שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג יולי 26, 2020 11:07 am

א גוט מארגן טייערע רבי!
לאמיר אייך געבן א שטיקל איבערבליק פון די פארגאנגענע וואך ביינונז אינדערהיים!

  • חזקי (דער 7 יעריגס) האט געוואלט גיין צו א קארניוועל און מען האט אים געטראגן 2 בלאקס אוועק ווי ער האט זיך מחי' געווען מיט קאטטאן קענדי און געטאנצן אויף א זשאמפינג באלאן. ער איז צוריקגעקומען אויסגעמוטשעט אבער אויפגעלייגט.
  • יענקעלע (5 יאר) איז אראפגעפאלן און זיך שטארק צוקלאפט זיינע קניען, עס האט אפילו גע'בלוט. מען האט כמעט געטראכט צו רופן די הצלה. צום סוף איז געקומען א שכנ'טע וואס קען אביסל פירסט עיד מיט א גאזז פעד און אלקאהאל און קעהר גענומען, און א לאקאלע דאקטאר האט ארויפגעלייגט 6 סטיטשעס. ער קען נאך ביז יעצט נישט וואקן געהעריג און הינקעט אביסעלע.
  • מירעלע (4 יאר) איז לעצטנס שטארק פאר'עקשנ'ט, זי האלט נישט ביים פאלגן גארנישט און ווארפט טענטראמס. כאטש מיר האלטן נישט פון שלאגן קינדער האבן מיר געמוזט ברעכן אונזער פאליסי און זי האט באקומען אפאר גוטע פעטש, און נאר דאס האט געהאלפן. זעהט אויס אז שלמה המלך'ס עצה פון חושך שבטו האט נאך נישט אינגאנצן עקספייערט.
  • שלמה ברוך (2 יאר) איז שוין כמעט געטרעינט, ער גייט שוין אליינס אין טוילעט, און טראגט מער נישט קיין פעמפערס בייטאג. (נאר ביינאכט).
  • דינסטאג האבן מיר געהאט זייער גוטע סאפער, געווענליך איז נאר דא פלעינע פלייש מיט מעששד פאטעיטעס, די וואך איז געווען גריללד טשיקן מיט א גוטע סאוס און אין די זייט איז געווען געשמאקע האום פרייס.
  • נעקסטע וואך, לכבוד די 9 טעג, גיי מיר האבן גוטע סושי! די קינדער זענען אזוי עקסייטעד!

שאלות:
א) וואס האט חזקי געגעסן ביי די קארניוועל?
ב) קענסטו איבערזאגן וואס מירעלע האט געטון?
ג) וועלכע סאפער איז דא יעדע וואך דינסטאג?
ד) ווען טראגט שלמה ברוך פעמפערס?
ה) האט מען צום סוף גערופן הצלה צו יאנקעלע?
ו) וויפיל סטיטשעס האט ער באקומען?
ז) וואס איז שלמה המלך'ס עצה פאר שלעכטע קינדער?
ח) ווי אזוי איז חזקי צוריקגעקומען פון די קארניוואל? אויסגעמוטשעט אדער אויסגערוט?
ט) וואס זענען די קינדער אזוי עקסייטעד פאר די 9 טעג?

ביטע צוריקשיקן די תשובות אויף מארגן פאר די תועלת פון כ'ווייסנישוועם.

------

ליצנות אין דער זייט געלייגט--

ווען איך בין געווען א קינד נמ"ג, האט מיר מיין טאטע פארהערט אפשר איינמאל א חודש, לפי ראות עיניו און לפי זיין געדולד. אסאך מאל ווייניגער. מען האט געוואוסט אז מען לערנט אין חדר, און נאר אמאל אמאל האט דער טאטע "פארהערט" זיכער צו מאכען אז דאס קינד האלט מיט, און טאמער האט מען נישט געקענט איז געווען אך און וויי.... (נישט אלע שרייבערס דא פונעם יונגערן דור וועלן געדענקען די עפאכע, אבער אין אונזערע צייטן איז אזוי געווען).

צעטלעך שאלות פון מלמד? וואס ווען וואו. א אויפפירונג צעטל איז געקומען יעדע וואך צו מען פאלגט די עלטערן און צו מען "פארטראגט זיך" מיט די געשוויסטער. אויב איז מען נישט געווען וואויל אינדערהיים האט מען געכאפט פעטש (שלעק) פון רבי'ן. בקיצור די טאטע מיט די רבי האבן געהאט א שמור-לי-ואשמור-לך דיעל, ביידע האבן געגעבן פעטש אויב דער אנדערער איז נישט געווען צופרידן....

היינט איז א נייע וועלט. מען שלאגט נישט. מען גייט אויף טריפס 6 מאל א טאג (כמעט). אלעס איז פאזיטיוו. די קשר מיט די קינדער איז געוואלדיג. עס איז זייער פיין און וואויל. הלואי זאלן די היינטיגע יונגווארג דאס אפרישיעטן.

אבער עס איז צוגעקומען א נייע דערהער וועלכע איז קיינמאל נישט געווען אין כלל ישראל. די טאטעס האט באקומען קשר מיט די מלמדים! מיינסט מיין טאטע האט געקענט מיין מלמד?? אמאל איז א PTA געווען נאר פאר מאמע'ס, היינט האט מען ליידער משנה געווען פון די מסורה א זיז כל שהוא און מען טיילט אויך פאר טאטעס די ענגלישע עי'בי'סי'ס! רח"ל. מען דארף רעדן צו די מלמדים און מען דארף פארהערן די קינדער יעדע שבת און צוריקשיקן צעטלעך ווי וואויל מען איז געווען (שלעכטע זאכן קען מען נישט שרייבן, דער מלמד וויל נישט הערן לשה"ר, ממילא איז די אויפפירונג צעטל פארוואנדלט געווארן אין א "מצוה צעטל". די עבירה צעטל לאז ביי דיר, דער רבי קען דאך נישט מוסר'ן, ער מוז נאר געבן וועיפערס און סאוער סטיקס).

------

איך בין אן ארבעטער. איך ארבעט שווער 6 טעג א וואך. ב"ה פאר דעם. עס קומט שבת בין איך אויסגע'הרג'ט. מען דארף דאווענען, לערנען א אידיש ווארט, אביסל זיך אויסשלאפן, מאכן די סעודות און געבן אטענשאן פאר יעדע קינד. איך האב טאקע אפאר שעה אין די לאנגע זומער נאכמיטאג'ס אדער א שעה אבות ובנים ווינטער מוצ"ש. אבער איך האב א שטוב מיט 7 אינגלעך (די נומבער פארמישט כדי לערבב השטן) און יעדער האט צו זאגן, איינער חומש, איינער נאר די עברי, איינער משניות און 3 אנדערע זייערע גמרות, נישט אלע אין וועלעכע איך באהאווענט. איך האב טאקע געלערנט מסכת קידושין און בבא מציעא אלס קינד, אבער נישט בבא קמא, מכות אדער סוכה. איך קען מיך נישט פארקוקן יעדנ'ס שיעור און יעדן עקסטער פארהערן יעדע וואך אלע לימודים. איך בין נאר איין מענטש. איך האב נאר 24 שעה א טאג. איך האב נאר איין טאג א וואך שב"ק עוועילעבל. איך קום פשוט נישט אן צו יעדנס'ס שאלות!

טייערער רבי, דאנט געט מי ראנג. איי אפרישיעט דיין ארבעט ביזן הימל! אבער איך צאל גראבע שכר לימוד טאקע צוליב דעם ווייל איך האב נישט קיין צייט זיך אליינס אפצוגעבן און מקיים זיין די מ"ע דאורייתא פון "ולמדתם אותם את בניכם". איך דינג ענק אלס א שליח און איך צאל ערליך שכר לימוד טראץ מיין טייטע בודזשעט. איך בין גרייט צו העלפן ווען איך קען. אבער ביטע זיך רעכענען מיט מיינע באגרעניצונגען!

צו וואלט איר געוואלט יעדע וואך אויספילן אזעלכע שאלות וואס איך האב אויבן געברענגט, פון אלע אייערע 25 תלמידים? פארוואס טראכט איר אז איך קען יא ליינען די אלע 75 צעטלעך וואס ליגן אנגעהויפנט יעדע פרייטאג צו נאכטס אונטערן חלה דעקל פון אלע קינדער, פון דעם קליינעמ'ס ארטס און קרעפטס ביז דעם גרעסערנ'ס שאלות (אן קיין תשובות...) וואס איך דארף פארהערן, מיט די אלע "דברי תורה" וואס דער גרויסער אינגל לייענט נאך ווארט ביי ווארט ווי א האן אין בני אדם, קוים וואס ער פארשטייט א ווארט... אנה יכנס כל הפשתן הזה?

מיט פארשטענדעניש,
משפחת אויערבאך

(*געשריבן אין ליכט פון א לעצטיגע פאון קאל פון א מלמד היתכן איך האב איין וואך נישט פארהערט מיין קינד די גאנצע גמרא)

(א הארציגע דאנק פאר הרוצה בעילום שם איינער פון די ניקס וואס האט מיר צוגעהאלפן מיט די ספעלינג און גרעמער)

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך ישרן » זונטאג יולי 26, 2020 12:01 pm

נעבעך נעבעך. פארוואס דארפסטו דען די פארשטינקענע פאר דאלער ואס דו ארבעטס אזוי שווער א גאנצע וואך אויב נישט פאר דיינע קינדער? זאג איך דיר אז יעדע ביסל אטענשן וואס דו געסט זיי איז פיל מער ווערט ווי דאס וואס דו ארבעטט א גאנצע וואך!
לייג אוועק אביסל כח א גאנצע וואך אז דו זאלסט עס האבן אויף שבת! איך זאג דיר צו אז דו וועסט נישט חרטה האבן.

