א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

דרך אגב אז מ'רעדט שוין פון די נושא, אין קרית יואל גייט זיין א שיעור, די וואך אין קומענדיגע וואך דינסטאג, דאס הייסט פרשת ראה אין שופטים, דורך ר' חיים דוד פריעד אין ביהמ"ד ויואל משה 8:30 מיינעך מאכט זיכער אויף די צעטלעך די פונקטליכע צייט, ווער ס'וויל אביסל הערן ברייטער און קלארער וואס @הרב הייקער שרייבט אויף דעם נושא, זאל קומען הערן, און ארויפריקן זיין שלום בית אויף די ריכטיגע רעלסן,
ס'איז סאמטינג ספעשל, קולע אל השערה, להלכה ולמעשה זייער קלאר, ס'קען יעדן צוניצקומען, ווי ער זאגט פון שנה ראשונה ביז די הונדערט און צוואנציג און אלע יארן אינצווישן
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

נאכאמאל ייש"כ הייקער
אילו לא באנו לאייוועלט אלא בשביל אשכול זה דיינו..
'ומאתים לנוטרים את פריו'
50 בערן
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 5:41 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 50 בערן »

אתה הייקער ושמך הייקער וכל אשר לך הייקער
הייקער. האסט מיך מחי געווען
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

בשבילי נברא האט געשריבן:אויפן דעם משונה'דיג רייכן ארטיקל גופא טוה איך Plea'ן the fifth, ווייל איך האב באמת נישט קיין ווערטער... באט איי האופ יו געט די פוינט...

א רייכן דאנק! איך האב הנאה אז דו האסט הנאה, זאל דיר עס טאקע צוניץ קומען.


זייטיגע צוקוקער האט געשריבן:אוי ווי גוט געשריבן, מיט ערנסטע חומר למחשבה - בעסער געזאגט למעשה - וואס מ'קען נישט פלעין דורך ליינען מ'דארף עס ליינען בעיון, גיי ווייטער אן, מיר קענען קוים ווארטן אויף די איבריגע.

שקויעך פאר די קאמפלימענט! דרך אגב, אויסער ליינען בעיון, דארף עס אויך חזרה (מיט חוזר חזרה, חוזר חוזר חזרה.....) :wink:


מי הוא זה האט געשריבן:יישר־כוח מעומקא דליבא, כה לחי

דאנקע שיינע


מי הוא זה האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:האדם לא נברא אלא להתענג
מסילת ישרים הקדמה, ע"פ ר' נח וויינבערג זצ"ל


https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=16453

יא! געפאקט ביי די מעשה, פון דארט נעמעך א גרויסע חלק פון מיין סחורה.


50 בערן האט געשריבן:אתה הייקער ושמך הייקער וכל אשר לך הייקער
הייקער. האסט מיך מחי געווען

אה, בערן, איך מיין איך האב דיך געטראפן אין וואלד, ניין? טאקע נישט קיין פופציג, אבער בערך א דאזען האבעך שוין געטראפן. עניוועי, שכח דיר.


נו גוט נו שוין האט געשריבן:דווער ס'וויל אביסל הערן ברייטער און קלארער וואס @הרב הייקער שרייבט אויף דעם נושא, זאל קומען הערן, און ארויפריקן זיין שלום בית אויף די ריכטיגע רעלסן

WOW! איך האב נישט געוויסט אז מען נעמט שוין מיין סחורה, און מען מאכט שיעורים דערפון! :lol: :lol: :lol: עניוועי, שכח פארן אנווייזן.


מאתים האט געשריבן:נאכאמאל ייש"כ הייקער
אילו לא באנו לאייוועלט אלא בשביל אשכול זה דיינו..

וואט עי קאפלימענט! שכח.


