א גרוס פון יענע וועלט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

yid
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך yid » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:45 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:איז דא ערגעץ ווי מקען באקימען די קונטרס?

און שטאט אדער און די מאונטענס?

וויינשטאק ספרים סטאר

שלום פ.
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:21 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך שלום פ. » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 6:51 am

סיז מסודר האט געשריבן:
שלום פ. האט געשריבן:
עכט איך האט געשריבן:
שלום פ. האט געשריבן:
די זאגטס ווער ס'איז נישט אינטערעסירט... ליין איבער כ'האב זייער שיין מסביר געווען די חילוק פון שוויצן אויף פארענטשעס וואס נעמט 10 מינוט אנצוקומען אויף ביז קוקען א 30 סקונדעסדיגע קליפ אויף סטעטוס!


וואס איך ברענג ארויס איז אז דעי מענטש וואס אינטערעסירט עם נישט די הכנסת ס"ת לייוו,וואלט עם מסתם אויך נישט אינטערעסירט א קליפ דערפון,אפי' א קורצע,אויב ס'וואלט נישט געווען אויף סאושעל מידיע .


די שאלה איז וואס די ריפסט "אינטערעסירט" .

צאלן דערפאר געלט: ניין! שוויצן דערפאר אויף פארענטשעס: אויך נישט! טאנצן אינדערמיט און זיך מאכן ערנסט: זיכער נישט!

וואס יא, קוקען 30 סקונדעס אויף סטאטוס ווי זיין פאמילא אדער בית מדרש מאכט א הכנסות ספר תורה און ס'איז נאך אימזינסט פארוואס נישט...

איז דעי מענשט פאני?!

איז דעי מענטש פון יענע וועלט?!

זיין פאמיליע אדער בית מדרש מאכט א הכנסת ספר תורה און אים אינטערסירט עס נישט... צו ער איז אויף יענע וועלט? איך ווייס נישט. דאהי איז ער נישט...
איך בין נייגעריג צו פאר ער האט געהאט וואטסעפ האט אים אויך נישט אינטערסירט פערסאנעל זאכן.


שוין, יעצט טענה'סטע טויטעלי עפעס אנדעש, די ברענגסט יעצט ארויס אז ער איז נישט דאהי פארן נישט זיין אינטערעסירט אין א הכנסות ספר תורה, דער שרייבער דארט זאגט טויטעלי עפעס אנדערש.

ער ברענגט ארויס די פאני'קייט פון דעי וואטסעפפ מענטשן אז בעת מ'קען עס מיטהאלטן אין בית מדרש קוקט ער עס אויף זיין קליינע פאון. אויף דעם האב איך געזאגט, ס'גראבע נאנסענס.

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך ציגאנער » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 6:58 am

אקעי. כ'מיין מ'קען שוין אריבערמישן די פעידזש... חוץ די הכנסת ספר תורה שטימט אלעס?...

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך לייטער » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 7:04 am

אפסטעיט איד האט געשריבן:א גוטען.

למעשה איז דא א פילטער וואס קען בלאקירען וואוטס עפפ סטעטוס, נישט קיין וואוטס עפפ מעססינדשינג נאר בלויז די סטעטוס?

שוין געשריבן דא אפאר מאל
משומר לאזט מיר נישט זעהן קיין סטאטוסן ב''ה, סקימט ארויף די בילד שרעקליך אומקלאר און סשטייט אז סקען זיך נישט דאנלאדן די פיקטשור אדער ווידיא , סווערט אבער אויך געבלאק וואויס נאטס

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:38 am

קאוונע האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
קאוונע האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

כאילו יעדע סטעטוס ווייסטו יא פון ווי עס קומט,און מיט א נאמען... אוודאי ווייסטו וועמענס סטעטוס עס איז אבער דאס איז שוין FWD הונדערט מאל.