נ.ב.איך בין נישט קיין מלמד און נישט קיין בן מלמד און נישט קיין חתן מלמד

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך שמן זית » זונטאג יולי 26, 2020 12:24 pm

מיין טאטע האט יא פארהערט יעדע וואך,
מיין טאטע האט נישט געגעבן קיין פעטש אויב כ'האב נישט געקענט,
כ'האב געווענדליך יא געקענט, ווייל כ'האב אויסגעהערט און גע'חזר'ט און אויך געוויסט אז מיין טאטע פארהערט,

דו דארפסט יא פארהערן דיינע קינדער, דארפסט ווען אראפנעמען עטליכע שעה פאר דיינע קינדער,
קוקט אויס ווי דו ווייסט נישט וואס עס מיינט מחנך זיין קינדער, אז דו האלסט אז די ארבעט איז וויכטיגער,

איך קום אויך נישט אהן צו לערנען שבת מיט די קינדער, אבער איך קרעכטץ, עס איז ורבות אנחותי ולבי דוי, עס איז אין א בחינה פון:
כי ידעתי את מכאוביו,

איך האלט נישט אז עס קומט אזוי,

עס איז אזויווי דו זאגסט אז דו עסט נישט קיין סעודת שבת אדער גייסט נישט אין בית כסא אדער דאווענסט נישט ווייל דו האסט נישט קיין צייט

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך שמן זית » זונטאג יולי 26, 2020 12:26 pm

והעיקר שכחתי,

עס איז פונקט קאפויער,

אמאל פלעגן די טאטעס פיהלן אז פאר די חינוך און פאר די עתיד פון די קינדער מוז מען האבן א קשר מיט די מלמדים און מנהלים,

היינט איז ליידער שוואכע דורות

שארף און קליג
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך שארף און קליג » זונטאג יולי 26, 2020 12:28 pm

ווי קומט דא אריין דער מלמד,
דאס ווערט אלעס געפירט בלויז דורך די הנהלה.

און די הנהלה טוט אלעס כדי צו הייסן גוט פאר די מאמע'ס.
כאפ נאר א שמועס מיט דיין ב"ב אויב די חדר איז גוט...

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג יולי 26, 2020 12:36 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:א גוט מארגן טייערע רבי!
לאמיר אייך געבן א שטיקל איבערבליק פון די פארגאנגענע וואך ביינונז אינדערהיים!

  • חזקי (דער 7 יעריגס) האט געוואלט גיין צו א קארניוועל און מען האט אים געטראגן 2 בלאקס אוועק ווי ער האט זיך מחי' געווען מיט קאטטאן קענדי און געטאנצן אויף א זשאמפינג באלאן. ער איז צוריקגעקומען אויסגעמוטשעט אבער אויפגעלייגט.
  • יענקעלע (5 יאר) איז אראפגעפאלן און זיך שטארק צוקלאפט זיינע קניען, עס האט אפילו גע'בלוט. מען האט כמעט געטראכט צו רופן די הצלה. צום סוף איז געקומען א שכנ'טע וואס קען אביסל פירסט עיד מיט א גאזז פעד און אלקאהאל און קעהר גענומען, און א לאקאלע דאקטאר האט ארויפגעלייגט 6 סטיטשעס. ער קען נאך ביז יעצט נישט וואקן געהעריג און הינקעט אביסעלע.
  • מירעלע (4 יאר) איז לעצטנס שטארק פאר'עקשנ'ט, זי האלט נישט ביים פאלגן גארנישט און ווארפט טענטראמס. כאטש מיר האלטן נישט פון שלאגן קינדער האבן מיר געמוזט ברעכן אונזער פאליסי און זי האט באקומען אפאר גוטע פעטש, און נאר דאס האט געהאלפן. זעהט אויס אז שלמה המלך'ס עצה פון חושך שבטו האט נאך נישט אינגאנצן עקספייערט.
  • שלמה ברוך (2 יאר) איז שוין כמעט געטרעינט, ער גייט שוין אליינס אין טוילעט, און טראגט מער נישט קיין פעמפערס בייטאג. (נאר ביינאכט).
  • דינסטאג האבן מיר געהאט זייער גוטע סאפער, געווענליך איז נאר דא פלעינע פלייש מיט מעששד פאטעיטעס, די וואך איז געווען גריללד טשיקן מיט א גוטע סאוס און אין די זייט איז געווען געשמאקע האום פרייס.
  • נעקסטע וואך, לכבוד די 9 טעג, גיי מיר האבן גוטע סושי! די קינדער זענען אזוי עקסייטעד!

שאלות:
א) וואס האט חזקי געגעסן ביי די קארניוועל?
ב) קענסטו איבערזאגן וואס מירעלע האט געטון?
ג) וועלכע סאפער איז דא יעדע וואך דינסטאג?
ד) ווען טראגט שלמה ברוך פעמפערס?
ה) האט מען צום סוף גערופן הצלה צו יאנקעלע?
ו) וויפיל סטיטשעס האט ער באקומען?
ז) וואס איז שלמה המלך'ס עצה פאר שלעכטע קינדער?
ח) ווי אזוי איז חזקי צוריקגעקומען פון די קארניוואל? אויסגעמוטשעט אדער אויסגערוט?
ט) וואס זענען די קינדער אזוי עקסייטעד פאר די 9 טעג?

ביטע צוריקשיקן די תשובות אויף מארגן פאר די תועלת פון כ'ווייסנישוועם.

------

ליצנות אין דער זייט געלייגט--

ווען איך בין געווען א קינד נמ"ג, האט מיר מיין טאטע פארהערט אפשר איינמאל א חודש, לפי ראות עיניו און לפי זיין געדולד. אסאך מאל ווייניגער. מען האט געוואוסט אז מען לערנט אין חדר, און נאר אמאל אמאל האט דער טאטע "פארהערט" זיכער צו מאכען אז דאס קינד האלט מיט, און טאמער האט מען נישט געקענט איז געווען אך און וויי.... (נישט אלע שרייבערס דא פונעם יונגערן דור וועלן געדענקען די עפאכע, אבער אין אונזערע צייטן איז אזוי געווען).

צעטלעך שאלות פון מלמד? וואס ווען וואו. א אויפפירונג צעטל איז געקומען יעדע וואך צו מען פאלגט די עלטערן און צו מען "פארטראגט זיך" מיט די געשוויסטער. אויב איז מען נישט געווען וואויל אינדערהיים האט מען געכאפט פעטש (שלעק) פון רבי'ן. בקיצור די טאטע מיט די רבי האבן געהאט א שמור-לי-ואשמור-לך דיעל, ביידע האבן געגעבן פעטש אויב דער אנדערער איז נישט געווען צופרידן....

היינט איז א נייע וועלט. מען שלאגט נישט. מען גייט אויף טריפס 6 מאל א טאג (כמעט). אלעס איז פאזיטיוו. די קשר מיט די קינדער איז געוואלדיג. עס איז זייער פיין און וואויל. הלואי זאלן די היינטיגע יונגווארג דאס אפרישיעטן.

אבער עס איז צוגעקומען א נייע דערהער וועלכע איז קיינמאל נישט געווען אין כלל ישראל. די טאטעס האט באקומען קשר מיט די מלמדים! מיינסט מיין טאטע האט געקענט מיין מלמד?? אמאל איז א PTA געווען נאר פאר מאמע'ס, היינט האט מען ליידער משנה געווען פון די מסורה א זיז כל שהוא און מען טיילט אויך פאר טאטעס די ענגלישע עי'בי'סי'ס! רח"ל. מען דארף רעדן צו די מלמדים און מען דארף פארהערן די קינדער יעדע שבת און צוריקשיקן צעטלעך ווי וואויל מען איז געווען (שלעכטע זאכן קען מען נישט שרייבן, דער מלמד וויל נישט הערן לשה"ר, ממילא איז די אויפפירונג צעטל פארוואנדלט געווארן אין א "מצוה צעטל". די עבירה צעטל לאז ביי דיר, דער רבי קען דאך נישט מוסר'ן, ער מוז נאר געבן וועיפערס און סאוער סטיקס).

------

איך בין אן ארבעטער. איך ארבעט שווער 6 טעג א וואך. ב"ה פאר דעם. עס קומט שבת בין איך אויסגע'הרג'ט. מען דארף דאווענען, לערנען א אידיש ווארט, אביסל זיך אויסשלאפן, מאכן די סעודות און געבן אטענשאן פאר יעדע קינד. איך האב טאקע אפאר שעה אין די לאנגע זומער נאכמיטאג'ס אדער א שעה אבות ובנים ווינטער מוצ"ש. אבער איך האב א שטוב מיט 7 אינגלעך (די נומבער פארמישט כדי לערבב השטן) און יעדער האט צו זאגן, איינער חומש, איינער נאר די עברי, איינער משניות און 3 אנדערע זייערע גמרות, נישט אלע אין וועלעכע איך באהאווענט. איך האב טאקע געלערנט מסכת קידושין און בבא מציעא אלס קינד, אבער נישט בבא קמא, מכות אדער סוכה. איך קען מיך נישט פארקוקן יעדנ'ס שיעור און יעדן עקסטער פארהערן יעדע וואך אלע לימודים. איך בין נאר איין מענטש. איך האב נאר 24 שעה א טאג. איך האב נאר איין טאג א וואך שב"ק עוועילעבל. איך קום פשוט נישט אן צו יעדנס'ס שאלות!

טייערער רבי, דאנט געט מי ראנג. איי אפרישיעט דיין ארבעט ביזן הימל! אבער איך צאל גראבע שכר לימוד טאקע צוליב דעם ווייל איך האב נישט קיין צייט זיך אליינס אפצוגעבן און מקיים זיין די מ"ע דאורייתא פון "ולמדתם אותם את בניכם". איך דינג ענק אלס א שליח און איך צאל ערליך שכר לימוד טראץ מיין טייטע בודזשעט. איך בין גרייט צו העלפן ווען איך קען. אבער ביטע זיך רעכענען מיט מיינע באגרעניצונגען!