נו גוט נו שוין האט געשריבן:מורא'דיג ס'ווערט בעסער אין בעסער
אלטע אין נייע יסודות, געספייסט מיט חידושים נפלאים אזוי צווישן די שורות
כה לחי!
בנוגע די טייטש פון אהבה קען מען זען אין אור החיים הקדוש פרשת ואתחנן פסוק ואהבת את ה' אלקיך עיין שם ותמצא נחת

גיימער אי"ה מאכן אן עקסטערן אשכול, פאר ווער ס'וויל אויסשמועסט וואס ס'מיינט אהבה. האבעך שוין באקומען אין אישי אויך וועגן דעם.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

המשך כלל יסוד #4, זיי א מאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

נאך איין זאך דארף מען קלאר שטעלן שוין יעצט, ס'קען נישט ווארטן אויפן לענגערן ארטיקעל. ווייל ווען מען זאגט פאר א מאן ער זאל פריילעך מאכן ס'ווייב, קומט אים גלייך ארויף אויפן געדאנק וועלכע זאכן ער קען איר געבן זי זאל זיין צופרידן, גיין אין א קארנער, און מיך צורוה לאזן… די תירוץ איז אבער אז זי דארף נישט קיין זאכן, סארי. זי וויל א קשר מיט דיר סוג אאא, אהבה, אטענשען, אפרישיעשן. גיב איר די דריי זאכן, און ביסט גארענטיד אויף א שלום בית סוג אאא!

און קורצן:
אהבה, רעד צו איר מיט ליבשאפט. מיט א זיסע ליבליכע צוקערדיגע קול. ווען? אייביג! יא, ווען דו בעטסט איר צו קויפן כריין אין די גראסערי, טוה עס מיט א ליבליכע שטומע, ווען דו דערמאנסט איר וועגן א עפוינטמענט, טוה עס אין א ליבליכע צוקערדיגע וועג. יעדע מאל וואס דו רעדסט מיט איר, טוה עס זיס און צוקערדיג. עס וועט איר מאכן פילן אויסגעווענליך באליבט, און זי וועט צוריק צאלן מיט רבית.

אטענשען, מאך זיך וויסענדיג פון איר. ווען זי רעדט צו דיר, קוק נישט און דיין פאון, און נישט אויפן זייגער, קוק איר דיירעקט אין די אויגן און פראביר אפצולערענען און פארשטיין וואס זי זאגט, און וואס זי פילט. די זעלבע ווען זי קאלט אויפן טעלעפאון, הייב אויף און גיב איר דיין פולע עטענשען. זי קען פילן פון א מייל ווייט אויב דו קוקסט דיינע אימעילס בשעת דו רעדסט צו איר, און דו וועסט נערוועז ווערן פארוואס זי רעדט אזוי לאנג. זי רעדט ווייל זי פילט אז זי באקומט נישט דיין אטענשען. לייג אלעס אין א זייט, קוק אויפן וואנט, און קאנצעטריר זיך אויף וואס זי זאגט, עסטע זעהן ווי שנעל זי וועט ענדיגען די פאון קאל. בדוק ומנוסה.

אפרישיעשן, זי ארבעט שווער אינדערהיים, און יעדע מענטש דארף איינער זאל אנערקענען זיין הארעוואניע. דו לייגסט אריין די שמוציגע אינטערוועש און שמוץ-וועש, און ווינדער איבער ווינדער! עס קומט אהן אין דיין לעדל צאמגעלייגטעהייט! ווי אזוי געשעהט עס!? האסטו שוין איינמאל געטראכט דערפון? האסט איר שוין אויסגעדריקט ווי שטארק דו עפרישיעטס עס? טראכט אריין א מינוט ווי אזוי דיין לעבן וואלט אויסגעזעהן אליין, גיי דורך דיין סדר היום, און זעה וויפיל זאכן ס'ווייב שטעלט דיך צו, און מאך זיכער איר צו זאגן ווי שטארק די עפרישיעטסט עס.


דאס איז די גאנצע, שטעל איר צו די דריי אלף'ס, און זי וועט זיין אויסערגעווענליך צופרידן און גליקליך. נישטא נאך א גרעסערע חסד וואס דו קענסט טוהן פאר סיי וועלכע מענטש אויף די וועלט, ווי צושטעלן די דריי אלף'ס פאר דיין ווייב. און די תוצאות דערפון וועלן נישט שפעטיגן.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

הרב הייקער, דער עולם קען נישט צוריקקומען נאך יעדן ארטיקל דיר צו באגיסן מיט די קאמפלימענטן וואס קומט דיר.

ווען מדרייט זיך אין קרעטשמע און מרעדט שטותים און פלוצלינג זעהט מען א גוטן תגובה קומט ווי פון זיך אליינס צו פליען א גרינע.. אבער וואס זאל מען טון אז די דאזיגע אשכול איז בכלל נישט פון די קרעטשמע סוג.. אייגנטליך סאיז בכלל נישט פון די אייוועלט סוג... פאר אזאנס באצאלן אידן ממון ודמים ביי פראפעסיאנאלן צו הערן א סטעפ ביי סטעפ מהלך וויאזוי זיך צו זעהן א "מענטש",

א דאנק וועט נישט דינען די צוועק, פשוט כפשוטו סאיז נישטא קיין ווערטער!!