@נישטאמת ב"ה!! כלל ישראל האט נאך ערליכע אידן וואס ווארפן אוועק בראשורן אן א נאמען :lol: :lol: :lol:


כלל ישראל האט נאך ערליכע אידן דאס איז א מאל זיכער. אז מען האלט נישט דארט היינט וועט מען אנקומען דארט מארגן אי"ה.

און יא, אויב האב איך א שוואךקייט אין איין פלאץ (וואסעפפ\סטעטיס) מיינט נאך נישט אז איך בין פארטיג מיטן אויבערשטער איבעראל, איך שטארק מיר ווי איך קען יא.

פירטס אים אריין צום נענטסטן....... :lol: :lol: :lol:

:lol: :lol: :lol:

אוועטאר
פעטער משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך פעטער משה » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 11:35 am

נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

די נקדושך גליונות ליינסטו/דיינע קינדער אויך נישט?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3087
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:28 pm

פעטער משה האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

די נקדושך גליונות ליינסטו/דיינע קינדער אויך נישט?


מן הסתם נישט.

ווייל 'דארפסט פארשטיין אז אויב האב איך א שוואךקייט אין איין פלאץ (וואסעפפ\סטעטיס) מיינט נאך נישט אז איך בין פארטיג מיטן אויבערשטער איבעראל, איך שטארק מיר ווי איך קען יא' ....
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אפסטעיט איד
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:03 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך אפסטעיט איד » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:31 pm

לייטער האט געשריבן:
אפסטעיט איד האט געשריבן:א גוטען.

למעשה איז דא א פילטער וואס קען בלאקירען וואוטס עפפ סטעטוס, נישט קיין וואוטס עפפ מעססינדשינג נאר בלויז די סטעטוס?

שוין געשריבן דא אפאר מאל
משומר לאזט מיר נישט זעהן קיין סטאטוסן ב''ה, סקימט ארויף די בילד שרעקליך אומקלאר און סשטייט אז סקען זיך נישט דאנלאדן די פיקטשור אדער ווידיא , סווערט אבער אויך געבלאק וואויס נאטס



איז דאך עס כמעט גארנישט ווערט.
איינער וואס דארף האבען וואוטס עפפ משום איזה סיבה שהוא פאר בלויז ביזנעס און איז נישט אויף קיין גרופעס, האט נישט קיין שום וועג אויסצומיידען סטעטוס?

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך lazy » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:33 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

די נקדושך גליונות ליינסטו/דיינע קינדער אויך נישט?


מן הסתם נישט.

ווייל 'דארפסט פארשטיין אז אויב האב איך א שוואךקייט אין איין פלאץ (וואסעפפ\סטעטיס) מיינט נאך נישט אז איך בין פארטיג מיטן אויבערשטער איבעראל, איך שטארק מיר ווי איך קען יא' ....


כשפיר ווערדלאז אריינצורעדן אין אזא ערנסטע דעבאטע...
ביטע זיך האלטן צום נושא.

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1850
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך שאשא » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 4:13 pm

אין די לעצטע וואכן איז ערהאלטן געווארן אין טויזנטער אידישע פאסט קעסטלעך איבער ניו יארק, ניו זשערסי, קאנאדא, און אייראפע א בראשור וואס האט אויפגעוועקט די אידישע וועלט איבער די נושא פון טעכנאלאגיע ווי קיינמאל בעפאר. עס האט באוויזן דאס אומגלויבליכע, צו זיין דער נושא אויפן סדר היום פאר לאנגע וואכן אן א אפשטעל, און ווי אן עקשן האלט עס נישט ביים אראפגיין פונעם פארברענג-טישל ביי שמחות און די קופקעס ארום דעם קאווע שטיבל.



