ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

ארחיקה נדד האט געשריבן:די גאנצע איז מעכטיג!!

(חוץ די ערשטע האלב פון די לעצטע שורה :-e;/ )
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואלטיער האט געשריבן:קאפיטל 29

-פארזעצונג קומט אי"ה-

-לעצטע פארזעצונג פאר פסח. האטס מיר אלע א כשר'ן פרייליכן פסח-

מיטן לעכטיגן יו"ט אין איר פילע פראכט,
שוין פאריבער דער סדר נאכט,
כיהודא (וואלטער) ועוד לקרא,
יום שלישי הנה זה בא,
צום קומענדיגע פארזעצונג שארף מיר זיך די ציינער,
דעם חוה"מ סוכות באונעס ליגט אונז נאך אין די ביינער.

היום יום שלישי!!!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
וואלטיער האט געשריבן:קאפיטל 29

-פארזעצונג קומט אי"ה-

-לעצטע פארזעצונג פאר פסח. האטס מיר אלע א כשר'ן פרייליכן פסח-

מיטן לעכטיגן יו"ט אין איר פילע פראכט,
שוין פאריבער דער סדר נאכט,
כיהודא (וואלטער) ועוד לקרא,
יום שלישי הנה זה בא,
צום קומענדיגע פארזעצונג שארף מיר זיך די ציינער,
דעם חוה"מ סוכות באונעס ליגט אונז נאך אין די ביינער.

היום יום שלישי!!!

גא’’מ.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

יויש דער אלטער ווארט שוין אזוי לאנג ארויף צו גייו קיין אר"י (אונז אויך מיט משיח'ן אינאיינעם)
כאף ער האט געהאט כח צו ווארטן גאנץ פסח :cry: :cry:
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

היום ערב שלישי!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

היום יום שלישי!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

ארחיקה נדד האט געשריבן:היום יום שלישי!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4179
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:היום יום שלישי!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

איך האב געווארט און געווארט.......
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

היום תשעה ימים וכו'.

אבער אויך דינסטאג.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

דינסטאג איז היינט,
און בדרך אגב, בין איך עפעס נישט אזוי קלאר אין די פלאן פון מישא, וויאזוי וועט דער אמעריקאנער העלפן לעוו?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

היינט נאכט אי"ה
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואלטיער האט געשריבן:היינט נאכט אי"ה

קענט וועיט!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

וואלטיער האט געשריבן:היינט נאכט אי"ה

Wow יישר כח !!
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

וואלטיער האט געשריבן:היינט נאכט אי"ה

יעי!
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

שוין באלד חצות
מיר ווארטן מיט שפאנונג
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 31)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

אידענטיפיקאציע קארטלעך. געפענגעניש-איבערטראגונג פאפירן. יוניפארם. אויטא.

די זאכן זענען געווען אויף די ליסטע וואס אלישייב האט געמוזט ערלעדיגן נאך פאר איתמר לעוו האט זיך געקענט אהיימזעהן. זיין היים זייענדיג ארץ ישראל. ער דאס אלעס קאמוניצירט מיט דעם אלטן דורך די געזעץ ביכער וואס זענען געלעגן פאראיינזאמט, אבער פארזיכערט, אויף די פאליצעס אין זיין ביורא. ער האט דעם אלטן נישט געזעהן דורכאויס די צייט וואס עס האט אים גענומען צו מאכן די פארברייטונגען, אבער זייער הין-און-צוריק קאמוניקאציע און אנווייזונגען האבן זיך פעסט אנגעהאלטן דורך די ביכער. יענער איז געווען ווי א פאנטאם, אן אנאנימער גייסט וואס האט זיך געדרייעט אין די קארידארן און צימערן פון די פארכטיגע שטאזי אן באמערקונג, און שטילערהייט געהאלפן דעם יונגן סאלדאט גרייטן אלעס פאר זיין רייזע אהיים.

דארט וואו לעוו האט נישט געהאט צוטריט, האט ער כאטש געהאט אינפארמאציע. ער האט געוואוסט ווען עס איז געווען די בעסטע צייט פאר אלישייב'ן זיך אריינצוזעהן אין די ארכיוון צימערן, און וועלכע סעקרעטאר עס איז געווען די גרינגסטע איבערצורעדן אדער אונטערצושמירן. מיט לעוו'ס הילף האט אלישייב כיטרערהייט דערווישט אן אלטן אפיציעלן געפענגעניש-איבערטראגונג בלאט. ער האט געדארפט דעם ארגינעלן כדי עס צו פעלטשן.