וואס איז שייך צו זאגן, גיי אן און זיי מברך על המוגמר, וזכות הרבים תלו בך.
דאס איז פון די זאכן וואס מאיז אוכל די פירות בעולם הזה והקרן קיימת לעולם הבא.
(גמילות חסדים.. השכמת ביהמ"ד.. ביקור חולים.. הבאת שלום בין איש לאשתו..)
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

הרב הייקער, ביטע ביטע, זיי ממשיך, דו ווייסט אליין נישט ווי שטארק דו טוסט אויף.
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

יא מיר האבן זייער הנאה זיי ממשיך
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

ס'איז פשוט נישט דא קיין ווערטער פאר אזעלכע רייכע מאמרים.

מיר שלינגען מיט דורשט, און מיר זענען זיך מחי'.

זאלסט האבן הצלחה ווייטער, ביזן ארויסגעבן לאור עולם א פארטיגע ווערק און האבן א השפעה אויף הונדערטער און טויזנטער אידן.

אט אזוי וועלן מיר גיין ווייטער. פשוט, היימיש, אויף אידיש, פראקטיש גערעדט, אויף קביעות עתים, אויף א זיס לעבן, און מיר וועלן זיך דערהאלטן עד ביאת המשיח.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

היימישער הייקער האט געשריבן:ביז צום קרעטשמע

זעהט אויס זייער שיין, גיימער עס ליינען.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

הייקער מיר באלעקן זיך מיט יעדע ווארט
קיעפ איט קאמינג!
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

שיעלע בהמה האט געשריבן:הרב הייקער, דער עולם קען נישט צוריקקומען נאך יעדן ארטיקל דיר צו באגיסן מיט די קאמפלימענטן וואס קומט דיר.

ווען מדרייט זיך אין קרעטשמע און מרעדט שטותים און פלוצלינג זעהט מען א גוטן תגובה קומט ווי פון זיך אליינס צו פליען א גרינע.. אבער וואס זאל מען טון אז די דאזיגע אשכול איז בכלל נישט פון די קרעטשמע סוג.. אייגנטליך סאיז בכלל נישט פון די אייוועלט סוג... פאר אזאנס באצאלן אידן ממון ודמים ביי פראפעסיאנאלן צו הערן א סטעפ ביי סטעפ מהלך וויאזוי זיך צו זעהן א "מענטש",

א דאנק וועט נישט דינען די צוועק, פשוט כפשוטו סאיז נישטא קיין ווערטער!!

וואס איז שייך צו זאגן, גיי אן און זיי מברך על המוגמר, וזכות הרבים תלו בך.
דאס איז פון די זאכן וואס מאיז אוכל די פירות בעולם הזה והקרן קיימת לעולם הבא.
(גמילות חסדים.. השכמת ביהמ"ד.. ביקור חולים.. הבאת שלום בין איש לאשתו..)

זייער שיין פון דיר. די אמת איז, אז עס איז נישט די קאמפלימענטס וואס געט מיך מוט צו גיין ווייטער, ס'איז נאר די פידבעק אז איך רעד נישט צו מיר אליין.

דערמאן איך זיך יעצט וואס ר' ישראל סאלאנטער פלעגט זאגן ביי זיינע דרשות און די שטעטעלעך און דערפעלעך, אז אויב זיין דרשות וועלן אויפטוהן פאר איין מענטש, וועט זיך שוין האבן געלוינט די גאנצע טירחא, און אפילו אויב די מענטש איז ער אליין...

ב.ד.וו. די גרעסטע חיזוק וועט זיין ווען דערוילעם וועט שרייבן, דא צו אין אישי, וואס מען האט פראקטעצירט למעשה פון די אלע שיינע שמועס'רייען...


שואלכענין האט געשריבן:הרב הייקער, ביטע ביטע, זיי ממשיך, דו ווייסט אליין נישט ווי שטארק דו טוסט אויף.

פון ווי זאלעך וויסן... שכח דיר.


