א גרוס פון יענע וועלט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

Browsing
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך Browsing » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:40 pm

פארפלאנטערט האט געשריבן:פייערדיגע דברות קודש איז געהערט געווארן נעכטן נאכט ביים צענטראלן יארצייט טיש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע דורך מרן אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר שליט"א איבער די שעדליכקייט פון וואטסעפפ, און בתוך דבריו האט דער רבי שליט"א געלאזט פאלן גאר שארפע ווערטער איבער די אחריות פון די בעלי בתים וואס פאלאנגן פון די ארבייטערס צו האבן וואטסעפפ פאר די ביזנעס


מתוך דברות קודש:

"א בעל הבית וואס פארלאנט פון זיינע ארבעטערס צו האבן סאושעל מידיע, איז עובר אויף לפני עיוור לא תתן מכשול, פשוט, טון אלע עבירות וואס יענער טוט דורך דעם ווערט גערכנט אויף זיין חשבון"

"עס איז טאקע שווערער אהן דעם, אבער עס איז איכא דרכא אחרינא! עס איז דא פילע בעלי בתים וואס האבן דאס נישט און מאכן פרנסה אהן דעם"

"מארבעט אויף א בערך'דיגע פילטער, אבער עס איז נאר א בדיעבד שבדיעבד"

"אויב וויל מען צוזאמהאלטן די משפחה זאל מען זיי צוזאמהאלטן דורך זיך מקבל זיין אלע אינאיינעם אז מהאט נישט סאושעל מידיע, נישט דורך אזעלכע גרופס"

"א בחור האט מיר געזאגט, איך האב נישט קיין נסיון צו האבן א סמארטפאון, ווייל איך זעה וויאזוי מיין טאטע זעהט אויס מיט א סמארטפאון"

"א איד וואס האט סאושעל מידיע, קען נישט אינזין האבן איין ווארט פירוש המילות ביים דאווענען!"

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:41 pm

בבקשה האט געשריבן:וויפיל מענטשען קענסטו וואס דרייען זיך אין דער מענהעטען גאסען נאך די ארבייט? וויפיל אידן קענסטו וואס זיצן שעות אויף סטעטוס? (איך מיין נישט צו זאגן אז יעדער וואס ניצט וואטסעפפ זיצט שעות אויף סטעטוס)

איך רעד פון וואטסעפפ אויף טעבלעט און דו רעדסט לכאורה אויף א סמאטפאון, ליין איבער וואס איך האב געשריבן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:43 pm

חומר למחשבה, וויפיל פערצענט מענטשען וואס טרינקען אלקעהאל, ווערען עדיקטיד צו אלקעהאל? (גאר ווייניג)
וויפיל פערצענט מענטעשן וואס רייכערען ווערען עדיקטיד צו רייכערען? (כמעט יעדער)

אינטערנעט און קוקן וואטסעפפ סטעטוס פאלט ערגעץ אין דער מיט, נישט ממש ווי ציגערעטליך, אבער נישט ווי אלקעהאל אויך נישט, פונקטליך פערצענט קען מען זיך דינגען, אבער זאגן אז ס׳איז נישט קיין פראבלעם איז נארי׳ש, און זאגן אז יעדער וואס האט עס איז פראבלעמאטיש, איז פונקט אזוי נער׳יש.

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך פארפלאנטערט » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:22 pm

קויפער האט געשריבן:
פארדעם האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:פייערדיגע דברות קודש איז געהערט געווארן נעכטן נאכט ביים צענטראלן יארצייט טיש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע דורך מרן אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר שליט"א איבער די שעדליכקייט פון וואטסעפפ, און בתוך דבריו האט דער רבי שליט"א געלאזט פאלן גאר שארפע ווערטער איבער די אחריות פון די בעלי בתים וואס פאלאנגן פון די ארבייטערס צו האבן וואטסעפפ פאר די ביזנעס

יאפ גאר גאר שטארק מעורר געווען איבער דע נושא

ווי קען מען עס הערן?

https://customer.teleground.com//media/ ... 141100.wav

אוועטאר
פעטער משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך פעטער משה » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 6:14 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:וויפיל מענטשען קענסטו וואס דרייען זיך אין דער מענהעטען גאסען נאך די ארבייט? וויפיל אידן קענסטו וואס זיצן שעות אויף סטעטוס? (איך מיין נישט צו זאגן אז יעדער וואס ניצט וואטסעפפ זיצט שעות אויף סטעטוס)

איך רעד פון וואטסעפפ אויף טעבלעט און דו רעדסט לכאורה אויף א סמאטפאון, ליין איבער וואס איך האב געשריבן.