אלס 'הויפט ארטיקל' האט געדינט עפעס וואס איז באשטאנען פון אן אינטערוויו מיט א היימישער יונגערמאן וועלכע האט געשילדערט מיט לעבעדיגע פארבן ווי אזוי עס גייט צו דאס לעבן "אויף יענע וועלט". "יענע וועלט" איז נישט דער עולם שכולו טוב, נאר גאר א צווייטער וועלט, אן עולם הדמיון, וואס דאס איז דער וועלט פון וואטסעפ און סאציאלע מידיע, וואו דער יונגערמאן זעלבסט האט זיך געפינען, און האט ב"ה באוויזן צו ארויסקריכן פון דארט...



אין ליכט פון דער ערשיינונג פון דער קאלירפולן תוכנ'דיגן בראשור, האבן א רייע גרעסערע קהילות גענומען זאפארטיגע שריט לעצור ביד המשחית, און צו איינשטעלן שטארקע תקנות איבער וואטסעפ, אזוי אויך ארבעטן די פילטער קאמפעניס פיבערהאפטיג צו אהער שטעלן באגרעניצונגען אויף וואטסעפ מיט פארשידענע אופנים.



עסקנים פון "הבדלה" געבן איבער אז דער בראשור 'א גרוס פון יענע וועלט' איז נאר געווען דער אנהייב פון א רייע פעולת וועלכע וועלן בעזהשי"ת אונטערגענומען אויף פארשידענע פראנטן מחיל אל חיל, מיטן ציהל צו מאכן יעדן ערליכן איד באוואוסטזיניג צו דעם פראבלעם פון 'סאושעל מידיא', און פילצאליגע פעולות ווערן געפלאנט כדי צו זיכער מאכן אז דער נושא פארבלייבט אויפן סדר היום, און אז דער קריטישער ענין ווערט ריכטיג אדרעסירט אין באהאנדלט.
JD Media
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 4:15 pm

און יעצט? וואס ווייטער? מען בלייבט ביים זיך ווארעמען אויף דעם אויסגאבע און פארטיג?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 4:21 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:און יעצט? וואס ווייטער? מען בלייבט ביים זיך ווארעמען אויף דעם אויסגאבע און פארטיג?

יעדער קען נעמעס פאסיגע שריט וואס זיי טראכטן אז עס איז די בעסטע, קוקט אויס וואו זיין האבן פלענער, אבער דאס דארף דיר נישט האלטן געשפאנט.
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

עכט איך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2020 9:36 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך עכט איך » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 4:21 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:און יעצט? וואס ווייטער? מען בלייבט ביים זיך ווארעמען אויף דעם אויסגאבע און פארטיג?

וואו שוין ארויסגעברענגט אויבן האט האדמו"ר מסאטמאר מהרי"י שליט"א שוין גערעדט איבער דעם ביים יארצייט סעודה,ווי אויך האט ער עפעס דערמאנט וועגן עפעס א שטיקל מהלך פון משומר אויף וואטס עפפ וואס ער האט באצייכנט אלץ "בדיעבד שבדיעבד".

אזוי אויך גרייט מען זיך אין אנדערע קהילות מיט פעולות אויף ווייטער.
אויב איך בין איך ווייל איך בין איך און דו ביסט דו ווייל דו ביסט דו דעמאלטס בין איך איך און דו ביסט דו,
אבער אויב איך בין איך ווייל דו ביסט דו און דו ביסט דו ווייל איך בין איך דעמאלטס בין איך נישט איך און דו ביסט נישט דו.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 4:37 pm

עכט איך האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:און יעצט? וואס ווייטער? מען בלייבט ביים זיך ווארעמען אויף דעם אויסגאבע און פארטיג?

וואו שוין ארויסגעברענגט אויבן האט האדמו"ר מסאטמאר מהרי"י שליט"א שוין גערעדט איבער דעם ביים יארצייט סעודה,ווי אויך האט ער עפעס דערמאנט וועגן עפעס א שטיקל מהלך פון משומר אויף וואטס עפפ וואס ער האט באצייכנט אלץ "בדיעבד שבדיעבד".

אזוי אויך גרייט מען זיך אין אנדערע קהילות מיט פעולות אויף ווייטער.


