אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

ווען גייט גרינגער דורך די תענית?

תשעה באב
91
33%
יום כיפור
183
67%
 
סך הכל שטימען: 274

איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך מיין אז מען זאל מאכן אן אנקעטע, וואס טוסטו די ערשטע זאך נאך תשעה באב? עסן? אנטון שיך? וואשן די הענט? גריסן מענטשן? פאטשן די קינדער? צו וועלכע פון די פארווערטע זאכן כאפסטו זיך ערשט?
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

די איין שעה תשעה באב צווישן מנחה און מעריב איז געפעעערליך
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

תשעה באב איז מיר אסאך גרינגער.
ערשטענס ווייל תשעה באב פאסט מען איין אסאך רואיגער ווייל מ'ארבעט נארמאל ערב תשעה באב משא"כ ערב יו"כ איז די גאנצע טאג אנגעצויגן און מ'ארבעט נישט.

ת"ב פאסט מען איין אויף זאכן וואס העלפט צום תענית משא"כ יו"כ פאסט מען איין אויף פרישע טייג מיט טייג אריינגעמישט טייג צוזאם צוהאלטן די טייג...

תשעה באב שטייט מען אויף שפעט און מען איז פארנימען ביז 2'ע נאכמיטאג מיט שחרית, קינות, מנחה און דערנאך אינדערהיים מיט די קינדער, באקן קאכן. משא"כ יו"כ שטייט מען אויף פרי און מ'איז אגאנצן טאג אויף איין בענקל.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

איישישאק האט געשריבן:איך מיין אז מען זאל מאכן אן אנקעטע, וואס טוסטו די ערשטע זאך נאך תשעה באב? עסן? אנטון שיך? וואשן די הענט? גריסן מענטשן? פאטשן די קינדער? צו וועלכע פון די פארווערטע זאכן כאפסטו זיך ערשט?

1) אנטון שיך.
2) וואשן די הענט.
3) אויספאסטן.

פאטשן די קינדער קען מען דאך אין די תענית אויך סוי קען איך גראד נאך מעריב אנטון די שיך...
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

ניין, אין די דריי וואכן פאטשט מען נישט די קינדער, האסט פארגעסן? דיין קינדער האבן דיר נישט דערמאנט? און אויף גריסן מענטשן האסטו ניטאמאל רעאגירט. זעט זיך אויס אז עס איז א שוואכע עינוי ביי דיר..........
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

תשעה באב.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גפת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 4:41 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גפת »

תשעה־באב איז גרינגער ווייל מען קען מאכן אנקעטעס אין ליינען אייוועלט
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

איישישאק האט געשריבן:ניין, אין די דריי וואכן פאטשט מען נישט די קינדער, האסט פארגעסן? דיין קינדער האבן דיר נישט דערמאנט? און אויף גריסן מענטשן האסטו ניטאמאל רעאגירט. זעט זיך אויס אז עס איז א שוואכע עינוי ביי דיר..........

גריסן? דו זעהסט מוצאי ת"ב וויזוי מענטשן גיין זיך ארום גריסן? כ'מיין אז דו מישט אויף מיט ראשאshuna ביינאכט...
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

איישישאק האט געשריבן:ניין, אין די דריי וואכן פאטשט מען נישט די קינדער, האסט פארגעסן? דיין קינדער האבן דיר נישט דערמאנט

פון מיינע רבי'ס האבעך מיר געלערנט אז ס'איז נאר א דין וואס איז געמאכט נאכצוזאגן פאר די קינדער אבער למעשה פירט מען זיך נישט אזוי...
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

תשעה באב מעג מען דאך נישט גריסן, איא (געזאגט מיט א ירושלימ'ער אקצענט)? און מוצאי שבת מעג מען זיך גריסן, איא (כנ"ל)? אלזא, איז מוצאי תשעה באב נישט קיין צייט צו גריסן?

נו, אז מ'גריסט שוין, אפשר קענסטו מיר ארויסהעלפן? איך מאך חתונה די עלעפטע קינד (די ערשטע צען וועט מען זארגן שפעטער), און איך דארף קויפן דירות (געזאגט מיט א ירושלימ'ער אקצענט).
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אודאי תשעה באב איז גרינגער יום כיפור דארף מען זיין אויף א גאנצע צייט און דאווענען און א שעה פאר מען פאסט אויס איז נעילה וואס דאס קאסט כוחות עצימות משאכ תשעה באב קען מען כאפן א דרימל
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

zugurnish האט געשריבן:
איז יום כיפור זיצן אין שוהל א גאנץ טאג און ניט עסן און זאגן דער גאנצער מחזור איז שווער.

איך נעם לייכט דאס זאגן דעם גאנצן מחזור. געווען יארן ווען די תענית איז מיר שווער געווען, האב איך זיך אהיימגעכאפט און געשלאפן פאר צוויי-דריי שעה.

מ'דארף וויסן פריאריטעטן, און נישט אייביג פרעגן שאלות...
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איישישאק האט געשריבן:איך מיין אז מען זאל מאכן אן אנקעטע, וואס טוסטו די ערשטע זאך נאך תשעה באב? עסן? אנטון שיך? וואשן די הענט? גריסן מענטשן? פאטשן די קינדער? צו וועלכע פון די פארווערטע זאכן כאפסטו זיך ערשט?

וואשן די הענט קען מען שוין פאר מעריב ביים 60.

די ערשטע זאך גרייט איך צו 3 גלעזלעך, ברוינפן גלעזל פאר די לחיים, האט קאפ פאר די קאווע, און א פלעינע קאפ פאר די ארענדזש דזשוס.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:
איז יום כיפור זיצן אין שוהל א גאנץ טאג און ניט עסן און זאגן דער גאנצער מחזור איז שווער.

איך נעם לייכט דאס זאגן דעם גאנצן מחזור. געווען יארן ווען די תענית איז מיר שווער געווען, האב איך זיך אהיימגעכאפט און געשלאפן פאר צוויי-דריי שעה.

מ'דארף וויסן פריאריטעטן, און נישט אייביג פרעגן שאלות...

גיין אהיים יום כיפור צולייגן איז מערסטע מאל ניט פראקטיש.
עס איז דא די קינדער מיט דיר אין שוהל. אויך פילט ניט גוט פארפאסן די תפילות אין שול אויפן יום הקדוש.

אלץ בחור אין 770 האב איך אין מאל צו נעילה געפילט איך גיי חלשן,
האב איך געפונען א אפענע פלאץ מיט ערקאנדישן און זיך אוועקגעלייגט אויף די ערד.


תשעה באב קאן מען רוען אין בעט.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

אז דער תענית איז שווער יו"כ און מען מוז אהיים ג'יין, מוז מען דאך. אבער וואו האסטו א ווינדאו פון 3 שעה וואס דו קענסט פארפאסן? די איינציגסטע פלאץ וואס מען קען פעלן איז אדער אנקומען שפעט צופרי אדער ביי שחרית פון אנהייב הויכע שמו"ע ביז לקל עורך דין / קדושה
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Joel
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

יום הקדוש איז מען פארנומען א גאנצן טאג דאווענען תשעה באב איז מען אודערהיים 1:00 אזייגער און מען האט נישט וואס צו טהון און אויך געווענדליך איז תשעה באב זייער הייס
בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:19 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעמבא »

תשעה באב איז פיל גרינגער.
צווישען שחרית, קינות, אינטעסאנטע אינטערוויוס, שיינע ארטיקלען, טיפע דרימלען, און אביסל העלפן, מעמד הנחת תפילין, מנחה, לויפט די טאג אדורך ווי אן אויגן בליק.

יום כיפור איז דא לאנגע שעות פון הנאה אין בית המדרש, אבער נאך אלץ גענוג שעות ווי די אויגן שפיגעלט זיך אונם זייגער אומוועלענדיג.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

Joel האט געשריבן:און אויך געווענדליך איז תשעה באב זייער הייס

פארדעם האט השי"ת בחסדו הגדול באשאפן ערקאנדישן.

אני הקטן דארף זעלטן אנקומען צו ערקאנדישן, און אסאך מאל קאן איך עס ניט ליידען, מיר איז בעסער אז עס איז ניט קאלט.
אבער אויף א פאסט טאג איז שווער אריבערגיין אהן דעם.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

תשעה באב איז שווערער, ווייל דעמאלט דארף מען זיין אין שטוב העלפן מיט די קינדער... יוה"ק זיצט מען שיין אין בית המדרש און מבעט זיך אויס א סליחה ומחילה וואס קען זיין בעסער
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

תשעה באב. יו"כ בין איך ביים רבי'ן בבחינת למעלה מן הזמן.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

די עולם כאפט נישט אז די גאנצע סיבה וואס מען פאסט שווער בכלל איז וועגן מען מען פאסט איין שווער ודי
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

איישישאק האט געשריבן:איך מיין אז מען זאל מאכן אן אנקעטע, וואס טוסטו די ערשטע זאך נאך תשעה באב? עסן? אנטון שיך? וואשן די הענט? גריסן מענטשן? פאטשן די קינדער? צו וועלכע פון די פארווערטע זאכן כאפסטו זיך ערשט?

די ערשטע זאך וואס איך טו יעדע יאר, איז אפוואשען די פנים, דאס איז דיר נישט איינגעפאלען אריינצולייגען אין די רשימה?
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

האלצשטיין האט געשריבן:די איין שעה תשעה באב צווישן מנחה און מעריב איז געפעעערליך

מען קען דאווענען מנחה גדולה, שפארט מען דאס איין.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איישישאק האט געשריבן:איך מיין אז מען זאל מאכן אן אנקעטע, וואס טוסטו די ערשטע זאך נאך תשעה באב? עסן? אנטון שיך? וואשן די הענט? גריסן מענטשן? פאטשן די קינדער? צו וועלכע פון די פארווערטע זאכן כאפסטו זיך ערשט?

די הלכות פון ניין טעג ענדעק זיך ניט מוצאי תשעה באב. מען טאהר דאך ניט עסען פלייש, וואשן וועש, נעמן א שויער ביז י' נאכמיטאג
ווייל ביז דן האט די בית המקדש געברענט.

איז פארוואס זאל מען מעגן פאטשן קינדער? דארפסטו איינהאלטן ביז דעם נעכסטן טאג.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

דוקטור האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:די איין שעה תשעה באב צווישן מנחה און מעריב איז געפעעערליך

מען קען דאווענען מנחה גדולה, שפארט מען דאס איין.

ס'איז משמע אין רש"י (תענית כו:) אז הגם מ'האט יעדן טאג געדאוונט מנחה גדולה, פלעגט מען אין א תענית דאווענען סמוך לשקיעה"ח.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”