פרוכט בוים האט געשריבן:יא מיר האבן זייער הנאה זיי ממשיך

ב"ה, שכח


גלייכגילטיג האט געשריבן:ס'איז פשוט נישט דא קיין ווערטער פאר אזעלכע רייכע מאמרים.

מיר שלינגען מיט דורשט, און מיר זענען זיך מחי'.

זאלסט האבן הצלחה ווייטער, ביזן ארויסגעבן לאור עולם א פארטיגע ווערק און האבן א השפעה אויף הונדערטער און טויזנטער אידן.

אט אזוי וועלן מיר גיין ווייטער. פשוט, היימיש, אויף אידיש, פראקטיש גערעדט, אויף קביעות עתים, אויף א זיס לעבן, און מיר וועלן זיך דערהאלטן עד ביאת המשיח.

וואו! א שיינע קאמפלימענט, מיט א שענערע ברכה! א גרויסע שקויעך.

לעכטל האט געשריבן:זעהט אויס זייער שיין, גיימער עס ליינען.

א שיינעם דאנק.

שׁעמעדיגער האט געשריבן:הייקער מיר באלעקן זיך מיט יעדע ווארט
קיעפ איט קאמינג!

עי, לעק נישט מיינע ווערטער, עס איז דזשערמס... שכח
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

יסוד #5 זיי א טאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

[align=center]יסוד #5 זיי א טאטע[/align]
רוב פון די מענטשהייט זענען פארנומען רוב פונעם טאג נאכיאגן תענוגים (ווי שוין גערעדט אין יסוד #2), אבער אלע די תענוגים זענען 'עקאנעמי קלעס' תענוגים. דארט ווי די קניען רייבן זיך אין די סיט אין פראנט, און די עסן קוקט אויס ווי פון שפיטאל… פון ווי ווייסעך אז אלע די סטענדערד תענוגים זענען אין די זעלבע קלאס? זייער פשוט, ווייל מען קען גרינג טוישן איינס אויף די אנדערע. למשל, א גוטע שטיקל בשר איז א תענוג. אויב איך וועל דיר אפפערן א זאפטיגע ביכל, אנשטאט דיין בשר, עמיר פארהאנדלן, וויפיל שטיקלעך בשר איז ווערט די תענוג פון א זאפטיגע ביכעל. די זעלבע אויב איך וועל די פארשלאגן א באקוועמע אפיס בענקל אנשטאט די ביכעל, עמיר פארהאנדלן, וויפיל זאפטיגע ביכלעך איז ווערט איין באקוועמע אפיס בענקעל, א.א.וו., א הויז, א וועקעישן, א פריוואטע פליגער, וכו' וכו'. יעדע פון די תענוגים, האט א ווערט וואס מען קען אויטוישן. ע"פ רוב קען מען דאס מעסטן מיט געלט. א געשמאקע שווים לאמיר זאגן, איז ווערט $7, וכו' וכו'.

אבער לאמיר גיין צו די נעקסט לעוועל תענוג (פלעזשור), עמיר זעהן אז עס האט נישט קיין שום וועג צו באקומען די קלענסטע חלק פון ביזנעס קלעס פלעזשור, מיט סיי וואס דו וועסט מיר נאר צאלן מיט עקאנאמי קלעס פלעזשור. שוין הייקער, זאג שוין אויס! וואס איז ביזנעס קלעס פלעזשור. אקעי אז דו בעטסט אזוי שיין, עלעך דיר זאגן. אבער קודם לאמיר דיר פרעגן א שאלה. ביסט א טאטע? לאמיר דיר פרעגן עפעס, און אזוי ווי איך האב רוח הקודש ווי אזוי דו גייסט מיר ענפערן, עלעך שוין גלייך אויסשרייבן די שמועס:

