען דערויף.

"צוויי, איך וועל מוזן האבן נאך פון די אלטע דאקומענטן."

"פארוואס?" האט לעוו נישט פארשטאנען.

"עס וועט מוזן זיין איינער וואס זאל מיך פעלטשן עטליכע דאקומענטן. איך קען אזא איינעם, אבער איך וועל אים דארפן אונטערשמירן מיט די היסטארישע דאקומענטן. ער איז זאמלער פון אזעלכע זאכן, און ס'איז אים מער ווערד ווי געלט."

"פארשטאנען. איך האב נאך עטליכע פאפירן איבערגעבליבן ביי מיר. איך וועל דיר עס איבערגעבן."

"און דריי, איר פארגעסט פון די איבערגעבליבענע נעמען אויף די ליסטע."

"פיין." האט לעוו געזאגט, און זיין שמייכל האט אנגעדייטעט אז ער האט געוואוסט אז דאס וועט זיין איינע פון די באדינגונגען. "אלזא, וויאזוי גייסטו מיך ארויסזעהן פונעם ד.ד.ר.?"

"עס איז דא אן אמעריקאנער," האט אלישייב איבערגעגעבן זיין פלאן.




קאפיטל 30




"דו פארדאמטער רוסקי!" האט פעלדמייסטער אויסגעשאסן, ווי נאר זיי זענען געווען אליינס אינעם פארהער צימער. זיי זענען געווען אין א האלב טינקלע קעלער, געמאכט פון צעמענטענע ווענט צו פארשטומען סיי וואספארא קולות וואס וואלטן ארויסגעקומען בשעת אן אויספארשונג, אדער פייניגונג. פעלדמייסטער איז געווארן עררעגט ווען ער האט געזעהן ווער זיין אויספארשער אינעם שטאזי טורמע איז געווען, און מיט ווילדע רייד אטאקירט אלישייב'ס כאראקטער. "דיין עהרן-ווארט האסטו מיר געגעבן אז דו וועסט מיר נישט פארראטן, אויב פארלאז איך די ד.ד.ר., און דאן אויף מיין וועג ארויס ווער איך ארעסטירט אויף קלאגעס פון פעלטשונג, סאבאטאשזע, און דיסידענט אקטיוויטעטן. איך גלייב אז מיין דורכפאל איז מיין אייגן שולד, פארן געטרויען די ווארט פון א רוס."

"זעץ זיך אוועק," האט ליוטענאנט מישא אלישייב קאלטערהייט געזאגט פון זיין זיץ הונטערן פארהער טיש.

"ניין!" האט פעלדמייסטער קאטאגאריש געזאגט, און מיין זיין האנט געפאכעט אז די אייזענע קייטן אויף זיינע הענט-געלענק האבן געקלינגען. "די לעצטע מאל דו האסט מיך געהייסן זיצן האט עס מיך נאר אנגעזעצט. און זעה נישט פארוואס איך זאל אננעמען די פארשלאגן פון א רוסקי. איך וועל בלייבן שטיין, פילן דאנק אייך."

"ס'איז נישט קיין פארשלאג. דו האסט די אויסוואל פון זיך אליינס אנידערצוזעצן און זיך האלטן דאס מויל, אדער וועל אהינקומען און עס ערלעדיגן פאר דיר, מיסטער אמעריקאנער."

פעלדמייסטער'ס אויגן האבן זיך ברייט צועפנט אז אלישייב האט גערעדט אזוי פראסט און אפן איבער זיין בירגערשאפט. ער האט שנעל געקוקט צום רעקארדינג-אפאראט וואס האט געדינט אויפצוכאפן און פערצייכענען אלעס וואס איז פארגעקומען אינעם פארהער צימער.

"עס איז אויסגעשאלטערט," האט אלישייב געזאגט.