זיין טענה איז די זעלבע שייך ביים פשוטע טעבלעט מיט וואטסעפפ

אוועטאר
Thank you
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך Thank you » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:24 pm

If somebody didn't receive it in Williamsburg,
its available to pick up by וויינשטאק ספרים סטאר
Final Solution Get Twitter To Email (MMS) Here.
http://www.twittertoemail.ml

קויפער
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 10:45 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך קויפער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:27 pm

פארפלאנטערט האט געשריבן:
קויפער האט געשריבן:
פארדעם האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:פייערדיגע דברות קודש איז געהערט געווארן נעכטן נאכט ביים צענטראלן יארצייט טיש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע דורך מרן אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר שליט"א איבער די שעדליכקייט פון וואטסעפפ, און בתוך דבריו האט דער רבי שליט"א געלאזט פאלן גאר שארפע ווערטער איבער די אחריות פון די בעלי בתים וואס פאלאנגן פון די ארבייטערס צו האבן וואטסעפפ פאר די ביזנעס

יאפ גאר גאר שטארק מעורר געווען איבער דע נושא

ווי קען מען עס הערן?

https://customer.teleground.com//media/ ... 141100.wav

יישר כח
שטארקע דיבורים

חיימאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך חיימאוויטש » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:31 pm

שוין דורכגעליינט דעם ביכל מדאשקע לדאשקע, און וואס זאל איך זאגן?

ס'ביטער ווי א זית!

נישט קיין גרויסע חכמות, נישט קיין פשעטלעך און דיסקלעימערס, פשוט און גראד: די אמת אין פנים אריין!

וויי וויי וויי

שלום פ.
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:21 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך שלום פ. » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:36 pm

בבקשה האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:ענדליך באקומען, און דורך געליינט, עס איז זייער גוט צילייגט און געשריבן, עס איז דא אסאך צי קאמענטן.

2 פוינטס וואס איך וויל יא זאגן.

מען האט למעשה קיינמאל נישט געאסר'ט אימעיל. היינט לויט די מיינונג פון די וואטס עפפ באנוצער איז עס אקוראט אזוי וויכטיג ווי אימעיל.

איך דיסעגרי מיט אים אויף דעם אז עס איז כמעט נישטא קיין חילוק פון א סמארטפאון צי א טעבלעט, ער איז דעפינעטלי נישט גערעכט אין מיי עפיניען, לויט אים איז עס די זעלבע ווייל ער איז געזיצען אין קאר שעות און געקוקט סטעטוס, איך הער, אבער אם כן אין לדבר סוף, משל למה הדבר דומה צי א איד וואס פלעגט ארבייטען אין מאנהעטן, און נאך די ארבעטס שעות איז ער געבליבן אויף די גאסן נאך אפאר שעה זיך אומקיקן אביסל אויף ראיות אסורות, די מענטש איז חולה מסוכן, די זעלבע איז מיט די שרייבער, אויב א טעבלעט האט אים נישט געהאלפן, זאל ער קודם גיין צום דאקטער און נאכדעם קאנסידערן צי עס איז דא א חילוק פאר נארמאלע מענטשן.


וויפיל מענטשען קענסטו וואס דרייען זיך אין דער מענהעטען גאסען נאך די ארבייט? וויפיל אידן קענסטו וואס זיצן שעות אויף סטעטוס? (איך מיין נישט צו זאגן אז יעדער וואס ניצט וואטסעפפ זיצט שעות אויף סטעטוס)



וועגען דעם איז עס נאר א "משל".

אוועטאר
פעטער משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך פעטער משה » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:39 pm

שלום פ. האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:ענדליך באקומען, און דורך געליינט, עס איז זייער גוט צילייגט און געשריבן, עס איז דא אסאך צי קאמענטן.

2 פוינטס וואס איך וויל יא זאגן.

מען האט למעשה קיינמאל נישט געאסר'ט אימעיל. היינט לויט די מיינונג פון די וואטס עפפ באנוצער איז עס אקוראט אזוי וויכטיג ווי אימעיל.

איך דיסעגרי מיט אים אויף דעם אז עס איז כמעט נישטא קיין חילוק פון א סמארטפאון צי א טעבלעט, ער איז דעפינעטלי נישט גערעכט אין מיי עפיניען, לויט אים איז עס די זעלבע ווייל ער איז געזיצען אין קאר שעות און געקוקט סטעטוס, איך הער, אבער אם כן אין לדבר סוף, משל למה הדבר דומה צי א איד וואס פלעגט ארבייטען אין מאנהעטן, און נאך די ארבעטס שעות איז ער געבליבן אויף די גאסן נאך אפאר שעה זיך אומקיקן אביסל אויף ראיות אסורות, די מענטש איז חולה מסוכן, די זעלבע איז מיט די שרייבער, אויב א טעבלעט האט אים נישט געהאלפן, זאל ער קודם גיין צום דאקטער און נאכדעם קאנסידערן צי עס איז דא א חילוק פאר נארמאלע מענטשן.


וויפיל מענטשען קענסטו וואס דרייען זיך אין דער מענהעטען גאסען נאך די ארבייט? וויפיל אידן קענסטו וואס זיצן שעות אויף סטעטוס? (איך מיין נישט צו זאגן אז יעדער וואס ניצט וואטסעפפ זיצט שעות אויף סטעטוס)



וועגען דעם איז עס נאר א "משל".

א משל דארף זיין דומה לנמשל (געווענליך)

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:45 pm

שלום פ. האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:ענדליך באקומען, און דורך געליינט, עס איז זייער גוט צילייגט און געשריבן, עס איז דא אסאך צי קאמענטן.

2 פוינטס וואס איך וויל יא זאגן.

מען האט למעשה קיינמאל נישט געאסר'ט אימעיל. היינט לויט די מיינונג פון די וואטס עפפ באנוצער איז עס אקוראט אזוי וויכטיג ווי אימעיל.

איך דיסעגרי מיט אים אויף דעם אז עס איז כמעט נישטא קיין חילוק פון א סמארטפאון צי א טעבלעט, ער איז דעפינעטלי נישט גערעכט אין מיי עפיניען, לויט אים איז עס די זעלבע ווייל ער איז געזיצען אין קאר שעות און געקוקט סטעטוס, איך הער, אבער אם כן אין לדבר סוף, משל למה הדבר דומה צי א איד וואס פלעגט ארבייטען אין מאנהעטן, און נאך די ארבעטס שעות איז ער געבליבן אויף די גאסן נאך אפאר שעה זיך אומקיקן אביסל אויף ראיות אסורות, די מענטש איז חולה מסוכן, די זעלבע איז מיט די שרייבער, אויב א טעבלעט האט אים נישט געהאלפן, זאל ער קודם גיין צום דאקטער און נאכדעם קאנסידערן צי עס איז דא א חילוק פאר נארמאלע מענטשן.


וויפיל מענטשען קענסטו וואס דרייען זיך אין דער מענהעטען גאסען נאך די ארבייט? וויפיל אידן קענסטו וואס זיצן שעות אויף סטעטוס? (איך מיין נישט צו זאגן אז יעדער וואס ניצט וואטסעפפ זיצט שעות אויף סטעטוס)

וועגען דעם איז עס נאר א "משל".


איך פארשטיי אז ס׳איז א משל, אבער זיין נקודה איז, פונקט ווי מען אסר׳ט נישט ארבייטען אין מענהעטטען אפילו מען קען נאכ׳ן ארבייטען בלייבען אויף די גאסן און קוקן ראיות אסורות, דארף מען נישט אסר׳ן וואטסעפפ סטאטוס, איז מיין תירוץ, אז די אידן וואס ארבייטען אין מענהעטטען האבן נישט געווענליך קיין נסיון צו קוקן ראיות אסורות, משא״כ די וואס ניצען וואסטעפפ, א גרויס חלק (נישט אלע) האבן יא א נסיון צו זיצן און קוקן סטעטוס.

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:55 pm

נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:08 pm

נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

די מאמענט, די משפחה האט א נאמען? איך פרעג נאר.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:09 pm

נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

די בת היענה טוט ענליך.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

great
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך great » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:09 pm

נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

איך די זעלבע ארויס פון הויז האב איך געשריגען א געהעריגע פאשקוויל .
האב איך נאכדעם אריינגעטראכט אם כן קל וחומר בן בנו של קל וחומר אויף דעי סטאטעס האט שוין געטוהן עערגערסט פון אלע פאשקווילן האב געשריגן נאכעמאל סמארטפאן ארויס עס באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:14 pm

פעטער משה האט געשריבן:א משל דארף זיין דומה לנמשל (געווענליך)

איך וועל נאכאמאל איבער שרייבן מיין פוינט, אבער עס קיקט נישט אויס ווי דו האסט געליינט די קונטרס.

ער שרייבט אז ווען ער האט געטוישט צי א טעבלעט האט ער נישט געהאט די פלעקסיביליטי צי קיקן א גאנצן טאג סטעטוס אזוי ווי ווען ער האט געהאט א סמאטפאון , איז ער געבליבן נאך די ארבעט אפאר שעה אין קאר אין משלים געווען אלעס וואס ער האט פארפאסט.