וואס איז די מהלך? און פארוואס וועט עס נאר זיין א בדיעבד?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך lazy » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 12:15 am

שאשא האט געשריבן:אין די לעצטע וואכן איז ערהאלטן געווארן אין טויזנטער אידישע פאסט קעסטלעך איבער ניו יארק, ניו זשערסי, קאנאדא, און אייראפע א בראשור וואס האט אויפגעוועקט די אידישע וועלט איבער די נושא פון טעכנאלאגיע ווי קיינמאל בעפאר. עס האט באוויזן דאס אומגלויבליכע, צו זיין דער נושא אויפן סדר היום פאר לאנגע וואכן אן א אפשטעל, און ווי אן עקשן האלט עס נישט ביים אראפגיין פונעם פארברענג-טישל ביי שמחות און די קופקעס ארום דעם קאווע שטיבל.



אלס 'הויפט ארטיקל' האט געדינט עפעס וואס איז באשטאנען פון אן אינטערוויו מיט א היימישער יונגערמאן וועלכע האט געשילדערט מיט לעבעדיגע פארבן ווי אזוי עס גייט צו דאס לעבן "אויף יענע וועלט". "יענע וועלט" איז נישט דער עולם שכולו טוב, נאר גאר א צווייטער וועלט, אן עולם הדמיון, וואס דאס איז דער וועלט פון וואטסעפ און סאציאלע מידיע, וואו דער יונגערמאן זעלבסט האט זיך געפינען, און האט ב"ה באוויזן צו ארויסקריכן פון דארט...



אין ליכט פון דער ערשיינונג פון דער קאלירפולן תוכנ'דיגן בראשור, האבן א רייע גרעסערע קהילות גענומען זאפארטיגע שריט לעצור ביד המשחית, און צו איינשטעלן שטארקע תקנות איבער וואטסעפ, אזוי אויך ארבעטן די פילטער קאמפעניס פיבערהאפטיג צו אהער שטעלן באגרעניצונגען אויף וואטסעפ מיט פארשידענע אופנים.



עסקנים פון "הבדלה" געבן איבער אז דער בראשור 'א גרוס פון יענע וועלט' איז נאר געווען דער אנהייב פון א רייע פעולת וועלכע וועלן בעזהשי"ת אונטערגענומען אויף פארשידענע פראנטן מחיל אל חיל, מיטן ציהל צו מאכן יעדן ערליכן איד באוואוסטזיניג צו דעם פראבלעם פון 'סאושעל מידיא', און פילצאליגע פעולות ווערן געפלאנט כדי צו זיכער מאכן אז דער נושא פארבלייבט אויפן סדר היום, און אז דער קריטישער ענין ווערט ריכטיג אדרעסירט אין באהאנדלט.
JD Media


אויב עס איז נוגע האט מיין קהילה שוין געהאט אסיפות רבנים ודיינים און באאויפטראגט די געשטעלטע צו פאראויס ריקען פילטערינג פלענער אויף וואטסעפפ היבש פאר די קונטרס יצא לאור, נאר דער באאויפטראגטער האט נישט געוואוסט ביז דאן צו ער זאל איוועסטירן נאך צייט און געלט אין דעים היות ער האט געהערט אז געוויסע ווילן גיין אנטקעגן וואטסעפפ (זאגאר סמארטפאון) גענצליך, ואולי וועט שוין קיין פילטער אויספעלען עס וועט שוין נישט זיין פאר וועם.
אבער נאכן הערן דעת תורה האט מען זיך א לאז געטוען אינם ״דרך התורה״ מיטן גאנצן אייפער, כלל ישראל איז מתפלל תפילת ״הדרך״ אויף הצלחה פונם נותן ״התורה״.

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך lazy » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 12:22 am

אלט מאנרא האט געשריבן:
עכט איך האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:און יעצט? וואס ווייטער? מען בלייבט ביים זיך ווארעמען אויף דעם אויסגאבע און פארטיג?