פעלדמייסטער האט נישט געגלייבט. ער איז אליינס געגאנגען איבערקוקן. ער האט זיך צוגעבויגן צו הערן אויב עס איז דא אן עלעקטראנישע קלאנג אינעם מאשין, אבער ער האט גארנישט געקענט הערן. עס האט אויסגעזעהן פארלאשן. ער האט זיך אומגעקערט צו בענקל און מיט זיינע פארבינדענע הענט עס אויפגעהויבן צו זעהן עס איז דא עפעס אן אפאראט אונטער דעם. ער האט אויך געטאפט אונטערן טיש, און געבעטן אלישייב זאל אים ווייזן די אונטערשטע טייל פון זיין אייגענע בענקל. אלישייב האט געוויזן. פעלדמייסטער האט זיך אומגעקוקט אינעם צימער נאכאמאל, און נישט געזעהן אין ערגעץ וואו עס האט געקענט זיין נאך א מאשינדל. ער האט זיך אוועקגעזעצט און טיף ארויסגעאטעמט.

"וויאזוי באהאנדלען זיי דיר?" האט מישא אנגעהויבן.

"וואס טראכסטו? זיי באהאנדלען מיר ווי די קרוין פרינץ פון פרייסן?" האט ער סארקאסטיש געפרעגט. "ניין. זיי פירן זיך אויף צו מיר ווי א פארברעכער פון די קרימינאל קלאס."


"דאס איז גונסטיג. זייער גוט."

"גוט?! וויאזוי איז דעס גוט?!!" האט פעלדמייסטער זיך ווידער גערעגט.

"ווייל אויב וואלט זיי וואלטן געהאט א פארדאכט אז דו ביסט א אגענט פון די אמעריקאנער אינטעליגענץ אפעראטור וואלט מען דיר בעסער באהאנדלט פון אנהייב, אלץ א פאליטישע ארעסטאנט. דו וואלסט געווארן א שאך-פיגור אין א שפיל צווישן די מערב וועלט, און די קאמוניסטישע וועלט. אפשר וואלט מען דיר געקענט אויסטוישן אין געפאנגענעם-אויסטויש, אפשר נישט. אבער אויב וואלטן די געשפרעכן צווישן די צוויי זייטן שלעכט געגאנגען פאר סיי וואספארא סיבה, וואלסטו געקענט טרעפן דיין ענדע אויף א שטריק, אדער דורך א קויל. די ראנק פון א פראסטער קרימינאל איז פיל בעסער."

"פילן דאנקע, ליוטענאנט רוסקי, אבער אויב ביסטו געקומען אהער גיסן זאלץ אויף די פאקט אז איך קען געהאנגן אדער דערשאסן ווערן, קעסטו גיין נעמען דיינע וואוילטעטיגע אקטיוויטעטן ערגעץ אנדערש."

דא האט אלישייב פארלוירן זיין אייגן געדולד "איך בין אן אוזבעקער, נישט קיין רוס. א בוכארער יעוורעי. און אויב דארף איך דאס איבערזאגן, איז די זיצונג פארטיג, און דו קענסט זיך אליינס ספראוון מיט דיין ארעסט. קלאר?"

"קריסטאל," האט פעלדמייסטער געענטפערט אומגערן.

"איך האב דיר נישט פארראטן, און איך גלייב אז באמת ווייסטו דאס, כאטש דו שפילסט די באליידיגטע פארטיי. פילייכט קענסטו באשולדיגן דיין אייגענע אינפארזיכטיגקייט און ריזיקאלישע אקטן, אדער קענסטו עס גאר אנהענגן אין שלעכטע מזל. סיי ווי, מיר וועלן זיך מוזן געטרויען, אויב מיר ווילן צוזאמען ארבעטן."

"צוזאמען ארבעטן?"

"עס איז דא אן אלטער מאן. איך וואלט אים נישט אנגערופן א פריינט, נאר איינער וויכטיג צו מיר. ער מוז זיך ארויסזעהן פון די ד.ד.ר. און ער האט נישט קיין סך צייט פארבליבן. איך זוך אים צו העלפן אין זיין אנטלויף. איך בין גרייט אנצוגרייטן די נויטיגע פאפירן, פלאנירונגען, און דעקן די קאסטן און רייזע מיטלען, אבער איך קען אים נישט ארויספירן פון די ד.ד.ר. אויב ביזטו גרייט אים ארויסצופירן, וועל איך טרעפן פאר דיר א וועג ארויס פון דעם דא."

פעלדמייסטער האט זיך קודם שטילערהייט צולאכט, און דערנאך איז זיין געלעכטער געווארן וואס אימער מער זאפטיג און הילכיג.

"דו טרייבסט א שפאס פון מיר?"