הייקער: וויפיל קינדער האסטע?
טאטע: פינעף קע"ה
הייקער: וואו, זייער שיין! אפשר פארקויפסטו מיר איינס?
טאטע: :-?
הייקער: איך מיין עס זייער ערנסט, וויפיל בעטסטו פאר איינס?
טאטע: ביסט פארוקט אינגאנצן????!!!!!
הייקער: וואס עפעס? איך בין דיר גרייט צו געבן $500,000, אין איך בעט זייער א פשוט'ע זאך. איך וויל עדאפטען איין קינד. עס וועט גארנישט שלעכט געשעהן צו אים. דו וועסט פלעין מער קיינמאל אין לעבן נישט האבן קיין שיכות מיט אים. פינטל.
טאטע: איך ווייס נישט אויף וועלכע וועלט דו לעבסט… אבער מיינע קינדער זענען נישט פאר סעיל, סארי
הייקער: אקעי, ביסט נישט צופרידן מיטן פרייז? $700,000, וואס זאגסטו?
טאטע: הייקי באטשי, עס איז נישטא קיין פרייז! זיי זענען פלעין נישט פאר סעיל!
הייקער: דו ווייסט וואס דו קענסטעך אלס קויפן מיט $700,000? דו ביסט נישט רעאליסטיש, איך געב דיר די אפפער פון דיין לייפטיים!
טאטע: הייקי, דריי א קאפ א צווייטן. האבן שייכות מיט מיינע קינדער איז מיר מער ווערט ווי סיי וואסערע זאך וואס מען קען קויפן. דו ביסט קאקא אינגאנצן. קאראונע האט דיך ערנסט געשאדט!
הייקער: סאו דו האסט אזאך וואס איז דיר אזוי פיל ווערט, אינטערסאנט. זאג נאר, וויפיל צייט א וואך פארברענגסטו מיט זיי?
טאטע: הלואי מער, אבער דארפסט פארשטיין, איך בין ביזי מיט די ביזנעס, איך קום נישט עכט אהן דערצו.
הייקער: און וויפיל מאכסטו אויף די ביזנעס א יאר?
טאטע: נעט פראפיט $200,000
הייקער: :wink:
טאטע: :-|

יאפ! די נעקסט לעוועל פלעזשור איז אהבה, און מען קען עס נישט באקומען פאר קיין שום געלט אין די וועלט!
פראביר עס אויס היינט נאכט, גיי באטראכט דיין קלענסטן ווי ער שלאפט. אה מחי', מען קען פילן די ווארעמקייט פון ליבשאפט ארומנעמען דעם גאנצן מענטש. אאאאההההה. ווי איז נאך דא זיסערע טעם.

אבער פארוואס נאר ווען ער שלאפט? לייג אריין די כוחות צו האבן דעם הנאה יעדן מאל דו האסט שייכות מיט אים. ביי קלענער איזעס גרינגער, ווייל דו עקספעקסט נאך גארנישט פון אים, אבער די געפיל דארף זיין ביי אלע עידזשעס. לאז נישט די זייטיגע זאכן שטערן די אהבה. קוק אים אין די אויגן און שעפ נחת. דיין בלוט אין פלייש! פארברענגן ליבליכע צייט מיט די קינדער ברענגט מורא'דיגע רווחים. דו האסט ליידער היינט א געוואלד מיט קאמפעטישן, וואס זענען גרייט צו געבן מכלומרש'דיגע ליבשאפט און אויפמערקזאמקייט פאר זיי. מאך זיכער דו לויפסט זיי אויס די וועג!


נו, פראקטיש גערעדט: אויב האסטע נאכנישט דורך געליינט שאץ מאץ'ס ארטיקלן, ליין דא. אויב האסטע שוין יא, ליין עס איבער און פאקטעציר עס למעשה!

ס'איז נאך דא א געוואלד צו שרייבן אויף דעם, און איך האב נאך ניטאמאל אנגערירט די ענין פון חינוך, אבער דורך האבן א געזונטע ליבליכע קשר מיט א קינד, האט מען שוין זייער אסאך מחנך געווען.

אפגעליינט? שיין געווען, איא? וואס גייסטע טוהן דערצו? טראכט א רגע, און מאך יעצט אפ. אז נישט איז א שאד געווען די פאר מינוט פון דיין ליינען..
אטעטשמענטס
baby sleeping2.jpg
baby sleeping2.jpg (56.36 KiB) געזען 2320 מאל
אוועטאר
א דרויסענדיגע
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:57 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דרויסענדיגע »

הערליך!
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

Wowowow

איך האב נישט קיין ווערטער דאס דארף מען איבערליינען אפאר מאל

עפעס אויסערגעווענליך
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

אפשר א PDF פון ביז דא?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

;l;p- אין מיין לעבן נישט געגלייבט אז יא! דא אין אייוועט וועט עס זיך טוישן, צי א געשמאקע פרייליכע לעבן......!
(פין ווי געט מען נישט ארויס :wink: )
ב"ה... אין א גרויסן שכח הייקער ....
אין מיר אלע ווארטען אויף נאך...
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

א דאנק אויף ביז אהער.