וואו שוין ארויסגעברענגט אויבן האט האדמו"ר מסאטמאר מהרי"י שליט"א שוין גערעדט איבער דעם ביים יארצייט סעודה,ווי אויך האט ער עפעס דערמאנט וועגן עפעס א שטיקל מהלך פון משומר אויף וואטס עפפ וואס ער האט באצייכנט אלץ "בדיעבד שבדיעבד".

אזוי אויך גרייט מען זיך אין אנדערע קהילות מיט פעולות אויף ווייטער.


וואס איז די מהלך? און פארוואס וועט עס נאר זיין א בדיעבד?

די שנעלסטע מהלך איז צו לימיטען שעות אויף ווידעאו וכו און דאס איז א שטארקע בדיעבד לויט די סטאנדארטען וואס אידן ווי אונז ברויכן.
די שווערערע מהלך איז צו האבן אן אייגענעם עפפ וואס איז קאמפעטיבל מיט וואטסעפפ וואס דערינען וועט מען יא קענען פילטערן, אבער פארט פעלט אויס אז ערליכע אידן זאלן וויסן נישט ארייגעשלעפט צו ווערן צופיל, ווייל דאס שלעפט אריין צו צופיל סאשיעלייזן וואס ברענגט נישט קיין גוטס (די זעלבע איז נוגע פאר מעסעזש פלאס אויפן 4G פליפ פאון, ווי אויך אויף אלע עיזש/ חבירים/ נייעס גרופס אויך אויף 3G פליפס).

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 11:57 am

גערעדט מיט אסאך חברים די נושא גייט נישט אראפ פון טיש, יעדע קופקע, יעדע מקוה, שבת צופרי ביי די קישקע, איבעראל רעדט מען דערפון, דער האט געמאכט א דשאב.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך lazy » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 12:17 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:גערעדט מיט אסאך חברים די נושא גייט נישט אראפ פון טיש, יעדע קופקע, יעדע מקוה, שבת צופרי ביי די קישקע, איבעראל רעדט מען דערפון, דער האט געמאכט א דשאב.


איינע פון די חבירים האבן (/געהאט) א ס.פ./ וואטסעפפ?
אדער פרייען זיך פשוט אריין אן ארייטראכטן?

כמיין פשוט די געדאנק.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 12:19 pm

lazy האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:גערעדט מיט אסאך חברים די נושא גייט נישט אראפ פון טיש, יעדע קופקע, יעדע מקוה, שבת צופרי ביי די קישקע, איבעראל רעדט מען דערפון, דער האט געמאכט א דשאב.


איינע פון די חבירים האבן (/געהאט) א ס.פ./ וואטסעפפ?
אדער פרייען זיך פשוט אריין אן ארייטראכטן?

כמיין פשוט די געדאנק.

איר האט געטראכט בעפארן שרייבן?
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך lazy » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 12:54 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:גערעדט מיט אסאך חברים די נושא גייט נישט אראפ פון טיש, יעדע קופקע, יעדע מקוה, שבת צופרי ביי די קישקע, איבעראל רעדט מען דערפון, דער האט געמאכט א דשאב.


איינע פון די חבירים האבן (/געהאט) א ס.פ./ וואטסעפפ?
אדער פרייען זיך פשוט אריין אן ארייטראכטן?

כמיין פשוט די געדאנק.

איר האט געטראכט בעפארן שרייבן?


לא ״עם הארץ״ חסיד, פארוואס?
ווייל בעת ער ״טראכט״ אז ער טוט א גוטע זאך, איז דעת תורה אז עס איז אסור.
:wink:

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 12:57 pm

lazy האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:גערעדט מיט אסאך חברים די נושא גייט נישט אראפ פון טיש, יעדע קופקע, יעדע מקוה, שבת צופרי ביי די קישקע, איבעראל רעדט מען דערפון, דער האט געמאכט א דשאב.


איינע פון די חבירים האבן (/געהאט) א ס.פ./ וואטסעפפ?
אדער פרייען זיך פשוט אריין אן ארייטראכטן?

כמיין פשוט די געדאנק.

איר האט געטראכט בעפארן שרייבן?


לא ״עם הארץ״ חסיד, פארוואס?
ווייל בעת ער ״טראכט״ אז ער טוט א גוטע זאך, איז דעת תורה אז עס איז אסור.
:wink:

:P אזוי שנעל זיך איבערצובעטן?

איך כאפ נישט ווי פרייען קומט אריין ווען ער שרייבט אז די חברים האבן געזאגט אז ער טוט א דזשאב?
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך lazy » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 1:06 pm

זיך קיינמאל געקריגט חלילה!
ווי עס שיינט האסטו נישט פארשטאנען וואס איך מיין, ווארשיינליך האסטו נישט געלייענט מיין געדאנקענגאנג איבער די קונטרס, וועל איך ציטירן פון פריער אין אשכול, וועסטו פארשטיין וואס כהאב געמיינט.
lazy האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:חומר למחשבה
הוספה:
אויפן אישי אנפראגע אז עס זעהט אויס איך האלט אז עס איז אן עוולה אראפצורייסען ס.פ. באנוצער.

מיין דיעה איז נישט מחליט אין אזוינע האקעלע ענינים, דאס דארף גדולי הדור, ״מנהיגים״, וואס פארשטייען אביסל צום דור בס״ד.

מיין דעת בעה״ב: אפשר בבחינת ״זקנה יש כאן״.

עס איז ליידער דא געוויסע געגנטער/קהילות וואס די פילטער באניץ איז נאך גאר שוואך, און געוויסע ערליכע דארט ווערן מיואש און שפירן אז מען קען שוין גארנישט טוען צו פארבעסערן די נושא, און ממילא קומען זיי צו די החלטה אז די טייל ציבור איז שוין ליידער פארפאלען, און עס איז נאר געבליבען איין עצה פון מאכן א טיילונג פון זיי און פרובירן וויפיל פון זייערע קינדער און ווייבער מען קען ארויסראטעווען מער נישט צו האבן שייכות מיט זיי, דעריבער נעמען זיי גאר שארפע מהלכים נישט קוקענדיג וויפיל שאדן דאס קען מאכן ווייל לדעתם קען שוין ממילא נישט ערגער ווערן, און אדרבא מען דארף גאר אונטעראיילען דעים אויסגעגארטען טיילונג צווישן כלל ישראל בכלל און צווישן די משפחות בפרט.

לעומת זה איז ב״ה דא פיל ערליכע קהילות קדושות וואס האבן בס״ד באוויזען צו משפיע זיין אויף זייער ציבור זיך צו באגיין מיט די כלים מיט די מערסטע מאס זהירות, און פרובירן צו שטיין על המשמר אויפן פראנט, און קאנפראנטירן יעדן נייעם אריינדרינגער, און יעדעס מאל טעכנאלאגיע גיבט זיך א דערקייקעל פאראויס, אנשטאט ווערן מיואש און זאגן שוין מען קען דאס נישט בייקומען, זאגן זיי מען האט שוין באוויזן שווערערס, און מען נעמט זיך מיט אן אימפעט און בס״ד ברעכט מען דאס דורך נאכאמאל און נאכאמאל וכה יעזור ה׳ להלאה.
ביי די קהילות איז איינע פון די מיטלען ״כופין אותו עד שיאמר רוצה אני״ און דאס ווערט געטוען דורך די מוסדות וקהילת דאטאבעיס פון טעלעפאון נומערן וואס דאדורך קען מען נאכקוקען וואס פארא כלי דער איד פארמאגט און אויף וואספארא דרגה דאס איז און וואסערע דרגות קען מען אים מעלה זיין, די מציאות האט געוויזן אז געוויסע מוסדות/קהילות האבן זייער דאטא געוויזן אז מער ווי 90% ציבור קומט נאך זייער תורהדיגע אויטאריטעט פארשריפטן ב״ה !