צו וואלט איר געוואלט יעדע וואך אויספילן אזעלכע שאלות וואס איך האב אויבן געברענגט, פון אלע אייערע 25 תלמידים? פארוואס טראכט איר אז איך קען יא ליינען די אלע 75 צעטלעך וואס ליגן אנגעהויפנט יעדע פרייטאג צו נאכטס אונטערן חלה דעקל פון אלע קינדער, פון דעם קליינעמ'ס ארטס און קרעפטס ביז דעם גרעסערנ'ס שאלות (אן קיין תשובות...) וואס איך דארף פארהערן, מיט די אלע "דברי תורה" וואס דער גרויסער אינגל לייענט נאך ווארט ביי ווארט ווי א האן אין בני אדם, קוים וואס ער פארשטייט א ווארט... אנה יכנס כל הפשתן הזה?

מיט פארשטענדעניש,
משפחת אויערבאך

(*געשריבן אין ליכט פון א לעצטיגע פאון קאל פון א מלמד היתכן איך האב איין וואך נישט פארהערט מיין קינד די גאנצע גמרא)

(א הארציגע דאנק פאר הרוצה בעילום שם איינער פון די ניקס וואס האט מיר צוגעהאלפן מיט די ספעלינג און גרעמער)

איהר שרייבט עפעס. נישט אוועקצומאכן.

עס ארט מיך אויך שטארק די 50 ביז 100 שאלות צעטלעך וכו', בכלל, אז איך שפיהר אז העיקר פאגעסט מען, old fashioned יראת שמים, יראת חטא, אהבת השם און מסתפק במועט. אבער... מיינע הערות (גארנישט אוועקצומאכן אייערס).

בשעת קאראנא האט איעדער (האלב נארמאלע) מענטש געמאכט א חשבון הנפש. מען איז געוועהן איינגעשפארט מיט די קינדער אגאנצן טאג. האב איך דאן געמאכט א סדר היום, זמן תפילה, פרישטאג, וכו'. און... איך האב די ערשטע מאהל אין מיין לעבען, באמת, באופן קבוע געלערנט מיט מיינע קינדער, איעדן טאג! אבער... מיהר האבן פראביהרט צו לערנען לויט די סדרים פון חדר און ישיבה (אונזער מוסדות האט געהאט גאנץ פון אהנפאנג א גיטע אריינרופן סיסטעם), אבער למחצה, לשליש ולרביע האב איך געלערענט אויך לויט ווי וואס זיי האבן חשק.

מען קען נישט אוועקמאכן די סדרים פון חדר און ישיבה. אויב איעדער בחור וועט לערנען וואס איהם שמעקט, קען מען גיין און קלויז. מען קען נישט פירן א ישיבה ווי איעדער טאטע טוט ווי ער ווילט. אבער... איך האב געפיהלט פאר איין קינד, אז די פרעשור פון קענען 100% צוברעכט איהם אויף שטיקער. דירעקט א קלועג קינד אבער האט זיך געפלאגט מיט ליינען די קליינע אותיות פון גמרא.

און דא קום איך צו פונקט... עס איז יא וויכטיג א גיטע קשר מיטן מלמד-מנהל-מגיד שיעור-ראש ישיבה.
מיין קינד האט באקומען פריזעם גלעזער האט זיין מלמד געוויסט דערפון און געהאט געפיהל אז ער דארף זיך איצטער adjusten. די זעלבע מיט די ריזיגע בחינות ווען ער האט בר מצוה געהאט. ער פלעגט האבן 40% אדער 50%. איצטער קומט ער אהיים מיט 110% באופן קבוע. איך שפיהר אז דאס קומט, בעיקר, פון די מאמעס טרערן ביים תהלים, ווי אויך פון אונזער מינימום השתדלות אז מיהר האבן געהאט א גיטע קשר מיט די מגיד שיעור.

און רבותי, א גיטע טיפ ערב ראש חודש, חנוכה, ערב פסח, ארבייט גאר גיט! עס איז זייער א גיטע אינוועסטמענט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג יולי 26, 2020 12:39 pm

ישרן האט געשריבן:נעבעך נעבעך. פארוואס דארפסטו דען די פארשטינקענע פאר דאלער ואס דו ארבעטס אזוי שווער א גאנצע וואך אויב נישט פאר דיינע קינדער? זאג איך דיר אז יעדע ביסל אטענשן וואס דו געסט זיי איז פיל מער ווערט ווי דאס וואס דו ארבעטט א גאנצע וואך!
לייג אוועק אביסל כח א גאנצע וואך אז דו זאלסט עס האבן אויף שבת! איך זאג דיר צו אז דו וועסט נישט חרטה האבן.

נ.ב.איך בין נישט קיין מלמד און נישט קיין בן מלמד און נישט קיין חתן מלמד

אז איר באזידלט אים, מן הסתם זענט איר גרייט מען זאל אייך אויך צולייגן, איא? זאגט נאר, וויפיל אינגלעך האט איר, און וויפיל טעג א וואך ארבעט איר "פיזיש". און צום סוף, וויפיל צייט אין ס"ה שאצט איר נעמט צו פארהערן אפילו נאר 5 קינדער?

כ'וועל זאגן די אמת, מיין מחשבה איז געווען די זעלבע די ערשטע רגע... אבער... נאך א רגע טראכטן האב איך אים זייער קלאר פארשטאנען. ס'איז דא די חלק פון אטענשן וואס מען דארף געבן פארן קינד, השקפה מהלך החיים וכו', דאס אלעס גיבט מען אים די והותר דורכן וואך שבת און ווען אוממער. נישט דאס איז זיין פראבלעם.

זיין פראבלעם איז "פארהערן" דאס קען נאר גיין יוניק פאר איינעם אויף אמאל, דאס וואלט נאך גוט געווען, ער טוט דאך עס ווען די קינד האט א יוניק פראבלעם. די מעשה איז אז "פארהערן" "יעדע" קינד "אלעס" פון וואס מען האט געלערנט דורכן וואך נעמט לענגער ווי אויסהערן און העלפן פאר עני פראבלעם, און אויב די איינציגע סיבה אויף צו פארהערן איז כדי די עלטערן זאלן זען אז די מלמד טויג... זאל ער אראפשפאצירן דערפון. כדי צו זען ווי די קינד האלט אין חדר, דארף מען נישט "פארהערן" און זיכער נישט "אלעס", וואס דאס מיינט אז מען דארף צו זיין אין די אלע גמרות וואס די קינדער לערנען.

עס פעלט באמת הסבר צו פארשטיין פארוואס די מלמד פארלאנגט דאס, און בעיקר פארוואס מען מאכט דערפון א זאך וואס איז א מוז, די פראבלעם דערפון איז אז אויב טוט מען עס נישט גייט די קינד זיך פילן אלץ אויסנאם. און עס מאכט זיך זייער אסאך מאל א קינד וואס אויב קען ער נישט, וועט די פארהער מאכן מער שאדן ווי אויפטון.

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך ישרן » זונטאג יולי 26, 2020 12:46 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:

מיין הרגשה איז אז דער עיקר שטופ פאר א קינד צו קענען די לימודים איז דעם טאטנס פארהער.
קודם כל אז ער וויל קענען, און נאכדעם אז ער זעהט אז דאס איז א זאך וואס איז וויכטיג ביים טאטן, און נישט נאר דעם מלמדס קאפריזן.
און אודאי כל ערום יעשה בדעת צו פארווישן ביי א קינד וואס קען נישט אזוי, חוץ אויב ער דארף זיך באמת צופלייסן.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג יולי 26, 2020 12:58 pm

ישרן האט געשריבן:

אהא, דיין הרגשה... הייסט די מלמד דארף פשוט גוט פילן...

בכל אופן, מיין הרגשה איז אז ווען מען טוט עס די ריכטיגע וועג איז גענוג צו פארהערן צוויי פסוקים חומש. און צום מערסטנס א קליין שטיקל גמרא. פארלאנגן צו פארהערן יעדע קינד אלעס וואס מען האט געלערנט, האט נישט קיין פשט, יא ריכטיג, פארהערן האט א דערהער אין זיך מער ווי סתם זיך אפגעבן מיטן קינד, אבער נישט די וועג ווי אזוי מען פארלאנגט עס היינט, ממה נפשך אויב האלטסטו אז די קינד קען נישט, קאנטאקט די טאטע אויף א נארמאלע וועג נישט דורך דעם וואס די טאטע וועט אים פארהערן און עס זען. אויב קען ער יא, דאן פארוואס פארהערן "יעדעם" "אלעס"?

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך ישרן » זונטאג יולי 26, 2020 1:05 pm

לאמיר אריינגיין אין א קינדס (אדער בחורלס) קעפעלע.
וואס וויל דער רבי פון מיין לעבן האבן? הו קעירס וואס די תירוץ איז אויף די קשיא? וואס א חילוק אויב איך קען יא די שטיקל גמרא אדער נישט? די בעל וועט ווייטער קלינגען פאר ריסעס אפגעזעהן צו איך קען די גמרא אדער נישט! פארוואס זאל איך מיך פלאגן צו פארשטיין די גמרא?
משא"כ אויב ער זעהט זיין טאטע וואס איז שוין א גרויסע מענטש, און נישט אין חדר, נעמט עס צום הארצן אז ער זאל קענען די "גאנצע" גמרא, זעהט ער אז דאס איז א "עכטע" זאך, נישט דעם מלמדס משוגעת.
ועוד יש להאריך בזה הרבה.