לגבי עקסערסייז האב איך געליינט אין די נייע המספיק גאזעט אז מען ארבעט אויף א טאבלעט וואס טוט פארן מענטש די זעלבע ריסטארט און אויפפרישונג ווי איבונגען...
(#פויל)
Newegg
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 28, 2018 1:39 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Newegg »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:דרך אגב אז מ'רעדט שוין פון די נושא, אין קרית יואל גייט זיין א שיעור, די וואך אין קומענדיגע וואך דינסטאג, דאס הייסט פרשת ראה אין שופטים, דורך ר' חיים דוד פריעד אין ביהמ"ד ויואל משה 8:30 מיינעך מאכט זיכער אויף די צעטלעך די פונקטליכע צייט, ווער ס'וויל אביסל הערן ברייטער און קלארער וואס @הרב הייקער שרייבט אויף דעם נושא, זאל קומען הערן, און ארויפריקן זיין שלום בית אויף די ריכטיגע רעלסן,
ס'איז סאמטינג ספעשל, קולע אל השערה, להלכה ולמעשה זייער קלאר, ס'קען יעדן צוניצקומען, ווי ער זאגט פון שנה ראשונה ביז די הונדערט און צוואנציג און אלע יארן אינצווישן

Recording?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

Newegg האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:דרך אגב אז מ'רעדט שוין פון די נושא, אין קרית יואל גייט זיין א שיעור, די וואך אין קומענדיגע וואך דינסטאג, דאס הייסט פרשת ראה אין שופטים, דורך ר' חיים דוד פריעד אין ביהמ"ד ויואל משה 8:30 מיינעך מאכט זיכער אויף די צעטלעך די פונקטליכע צייט, ווער ס'וויל אביסל הערן ברייטער און קלארער וואס @הרב הייקער שרייבט אויף דעם נושא, זאל קומען הערן, און ארויפריקן זיין שלום בית אויף די ריכטיגע רעלסן,
ס'איז סאמטינג ספעשל, קולע אל השערה, להלכה ולמעשה זייער קלאר, ס'קען יעדן צוניצקומען, ווי ער זאגט פון שנה ראשונה ביז די הונדערט און צוואנציג און אלע יארן אינצווישן

Recording?

ס'גייט זיין צובאקומען אין ביהמ"ד
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

זיי א טאטע ח"ב, חינוך

חינוך מה היא?
א קינד איז ווי א ביימעלע, ווען עס איז נאך יונג…. ענדיג אליין צו. אויב איך וואלט געהאט א קוואדער פאר יעדע מאל מיין מלמד האטעס געזאגט, וואלט איך געקענט קויפן אלע פרייזעס אין די ווענדינג מעשין… אבער פאקט בלייבט מציאות, כי אדם עץ השדה, אויפברענגן א קינד איז אזוי ווי איינפלאנצן א בוים. נו אויב אזוי, לאמיר קויפן א טרויבן ביימעלע , און לאמיר צוזאמען ליינען די אינסטראקשענס ווי אזוי עס צו פלאנצן:

סטעפ #1: בוי א סטראקטשער פאר די בוים זיך צו אנכאפן
tree with support.jpg
tree with support.jpg (31.69 KiB) געזען 2059 מאל


איין מינוט?! איך האב געמיינט איך גיי דא פלאנצן, נישט בויען? אה, אבער צום פלאנצן, דארף מען אויך בויען. און סיי צום פלאנצן, און סיי צום בויען, דארף מען תפלה.

קומט אויס אז צו חינוך הבנים איז דא דריי חלקים: תפלה, פלאנצן, און בויען. תפלה עמיר אי"ה אויסשמועסן אין יסוד #10, אבער ס'פשוט, אז אונז האמיר בעצם גאנץ ווייניג קאנטראל אויף וויזוי אונזער קינדער וועלן אויסוואקסן, און ס'איז נישטא נאך עפעס וואס איז אזוי ווערט צו פארגיסן טייכן טרערן, און ים'ן מיט תפילות, ווי אויף גוטע קינדער. נעם איין מינוט אין טאג, צו דאס איז ביי אלוקי נצור, צו סתם א באשטימטע צייט, צו דורכגיין אלע דיינע קינדער מיטן נאמען, און בעטן אויף זייער הצטרכות'ן, צו אז א רעש (אויסשלאג בלע"ז…) זאל זיך אויסהיילען, צו ער זאל האבן חברים, צו ער זאל פארשטיין די לערנען, אויסארבעטן א מדה, נישט קיין חילוק וואס. די עיקר איז צו בעטן וואס דער קינד דארף יעצט. שטייצעך, אז כדי צו מתפלל זיין אויף זיי, דארפסטו זיי גענוג גוט קענען צו וויסן זייערע פראבלעמען…