אבער דאן איז דער בעל דבר זעהענדיג כי כלתה אליו אויפגעקומען מיט אן איינפאל, מען וועט איינשפאנען תמימי לב, בעיקר פון די ערשטע סעקטע, די טרייב קראפט וועט זיין, לשם שמים, און געגאנגען!

מען האט אנגעהויבן לייגן אויסטערלישע דרוק אויף די רבנים, אז איינער האט זיך אליינס מודה געווען אז ער איז געווען א בעל עבירה... פארשטענדליך אז עס האט זיי נישט אינטערסירט וואס דער גורם דערצו איז געוועזן (האט ער ״באמת״ געהאט א פילטער?, אויב יא ווי איז די לאך וואס מען דארף פאררעכטן?) דער עיקר מען האט געכאפט דעים ״טוטער״ און מען קען שוין באשייגעצן יעדן ס.פ. באנוצער אלס מחלל שבת... ונואף ר״ל... ואס גייט איבערלאזן זיין ווייב און קינדער...
די תוצאות זענען געווען ליידער ליידער געוואלדיג, די תמימי לב רייבן זיך די געמיטער אז עס איז געלונגען, מיין שוואגער האט מיר אליין מודה געווען אז אדאנק די מערכה האט ער זיך איינגעהאנדעלט א פליפ פאון, יעצט קען איך שוין רואיג אהינשיקען מיינע קינדער שפילן...


אבער געוואלד צו ווייסט איר אז די גרעסערע טייל פון די מיני ״שוואגערס״, פארמאגן היינט אין די צווייטע טאש א גענצליך אומגעפילטערטע ס.פ.?!?!?
אהה על נפשינו! אויף וועמענס אחריות
האט מען מפקיר געווען דעים און נאך הונדערטער שוואגערס? און אויב קלערט איר (ליידער, שלום עלי נפשי,) דער עיקר אז מיינע קינדער זעהען עס נישט, דאן קלערט אריין, יא! ״אייערע״ קינדער ,גייט איר שיקן בלא יודעין צו דעים שוואגער, ביז יעצט האסטו דיך אפגעהאלטן אלס ״גדר״, אבער יעצט שיקסטו אים און א בית זונות ווי עס איז דא אינטערנעט אן א פילטער!!!

אויף וועמענס אחריות
האט מען גענומען קינדער פון ווערן נתחנך ביי עלטערן וואס פאלגן זייער דעת תורה, וואס לפי צורכתם האט מען זיי מתיר געווען צו האבן א ס.פ. וואס האט א גוטע פילטער, און זיי זאגן און ווייזען פאר זייערע קינדער די כלים נוצט מען נאר מיט א פילטער מעולה...
צו ווערן נתחנך מיט א דאובעל סטענדערד לייף, איינס דארף מען האבן און שול אויבנאהן, איינס דארפן מען האלטן ״אחורי הדלת״?!?!?

אמאל ווען ער האט געמעגט האבן א ס.פ. האט ער דאס ארויס גענומען בפרהסיא, האט ער זיכער געמאכט אז עס האט א ״גוטע״ סטיקער אז מען זאל זעהן... און פארן מוסד האט ער געגעבן זיין איינע נאמבער האבן זיי געקענט צו העלפן מיט׳ן כופין אותו...
אבער עכשיו וואס דער עיקר איז נאר אז מען זעהט נישט דעים ס.פ., דארף מען פשוט מעלדן די חבירים אז וואטסעפפ שיקט מען צום נייעם נאמבער, פארן ערליכן שכן און פארן מוסד זאגט מען מען האט דאס אויפגעגעבן, נעמט מיר אראפ פון די שווארצע ליסט (פארשטייצעך ער קען שוין נישט נעמען די מהודרדיגע -מוסד פארלאנגטע- פילטער, ווייל דאן וועט ער צוריק ארויפגיין אויף די ״שוואכע״ ליסטע), ואידך פרישא זיל גמור... די וועלט גייט אונטער.... די מוסדות שרייען נאך אביסעל פארליר מיר גענצליך קאנטראל...

