פון מיין טאג בוך (ערב פסח/פסח)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

פון מיין טאג בוך (ערב פסח/פסח)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כ'וועל אנהייבן פון ערב שבת! דעיס יאר ס'דעך נישט עכט ערב פסח, סאו בינעך אויפגעשטאנען 10 אזייגער, און געגאנגען פארברענען די חמץ, און נאכדעים געגאנגען א תפילה טון,

דאס פארברענען איז א זאך פאר זיך, דער עולם ווארפט אריין גאנצע באקסעס מיט חמץ, דער בעזעם טראק פארט אדערעך, ער שארפצעך שוין די ציין, אה! גייטער באלד האבן קריספי חלות, ער קען שוין קוים ווארטן, אינמיטן קומט צו גיין די "פייערלענדזשער" זיי נעמען זיך שפריצן, און ס'גאנצע מעשה ווערט אויס, דער גארביטש טראק שעלט א גוט'ס, ער גייט היינט האבן נאסע סחורה!

נאכן דאווענען, ס'שוין 1:00. כ'ווער הינגעריג, ווי גייט מען עסן א גוטע סענדוויטש? ניין נישט לעטעס מיט חריין איינגעוויקעלט אין דע מצה, כ'רעד פון א געהעריגן טונא סענדוויטש, מיט לעטעס און סאוער פיקל, (יויש ס'ציפט) קאלעך מיין שוואגער, זאגטער אז גלויבער'ס איז אפען ביז דרייע, בינעך געגאנגען צו גלויבער'ס, יויש איז דאס גוט געווען!!!

מיין טעלעפאון קלינגט, האלאו... זי זאגט אז בעסיקלי איז זי שוין פיניש מיט די ארבעט, און זי האלט אז כ'זאל גיין העלפן מיין מאמע אביסל, (האו נייס אוו היר!) כ'קאל מיין מאמע פרעגן וואס זי דארף, מיין מאמע בעיט כ'זאל גיין קויפן "געילע" באנענעס, מיט נאך אפאר זאכן, זעלבסטפארשטענדליך אלעס האבעך געטראפן, אויסער געילע באנענעס, כמעט יעדע סטאר האט נאר געהאט "גרינע", ענדליך האבעך געטראפן א שיינע געהענגעל, נו זאל זיין צוויי!

שוין גענוג געהאלפן, (וויפיל איז די שיעור?) גיימער אהיים, אויפן וועג כאפעכמעך, מ'דארפדעך נאך גיין באקן מצות!, בינעך גלאפן אין מקוה, גראד אין בעיקערי אריין, פארשטייצעך אז אין בעקערי דארף מען "שרייען" א מצה צו רעדלען!!!, נו שנעלער!!!,

שוין געענדיגט באקן, מ'גייט נעמען די ערב פייסעך מצות, ווען נישט כ'האב דזשאסט אויפגעפיקט מיין קיטל פון די קלינערס, וואלטעך געמיינט אז ס'איז פורים! וואסי? פיר פון די זעקס מצות, האבן אויסגעקוקט ווי המן טאשן, איין'ס ווי א הארץ, אה! איינס איז גראדע געווען רינדעכיג, אבער אזוי פיצי און דיק! אז אן א ספעציעלע מאשין קען מען דעיס נישט צומאלן (אזוי האבעך געמיינט, פרעג מיין דענטיסט, כ'האב שוין געמאכט אן אפאונטמענט!)

שוין! מ'גייט אהיים, מ'דארף זיין אויסגערוהט צו די חלה, כ'כאפ א דרימל, פאר וואס ווי ווען, אויש ס'פייפט! אה! ס'יז די זמן, טשאבעס, מ'גייט אין שיהל.

דער בעל תפילה, זייער שיין געדאווענט! נעקסט מ'גייט אהיים, מ'גייט אריינקוועטשען די שאלעשידעס בילקעלע,

אקעי! קודם מוז'ן די קליינע גיין שלאפן, יעדער שלאפט שוין? מ'גייט מאכן קידוש, ס'הערשט א גרויסע התעוררת, כ'מיין אזוי שווער געארבעט א גאנצע וואך, יעצט בא שבת בא מנוחה, מ'גייט עסן חלה, מיין ווייב האצעך פארגליסט צו טינקען די בארכעס אין קאטשעניאו, גיי זיי איר מסביר, אבער שוין, מ'ענדיגט די סעודה, אריין אין בעט, מארגן דאווענט מען 6:30,

6:45 אויש ס'שוין שפעט, כ'לויף אין מקוה, שוין נישט דא קיין האנטוכער, אבער ס'נישט דא קיין צייט פארדעים יעצט, מ'גייט דאווענען, כ'בינישט אנגעקומען שפעיט, (עה!) פינקט גוט! מ'האלט שוין ביי נשמת, מ'פליעט אפ דאס דאווענען, ווי יאגסטעך? ס'הייסט ווי? ס'אישוין באלד סוף זמן אכילה!