זאג איך אז אז ביי נארמאלע מענטשן וואס האבן וואטסעפפ אויף א טעבלעט נישט אזוי. אויף דעם האב איך געזאגט א משל, ווייל א נארמאלע מענטש בלייבט נישט אזויפיל שעות נאך די ארבעט צי ענדשויען סטעטוס.
לעצט פאראכטן דורך געריבענער סוחר אום דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

פארדעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 09, 2019 12:28 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך פארדעם » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:14 pm

נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

ביסט מעכטיג

great
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך great » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:17 pm

נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

איך קען נישט ברוך השם קיין וואטסעעפ אבער ווען איינער א רשע שיקט עפעס שטייט זיין נאמען??????

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:56 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

די מאמענט, די משפחה האט א נאמען? איך פרעג נאר.

איך בין נישט באקאנט. בד"וו, איך נעם נישט אריין די מאמענט ביי מיר אינדעהיים.

טישטוך האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

די בת היענה טוט ענליך.

אהא

great האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

איך די זעלבע ארויס פון הויז האב איך געשריגען א געהעריגע פאשקוויל .
האב איך נאכדעם אריינגעטראכט אם כן קל וחומר בן בנו של קל וחומר אויף דעי סטאטעס האט שוין געטוהן עערגערסט פון אלע פאשקווילן האב געשריגן נאכעמאל סמארטפאן ארויס עס באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

א סטעטיס וואס לייגט פאשקווילן ווארפט מען טאקע אויך ארויס.

פארדעם האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

ביסט מעכטיג

כהאב נישט וואס צו ענפערן

great האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

איך קען נישט ברוך השם קיין וואטסעעפ אבער ווען איינער א רשע שיקט עפעס שטייט זיין נאמען??????

כפארשטיי נישט וואס איר טרייט ארויס צוברענגן

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך פארפלאנטערט » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:01 pm

נישטאמת האט געשריבן:

נאכן קלאר ארויסברענגן אז דו האט וואצעפפ און דו קוקסט סטעטוס דארפסטו שוין גארנישט ענטפערן

שלום פ.
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:21 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך שלום פ. » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:08 pm

נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.


ממש א שאד, וואלסט עס געדארפט ווען ליינען, פשוט צו וויסן וויאזוי מ'קוקט אויס ווען מ'שרייבט פון היץ, אן וויסן די טריקענע פאקטן..

great
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך great » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:11 pm

לכבוד הרב נישט אמת
איך מיין אז אפשר גייט איר אריבער צו אייערע רב דיין(וואס האט אייך מתיר געווען וואטסעפ לצורך פרנסה אויב איר האט) און פרעג אים אפשר נאך אזויפיל חרבנות וצרות אפשר זאל ער מאכן א בית דין פון 71 דיינים אדער גאר פון א היתר מאה רבנים אז מען זאל 1 מאל אייך יעצט מתיר זיין הוראת שעה צו אריינעמען און שטוב א פאשקוויל
מוטב שיחלל שבת אחת כדי לקיים הרבה שבתות

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2953
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:40 pm

נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

איך האב זיי אנגעקאלט, זאגן זיי מיר אז איבער 50 רבנים האבן דאס איבערגעקוקט, און גענוי לויט זייער הדרכה זענען די ארטיקלן געשריבן געווארן.
(דהיינו ווי שטארק און פרטיות'דיג מפרסם זיין וואס וואצעפ איז, און וועלכע עבירות ליידער אידן פאלן דורך)

אוועטאר
רעים
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך רעים » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:45 pm

נישטאמת האט געשריבן:
great האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

איך די זעלבע ארויס פון הויז האב איך געשריגען א געהעריגע פאשקוויל .
האב איך נאכדעם אריינגעטראכט אם כן קל וחומר בן בנו של קל וחומר אויף דעי סטאטעס האט שוין געטוהן עערגערסט פון אלע פאשקווילן האב געשריגן נאכעמאל סמארטפאן ארויס עס באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

א סטעטיס וואס לייגט פאשקווילן ווארפט מען טאקע אויך ארויס.

די סטעטיס ליינטסטו אויך נישט פאר'ו ארויסווארפען??
אז די ווילסט איינער זאל ענפערען ווען די פרעגט'ס - ענפער ווען א אנדערע פרעגט
סארי פאר מיין ספעלינג מיסטעגס

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:55 pm

נישטאמת האט געשריבן:נעכטן בייקומען און גראד ארויס געווארפן. א ליפלעט אן א נאמען איז א פאשקעוויל, באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב.

כאילו יעדע סטעטוס ווייסטו יא פון ווי עס קומט,און מיט א נאמען... אוודאי ווייסטו וועמענס סטעטוס עס איז אבער דאס איז שוין FWD הונדערט מאל.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], דארפסמאן, האק א לעבן, מיין שטעלונג, פעטער ליפא און 15 געסט