פלאנצן
פלאנצן האט א חסרון, עס נעמט צייט ביז מען זעהט די פירות. נעם א פיקטשער פון א בוים היינט, און כאפ נאך א פיקטשער מארגן, און באטראכט די חילוק: גארנישט… אבער ווארט אפאר יאר, און דעם וויינגארטן וועט ארויסגעבן פיינע דעלישעס טרויבן. פון די צווייטע זייט, האט פלאנצן א מורא'דיגע מעלה. בוי א הויז, און לאז עס אפ פאר אפאר יאר. ווען דו קומסט צוריק, וועט די הויז בדרך כלל נישט האבן צוגעוואקסן אפאר צימערן… אבער ביים פלאנצן איז אנדערש! לאז איבער א עפעל בוים פאר צען, צוואנציג יאר, און ווען דו קומסט צוריק, קען שוין זיין א גאנצע עפעל פעלד! דיין ארבעט וואס דו לייגסט אריין, דאפעלט זיך און טריפעלט זיך נאכדעם פון זיך אליין. לייג אריין אהבת תורה אין דיין קינד, און עס קען ארויסוואקסן א ש"ס יוד! אבער פונקט ווי ביים פלאנצן, בשעת דו ווייזט אים ווי געשמאק תורה איז, עסטע נישט אנזעהן קיין שום אויפטוה תיכף ומיד, אבער די געפיל און די השקפה בויט זיך אויף פון אינעווייניג שטייטעלעך.
נו, וויזוי פלאנצט מען טאקע איין די געפילען און השקפות? לאמיר צוריק קוקן צום משל. אויב נוצט מען קערלעך פון א שוואכע בוים, איז דא גוטע טשענסעס אז די נייע בוים וועט אויך זיין שוואך. די וויטיגסטע זאך ביים פלאנצן, איז זיכער צו מאכן אז די טאטע בוים איז מעכטיג שטארק. איים סארי פארן עס זאגן, אבער די בעסטע וועג צו פלאנצן אין דיין קינד, איז צו זיך אליין מחנך זיין. ווען דיין קינד זעהט דיך דאווענען מיט א ברען, לערנען מיט א געשמאק, וכו' (יא, אפילו אויב דו 'מאכסט' דיך) פלאנצט עס איין אין אים די ווילען צו טוהן די זעלבע. אויב זעהט ער עס נישט ביי דיר, איז ער א 'לאסט קעיס'. סארי, נישט דא קיין וועג ארויס פון דעם… וועגן דעם שרייבעך די איבריגע 14 יסודות…
צום פינטעל, פלאנצן געפילן און השקפות נעמט אסאך צייט און געדולט, אבער ברענגט פירות וואס דאפלען זיך פון אליין. די וועג צו פלאנצן איז צו זיין א דוגמא אישית, און נאכדעם אויך צו רעדן וועגן דעם מיט די קינדער ביים שבת טיש וכדו' אויף א געשמאקע וועג.

בויען
בויען האט א מורא'דיגע מעלה. מען זעהט די רווחים אויפן פלאץ. אויב ס'פעלט א ציגעל אין א וואנט, קען מען תיכף אריין לייגן א פרישע ציגעל. 'נאו געדילט נעסעסערי.' אבער ביי דעם בלייבט עס, גארנישט וועט נישט ציוואקסן פון זיך אליין. אויב אזוי, אפשער לוינט זיך נאר צו פלאנצן? נישט ממש. וואס געשעהט ביי א וויינגארטן אויב מען בויט נשט קיין סטראקטשער? די קליינע פרישע געוויקסן וועלן נישט האבן קיין כח זיך אויפצוהייבן פון דער ערד, און זיי וועלן אפשטארבן. אויב פלאנצט מען נאר געפילן און השקפות, אהן בויען מצות מעשיות, וועט די קינד זיין א קריפעל. ער וועט אפשר האבן גוטע שאיפות, אבער ער וועט נישט האבן קיין כח צו טוהן למעשה. בויען בויט מען מצות מעשיות. מען הייסט דעם קינד אנגרייטן נעגעל וואסער ביים בעט, און ער טוט עס. מען זעהן די רווחים אויפן פלאץ. און אויב מען וועט אים הייסן יעדן טאג, וועט עס ווערן א הרגל, און וועט בויען א געזונטע נפש וואס בעזהש"י האבן די כח צו שטיין אויף די אייגענע פיס און טוהן וואס ער וויל, און נישט נאר וואס עס שמעקט דעם גוף דעם מינוט. און קורץ, מען בויעט רגילות'ן און מען פלאנצט שאיפות און רצונות.