"קיין שפאס," האט מישא ערנסט געענטפערט, און געטראכט אז ער אליינס האט געהאט די זעלבע רעאקציע ווען לעוו האט אים פרובירט צו פארקויפן די זעלבע מעשה.

"דו ווילסט אז איך זאל דיר ארויסהעלפן אין א קאנספיראציע, וואו איך וועל איינעם ארויספירן פון די ד.ד.ר. מיט אביסל הילף פון דיר. אבער די גרעסטע טייל וועט ליגן אויף מיינע אקסלן, דאס מיינט אז איך וועל מוזן נוצן מיינע קאנטאקטן און קוועלער וואס מיר האבן אויפגעשטעלט דא? אזוי אז דו און דיינע קאלעגן זאלן קענען מיר נאכפאלגן און אזוי אנטדעקן מיינע פריינט, קאנטאקטן, און מיטלען? איז דאס די שפיל? דאן נאכאמאל, פילן דאנק, ליוטענאנט, אבער איך האב קיין אינטערעסע."

"איך זוך נישט פארראט. איך זוך דיר נישט צו כאפן אין א נעץ. איינפאך און אויפריכטיג, איך זוך הילף," האט אלישייב פרובירט מסביר צו זיין, וויסנדיג אז ער אין פעלדמייסטער'ס פלאץ וואלט געהאט די זעלבע, און אפשר מער, מיסטרוי.

"הער ליוטענאנט, טאוואריש אוזבעק. דו מוזט זיין זייער א וויכטיגער און באשעפטיגטער מיטגליד אין די סאוועטישע ארמיי, מיט פילע אויפגאבן און הויפנס פאפירן וואס מוזן ווערן ערלעדיגט און איינגעארדנט. פארוואס זאלסטו זיך באשעפטיגן אין די קינדישע ביזנעס פון שפילן קאץ און מויז מיט מיר?"

מישא איז שטיל געבליבן, און געלאזט פעלדמייסטער'ס ווערטער הענגן. ער האט רעכט נישט געהאט קיין איין וועג אויפצווייזן פאר פעלדמייסטער אז זיינע רייד זענען אמת'דיגע. און אין יענעמס פלאץ וואלט ער אויך געצווייפלט, אפילו מיט די צוזאג פון ווערן באפרייט. הערשט דווקא צוליב דעם צוזאג וואלט ער געטראכט אז מען פרובירט אים אריינצונארן. דעריבער איז די איינציגסטע וועג, אויסצולייגן אלע קארטן, און לאזן די שפילער אפמאכן וואס ער וויל טוען מיט די האנט - עס אויסשפילן אדער פאלד'ן.

"איך פארשטיי דיין צווייפל," האט ער ענדליך געזאגט, "און אין דיין פלאץ וואלט איך געשפירט די זעלבע. אבער די פאקט אז דיינע פאנגער ווייסן נישט פון דיין אמעריקאנער אידענטיטעט, נאר מיינען אז דו ביסט טאקע א דויטשער דיסידענט, דאן זאל דאס זיין באווייז פאר דיר אז איך בין נישט הינטער דיין ארעסט."

מישא האט געלאזט די ווערטער אריינדרינגן פעלדמייסטערס מח, און ווען ער האט געזעהן אז ער האט ענדליך יענעם'ס פולן אויפמערזאקייט, איז ער אנגעגאנגן מיט זיינע רייד.

"עס איז נישט נאר דיין ריזיקע. איך האב אויך ריזיקירט אסאך נאר צו קענען האבן צוטריט צו דיר, און צו קענען רעדן צו דיר. איך בין שוין דא איבער דריי שטונדן, אין דעם טורמע, אויספארשנדיג א לאנגע ליסטע פון ארעסטאטן אין וועם איך האב נישט קיין שום אינטערעסע. איך האב עס געמוזט שפילן אז עס זאל אויסזעהן אווי איך בין דא אויף אן אפיציעלן אויפטראג פון אויספארשן דיסידענטן פאר אן אגענטור רעפארט וואס וועט ווערן צוריקגעשוקט קיין מאסקווע, איבער די צושטאנד און שטימונג פון די ארעסטירטע אין די ד.ד.ר. טורמעס. די אנדערע וועם איך האב אויסגעפארשט זענען נישט געווען צו צופרידן מיט מיר. איין אלטיטשקע פרוי האט מיר געשפיגן אין פנים און אויסגעזודלט פארן זיין - אין אירע ווערטער- א 'רוסישע אקס מיט די געזיכט פונעם טייוול'."

פעלדמייסטער'ס פנים האט אנגענומען א קאמישן אויסדרוק ווי ער האט זייער פרובירט נישט צו שמייכלען אויף דעם אנמערקונג, און ער איז געווען גענוג דיפלאמאטיש נישט צו קאמענטירן דערויף. ער האט געוויזן פאר אלישייב ווייטער פארצוזעצן זיינע רייד, און מישא האט אים אריינגעבראכט אינעם געשיכטע פון דעם אלטן רייניגער, און אויך זיין אייגענעם ראלע דערין. ער האט אויך נישט פארהוילן לעוו'ס אידענטיטעט, אדער יענעמ'ס היסטאריע בנוגע זיין נקמה אקציע. ער האט באטראכט פעלדמייסטערס אויגן ווען ער האט ערציילט וועגן דעם פארברעכן וואס איתמר זוכט צו באגיין מיט די לעצטע נעמען אויף די ליסטע. פעלדמייסטער'ס אויסדרוק האט זיך נישט געטוישט, נאר ער האט אויסגעהערט אלע איינצלהייטן, און פארדייעט יעדעס ווארט.

"איך ווייס נישט אליינס דעם אמת פארוואס איך בין איינגעגאנגן צו העלפן הער לעוו. ס'קען זיין צו בארואיגן מיין געוויסן, ס'קען גאר זיין עס אויפצושטורעמען. אלענפאלס, איך האב זיך אונטערגענומען אים צו העלפן. אויך, אויב ווילסטו באהויפטן אז אלעס וואס איך האב דיר נאר געזאגט איצט, איז אן אויסגעקוגלטן פלאן דיר צו פארכאפן אין א נעץ כדי צו פארכאפן די אנדערע מערב וועלט אפעראטיוון, טראכט איך עס איז נישטא צופיל וואס איך קען דיר זאגן, אויפצוווייזן אנדערש. קיין שום באווייז אויף דער וועלט איז פארהאן וואס קען נישט ווערן אפגעפרעגט. אויב זאג איך אז דער אלטער מאן איז מיין באווייז, ווייל איך וואלט זיך נישט געשפילט מיט די לעבן פון אן אלטיטשקן אזוי, קענסטו פארדעכטיגן אז ער ארבעט מיט אונז. און אזוי ווייטער. איך קען נאר בעטן, אז אזויווי דו האסט מיר געטרויט לעצטע מאל, אזוי זאלסטו מיר געטרויען אויך דאס מאל."

"געטרויעט האב איך דיר דאס פריערדיגע מאל, און געפונען האב איך זיך אין טורמע."

"דאס איז נישט פון מיין טוען. די ארבעט נאכצופאלגן דיסידענטן און סאבאטורס אינעם ד.ד.ר. פאלט נישט אונטערן אויפגאבע אדער יוריסדיקציע פון די סאוועטן. עס איז פארהאן א קלארע אפשיידונג צווישן די מאכטן, וואס איז פעסטגעשטעלט געווארן נאך אין די ערשטע יארן צווישן די סאוועטן און די דויטשע רעגירונג. די סאוועטישע מיליטער אנוועזנהייט איז נאר אן אפשרעקונגס מיטל קעגן די מערב וועלט. מיר זענען נאר דא צו געבן שטיצע און שטעלן זיכערקייט."

"און דרוק. און צוואנג. און דראונג. און געפענגעניש."

"דאס אויך, ווען נויטיג," האט מישא געענטפערט פארטייאיש.

פעלדמייסטער האט זיך פארטראכט , און מישא האט געשוויגן אים צו לאזן מיט זיינע געדאנקן.
"אלזא, אויב שטים איך צו איינצוגיין דערויף און פירן דיין פריינט אריבער ארויס פונעם ד.ד.ר, וואס וועל איך פארדינען דערפון, אז איך שטעל איין מיין זיכערהייט אזוי?" האט פעלדמייסטער געפרעגט נאכן זיך איבערטראכטן.

"איך וועל דיר טרעפן א וועג ארויס פון דא."