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך קארן » זונטאג יולי 26, 2020 1:39 pm

איך ווייס נישט פארוואס, אבער ביי מיר קומט שבת ארויס די גאנצע מידקייט און אפמוטשעניש פון א גאנצע וואך.... במילא וועל איך פארהערן/לערנען מיט מיינע קינדער דורכאויס די וואך, אמאל וועט עס זיין פינף מינוט און אמאל צען מינוט, און מיינע קינדער ווייסן אז זיי דארפן זיין גרייט פאר א פארהער אינמיטן וואך, און יא, איך און זיי ענדזשויען עס יעדע מינוט.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג יולי 26, 2020 1:50 pm

ישרן האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:נעבעך נעבעך. פארוואס דארפסטו דען די פארשטינקענע פאר דאלער ואס דו ארבעטס אזוי שווער א גאנצע וואך אויב נישט פאר דיינע קינדער? זאג איך דיר אז יעדע ביסל אטענשן וואס דו געסט זיי איז פיל מער ווערט ווי דאס וואס דו ארבעטט א גאנצע וואך!
לייג אוועק אביסל כח א גאנצע וואך אז דו זאלסט עס האבן אויף שבת! איך זאג דיר צו אז דו וועסט נישט חרטה האבן.

נ.ב.איך בין נישט קיין מלמד און נישט קיין בן מלמד און נישט קיין חתן מלמד

אז איר באזידלט אים, מן הסתם זענט איר גרייט מען זאל אייך אויך צולייגן, איא? זאגט נאר, וויפיל אינגלעך האט איר, און וויפיל טעג א וואך ארבעט איר "פיזיש". און צום סוף, וויפיל צייט אין ס"ה שאצט איר נעמט צו פארהערן אפילו נאר 5 קינדער?

כ'וועל זאגן די אמת, מיין מחשבה איז געווען די זעלבע די ערשטע רגע... אבער... נאך א רגע טראכטן האב איך אים זייער קלאר פארשטאנען. ס'איז דא די חלק פון אטענשן וואס מען דארף געבן פארן קינד, השקפה מהלך החיים וכו', דאס אלעס גיבט מען אים די והותר דורכן וואך שבת און ווען אוממער. נישט דאס איז זיין פראבלעם.

זיין פראבלעם איז "פארהערן" דאס קען נאר גיין יוניק פאר איינעם אויף אמאל, דאס וואלט נאך גוט געווען, ער טוט דאך עס ווען די קינד האט א יוניק פראבלעם. די מעשה איז אז "פארהערן" "יעדע" קינד "אלעס" פון וואס מען האט געלערנט דורכן וואך נעמט לענגער ווי אויסהערן און העלפן פאר עני פראבלעם, און אויב די איינציגע סיבה אויף צו פארהערן איז כדי די עלטערן זאלן זען אז די מלמד טויג... זאל ער אראפשפאצירן דערפון. כדי צו זען ווי די קינד האלט אין חדר, דארף מען נישט "פארהערן" און זיכער נישט "אלעס", וואס דאס מיינט אז מען דארף צו זיין אין די אלע גמרות וואס די קינדער לערנען.

עס פעלט באמת הסבר צו פארשטיין פארוואס די מלמד פארלאנגט דאס, און בעיקר פארוואס מען מאכט דערפון א זאך וואס איז א מוז, די פראבלעם דערפון איז אז אויב טוט מען עס נישט גייט די קינד זיך פילן אלץ אויסנאם. און עס מאכט זיך זייער אסאך מאל א קינד וואס אויב קען ער נישט, וועט די פארהער מאכן מער שאדן ווי אויפטון.

מיין הרגשה איז אז דער עיקר שטופ פאר א קינד צו קענען די לימודים איז דעם טאטנס פארהער.
קודם כל אז ער וויל קענען, און נאכדעם אז ער זעהט אז דאס איז א זאך וואס איז וויכטיג ביים טאטן, און נישט נאר דעם מלמדס קאפריזן.
און אודאי כל ערום יעשה בדעת צו פארווישן ביי א קינד וואס קען נישט אזוי, חוץ אויב ער דארף זיך באמת צופלייסן.

אהא, דיין הרגשה... הייסט די מלמד דארף פשוט גוט פילן...

בכל אופן, מיין הרגשה איז אז ווען מען טוט עס די ריכטיגע וועג איז גענוג צו פארהערן צוויי פסוקים חומש. און צום מערסטנס א קליין שטיקל גמרא. פארלאנגן צו פארהערן יעדע קינד אלעס וואס מען האט געלערנט, האט נישט קיין פשט, יא ריכטיג, פארהערן האט א דערהער אין זיך מער ווי סתם זיך אפגעבן מיטן קינד, אבער נישט די וועג ווי אזוי מען פארלאנגט עס היינט, ממה נפשך אויב האלטסטו אז די קינד קען נישט, קאנטאקט די טאטע אויף א נארמאלע וועג נישט דורך דעם וואס די טאטע וועט אים פארהערן און עס זען. אויב קען ער יא, דאן פארוואס פארהערן "יעדעם" "אלעס"?

לאמיר אריינגיין אין א קינדס (אדער בחורלס) קעפעלע.
וואס וויל דער רבי פון מיין לעבן האבן? הו קעירס וואס די תירוץ איז אויף די קשיא? וואס א חילוק אויב איך קען יא די שטיקל גמרא אדער נישט? די בעל וועט ווייטער קלינגען פאר ריסעס אפגעזעהן צו איך קען די גמרא אדער נישט! פארוואס זאל איך מיך פלאגן צו פארשטיין די גמרא?
משא"כ אויב ער זעהט זיין טאטע וואס איז שוין א גרויסע מענטש, און נישט אין חדר, נעמט עס צום הארצן אז ער זאל קענען די "גאנצע" גמרא, זעהט ער אז דאס איז א "עכטע" זאך, נישט דעם מלמדס משוגעת.
ועוד יש להאריך בזה הרבה.

איר האט א אינגל אין חדר? זינט ווען איז דאס די וועג צו מחנך זיין וואס לערנען גמרא מיינט?

א קינד וואס איז מחונך ווייסט זייער זייער קלאר פארוואס ער לערנט גמרא האט נישט די קושיות, יא ער קען האבן שוועריגקייטן פונקט ווי די יצר פארלייגט זיך אויף יעדע זאך, אבער פארוואס זיך צו פלאגן? פארוואס בכלל צו לערנען? פארוואס בכלל צו קענען? דאס אלעס דארף ער זיין זייער זייער קלאר אן וואס איינער זאל אים בכלל פארהערן. א קינד וואס האט די קושיות איז נישט די טאטן'ס פארהער וואס גייט אדער דארף אים העלפן, ער דארף באמת הילף, ווייל אזא קינד געווענטליך האט אן אנדערע סיבה צו זיין יאוש געפיל [יא, די הו קעירס קומט פון א סארט יאוש, ווייל אויב פארשטייט מען און מען האט א געשמאק דערין, האט מען נישט די קושיות און געפילן].

א נארמאל קינד גוט מחונך איז יתכן אויב די טאטע וועט אים פארהערן וועט עס אים "אויך" געבן א שטופ, אבער אויב מען פארהערט נישט זאל ער עפעס פלוצלונג אויפהערן פארשטיין פארוואס מען לערנט מיט אים גמרא בכלל? נישט וואס איך קען פארשטיין.

אין מיינע אויגן די איינציגע סיבה אז די טאטע זאל אים "פארהערן" בלויז פאר איין ציל, צו אויפלעבן דעם קינד אז "מיין טאטע לערנט מיט מיר, און האלט מיט ווי כ'האלט", די נקודה קען געשען דורך לערנען צוזאמען [צומאל מוז עס אפילו נישט זיין דווקא וואס מען לערנט אין חדר], וואס דאן קען מען עס טון יעדן טאג פון וואך און וויפיל מען קומט אן, אן זיין געצווינגן צו האבן ממש נאר די פאר שעה שבת צו לערנען מיט "אלע" קינדער "אלעס" וואס זיי האבן געלערנט. פארגעס נישט, פרייטאג ברענגט מען ערשט אהיים דעם צעטל, און זונטאג טראגט מען עס צוריק.

איך לדוגמא "פארהער" קיין איין וואך נישט, איך לערן אבער יא "דורכן וואך", מעיקרא האב איך אנגעהויבן גאר אן אנדערע מסכת ווי אין חדר, געקליבן דורכן קינד וואס ער וויל לערנען, און שפעטער אריבער צו לערנען די "אלטע" גמרא וואס מען האט געלערנט אין חדר, אבער דייקא נישט די גמרא פון די וואך. פארשטייט זיך ס'קען זיך מאכן אז די קינד וויל פאראויס קענען די גמרא פון חדר, אדער קלארער ווערן מיט די גמרא, קען מען דאס אויך טון. אבער די עיקר נקודה איז צו לערנען מיט אים עני גמרא אויף א וועג ווי ער וואלט קיינמאל בעפאר נישט געלערנט דעם גמרא, דייקא נישט אויף צו פארהערן... און זיכער מאכן אז וואס ער לערנט איז ער הונדערט פראצענט קלאר דערין, דאס גייט אים געבן דעם זעלבן און אפשר נאך בעסערן שטופ און געפיל ווי פארהערן.

און יא, כ'פארשטיי אויך אז ס'איז דא עלטערן וואס זענען זייער ווייט פון דאס צו קענען טון, און נישט נאר דאס, נאר ס'איז אויך פארהאן עלטערן ליידער וואס זיי גייט אן זייערע קינדער נאך ווייניגער ווי די פאריעריגע שניי, און דעריבער וויל דער מלמד זיכער מאכן אז די עלטערן וועלן כאטש עפעס זיך וויסענדיג מאכן פונעם קינד. אבער וואס די מלמד כאפט נישט איז אז די סארט עלטערן וועלן פונקט אזוי נישט פארהערן, ווייל אפילו דאס גייט זיי אויך נישט אן... און ווידער פאר נארמאלע עלטערן וואס האבן ב"ה א שטוב מיט קינדער, און קענען נישט פארהערן יעדן אלעס צוליב מאנגל אין צייט, אזא קינד דארף מען שווער ארבייטן צו גיין צווישן די טראפן נישט אוועקצומאכן די פארהער צעטל, אבער אויך ער זאל זיך נישט פילן געטראפן אז ס'איז האלב ליידיג, אדער בכלל נישט אויסגעפילט... איז צו וואס פעלט עס אויס?