אי"ה אין די לענגערע ארטיקעל עמיר אויסשמועסן באריכות דעם נושא פון בויען אין דיסיפלין, אבער איין ברענעדיגע נושא קען מען נישט לאזן אויף שפעטער. און די נושא איז…

פעטש!
שרייען, שלאגן, זיך רעגן, וכו' וכדו'. איז עס גוט צו נישט? חושך שבטו שונא בנו, אדער היינט קען מען נישט, היינט איז אנדערש? פון איין זייט, א שריי אין א פאטש, געט א גוטע שאקל, עס וועקט אויף דעם קינד פון שלאף און לייגט אים אויפן פלאץ. פון דעם צווייטן זיין איז עס אבער זייער האקעל, ווייל אויב שלאגט מען דעם קינד צו אפט, וועט ער אויסוואקסן א דערשראקענע קינד וואס ווייסט נאר אז ער דארף שטיין ווייט פון זיין טאטע. איז וואס טוט מען?! די שאלה איז טאקע שווער, אבער די תירוץ איז אזוי ווינדערבאר אז מען קען צודרייט ווערן דערפון. די חכמה פון אונזערע חכמים איז דאך אזוי עמוק, און אזוי ברייט, אז עס איז מבהיל על הרעין. שלאג דיין קינד נאר אויב… דו ווילסט נישט! רמב"ם הלכות דעות, פ"ב ה"ג אויב ביסטו גערעגט, און עס וויל זיך דיר געבן א שריי, שטעל זיך אפ! ביסט יעצט פטור פון מצות חינוך! דו ביסט נישט און קאנטראל, און דיין קינד וועט סיי ווי זיך גארנישט אויסלערנען, אויסער אז ער דארף מורא האבן פון זיין בארעגטע טאטע. מיין נישט דו קענסט אים פאפן, ער ווייסט נאך בעסער פון דיר אויב דו שלאגסט אים וועגן די עוולה וואס ער האט געטוהן, אדער ווייל דו ווילסט אויסגעבן דיין כעס. גיי אריין אין צימער, ווארט ביז דו בארואיגסט דיך, נאך דעם קענסטע ארויסגיין צו אים, און אנשטעלן א גערעגטע פנים, און אים גוט אנשרייען אדער שלאגן אויב ער האט זיך עס פארדינט. דעמאלס קען עס זיין שווער צו טוהן, אבער ביסט נישט פטור! דו דארפסט אים אנשרייען! הפלא ופלא.

דרך אגב, עס איז דא א עצה בדוק ומנוסה צו אפשטעלן כעס אין איין סעקונדע! אזוי ווי דו הערסט! עס ארבעט 100%. אדרבא, פראביר עס אליין אויס. גיי קוק זיך אין שפיגעל בשעת דו רעגסטעך. דיין גאנצע כעס וועט ארויס רינען אינסטענטלי. פארוואס? ווייל דו קוקסט אויס ווי א מאנקי ווען דו רעגסטעך… דו וועסט זייער מעגליך זיך אליין אויסלאכן, אבער עכ"פ בלייבן גערעגט וועסטע זיכער נישט קענען.
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 6:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

50 בערן האט געשריבן:אתה הייקער ושמך הייקער וכל אשר לך הייקער
הייקער. האסט מיך מחי געווען
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

יעצט באגעגענט דעם אשכול...

קאנטראל פּי
דאבל סיידעד

תודה מעיקרא!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
מאנסי'ייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי'ייט »

הלשון האט געשריבן:יעצט באגעגענט דעם אשכול...

קאנטראל פּי
דאבל סיידעד

תודה מעיקרא!



גאמ!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”