מי יתן עיני דמעה על שבר בת עמי!

לדעתי הקלושה האלטן מיר ביי א שיידוועג וויאזוי מחנך צו זיין דעים דור:
נוצען טעכנאלאגיע בהיתר
נוצען טעכנאלאגיע בסתר

אבל אל תאמר קבלי דעתי שהן רשאין ולא אתה.
ויהי רצון שלא יצא מתחת ידי שום מכשול או רינון הבריות.

נ.ב. א גרויסע יישר כח פאר אלע חיזוק אין אישי, נאר אדאנק אייך האב איך אוועק געגעבן פון מיין צייט,
עס איז מיר אבער א וואונדער, אז מען דארף זיך שוין שעמען צו זאגן שכל׳דיגע דיבורים...
קבל את האמת ממי שאמרו, נישט קיין חילוק זיין ניק סטאטוס...


ווי עס שיינט באהאלט זיך דער ציבור און די מייזען לעכער, וועל איך מוזן מעתיק זיין טייל אישי׳ס:
קודאס! איך מוז דיר קאנגראטולירן פארן זיך וואגן צו עס ארויסברענגן און שרייבן געהעריג אפן דא.

דו שרייבסט פשוט די אמת איבער די אלע תכסיסי מלחמה און וויאזוי מ'האט גענומען די גאנצע מערכה וואס וואלט געקענט מאכן אז יעדע איד באשר הוא שם זאל טאקע האבן א כשר'ע אויסגעהאלטענע פילטער יעדער איינער לפי ערכו, און מ'האט עס אויפגעטוישט מיט די "אין וואנט אריין" השומרים וועג, וואס ביודעי ובמכירי פון אסאך אינגעלייט וואס נאר אדאנק דעם דרייען זיי זיך ארום מיט די צווייטע באהאלטענע כלי, אפן צו אלעם בייזן רח"ל. סיי. ווייל זיי זענען דאך שוין מילא דער שייגאץ און מחלל שבת - לפיהם, פארשטייט זיך, מילא פארוואס זאל ער נאך פרובירן? און אויך ווייל ס'מוז דאך מילא זיין באהאלטן אונטערן דאכענע, קען איך דאך עס שוין טוהן אויף מיין אייגענע וועג (ח"ו).
ס'איז דאך נישט משיג צו זיין וויאזוי מ'פירט אזא וויכטיגע מערכה, וואס גאנץ כלל ישראל איז אנגעוויזן דערויף, אין וואנט ארייו, און נאכדעם האט מען פארשטייט זיך שוין דעם תירוץ אויך פון: זעהסטו?! כ'האב דיר געזאגט אז זיי זענען טאקע פון יענע וועלט און מ'דארף מאכן א טיילונג.

מה נאמר ומה נדבר, ווען ס'שטייען נישט קיין קלוגע אידן בראש המערכה, און אפילו אויב יא, איז מען משתיק די אידן מיט אלעם בייזן ליידער.
לעצט פאראכטן דורך lazy אום פרייטאג אוגוסט 21, 2020 1:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 1:14 pm

זייער שיין געשריבן.
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

yid
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך yid » מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 11:13 pm

monsey
צוגעלייגטע
yene velt monsey.PNG
yene velt monsey.PNG (412.05 KiB) געזעהן 489 מאל

בלייב געזונט
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 10:16 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך בלייב געזונט » זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:45 am

איך האב נאכנישט באקומען דעם גריס פון יענע וועלט, אוואו קען איך עס באקומען?
זייטס מיר און בלייבטס מיר געזונט!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט