לאמיר אייך געבן א שטיקל איבערבליק פון די פארגאנגענע וואך ביינונז אינדערהיים!
- חזקי (דער 7 יעריגס) האט געוואלט גיין צו א קארניוועל און מען האט אים געטראגן 2 בלאקס אוועק ווי ער האט זיך מחי' געווען מיט קאטטאן קענדי און געטאנצן אויף א זשאמפינג באלאן. ער איז צוריקגעקומען אויסגעמוטשעט אבער אויפגעלייגט.
- יענקעלע (5 יאר) איז אראפגעפאלן און זיך שטארק צוקלאפט זיינע קניען, עס האט אפילו גע'בלוט. מען האט כמעט געטראכט צו רופן די הצלה. צום סוף איז געקומען א שכנ'טע וואס קען אביסל פירסט עיד מיט א גאזז פעד און אלקאהאל און קעהר גענומען, און א לאקאלע דאקטאר האט ארויפגעלייגט 6 סטיטשעס. ער קען נאך ביז יעצט נישט וואקן געהעריג און הינקעט אביסעלע.
- מירעלע (4 יאר) איז לעצטנס שטארק פאר'עקשנ'ט, זי האלט נישט ביים פאלגן גארנישט און ווארפט טענטראמס. כאטש מיר האלטן נישט פון שלאגן קינדער האבן מיר געמוזט ברעכן אונזער פאליסי און זי האט באקומען אפאר גוטע פעטש, און נאר דאס האט געהאלפן. זעהט אויס אז שלמה המלך'ס עצה פון חושך שבטו האט נאך נישט אינגאנצן עקספייערט.
- שלמה ברוך (2 יאר) איז שוין כמעט געטרעינט, ער גייט שוין אליינס אין טוילעט, און טראגט מער נישט קיין פעמפערס בייטאג. (נאר ביינאכט).
- דינסטאג האבן מיר געהאט זייער גוטע סאפער, געווענליך איז נאר דא פלעינע פלייש מיט מעששד פאטעיטעס, די וואך איז געווען גריללד טשיקן מיט א גוטע סאוס און אין די זייט איז געווען געשמאקע האום פרייס.
- נעקסטע וואך, לכבוד די 9 טעג, גיי מיר האבן גוטע סושי! די קינדער זענען אזוי עקסייטעד!
שאלות:
א) וואס האט חזקי געגעסן ביי די קארניוועל?
ב) קענסטו איבערזאגן וואס מירעלע האט געטון?
ג) וועלכע סאפער איז דא יעדע וואך דינסטאג?
ד) ווען טראגט שלמה ברוך פעמפערס?
ה) האט מען צום סוף גערופן הצלה צו יאנקעלע?
ו) וויפיל סטיטשעס האט ער באקומען?
ז) וואס איז שלמה המלך'ס עצה פאר שלעכטע קינדער?
ח) ווי אזוי איז חזקי צוריקגעקומען פון די קארניוואל? אויסגעמוטשעט אדער אויסגערוט?
ט) וואס זענען די קינדער אזוי עקסייטעד פאר די 9 טעג?
ביטע צוריקשיקן די תשובות אויף מארגן פאר די תועלת פון כ'ווייסנישוועם.
------
ליצנות אין דער זייט געלייגט--
ווען איך בין געווען א קינד נמ"ג, האט מיר מיין טאטע פארהערט אפשר איינמאל א חודש, לפי ראות עיניו און לפי זיין געדולד. אסאך מאל ווייניגער. מען האט געוואוסט אז מען לערנט אין חדר, און נאר אמאל אמאל האט דער טאטע "פארהערט" זיכער צו מאכען אז דאס קינד האלט מיט, און טאמער האט מען נישט געקענט איז געווען אך און וויי.... (נישט אלע שרייבערס דא פונעם יונגערן דור וועלן געדענקען די עפאכע, אבער אין אונזערע צייטן איז אזוי געווען).
צעטלעך שאלות פון מלמד? וואס ווען וואו. א אויפפירונג צעטל איז געקומען יעדע וואך צו מען פאלגט די עלטערן און צו מען "פארטראגט זיך" מיט די געשוויסטער. אויב איז מען נישט געווען וואויל אינדערהיים האט מען געכאפט פעטש (שלעק) פון רבי'ן. בקיצור די טאטע מיט די רבי האבן געהאט א שמור-לי-ואשמור-לך דיעל, ביידע האבן געגעבן פעטש אויב דער אנדערער איז נישט געווען צופרידן....
היינט איז א נייע וועלט. מען שלאגט נישט. מען גייט אויף טריפס 6 מאל א טאג (כמעט). אלעס איז פאזיטיוו. די קשר מיט די קינדער איז געוואלדיג. עס איז זייער פיין און וואויל. הלואי זאלן די היינטיגע יונגווארג דאס אפרישיעטן.
אבער עס איז צוגעקומען א נייע דערהער וועלכע איז קיינמאל נישט געווען אין כלל ישראל. די טאטעס האט באקומען קשר מיט די מלמדים! מיינסט מיין טאטע האט געקענט מיין מלמד?? אמאל איז א PTA געווען נאר פאר מאמע'ס, היינט האט מען ליידער משנה געווען פון די מסורה א זיז כל שהוא און מען טיילט אויך פאר טאטעס די ענגלישע עי'בי'סי'ס! רח"ל. מען דארף רעדן צו די מלמדים און מען דארף פארהערן די קינדער יעדע שבת און צוריקשיקן צעטלעך ווי וואויל מען איז געווען (שלעכטע זאכן קען מען נישט שרייבן, דער מלמד וויל נישט הערן לשה"ר, ממילא איז די אויפפירונג צעטל פארוואנדלט געווארן אין א "מצוה צעטל". די עבירה צעטל לאז ביי דיר, דער רבי קען דאך נישט מוסר'ן, ער מוז נאר געבן וועיפערס און סאוער סטיקס).
------
איך בין אן ארבעטער. איך ארבעט שווער 6 טעג א וואך. ב"ה פאר דעם. עס קומט שבת בין איך אויסגע'הרג'ט. מען דארף דאווענען, לערנען א אידיש ווארט, אביסל זיך אויסשלאפן, מאכן די סעודות און געבן אטענשאן פאר יעדע קינד. איך האב טאקע אפאר שעה אין די לאנגע זומער נאכמיטאג'ס אדער א שעה אבות ובנים ווינטער מוצ"ש. אבער איך האב א שטוב מיט 7 אינגלעך (די נומבער פארמישט כדי לערבב השטן) און יעדער האט צו זאגן, איינער חומש, איינער נאר די עברי, איינער משניות און 3 אנדערע זייערע גמרות, נישט אלע אין וועלעכע איך באהאווענט. איך האב טאקע געלערנט מסכת קידושין און בבא מציעא אלס קינד, אבער נישט בבא קמא, מכות אדער סוכה. איך קען מיך נישט פארקוקן יעדנ'ס שיעור און יעדן עקסטער פארהערן יעדע וואך אלע לימודים. איך בין נאר איין מענטש. איך האב נאר 24 שעה א טאג. איך האב נאר איין טאג א וואך שב"ק עוועילעבל. איך קום פשוט נישט אן צו יעדנס'ס שאלות!
טייערער רבי, דאנט געט מי ראנג. איי אפרישיעט דיין ארבעט ביזן הימל! אבער איך צאל גראבע שכר לימוד טאקע צוליב דעם ווייל איך האב נישט קיין צייט זיך אליינס אפצוגעבן און מקיים זיין די מ"ע דאורייתא פון "ולמדתם אותם את בניכם". איך דינג ענק אלס א שליח און איך צאל ערליך שכר לימוד טראץ מיין טייטע בודזשעט. איך בין גרייט צו העלפן ווען איך קען. אבער ביטע זיך רעכענען מיט מיינע באגרעניצונגען!
צו וואלט איר געוואלט יעדע וואך אויספילן אזעלכע שאלות וואס איך האב אויבן געברענגט, פון אלע אייערע 25 תלמידים? פארוואס טראכט איר אז איך קען יא ליינען די אלע 75 צעטלעך וואס ליגן אנגעהויפנט יעדע פרייטאג צו נאכטס אונטערן חלה דעקל פון אלע קינדער, פון דעם קליינעמ'ס ארטס און קרעפטס ביז דעם גרעסערנ'ס שאלות (אן קיין תשובות...) וואס איך דארף פארהערן, מיט די אלע "דברי תורה" וואס דער גרויסער אינגל לייענט נאך ווארט ביי ווארט ווי א האן אין בני אדם, קוים וואס ער פארשטייט א ווארט... אנה יכנס כל הפשתן הזה?
מיט פארשטענדעניש,
משפחת אויערבאך
(*געשריבן אין ליכט פון א לעצטיגע פאון קאל פון א מלמד היתכן איך האב איין וואך נישט פארהערט מיין קינד די גאנצע גמרא)
(א הארציגע דאנק פאר הרוצה בעילום שם איינער פון די ניקס וואס האט מיר צוגעהאלפן מיט די ספעלינג און גרעמער)