די אידענטיפיקאציע קארטלעך און געפענגעניש-איבערטראגונג פאפירן האט אלישייב געקענט אפמעקן פון זיין ליסטע נאכדעם וואס ער איז אריין צום קוריאזן כעמיקער, גוסטאוו ווארמעס, אויפן וועג צום די ארבעט. ווארמעס איז געווען געבויגן איבער זיין טיש און זיך געשפילט מיט א גרויסע טראפן שיינעדיגע מערקור אויף א פלאכע גלאז. די כעמישע עלעמענט האט געציטערט ווי א לעבעדיגע טראפן וואסער, און געטאנצן אונטער די פלינקע פינגער פון ווארמעס ווי ער האט זיך געשפילט דערמיט.

"איז דאס נישט זייער געפארפול פאר אייער געזונט?" האט אלישייב געפרעגט.

"ששש," האט ווארמעס געשושקעט מיט פארדרוס, "נעם נישט אוועק דעם פארגעניגן. קוק ווי הערליך די קוועקזילבער טאנצט. ווי א צולאזטע שפיגל, זילבער און גלאנציג. און וואס איז אז ס'איז געפארפול?"

"דאס קען שלעכט אפעקטירן און אומסטאביליזירן די צענטראלע נערווען-סיסטעם אדער פאראורזאכן דעם טויט פונעם באניצער," האט אלישייב געזאגט, כאטש ער האט געוואוסט אז ווארמעס ווייסט דאס אלעס אליין.

"מעה, קליינע זארגענישן, דאס," האט ער אוועקגעמאכט דעם ווארענונג אין זיין געווענליכע שנעל-פלוס פון רייד, "געפארפולע כעמישע עלעמענטן זענען אין מיין ארבעטס-בארייך. וואס דען זאל א כעמיקער טוען, אויסער זיך רייצן און שפילן מיט נאטור?"

ער האט ענדליך ארויפגעקוקט פון זיין פארגאפטע שפיל, געזעהן דעם קאנווערט וואס דער אפיציר האט געהאלטן אין זיין האנט, און געפרעגט, "וואס איז דא דערינען?"

"א געשאנק," האט אלישייב געזאגט.

"א געשאנק אדער שמיר-געלט?"

"איז דען דא א דיפערענץ?" האט אלישייב געפרעגט.

"די דיפערענץ איז אין די פרייז וואס איך וועל דארפן באצאלן נאכדעם," האט ווארמעס געזאגט, און אויסגעשטרעקט זיין האנט. ער האט אויסגעגאסן די אינהאלט פונעם קאנווערט אויפן טיש, עס צושפרייט אונטער א שטאקן לאמפ, און זיין גאנצע באנעמונג האט זיך געטוישט צו אן אויפגעהייטערטע דאנקבארקייט. ער האט שנעל געפאטשט די הענט און געגעבן א כאפ א ספעציעלן פארגרעסערונגס גלאז זיי צו קענען בעסער באטראכטן און אפשאצן.

"איך נעם אן דיין געשאנק," האט ער געזאגט, און זיך איבערגעבויגן איבער די אלטע פארגעלטע דאקומענטן וואס לעוו האט געליפערט ספעציעל אלץ 'שמיר-געלט' פאר דעם אינטערסאנטן כעמיקער.
"וואס גייט דאס מיר אפקאסטן?" האט ער געפרעגט, זיין קאפ נאך אלץ געבויגן.

"איך דארף דיפלאמאטישע אידענטיפיקאציע דאקומענטן פאר דעם מאן," האט ער געזאגט ווי ער האט אראפגעלייגט א בילד אויפן טיש, "קלויבט אויס א נאמען, אן אדרעס, א געבורט דאטום, עס מאכט נישט אויס די איינצלהייטן."

"דאס איז אן ארעסט-בילד," האט ווארמעס געזאגט נאכן כאפן א קורצן בליק דערויף.

"נאר דאס האב איך געהאט," האט אלישייב געענטפערט טריקן.

"קען נישט זיין אזא נידעריגע פרייז. רעד ווייטער," האט ווארמעס געזאגט.

"איך דארף אויך אן אידענטיפיקאציע קארטל פאר אים," האט אלישייב אראפגעלייגט א צווייטן בילד, דאס מאל פון אן אלטן מאן, וועם ווארמעס האט גלייך דערקענט אלץ דער עלטערער פארעם פונעם מאן אויפן מלחמה קען-קארטע וואס אלישייב האט אים די ערשטע מאל געגעבן צו אוטענטיצירן.

"זיין לעצטע נאמען זאל זיין די זעלבע ווי אויפן ערשטן קארטל," האט אלישייב צוגעלייגט, "ער איז דער אלטער פאטער פונעם דיפלאמאט."

"אזוי גאר?"

"און אויך א געפענגעניש-איבערטראגונג בלאט. דא האב איך אן אלטן בלאט. איר קענט עס נוצן צו מאכן א נייע אדער איבערארבעטן די דאזיגע. איך דארף צוויי דערפון. זיין נאמען איז יאהאן פעלדמייסטער. די רעשט פון די אינפארמאציע האב איך דא אראפגעשריבן אז עס זאל אייך נישט זיין שווער."