--
און יא, כ'האב צוליב דעם מהלך אוועקגעגעבן כעין פון מיין רוחניות... כ'קען שוין ליידער נישט לערנען מיין אייגן סדר אנצוקומען מער און מער, ווייל זיי נעמען מיר צו די צייט, אבער ע"פ האמת וואס איז די חילוק ביידע איז דעם באשעפער'ס תורה. האף מיר ווען זיי וועלן חתונה האבן וועט מען אי"ה קענען משלים זיין...

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג יולי 26, 2020 2:02 pm

משפחת אויערבאך, משפחת סוחר פארשטייט אייך זייער גוט.
און דיין אריינפיר משל נאגעלט דיין פוינט.

די ביכלעך פון די קינדער האבן אפגרעיטעד, יעדער קומט אהיים מיט אפאר דיקע ביכלעך און קאפיס וואס מען האט געלערנט א גאנצע וואך, און איך האלט גראדע אז סיז זייער געלונגענע זאכן אבער אומעגליך פאר א טאטע איבערציגיין אלעס מיט יעדעם.
צי די אלע וואס פארשטייען אים נישט בין איך זיכער אז זיי האבן נישט אפאר יונגלעך אין א רייע ווי אויערבאך.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך ישרן » זונטאג יולי 26, 2020 2:06 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:אז איר באזידלט אים, מן הסתם זענט איר גרייט מען זאל אייך אויך צולייגן, איא? זאגט נאר, וויפיל אינגלעך האט איר, און וויפיל טעג א וואך ארבעט איר "פיזיש". און צום סוף, וויפיל צייט אין ס"ה שאצט איר נעמט צו פארהערן אפילו נאר 5 קינדער?

כ'וועל זאגן די אמת, מיין מחשבה איז געווען די זעלבע די ערשטע רגע... אבער... נאך א רגע טראכטן האב איך אים זייער קלאר פארשטאנען. ס'איז דא די חלק פון אטענשן וואס מען דארף געבן פארן קינד, השקפה מהלך החיים וכו', דאס אלעס גיבט מען אים די והותר דורכן וואך שבת און ווען אוממער. נישט דאס איז זיין פראבלעם.

זיין פראבלעם איז "פארהערן" דאס קען נאר גיין יוניק פאר איינעם אויף אמאל, דאס וואלט נאך גוט געווען, ער טוט דאך עס ווען די קינד האט א יוניק פראבלעם. די מעשה איז אז "פארהערן" "יעדע" קינד "אלעס" פון וואס מען האט געלערנט דורכן וואך נעמט לענגער ווי אויסהערן און העלפן פאר עני פראבלעם, און אויב די איינציגע סיבה אויף צו פארהערן איז כדי די עלטערן זאלן זען אז די מלמד טויג... זאל ער אראפשפאצירן דערפון. כדי צו זען ווי די קינד האלט אין חדר, דארף מען נישט "פארהערן" און זיכער נישט "אלעס", וואס דאס מיינט אז מען דארף צו זיין אין די אלע גמרות וואס די קינדער לערנען.

עס פעלט באמת הסבר צו פארשטיין פארוואס די מלמד פארלאנגט דאס, און בעיקר פארוואס מען מאכט דערפון א זאך וואס איז א מוז, די פראבלעם דערפון איז אז אויב טוט מען עס נישט גייט די קינד זיך פילן אלץ אויסנאם. און עס מאכט זיך זייער אסאך מאל א קינד וואס אויב קען ער נישט, וועט די פארהער מאכן מער שאדן ווי אויפטון.

מיין הרגשה איז אז דער עיקר שטופ פאר א קינד צו קענען די לימודים איז דעם טאטנס פארהער.
קודם כל אז ער וויל קענען, און נאכדעם אז ער זעהט אז דאס איז א זאך וואס איז וויכטיג ביים טאטן, און נישט נאר דעם מלמדס קאפריזן.
און אודאי כל ערום יעשה בדעת צו פארווישן ביי א קינד וואס קען נישט אזוי, חוץ אויב ער דארף זיך באמת צופלייסן.

אהא, דיין הרגשה... הייסט די מלמד דארף פשוט גוט פילן...

בכל אופן, מיין הרגשה איז אז ווען מען טוט עס די ריכטיגע וועג איז גענוג צו פארהערן צוויי פסוקים חומש. און צום מערסטנס א קליין שטיקל גמרא. פארלאנגן צו פארהערן יעדע קינד אלעס וואס מען האט געלערנט, האט נישט קיין פשט, יא ריכטיג, פארהערן האט א דערהער אין זיך מער ווי סתם זיך אפגעבן מיטן קינד, אבער נישט די וועג ווי אזוי מען פארלאנגט עס היינט, ממה נפשך אויב האלטסטו אז די קינד קען נישט, קאנטאקט די טאטע אויף א נארמאלע וועג נישט דורך דעם וואס די טאטע וועט אים פארהערן און עס זען. אויב קען ער יא, דאן פארוואס פארהערן "יעדעם" "אלעס"?

לאמיר אריינגיין אין א קינדס (אדער בחורלס) קעפעלע.
וואס וויל דער רבי פון מיין לעבן האבן? הו קעירס וואס די תירוץ איז אויף די קשיא? וואס א חילוק אויב איך קען יא די שטיקל גמרא אדער נישט? די בעל וועט ווייטער קלינגען פאר ריסעס אפגעזעהן צו איך קען די גמרא אדער נישט! פארוואס זאל איך מיך פלאגן צו פארשטיין די גמרא?
משא"כ אויב ער זעהט זיין טאטע וואס איז שוין א גרויסע מענטש, און נישט אין חדר, נעמט עס צום הארצן אז ער זאל קענען די "גאנצע" גמרא, זעהט ער אז דאס איז א "עכטע" זאך, נישט דעם מלמדס משוגעת.
ועוד יש להאריך בזה הרבה.

איר האט א אינגל אין חדר? זינט ווען איז דאס די וועג צו מחנך זיין וואס לערנען גמרא מיינט?

א קינד וואס איז מחונך ווייסט זייער זייער קלאר פארוואס ער לערנט גמרא האט נישט די קושיות, יא ער קען האבן שוועריגקייטן פונקט ווי די יצר פארלייגט זיך אויף יעדע זאך, אבער פארוואס זיך צו פלאגן? פארוואס בכלל צו לערנען? פארוואס בכלל צו קענען? דאס אלעס דארף ער זיין זייער זייער קלאר אן וואס איינער זאל אים בכלל פארהערן. א קינד וואס האט די קושיות איז נישט די טאטן'ס פארהער וואס גייט אדער דארף אים העלפן, ער דארף באמת הילף, ווייל אזא קינד געווענטליך האט אן אנדערע סיבה צו זיין יאוש געפיל [יא, די הו קעירס קומט פון א סארט יאוש, ווייל אויב פארשטייט מען און מען האט א געשמאק דערין, האט מען נישט די קושיות און געפילן].

א נארמאל קינד גוט מחונך איז יתכן אויב די טאטע וועט אים פארהערן וועט עס אים "אויך" געבן א שטופ, אבער אויב מען פארהערט נישט זאל ער עפעס פלוצלונג אויפהערן פארשטיין פארוואס מען לערנט מיט אים גמרא בכלל? נישט וואס איך קען פארשטיין.

אין מיינע אויגן די איינציגע סיבה אז די טאטע זאל אים "פארהערן" בלויז פאר איין ציל, צו אויפלעבן דעם קינד אז "מיין טאטע לערנט מיט מיר, און האלט מיט ווי כ'האלט", די נקודה קען געשען דורך לערנען צוזאמען [צומאל מוז עס אפילו נישט זיין דווקא וואס מען לערנט אין חדר], וואס דאן קען מען עס טון יעדן טאג פון וואך און וויפיל מען קומט אן, אן זיין געצווינגן צו האבן ממש נאר די פאר שעה שבת צו לערנען מיט "אלע" קינדער "אלעס" וואס זיי האבן געלערנט. פארגעס נישט, פרייטאג ברענגט מען ערשט אהיים דעם צעטל, און זונטאג טראגט מען עס צוריק.

איך לדוגמא "פארהער" קיין איין וואך נישט, איך לערן אבער יא "דורכן וואך", מעיקרא האב איך אנגעהויבן גאר אן אנדערע מסכת ווי אין חדר, געקליבן דורכן קינד וואס ער וויל לערנען, און שפעטער אריבער צו לערנען די "אלטע" גמרא וואס מען האט געלערנט אין חדר, אבער דייקא נישט די גמרא פון די וואך. פארשטייט זיך ס'קען זיך מאכן אז די קינד וויל פאראויס קענען די גמרא פון חדר, אדער קלארער ווערן מיט די גמרא, קען מען דאס אויך טון. אבער די עיקר נקודה איז צו לערנען מיט אים עני גמרא אויף א וועג ווי ער וואלט קיינמאל בעפאר נישט געלערנט דעם גמרא, דייקא נישט אויף צו פארהערן... און זיכער מאכן אז וואס ער לערנט איז ער הונדערט פראצענט קלאר דערין, דאס גייט אים געבן דעם זעלבן און אפשר נאך בעסערן שטופ און געפיל ווי פארהערן.

און יא, כ'פארשטיי אויך אז ס'איז דא עלטערן וואס זענען זייער ווייט פון דאס צו קענען טון, און נישט נאר דאס, נאר ס'איז אויך פארהאן עלטערן ליידער וואס זיי גייט אן זייערע קינדער נאך ווייניגער ווי די פאריעריגע שניי, און דעריבער וויל דער מלמד זיכער מאכן אז די עלטערן וועלן כאטש עפעס זיך וויסענדיג מאכן פונעם קינד. אבער וואס די מלמד כאפט נישט איז אז די סארט עלטערן וועלן פונקט אזוי נישט פארהערן, ווייל אפילו דאס גייט זיי אויך נישט אן... און ווידער פאר נארמאלע עלטערן וואס האבן ב"ה א שטוב מיט קינדער, און קענען נישט פארהערן יעדן אלעס צוליב מאנגל אין צייט, אזא קינד דארף מען שווער ארבייטן צו גיין צווישן די טראפן נישט אוועקצומאכן די פארהער צעטל, אבער אויך ער זאל זיך נישט פילן געטראפן אז ס'איז האלב ליידיג, אדער בכלל נישט אויסגעפילט... איז צו וואס פעלט עס אויס?

--
און יא, כ'האב צוליב דעם מהלך אוועקגעגעבן כעין פון מיין רוחניות... כ'קען שוין ליידער נישט לערנען מיין אייגן סדר אנצוקומען מער און מער, ווייל זיי נעמען מיר צו די צייט, אבער ע"פ האמת וואס איז די חילוק ביידע איז דעם באשעפער'ס תורה. האף מיר ווען זיי וועלן חתונה האבן וועט מען אי"ה קענען משלים זיין...

קודם כל מעגסט שוין האבן באמערקט אז איך איגנאריר דיינע פערזענליכע אנגריפן. אלזא ביטע הער אויף. דאנקע שעהן.
און להענין. אויב באקומט דאס קינד די געפיל אז דער טאטע פארהערט אויף יוצא צו זיין, און סברענט אים נישט אז ער זאל קענען די גמרא וואס מהאט געלערנט אין חדר, וועלן טויזנט דרשות נישט העלפן און דער געפיל וועט זיך אריבערכאפן צום קינד. נאכדערצו אויב מען reinforced דעם געפיל מיטן לייגן דעם עיקר דגוש אויף זאכן וואס מען לערנט נישט אין חדר, איז דאס א סגולה בדוק ומנוסה אז דאס קינד זאל fail'ן אין חדר.
חוץ אויב איר האלט טאקע אז אייער סיסטעם איז בעסער ווי די חדר'ס, און סגייט אייך נישט אן אז ער קען נישט די לימודים פון חדר, דאן כל הכבוד לך.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג יולי 26, 2020 2:59 pm

ישרן האט געשריבן:נעבעך נעבעך. פארוואס דארפסטו דען די פארשטינקענע פאר דאלער ואס דו ארבעטס אזוי שווער א גאנצע וואך אויב נישט פאר דיינע קינדער?

אם....... עפעס האב איך אמאל אונטערגעשריבן א כתובה, מען דארף רענט און עסן און קליידער.... זאג, ביסט נאך א בחור? :P (פאר מער דרוקט דעם בודזשעט אשכול)

----

לאמיך דא זאגן קלאר פאר די אלע קריטיקירער. איך האב ב"ה א נאנטע רילעשענשיפ מיט מיינע קינדער, סיי שבת און סיי אגאנצע וואך. איך לערן אויך מיט זיי אנדערע זאכן (איך האלט אז די גמרא פון חדר איז נישט גענוג, זיי קענען כמעט נישט קיין מעשיות\ השקפה\ הלכה\ מדות טובות\ עניני תפלה\ אדער טייטש\ און נאך.

איך לערן מיט מיינע קינדער יעדע שבת! אבער ווי למעלה האט שוין גוט פארשטאנען אז איך קען נישט לערנען מיט יעדן אלעס. אפילו נאר אז איינער לערענט חו"ר ביז שלישי און איינער ביז רביעי איז שוין אנגעשטרענגט (אפאר מאל טאקע לערן איך מיט עטליכע קינדער אינאיינעם און יעדער זאגט אנדערע פסוק אדער רש"י). איך פרוביר דזשאגלען. מיט איינעם לערן איך משניות. נעקסטע וואך לערן איך מיט איינעם גמרא. א וואך נאכדעם מיט ביידע אביסל. אין די גאר לאנגע שבתים מאכט זיך אמאל (זעלטן) אז איך ענדיג יעדן איינעם די גאנצע!!

מיין שאיפה איז קלאר צן האבן ווי מער שייכות מיט די קינדער און אריינגעבן ווארעמקייט און ליבשאפט און תורה ועבודה און אמונה, כי זה כל האדם. און ב"ה טראץ מיין שווערע ארבעט פרוביר איך דאס צו טון און עס געלונגט ב"ה. איך וועל זיך אויך שפילן מיט זיי און זיך אראפאלאזן צו זייער לעוועל. ב"ה איך האב שוין חתונה געמאכט עטליכע קינדער און מען זעהט ב"ה נחת (כן יעזור ה' להלאה) און מען האלט א גאר נאנטע קשר מיט די קינדער, זיי פילן זיך זייער גוט ביי אונז די עלטערן\שוויגער עלטערן.

אבער אונטערשטע שורה איז אז עס איז מיר אלץ שווער געווען די פארהערן און דורכליינען די אלע צעטלעך און נאכדעם עס אויספילן צוריקצוטראגן זונטאג, אבער נאכן באקומען תרעומות פון איין מלמד לעצטנס האב איך געוואלט ארויסברענגען מיין תמיהא ברבים, זעהן ווי אזוי אנדערע געבן זיך אנייצע, אן עס געשריבן אביסל בדרך צחות!

#צער גידול בנים....... ב"ה פאר דעם!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג יולי 26, 2020 3:05 pm

ישרן האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:מיין הרגשה איז אז דער עיקר שטופ פאר א קינד צו קענען די לימודים איז דעם טאטנס פארהער.
קודם כל אז ער וויל קענען, און נאכדעם אז ער זעהט אז דאס איז א זאך וואס איז וויכטיג ביים טאטן, און נישט נאר דעם מלמדס קאפריזן.
און אודאי כל ערום יעשה בדעת צו פארווישן ביי א קינד וואס קען נישט אזוי, חוץ אויב ער דארף זיך באמת צופלייסן.

אהא, דיין הרגשה... הייסט די מלמד דארף פשוט גוט פילן...

בכל אופן, מיין הרגשה איז אז ווען מען טוט עס די ריכטיגע וועג איז גענוג צו פארהערן צוויי פסוקים חומש. און צום מערסטנס א קליין שטיקל גמרא. פארלאנגן צו פארהערן יעדע קינד אלעס וואס מען האט געלערנט, האט נישט קיין פשט, יא ריכטיג, פארהערן האט א דערהער אין זיך מער ווי סתם זיך אפגעבן מיטן קינד, אבער נישט די וועג ווי אזוי מען פארלאנגט עס היינט, ממה נפשך אויב האלטסטו אז די קינד קען נישט, קאנטאקט די טאטע אויף א נארמאלע וועג נישט דורך דעם וואס די טאטע וועט אים פארהערן און עס זען. אויב קען ער יא, דאן פארוואס פארהערן "יעדעם" "אלעס"?

לאמיר אריינגיין אין א קינדס (אדער בחורלס) קעפעלע.
וואס וויל דער רבי פון מיין לעבן האבן? הו קעירס וואס די תירוץ איז אויף די קשיא? וואס א חילוק אויב איך קען יא די שטיקל גמרא אדער נישט? די בעל וועט ווייטער קלינגען פאר ריסעס אפגעזעהן צו איך קען די גמרא אדער נישט! פארוואס זאל איך מיך פלאגן צו פארשטיין די גמרא?
משא"כ אויב ער זעהט זיין טאטע וואס איז שוין א גרויסע מענטש, און נישט אין חדר, נעמט עס צום הארצן אז ער זאל קענען די "גאנצע" גמרא, זעהט ער אז דאס איז א "עכטע" זאך, נישט דעם מלמדס משוגעת.
ועוד יש להאריך בזה הרבה.

איר האט א אינגל אין חדר? זינט ווען איז דאס די וועג צו מחנך זיין וואס לערנען גמרא מיינט?

א קינד וואס איז מחונך ווייסט זייער זייער קלאר פארוואס ער לערנט גמרא האט נישט די קושיות, יא ער קען האבן שוועריגקייטן פונקט ווי די יצר פארלייגט זיך אויף יעדע זאך, אבער פארוואס זיך צו פלאגן? פארוואס בכלל צו לערנען? פארוואס בכלל צו קענען? דאס אלעס דארף ער זיין זייער זייער קלאר אן וואס איינער זאל אים בכלל פארהערן. א קינד וואס האט די קושיות איז נישט די טאטן'ס פארהער וואס גייט אדער דארף אים העלפן, ער דארף באמת הילף, ווייל אזא קינד געווענטליך האט אן אנדערע סיבה צו זיין יאוש געפיל [יא, די הו קעירס קומט פון א סארט יאוש, ווייל אויב פארשטייט מען און מען האט א געשמאק דערין, האט מען נישט די קושיות און געפילן].

א נארמאל קינד גוט מחונך איז יתכן אויב די טאטע וועט אים פארהערן וועט עס אים "אויך" געבן א שטופ, אבער אויב מען פארהערט נישט זאל ער עפעס פלוצלונג אויפהערן פארשטיין פארוואס מען לערנט מיט אים גמרא בכלל? נישט וואס איך קען פארשטיין.

אין מיינע אויגן די איינציגע סיבה אז די טאטע זאל אים "פארהערן" בלויז פאר איין ציל, צו אויפלעבן דעם קינד אז "מיין טאטע לערנט מיט מיר, און האלט מיט ווי כ'האלט", די נקודה קען געשען דורך לערנען צוזאמען [צומאל מוז עס אפילו נישט זיין דווקא וואס מען לערנט אין חדר], וואס דאן קען מען עס טון יעדן טאג פון וואך און וויפיל מען קומט אן, אן זיין געצווינגן צו האבן ממש נאר די פאר שעה שבת צו לערנען מיט "אלע" קינדער "אלעס" וואס זיי האבן געלערנט. פארגעס נישט, פרייטאג ברענגט מען ערשט אהיים דעם צעטל, און זונטאג טראגט מען עס צוריק.

איך לדוגמא "פארהער" קיין איין וואך נישט, איך לערן אבער יא "דורכן וואך", מעיקרא האב איך אנגעהויבן גאר אן אנדערע מסכת ווי אין חדר, געקליבן דורכן קינד וואס ער וויל לערנען, און שפעטער אריבער צו לערנען די "אלטע" גמרא וואס מען האט געלערנט אין חדר, אבער דייקא נישט די גמרא פון די וואך. פארשטייט זיך ס'קען זיך מאכן אז די קינד וויל פאראויס קענען די גמרא פון חדר, אדער קלארער ווערן מיט די גמרא, קען מען דאס אויך טון. אבער די עיקר נקודה איז צו לערנען מיט אים עני גמרא אויף א וועג ווי ער וואלט קיינמאל בעפאר נישט געלערנט דעם גמרא, דייקא נישט אויף צו פארהערן... און זיכער מאכן אז וואס ער לערנט איז ער הונדערט פראצענט קלאר דערין, דאס גייט אים געבן דעם זעלבן און אפשר נאך בעסערן שטופ און געפיל ווי פארהערן.

און יא, כ'פארשטיי אויך אז ס'איז דא עלטערן וואס זענען זייער ווייט פון דאס צו קענען טון, און נישט נאר דאס, נאר ס'איז אויך פארהאן עלטערן ליידער וואס זיי גייט אן זייערע קינדער נאך ווייניגער ווי די פאריעריגע שניי, און דעריבער וויל דער מלמד זיכער מאכן אז די עלטערן וועלן כאטש עפעס זיך וויסענדיג מאכן פונעם קינד. אבער וואס די מלמד כאפט נישט איז אז די סארט עלטערן וועלן פונקט אזוי נישט פארהערן, ווייל אפילו דאס גייט זיי אויך נישט אן... און ווידער פאר נארמאלע עלטערן וואס האבן ב"ה א שטוב מיט קינדער, און קענען נישט פארהערן יעדן אלעס צוליב מאנגל אין צייט, אזא קינד דארף מען שווער ארבייטן צו גיין צווישן די טראפן נישט אוועקצומאכן די פארהער צעטל, אבער אויך ער זאל זיך נישט פילן געטראפן אז ס'איז האלב ליידיג, אדער בכלל נישט אויסגעפילט... איז צו וואס פעלט עס אויס?

--
און יא, כ'האב צוליב דעם מהלך אוועקגעגעבן כעין פון מיין רוחניות... כ'קען שוין ליידער נישט לערנען מיין אייגן סדר אנצוקומען מער און מער, ווייל זיי נעמען מיר צו די צייט, אבער ע"פ האמת וואס איז די חילוק ביידע איז דעם באשעפער'ס תורה. האף מיר ווען זיי וועלן חתונה האבן וועט מען אי"ה קענען משלים זיין...

קודם כל מעגסט שוין האבן באמערקט אז איך איגנאריר דיינע פערזענליכע אנגריפן. אלזא ביטע הער אויף. דאנקע שעהן.
און להענין. אויב באקומט דאס קינד די געפיל אז דער טאטע פארהערט אויף יוצא צו זיין, און סברענט אים נישט אז ער זאל קענען די גמרא וואס מהאט געלערנט אין חדר, וועלן טויזנט דרשות נישט העלפן און דער געפיל וועט זיך אריבערכאפן צום קינד. נאכדערצו אויב מען reinforced דעם געפיל מיטן לייגן דעם עיקר דגוש אויף זאכן וואס מען לערנט נישט אין חדר, איז דאס א סגולה בדוק ומנוסה אז דאס קינד זאל fail'ן אין חדר.
חוץ אויב איר האלט טאקע אז אייער סיסטעם איז בעסער ווי די חדר'ס, און סגייט אייך נישט אן אז ער קען נישט די לימודים פון חדר, דאן כל הכבוד לך.

עברנו על כל המקרא און כ'האב קיין מושג ווי די האסט געזען עפעס פערזענליך אין מיין פריערדיגע תגובות, יא מיין ערשטע שאלה איז געווען קלאר צו שטעלן צו די פארשטייסט פון וואס מען רעדט, אז נישט, איז די שמועס פארטיג, ווייל דאן פארשטייסטו בכלל נישט פון וואס מען רעדט דא. און מיין צווייטע שאלה איז געווען צו די האסט א אינגל אין חדר בכלל אדער ביזט דא זיך סתם לשם טענה'ן. איינער וואס האט נישט קיין קינד אין חדר קען זאגן אלע שיינע סברות, אבער מיטן אמת האט עס גארנישט.

לאמיר זיין זייער קלאר. מיר זעט אויס ווי די האלטסט און איין אראפשפילן דעם שפיל ווי כאילו מען רעדט פון עלטערן וואס האבן גארנישט צום קינד, און וועלן טון נאר לשם יוצא זיין. ניין, מען רעדט דא פון עלטערן וואס זעען זיך מיט א מציאות אז מען קען נישט טון וואס די חדר וואלט געוואלט מען זאל טון, אפילו מען וויל זייער שטארק! אבער נארמאל געבן זיי זיך אוועק פארן קינד צו יעדער צייט, שטימט?

די שאלה איז וואס זאל מען יא טון, און וואס די חדר זאל יא פארלאנגן. אויף דעם דארף מען קודם פארשטיין פארוואס בכלל פארהערן, וואס איז די ציל דערפון, און דערנאך זען צו מען קען עפעס אויסשטעלן א מהלך וואס זאל נאכקומען די ציל און שטימען מיט די צייט. איז ווילאנג די חדר זאגט נישט וואס זייער ציל איז, מעג איך דאך זאגן סברות וואס איך האלט, און כמדומה וואס כ'האב געשריבן איז די אמת דערפון.

די פראבלעם וואס די זאגסט אז די קינד באקומט די געפיל אז מען פארהערט נאר אויף יוצא צו זיין איז נאר וועליד אויב לדוגמא איך וואלט פארהערט דיין קינד, פארוואס? ווייל דיין קינד ערווארט אז זאלסט אים פארהערן אלעס אינגאנצן קלאר ווי די טוסט ביז היינט, און אז איך וועל אים פארהערן אזוי ווי איך טו פאר מיין קינד, דהיינו איך הער פון אים דורכן וואך וואס ער האט געלערנט, אדער דאס וואס כ'האב געשריבן אז מען קען טון, פארהערן נאר א שטיקל, איז דאס ביי אים נאר ווי אויף צו יוצא זיין, און כ'בין מודה אז דאן איז עס א גרויסער פראבלעם. אבער אין אזא פאל דארפסטו פארציילן ווי אזוי די גיבסט זיך אן עצה מיט די פראבלעם וואס ווערט אנגערופן "צייט", די פראבלעם וואס דער פותח האשכול האט געהאט [פארגעס נישט, רעכן אריין אין די צייט אויך דאס זיך פארקוקן די גמרא כדי די קינד זאל ח"ו נישט פילן אז מען פארהערט נאר לשם יוצא זיין]. און אויב באמת האסטו טאקע נישט די צייט, זיי מסביר ווי אזוי די גיבסט זיך אן עצה מיטן פראבלעם וואס ווערט באשאפן צוליב דעם אז די קינד ווערט בכלל נישט פארהערט.

ווידער א קינד וואס ערווארט נישט אז מען זאל אים פארהערן בכלל, אדער אפילו יא, נאר אויף דעם מהלך וואס איך שרייב, אז מען זאל פארהערן נאר אביסל, איז דער באגריף אויף יוצא צו זיין נישט פארהאן... ווייל די טאטע טוט עס טאקע נישט נאר אויף יוצא צו זיין, ער וויל באמת וויסן וואס די קינד קען, און וויבאלד ס'איז רענדעם שטיקלעך וואס מען קלויבט אויס דעם ביסל צו פארהערן, דארף זיך די קינד צוגרייטן צו קענען אלעס...

און ווי די ביזט אריינגעפאלן מיטן פארשטיין אויף לייגן די עיקר דגוש אויף וואס מען לערנט נישט אין חדר האב איך נישט קיין אנונג. עיקר דגוש אויף וואס? יתכן ס'איז מיטן זעלבן בליק אז מען האנדלט דא פון עלטערן וואס גייט זיי נישט אן וואס גייט פאר אין חדר אדער מיטן קינד. להוי ידועה, עס הייבט זיך נישט אן, דאס אלעס וואס מען שרייבט דא, איז פון עלטערן וואס ברענען פאר זייער קינד, און לייגן א שטרענגן דגוש אז וואס מען לערנט אין חדר זאל מען קענען און פארשטיין און זיין זייער זייער קלאר. נאר לגבי "פארהערן" שטימט נישט די מציאות מיט וואס די חדר פארלאנגט, ממילא האט מען אנדערע וועגן וואס מען טוט.