8:10 בינעך שוין ביי מיין טיר, כ'מאך אויף, אלעס שלאפט, כ'וועק אויף מיין ווייב, כ'וויל עסן די חלה פאר די קליינע שטייען אויף,

פון בעט סטרעיט צו די חלה, גלייבט מיר, ווען א מענטש וואקט דארט אדורך, וואלטער זיכער געמיינט אז דעי מענטשען נייט-וואקן, (אינז עסמער אינמיטן שלאפן) מ'קוועטש'ט אריין די בילקעלע, נאר עסן העכער די בעג, אקעי פיניש, כ'טראג אראפ די גארבידזש, יעצט גייעך מעביר סדרה זיין.

אינמיטן מעביר סדרה זיין, מיינע חברה זענען אויף, מ'גייט עסן די סעודה, איינער וויל אז טאטי זאל מאכן קידוש, דער צווייטער וויל א חלה, מ'גייט אויף די פארטש זעהן די גארבידזש טראק, ער איז שוין לאנג נישט געווען אזוי העפי, וואסי? דער גארבידזש טראק איז ארומגעפארן די בלאק דריי מאל, או-נאו! שרייט דער צווייטער פינעף מאל, קענסט נישט ציילן, אקעי נישט זיך קריגן,

11:30 כ'זאג כל חמירא... און אריין אין בעט, באלד גייט מען גיין צו מאכער באבי עסן טשולענט, פארשטייצעך די קליינע שלאפן נישט, ענדליך,3:15 זיי ווערן שטיל, אבער 4:00 דארף מען שוין דארט זיין, מיין ווייב זאגט כ'זאלעים לאזן שלאפן פאר 15 מינוט, ענדליך 3:45 מ'לאצעך ארויס, ויסעו, מגייט עסן טשולענט, ווי גייט מען? פרעגט איינער, זאגעכעים מ'גייט צו באבי, אמת מ'גייט צו מוישי באבי? או-נאו, שרייט דער צווייטער, מ'גייט צו מאכער באבי, גיי זיי עם מסביר אז ס'איז די זעלבע זאך.

ברוך השם, כ'בין נישט געווען דער לעצטער, כ'בין אנגעקומען 3:55, און קיינער איז נאכנישט דארט געווען, העלאו, גוווט טשאאבעעעס, זאג גוטשאבעס פאר באבי, אקעי אלעס איז אדערעך בטשולענט, ס'האט גראדע געפעלט אביסעלע זויערע איגערקע, אבער דער טשולענט אליין איז געווען... ס'גיסצעך פלאנקען מיט פאטעיטעס, אלע ברודער'ס אין שוואגערס, יעדער איז שוין דא, די קליינע שפילן זיך שוין, די גרויסע זיצן אויף די קאוטשעס, ריקליינער'ס, בענקלעך, מ'טענה'צעך ארום, איבער אלע שטיתים, מיין ווייב ווינקט מיר אז ס'שוין שפעיט, גיי ווייס ווי זי יאגצעך,

מ'לאצעך ארויס, מ'גייט אהיים מ'לייגט אריין די קליינע אין בעט, כ'וויל נישט גיין שלאפן! כ'ווילמעך שפילען! פראבירט דער ערשטער, ניין! יעדער אריין אין בעט!! פארשטייצעך אז איך גיי אויך נישט ליידיג, ס'דעך ארויסגעקומען א נייע "שפאקטיוו", כ'האב וואס צו ליינען,

מ'גייט דאווענען מנחה, מעריב, די קליינע שלאפן נאכנישט, אבער ס'נישט מיין דאגה, איך גיי אין שוהל, טאטי!! כ'וויל גיין אין שוהל, נישט היינט! ביסט נאכנישט געשלאפן, מארגן אויב דו וועסט זיין אויף, וועסטע קומען אין שוהל, אין שוהל אה! פיינע ערקאנדישאן, מ'ענדיגט פארלערנען, און מ'דאווענט מנחה, דער עולם איז אויסגערוהט,

מעריב!!!