"וואס זענען די קלאגעס קעגן אים?" האט ווארמעס געפרעגט אין נייגער.

"דאפלט מארד."

"המממ," האט ווארמעס געברומט פארטראכטערהייט, איבערקייענדיג די אינפארמאציע צו זעהן אויף וויפיל ער איז גרייט געווען זיך אריינצולאזן אין אזעלכע געפארפולע געשעפטן מיטן אפיציר. "איך ווייס נישט אויב עס לוינט זיך מיר. די גאנצע זאך זעהט אויס ווי הויעך-פארראט."

אלישייב האט געזעהן אז ווארמעס זוכט נאך אפצאל, און ער האט טאקע איבערגעלאזט דעם בעסטן ביינדל אויף לעצט.

"דער אלטער וואס האט געקעמפט מיטן אונטערגרונד האט צוגעזאגט איבערצוגעבן גענויע איינצלהייטן, דאקומענטן און רעצעפטן, פון היימיש געמאכטע אויפרייס שטאף וואס זיי האבן גענוצט ביים געטא אויפשטאנד אין 43' און ביים ווארשעווער אויפשטאנד אין 44'."

"אויף ווען דארפסטו עס האבן?"



***



די יוניפארם איז געווען אביסל שווערער און מער ריזיקאליש צו פארשאפן. אן אפיציעלן באהאנדלונג אדער אויסטויש פון אן ארעסטאנט איז געווענליך געפירט געווארן דורך ווייניגסטנס צוויי מיטגלידער פון די סאוועטישע מיליטערישע-פאליציאנטן אפטיילונג. אלישייב איז נאר געווען איינער, און ער האט בשום אופן נישט געוואלט אריינצוען וואסילי'ן אינעם מסוכנ'דיגע אונטערנעמונג, נישט וועלנדיג ריזיקירן מיט זיין זיכערהייט אדער וואוילזיין. אויך האט ער נישט געהאט די באזונדערע יוניפארם, אינזיגניען, אדער אידענטיפיקאציע פון די מיליטערישע פאליציי. אמת, די מונדירן זענען נישט געווען אזוי ווייט איינע פונעם צווייטן, און אין א טינקעלע נאכט וואלט עס געווען שווער צו באמערקן די איינצלהייטן, אבער אזויווי עס האט אים שוין געפעלט א צווייטע מיטגליד, און די דאקומענטן זענען געווען געפעלטשט, האט ער כאטש געוואלט פארמיידן קליינע פעלערן ווי אן אומפאסיגע יוניפארם. פארדעם האט אלישייב זיך אומגעקוקט אינעם עס-זאל אויף די פארזאמלטע מיטגלידער פונעם מיליטערישע פאליציי איינהייטן, צו זעהן ווי וועלכע מיטגליד זעהט איז די מערסטע ענדליך צו אים פיזיש. ער האט געזוכט איינער מיט לאנגע פוס, ברייטע אקסלען, נאנטע פנים שטריכן, און גענוג הויעך-ראנקיג אז מען זאל אים נישט צופיל פארדעכטיגן. מיטאג מאלצייט איז געווען א גונסטיגע צייט דערפאר.

"וואס זוכסטו?" האט וואסילי געפרעגט ווען ער געזעהן ווי מישא'ס אויגן דרייען זיך אהער און אהין אים עס-זאל, און ער דרייעט מיט זיין גאפל אין זיין טעלער רייז מיט קוים מערקזאמקייט דערויף.

"וועלכע נאכט גייען די מיליטערישע פאליציאנטן אין שוויץ?" האט אלישייב געענטפערט מיט א פראגע.

"מאנטאג נאכט," האט וואסילי געענטפערט צושטאט, זיין קול דיק מיט פארדאכט,"פארוואס פרעגסטו?"

"קיין סיבה," האט אלישייב ליגנט געזאגט.

"שפיל נישט מיט מיר, יעוו," האט וואסילי אראפגעזעצט זיין אייגענע גאפל אויפן טיש מיט א שארפן קלאנג, "איך קען הערן די צאהן-רעדער דרייענישן אין דיין קאפ ביז דא. וואס דרייסטו שוין ווייטער אן?"

"וויפיל אזייגער גייען זיי געווענליך, און אומגעפאר ווי לאנג בלייבן זיי?" האט אלישייב איגנארירט וואסילי'ס פראטעסטן.

וואסילי האט געשוויגן. די שווייגעניש האט צוריקגעצויגן אלישייב'ס אויגן פון זיין זוכעניש, און ער האט געקוקט אויף וואסילי'ן.
"וויפיל אזייגער, וואסיל?"

"אכט אזייגער. וואס גייט פאר, יעוו?"

"ווי לאנג בלייבן זיי?"

"אנדערט-האלבן ביז צוויי שטונדן. וואס גייט פאר?"

"זייער פאלקאווניק גייט מיט זיי?"

"מישא!" איז וואסילי עררעגט געווארן אז אלישייב האט אינארירט זיינע פראגן.

"וואסילי, דיין פריינטשאפט איז ביי מיר טייער, אבער דיין וואוילזיין איז ביי מיר פיל טייערער. איך בעט דיין אנטשולדיג אבער איך קען מיט דיר נישט אלעס מיטטיילן. דערווייל קעסטו מיר נאר העלפן מיט אינפארמאציע. איך האף אז אלעס וועט זיך אויסארבעטן מיט ג-טס הילף, אבער אויב עס וועט קומען דערצו אז איך וועל מוזן וועל איך דיר בעטן שטיצע."

וואסילי איז געבליבן שטיל און געשאקלט זיין קאפ אין פראטעסט אז ער וויל נישט איינגיין דערויף, אבער ער האט מער נישט גע'טענה'ט קעגן אלישייב'ן.

"זייער פאלקאווניק גייט מיט זיי?" האט מישא ווידער געפרעגט.

"אלע גייען. דו ווייסט דאך ווי הייליג די שוויץ איז אין סאוועטישע מיליטער קולטור."

מישא האט געפרעגט וואסילי'ן נאך עטליכע פראגן איבער די סאלדאטן און זייער אקטיוויטעטן מאנטאג נאכט, און איז נאר באפרידיגט געווארן ווען ער האט שוין געהאט א קלארן בילד אויפן אויסלייג פונעם פלאץ און די געווענליכע צייטפלאן פון די באטייליגער.

ער האט אויך געמאכט זיין אויסוואל פאר יוניפארם ווען ער האט באמערקט איינער מיט א גענוג ענליכן געבוי, כאטש אפאר אינטשעס נידעריגער, און גענוג הויעך-ראנקיג. זיין אינזיגניען האבן געוויזן אז ער איז א מאיאר, און זיינע פריינט אינעם עס-זאל האבן אים העפליך גערופן 'איגאר'. יוניפארם, ערלעדיגט.



***



די אויטא, צום מזל, איז געווען אסאך גרינגער. פשוט, זינט מאיאר ברונער'ס ארעסט איז זיין שלאס, אין אויך אלע אנדערע קאנצילייען דערין, געשטאנען ליידיג צוליג די אנגייענדע אויספארשונג. אלע אונטער זיין אויפזוכט זענען געקומען אונטער פארדאכט אז זיי האבן נישט ערליך געדינט דעם שטאט און דעריבער האבן זיי נישט באקומען קיין צוטריט צום שלאס ביז די אויספארשונג וועט פארענדיגט ווערן. פארשטייט זיך אז א דאטום ווען די אויספארשונג וועט פארענדיגט ווערן האט מען נישט געקענט באשטימען.

אינעם שלאס, אין א העליכע אויסגעבויעטע גאראזש, זענען געזעצן עטליכע לוקסוסרייכע אויטאמאבילן, פונקט געאייגענט צו פירן אן עלעגאנטן דיפלאמאט און זיין אלטן פאטער.די פראבלעם איז נאר געווען אז די שלאס איז געווען היבש ארויס פונעם געגנט, און דעריבער האט מישא געזאלט נעמען עטליכע מיטלען פון טראנספארט ביז צום פארלאזטן שלאס, און דערנאך צוריקפארן מיטן אויטאמאביל צום שוויץ. אלישייב האט אויסגערעכנט אויפן מאפע פונקטליך ווי לאנג עס וועט אים נעמען ביידע וועגן, ווייל ער האט נאר געהאט א שמאלן פענסטער פון צייט פאר די גאנצע אונטערנעמונג.

אידענטיפיקאציע קארטלעך. געפענגעניש-איבערטראגונג פאפירן. יוניפארם. אויטא. אזויווי די אלע זענען שוין געווען גרייט האט אלישייב געלאזט א צעטל פארן אלטן אינעם געזעץ בוך:

קומענדיגע מאנטאג נאכט. צורעכטס פונעם 'פרייענוועלדער שטראסע' שוויץ איז פארהאן א קאווע-הויז. ביטע זיצט ביים פענסטער. א פערטל נאך אכט וועל איך אריינגיין אינעם שוויץ בנין. ווען איך בין אינעווייניג זעצט אייך אריין אינעם אויטא. עס וועט זיין אויפגעשפארט. צעהן מינוט שפעטער וועל איך זיך צוריק אריינזעצן. קומט מיט צוזאמגענומענע, אבער טונקעלע קליידער.
געדענקט אויך צו לייגן דעם קאפיע פונעם געפענגעניש-איבערטראגונג פאפיר אויפן טיש פונעם נאכט-סעקרעטארין פאר איר גייט


***


מאנטאג נאכט איז געקומען מיט דיקע וואלקענס און א ווארעמע נעפל. די וועגן און שאסייען זענען געווען שטיל און רואיג, פילייכט צו רואיג. מישא האט זיך געוואונדערט ווי לאנג זיין גונסטיגע מזל וועט אזוי אנהאלטן. ער האט געפירט דעם 'קאנפיסקירטן' אויטא אוועק פונעם שלאס, אינעם ריכטונג פון נארד-אסט בערלין, ווי דער אלטער איז געזעצן ביים פענסטער פון קאווע-הויז און געווארט. אויפן וועג האט ער האט נישט אויפגעהערט צו דאווענען. צו רעדן צום באשעפער אין זיין מאמע לשון, בוכאריש, צו בעטן הצלחה און שוץ.

ווען אלישייב איז געגאנען אפנעמען דעם אויטא, איז עס געווען אזויווי ערווארטעט. די שלאס געווען פארלאזט, אבער די גאראזש פול מיט מאשינען. די הערליכע אויטאמאבילן, געפוצט און גלאנציג מיט שווארצע פארב, זענען געזעצן אין א גראדע רייע, ווי באדינער גרייט צו דינען זייער אדל-פאמיליע, און געווארט אז איינער זאל קומען אויסנוצן זייערע מעכטיגע מאטארן. די שליסלעך זענען שיין געהאנגן אויף אויף א ברעט באדעקט מיט רויטע סאמעט גלייך דערנעבן. עס איז נישט געווען קיינער וואס זאל אים אפשטעלן, און ער איז ארויסגעפארן אן קיין שטערונג.

אלישייב האט געקוקט אינעם פארנט-שפיגל, אויף זיין פנים. עס האט צוריגעקוקט צו אים דער פנים פונעם יונגערער, אומפארוואונדעטער מיכאל. ער האט פארשמירט די וואונד אויף זיין באק, ווייל עס איז געווען אומפארגעסליך, עס האט נישט געשטומט מיט די אידענטיטעט פונעם אפיציר וועמען'ס יוניפארם ער איז געווען אויפן וועג צו בארגן אויף א שעה. ער האט גענוצט א קרעם מיט א סיליקאן-באזיס וואס האט אויסגעגראדט דעם וואונד, און דערנאך עס פארשמירט און פארדעקט מיט א קאלירטע קרעם וואס האט גענצליך פארהוילן דעם וואונד. ער האט אויך גענוצט א ברוינע קאליר צו מאכן א פינטל אונטער זיין לינקע אויג, אז עס זאל שטימען מיט א מאל-פלעק וואס דער מאיאר האט געהאט אויפן פנים.

אלישייב איז געפארן מיט פארזיכטיגקייט און גלאטקייט, נישט וועלנדיג צוען קיינעם'ס אויפמערזאמקייט. ער האט אפשטעלט דעם אויטא אנהייב גאס אויף פרייענוועלדער שטראסע, אבער ער איז נישט גלייך ארויס. ער האט צוערשט זיך אומגעקוקט אז קיינער פון די זעלנער אדער אפיצירן זאלן זיך דרייען פארענט פונעם בנין. אז אלישייב וואלט ארויסגעטראטן פון אזא לוקסוס'דיגע אויטא, וואלט עס גלייך אויסגערופן פארדאכט צווישן די סאלדאטן. ווען ער האט געזעהן די גאס פארנט פונעם בנין ליידיג, די ציגערעטלעך אויף דער ערד שוין לאנג אויסגעברענט פון די וועלכע האבן גערייכערט פארן שוויץ, האט ער צוגעפירט דעם אויטא גלייך צום בנין, עס אפגעשטעלט, און זיך ארויסגעיאגט.

אין אונטער צעהן מינוט איז ער אריין און ארויס. ער האט זיך נישט געדארפט אפשטעלן באצאלן ווייל די נאכט איז געווען באצאלט דורך די מיליטער פאר די איינהייטן. פון א זייטיגע האלטער אויפן וואנט האט ער ארויסגענומען א בראשורע און געהאלטן פארנט פון זיין פנים כדי עס צו פארדעקן אין פאל איינער וועט אים דערקענען און זעהן אז אויף עס פעלט אים וואונד אויפן באק. אינעם באדע-פארצימער זענען געווען אויסגעלייגט שאפעס פאר די קליידער אבער זיי זענען נישט געווען פארשפארט. ווער וואלט זיך דען געוואגט צו גנב'ענען פון סאוועטישע מיליטערישע פאליציי אפיצירן? אלישייב איז נישט געווען זיכער אין וועלכע פערזענליכע שאפע עס איז געלעגן דעם מאיאר'ס יוניפארם, אבער ער האט זיך פארגעשטעלט אז מען האט געלאזט די בעסטע שאפעס פאר די העכערע אפיצירן. ער האט זיך געוואנדן צו די וועלכע האט אויסגעזעהן די מערסטע ניי און ריין, און נאך זיין דריטע פראבע האט ער געטראפן די ריכטיגע שאפע. ער האט געפילט אין די טאשן צו מאכן זיכער אז יענעם'ס מיליטערישע אידענטיפיקאציע פאפירן זענען דערינען. א שטארקע גערוך פון ציגארן און שוויץ האט זיך געהויבן פונעם יוניפארם, אבער אלישייב איז נישט געווען אין א פאזיציע פון זיין וועלעריש. ער האט באהאלטן זיין אייגענעם יוניפארם אין א פארשטופטע שאפע, און זיך ארויסגעוואנדן מיט שנעלע טריט, די בראשורע נאכאמאל פארנט פון זיין פנים, ווייל ער איז געווען געדרוקט אין צייט.