ווייסט וואס איך לייג די עיקר דגוש ווען איך לערן מיט אים? אז די קינד זאל פארשטיין ווי אזוי מען צו אפלערנען דעם גמרא, וואס איז געווען שווער, און ווי אזוי און מיט וואס איז עס פארענטפערט געווארן, וויפיל תירוצים איז דא אויף די קושיא, ווער קריגט זיך מיט וועם, וועלכע אמורא ענטפערט וואס, ווי אזוי מאכט מען א ס"ה פון א גמרא, און וויפיל חילוקים אין הלכה קומט דערפון ארויס וכו' וכדו'. און די קינד ווייסט זייער זייער קלאר אז די סיבה פארוואס מען לערנט אויף דעם וועג איז ווייל דאס איז די וועג צו פארשטיין און וויסן ווי אזוי ארויסצוקומען מיט א קלארקייט פון א גמרא, און די עיקר ער זאל דאס נעמען א טריט ווייטער צו טון די זעלבע מיט די גמרא וואס ער לערנט אין חדר, ווייל מה לי סוכה, מה לי בבא מציעא, סדנא דארעא חד הוא די גמרא איז איבעראל די זעלבע.

אגב, פארשטייט זיך דאס רעדט זיך אלעס פון א געהעריג קינד, אבער א קינד וואס האט פראבלעמען בכלל, און גייט פאר הילף, איז אין מיינע אויגן דאס פארלאנגן צו פארהערן אן עוון פלילי. נישט גענוג די קינד מוטשעט זיך אין חדר, זאל ער נאך ווייזן פארן פאטער ווי ער מוטשעט זיך? געווענטליך וועט טאקע דער וואס גיבט זיך אפ פרייוועט מיטן קינד זאגן וואס מען קען פארהערן, און דאס "דארף" מען פארהערן. אבער דאס העלפט בכלל נישט די פראבלעם אז די קינד כאפט א פליק יעדע וואך זונטאג, אז יעדער ברענגט צוריק דעם פארהערן צעטל אינגאנצן אויסגעפילט, און ער האט סך הכל עפעס א שיינע הערה אויפן צעטל...

אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך מים שלנו » זונטאג יולי 26, 2020 3:08 pm

געהערט אמאל אז דאס איז נישט 'צער גידול בנים' נאר פשוט 'גידול בנים'
וויי פאר ווער עס האט אמת'ע 'צער גידול בנים'
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יולי 26, 2020 6:00 pm

כ'האב אדורךגעליינט יעדעמ'ס טענות ומענות און איך האב לע"ע נישט צופיל מוסיף צו זיין,
אבער איין זאך יא, מיין זוהן האט געלערנט גמרות וואס איך האב אין מיין לעיבן נישט געלערנט,
רוב מאל איז מיר געלונגען אז כ'האב מיר מסדר געווען, אבער אסאך מאל האב איך נישט געוואוסט בחייכון וביומיכון, מיין זוהן האט מסתם געזאגט הוידל בוידל און איך האב איהם געגעבן אזא קאמפלימענט ווי גוט ער האט געקענט....
אפשר זאלן די מלמדים אהייםשיקען א טייטש והבנת הסוגיא געווידמעט פאר די טאטעס????

איך דערמאן זיך ווען איך בין געווען א קינד און געווען אמאל שבת אין שוהל, ווען א טאטע א מארמארישער פויער האט פארהערט זיין קינד חומש רש"י פון א בית יהודה חומש, אזוי אינמיטען האט ער דערלאנגט זיין קינד אזעלכע צוויי קלינגעדיגע פעטש, דאס קינד שרייט פארוואס? - זאגט דער טאטע "ווייל דו האסט נישט געזאגט ווארום"
לעצט פאראכטן דורך שמחהלע קאפשטיק אום זונטאג יולי 26, 2020 9:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך יוד אלף » זונטאג יולי 26, 2020 6:19 pm

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
דאס קינד שרייט פארוואס?

א חוצפה'ניאק דער, האט נאך געהאט די ציינער צו פרעגן פארוואס,

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך לדעתי » זונטאג יולי 26, 2020 6:28 pm

מים שלנו האט געשריבן:געהערט אמאל אז דאס איז נישט 'צער גידול בנים' נאר פשוט 'גידול בנים'
וויי פאר ווער עס האט אמת'ע 'צער גידול בנים'

ופשוט הוא.
צער גידול בנים איז א קללה פאר חוה, נישט פאר אדם.
עצבונך. זה צער גידול בנים (עירובין ק:)
אגב: די פרויען וואס ארבעטן נעמען די קללה פון אדם.
בקיצור, מ'לעבט אין א פארקערטע וועלט.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג יולי 26, 2020 8:30 pm

כווייס נישט וואס, אבער מיין טאטע זז״ג האט געארבעט עבודת פרך א גאנצע וואך און טראצדעם אראפגעריסן צו לערנען מיט די קינדער אום פרעזענליך אראפקומען אין ת״ת צו זיך אינטערסירן ביי מיינע מלמדים

(דיסקלעימער: ער איז נישט געפארן אויף וואקאציע)

סהאט צו טוהן ווי וויכטיג די חינוך הבנים איז דיר נוגע, אמת די צאלטס פאר א שליח אבער מדארף פון צייט צו צייט אריינטשעקן צו זעהן צו דע שליחות ווערט געטוהן בנאמנות
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

שופלאד
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:00 pm
לאקאציע: ארויס פון פראפארציע

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך שופלאד » זונטאג יולי 26, 2020 10:07 pm

דרך אגב: איינער פון די חשובע מחנכים שיקט שוין צוריק לעצטע 20 יאר זיינע קינדערס בחינות געחתמ'ט, אהן א בליק צו טאהן וואס דארט שטייט.

כ'נעם נישט ח"ו קיין שטעלונג אין זיין שיטה בנוגע חינוך, אבער פאר ווער ס'דערהייבט נישט דעם לחץ, איז דא א גם זה יעבור אויף דעם אופן.
גרויסע כוחות פארסאפעטע מוחות עעעעענדליך אריין געדרינגען צום שופלאד!
הא הא ס'עניוועי ליידיג

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג יולי 26, 2020 10:43 pm

קרייסלער האט געשריבן:כווייס נישט וואס, אבער מיין טאטע זז״ג האט געארבעט עבודת פרך א גאנצע וואך און טראצדעם אראפגעריסן צו לערנען מיט די קינדער אום פרעזענליך אראפקומען אין ת״ת צו זיך אינטערסירן ביי מיינע מלמדים

(דיסקלעימער: ער איז נישט געפארן אויף וואקאציע)

סהאט צו טוהן ווי וויכטיג די חינוך הבנים איז דיר נוגע, אמת די צאלטס פאר א שליח אבער מדארף פון צייט צו צייט אריינטשעקן צו זעהן צו דע שליחות ווערט געטוהן בנאמנות

ווי הרב אויערבאך האט שוין געשריבן אויבן, איז אים די חינוך הבנים זייער וויכטיג, און אויך רייסט ער אראפ צייט פאר זיי נאכן הארעווען א גאנצע וואך
נאר ער טוט עס לויט זיין פארשטאנד און נישט לויט דעם מלמד'ס ...
וגם אני בחינוכי, פארהער א שטיקל דא א שטיקל דארט, ס'איז כמעט נישט מעגליך מיט יעדעם איבערצוגיין אלעס,

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך הענדימען » זונטאג יולי 26, 2020 11:34 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ווי הרב אויערבאך האט שוין געשריבן אויבן, איז אים די חינוך הבנים זייער וויכטיג, און אויך רייסט ער אראפ צייט פאר זיי נאכן הארעווען א גאנצע וואך
נאר ער טוט עס לויט זיין פארשטאנד און נישט לויט דעם מלמד'ס ...
וגם אני בחינוכי, פארהער א שטיקל דא א שטיקל דארט, ס'איז כמעט נישט מעגליך מיט יעדעם איבערצוגיין אלעס,

זייער ריכטיג ארויסגעברענגט

איינער וואס ב"ה א שטוב מיט קינדער איז נישט אייביג מעגליך אז ער זאל זיך קענען צושטעלן דעם מלמד'ס משוגעת'ן (ביטע אנטשולדיגן מיין גראבע שפראך)

איך בין ב"ה זייער שטארק אינוואלווד אין מיינע קינדער'ס חינוך, איך לערן מיט זיי, רעד אפט מיט די מלמדים, גיב שיינע טיפס, רוף אן די מלמדים קאמפלימענטירן מער אפט ווי דיסקוסירן פראבלעמען און אעפ"כ וועל איך איין זוהן כמעט נישט פארהערן די גאנצע לימוד פון די וואך ווייל ס'איז נישט גוט פאר אים. אן אנדערער פארהער איך טאקע ווי מער אבער איך דארף זיכער מאכן אז מ'זעהט נישט די חילוק

יעדער טאטע דארף קענען זיינע קינדער און וויסן דעם על פי דרכו

אזוי אויך, דארף א מלמד פארשטיין אז ער קען נישט פארהאלטן א טאטע פארוואס ער האט נישט געלערנט "די גאנצע"
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: שאלות צו (מיין זונ'ס) רבי

תגובהדורך פארווייטאגט » מאנטאג יולי 27, 2020 2:57 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:נעבעך נעבעך. פארוואס דארפסטו דען די פארשטינקענע פאר דאלער ואס דו ארבעטס אזוי שווער א גאנצע וואך אויב נישט פאר דיינע קינדער?

אם....... עפעס האב איך אמאל אונטערגעשריבן א כתובה, מען דארף רענט און עסן און קליידער.... זאג, ביסט נאך א בחור? :P (פאר מער דרוקט דעם בודזשעט אשכול)

----

קען יא זיין אז ער האט א שטוב, אבער קיין שכר לימוד האט רק קיינמאל נישט געדארפט באצאלן.

פארוואס דארפסטו דען די פארשטינקענע פאר דאלער פרעגט ער...
ווייל אהן דעם בלייבט מיינע קינדער אינדערהיים!

פארשטייט נישט קיין צווייטער אבער זאגט מוסר.
פעעעעע...

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט