ניגון באלד באלד - גראמען אויף קאראנא
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
ניגון באלד באלד - גראמען אויף קאראנא
אין אלע שטאטן מען זיצט פארשפארט, אויפ'ן גאס א מגיפה שווערע קרבנות פאלט
דער גאנצער עולם אזוי פאר'צער'ט, אוי! קאראנע פארטיליגט נעבעך יונג און אלט
איך זיץ אין ווארט, אויף מיין טאטע טאטע ליב
ער האט געדארפט פארלאזן אונזער שטוב
צו אריינגיין אין שפיטאל
א צעמישעניש, די וועלט איז אין שאק און מאכטלאז
אזויפיל אידן, הונדערטער יונגע יתומים ר"ל איבערגעלאזט
שטיל איך פרעג, וואו ביסטו טאטע וואו
ווען קומסטו שוין אהיים אין שטוב
איך בענק מיר אזוי ביז גאר
טאטי דו ביסט הונגעריג און קאלט
אויף דיינע פיס ווילסטו דיך שטעלן אויף
דיינע אויגן נאס צום כסא הכבוד ארויף
אוי! הייליגער טאטע מען האט מיר צוגעזאגט
אז באלד, טאקע באלד נעמט מען מיר, ארויס
פונעם שפיטאל די פינסטערניש דא
מיין מאמע זאגט מיר איך דארף מיר נישט זארגען
טאטי וועט זיכער קומען היינט אדער מארגן
ווייל ווען א טאטע זאגט אז באלד,
באלד, באלד טאקע באלד.
וועט קומען דער מינוט
ער ווייסט וואס דיר איז גוט
ס'דארף קומען די ריכטיגע שעה
באלד באלד, ער קומט שוין באלד באלד,
ער איז שוין באלד באלד דא,
נאך שנעלער ווי דו מיינסט,
באלד באלד איך קום שוין באלד באלד
איך בין שוין באלד באלד דא
און מיר גלייבן אז נאך היינט
מער קיין לוויות קיין געשרייען, ניין
ווי קען מען צוקוקן די טרערן און פיין
יא איך גלייב, אז אונזער הייליגער טאטע ליב
דער אבי היתומים, וועט אויפרעכטן אונזער שטוב
און וועט נאך שיינען און לייכטן מיט פראכט
פילע אידן האבן נישט קיין פרנסה קיין געלט
מיליאנען פרנסות זענען געווארן פארלאזט
בתי מדרשים און מוסדות פאריגלט מיט א שלאס
אבער אונזער טאטע האט אונז קיינמאל איבערגעלאזט
ורפא ירפא אמר השם קל חי
משיח קען קומען איינס צוויי
אפילו אין די טונקעלסטע צייט
מיר אלע זענען אריבער א גייסטישע וועלט מלחמה
און וואס איז אונזער איינציגסטע נחמה
אז משיח ער קומט שוין באלד,
באלד, באלד טאקע באלד
פאר יעדע צער און פראבלעם זיי מתפלל צו אים
אוי! מיר האבן ליידער שוין הונדערטער קרבנות פארלארן
אוי! רבונו של עולם וואס איז מיט דיין הבטחה געווארן
דו האסט אונזע צוגעזאגט אז באלד,
באלד, באלד טאקע באלד
מיינע קינדער צו ענק איך בענק
איך קום שוין צו ענק
יעצט געשעהט עס עכט
באלד באלד איך קום שוין באלד באלד,
איך בין שוין באלד באלד דא,
נאך שנעלער ווי איר מיינט
באלד באלד איך קום שוין באלד באלד
איך בין שוין באלד באלד דא
און מיר גלייבן אז נאך היינט
איינס צוויי דריי... נאך אין תש"פ...

לעצט פארראכטן דורך עולם הפוך אום זונטאג יולי 19, 2020 10:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: ניגון באלד באלד - קאראנא
באלד באלד די ארגינעלע ניגון
פון אלע זייטן מען לויפט, זיך מען באהאלט
אויף די גאס א מלחמה, שווערע באמבעס פאלט
אליין איך ווארט, אויף מיין מאמע מאמע ליב
געדארפט פארלאזן אונזער שטוב
פון די צרות וואס גייט פאר
אין באהעלטעניש, די ערד איז קאלט און פראסט
אזויפיל אידן זייער היים איבערגעלאזט
שטיל איך פרעג, וואו איז מיין מאמע ליב
איך וויל שוין אהיים אין שטוב
איך בענק מיך אזוי ביז גאר
כ׳בין הונגעריג און קאלט,
אויף די פיס שטעל איך זיך אויף
מיט אויגן נאס פון טרערן, קוק איך ארויף
אוי אוי מאמע, דו האסט מיר צוגעזאגט
אז באלד, טאקע באלד נעמסטו מיר אהיים, ארויס
פון די פינסטערניש דא
אן עלטערער איד ער זאגט מיר, דו דארפסט זיך נישט זארגן
זי וועט זיכער קומען דיר נעמען,
היינט אדער מארגן.
ווייל ווען א מאמע זאגט אז באלד,
באלד, באלד טאקע באלד.
וועט קומען דער מינוט,
זי ווייסט וואס דיר איז גוט,
ס'דארף קומען דער ריכטיגער שעה.
באלד באלד, זי קומט שוין באלד באלד,
זי איז שוין באלד באלד דא,
נאך שנעלער ווי דו מיינסט
באלד באלד, איך קום שוין באלד באלד,
איך בין שוין באלד באלד דא,
און מיר גלייבן אז נאך היינט
מער קיין ווייען, קיין געשרייען, ניין
פארווישט די טרערן, צרות הערן ניין
יא מ'ווייסט, אז ווי א מאמע מאמע ליב
בויסטו באלד אויף דיין שטוב
וואס וועט לייכטן און
שיינען מיט פראכט
אין גלות ביי אונז אזא קעלט
און אזא פראסט
אבער אונזער מאמע האט אונז
קיינמאל איבערגעלאזט
אהבתי, אתכם אהבתי,
ולא אעזוב את עמי
אפילו אין די טונקעלסטע נאכט
אונזערע זיידעס זענען
אריבער א וועלט מלחמה
און וואס איז געווען זייער
איינציגסטע נחמה
אז משיח, ער קומט שוין באלד,
באלד, באלד טאקע באלד
יעדע צער און פראבלעם ער פאררעכט
אוי כאטש מיר זענען באהאלטן
שוין טויזענטער יארן
אוי רבונו של עולם, וואס איז
מיט דיין הבטחה געווארן
דו האסט אונז צו געזאגט אז באלד,
באלד, באלד טאקע באלד
קינד מיינס איך בענק, איך קום שוין
צו ענק, יעצט געשעהט עס עכט
באלד באלד, איך קום שוין באלד באלד,
איך בין שוין באלד באלד דא,
נאך שנעלער ווי איר מיינט
באלד באלד, איך קום שוין באלד באלד,
איך בין שוין באלד באלד דא, און
מיר גלייבן אז נאך היינט

- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4312
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: ניגון באלד באלד - קאראנא
WOWOWOW!!!
דו האסט מיר געברענגט טרערן ווען איך האב עס געליינט
הערליך יישר כח
דו האסט מיר געברענגט טרערן ווען איך האב עס געליינט
הערליך יישר כח
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4312
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: ניגון באלד באלד - קאראנא
וויפיל שעה האט גענומען אזא מעשה צו מאכן? האסט גאדארפט צופאסן זייער סאך גראמען און שורות
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
Re: ניגון באלד באלד - קאראנא
בלייב געזונט האט געשריבן:וויפיל שעה האט גענומען אזא מעשה צו מאכן? האסט גאדארפט צופאסן זייער סאך גראמען און שורות
עטליכע שעה, נישט געקוקט פונקטליך
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24602
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: ניגון באלד באלד - גראמען אויף קאראנא
אייערע גראמען, געוואלדיגע דיבורים
מלא טעמים, שטארקע חיבורים
שיינע פיוטים, שטארקע חרוזים
פלאקעדיגע לפידים, מלא חיזוקים
הרב עולם הפוך, יישר כח
הפוך בה הפוך, זייט ממשיך אויסצוניצן דיין מח
אוי באלד באלד באלד, ער זאגט דאך א געוואלד....
ייש"כ
מלא טעמים, שטארקע חיבורים
שיינע פיוטים, שטארקע חרוזים
פלאקעדיגע לפידים, מלא חיזוקים
הרב עולם הפוך, יישר כח
הפוך בה הפוך, זייט ממשיך אויסצוניצן דיין מח
אוי באלד באלד באלד, ער זאגט דאך א געוואלד....
ייש"כ
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום זונטאג יולי 19, 2020 11:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Re: ניגון באלד באלד - גראמען אויף קאראנא
גאר א הערליכע ארבעט
וואלט נישט געווען שלעכט אויב ס'קומט ווען ארויס געהעריג רעקאדירד מיט א קווייער
וואלט נישט געווען שלעכט אויב ס'קומט ווען ארויס געהעריג רעקאדירד מיט א קווייער
Re: ניגון באלד באלד - גראמען אויף קאראנא
מומחה יוחס האט געשריבן:אייערע גראמען, געוואלדיגע דיבורים
מלא טעמים, שטארקע חיבורים
שיינע פיוטים, שטארקע חרוזים
פלאקעדיגע לפידים, מלא חיזוקים
הרב עולם הפוך, יישר כח
הפוך בה הפוך, זייט ממשיך אויסצוניצן דיין מח
אוי באלד באלד באלד, ער זאגט דאך א געוואלד....
ייש"כ
פשיהא! פאר דיינע שיינע גראמען אליינס האט זיך עס געלוינט
Re: ניגון באלד באלד - גראמען אויף קאראנא
@האלצשטיין מצידי קען מען עס גערן טון
איך בין נאר נישט אין די מוזיק ליין אבער כ'האב געהאלטן אז די הערליכע ניגון באלד, אז משיח קומט שוין איז גאר פאסיג נאך אזעלכע שווערע חדשים וואס מיר אלע זענען ליידער דורך
אבער אויב עמיצער וויל עס ארויסגעבן, כל הכבוד

-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4524
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
Re: ניגון באלד באלד - גראמען אויף קאראנא
ווי קען מען הערן די ארגינעלע ניגון ?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
Re: ניגון באלד באלד - גראמען אויף קאראנא
אויף יונגערליך #2
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14561
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: ניגון באלד באלד - גראמען אויף קאראנא
זייער שיין
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 791
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am
Re: ניגון באלד באלד - גראמען אויף קאראנא
Wow wow סאיז עפעס נישט נארמאל!!
Re: ניגון באלד באלד - גראמען אויף קאראנא
אך ווי שיין אך ווי שיין דו שרייבסט!!
גאר שיין און עמאשענאל
לאמיר האפן אז משיח קומט שוין באלד צו גיין
גאר שיין און עמאשענאל
לאמיר האפן אז משיח קומט שוין באלד צו גיין
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8012
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: ניגון באלד באלד - גראמען אויף קאראנא
הערליך שיין, אויסגעקוועטשט מיין אויגעלע.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
Re: ניגון באלד באלד - גראמען אויף קאראנא
הערליך, זייער רירענד.
אפשר קען מען אביסל ארומארבייטן מיט די שירות עס זאל אויך פיטן מיט די ניגון. אזוי ווי עס איז פיט עס נישט אויפן טאן, בפרט די ערשטע פאר שירות פינעם ניגון ביידע מאל. עס איז צו לאנגע שירות.

איך בין מסכים אז איינער זאל עס צופיצן אויב מען וויל
אז מ'נעמט אראפ די צווייטע שירה וועט עס זיין בעסער אויפ'ן ניגון - איך האב געכאפט הערשט נאכ'ן ענדיגן אז ס'איז צו לאנג יענע שירות
אז מ'נעמט אראפ די צווייטע שירה וועט עס זיין בעסער אויפ'ן ניגון - איך האב געכאפט הערשט נאכ'ן ענדיגן אז ס'איז צו לאנג יענע שירות
Re: ניגון באלד באלד - גראמען אויף קאראנא
נו ווער נעמט זאך צו די הארבעט צו דאס ארויס געבן פראפשענאל מיט א קווייער?
אזעלכע גראמען וואס גיבט גוט ארויס דער מצב די לעצטע פאר חודשים מוז ארויסגיגעבן ווערן אויף א פראפעשענאלן אויפן!!!
עולם הפוך א הערליכע הארבעט!!!!!
אזעלכע גראמען וואס גיבט גוט ארויס דער מצב די לעצטע פאר חודשים מוז ארויסגיגעבן ווערן אויף א פראפעשענאלן אויפן!!!
עולם הפוך א הערליכע הארבעט!!!!!