איתמר לעוו איז שוין טאקע געזעצן אינעם אויטא, און זיי האבן נישט גערעדט קיין ווארט די גאנצע צעהן מינוטיגע וועג צום טורמע וואו יאהאן פעלדמייסטער איז געזעסן. א גרויע געמיינע מויער האט ארומגענומען דעם גאנצן טורמע, און אלישייב האט אפגעשטעלט דעם אויטא פארנט פונעם איינגאנג-טורעם, ווי א וועכטער האט געהאלטן זיין האנט אים אפצושטעלן. אלישייב האט געוויזן די אידענטיפיקאציע קארט, און ווען יענער האט געזעהן אז די ראנק איז פון א מאיאר האט ער שנעל סאלוטירט. ער האט אויך איבערגעקוקט לעוו'ס אידענטיפיקאציע, און איז געווען צופרידן. ער האט געלאזט אריינפירן דעם אויטא דורכן מויער. זייערע הארץ קלאפענישן האבן זיך פארשנעלערט און פארשטארקט, און אלישייב האט ארויסגעלאזט א לאנגן אטעם זיך צו בארואיגן.

דער אלטער האט אים געוואלט אביסל גרינגער מאכן האט ער אים געזאגט, "נישט קיין חילוק וויאזוי די נאכט לאזט זיך אויס, וויל איך דו זאלסט וויסן אז איך בין דיר זייער דאנקבאר. דו טוסט א חסד של אמת מיט מיר. איך וועל דיר עס קיינמאל קענען אפצאלן. זאל דער באשעפער שטיין צו דיין רעכטע האנט און דיר באהיטן, פארדעם וואס דו באהיטס מיר."

אלישייב איז געווען צו אנגעצויגן צו ענטפערן, און דער אלטער האט אים פרובירט ווידער צו בארואיגן,"איך האב געטוען אזויווי דו האסט געזאגט. די קאפיע ליגט אויפן טיש פונעם סעקרעטארין."

אלישייב האט געשאקלט מיטן קאפ און ארויס פונעם אויטא. ער איז אריין אינעם טורמע בנין, און ביים טיר האט מען נאכאמאל געקוקט אויף זיינע פאפירן. דער וועכטער האט געקוקט אביסל פארדעכטיגט אויף אלישייב'ן ווייל די פנים שטריכן זענען נישט געווען גענצליך די זעלבע, אבער אזויווי ער איז געווען א סאוועטישע מאיאר האט ער אים נישט אפגעשטעלט. סאוועטישע געשעפטן האט ער געלאזט פאר די סאוועטן.

נאכן איבערקוקן די געפענגעניש-איבערטראגונג דאקומעט האט דער וועכטער האט געפירט אלישייב'ן דורך פארצוימטע טירן און טויערן, צום אויסטויש פלאץ. ער האט זיך אוועקגערוקט אויף דער זייט ווען א טורמע באאמטער איז זיי קעגן-געקומען איבערצוקוקן אלישייב'ס באפעלס פאפירן. דער באאמטער האט געהויבן א טרייבל און גערופן צום אפטיילונג פונעם סאוועטישע מיליטערישע פאליציי.

צוערשט האט די נאכט סעקרעטארין נישט געוואוסט פון וואס מען האט גערעדט. קיינער האט איר נישט אינפארמירט איבער דעם איבערטראגונג און זי האט נישט געקענט באשטעטיגן מיטן איינהייט פאלקאווניק. יענער איז דאך געווען אין שוויץ מיט זיינע אונטער אפיצירן. אלישייב האט אנגעגעבן אז דער פאלקאווניק האט געזאלט לאזן א באשטעטיגונג אויפן סעקרעטארין'ס טישל, און דער באאמטער האט דאס איר געזאגט איבערן טרייבל. אלישייב האט געהאפט אז די דאקומענט וואס איתמר לעוו האט אריינגעשטעלט צווישן אירע דאקומענטן איז נישט ארויסגעווארפן געווארן. נאך עטליכע מינוט האט די סעקרעטארין איבערגעגעבן א פאזיטיוון ענטפער פארן באאמטער. זי האט געטראפן דעם דאקומענט. זי האט זיך אנטשולדיגט אז איר פאלקאווניק האט איר נישט פאראויסגעזאגט צו באשטעטיגן דעם איבערטראגונג, און זי איז געווען צופרידן אז זי האט געטראפן די באשטעטיגונג. אלישייב האט געוואלט אפאטעמען אבער ער איז נאכנישט ארויס פון לייבן גרוב.