"איך וועל סיי ווי ארויסגיין פון דא אין געציילטע מאנאטן, א יאר לענגסטנס. זיי האלטן נישט צו לאנג אומוויכטיגע אקטיוויסטן אין דעם געפענגעניש."

"דאס איז נאר אויב זיי וועלן אין צייט נישט צוזאמשטעלן דיין אידענטיטעט אלץ אן אמעריקאנער אגענט. אויב יא, ווער ווייסט. הער ברונער קען נאך רעדן. ער קען נאך אלעס אויספויקן."

"און די דראונג אז 'זיי' זאלן דאס נישט אויסגעפונען וועסטו האלטן העכער מיין קאפ אז איך זאל צושטומען? און אויב נישט,וועסטו דאס אליינס אנטפלעקן?" האט פעלדמייסטער סארקאסטיש געפרעגט.

"איך האב דיר שוין קלאר געמאכט מיין פאזיציע דערויף. איך האלט נישט אז דאס דארף ווערן איבערגעזאגט," האט מישא געענטפערט.

"און וויאזוי וועסטו מיר ארויסזעהן פון דא?" האט פעלדמייסטער געפרעגט.

"דאס לאז פאר מיר."

"און איינמאל איך טרעף זיך אינדערויסן פון די ווענט, וואס דאן, הע?"

"איך וועל האבן צוגעגרייט אן אויטא פאר ענק. פאלטשע פאפירן פאר ביידע. און אויך די געלט אויב וועט זיך נויטיגן."

"און פון דארט?" האט פעלדמייסטער געוואלט אלע דעטאלן קלאר מאכן פון פארויס.

"פון דארט?" האט זיך מישא צושמייכלט ווען ער האט געטראכט פון הער לעוו'ס שטארקע איבערצייגונגס קראפט, "פון דארט גלייב איך אז דער אלטער, מיט זיינע בעטעוודיגע און וויינענדיג אויגן, וועט דיר איבערצייגן אים צו פירן ביז ירושלים גאר. אבער דאס איז שוין אין דיינע הענט. איינמאל דו ביזט אינדערויסן פון דא קעסנטו נוצן דיינע קאנטאקן און מעטאדן, און זיך אהיים זעהן. דו קענסט גיין צופוס, מיט א שיף אדער אן עראפלאן, מיר מאכט עס נישט אויס. דיינע דאקומענטן וועלן דיר אנגעבן אלץ א דויטשער דיפלאמאט, און דו וועסט דאס קענען נוצן זיך איינצוהאלנדלען א וועג אהיים."

"דאס הייסט איך וועל פרובירן זיך ארויסצוזעהן פון די קאמוניסטישע לענדער דורך די גרעסטער, פארפלאנטערטסטע אומוועג וואס מעגליך," האט פעלדמייסטער געשפאסט.

"אדער קענסטו אויסווארטן די צוזאמפאל פון די אייזערנע פורהאנג," האט מישא צוריקגע'חוזק'ט.

"העי, מ'קען קיינמאל נישט וויסן," האט פעלדמייסטער געענטפערט, אפטימיסטיש, און דערנאך זיך פארטראכט. מישא איז געזעצן שטיל קעגן איבער, און געלאזט פעלדמייסטער מיט זיינע מחשבות. ער האט נישט געוואלט דרוקן יענעם, ווייל ער האט פארשטאנען די שוועריגקייט פון יענעם החלטה. ווען פעלדמייסטער האט נישט גערעדט א לאנגע צייט, איז מישא געווארן אביסל אומגעדולדיג.

"איך זוך א 'יא', אדער 'ניין'. איך וועל עס מוזן האבן יעצט, ווייל איך קען נישט צוריקקומען אן אויסרופן נאך מער פארדאכט ווי מיין יעצטיגער באזוך האט אויסגערופן."

פעלדמייסטער האט זיך געקווענקלט נאך אביסל, און דערנאך געגעבן זיין אנטווארט פאר מישא.

"איך גיי נישט איין דערויף. א דאנק פאר די אנבאט, אבער מיין ענטפער איז ניין."

מישא איז שטיל געבליבן, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט און געגרייט צו רופן דעם וועכטער אים זאגן אז ער איז פארטיג מיטן ארעסטאנט פעלדמייסטער, און ער איז גרייט ארויסצוגיין.

ביים טיר האט ער געהערט פעלדמייסטער'ס שטימע. יענער האט נישט גערעדט הויעך, אווי ער אליין איז נישט זיכער מיט זיינע ווערטער.

"העי, ליוטענאנט. איך זאג ניין ווייל דאס איז די לאגישע זאך. אבער עס קען פאסירן אז איך זאל נישט האבן קיין אויסוואל, און איך וועל זיך מוזן ארויסזעהן ווי אומשנעלסטן, דאן וועל איך זיין געצווינגען נאכצוגיין דיינע אנווייזונגען. טרעף א וועג מיך צו צווינגן, ליוטענאנט."

אלישייב האט נישט געענטפערט, נאר פארלאזט דעם פארהער צימער. נאך פאר די שעה איז אויסגעגאנגן זענען צוגעקומען צו נאך צוויי קלאגעס צו יאהאן פעלדמייסטערס קלאגע פייל - דאפלט מארד. די נעמען פון די געפאלענע זענען געווען מאיאר זאבראוו און ליוטענאנט קורטס, די צוויי אפיצירן פון די דשי.עס.עס.די. וועלכע זענען דערטרינקן געווארן טייך שפרי. די קלאגן זענען אנגעגעבן געווארן דורך די דשי.עס.עס.די., און אזויווי די פארברעכן זענען געווען קעגן די סאוועטן און נישט דויטשלאנד, איז געווארן אנגעצייכנט אינעם פייל א פארשלאג אז מען זאל איבערגעבען דעם אנגבעליכן מערדער פאר די סאוועטישע מיליטערישע מיליציע אז זיי זאלן אנפירן מיט די אויספארשונג. די אונטערשריפט אויפן דאקומענט, וועלכע איז געווען אומקלאר און שווער צו לעזן, איז געווען פון איינער גאספאדין סערגעיעוויטש, אבער אן ערפארענער האנטשריפטס מומחה וואלט גלייך געקענט פארבינדן די האנטשריפט צו איינער ליוטענאנט אלישייב. מישא האט געטראפן א וועג צו צווינגן פעלדמייסטער.


-פארזעצונג קומט אי"ה-

-לעצטע פארזעצונג פאר פסח. האטס מיר אלע א כשר'ן פרייליכן פסח-
לעצט פארראכטן דורך וואלטיער אום דינסטאג מארטש 09, 2021 7:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

נישט א קיין ווערטער
ציענדיג שפאנדיג
יישר כח
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2479
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

אייזען!!!

זאג מיר נישט אז אויף עפעס א וועג איז פעלדמייסטער גאר קיבא אדער אן קינד פון קיבא...!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

די גאנצע איז מעכטיג!!

(חוץ די ערשטע האלב פון די לעצטע שורה :-e;/ )
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

נעם אין אכט האט געשריבן:אייזען!!!

זאג מיר נישט אז אויף עפעס א וועג איז פעלדמייסטער גאר קיבא אדער אן קינד פון קיבא...!


טו דאס נישט ביטע ...
אויב עפעס אין אישי
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

קענסט נישט אזוי לאזן הענגן דעם אלטן לעוו ביז נאך פסח! ער איז ערענסט קראנק און קען נאך ח״ו אויסגיין ביז דאן..
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

און צו @וואלטיער א ריזיגן יישר
ס'איז א ריכטיגע וואקציע יעדעס קאפיטל, מפארט אריין אין א אנדערע וועלט, ס'שווענקט ס'מח
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

איך גיי מעשיגע פאר דיין שפראך, אייזן , מעכטיג.
א דאנק
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

יש לו מנה האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:גם אני מצטרף לדברי ארחיקה הנ״ל,
היום יום שלישי.

יש לו, אדו ביסט יא דא...אונז ווארט מיר צו הערן וואס סגייט פאר מיטן אנדערען מישא.


---
@וואלטיער, שכח פארן זעך האלטן צום דינסטאג. פיינע ווארע געווען..א כשרן לעכטיגען פסח!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

וואלטיער דער קאפיטל איז פון די בעסטע, אלע זענען דאך געוואלדיג אבער דאך דאס מאל אן עקסטערען דאנק,
דער פרייסישער פרינץ!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

;l;p- ;l;p- הערליך הערליך
איינס בעסער פונעם צווייטען
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”