ווילט איר וויסן וויאזוי די מעריב האט אויסגעקוקט?

איז די יחץ איז געלונגען?

ווער ס'האט גע'גנב'ט דעם אפיקומן?

וואס האט פאסירט ביי שפוך חמתך?

ווארט מיט שפאנונג! פארזעצונג קומט אי"ה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אוי צו לאנג, לאמיר קוידעם ליינען אלעס איבעריגעס, און דערויף אויב ס'צייט העטעס ערלויבן, העלעך עס ליינען.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נו, איך ווארט מיט שפאנונג (דער שפאנונג איז שוין גראדע נערוועז, אבער איך האלט מיך רואיג).
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

וויכטיגער, זייער גוט! א שיינער טאג-בוך.

איך ווארט מיט מאשקע און שפאנונג אויפן פארזעצונג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15456
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שפאנונג; שפאן.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

פיין געשריבן. שכח
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מאך עס שנעלער כ'קען קוים ווארטן
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הנאה געהאט פונעם ערשטן טייל, יעצט ווארט איך אויף דעם שפאנישן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער לאזט אונז דא ווארטן ביים קארנער,
נאך א מזל איך האב מיטגעברענגט א שירעם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

מאכער, נא!!!!!!!!!!!!!!! דער שפאנוג איז גרויס!

שיער פארגעסן, זייער זיס געשריבן.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

זייער שיין, איך האף אז נאכן דריקן שלח, וועל איך שוין זען די פארזעצונג.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איך גיי אין שפאן פון אלע פריערדיגע, קוידען זיך צו באדאנקן, און בעטן אויף ווייטער. פליז לאז אונז נישט אזוי לאנג ווארטן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

וויכי, איך בין אויך און שפאן. (מאשקע, עס האט מיר געקאסט אן אויספלאץ חחחח)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וויכטיג:
ביז דו שרייבסט ווייטער, קום אהער אן האלטן די ארדענונג, דער עולם שטייט דאך דא אין די ליין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

נא וויפל איז די שיעור טערכע דיציבירע
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מר. שפאנונג, מיט דיר האבעך נישט וואס צו רעדן, דו האסט נישט קיין רשות דא צו זיין,

מאשקע, גוט געזאגט,

אלע אנדערע, שכוח פאר די שכוח'ס, כ'האב נישט געקענט גיין ווייטער, ווייל סאכדעס האט געזאגט אז ס'איז צו לאנג, און ווען ער האטעס פיינעלי געענדיקט ליינען, האבעך נישט געהאט קיין עקסעס צו א קאמפיוטער, כ'האף אז גאר בקרוב, וועלעך שוין האלטן ביי צייטליך'ס דיירעק... ניין! מעריב!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וויכטיג'ל טייערער, זייער שיין אראפ געלייגט, הערליך ארויס געברענגט, שכוח גדול מאוד מאוד.

ווייסטעך וואס ס'קומט דא ווייטער? יא? אז איך ..... פונקט ווי יעדן אויף די קומענדיגע העלפט, צוזאמען מיט מאשקע, שפאנונג וכו' וכו', יא יא, חילו ווארט אויך. איילדעך צו.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

האבעך נישט געוואוסט ווי 'וויכטיג' כ'בין ביי וויכין.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אקעי, כ'בעט אנטשולדיגונג פונעם עולם כ'האנישט געקענט שרייבן ווייטער מיין טאג בוך, אלעס גייט עפעס לעצטענס אזוי כאדאראם! יויש, באלאנד,

וואס האט פאסירט? כ'גיי היינט צופרי ארויס פון שול, כ'גראדע נישט פארגעסן יעלה ויבא, אונז האמער געהאט א גוטע סגן יעלה ויבא קלאפער, כ'האב אפגעמאכט יהיה מה שיהיה היינט פינישעך מיין טאג בוך, פינטעלע, נו וואסי די פראבלעים?,

כ'האבעס שוין איינמאל געפינישט, נאר כ'האב געדריקט שלח, האצעך די אויבערנעט ימ"ש אפגעהאקט, און כ'האב פארלוירן ס'גאנצע מעשה, האבעך באשלאסן אז כ'גיי קאלן איינע פון מיינע חבירים דא אין קרעטשמע זאל מער ארויסהעלפן, נישט ווייל כ'האב א הוא אמינה אז ס'גייט צוריקקומען, נאר פאר די פיוטשער, על כל תרה שלא צבוא,

כ'גיי ארוי אין גאס, כ'נעם מיין פעלעפאון אין די הענט, כ'קאל מיין חבר, אינמיטן שפירעך, עפעס גראכט, ס'שמעקט נישט גוט, וואסידאס? נע, גארנישט, א גרינע גארבידזש טראק האט באשלאסן אז ער וויל זיך אפשטעלן מיט די גארבידזש וואס ער האט דזשאסט אויפגעפיקט פונעם בוטשער און פונעם פיש סטאר, פונקט נעבן מיר, פוי! כ'האלט מיין טעלעפאון אין די הענט, כ'זאג פאר מיין חבר אויף די אנדערע זייט אז טאמער ס'ווערט אפגעהאקט זאלער וויסן אז כ'שטיקמעך פונעם גראך, און אזוי ווי כ'הייב אן צו רעדן, באם, דער גארבידזש טראק האט באשלאסן אז ער גייט יעצט, בשעת איך וויל עפעס זאגן, אראפ-פלאשן די גארבידזש!!! ס'מאכט אזא גראבע נויז הםםםםםםםםםםם,, פוי! ס'סרוכעט! האבעך באשלאסן אז כ'גיי אריין אין אפיס און מעמער שוין זעהן דארט וויזוי מ'געצעך א נייצע, כ'נעמעך לויפן , די גראך טרייבטמעך, כ'זוך די נאנסטע דעסטינאציע,

ענדליך די געפאר איז אריבער, כ'בין אנגעקומען צו די אפיס פון מיין חבר, כ'בעטעם ער זאל מיך ארייננעמען, ער מאכט אויף די טיר ער געט מיר צוטרינקען, כ'זעץ מיך אוועק ביים פאנקיוטער, מ'גייט פראבירן צו שרייבן ווייטער, אה, נאווועי, ס'גייט נישט, וואסי? ס'קאמפיוטער האט נישט קיין יודיש! כ'פראבירעס צו דאונלאודען, וואס ווען ווער, ס'גייט נישט, כ'גיי אריין צו מיין דזשי מעיל, כ'פרעג אן איכער, ענדליך נאך א 20 מינוט, ס'האט שוין יודיש, אבער מ'דארף ריסטארדען די קאמפיוטער, כ'ריסטארטעס, און כ'האנישט די פעסס-קאוד, כ'רוף מיין חבר, איננו, ער איז נישטא, ער איז געגאנגען מאכן סעידת ראש חודש,

ענדליך ער איז צוריק, ער אנ-לאק'ד די קאמפיוטער, כ'סיין אריין אין מיין דזשי מעיל, ס'יודיש ארבעט! באכאשעם פארדעים

כ'פרעג אן באכי'ן א עצה, וויזוי מ'קען פארמיידן אזאלעכע פראבלעימען? (איר געדענקט נאך וואס כ'האגעוואלט?) שרייבטער צוריק אזוי, "איך זיץ דא אין אפיס מיט פרעשור, ווי א בארג מיט ריקאלע קענדיס גייען טראסקען אויף מיר עני סעקאנד, ריקאלע קענדיס? הלללללואי, שיגע מעטאטרע כילעלעוילאטם חסדו." עכל"ק

לויט ווי איך פארשטיי פון דעים מיינטעס אז ער איז בי זי (נוסח וויכי.) נו ווער האט יא צייט? קיינער קען מיך נישט העלפן?

העלעך מוזן שרייבן ווייטער א צווייטעס מאל, און מר. שפאנונג, זאל ביטע נעמען א בענקל, און וואטרטן צוזאמען מיט מר. געדולד.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אבער שפיל אונז נישט אויס, אנדערש וועלן מיר נאכאמאל שיקן א גארבידזש טראק, דאסמאל מיט א קלארע באפעל אויסצוגיסן די סחורה אויף דיין היטל.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אוי ביזטו צוקער!, די זאפט (נישט דוקא די קאטשעניא) רינט פון אלע זייטן, ס'שמאלץ גיסט זיך!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וויכי, גאנץ גוט, כאטש כ'האב ערווארטעט עפעס מער פאר מיין הילף.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יאכער, דו האסט עס בכלל נישט ערווארטעט. וויכי, דו ביסט זיץ ווי צוקערר...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

כ'האב הערש יעצט געלאכט פון דיין אנטשולדיגונג, שכוח פארן לאזן וויסן וואס ס'טוט זיך מיטן ארטיקל. און אויב האסטו נאך וועגן וויאזוי אונז צו מאכן לאכן, מיין איך אז קענסט אויפגעבן אויפן טאגבוך און, און ברענגן אנדערע ארטיקלן...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

און יעצט העמער צריקגיין, ווי האמער געהלטן ? אה ביי מעריב,

מעריב האט געדאווענט זייער א שיינע בעל תפילה, א הלל, זייער שיין אראפגעלייגט, איי איי איי אנא, השם... איי איי איי הו.......... מיט א מתיקות, שוין געענדיקט מעריב, גוט יאמטעב גוט יאמטעב, שכוח זייער שיין געדאווענט!

כ'קום אן אהיים, מיין ווייב זאגטמער אז חיים'ל איז איינגעשלאפן 8:50, און כ'מוז עם לאזן שלאפן עטליסט א שעה, און משה'לע איז נאך אויף, 10 אזייגער כ'הייב אן וועקן, ס'נישט געווען גרינג, אבער אויף האלב עלעף, איז מען שוין ב"ה אויפן וועג, כ'ציטער פונעם פסק וואס כ'גיי כאפן פארן קומען שפעט, כ'קום אן מיין ברודער שטייט אינדרויסן, אבער ס'איז געווען נארמאל שטיל ווען כ'בין אריינגעקומען, לכוראה האבן זיי זיך שוין אפגערעגט,

כ'גיי אריין אין דיינונג-רום, א פראכט ס'אנגעגרייט עפעס נישט פלעין, אפילו די טשילאר באלב'ס, האט מען געטשענדזש'ט, ס'זאל נישט אנהייבן כ'וויל נישט זאגן וואס, ( פרעג באכי) מיין ברודער און שוואגער'ס קוקן אויף מיר, ווי כ'קום יעצט םון די לבנה, וואסיגעשעהן? יעדער פרעגט, כאילו זיי ווילן וויסן, נע גארנישט! מיינע חברה...

מיין טאטע הייבט אן קדש, און די קליינע הייבן אן, קחדש ווען די טאחטע קומטאח היימ-פון שול טיטערזעך אטנ-דע ווייסע קיטעל-ונער-מאחכט שנעל קידוש כדי די קליינע קינ......................איינשלאפן, איינער לייגט זיינע הענטעלעך לעבן די אויער, אזוי איינשלאפט מען, כ'טומעך אן מיין קיטל, מ'גייט מאכן קידוש, משה'לע ווערט מיד, אריין אין בעט!

יקנה"ז

מ'מאכט קידוש, יקנה"ז, מיין קליינע ברודער, זעהענדיג אז די יקנה"ז לעכט איז שוין כמעט פארלאשן, פרעגטער א מורא'דיגע קשי' וואס טוט מען ווען פסח געפאלט אום שבת, דעמאלט'ס צינדמען ליכט ביים זמן הדלה"נ, אבער דער יקנה"ז לעכט ברענט נישט מער ווי צווי דריי שעה, קומט אויס אז ווען מ'מאכט יקנה"ז איז שוין דער לעכט פארלאשן, האלבער עולם שטייט פארוואונדערט, אזא גוטע קשי', פאסט טאקע פאר פסח, אבער וויכטיג איז עם מסביר, אז ווען פסח געפאלט אום שבת, מאכט מען טאקע נישט קיין יקנה"ז. (ווער ס'כאפט נישט, זאלעס איבער ליינען, און גוט אריינטראכטן!)

ורחץ, איינע נאכן צווייטן זאגט מ'וואחשצעך די הענט-ון מ'זאגט ניש-דע (מ'מאכט מיט די הענט "נישט") ברכה על.......... ידים, מיין טאטע וואחשצעך אלע שרייען, זיידי נישט מאכן א ברכה, נאכאמזל, זיי האבן דערמאנט, ווייל ווענישט... (אפשר קען מען זיי אויפנעמען פאר סגחן יעחלה ויטבא קלאחפער'ס?)