ביז מען האט אים נישט געבראכט דעם געקייטלטן און קענטליך איבערראשטן, פעלדמייסטער, האט ער נישט געגלייבט אז די שפיל וועט ארבעטן. אבער נאכן אונטערשרייבן לאנגע דאקומענטן, און ענטפערן און באשטעטיגן לאנגע אנווייזונגען, האט ער ארויסגעפירט דעם ארעסטאנט יאהאן פעלדמייסטער צו זיין אויטא.

"געב אכט, מאיאר, ער איז א קאלט-בלוטיגער מערדערער. ער האט געטויטעט צוויי סאוועטישע אפיצירן," האט דער באאמטער אים געווארענט.

"איך פארשטיי," האט אלישייב אנגעשטעלט א שטארק-ערנסטע פנים, "אבער מיר באקומען ספעציעלע טרענירונג צו באהאנדלען אזעלכע געפארפולע ארעסטאנטן."

פעלדמייסטער, פון זיין זייט, האט אויך מיטגעשפילט זיין ראלע אלץ ווידערוויליגער ארעסטאנט. און ער געשפילט ווי ער ציעט אויף די קייטן און לאזט זיך נישט פירן, און ווי ער וויל נישט אריינגיין אינעם אויטא. אלישייב האט אים געגעבן א שטארקער זעץ אים צו ברענגען אין די ראמען. פעלדמייסטער האט ארויסגעלאזט א קרעכץ ווען די זעץ איז געווען אביסל צו גלויב-ווערדיג, און עס האט אים באמת וויי געטוען. ער האט זיך פארגעשטעלט אז דער בוכארער אפיציר האט אים יעצט זיס אפגעצאלט פאר אלטע חשבונות.

ביז ווילאנג זיי זענען נישט גענצליך ארויס דורך די טורמע מויער טירן האט קיינער נישט גערעדט. אדער אפילו געאטעמט. אלישייב האט זיי געפירט עטליכע געסער ארויף צו א שטילע גאס, נישט צו ווייט פון א באס-סטאנציע. ער האט זיך נאך געדארפט אומקערן אן דעם אויטא. ער האט זיך אויסגעדרייעט צום הינטערשטן זיץ און ארויסגעהאלטן קייטן-שליסלעך.

"נעם אראפ די קייטן."

פעלדמייסטער האט זיך נישט געזוימט. ער האט פארשטאנען אז די צייט האט געברענט אונטער זיי. אלישייב האט גלייך דערנאך איבערגעגעבן א טאשקע מיט קליידער און באפוילן אז יענער זאל זיך טוישן פון זיינע טורמע קליידער, און ער און לעוו האבן ארויסגעטראטן פונעם אויטא צו געבן פעלמייסטער'ן עטליכע פריוואטע מינוטן. אינעם טאשקע האט פעלדמייסטער אויך געטראפן די אידענטיפיקאציע דאקומענטן, געלט, וואסער, און עטליכע פרוכט. ווען ער איז געווען גרייט איז ער אויך ארויסגעטראטן פונעם אויטא און זיך צוגערוקט צום פירער-זייט פונעם אויטא וואס אלישייב האט נארוואס ליידיג געמאכט.

זיי האבן נישט אויסגעטוישט עקסטערע אדער נישטיגע רייד פון דאנקבארקייט. עס איז נישט געווען קיין צייט. זיי האבן זיך געגעבן די הענט, און שטארק געדרוקט אין פארשטענדעניש. פון דארט און ווייטער איז עס געווען פעלדמייסטערס אחריות.

"דשאנאטאן ראטשעסטער," האט דער אמעריקאנער געזאגט," דאס איז מיין נאמען. איך וועל טרעפן א וועג פאר דעם אלטן צו זיין היימלאנד. א גוטע נאכט, און פילע גליק ליוטענאנט."

און אן קיין אנדערע ווארט, אבער מיט דאנקבארע בליקן פון איתמר לעוו, האבן זיך די צוויי אריינגעזעצט אינעם אויטא און פארשווינדן געווארן אינעם נאכט.

אלישייב האט ווידער געדארפט נוצן עטליכע מיטלען פון טראנספארט זיך צוריקצוזעהן צום שוויץ אין צייט. טייל ערטער האט ער געקענט דעקן מיט די פובליק נאכט טראספארט באס, און אנדער טיילן האט ער זיך געדארפט יאגן צופוס. זיין בלוט האט אים נישט אויפגעהערט צו שטורמען די גאנצע צייט, זיין אדרענאלין צופייערט מיט קראפט. ווען ער איז אריין צוריק אינעם שוויץ פלאץ האט ער געוואוסט אז דאס איז זיין שוקזאל. אדער וועט ער טרעפן אז דער מאיאר האט באמערקט אז זיינע קליידער פעלן, אדער האט יענער געפאלגט זיין אייגענע רוטין און איז נאך געזעצן געמיטלעך און שוויץ מיט זיינע פריינט.

אבער אינעווייניג איז געווען שטיל, און נאר עטליכע שטאב ארבעטער האבן זיך ארומגעדרייעט מיט וועגעלעך פרישע האנטוכער אנצוגרייטן פאר די אפיצירן וואס האבן זיך שוין געגרייט צו פארענדיגן זייער אנגענעמען נאכט באזוך. מישא האט נישט געוואלט פרואוון זיין מזל, און זיך געיאגט צוריקצוטוישן די יוניפארמען.

**
וואסילי האט זיך נישט געלייגט שלאפן, נאר געווארט פאר אלישייב'ן. ווען ער האט געזעהן ווי מישא קומט אהיים, אומגעשעדיגט, האט ער נישט געזאגט קיין ווארט נאר געשאקלט מיטן קאפ באפרידיגט, און זיך געלייגט שלאפן.

מישא האט אויך פרובירט אויסצורוען זיין מח און קערפער דורכן זיך לייגן, אבער ער איז נישט געקענט שלאפן א רואיגע שלאף. זיין אדרענאלין האט זיך פון אים ארויסגעלאזט און אים אפגעשוואכט, און זיין חלומות זענען געווען פול מיט אנגסט. די זייגער האט געוויזן 3:58 ווען וואסילי'ס קול האט אים ארויסגעצויגן פון זיינע אומבאקוועמע חלום.

"יעוו. וועק זיך," האט ער געהערט וואסילי'ן זאגן.

"וואס? וויפיל אזייגער איז?" האט ער זיך פרובירט אויפצוזעצן, און אויפמאכן זיינע אויגן, אבער ביידע זענען אים געווען שווער.

"ס'איז נאנט צו פיר אזייגער," האט וואסילי געענטפערט, "און איינער זוכט דיך אויפן טעלעפאן."

"וואס?" איז אלישייב געווען צומישט.

"די טעלעפאן האט געקלינגען עטליכע מאל און מיר ערוועקט. איך בין שנעל ארויס צום קיך, נישט וועלנדיג אז די אנדערע שטיבער זאלן זיך וועקן."

"און איינער זוכט מיך?" האט ער געפרעגט פארוואונדערט.

"ער האט דיר געבעטן ביים נאמען, אלזא זוכט ער דיר," האט וואסילי אים געענטפערט, און געהאלפן זיך אויפזעצן.

"ער האט אנגעגעבן א נאמען?" איז שוין מישא געווען גענצליך וואך.

"ניין."

אלישייב האט זיך ארויסגעיאגט פונעם צימער, וואסילי גלייך אונטער אים. ער האט אויפגעהויבן דעם טרייבל פון טיש, און געזאגט "גוט מארגן."

פונעם אנדערן זייט איז געקומען די שטילע אבער אוטאריטעטישע קול וואס ער האט גלייך דערקענט, " גוט מארגן, ליוטענאנט אלישייב."

"מיסטער אדאמאוו?" האט ער געזאגט איבערראשט, "ס'איז פיר אזייגער פארטאגס."

"יא, און פיר אזייגער פארטאגס איז אן אויסנאם גוטע צייט זיך צו טרעפן אינעם געזעהלשאפט קלאב. פארוואס לאזטו מיך ווארטן?" האט אדאמאוו געפרעגט.

"וואס?" איז אלישייב געווארן פול מיט שרעק אויף די קריפטישע ווערטער, "פארוואס זאל איך קומען צום געזעהלשאפט קלאב אין אזא שטונדע?"

"ווייל איך האב דא מיט מיר נאך צוויי מענטשן וואס ווארטן אז דו זאלסט ערשיינען. איינער איז אן אלטער, און דער צווייטער אן אמעריקאנער. ביידע אין קייטן. דו וועסט אונז לאזן אזוי ווארטן?"
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

יוא איך ציטער
האסט דיך אפגעשטעלט דא אינמיטן מיין אטעם
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 31)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

נישט נארמאל!


זאג נאר
וואלטיער האט געשריבן: דו וועסט אונז לאזן אזוי ווארטן?"
בינוני
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בינוני »

goosebumps
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

מען קען אפשר מאכען דינסטיג 2 מאל א וואך? Wow next level !
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 31)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

WOW WOW
Iphone האט געשריבן:נישט נארמאל!


זאג נאר
וואלטיער האט געשריבן: דו וועסט אונז לאזן אזוי ווארטן?"
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

Wow!!!
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

ווען איז שוין דינסטאג???
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”