סיז מסודר האט געשריבן:דערווייל איז יעדע זאך וואס מהאט געטוהן וועגן די פראבלעם פון טעכנאלאגיע געווען דערויף קריטיג ביזן הימל. די רבנים ווייסן נישט וואס זיי רעדן. די מוסדות קען מיך נישט איינטיילן וואס צו טוהן. שומרים קארטלעך ברענגט חוצפה. הבדלה רייסט אראפ דעם עולם.
כפלעג הערן אז די איינציגסטע מהלך וואס דארף צו ארבעטן איז "אויפקלערן דעם עולם" אז דער עולם זאל אליינס וועלן אן שטיין מיט א שטעקן. יעצט זעה איך אז דער מהלך אבעט אויך נישט
למעשה האט איינער דא עפעס א מהלך וואס קען ארבעטן וויאזוי מקען אפהאלטן דעם נעקסטן זשענערעישן נישט אריינצופליען אין יענע וועלט גראד נאך די חתונה?
זייער פשוט איזהו חכם הרואה את הנולד [כבר (חת״ס)].
מען האט אויפגעקלערט דעים עולם (נישט זייער משפחה), אז עס איז דא א ערנסטע פראבלעם אז מען קען נכשל ווערן (נישט אז יעדער ארבעטער איז א שגץ, און לאזט איבער די ווייב און קינדער), ווען מען באנוצט זיך מיט ״אינטערנעט״ בכלל (נישט מען האט געכאפט דעים ״ס.פ.״ פאר א לעזאזאל, און נישט מען האט אנגעהויבן מסביר זיין וועלכע סייט איז יא אדער נישט כשר, און נישט דערציילט פאר יעדן קינד וואס מען קען אלס זעהן).
און די זעלבע צייט איז מען געקומען מיט א סעלושען, פילטערס (נישט בת היענה אז מען דארף עס נישט, נישט בת היענה אז מען גייט דאס אויסרייסען), און מען ארבעט כסדר עס צו מאכן בעסער.
ובנוסף האט מען צו געהאלפן דורך כופין אותו עד שרוצה, א) דורך מוסדות וקהילות וואס האבן ״געזעהן״ און זייער סיסטעם יעדעם׳ס טעלעפאון # אויב עס איז שוין מאושר, און מיטן הילף פון געפילטערטע טעכנאלאגיע האט מען געוואוסט וואספארא דעווייס דאס איז. ב) דורך סטיקערס ווען עס איז געווען א בושה פונעם סביבה צו האבן א כלי אנע סטיקער.
וב״ה גדלו והצליחו ועשו פרי ווען איבער 90% (קראנט: אין מיין קהילה), איז געווען מאושר, און מען האט שוין געהאלטן ביים פאזע פון נאכיאגן די נעקסטע 5% שוואכערע וואס האבן זיך פרובירט ארויסדרייען.
אבער ווען דעיר שטן האט געזעהן עס איז צרות.... האט מען איינגעשפאנט תמימי לב וחסירי דעת בהמציאות, און האבן אנגעהויבן פארפירן ״באמת לשם שמים״ אז מיר דארפן זיין נאך בעסער (אמת, הלואי), און בעצם דארף מען נישט די כלים (און אפי׳ אינטערנעט) עס איז נאר אן איינרעדעניש, נו וויאזוי פירט מען דאס דורך, מען נעמט זיך באשמירען און אומבאקוועם מאכן דעים עולם... און געוואלדיג מען ״זעהט״ דאס ווייניגער און ווייניגער. בראווא! איר זעהט מיר זענען גערעכט געווען! מען גייט דאס ״גענצליך״ אויסרייסן! לאמיר גיין נאך שטערקער, יעצט צו זייערע עלטערן, קינדער, ווייב... און יא מ׳קען שוין (באלד) שרייען נאכאמאל בראווא! מען זעהט עס שוין נאך ווייניגער.
אויב אבער טייטשט ״הרואה״ מיט עיני השכל, און מען איז מברר (דורך לכה״פ זיין גרייט צו הערן פון אנדערע) אז מען איז מיאוס דורכגעפאלען ווייל אנשטאט ווערן בעסער איז רוב ציבור אדאנק די מהלך געווארן שוואכער, דאן טרעט מען צוריק און מען קוקט אויף צוריקוועגס (״הנולד״), און מען איז מודה על הטעות און פרובירט צו ראטעווען ווי לאנג מען קען נאך.
די תמימי לב וועלן (מסתמא) קריגען שכר, ווייל לפי קט דעתם האבן זיי געמיינט זיי טוען גוטס, אבער די אלע וואס זעהן און פארשטייען די חורבן וואס קומט פאר, און זענען דאס משתיק ווייל ״יענער״ מיינט גוטס, טראגן אן אחריות וכל מי שיש בידו למחות....
שומר ישראל, שמור ״שארית״ ישראל !