כרפס, ............ ניין כ'דארפ נישט קיין רעטעך, ס'ציפט..אקעי דו קענסט האבן א פאטעיטע.. אלעס גייט ב"ה כשורה,

יחץ, נו חיים'ל זאג יחץ, ניין! כ'וויל א מצה, אויש! טראכטעך צו מיר, ער ווערטמער מיד, כ'פראביר עם מסביר צו זיין אז מ'גייט שוין באלד האבן א מצה, אבער ער עקשן'צעך, מיין מאמע שרייט געבעים א מצה, ער נעמט די מצה אין די הענט און שרייט, יחץ מ'נעמט די מיטעלסטע מצה ואסעהייסט לוי מ'צוברעכטעס, און ער צוברעכט די מצה אין צוויי, און זאגט ווייטער, אויף העלפט, די גרעסערע.... וועלעכע איז גרעסער?

מגיד מ'זאגט די הגדה פון הא ................ישראל, מ'הייבט אן, הא לחמא ................ וכאן הבן שואל, מ'גייט און א רייע, יעדער מיט זיינע חכמות, מאחניש טאחנאט, פאחוואטסיז פאחרענדיקט געוואטרן, האחליילאט הזה, די נאחכט פון פייסעך מיכאטלאחליילוית פונאחלע אנדערע נעכט פונאחגאחנץ יאר, ... שעפכאטלאליילוית, ער דרייט מיטן פינגער אויף די פארקערטע וועג, אבער וועם גייטעס אן, פונאחלע ................כאטמייצומאחצאט סיי כאטמיי צון סיי מאחצאט, אטבעראחליילטאחזע די נאכט פון פייסעך.........

מ'הייבט אן די הגדה, מיין טאטע מאכט א הקדמה, אזוי ווי סשפעיט, מ'דארף עסן די כזיתים פאר חצות, גייטער אביסלע יאגן, מיין ברודער שרייט "כ'האב אבער אנגעגרייט אסאך תורות", אויף מיין פראגע וויפיל? זאגטער 34, (וואס?) פאר היינט אליין, (ס'אימער גוט!) זאגט מיין טאטע, ווייסטעוואס, זאג יעצט דריי תורות, און די איבעריגע ביי שלחן עורך, (יעדער שלאפט סיי-ווי), אקעי, צופרידן, נאכאמזל ס'שפעיט, עבדים הי..........

אקעי ס'פארט גאנץ שנעל, יעדע דריי מינוט פרעגט חיים'ל, איינויטהו-אחנטווי (אליהו הנביא) קלאפט שוין? ער גייט שוין קומען? באלד, זאגעכעם, והוא שעמדה, מוזן די קליינע מיטזינגען, ווישע אטמדטה לאבותינו..., מ'האלט שוין ביי די מכות, ווילאנג מ'גיסט אוועק די מכות, קענען די קינדער זאגן זייערע זאכן, מיין קליינער הייבט אן, דטם בלוט, צפחרדיעח פרעש, כינים לייז, (דעיס איז נאך אקעי, אבער ווייטער) עטרוב א צעווישען פון ווילדע חייעס, דבר אח מאטד, שחין אייטעבאטטע, בטרד האטגעם, (גיי טענה'דעך, אזוי האט זיין רעבע געזאגט!) ארבע היישעריקן, חושך טונקעל, מחכת מכוינוית אלע עלצטע פון די מציים זענען געשטארבן.

געגאנען, סשפעיט, פסח, מצה, מרור, מ'טאר די דריי זאכן נישט פארגעסן, (מעג מען דען?),

מ'גייט שוין זאגן גאל ישראל, א שמחה אין שטעטל! אלע קינדער קומען צו לויפן, דאס שמייכל ליגט זיי אויפן פנים, א קלייניקייט? אזוי לאנג געזאגט די הגדה, כ'מיין פון הא לחמ.... און אט האלט מען שוין ביי גאל ישראל, הנני מוכן ומזומן, מ'טרינקט אויס דעים צווייטן כוס,

רחצה, מיין טאטע יאגט דעים עולם, נו! ס'שפעיט וואשצענק, מוציא מצא, אויש, אידאס הארט! כ'מיין למען השם מ'דאפדעך עסן ערב פסח מצות.

מרור, אויש ס'ציפט! זייער שארף געלונגען די כריין דעיס יאר, מיין קליינער פרעגט מיין ווייב שטילערהייט, פאוואס וויינט טאטי? ווען דער עולם פלאצט אויס, שעמטערזעך, ווער האטעך געהייסן פרעגן?

כורך, זכר למקדש כהלל, אקעי עד כאן, כ'קענישט מער, לאמעך נישט פרעגן קיין קשיות, אזוי פירט מען זיך און פיניש,

שלחן עורך, ס'פאראלצעך אויף די טיר, ס'קומט צו גיין אייער, (סידעך א מנהג), אקעי, געגאנען, אהער מיט די פאלטשע פיש, אהער מיט דו כריין, באלד העמער רעדן, יעצט בינעך אין די טעלער,שוין מ'סערוו'ד שוין די זופ, פלייש, מיין מאמע איז אויגעקומען מיט אן איידע, זי סערוו'ד פרענטש סערווינג, (פאר ווער ס'ווייסט נישט, ס'מיינט אז מ'ברענגט אריין אפאר טעלערס, איינס איז פיל מיט פלייש, איינס מיט קוגל, א.א.וו., יעדער נעמט נאר וואס מ'דארף) קיינער קען שוין עניוועי נישט עסן, ( אזוי האצע געמיינט, אבער נישט וויכי!), פיניש, מ'נעמט אראפ פון טיש,

צפון, וואפס! איינער וויינט, משה'לע האצעך אויפגעוועגט, זעהט אויס אז ער האצעך אפגעשמיעסט אז איינער זאלעם אויפוועקן ביי צפון, ס'הייבצעך אן א געבעטעכץ, דער וויל דעיס, יענער וויל יענץ, מיין חיים'ל וויל א מאטארסייקל, ער בעיט פון יעדעם איינעם עקסטער, ער וויל א מאטארסייקל, ס'גייטעם גארנישט אן, אז ער האט שוין געבעטן פון א צווייטן די זעלבע זאך, מיין צוויטער איז אויגעשטאנען אין א גוטע מאד, פאר א טשעינדזש, ( נוסח אבאמא), כ'פרעגעים וואס דארפסטע? זאגטער כ'דארף, אםאםם, אפיקומן!, נאו פראבלעים, דארפסט גארנישט פון זיידי? כ'דארף יא, נו זאג וואס דו דארפסט? כ'דארף אפיקומן, אזוי בלייבטעס, ער באקומט א מצה, דעיס איז אפיקומן, (ביליג אפגעקומען), אבי ער איז צופרידן,

ברך, מ'בענטשט, מ'טאר טאקע נישט אטפ-חיפערען די בענטשען, אבער וואס זאלעך שרייבן?

שוין, יעצט, אליהו הנביא קומט שוין! מ'גייט אויפמאכן די טיר, חיים'ל שטייט פארגאפט, אפשר האטער גילו אליהו? הו נאוז? נאך צוויי מינוט, קומטער צו לויפן מיט א געוויין, ער קומט נישט!, כ'זאגעים אז מ'קענעים נישט זעהן, זאגטער, אזוי ווי די באשעפער?, יא! זאגטעם דארט איינער,

הלל, מיט א דביקות, אה! מיטן נוסח וואס די רעבעזיכרוינויליבראכע פלעגט צו זאגן, אבער יעצט איז שוין נישט שפעיט, מיין טאטע האט צייט, ער דארף נישט אהיים גיין, אבער ס'גראדע געווען זייער איינגענעם, שוין לאנג נישט געפילט אזא השתוקקת, (כ'זאגעס גוט?),

נרצה, חסל סידור פסח, לשנה הבא..............

מ'גייט אהיים, מיין ווייב זאגט מער, וויכי, היינט גייט מען נישט אין ערגעץ, נאו כאפצעם'ס, נאו נאטינג, וואסי? ליל שימורים, כ'לאמעך ארויס קיין איין גוי ווארפט נישט קיין שטיינער, נישט אויף מיר, און נישט אויף מיין שיך, קען זיין אז אדער וויל ס'איז ליל שימורים, אדער פון וויכטיגער ציטערט מען!

קר"ש נעמט נישט מער ווי טערי סעקאנדס, און אריין אין בעט,

פארזעצונג קומט, מערצע שעם!

פאראם פאראם פארם!! 600'סטע תגובה.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”